די אחריות פון לערנען מיט א גוי ברטנורא
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 5:28 pm
לעצטנס איז געווארן פאפולער – און אפילו א גרויסע מצוה - 'מסביר צו זיין פאר די גאס' די סאטמאר'ע שיטה לגבי ציונות. קען זיין אז ביז היינט האט מען פשוט נישט געכאפט אז מ'קען נוצן דעם אינטערנעט פאר דעם צוועק, און ס'האט די געוואלדיגע בענעפיט אז מ'דארף נישט פייטן מיט קיין שום מידיע אוטלעט צי זיי זאלן יא אדער נישט דעקן די סאטמארע-קנאי'שע זייט פון די מטבע, ווי ס'פלעגט זיין ביי אלע פראטעסטן.
אדער קען זיין אז ס'קומט פון פילן זיך אונטערשטעליג כלפי די פארגעשריטענע וועלט. מ'פלעגט הערן כסדר פון אנדערע מכלומר'שטע 'אויפגעקלערטע' קרייזן: "דעי סאטמארע צוריקגעשטאנענע מענטשן... אייביג שרייען זיי. אייביג זענען זיי מוחה... לאץ ענק שוין אפ. וועקץ ענק אויף. סיז א מציאות און פארטיג." און ס'האט זיך געפארעמט א שטיקל קאמפלעקס, און יעץ אז מ'האט די געלעגנהייט האט מען אנגעהויבן מיט אייפער 'פארשטיין צו געבן' די וועלט, אז אונז זעמער גארנישט צוריקגעשטאנען. אונז זענען ערליכע אידן, און די תורה איז דער וואס לאזט נישט האבן קיין מדינה, און מ'טאר נישט טשעפענען מיט די גוים וכו'.
אפגעזען די סיבה, טרעפט זיך היינט מער אז אידן יראים ושלמים שרייבן אין ענגליש פאר די גאס די גאנצע שיטה מיט אלע קליפערליך, דהיינו אז דאס עצם האבן א מדינה פאר ביאת המשיח אז אן איסור חמור, די שלש שבועות, און די גרויסע עונשים רח"ל וואס קען קומען ל"ע אויב מ'האלט עס נישט איין וכו', מ'דארף נישט מאריך אין דעם ווייל יעדער ווייסט וואס איך מיין.
אין צוגאב צו דעם צוגאנג ווערט געברענגט דער אשלי רברבא רביה"ק זי"ע, ווי ער האט אייביג געהייסן און געשטופט צו גיין אין די גאס און אויסשרייען דעם קול ה' בהדר, אז די גאנצע וועלט זאל וויסן וכו', און ער האט געהייסן מאכן פראטעסטן, ווי שוין אויך באקאנט פאר יעדן דא.
עד כאן הסיפור.
דאס איז דער מציאות בימינו אלה, און אויף דעם האב איך עטליכע שטריכן צוצולייגן, און וישמע חכם ויוסיף לקח, זאל דער אינטעליגענטער עולם צוגעבן כיד ה' הטובה עליהם.
אונז טרעפן אין די היסטאריע כמה וכמה פעמים וואס ס'וואלט לכאורה געווען גאר גלענצענדע געלעגנהייטן פאר רביה"ק צו פושן זיין אגענדע אין די גאס, אבער ער האט צוריק געהאלטן דערפון. אויף געוויסע פעלער קען מען נאך פארענטפערן אז ס'נישט געווען בכדי שיעשו ווייל ס'איז אונטערגעקומען אין איילעניש, אדער ווייל דער רבי האט נישט געהאט אין יענע תקופה דעם ריכטיגן כוח דורכצופירן וכדומה, אבער אסאך פון די געלעגנהייטן האט זיך פארצויגן גאנץ לאנג, און דער רבי האט זיכער יא געקענט איבערדרייען די גאס, אבער מ'האט נישט געהערט פון אים פיפס איבער די גאנצע נושא.
למשל אין יאר תש"ו ווען די רעגירונגען האבן געעפנט אן אויספארשונג קאמיסיע וואס האט געדארפט פעסטשטעלן צי מ'זאל בכלל לאזן די אידישע מלחמה-איבערלעבער האבן אן אייגן לאנד, אדער א יאר שפעטער, תש"ז ווען מ'האט דעבאטירט די נושא אין די יוען, אדער נאך א יאר שפעטער תש"ח, ווען די מדינה איז געגרינדעט געווארן, אזוי ווייטער אין די נאכפאלגענדע יארן, ביי די סיני מלחמה וואס דער רבי האט געקענט ארויסגיין ברחובות עיר, אדער פרובירן צו קאנטאקן לאנד-פירער מגלה צו זיין דעתו אז ס'איז אן איסור פאר א איד צו האבן אן אייגן לאנד וכו' – אבער ער האט עס נישט געטאן.
תשי"ט ווען מדנ"י איז צוויי יאר געווען ביזי מיט'ן כאפן, משפט'ן און אוועקלייגן אייכמאן' האט מען נישט געהערט פון רבי'ן קיין ווארט איבער די גאנצע זאך. עטליעסט נישט ברבים, און אוודאי נישט אין די גאס. די סומעטאכע האט זיך געצויגן כמעט צוויי יאר, און ווען דער רבי וואלט געהאט אין פלאן ארויסצוגיין אין די גאס שרייען אז זיי פארטרעטן נישט כלל ישראל וואלט ער געהאט אסאאאאך געלעגנהייטן, אבער ער האט עס נישט געטון.
אביסל מער סענסיטיוו איז געווען די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער ווען דער רבי האט אנגענומען א מויל מיט וואסער און נישט פארדאמט די אקציע און אויך נישט געהאקט אויף די מדינה וואס האט איבערגעלאזט מענגעלע ימ"ש כדי צו קענען כאפן יאסעלע'ן. אוי וואלט מען געקענט מאכן צימעס דערפון... זיי קימערן זיך עכט מיט אידן און אידישע אינטערעסן? זיי ווילן נאר אויסרייסן אידישקייט. קוקט אליין! אבער... דער רבי האט שטארק געמיסט די אפורטוניטי.
בו בזמן האט דער רבי געוויינט און געביטערט ביי זיך אין בית מדרש אויפ'ן מצב אין ארץ ישראל און ספעציעל איבער די שייגעץ-שטיק וואס די ציונים האבן אפגעטאן און געריסן שטיקער פון ערליכע אידן, ווי דער רבי אליין שרייבט אין יענע צייט אין ויואל אין סי' ק"י וז"ל, שעוד בתחלת התייסדותם במשך שנים רבות הרבו במלשינות נוראות על ישראל אצל האומות ודברו עליהם בפני השרים קשות שמסוכנים מאד להאומות וצריכים לגרשם מן הארצות וכו'. וחוץ מזה יש בירורים אמיתיים על כמה פעולות אכזריות שעשו בזה, שדין גרמא בנזקין של כל האסון הנורא וכו'. לגבי מיין פוינט, ברענגט דער רבי זייער קלאר ארויס אז די ציונים האבן אנגעמאכט אומגעהויערע שאדנס פאר כלל ישראל אין די גאס ביי די וועלט רעגירונגען, אבער מיט דעם אלעם האט ער גארנישט געטון צו פיקסן דעם גרויסן און געפערליכן פראבלעם דורך זיי ערקלערן זיין שיטה.
אלא מאי, למעשה איז דאך אבער יא געווען מערערע הפגנות אין די גאס?
נייתי ספר ונחזי, און אז מען ווע נאכקוקן וועט זען אז דער רבי איז געגאנגען שרייען אין די גאס ווען ס'איז געווען א גזירה קעגן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל מצד די מדינת ישראל רעגירונג למשל גיוס נות, ניתוחי מתים און חיטוטי שכבי – און דער רבי האט פארשטאנען אז די איינציגסטע וועג אז די ממשלה וועט סטאפן פייניגן ערליכע אידן וועט זיין אויב די וועלט וועט לייגן פרעשור אויף די מדינה.
און די מעסעדזש פאר די גאס איז אלץ געווען 'נאר' אז אידן אן תורה זענען נישט קיין אידן, און היות די ממשלה האלט נישט די תורה, און זיי זענען קעגן שמירת התורה, קענען זיי נישט זיין און זענען נישט די ווארטזאגער פון כלל ישראל. דעץ איט.
דער רבי אליין שרייבט עס קלאר אין ויואל משה סי' קי"ג, הנה לא מסתפק שום אדם כי אותה המלכות מעברת על הדת וחפצה לעקור האמונה וכל התורה כולה וכו' אלא שמפחדים קצת מן העולם, ובודאי שמתושביהם לא היו מפחדים כלל, כי שם הכל תחת ממשלתם והמשטרה שלהם, אלא שאינם יכולים לעשות שם הכל מפחד של חו"ל וממגבית הממון שבחו"ל שבזה תלוי קיומם, גם בושים עדיין קצת מן האומות אם יראו ששומרי התורה מתנגדים להם וכו', ואף שהם מפירין דת וכופרין בכל בפרהסיא, וכל האומות יודעין שבישראל אין תורה ואין אמונה, כי הכל רואין את מעשיהם ודרכם של אותה הממשלה וכו', --- ולכן כשיש צעקה ומחאה בחוץ נגד זה עד ששומעין גם האומות שעדיין יש בישראל שומרי תורה ומצות שנותנים נפשם על התוה"ק ומוכנים ללחום עבור כבוד ה' ותורתו הקדושה, זה להם לבושה וכו', ואין ספק שיש לחשוב אפשרות שיהי' אולי קצת תועלת במחאות כאלה, שימנעו עכ"פ לפעמים מלהרבות כ"כ בגזירות של הפרת הדת וכו'. ועכ"פ חיובא רמיא לזעוק זעקה גדולה ומרה בחוצות וברחובות על חילול השם ותורתו הקדושה באופן נוראה שלא היתה כזאת בישראל מעולם.
דער רבי האט נישט געהייסן מסביר זיין פאר די גאס אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה פאר ביאת משיח, ער האט געהייסן אויסנוצן דעם כוח פון די גאס, אויף כדי צו צווינגען די רשעים צו ביהעיוון כלפי די ערליכע אידן דורך שרייען אין די גאס אז.... א איד אן תורה איז קיין איד נישט.
אין נעקסטן סימן סי' קי"ד, שרייבט דער רבי, כשמלכות ישראל שהם לפי דעת האומות באי כוחם של כל ישראל מתנהגים נגד התורה והאמונה, ואין קול ואין עונה לנגד זה, אלא כל ישראל ששים ושמחים בפני האומות ממלכות של כפירה בכל התורה כולה, ורואין כל האומות שזה דעת כל ישראל כולם לחפוץ רק בארץ ומלוכה אף בלי תורה ואמונה כלל, אין לך בזיון התורה והאמונה יותר מזה, אשר כמוהו לא נהייתה שבעוה"ר החילול השם כזה נורא מאוד, וא"כ הוא חיוב עצום להודיע אף להאומות שעדיין יש תורה בישראל ויש שומרי תורה ומצות בישראל שזועקים נגד הפרת הדת בכל לב ונפש.
מ'דארף שרייען אין די גאס אז --- אונז זענען יא ערליכע אידן מאמינים בה' און אונז האלטן יא די תורה, און אונז וועלן שרייען קעגן די מפירי הדת בכל לב ונפש.
ס'דא א שמועס וואס דער רבי האט געזאגט אין תשי"ח און ס'איז געדרוקט געווארן אין המאור אין יענע צייט, וואס ברענגט אויך ארויס די ספעציפישע נקודה, אז מ'דארף מיר שרייען און מפרסם זיין אז דאס אידיש פאלק איז נישט קיין פאלק אן די תורה, און אז ס'איז דא אידן שומרי תורה ומצוות. ס'איז אן אריכות און מ'קען עס אויסלאזן, אבער למען השלימות וועל איך עס אראפברענגען פאר דעם וואס וויל עס יא זען.
מצוה על כל יחיד ורבים להפגין ולהתריע באיזה אופן שיכול ולעשות כל מה שביכלתו למען כבוד השי"ת המחולל על ידי הציונים, ויש להפגין בכל עת ובכל עדן ובכל מקום לעזור לנו במאבקנו נגד המסיתים והמדיחים מאות אלפי ישראל בכל מיני שמד וכפיה, אחר שאין מוצא ואופן אחר וכו'. מעכשיו אם מסיתים ומדיחים מכריזים בריש גלי לפני כל האומות העולם שעם ישראל הוא חילוני ואינו עם התורה, הרי על אחת כמה וכמה שעלינו להכריז ולהתריע בפני אותן האומות עצמן שפיהם ענה שקר ושעם ישראל הוא רק זה המקיים את התורה הקדושה וכו' כשיש איזה חשש התעה למי שהוא שידמה לו בראותו שאנחנו מחשים ולא מגיבים כלל שכפרנו ח"ו, הרי מצווים אנו למסור עצמינו אפילו למיתה ולהכריז ברבים שהננו מאמינים ומייחדים להשי"ת וכו'. -- כבר ביררנו שההכרזה גופא על אמונתינו הוא חוב קדוש וכו' ועכשיו שהמחאות והזעקה בחוצות אפשר שתהיה בהן תועלת לצוות לציונים שכבר השחיתו והעבירו לשמן ר"ל מאות אלפים מילדי ישראל, לאמר להם הרף, הרי יש לדעת שעל פי ההלכה מחוייב כל אחד ואחד כריב"ז בשעתו וכו' ולזעוק חמס על פשעים הגסים של הציונים. ואדרבה עלינו להשמיע לכל אחד ואחד לדעת שאין הציונים הכלל ישראל והם הם המשחיתים את כרם ה' צבאות, ועם ישראל הנהו זה השומר וחי על תורת ה', ועם ישראל השומר משמרת הקודש אינו אחראי כלל למעשיהם הרעים של הציונים והחפשים למיניהם. ומצווים אנחנו למראה כפירה והפקרות כזו להכריז בחוצות על קשר ישראל להשי"ת ולאורייתא הק' ולהקל מעט את חרפת חילול שמו ית' ע"י הציונים. וזה לא כביר הצהיר שוב הראש שלהם לפני כל נציגי אומות העולם שאין ח"ו לבני ישראל קשר עם התורה הק', ואין לך חילול השם גדול מזה, ובודאי חוב קדוש להכריז לפני אותם אומות העולם עצמם שאין הציונים דוברם של כלל ישראל, וישראל קדושים הם והתורה הק' היא כל חיינו ואורך ימינו, עכ"ל.
נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פוינט. די ציונים גייען אין די גאס זאגן אז מ'קען זיין א איד אן די תורה, און אונז זענען מחוייב צו לאזן וויסן די וועלט אז דאס איז נישט אמת. זיי קענען נישט זיין די ווארטזאגער פאר ערליכע אידן בכלל, און צו זיין גערעכנט אלץ איד דארף מען יא די תורה, און ס'זענען דא אידן וואס היטן נאך אלץ די תורה.
דער רבי האט קיינמאל נישט מסביר געווען פאר די גאס דעם חלק פון די שיטה וואס ער האט אונז געלערנט. נישט די שלש שבועות, דחיקת הקץ, עליה לחומה, און מרידה באומות.
(במאמר המוסגר: אין די השמטות צום על הגאולה ועל התמורה שטייט א לשון וואס קען פארשטאנען ווערן פארקערט, ווייל דער רבי שרייבט דארט: ועלינו לגלות דעתינו בפרסום ובגלוי, כי כל יהודי הרד עם אל ומאמין בהבורא ית' אינו חפץ בממשלתם ובמדינתם, ועצם קיומם מתנגדת לתורתינו הקדושה ומרידה במלכות שמים, כמבואר אצלינו באריכות בספרי ויואל משה, והוא אבן נגף לכל ישראל וכו'. עכ"ל. איז דא אפאר פונקטן צו נעמען אין באטראכט:
1. דער רבי שרייבט נישט בפרסום ובגלוי פאר וועמען! דער רבי האט אויך געוויינט און געשריגן בפרסום ובגלוי ביי זיך אין בית מדרש, און דער רבי האט געוואלט ס'זאל אנקומען איבער די גאנצע וועלט "פאר אלע אידן". אבער נישט פאר די אומות העולם.
2. אפילו אויב דו וועסטו דיך דוחק זיין אז ס'מיינט יא אפילו די גאס, געדענק אז ס'איז געווען פון די השמטות, און ס'איז צוגלייגט געווארן פון די מהדורא קמא נאך די פטירה פון רבי'ן ולאו מר בר רב אשי חתים עליה. האב איך די רעכט צו לערנען אין די ווערטער וויאזוי איך פארשטיי.
3. דער רבי אליין פירט אויס כמבואר אצלנו באריכות בספרי ויואל משה, וואס מיר האבן שוין פריער אראפגעברענגט אז דער רבי האט אויסדרוקליך נישט געהייסן מפרסם זיין פאר די גוים די הלכה אז מ'טאר נישט האבן קיין לאנד, און אויב האט מען יא אפילו עפ"י דרך התורה איז עס בעצם אן איסור. עד כאן המוסגר).
שוין. דער רבי האט נישט געהאלטן אזוי. סאו? איז עס נישט דער רבי. וואס איז? איך טאר נישט גיין א טריט ווייטער? נו וואס איז אזוי געפערליך אז איך וועל עס גיין דערציילן די גוים אויך? זאלן זיי וויסן איינמאל פאר אלעמאל וואסערע גרויסע שקצים די ציונים זענען…
א שטארקע טענה, אבער דא מאכט זיך שוין א פראבלעם. וואס איז שוין ווייטער?
אינעם גליון "דער אוצר" סיון תשע"א ברענגט ער אן העתקה פונעם ספר מקור ברוך אויף שיר השירים, וואס איז מיוחס צו איינעם פון די חכמי ישראל מגולי ספרד זצ"ל (וואס איז געדרוקט געווארן אין קושטא אין שנת של"ו, וואס ער איז מבאר די הארבקייטן פון די השלש שבועות און דעם איסור דחיקת הקץ, אינמיטן די ביאור רעדט ער אויך פון די שבועה שלא לגלות מסתורין לעכו"ם, אז מ'טאר נישט דערציילן פאר די גוים די אידישע פארבארגענישן, שרייבט ער בזה"ל:
ושלא נגיד לאומות למה אנחנו משפילים את עצמינו, ושאר סודות שאמרנו, מפני דרכי שלום, פן יתחכמו גם כן עלינו וישעבדונו יותר מדאי, ויתנו בשרינו לחרב וחנק סקילה ושריפה. ובלי ספק כי הגוים שידעו זה הסוד, הם מבקשים לנו הכליה וההשחתה בכל המקומות אשר עברנו לגור שם. וזהו שאמרו ז"ל אם תגידו הסוד בלי ספק שיהרגו אתכם כאחד הצבאים ואילות השדה ויקחו ממונכם, לפיכך כבוד אלקים הסתר דבר, ואפילו שכבוד מלכים חקור דבר, להלבין כי לא מצד עון אנו גולים, אלא מטעם סתום וחתום, אומרת כנסת ישראל כי יפה לנו העלמת הודעה בסוד זה מגילוייו, פן יסוף כבודינו בחקר וגילוי דבר ביד הרשעים, ע"ש.
שרעקעדיגע ווערטער.
זאל דער אויבערשטער אפהיטן כלל ישראל אז די גוים זאלן נישט אנהייבן מאכן אונזערע חשבונות. נבוזראדן האט זיך אנגענומען פאר די בלוט פאר גדליה בן אחיקם וואס האט געקאכט אין בית המקדש, אן ער האט עס געטון ווי א גוי... און ער האט אויסגע'שחט'ן הונדערטער טויזנטער ערליכע הייליגע קדושים וטהורים אשר כזוהר הרקיע מזהירים.
אדער דער רוימישע קיסר וואס האט זיך אנגענומען פאר די רעכטן פון יוסף הצדיק און האט גע'הרג'ט די צען הייליגסטע אידן ביי כלל ישראל מאז היתה לגוי (אדער כמעט די הייליגסטע. ס'איז א מחלוקה ווער ס'געווען גרעסער במעלה, משה רבינו אדער רבי עקיבא, אבער דארט ערגעץ אויבן און אזוי הויך זענען זיי געווען, אז זיי זענען אויסדערוועלט געווארן אלץ א כפרה פאר דעם חטא).
אך און וויי איז געווען פאר כלל ישראל ווען די גוים האבן זיך אנגענומען פאר די רעכטן פון די בא'עולה'טע אידן. ה' ישמרנו אז זיי זאלן זיין וויסן פון דעם אני מתיר וכו', טוען זיי גאר דעם רצון ה'... רח"ל.
קומט אויס אז דעיס איז נישט סתם אזוי ווי א שיעור פאה, וואס יעדער פרומער קען מחמיר זיין און צולייגן כפי יד ה' הטובה עליו. ס'איז נענטער ווי א שפיל מיט פייער אשר תוצאותיו מי ישורנה.
איז אזוי.
אויב וואלט דער רבי געהייסן אזוי טאן, ניחא. ער איז געווען בקי בכל מכמני תורה, און ער האט נאך געוואוסט און פארשטאנען וויפיל איך ווייס און פארשטיי, און זיין דעת איז מכריע והלכה כמותו. אבער היות אז דער רבי האט דאס קיינמאל נישט געהייסן יא טון, ולא עוד ער האט עס למעשה קיינמאל נישט געטון – הגם ער האט געהאט אסאך געלעגנהייטן, איז דאס לכאורה א לימוד אז מ'זאל עס נישט טון.
און אפילו אויב וועל מיר אננעמען אז ס'איז נישט קיין לימוד אויף נישט צו טאן, גלייב איך אז מ'דארף עטליעסט האבן א שטארקע דעת תורה פון רבנים פוסקים תלמיד רביה"ק און זענען אויסגעקאכט אין זיין דרך, און זיי זאלן פסק'ענען אז מ'מעג און מ'דארף עס טון.
און נאך איין פונקט. אין יענע צייט ביים רבי'ן ווען מ'האט געאישוט פרעס רעליעסעס פאר אין נאך די פראטעסטן זענען די רבנים וואס האבן געקענט ענגליש געזען שבעה נקיים אויפ'ן נוסח און זיכער געמאכט אז מ'זאגט נאר וואס מ'דארף און מ'רעדט נישט וואס מ'דארף נישט, כידוע.
דעמאלט איז עס אריין אין די צייטונג, וואס היום כאן ומחר בגארבידזש, (הגם מ'קען צוקומען דערצו אין לייבערי, אבער ס'איז נישט קיין זאך וואס יד הכל ממשמשין בו), ווידער היינטיגע צייטן ווען מ'לייגט עפעס ארויף אויפ'ן אינטערנעט ימ"ש בלייבט עס לייוו, און יעדער קען צוקומען דערצו מיט א פלעינע סורטש. דארף מען לכאורה נאך מער אכט געבן און ממש זיפן יעדעס ווארט בי"ג נפה, און נישט סתם "מסביר זיין" פאר די גאס וואס ס'לאזט זיך און ווען ס'לאזט זיך.
א קורצע חזרה.
1) דער רבי האט נישט געהאלטן פון דערציילן אלעס פאר די גאס.
2) ס'שיינט אז דער רבי האט דוקא נישט געוואלט מ'זאל עס מפרסם זיין.
3) ס'קען זיין א גרויסע סכנה פאר כלל ישראל, און ס'דארף א שטארקע דעת תורה.
4) ס'בלייבט א לעבעדיגע צוגענגליכע לייוו פיעד לעולם אויף די נעט. דארף מען נאך מער א דעת תורה.
מעגליך אז ס'איז נאר א המשך צו אנדערע אקטיווע אשכולות, אבער היות ס'נישט ממש געבינדן צו יענע שמועסן האב איך באשלאסן עס לייגן עקסטער, און העכסטנס צולייגן אהין א מראה מקום אהער.

זייער שיין צונומען די זאך.