געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג יוני 16, 2014 2:58 pm
און אז ס'איז צוריק אויפגעוועקט געווארן דער שמועס.
דא איז אטאטשירט א פרעס ריליס פון די התאחדות הרבנים בשנת תשי"ח איידער א פראטעסט אין מאנהעטן. אינעם נוסח ווערט צוערשט דערמאנט אז ציונות בעצם איז קעגן די פרינציפן פון די אידישע אמונה, הערשט דערנאך הייבט מען אן רעדן איבער די גזירות.
- עטעטשמענטס
-
- pr1968.pdf
- (161.01 KiB) געדאון לאודעד 27 מאל
Advertisement
מאנטאג יוני 16, 2014 4:51 pm
ס'קוקט מיר אויס אז 'דעפרעסט' איז נישט געווען הונדערט פראצענט באהאוונט אין דעם שמועס דא, ווייל דער דאקומענט וואס ער האט ארויפגעשטעלט אלס ראי' פארקערט וואס איך האב געשריבן ביז אהער, אז מדארף יא לערנען מיט די גוים ויואל משה, איז ממש פון מופרך ארויס פונעם מכתב אליין, ומשם ראי' ממש להיפך מדבריהם.
דער פרעס רעליס שרייבט דא זייער פשוט ממש אקוראט די ווערטער וואס דער רבי זאגט כסדר אז ס'איז א חילול ה' נורא אז כלל ישראל האט אוועקגעווארפן די תורה און דאס דארף מען אויסשרייען אז ניין, עוד ישראל רד עם ק-ל, און אט דאס ממש שטייט אינעם פרעס רעליס, אז ציונות [וואס קלעימט אז מ'קען זיין און מ'איז א איד אפילו אן תורה ומצות] איז א פארפעלטשונג פון די אמת'ע תורה און איר טראדיציע, ווייל א איד איז נאר א שומר תורה ומצות לא זולת. (און טאקע די זעלבע ווערטער שרייבט דער מהרש"ב אין דעם בריוו וואס מ'האט דא געברענגט אויבן.)
און ווי מען זעט ווייטער אינעם המשך פונעם פרעס רעליס, איז ער מסביר כראי' לדבריו, און ער רעכנט אויס אז די ציונים האבן אויסגע'שמד'ט טויזנטער אידישע קינדער געצווינגענערהייט, און אלע זייערע גזירות און חקים קעגן די תורה הק'.
ס'איז דאך אזוי קלאר און דייטליך פאר ווער עס וויל קוקן גראד, מ'דארף נאר וועלן.
מאנטאג יוני 16, 2014 5:04 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:ברעיקינג ניוז!!!
אפריון נמטי פאר אלע מגיבים אין דעם אשכול. איך האב נארוואס באקומען אין אישי אז "נטרונא" האט ערהאלטן א גאנצער טויזנטער אין א דירעקטע רעזולטאט פון דעם שמועס!
ווען איך זאל וויסן אז דער מנהג איז נאכצוברענגען וואס יענער שרייבט אין אישי, וואלט איך דאך געטוהן פארקערט אויך, איך וואלט נאכגעברענגט וואס דו האסט געשריבן צו מיר, און דערמיט געפראוו'ד מיינע 'סייד נאוטס'.
אבער נישט געזארגט ידידי.. איך וועל עס נישט טוהן, כדי שלא יהא הטפל עיקר והעיקר טפל.
מאנטאג יוני 16, 2014 5:06 pm
תהלים איד די ביסט דער נדבן? אדער די אישי שיקער?.
מאנטאג יוני 16, 2014 5:07 pm
כ'מיין אז ביידע….
מאנטאג יוני 16, 2014 5:14 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז 'דעפרעסט' איז נישט געווען הונדערט פראצענט באהאוונט אין דעם שמועס דא, ווייל דער דאקומענט וואס ער האט ארויפגעשטעלט אלס ראי' פארקערט וואס איך האב געשריבן ביז אהער, אז מדארף יא לערנען מיט די גוים ויואל משה, איז ממש פון מופרך ארויס פונעם מכתב אליין, ומשם ראי' ממש להיפך מדבריהם.
דער פרעס רעליס שרייבט דא זייער פשוט ממש אקוראט די ווערטער וואס דער רבי זאגט כסדר אז ס'איז א חילול ה' נורא אז כלל ישראל האט אוועקגעווארפן די תורה און דאס דארף מען אויסשרייען אז ניין, עוד ישראל רד עם ק-ל, און אט דאס ממש שטייט אינעם פרעס רעליס, אז ציונות [וואס קלעימט אז מ'קען זיין און מ'איז א איד אפילו אן תורה ומצות] איז א פארפעלטשונג פון די אמת'ע תורה און איר טראדיציע, ווייל א איד איז נאר א שומר תורה ומצות לא זולת. (און טאקע די זעלבע ווערטער שרייבט דער מהרש"ב אין דעם בריוו וואס מ'האט דא געברענגט אויבן.)
און ווי מען זעט ווייטער אינעם המשך פונעם פרעס רעליס, איז ער מסביר כראי' לדבריו, און ער רעכנט אויס אז די ציונים האבן אויסגע'שמד'ט טויזנטער אידישע קינדער געצווינגענערהייט, און אלע זייערע גזירות און חקים קעגן די תורה הק'.
ס'איז דאך אזוי קלאר און דייטליך פאר ווער עס וויל קוקן גראד, מ'דארף נאר וועלן.
ריכטיג, כזעה נישט אינעם פרעס רעליס קיין ווארט איבער גלות וגאולה, ביאת המשיח, רוממות עם ישראל וכו' וכו', נאר איין ווארט ציונות איז שמד ווייל זיי רייסן אויס די תורה מיט צוואנג.
יישר כח דעפרעסט פארן דאקומענט, האסט אפשר דעם המשך דערפון? סקוקט אויס ווי ספעלט דער אויסלאז,
מאנטאג יוני 16, 2014 5:21 pm
לכאורה האט הרב דעפרעסט געמיינט צו זאגן אז אינעם הקדמה-שטיקל שטייט די ווערטער "ציונות איז קעגן אונזערע פרינציפן", וואס דאס מיינט מען נישט זייער גיין אן א קאפל, נאר זייער מאכן א מדינה (וואס דאס איז דער באדייט פון דאס ווארט ציונות סיי ביי אונז און סיי ביי די גויים).
והצדק עמו.
נאר וואזשע דען, למעשה שטייט נישט ארויס אינעם פרעס רעליס קלאר אז "די מדינה פארטרעט אונז נישט", כפי שכבר ביארנו וידוע לכל יודע חן אז מען האט דעמאלס זייער געציטערט צו שרייבן די ווערטער, ורבינו בעצמו זעק על זה בשנת תשכ"א. (הא? פרעגסט פארוואס איך דארף עס זאגן נאכאמאל? אקעי, איך גיי באלד באשטעלן א פאפעגיי

).
מאנטאג יוני 16, 2014 5:36 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:לכאורה האט הרב דעפרעסט געמיינט צו זאגן אז אינעם הקדמה-שטיקל שטייט די ווערטער "ציונות איז קעגן אונזערע פרינציפן", וואס דאס מיינט מען נישט זייער גיין אן א קאפל, נאר זייער מאכן א מדינה (וואס דאס איז דער באדייט פון דאס ווארט ציונות סיי ביי אונז און סיי ביי די גויים). והצדק עמו.
נאר וואזשע דען, למעשה שטייט נישט ארויס אינעם פרעס רעליס קלאר אז "די מדינה פארטרעט אונז נישט", כפי שכבר ביארנו וידוע לכל יודע חן אז מען האט דעמאלס זייער געציטערט צו שרייבן די ווערטער, ורבינו בעצמו זעק על זה בשנת תשכ"א. (הא? פרעגסט פארוואס איך דארף עס זאגן נאכאמאל? אקעי, איך גיי באלד באשטעלן א פאפעגיי

).
כ'גלייך ליצנות, אבער אין די טשיקאווע נייעס אשכול. אין דעם אשכול פרוביר איך זייער זיך צו האלטן ערנסט, רואיג און צו די פוינט.
איך ברענג פונעם פרעס רעליעס אליין נאך א ראיה אז דער סגנון גייט לויט ווי פארשטיי עס, און דער תהלים איז איז מסביר אז מ'קען אריינלערנען אנדערש אויך אינעם אנהויב ארטיקל.
כל הכבוד לו. דאס פרעגט נישט אפ מיין הוכחה, און נישט דעם היוצא לנו מזה.
מאנטאג יוני 16, 2014 5:43 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:כ'גלייך ליצנות, אבער אין די טשיקאווע נייעס אשכול. אין דעם אשכול פרוביר איך זייער זיך צו האלטן ערנסט, רואיג און צו די פוינט.
און איך גלייך רעטאריק, אבער נאר ביי פאליטישע אשכולות.
זאל ער קומען האט געשריבן:איך ברענג פונעם פרעס רעליעס אליין נאך א ראיה אז דער סגנון גייט לויט ווי פארשטיי עס, און דער תהלים איז איז מסביר אז מ'קען אריינלערנען אנדערש אויך אינעם אנהויב ארטיקל.
איך האב דיר יא אפגעפרעגט, מכל וכל.
אין דעם פרעס רעליס זעהסטו צוויי זאכן.
1) אז דער רבי האט יא געשריבן אז "ציונות איז קעגן די תורה", דאס מיינט אז מען טאר נישט האבן א מדינה.
2) אז דער גאנצער איבריגער פרעס רעליס, אויף וואס דו ווילסט בויען, רעדט "בכלל נישט" אז די מדינה פארטרעט אונז נישט, און דאס פרעגט אפ דיין פשט'ל ארויסצולערנען פון דא אז אלע דרשות פון רבי'ן בנוגע חיוב הודעה לעמים נגד המדינה מיינט ער לגבי אז 'זיי פארטרעטן אונז נישט ווייל זיי זענען כופרים'. דא זעהט מען אז דאס שטייט אויך נישט. פארוואס? וועגן וגו' (פאפעגיי).
מאנטאג יוני 16, 2014 5:47 pm
און יעצט זעה איך אז אפילו דעם מהרש"ב ווילסטו שוין אויך פארדרייען לצידך. טאטע אין הימל.
דיין הנחה איז געווען אז מען מעג נאר זאגן אז זיי זענען 'כופרים', אבער נישט אז א 'מדינה איז נגד התורה'.
דער מהרש"ב זאגט קלאר ביידע זאכן באזונדער! באזונדער מיינט באזונדער. איינס אז זיי פירן זיך שלא עפ"י תורה, און איינס אז זייער לאומיות איז נגד התורה (שלש שבועות!).
מאנטאג יוני 16, 2014 5:59 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:און יעצט זעה איך אז אפילו דעם מהרש"ב ווילסטו שוין אויך פארדרייען לצידך.
אויב זעסטו עס ערשט יעצט, אפשר ווארטסטו נאך אביסל וועסטו כאפן אז דו ווייסט נישט וואס איך האב בכלל געזאגט.
איך הייב יעצט אן צו גלייבן אז דו טענה'סטעך סתם אזוי מיט מיר, בו בזמן אז ס'קען גאר זיין אז ווען דו וואלטסט געוואוסט וואס איך זאג, וואלסטו געזען אז איך זאג דאס שוין די גאנצע צייט.
דו שרייבסט:
דער תהילים איד האט געשריבן:דיין הנחה איז געווען אז מען מעג נאר זאגן אז זיי זענען 'כופרים', אבער נישט אז א 'מדינה איז נגד התורה'.
דעס איז קיינמאל נישט געווען מיין הנחה.
קוק איבער ביטע מיין געשרייבעכץ ביז אהער, און ווארט אביסל צו כאפן וואס איך שרייב באמת.
איך האב נאר געזאגט איין פונקט. מ'טאר נישט דערציילן פאר די גוים פונקטליך "פארוואס" די מדינה איז נגד התורה, דהיינו די איסורים פון די שלש שבועות.
נישט אז מ'טאר עס נישט זאגן פאר אידן בשעת'ן שטיין אין די גאס.
נישט אז מ'מעג נאר זאגן אז זיי זענען כופרים.
און נישט קיין שום נייע סך הכל וואס דו גייסט אריינלייגן אין מיינע ווערטער.
און מיט די איינע פוינט האסטו מיר קיינמאל נישט "אפגעוואנדן" מיט גארנישט. (אפילו אויב מ'רעכנט אריין די 'רמזים' אין די סייד נאוטס).
מאנטאג יוני 16, 2014 6:02 pm
מ'קען פלאצן. איך גיי גארנישט ענטפערן. אויב איז דא איינער וואס האט מיטגעהאלטן די שמועס ביז אהער, ווייסט ער פארוואס.
א גוטע נאכט.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:07 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:מ'קען פלאצן. איך גיי גארנישט ענטפערן. אויב איז דא איינער וואס האט מיטגעהאלטן די שמועס ביז אהער, ווייסט ער פארוואס.
א גוטע נאכט.
איך בין דיר מוחל די איינמאל, אבער גיי ביטע סתם איבער נאכאמאל די אשכול פון אנהייב, אן קיין נגיעות און ליין מיט פרישקייט ווי דאס ערשטע מאל אן קיין פאפעגייעס, וועסטו פארשטיין וואס יעדער פארשטייט, און וועסט בכלל נישט ענטפערן, נישט נאר סטאפן נאך עטליכע בלעטער.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:11 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:און יעצט זעה איך אז אפילו דעם מהרש"ב ווילסטו שוין אויך פארדרייען לצידך. טאטע אין הימל.
דיין הנחה איז געווען אז מען מעג נאר זאגן אז זיי זענען 'כופרים', אבער נישט אז א 'מדינה איז נגד התורה'.
דער מהרש"ב זאגט קלאר ביידע זאכן באזונדער! באזונדער מיינט באזונדער. איינס אז זיי פירן זיך שלא עפ"י תורה, און איינס אז זייער לאומיות איז נגד התורה (שלש שבועות!).
'זייער לאומיות איז נגד התורה' מיינט 'שלש שבועות'? (איך פרעג, כ'האב נישט געזען במקור)
מאנטאג יוני 16, 2014 6:12 pm
זאלער, ווען דו טרעספט די "יעדער" וואס האט פארשטאנען וואס דו ווילסט - סיי אין גירסא א' און סיי אין גירסא ב' און סיי יעצט אין גירסא ג', און וויאזוי די ראיות צו גירסא א' זענען געווארן אויס ביי גירסא ב' אבער זיי קומען צוריק ביי גירסא ג', און פארוואס גירסא ג' איז טאקע א סתירה צו גירסא א' אבער נישט צו גירסא ב' - דאן זאג איך דיר צו אז איך גיי ווייטער.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:15 pm
דאס איז דיין פראבלעם נישטא קיין גירסא נישטא קיין א"ב, פליז הייב אן פון אנהייב.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:19 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:דער תהילים איד האט געשריבן:און יעצט זעה איך אז אפילו דעם מהרש"ב ווילסטו שוין אויך פארדרייען לצידך.
אויב זעסטו עס ערשט יעצט, אפשר ווארטסטו נאך אביסל וועסטו כאפן אז דו ווייסט נישט וואס איך האב בכלל געזאגט.
איך הייב יעצט אן צו גלייבן אז דו טענה'סטעך סתם אזוי מיט מיר, בו בזמן אז ס'קען גאר זיין אז ווען דו וואלטסט געוואוסט וואס איך זאג, וואלסטו געזען אז איך זאג דאס שוין די גאנצע צייט.
דו שרייבסט:
דער תהילים איד האט געשריבן:דיין הנחה איז געווען אז מען מעג נאר זאגן אז זיי זענען 'כופרים', אבער נישט אז א 'מדינה איז נגד התורה'.
דעס איז קיינמאל נישט געווען מיין הנחה.
איך האב נאר געזאגט איין פונקט. מ'טאר נישט דערציילן פאר די גוים פונקטליך "פארוואס" די מדינה איז נגד התורה, דהיינו די איסורים פון די שלש שבועות.
איך האב אביסעלע איבערקוקט סתם פאר אינטערעסאנקייט, דו שרייבסט יא אז די רבי האט נישט געוואלט מפרסם זיין אז די עצם מדינה איז נגד התורה, דא האסטו איינס:
"יב. די מצוה אז מ'דארף מגלה זיין פאר די גאס אז דער עצם קיום המדינה פאר ביאת משיח איז נגד התורה, און דער קאנסעפט אז "יהודי לא ציוני" שטאמט פון די נטורי קרתא"
שרייבסט נישט דעם "פארוואס" דארט, נאר בכלל, נישט זאגן אז די עצם קיום המדינה פאר ביאת משיח איז נגד התורה.
און מיר האט עס אויסגעקוקט אז די גאנצע וויכוח דא צווישן דיר און תהילים איד איז אויף דעם געבויט, אזוי זעט מען פון אלע דיינע תגובות, קען זיין איך לייען נישט גוט.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:20 pm
זאלער ידידי, איך גלייב אז יעדער וואס האט מיטגעהאלטן די שמועס וועט צושטימען אז איך האב גערעדט קלארע ווערטער, וואס יא און וואס נישט, און דו האסט געשריבן לאנגע פשטלעך, און ווען איך האב געמאכט א סך הכל פון דיינע ווערטער און פרובירט צו "טרעפן דיין שיטה", האסטו זיך געטענה'ט מיט מיר א בלאט און הערשט דערנאך געטוישט די סל הכל, מיט א פרישע דרשה.
וועלכע סך הכל איך זאל נאר אננעמען, שטימט נישט א אנדערע האלב פון די דרשות, סוי פארוואס גיין דא ווייטער מיט אזא שמועס אין די צייט וואס איך בין קאנפעדענט אז ווער עס וויל ארויסנעמען פון דא שיטת רבינו דער האט עס שוין זייער קלאר?
מאנטאג יוני 16, 2014 6:42 pm
קרעפטיג האט געשריבן:זאל ער קומען האט געשריבן:דער תהילים איד האט געשריבן:און יעצט זעה איך אז אפילו דעם מהרש"ב ווילסטו שוין אויך פארדרייען לצידך.
אויב זעסטו עס ערשט יעצט, אפשר ווארטסטו נאך אביסל וועסטו כאפן אז דו ווייסט נישט וואס איך האב בכלל געזאגט.
איך הייב יעצט אן צו גלייבן אז דו טענה'סטעך סתם אזוי מיט מיר, בו בזמן אז ס'קען גאר זיין אז ווען דו וואלטסט געוואוסט וואס איך זאג, וואלסטו געזען אז איך זאג דאס שוין די גאנצע צייט.
דו שרייבסט:
דער תהילים איד האט געשריבן:דיין הנחה איז געווען אז מען מעג נאר זאגן אז זיי זענען 'כופרים', אבער נישט אז א 'מדינה איז נגד התורה'.
דעס איז קיינמאל נישט געווען מיין הנחה.
איך האב נאר געזאגט איין פונקט. מ'טאר נישט דערציילן פאר די גוים פונקטליך "פארוואס" די מדינה איז נגד התורה, דהיינו די איסורים פון די שלש שבועות.
איך האב אביסעלע איבערקוקט סתם פאר אינטערעסאנקייט, דו שרייבסט יא אז די רבי האט נישט געוואלט מפרסם זיין אז די עצם מדינה איז נגד התורה, דא האסטו איינס:
"יב. די מצוה אז מ'דארף מגלה זיין פאר די גאס אז דער עצם קיום המדינה פאר ביאת משיח איז נגד התורה, און דער קאנסעפט אז "יהודי לא ציוני" שטאמט פון די נטורי קרתא"
שרייבסט נישט דעם "פארוואס" דארט, נאר בכלל, נישט זאגן אז די עצם קיום המדינה פאר ביאת משיח איז נגד התורה.
און מיר האט עס אויסגעקוקט אז די גאנצע וויכוח דא צווישן דיר און תהילים איד איז אויף דעם געבויט, אזוי זעט מען פון אלע דיינע תגובות, קען זיין איך לייען נישט גוט.
סאיז היינו הך, דער איסור פון נעמען א מדינה פאר די צייט איז נכלל אין די ג' שבועות, אין ויואל משה איז עס מבואר באריכות נפלא יעדער פרט ופרט ואכ"מ, און אין דעם אויבנדערמאנטן פרעס רעליס ווערט נישט דערמאנט פון דעם אלעם אפס קצהו,
שטייט נישט
אז אין ישראל נגאלין אלא בתשובה
אז א גאולה ומדינה לפני ביאת המשיח איז א כפירה בהשגחת הבורא
אז אליהו דארף קומען פאר די גאולה
דער איסור פון שלא ידחקו את הקץ
דער איסור פון שלא יעלו בחומה
דער איסור פון שלא ימרדו באומות
אז דעמאקראטיע ביי איד איז כפירה וועגן חיוב ערבות
ועוד ועוד וואס איז מבואר באר היטב אין ויואל משה
שטייט איין זאך שהם שתים
אז מיר גלייבן אין אמיתיית התורה און די רעליגיעזע געזעצן,
און מיר טוען דערקלערן אז ציונות (לאומיות, ישראל הוא עם ככל העמים בלא תורה) איז א קלארע פעלטשונג פון די אידישע טראדיציע און וועליוס,
און רעכנט נאכדעם אויס א גאנצע רשימה וואס די ציונים טוען אלץ אויסצורייסן די תורה און אפצושמד'ן דעם אידענטום
וואס האט דאס מיט א מדינה און שלש שבועות,
דאס איז געווען דער רעיון הציונות מיום הווסדה און זיי האבן דאס געטון 50 יאר פאר זיי האבן באקומען א מדינה, כמובן אז מיט א כח המדינה האבן זיי באקומען א שטערקערן כח דאס אויסצופירן רח"ל,
פארוואס דארף מען אריינלערנען פשטים אין ווערטער וואס שטייען אזוי אפן ארויס,
לעצט פאראכטן דורך
סטראשעלע אום מאנטאג יוני 16, 2014 6:53 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 16, 2014 6:44 pm
איר האט געביטן דעם ניק בטעות, ביטע פארעכטן - אויב מ'קען.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:49 pm
איך האב נישט קיין צוויי ניקס, ווי געזאגט שוין. סארי אז נאך פארשטייען דעם רבי'ן שיטה אזוי ווי איך.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:55 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:דער רבי האט געשריבן אז מ'דארף מפרסם זיין אז די מדינה פארטרעט נישט כלל ישראל. אוודאי. איך שרייב אויך אזוי. אבער די שאלה איז א גאנצע צייט -- פארוואס?
ווייל די מדינה איז קעגן די שלש שבועות?
אדער ווייל די מדינה איז נגד שמירת התורה?
ווייל די מדינה איז גוזר גזירות?
ווייל די מדינה פירער זאגן אז מ'קען זיין א איד אן די תורה?
ס'קען זיין אז פון אזויפיל שרייבן איז געווען פליטת הקולמוס. אבער מיין שיטה האט זיך נישט געטוישט, און ס'קען זיין אז ארויסגעשניטן פון א לאנגע תגובה האט זיך דער מכוון פאררוקט.
(און אויב איז דאס געווען די סיבה פארוואס דער לוחם איז אזוי אייפערדיג, זייטס מיר מוחל).
איך טויש נישט מיין מהלך. מיין ווייטאג איז געווען און איז, אז מ'לערנט מיט די גוים "ברטנורא" ווי אין קעפל.
דהיינו אז מ'גייט אריין אין די דיטעילס פארוואס די מדינה איז אסור.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:56 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:איך האב נישט קיין צוויי ניקס, ווי געזאגט שוין. סארי אז נאך פארשטייען דעם רבי'ן שיטה אזוי ווי איך.
אויש, גערעכט, סתם א טעות געווען...
סטראשעלע, וואס ווילסטו זאגן מיט דיין תגובה? נטרונא האט געשטעלט א מגיד שיעור אויף ויואל משה אויף די ראדיא? אדער האבן זיי אפגעשיקט א ויואל משה צום ווייסן הויז?
כ'האב גארנישט געהערט דערפון.
מאנטאג יוני 16, 2014 6:58 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:זאל ער קומען האט געשריבן:איך האב נישט קיין צוויי ניקס, ווי געזאגט שוין. סארי אז נאך פארשטייען דעם רבי'ן שיטה אזוי ווי איך.
אויש, גערעכט, סתם א טעות געווען...
סטראשעלע, וואס ווילסטו זאגן מיט דיין תגובה? נטרונא האט געשטעלט א מגיד שיעור אויף ויואל משה אויף די ראדיא? אדער האבן זיי אפגעשיקט א ויואל משה צום ווייסן הויז?
כ'האב גארנישט געהערט דערפון.
וואס כהאב געוואלט זאגן האב איך געזאגט, ווער ספארשטייט פארשטייט, אין לי כח לפלפולים של הבל
מאנטאג יוני 16, 2014 7:00 pm
אין לו כח.