כ'האב א סוד, ווילסט עכט 'וויסן'?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

כ'האב א סוד, ווילסט עכט 'וויסן'?

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 08, 2014 6:13 pm

שוין לאנג וואס איך דריי זיך ארום מיט א שאלה, און ווען כ'האב געמיינט אז איך בין הונדערט פראצענט זיכער מיט די תשובה האט זיך די אנדערע זייט נאכאמאל גובר געווען…

והנה, ווען איינער זאל קומען און זאגן: איך האב א מורא'דיגע אינטערסאנטע שרעקעדיגע סוד ממש אז דיין גאנצע קוק אויף די וועלט אין אלעס אין איר גייט זיך טוישן מקצה אל קצה. איך קען עס דיר מגלה זיין. ווילסט עס וויסן?
אני כשלעצמי, איך שפרינג אויף… סא'שאלה? דו פרעגסט נאך? שוין געב ארויס! דערצייל אאאאאלעס וואס דו ווייסט! נא…
- אבער… איין מינוט. די מעשה מיט דעם גרויסן סוד איז, אז דו גייסט קיינמאל נישט קענען קיינעם דערציילן גארנישט וואס דו ווערסט געוואויר! ולא עוד, דו וועסט קיינמאל נישט טארן פארסן קיין שום באשלוס אויף דער וועלט וואס וועט ארויסווייזן אז דו ווייסט דעם סוד. ביום אכלך ממנו מות תמות. ס'נישט קיין ווערטל, ס'איז אן העכערער ענין, מסתורין דמלכא, און דו גייסט באמת בשום אופן שבעולם נישט קענען מיטטיילן מיט קיינעם אויף דער וועלט איז דו באזיצט די ידיעה.
ווילסט נאך אלץ וויסן דעם סוד?

בשעתו, נאכ'ן שוויצן און זייער דרינגליך דורכטראכן ביידע צדדים האב איך באשלאסן אויף זיכער איז איך האב נישט קיין נוצן פון וויסן א זאך וואס כ'על קיינמאל נישט קענען נוצן אויף למעשה. ולא עוד, כ'על זען זאכן וואס איך וועל וויסן אז מ'דארף לכאורה טון אנדערש אבער איך טאר גארנישט אריינרעדן, און אויב אזוי מה לי ולצרה הזאת? סתם אזוי זיך ארום דרייען מיט צער ומכאוב?

פון די אנדערע זייט אבער, פלעגט דער קאצקער זאגן יוסיף דעת איז טאקע יוסיף מכאוב, אבער ס'לוינט זיך… דו ווייסט! דו ביסט 'אין'. קיינער ווייסט נישט. דו יא. דו ביסט באמת מער ברוחב הידיעה. דו האסט באמת א קנין וואס דו האסט נישט געהאט בעפאר.

לאמיר זאגן אז ס'איז א רוחניות'דיגע באגריף, אן השגה, וואס כשלעצמו איז עס תורה, און באמת א דערגרייכונג פאר יעדן וואס ווייסט עס, אבער מ'טאר נישט דערציילן. ווילסטו עס וויסן? מ'טרעפט ביי צדיקים וקדושים וואס האבן געהאט גרויסע השגות בסודות התורה אבער זיי האבן עס נישט געטארט מגלה זיין, ווי רבי שמשון אוסטראפאלער שרייבט, ומתוך אהבתו דמר אגלה… והוא רחום יכפר. דאס האט ער מגלה געווען, און וויפיל האט ער נישט מגלה געווען? אדער די בעלי קבלה מעשית וואס האבן זיך קיינמאל נישט באנוצט מיט דעם וואס זיי האבן געוואוסט און געקענט. און ווער ווייסט וויפיל די צדיקים האבן געוואוסט און קיינמאל נישט דערציילט אז זיי ווייסן.

וואלט איך עס עכט געוואלט וויסן? אדער היות איך קען קיינמאל נישט און טאר קיינמאל מיטטיילן מיט קיינעם, ווייס איך אויך נישט און ס'איז בעסער אזוי?

ס'ברענגט מיר אן אנדערע טייטש אין די שאלה: דו ווייסטו וואס דו רעדסט, אדער דו רעדסט וואס דו ווייסט?… (אלעס וואס דו ווייסט מוזטו רעדן, אז נישט אז די ידיעה אויך נישט אינטערסאנט).

ס'איז טאקע דאמירן בעלמא לשם דאמירן בעלמא, אבער ס'מיר דאך אינטערסאנט וואס דער עולם האלט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 08, 2014 6:26 pm

אבער רעבע איך גיי עס אויך נישט טארן נוצן באהאלטענערהייט?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 08, 2014 6:30 pm

מען זאגט נאך פונעם רמב"ם אז אויב זאל מען געבן פאר א מענטש א געלעגנהייט ארויפצוגיין אין די אויבערשטע ספערן און זיך אומקוקן דארט וויפיל ער וויל, וועט דאס אים נישט אינטערסאנט זיין ווילאנג ער קען נישט מיטטיילן מיט אנדערע וואס ער האט דארט געזען.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 08, 2014 6:39 pm

נשמה האט געשריבן:אבער רעבע איך גיי עס אויך נישט טארן נוצן באהאלטענערהייט?

נוצן נאר אויף צו וואוסן, אבער נישט טון.

לכאורה, יש"כ.
כ'האב שוין געהערט פון דעם רמב"ם, אבער אויב קען מען באמת זיך אומקוקן אווי די צדיקי עליון, קען מען זיך טרעפן דארט מיט אנדערע צדיקים… ווי דער רבי ר' שמעלקא האט אנגערופן רבי ר' אלימלך און רבי זושא זי"ע די פולישע גנבים… ווייל זיי האבן זיך אריינגע'גנב'ט אין הימל נאך פאר סאיז געעפנט געווארן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 08, 2014 6:57 pm

מען קען נישט פארגלייכען ווייסען עפעס אין הימל, וואס איז דאך פאר א תכלית פאר עבודת השם, ווי א ידיעה בעלמה סתם לשם ידיעה. סתם "ידיעה" איז נאר צו געבן ווייטער. אז נישט איז נישט אינטערעסאנט אינגאנצן.

און ווי לכאורה ברענגט איז עס במקור פון די פריערדיגע. האסטו "אליין" געקלערט דערפון? שיין!! טראכסט גראד!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 08, 2014 7:53 pm

סתם וויסן?
ניין.
ס'דא אבער א וויסן וואס איז א מעשה פאר זיך.
ווי למשל אויב איך ווייס גדלות השם.
למשל אויב איך ווייס ווער זאלער איז.
דאס אויך נישט?
קיין נוצן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג יוני 08, 2014 10:51 pm

פארגעריד!!! דער סוד איז ארויסגערינען
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 11, 2014 3:05 pm

איך האב געמאכט א ספעשל אשכול פאר די סארט קוועטש
די רגע ס'קוועטשט שיק איהם אהין.
עט ער דיר לאזן אראפשלינגן די איבריגע
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג יולי 22, 2014 11:24 am

אינטערסאנטע נקודה למחשבה.


אגב, אז מ'רעדט פון סודות האסטו מיר דערמאנט וואס כ'האב אמאל געהערט פון אונזער קאלעגע 'אנעים זמירות'.
ער האט פארציילט אז ער גייט ארום מאכן מעדזשיק טריקס ביי שמחות און מסיבות פאר געלט, און איינמאל נאך א שמחה האט זיך א איד געשטעלט ביים טיר פון זאל און זאגט אים "איך לאז דיך נישט ארויס פון נאר אויב דו זאגסט מיר אויס דעם סוד וויאזוי דו מאכסט די קונצן". וויפיל ער האט זיך פראבירט צו בעטן אז דאס איז זיין פרנסה און ער קען זיך נישט ערלויבן אז מענטשן זאלן דאס געוואויר ווערן, האט יענער זיך געהאלטן ביי זיינס.

זעענדיג אז ער האט נישט קיין ברירה, זאגט ער צו דעם איד "הער אויס, איך גיי דיר עס פארציילן, אבער אזוי ווי איך האב מורא אז ווי נאר דו גייסט אוועקגיין פון דא וועסטו עס פארציילן פאר אנדערע מענטשן, וועל איך דיך מוזן הרג'נען תיכף דערנאך". דער איד טראכט א מינוט, און ער רופט זיך אן "ווייסטו וואס, פארצייל עס פאר מיין ווייב"...

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יולי 22, 2014 12:49 pm

לכאורה, מקור פליז, ביטע ברענג צו דעם מקור, ס'איז מיר זייער אינטערסאנט
--
זאלע, אין טעאריע איז מיר זייער שווער צו ענטפערן אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן, כ'דארף וואוסן פארדעם צענדליגער דיטעילס, וואס איז זייער שווער אויסצודמיונ'ען, סא וועלעך זיך האלטן שטיל.
יעצט אין פראקטיק, ווען סתם איינער קומט צו צו מיר מיט אזא פארשלאג, וואלטעך לכאורה רעאגירט "קריך שנעל אראפ פון מיר, אין גיי דיר וואו די שווארצע פעפער וואקסט"
ווען איינער וואס איך וואלט באמת געטראסט, לדוגמא אליהו הנביא אדער משה רבינו, קומט צו מיט אזא פארשלאג, וואלט געווען מיין רעאקציע "וואס די רבי וועט זאגן וועלעך פאלגען"

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יולי 22, 2014 3:15 pm

אז איך קען גארנישט האבן דערפון פארוואס זאל איך עס וויסן, אלא מאי טיף אינסייד טראכסטו אז מ'קען יא דערפון האבן עפעס.
הא?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יולי 22, 2014 5:42 pm

נשמה האט געשריבן:אז איך קען גארנישט האבן דערפון פארוואס זאל איך עס וויסן, אלא מאי טיף אינסייד טראכסטו אז מ'קען יא דערפון האבן עפעס.
הא?

אויב כ'קען טאקע ממש גארנישט האבן דערפון, טא, פארוואס פרעגסטו? אלא מאי ווילסט פשוט קריכען אויף מיינע נערווען, דעריבער האב איך אים געשיקט דארט וואו די שווארצע פעפער וואקסט.
משא"כ אז משה רבינו אליינס קומט צו מיר, איז דאך זיכער אז כ'וועל האבן דערפון, נאר וואס דען, כ'ווייס נישט צו לוינט זיך ווייל אין די מינוט וואס איינער ווערט געוואר אז כ'ווייס איז די דין מות תמות, דעריבער וועל איך פרעדן משה רבינו אליינס ער זאל מיר זאגן וואס צוטוהן.

baalegroifim
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

תגובהדורך baalegroifim » מיטוואך יולי 23, 2014 12:09 am

ווי לכתחילה האט שוין ערווענט איז רוחניות קיין פארגלייך צו די קשיא
מגעפין מיר אז דער הייליגער ארי הק' ביים שלאפן האט ער געלערנט און ווי ער האט אמאל נאכן שלאפן ווען מען האט געזען אז די ליפן שאקלען זיך ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער האט דאן געלערנט האט ער געזאגט אפילו אין זיבעציג יאר וועט ער נישט קענען אלעס אויסלערנען זעען מיר אז אפילו אויב סיז נישט מעגליך במציאות צו איבערזאגן דאך אין רוחניות האט ער עס געלערנט
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג יולי 24, 2014 4:06 pm

לכאורה האט געשריבן:מען זאגט נאך פונעם רמב"ם אז אויב זאל מען געבן פאר א מענטש א געלעגנהייט ארויפצוגיין אין די אויבערשטע ספערן און זיך אומקוקן דארט וויפיל ער וויל, וועט דאס אים נישט אינטערסאנט זיין ווילאנג ער קען נישט מיטטיילן מיט אנדערע וואס ער האט דארט געזען.

רמב"ם כמדומה שמהקור הוא בכאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דאנארשטאג יולי 24, 2014 7:34 pm

באקאנט די מעשה אז א געוויסע צדיק האט געלערנט א מוסר ספר און געזאגט אז פון די ספר גייט ער פאר קיינעם גארנישט נאכזאגן, אלעס וואס ער לערנט גייט בלייבן אין אים... כדי עס זאל האבן די ריכטיגע השפעה. ווייל די טבע פון א מענטש איז א ווען ער לערנט אדער ליינט עפעס טראכט ער מיניה וביה אז ער וועט האבן פאר וועם עס מיטצוטיילן, איך האב שוין א גוט ווארט! א גוטע מאמר!

צו רוכש זיין א ידיעה אן עס צו פארציילן פארן חבר איז גארנישט ווערד. ווער וועט דען וויסן וואס איך פארמאג? דו ווייסט וואס איך ווייס?

וואס איז אייוועלט? איך מיין די אנדערע חלק פון העלפן זיך איינער צו די צווייטן? און דאס איז: ״אויסטוישן ידיעות״, ווען נישט אייוועלט וואלט איינער געוויסט וואס לכתחילה אריבער פארמאגט אלס? וואלט איינער משיג געווען די שעפערישע טאלאנטען פון זאל ער קומען?

אלזא מיין מסכנה: א ידיעה מיט א באדינונג נישט צו פארציילן פאר איינעם איז בכלל נישט קיין ידיעה, עס איז א ידיעה במדבר.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:51 pm

אינטרעסאנט ארויסגעברענגט. זייער שיין. ייש"כ.

איז עס טאקע אזוי?

איך בין למשל געוואר געווארן זאכן און קיינעם נישט פארציילט. איך מיין ס'נישט ממש קיין כלל, אבער אסאך אמת ליגט דערין.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:10 pm

שטארקע נקודה!

קלאר ארויסגעברענגט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 28, 2014 6:06 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:מען זאגט נאך פונעם רמב"ם אז אויב זאל מען געבן פאר א מענטש א געלעגנהייט ארויפצוגיין אין די אויבערשטע ספערן און זיך אומקוקן דארט וויפיל ער וויל, וועט דאס אים נישט אינטערסאנט זיין ווילאנג ער קען נישט מיטטיילן מיט אנדערע וואס ער האט דארט געזען.

רמב"ם כמדומה שמהקור הוא בכאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5

דער נפוצות יהודה ברענגט עס פון פריערדיגע חכמים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט