בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 9:01 am
דורך מוזיקאליש
געהערט אמאל פין א גוטען איד ס'דא א יולדות און ס'דא א יולד,און אזוי ווי יעדער פארשטייט אז די יולדות דארף זיך אפריען מעג מען אויך פארשטיין אז דער מאן איז אויך אויסגעמיטשעט ,טאקע נישטא אויף אזא פארנעם ווי די פרוי אבער גענוג אז מען זאל עם זיך לאזען אביסעל אפריען.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 12:51 pm
דורך פיטום
כאטשיג פון כולל זאל מען אים מוותר זיין אביסל
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 9:27 pm
דורך כראפעץ
לכאורה האט געשריבן:ביי מיר איז איינגעפירט אז די יולדת און דאס קינד וויילן ביים שוויגער, בעת איך שלאף אינדערהיים.
דער מנהג איז כמובן נישט איינגעפירט געווארן ביים ערשטן קינד, אבער מיט די צייט איז דאס געווארן א פעסטע מנהג פון וואס מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא..
אפשר געסטו מיר אינסטראקשענס וויאזוי מען קומט אן דערצו?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 9:38 pm
דורך baalegroifim
יאך בין אויך געווען ביים שוויגער פיר וואכן אין גאר אן אנגעצויגענעם זמן.... פיטום די רעכט איז מיט אייך..... סבכלל נישט געשמאק...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 1:10 am
דורך אַבּערוואַס
כראפעץ האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ביי מיר איז איינגעפירט אז די יולדת און דאס קינד וויילן ביים שוויגער, בעת איך שלאף אינדערהיים.
דער מנהג איז כמובן נישט איינגעפירט געווארן ביים ערשטן קינד, אבער מיט די צייט איז דאס געווארן א פעסטע מנהג פון וואס מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא..
אפשר געסטו מיר אינסטראקשענס וויאזוי מען קומט אן דערצו?
דאס איז די סבה פארוואס דו קענסט נישט שלאפן ביינאכט!! ס'מיר נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן חלום! האבעך נישט קיין עצה פאדיר, העסט מוזן דורכשוויצן נאך אביסל אונטער די שפעציעלע אומשטענדן..!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 10:12 am
דורך פיטום
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 10:32 am
דורך דובי
וואס איך האב געטוהן ביים ערשטן קינד:
ערשטענס: ניץ אויס די צייט וואס די יולדת איז נאך אין שפיטאל, דעמאלטס בין איך ממש געווען א פרייע פויגל
ביים שוויגער בין איך אהיים געקומען זייער שפעט ביינאכט ווען די שוויגערס שלאפען שוין, אוי איז דאס א מחיה זיך צו דרייען ביים שוויגער ווי ביים טאטען אין וויינגארטען
אויפגעשטאנען בין איך פירע פארטאגס ווען די שוויגער שלאפט נאך
אהיים געלאפען צו מיין אייגענע היים אריינגעפאקט אין בעט ביז..... 12 איי איז דאס געווען געשמאק
איך האב ניטאמאל גענומען מיין וועש צום שוויגער
ניטאמאל גענוצט....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 10:34 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:16 pm
דורך לכאורה
דובי האט געשריבן:וואס איך האב געטוהן ביים ערשטן קינד:
ערשטענס: ניץ אויס די צייט וואס די יולדת איז נאך אין שפיטאל, דעמאלטס בין איך ממש געווען א פרייע פויגל
ביים שוויגער בין איך אהיים געקומען זייער שפעט ביינאכט ווען די שוויגערס שלאפען שוין, אוי איז דאס א מחיה זיך צו דרייען ביים שוויגער ווי ביים טאטען אין וויינגארטען
אויפגעשטאנען בין איך פירע פארטאגס ווען די שוויגער שלאפט נאך
אהיים געלאפען צו מיין אייגענע היים אריינגעפאקט אין בעט ביז..... 12 איי איז דאס געווען געשמאק
איך האב ניטאמאל גענומען מיין וועש צום שוויגער
ניטאמאל גענוצט....
ווען איך וואלט געהאט צוויי, וואלט איך נישט אנדערש געהאנדלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:17 pm
דורך לכאורה
כראפעץ האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ביי מיר איז איינגעפירט אז די יולדת און דאס קינד וויילן ביים שוויגער, בעת איך שלאף אינדערהיים.
דער מנהג איז כמובן נישט איינגעפירט געווארן ביים ערשטן קינד, אבער מיט די צייט איז דאס געווארן א פעסטע מנהג פון וואס מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא..
אפשר געסטו מיר אינסטראקשענס וויאזוי מען קומט אן דערצו?
קודם מוז מען וואוינען אביסל ווייטליך פון די שוויגער, און נאכדעם מוז מען האבן א שיעור קבוע וכדומה אין דעם לאקאלן שוהל נעבן די הויז.
יעצט נעמט מען דעם שיעור אלס תירוץ אז מען מוז שלאפן נאנט צום שוהל, און שוין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:29 pm
דורך דובי
לכאורה האט געשריבן:דובי האט געשריבן:וואס איך האב געטוהן ביים ערשטן קינד:
ערשטענס: ניץ אויס די צייט וואס די יולדת איז נאך אין שפיטאל, דעמאלטס בין איך ממש געווען א פרייע פויגל
ביים שוויגער בין איך אהיים געקומען זייער שפעט ביינאכט ווען די שוויגערס שלאפען שוין, אוי איז דאס א מחיה זיך צו דרייען ביים שוויגער ווי ביים טאטען אין וויינגארטען
אויפגעשטאנען בין איך פירע פארטאגס ווען די שוויגער שלאפט נאך
אהיים געלאפען צו מיין אייגענע היים אריינגעפאקט אין בעט ביז..... 12 איי איז דאס געווען געשמאק
איך האב ניטאמאל גענומען מיין וועש צום שוויגער
ניטאמאל גענוצט....
ווען איך וואלט געהאט צוויי, וואלט איך נישט אנדערש געהאנדלט
וואס די האסט נאר איינס??? ווי אזוי מאכט מען דאס???
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 02, 2014 10:43 pm
דורך עירמאנט'ער
?נישט יעדער האט צוויי
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 02, 2014 11:56 pm
דורך אַבּערוואַס
ווענצעך וויפיל טעכטער די שוויגער האט...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:36 am
דורך עירמאנט'ער
...די טעכטער זענען דאך צרות מן התורה
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:45 am
דורך זיי געזונט
ר' פיטום כ'האב געליינט דיין ארטיקל דורך שבת און שטארק הנאה געהאט... גראדע קען איך דיין שוויגער פארוואס מאכסטו עס אזוי געפערליך... מילא מיין שוויגער האלטסטו דאך מיט .... די גרויסע הויז ....... וכו'.....
אקעי זיי געזונט!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:15 am
דורך אנפין נהירין
אין עס דא וואס האבן נישט קיין שוויגער ווייל זיי האבן נאך נישט חתונה געהאט, סא ווער עס איז זאל זיך נישט אפרעדען
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צודעם
אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך זייער פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויפט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסט קיין פעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס גאנץ לעבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.
ווי עס שרייבט:
א מאן פון א יתומה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:56 am
דורך קהת
ווייסט איינער וועגן ארגיניזאציעס וואס שטעלן צו נאכטמאהל אדער בראנטש, אדער הילף אונדערהיים פאר א קימפעטארען?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:35 am
דורך עירמאנט'ער
?אין וועלכע שטאט? קאנטרי? דארף
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:10 am
דורך maybeeynot
קהת האט געשריבן:ווייסט איינער וועגן ארגיניזאציעס וואס שטעלן צו נאכטמאהל אדער בראנטש, אדער הילף אונדערהיים פאר א קימפעטארען?
אין וומ"ס איז דא א ארגעניזעשן עושה חסד
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:15 am
דורך maybeeynot
איך האב אויך איינמאל (פארשטייט זיך נישט ביי די ערשטע) געטוען ווי לכאורה אין מער וויל שוין מיין ווייב נישט גיין צו די שוויגער. זעט זיך אויס איך בין איר מער ווערט ווי די שוויגער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:42 am
דורך דובי
אוי איז עס געווען גוטע צייטן ווען דאס מאמע האט געקימפעט ביי די באבע אין איך בין געבליבן אינדערהיים מיט מיין טאטע....
אונז האמיר איינגעקויפט אלע מיני הערינג... וואס אגאנץ יאר איז עס געווען אסור.
פאר סאפיר האט מען געגעסן די שריים פון די וואך נאכט....
געשלאפען איז מען אויפן קאויטש א גאנצע נאכט.... מיט די קליידער....
ס'פיין געווען ס'גוט געווען ס'געשמאק געווען
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:25 am
דורך קהת
איך וויל וויסן וועגן בארא פארק
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:35 pm
דורך עירמאנט'ער
איך געדענק נישט יעצט אויסעווענדיג אבער קענסט טרעפן אלע ארגעניזאציאס אין די בלוי פעזשעס אין ביזנעס דירעקטארי