געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג יוני 08, 2014 4:02 pm
איך וויל מיר פשוט אויסרעדן אביסל!: ס'טוט מיר נאכוויי ווען איך האב 'געמוזט' זיין ביי מיין שוויגער זאל מיר זיין געזונט אינדערהיים פאר 'גאנצע' פ-י-ר ו-ו-א-כ-ן... פראווענענדיג קימפעטארן...
זענדיג לעצטענס איינע פון מיינע שכינם אזוי אנידער געלייגט האב איך מיר גענומען דער קאנפידענס און אים א פרעג געטאָן: זאגשע מיר וואס ביסטו אזוי צוטראגן? האסטעך געהאט א קינד צו מזל? זאגט ער מיר, יא! יא! ב"ה. אבער איך דארף יעצט זיין ביים שוויגער...
איז מיר איינגעפאלן א מוראדיגער איינפאל וואס וואלט אפשר געווען א מוראדיגער הילף פאר די באטראפענע, אפשר זאל מען מאכן א "חסד שטוב ביים שוויגער אינדערהיים" ווי מען זאל זיך קענען אביסל אפרוען און כאפן צומאל איבערבייס!!! נו וואס זאגט איר צו דעם?????
Advertisement
זונטאג יוני 08, 2014 4:07 pm
ביסטעך דאך סותר מיניה וביה, דו זוכסט צו אנטלויפן פונעם שוויגער און דו ווילסט מאכן א חסד שטוב ביי איר אינדערהיים? דו מיינסט אוודאי צו שרייבן אז ס'זאל זיין אזא פלאץ ערגעצוואו אינמיטן שטאט ווי יונגעלייט "קימפעטערס" זאלן קענען אריינסטאפן זיך אויסטשוכענען אביסל. איא?
זונטאג יוני 08, 2014 4:08 pm
קיווי סטראבערי האט געשריבן:ביסטעך דאך סותר מיניה וביה, דו זוכסט צו אנטלויפן פונעם שוויגער און דו ווילסט מאכן א חסד שטוב ביי איר אינדערהיים? דו מיינסט אוודאי צו שרייבן אז ס'זאל זיין אזא פלאץ ערגעצוואו אינמיטן שטאט ווי יונגעלייט "קימפעטערס" זאלן קענען אריינסטאפן זיך אויסטשוכענען אביסל. איא?
אינעם זעלבן בילדונג
פיטום
זונטאג יוני 08, 2014 4:08 pm
לאוו דווקא!!! אז מען העט באקווען מאכן ביים שוויגער אפשר העט מען שוין נישט ווילן אנטלויפן
זונטאג יוני 08, 2014 4:09 pm
מזל טוב פיטום, אסאך אידיש נחת.
זונטאג יוני 08, 2014 4:10 pm
אמן! אי"ה ביי דיר און פאר אלע ליינער פון דעם אשכול און פאר די ליינער פון איי וועלט בפרט און פאר גאנץ כלל ישראל בכלל
זונטאג יוני 08, 2014 4:32 pm
כ'האב אמאל געהערט א טייער ווארט פון עמיצן וואס איז פסח איינגעשטאנען ביי זיין שוויגער זייענדיג א קימפעטארן און ארויס פון דארט עטליכע טעג פאר פסח. זאגט ער אזוי זאגט ער: דאס יאר האב איך מקיים געווען דעם 'בכל דור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא עצמו יצא ממ....
זונטאג יוני 08, 2014 5:25 pm
?? לאנגזאם האט אמאל אויסגעשפילט עפעס אויף דעם דאכט זיך מיר?
זונטאג יוני 08, 2014 5:57 pm
ביי מיר איז איינגעפירט אז די יולדת און דאס קינד וויילן ביים שוויגער, בעת איך שלאף אינדערהיים.
דער מנהג איז כמובן נישט איינגעפירט געווארן ביים ערשטן קינד, אבער מיט די צייט איז דאס געווארן א פעסטע מנהג פון וואס מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא..
זונטאג יוני 08, 2014 7:32 pm
און ווי עסטע?
זונטאג יוני 08, 2014 8:48 pm
צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך זייער פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויפט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסט קיין פעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס גאנץ לעבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.
ווי עס שרייבט:
א מאן פון א יתומה.
זונטאג יוני 08, 2014 8:58 pm
ר' יענק'לען איז זענט גערעכט און איר האט א פוינט, די מציאות איז אבער אז אין בעל הנס מכיר בניסו... מיין שכן זייענדיג ביי זיין שוויגער איז אים געווען זייער אומבאקוועם, ס'איז פארשטענדליך און נארמאל אז א יונגערמאן א קארגע יאר נאכן חתונה זאל זיין זייער אומבאקוועם וויילענדיג פ-י-ר וואכן ביי זיין שווער און שוויגער אינדערהיים. אוודאי דארף צען און מען מוז לויבן און דאנקן דעם באשעפער דערויף!!! דער שאלה איז נאר צו דארף מען טאקע זיין דארט צו נישט! אפשר ברויך מען איינפירן אז צוליב די באקוועמליכקייט פון די מאן זאל מען שניידן אביסל דערפון, איך זאג נישט אז מען דארף גיין צאלן גרויסע געלטער צו זיין אין אם בישראל אדער אין אשת חיל, אבער דער יונגערמאן האט די רעכט צו זיין אומבאקוועם.
מיט פארשטענדעניש -פיטום-
אויף שמחות
זונטאג יוני 08, 2014 9:01 pm
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך זייער פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויפט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסט קיין פעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס גאנץ לעבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.
ווי עס שרייבט:
א מאן פון א יתומה.
ווי האסטו למשל געפראוועט קימפעט?
זונטאג יוני 08, 2014 9:45 pm
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסטפעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס עבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.
ו שרייבט:
א מאן פון א יתומה.
יענעמס גראז איז גרינער, איך האלט נישט אז אן א שוויגער איז גרינג. אבער די ווייסט אפשר וואס מענטשן מאכן מיט מיט שוויגערס באמת?
מיין חבר האט געקימפעט ביי זיין שוויגער. און זיין ווייב האט אלעס געדארפט צושטעלן. אפילו גיין אין גראסערי מיטן קינד! ס'שוויגער האט מער געקימפעט ווי די טאכטער.
זונטאג יוני 08, 2014 9:48 pm
דאס איז שוין ממש אן אפטער ערשיינונג
זונטאג יוני 08, 2014 11:29 pm
שליבוביץ האט געשריבן:ווי האסטו למשל געפראוועט קימפעט?
דארט ווי איך האב געפראוועט מיט א שוויגער.
צען טעג אין א קימפעטארען היים, און נאך דעם אינדערהיים.
עס איז גארנישט אזוי שלעכט.
ווי עס שרייבט
א מאן פון א יתומה (פון די טאטע)
מאנטאג יוני 09, 2014 11:38 am
הרב צוקערמאן
איר זענט 100% גערעכט
די פראבלעם איז נאר אז די חברה זענען נאך אביסל אינג און זיי מיינען אז ס'קומט זיך זיי די גאנצע וועלט,
נישט ח"ו פאר שלעכטקייט פשוט דאס איז די טבע פון מענטשן,
לאז זיי נאר אביסל עלטער ווערן און זיי וועלן אליין איינזען ווי שטארק זיי דארפן באדאנקען זייערע עלטערן/שוויגער עלטערן
און יא אויך אז ס'איז נישט אזוי שלעכט צו זיין ביי די שוויגער פאר אביסל
מאנטאג יוני 09, 2014 12:49 pm
פיטום האט געשריבן:ר' יענק'לען איז זענט גערעכט און איר האט א פוינט, די מציאות איז אבער אז אין בעל הנס מכיר בניסו... מיין שכן זייענדיג ביי זיין שוויגער איז אים געווען זייער אומבאקוועם, ס'איז פארשטענדליך און נארמאל אז א יונגערמאן א קארגע יאר נאכן חתונה זאל זיין זייער אומבאקוועם וויילענדיג פ-י-ר וואכן ביי זיין שווער און שוויגער אינדערהיים. אוודאי דארף צען און מען מוז לויבן און דאנקן דעם באשעפער דערויף!!! דער שאלה איז נאר צו דארף מען טאקע זיין דארט צו נישט! אפשר ברויך מען איינפירן אז צוליב די באקוועמליכקייט פון די מאן זאל מען שניידן אביסל דערפון, איך זאג נישט אז מען דארף גיין צאלן גרויסע געלטער צו זיין אין אם בישראל אדער אין אשת חיל, אבער דער יונגערמאן האט די רעכט צו זיין אומבאקוועם.
מיט פארשטענדעניש -פיטום-
אויף שמחות
איך פארשטיי נישט, ווער צווינגט אייך דעם דארט צו בלייבען? האט איהר אוועקגעדינגען אייער אייגענע דירה? טאמער נישט גייט אהין שלאפען עטליכע טעג אין דער וואך. אפילו עסען איז נישט קיין פראבלעם, ווייל ווי שווער איז דען אפצוקאכען אביסעל טשיקען מיט לאקשען, אייער מיט פארפעל, טשיז טויסט מיט טאמאטאוס, סטעיק מיט רייז און מעש פאטעיטאוס א.א.וו.?
אפילו את"ל אז עס איז נישט שייך, וויסען זאלט איהר אז יעדע זאך אין לעבען האט א פרייז. דער באקוועמליכקייט פון האבען א 'קעירער' פארען קימפעטארין במשך פיהר וואך קומט מיטען פרייז פון וואוינען אונטער איין דאך מיט די שוויגער עלטערען. די אנדערע ברירה איז צו צאלען פאר אן קימפעטארין היים אדער צו דינגען א נייט נעירס - און דאן וועט דער פרייז זיין געלט. אלענפאלס, יעדע זאך האט א פרייז.
מאנטאג יוני 09, 2014 1:14 pm
ווען דער קימפעטארן וואלט וועין געקענט באשטיין אז איק מאן זאל אוועקגיין וואלט עס אפשר געווען א גוטער עצה, אבער איך מיין אז ווייניג קימפעטארענס זענען מסכים אז זייערע מענער זאלן זיי לאזן אליינס
מאנטאג יוני 09, 2014 2:08 pm
פיטום האט געשריבן:ווען דער קימפעטארן וואלט וועין געקענט באשטיין אז איק מאן זאל אוועקגיין וואלט עס אפשר געווען א גוטער עצה, אבער איך מיין אז ווייניג קימפעטארענס זענען מסכים אז זייערע מענער זאלן זיי לאזן אליינס
ראשית כל you'd be surprised - די ערשטע פאר וואכען נאכען געבורט זענען די פרויען בעיקר פארנומען מיטען קינד, און עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג דער מאן זאל דארט זיין דער גאנצע צייט. הא ראיה וויפיהל פרויען גיין צו קימפעטארין היימער פאר צוויי וואכען אהנע שום פראבלעם. (פארשטייט זיך מען באזוכט און מען רעדט, איך שרייב נאר לגבי שלאפען דארט).
אויב נישט, ליין מיין צווייטע פאראגראפע.
מאנטאג יוני 09, 2014 2:10 pm
אַהאַ! אפשר וועט מאכן א 'כינוס קימפעטארענס' צו הערן די מיינונג
מאנטאג יוני 09, 2014 8:15 pm
מזל טוב פיטום ,איין זאך איז זיכער -מיר האבען פארדינט, דער פיטום האט אסאך צייט צו שרייבען יעצט אז ער איז אויף קימפעטעריי......
סע פליען ארויס תגובות פינעם ארמעל. כן ירבו,אויף שמחות.
מאנטאג יוני 09, 2014 8:18 pm
גראדע בין איך נישט דער קימפעטארען, מיין שכן , אבער איך האב געקעטשט די רואיגקייט פון אים, אדער א צווייטער פשט אז ער גייט דאך אהיים קומען, יא?1 און איך ווייס נישט וויסאך איך וועל קענען שלאפן מיט דעי דינע וואנט מילא נעם איך וואקאציע
מאנטאג יוני 09, 2014 9:02 pm
איך געב רעכט פארן צוקערמענטש
אבער מיט אלעס אויף דער וועלט איז אזוי אז די וואס האבן רעדן זעך אפ אין די וואס האבן נישט שרייען רעד דיך נישט אפ ווייל אונז האב מיר דאס אויך נישט וכדומה
אלעס האט אפס ענד דאונס
מען דארף דאנקען גאט אין איעדע מצב
מאנטאג יוני 09, 2014 9:04 pm
אַה! ברוך השם יום יום!