זענען מיר גרעסערע צדיקים ווי פון אמאליגע צייטען?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

י קליין
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 9:36 am

זענען מיר גרעסערע צדיקים ווי פון אמאליגע צייטען?

תגובהדורך י קליין » פרייטאג מאי 30, 2014 11:41 am

די מדרש רבה פ' וילך פארציילט: ווען ה' האט געלאזט וויסן פאר משה רבינו אז עס איז די צייט ער זאל נסתלק ווערן, האט מ"ר געבעטן אז יהושע זאל איבערנעמען די ממשלה, אזוי אז ער זאל קענען בלייבן לעבן. האט ה' געזאגט: "טו צו איהם אזויווי יהושע איז געווען צו דיר". מ"ר איז געגאנגן צו די געצעלט פון יהושע און זיך אויפגעפירט צו אים אזויווי א תלמיד. ווען זיי זענען אנגעקומען צו די אוהל מועד, האט א וואלקן זייל אפגעטיילט מ"ר פון יהושע. ווען די וואלקן זייל איז ארויפגעגאנגן האט מ"ר געפרעגט יהושע: " וואס האט ה' דיר געזאגט?" האט יהושע גע'ענפערט: " ווען ה' האט זיך צו דיר אנטפלעקט, האב איך געוואוסט וואס ער האט גערעדט צו דיר?" יענע צייט האט מ"ר געשריגן: " מאה מיתות ולא קנאה אחת – בעסער הונדערט מאל שטארבן און נישט איין מאל מקנא זיין."

אויב מען וואלט דאס פארציילט אויף א היינטיגע צדיק וואלטן זיינע חסידים זיך געשעמט דערמיט איז עס געלייקנט, זענען צדיקים נישט קיין מענטשען, האבן דען צדיקים נישט קיין מענטשליכע געפילן? דאס ארויפברענגען צדיקים אויף א מדריגה אז זיי האבן נישט קיין מענשטליכע נסיונות מאכט אז פשוטע מענשטען זאלן נישט קענען אנקומען צו זייער מדריגה ווייל עס איז צו ווייטע שפרינג פון אונז צו זיי?

וואס איז אייער מיינונג?

גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

תגובהדורך גביר אדיר » פרייטאג מאי 30, 2014 12:14 pm

מעגליך אז דאס איז בגדר קנאת סופרים מרבה חכמה, און ביי משה רבינו איז די קנאת סופרים געווען אויף אזא מדריגה עד כדי כך אז ער האט ליבערשט געוואלט גיין פון די וועלט אויב וועט ער עס נישט דערגרייכן, ס'מוז נישט זיין אז מ'רעדט פון די אנדערע חלק פון קנאה.

אגב, ווערט געברענגט אין ספה"ק אויף דעם וואס יהושע האט געענטפערט פאר משה רבינו די תשובה אז ווען דו האסט באקומען א נבואה האב איך אויך נישט געוואוסט די נבואה, לכאורה איז דאך עס נישט צום פארשטיין אז יהושע משרת משה זאל אזוי רעדן צו משה רבינו און נישט וועל מגלה זיין די נבואה, הגם ער האט איבערגענומען די הנהגה און די נביאות וואס וואלט שוין געווען אז ער וואלט עס יא דערציילט, עס קוקט דאך אויס שלא בכבוד.

זאגן די ספרים הק' אז טאקע דאס איז געווען די נבואה, וויבאלד עס איז געווען דער רצון העליון אז משה רבינו זאל נסתלק ווערן, האט השי"ת געזאגט צו יהושע אז ווען משה רבינו וועט אים פרעגן איבער זיין נבואה זאל ער איז ענטפערן אט די תשובה, כדי משה רבינו זאל מסכים זיין דערצו, און זאגן ס'איז בעסער אסאך מיתות ווי איין קנאה. (ורחמנא איכר לן זכותי' דמשה רעיא מהימנא).

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג מאי 30, 2014 4:36 pm

גביר אדיר, הערליך שיין געזאגט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 30, 2014 5:35 pm

דער קשיא איז בכלל נישט שווער, און עס האט נישט דייקא מיט די היינטיגע צדיקים, זייער ווייניג מענטשן היינט וואלטן געווען גרייט מ'זאל אויף זיי פארציילן געוויסע מעשיות וואס איז דא אין חז"ל אויף אמוראים ווי זיי זענען בייגעשטאנען נסיונות.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מאי 30, 2014 5:43 pm

זייער א שיינער שמועס. מ'קען צושטעלן דערצו נאך ענליכע געשעענישן ביי מיט די שפעטערע דורות, די תנאים און אמוראים. נורא בי עמרם וכדומה.
איך וואלט נאר געבעטן צו טוישן דעם קעפל. הגם איך פארשטיי אז ס'איז געשריבן געווארן דוקא צוליב דעם שאק, אבער אזא שאלה אפילו נאר אלץ א תשובה אויף פארקערט פאסט נישט פאר די קאליבער איד וואס דרייט זיך דא.
דזשאסט סעיאינג.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יוני 01, 2014 4:12 am

זייער אסאך מדרשים האבן אין זיך גרויסע סודות וואס מיר פארשטייען נישט.

אויך אויף דעם מדרש קען מען נישט לערנען פשוט פשט. ס'שטייט דאך והאיש משה עניו מאוד מכל האדם, מקנא זיין און ענווה זענען בדרך כלל א סתירה.

ס'באקאנט די גמרא (קידושין מט.) אויף ויחזו את האלהים ויאכלו וישתו. המתרגם פסוק כצורתו הרי זה בדאי (עיין תוד"ה המתרגם).

יא, קנאה איז נישט קיין מידה טובה ענין ח"ו צו אפלערנען פשוט פשט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יוני 01, 2014 4:33 am

איהר זאלט מיר אנטשולדיגען אבער צו קלערען אז מען קען האבען דער מינדעסטע השגה אין משרע"ה איז מער ווי א שטיקעל חוצפה.

לגבי צדיקים וועלכע האבען נישט געהאט קיין ניסיונות, טרעפען מיר שוין קלאר אז דוד המלך האט געזאגט ולבי חלל בקרבי.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 01, 2014 4:43 am

גביר,
אויב קענסטו ברענגען די מקור אז דאס אליינס איז געווען די נבואה, ביטע שעהן, אכיר לך טובה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג יוני 01, 2014 11:02 am

שוועמל האט געשריבן:גביר,
אויב קענסטו ברענגען די מקור אז דאס אליינס איז געווען די נבואה, ביטע שעהן, אכיר לך טובה.

עיין בספה"ק תורת משה פ' וילך בד"ה הן קרבו ימיך למות.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 01, 2014 10:19 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איהר זאלט מיר אנטשולדיגען אבער צו קלערען אז מען קען האבען דער מינדעסטע השגה אין משרע"ה איז מער ווי א שטיקעל חוצפה.
.......

איך מוז זיך מחולק זיין, עס איז נישט חוצפה, עס איז טיפשות און ילדות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 01, 2014 11:59 pm

מ'זאגט נאך פון צדיקים אויפן פסוק וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך, פארוואס האט יעקב געוויינט?
ער האט געוויינט אויף ווי אזוי אידן וואס זענען נישט בעלי השגה גייען אויסטייטשען דעם פסוק...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג יוני 02, 2014 2:26 am

סאיז היינט אין אונזערע דור ליידער א חולאת, אז א מענטש דאכט זיך אים אז ער מוז אין קען אלעס פארשטיין, ידידנו היקר, מען מוז נישט האבן קיין תירוץ אויף יעדער דבר המתמיה, מקען בלייבען ביי א וואונדער אין דער תירוץ וועט זיין "איך פארשטיי נישט" – פינטעל. געדענק אויף וועמען די קשיא איז געשטעלט געווארן.... נישט מעהר נישט ווייניגער משה רעיא מהימנא קדישא פה אל פה אדבר בו... חכמים הזהרו בדבריכם. [און הגם טייל מאל זעהט מען אז חז"ל אדער שפעטערדיגע גדולים האבן יא געטייטש געוויסע ענינים עפ"י פשוטו אלס מור השכל וכדו', אבער אויף דעם דארף מען האבן גאר ברייטע פלייצעס, אבער איך גלייב אז אויף אייוועלט איז נישט פארהאנען א יוד א פרוש מעלמא הדין.....], ודו"ק.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 9:45 pm

תגובהדורך לעכטיג » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 9:35 pm

עס שטייט שוין פון אר"י הק' מובא בישמח ישראל ועוד
אז היינטיגע קרעכץ פון א פשוטע יוד נישט צדיקים... זענען אזוי חשוב ווי די עבודה פון די תנאים ואמוראים
אויך שטייט אין שפת אמת אז פנמיות פון די נשמות שיינען שטערקער ווי אמאל
ווייל אלעס ווענד זיך לפי הדור והנסיוינות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שבת פארטי און 21 געסט