- וואטש יור סטעפ! שרייט מיר דער עלעקטרישן אראפ פונעם סעמענט פארשמירטן לייטער. אדער איז עס ספעקל און פעינט? גיי ווייס. אין אמת'ן וואס קעיר איך? איך בין זיך נאר געקומען אומקוקן אביסל וויאזוי די לעקטריקל סיסטעם אין א בילדינג ווערט געמאכט.
גרויסע הויפענעס פארהויכטע אומדורכזיכטיגע הארט-ווייעכע אויפגעראולטע שטיקער פלעסטיק דינען אלץ א טישטוך אויף די הויפענעס שטויב און שמוץ ס'ליגט אויף דער ערד אין עק פונעם שטוב. אויב סקען אנגערופן ווערן א שטוב בכלל… ס'נאקעט, ס'קאלט, אומהיימליך, מ'זעט ארויס די פייפס ווי ס'וואלט געווען ביינער, די טרוקנע סטאדס געבן נישט צו קיין ווארעמקייט, רויטע געלע ווייסע און שווארצע ווייערס ציען זיך ווי אדערן איבער די ווענט און אונטער די פיס. אקיצער, ס'איז א סערטיפייד הארד-העט עריע.
וואטש איך מיין שיין רעקל סאל זיך נישט משדך זיין מיט קיינעם פון די אנוועזנדע אבדזשעקטס, און איך קום נענטער צום פלאץ וואו דער עלקטרישן שטייט. וואלגערן זיך דארט אויף דער ערד שטיקלעך ווייער, לאנגע, קורצע, קאלירטע און אפגעשיילטע, קופערנע און זילבערנע, געמישט מיט נעגל, סקרוס, אלע סייזעס און סארטן. ס'האט זיך דערקענט אויפ'ן עלעקטרישן אז ער איז יעצט אין גן עדן התחתון…
מיט'ן בלויען שמוציגן העמד און גרעיע הויזן און גאר גרויסע גראבע ברוינע שיך מיט נאך א גרעסערע דיקערע ברוינערע זויל איז ער יעצט 'אינדערהיים'. ער איז באקוועם און צופרידן. און ס'איז עניניו כשתילי זתים סביב לשלחנו, פון איין זייט לייטער איז דא א ראול ווייער אין א צעריסענע באקס און שלענגלט זיך ארויף ביז'ן דאך, און פון די צווייטע זייט א גאנץ שאכטל מיט סוויטשעס און אוטלעטס.
גראדע קומענדיג גענוג נאנט זעה איך אז דארט וואו ער ארבעט איז שוין די וואנט יא אביסל פארדעקט מיט שיעטראק, אבער ער מאכט דארט לעכער ווי אין א זייער, אויבן אונטן, און וואו נישט. געב איך א קליינע היס צו ציען זיין אויפמערקזאמקייט:
- עמ… אז דו מאכסט סייווי לעכער, פארוואס ווארטסטו ביז מ'לייגט שיעטראק? קום פריער און ארבעט אויף די וואנט ווי א נארמאלער מענטש. איך זע דאך אז דארט אויף יענע זייט פון זאל איז טאקע אזוי געטון געווארן, נו פארוואס …
איך האב נאך געהאלטן אינמיטן מסביר זיין די פולע קשיא און איך גלייך געזען אז איך האב אריינגעביסן…
- וואס פארשטייסטו? אייביג קומען אריין יונגעלייט און נעמען זיך פרעגן קשיות אן קאפ, איז לאמיר דיר מסביר זיין וואס דא טוטצעך, און אלע אנדערע לעקטרישנס וועלן מער פון דיר שוין נישט דארפן ליידן. וואן דאון…
נו באמת בין איך דעך געקומען פארשטיין, און ער אז מסכים פארשטיין צו געבן, בין איך מסכים צו נעמען. איך געב א כאפ איין סוויטש אין די האנט און איך נעם זיך צומאכן און עפענען די לייטס, כ'מיין צו זאגן איך רוק דעם סוויטש ארויף און אראפ, ליקנס רעכטס, אהער אהין, און ער נעמט עס מיר ארויס פון די האנט, און זאגט:
עמער אנהייבן מיט דעם סוויטש. דעס איז בסך הכל נאר א שטיקל פאטענטישע וועג וויאזוי צו מאכן אדער אוועקנעמען דעם קאנעקשן וואס די לייטס האבן מיט'ן פלאו פון לעקטער אין די ווייערס אין די וואנט. די אלע סוויטשעס אין דעם באקס זענען בלויזע טויטע שטיקלעך פלעסטיק און אייזן, און דו קענסט מקיים זיין דעם יהפוך ידו כל היום, (קען ער מיר שוין א שטיקל ארון קודש ווארט אויך…) עס רוקן אהער און אהין און סעט גאאארנישט געשען. גארנישט גייצעך נישט אנצידן און נישט אויסלעשן. פארוואס, ווייל דעיס אליין איז נאר ריקער, און כל זמן ס'ניש קאנעקטעד אין ערגעץ קען עס גארנישט טון, נאר זיך רוקן….
איך האב עס גראדע געוואוסט… אבער איך קען באשטיין צו העלפן דעם איד פארברענגען זיין לאנטש מיט א טאפיק וואס איז אים צום הארצן, און איך צי אן דעם שטערן, צעפראל זיך די אויגן, און שטעל אן א מינע פון עקסטרעמע נייגער געמיטש מיט נאאיוויטעי, און איך שפאציר אזוי געמיטליך צו צו די וואנט וואו איין סוויטש ליגט שוין קאנעקטעד מיט די ווייערס, און איך נעם זיך שאקלן דעם סוויטש ארויפ און אראפ, און פארשטייט זיך אליין, ס'געשען נישט גאאאארנישט…
דער לעקטרישן איז נישט אזא נאר ווי איך מאך אים דא, ער כאפט גלייך מיין שטום-לשון שאלה, הלמאי דו האסט מיר יעצט געענדיגט זאגן אז נאר ווען סי קאנעקטעד ארבעט עס, און דאס איז עס שוין קאנעקטעד אויך און גארנישט?
- פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט! (שוין, האב איך זיך שוין ערווארבן א קאמפלימענט היינט…), דארפסט אזוי סאך פארשטיין אז ווייערס זענען אויך נישט קיין בעלי מופת, ס'פירט נאר אריבער דעם לעקטרישן שטראם פון די לעקטריק סטעישן צו די לייטס. ווען די לעקטער איז אנגעצינדן און די סוויטש איז ארויף גערוקט קומט אן דער לעקטרישער כוח ביז צו די לייט, און ס'ברענט.
פארשטיי אויך אז דעיס וואס דו זעסט די לייט ברענען איז נישט די פאקטישע לעקטער. ס'איז נאר א רעזולטאט פונעם לעקטרישן שטראם וואס צינדט אן די באשטאנדטיילן אין דעם באלב. (המ.. דער לעקטרישן קען שווערע ווערטער אויך…). וועגן דעם וועסטו אמאל זען אז ווען דו ריקסט דעם סוויטש צינדט זיך נישט אן גלייך די לייטס, נאר ס'נעמט זיך קרעכצן פאר א סעקונדע און נאכדעם צוביסלעך נעמט זיך עס שיינען מער און מער, ביז ס'ווערט זייער ליכטיג און זייער הייס. דאס איז ווייל דו צינדט קיינמאל נישט אן די לייט דירעקט. דו עפענסט נאר די קאנעקשאן פון די לעבעדיגע לעקטער פלאו פון די ווייערס און די וואנט, סאל לאזן דעם לעקטרישן שטראם אנקמען צו די לייט, און דארט געשעט א ריעקשאן אז די לעקטער נעמט זיך ברענען, און דאס מאכט עס שיינען.
אמאליגע צייטן פלעגט מען האבן נאר די אינקאנדעסענט באלבס, וואו א שטיקל אייזערנע קנויט פלעגט פאקטיש ברענען - אבער נישט אויסברענען - און ס'געווען ליכטיג. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן מער די פלארעסנט וואס דאס איז א שטויב אין א געז וואס ברענט. לעצטנס קומט שוין די עלאידי לייטס, וואס דעס איז אויך א ריעקשן צו די פאזיטיוו און נעגעטיוו כוחות אין א סעמי-קאנדקטאר, ווייסטע וואס, ס'ניש וויכטיג פאר יעצט. דער עיקר איז אז לעקטער צינדט עפעס אן, און דאס מאכט לעכטיג.
- סאו צינד אן דעם לעקטרישן שטראם און לאז די באלבס זיך אנטרונקען, און זאל זיין אביסל לעכטיג דא. דו ווילסטו נישט טשעקן סי די ווייערס לויפן גוט? ווילסט עס נישט טרייען?
- איך ווייס א'סעגיט, ס'נישט די ערשטע מאל וואס איך טוה אזא דזשאב. אקעי? און נאך א זאך, מ'דארף קודם קאנעקטן דעם ברעיקער באקס צו די גאס מעין לעקטריק ליין.
- וואס איז יעצט? א פרישע קאנעקשן?
- מאך זיך נישט מער תמ'עוואטע וויפיל ס'פעלט אויס. (סאו, ער האט געכאפט ביז יעצט אויך אז איך ווייס מער וויפיל קרעדיט ער האט מיר געגעבן? נו וואדען האט ער מיר אזוי זיס מסביר געווען אלעס?)
- סאו, פארוואס הייבסטו נישט אן דארט? מאך דעם ברעיקער באקס, האב לעקטעריק פאוער, און נאכדעם מאך די קלענערע חלקים אינעווייניג, עסטו נישט דארפן ארבעטן אין די טונקל.
- אסאך מאל מאכט מען טאקע אזוי, אבער סי גרינגער אויף דעם וועג, ווייל אזוי איז נאכנישט דא קיין לעבעדיגע ווייערס, אן כ'דארף נישט טראכן צוויי פאר איך ריר אן א ווייער. ווייניגער שאקס, יו נאו. און נאכדעם ווען אלעס איז געווייערט און צוגעדעקט, דעמאלט מאכט מען דעם ברעיקער באקס, און מ'קאנעקט עס צו גאס מעין ווייער פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט קאנעקט מען די אינסייד ווייערס, יעדער טייל פון הויז באקומט זיך אן עקסטערע ברעיקער, און א עקסטערע שטראם לעקטער.
ער רעדט נאך, אבער ער איז שוין צוריק צו דער ארבעט, כאפט אן עק פון א ווייער, נעמט ארויס זיין קאטער און שיילט אפ אן אינטש אן נעמט זיך עס ארויפדרייען אויף אן אנדערע אפענע שפיץ, לייגט ארויף פיצעלע גרינע הוט אויף ביידע ווייערס און דרייייייייט.
- העי, דו, זעסט? אז מ'שיילט נישט אפ די ווייער געהעריג בלאקט עס די קאנעקשן, נאכדעם וואס איז גוט קאנעקטעד קען מען עס צוריק צודעקן אז ס'זאל נישט אנרירן קיין אנדערע ווייערס, ווייל עז סון ס'גייט לייוו און ס'אפן און ס'קען אנרירן אלעס ארום, קען ווערן א לעקטריק פייער. (ח"ו).
די מעשה מיט דעם ברעיקער באקס האט אויך נאך א בענעפיט, אז איך קען פון דעם באקס נאכדעם קאנטראלירן וואו ס'אל זיין ליכטיג און וואו נישט. ווער ס'באקומט לעקטער און ווער נישט. (א גאנצער באלעבאס אופ'ן סיסטעם… גרויסער מוישעמענטש. איימאל די דזשאב איז דאן, באקומען דער אונער פון די הויז די גאנצע פאוער צו צינדן און לעשן כאוות נפשו).
אזוי אומפארהאפט האט זיך אראפגעלאזט א שפין פון דאך און זיך שטארק היימיש געמאכט מיט מיין הוט, און פון דארט זיך א לאז געטון אראפ אויף מיין גענאק, אן איז געווען רעדי אריינצוקריכן אינעטער'ן העמד און בויען א נייע היים וואו ס'פיין ווארעם… נאך דעיס פעלט מיר אויס: א גרויסן שקויעך פאר'ן שיינעם שיעור, כעל שוין בעסער פארשטיין ס'ענין.
און יעצט, לאמיר געבן א לויף דורך די זעלבע געשיכטע מיט א אביסל אנדערע ווערטער. בעיר וויט מי, פליז.
אין די וועלט הערשט א חשכות, ס'קאלט, ס'נאקעט. קיינער ווייסט נישט אז ס'דא א באלעבאס וואס האלט עס און פירט עס יעדע רגע, דרייעט זיך שמוץ אויף דער ערד, אויף כדור הארץ, עבודה זרה'ס כחול הים, און דער גרויסער לעקטרישן - אברהם האט ער געהייסן, האט אנגעהויבן די פארש-ארבעט פון די באהאלטענע כוחות פון ליכטיגקייט, און ער האט געמאכט אסאך עקספערימענטס ביז ס'האט זיך אים באוויזן דער בורא עולם אליין אין א בירה דולקת, ס'ליכטיג, ס'ברענגט די לייטס, און אז ס'לעכטיג קען מען זען וואו מ'איז אויף דער וועלט און וואס מ'דארף טון אויף דער וועלט. אני בעל הבירה.
און ער האט זיך טאקע גלייך גענומען ארבעטן אינצושטעלן א פאוער סטעישן וואס זאל צייגן לכל באי עולם, ס'זאל זיין ליכטיג פאר די אויגן, מ'זאל קענען זען ווער ס'דא באלעבאס, קונה שמים וארץ. ס'געווען זייער א שווערע ארבעט, מ'האט געדארפט נעמען יצחק אויך צו דער ארבעט, און נאכדעם זיין זון יעקב אויך, צו קענען צושטעלן גענוג פאוער פאר אזא גרויסע וועלט קאסט כוחות עצומות, און ווער רעדט פון אויסווייערן די וועלט, אז מ'זאל זיך קענען איינפלאגן וואו אימער אין שעפן א פרישע פלאו פון חיות, פון ליכטיגקייט, פון אנערקענונג אז אין עוד מלבדו, ולך כל ומידך נתני לך, האבן די דריי אבות געארבעט ביטער שווער, און ס'איז געלונגען…
יעקב חבל נחלתו, טייטשן די ספרים, אז יעקב איז א שטריק, ס'דא א לאאאנגע ווייער און מ'קען זיך קאנעקטן צום אור עולם באוצר חיים. און א'סיז דא א קאנעקשן אן המשכה, אז אפילו די שטריק אז זייער לאנג, מיט דעם אלעם אויב שאקל מען איין עק שאקלט זיך דער גאנצער שטריק ביז אויבן. ס'קומט אן השפעה פון חיות פון גאנץ אויבן ביז גאאאאאנץ אונטן. מלאכים המוני מעלה עם עמך ישראל קבוצי מטה.
אבער בלויזע סוויטשעס אליין קען מען רוקן א גאנצן טאג ס'מיינט גארנישט, נאר ווען ס'איז קאנעקטעד צום די לייוו פאוער סופליי. נו דארף מען דאך קאנעקטן די סוויטשעס מ'זאל עס קענען אנצינדן כפי הצורך. ס'דא מיליאנען סוויטשעס מיליאנען גוים וואס רוקן זיך א גאנץ לעבן אהער און אהין, און קומען קיינמאל אין ערגעץ נישט אן. ווייל זיי ליגן אין באקס אן קיין קאנעקשן, און דארט קיין זייער רוקן נישט האבן קיין שום עפעקט אויף גארנישט. א איד אבער וואס ער איז פון דעם סארט וואס הייסט בני קל חי, והייתם לי סגולה מכל העמים להיות לי, זיי האבן א קאנעקשן צום גרויסן פאוער ליין. זיי דארפן עס בסך הכל אנצינדן, זיך געבן א רוק אויף ארויף, פתחו לי פתח כחודו של מחט, און די גרויסע אור וועט זיך נעמען פליסן, ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם.
אבער ס'איז א זייער שטארקע וואטעדזש און נישט יעדער קען עס אנרירן, און נישט אלץ קען מען פארנעמען אזא גרויסע אור, והחיות רצוא ושוב כמראה הבזק. דארף מען איינשטעלן א סוויטש באקס מיט ברעיקערס און פון דארט וועט מען קענען איינשטעלן א געהעריגע סיסטעם.
איז אבער א קליינע פראבלעם. דער סוויטש-באקס קאנטראלירט אלעס, און ווער ס'האט בעלות אויף דעם סוויטש-באקס האט בעלות אויף אלע פאוער אטולעטס, וואס סאל יא ארבעטן און וואס נישט, וואו ס'זאל זיין עירקאנדישן, און וואו דער פרידזשדער זאל ארבעטן, אלעס ווענדט זיך לויט ווי דעם בעלן אויפ'ן סוויטש באקס פאקט אן. און וועגן דעם ליגט דער סוויטש באקס אין גוטע הענט אויבן אין הימל. נישט יעדער קען צוקומען דערצו. אברהם יצחק יעקב און זייערע קינדער האבן געהאט א סטרעיט קאנעקשן, זיי האבן געלערנט משיג געווען די תורה אן א פארעם עד שלא נתנה אויך, ריין וואטעדזש, אבער זיי האבן עס געקענט הענדלען, אבער די גאנצע וועלט האט נישט געקענט צוקומען צו אזא אור, האט מען געדארפט מאכן א געהעריגע באקס מיט ברעיקערס.
קומען די מלאכים שרייען, ניין! תנה הודך על השמים. לאז עס ביי אונז, אונז וועלן זייער גוט קעיר נעמען מיט פירן די וועלט לויט ווי דו ווילסט סאל געפירט ווערן. מה אנוש כי תזכרנו, ווי קענסטו טראסטן מענטשן, מה לילוד אשה בינינו? ובקשו לפגוע במשה, ער וויל אראפטראגן דעם ברעיקער באקס אויף דער ערד? ווערן באלעבאס אויף די גאנצע וועלט? צדיק גוזר והקב"ה מקיים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטלו, פארוואס עפעס אזא כוח?
צר הקב"ה קלסתר פניו של משה דומה לאברהם, און דער אויבערשטער ווייזט די מלאכים אז ער פון די גאר געריבענע לעקטרישנס, ער ווייסט וויאזוי מ'שטעלט איין די וועלט מיט א ליכטיגקייט אז ס'זאל קענען ווערן ליכטיג, והי' ה' למלך על כל הארץ, וראו כל בשר יחדיו כי ה' דבר, ס'זיין ליכטיגע פאר די אויגן און יעדער וועט פארשטיין אז אין עוד מלבדו.
די לייטס ברענען אויפ'ן דאך אבער דאס איז נאר רעזולטאט פון א גוטע שאקל מיט'ן סוויטש. איך גיי נישט אין די גאסן שרייען, למה תתראו, איך דארף נאר זיצן אין די זייט ביי די וואנט, ביים סוויטש, תורה מונחת בקרן זיות, איך דארף בסך הכל זיכער מאכן אז ס'דא א גוטע קאנעקשן, לערנען, דאווענען, טון וואס איך דארף צו טון, און די רעזולטאטן וועלן נישט שפעטיגן צוקומען.
און אויב קרעכצט די לייט אביסל און ס'צינדט נישט גלייך אן, איז עס ווייל ס'דארף גיין בהדרגה און צוביסלעך וועט זיך דער אור צושפרייטן סאך מער און סאך שטערקער. איך געב עס נישט א לעש אויס. איך געב נישט אויף. איך רוק זיך כסדר נאר אויף ארויף. וסוף הכבוד לבוא, דער כבוד שמים וועט געווינען.
א'סע כאפט נישט אזוי גוט די קאנעקשן, קען זיין אז איך האב נישט גענוג גוט אפגעשיילט דעם ווייער, ס'איז ארום גענומען מיט א גשמיות'דיגע רעפינג, די קאנעקשן איז געבלאקט. דארף מען עס אביסל אפשיילן, זיך אביסל ארויסרייסן אביסל פון גשמיות, ממש נאר א אינטש ביים עק, והבא לטהר מסייעין אותו, ואילמלא אין הקדוש ברוך עוזרו אינו יכול לו. איך קען סייווי גארנישט טון אליין, איך דארף סייווי צוקומען צו די ווייערס פון ביידע זייטן אז סזאל ארויסקומען דער תכלית המקווה.
איינמאל ס'איז איינגעשטעלט געווארן א גוטע קאנעקשן, דארף מען זייער היטן אז מ'זאל נישט בלייבן אפן צו די גאס, מ'דארף זיך ארום נעמען מיט גדרים וסייגים, ווייל ס'קען אנמאכן א לעקטריק פייער רח"ל. אידן טארן נישט ווערן אויסגעמישט מיט די גוים, ס'נישט קיין מעטש. אז יא קען רח"ל ברענען.
אמאליגע צייטן איז געווען קנאקעדיגע קנויטן אין די באלבס, גרויסע הייליגע ברענעדיגע נשמות, היינט איז שוין דא מער פון די שטויב און געז, פלארעסנט, און מיט דעם אלעם געט עס ארויס א שיינע ווייסע ליכטיגקייט. איך קוק נישט וויאזוי איך בין געמאכט געווארן, דאס איז נישט מיין דזשאב און נישט מיין תפקיד. איך דארף זיך נאר אנצינדן און די ליכטיגקייט וועט זיין שיין ווייס.
אתה נגלית, דורך די תורה צינדט זיך אן די לייט און מ'קען זען, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן דעם כוח צו מאכן ליכטיג דעם הר עשן, ונגלית עליהם דורך די אידן בערפלי טוהר, וויאזוי גייען זיי עס טוען? דורך די דברות קדשך מלהבות אש, א שטארקע גרויסע שטראם פון ליכטיקייט, וואס זיי האבן באקומען בקולות וברקים, וירא העם, און די אידן האבן געקענט זען, וינעו, זיי האבן זיך געשאקלט, זיי האבן גערוקט דעם סוויטש ויעמדו מרחוק, דארט ביי די וואנט, וואו די סוויטש ליגט. כי חוק לישראל הוא, משפט לאלקי יעקב, דער זעלבער יעקב פון 'חבל' נחלתו.
לעצט פאראכטן דורך
זאל ער קומען אום מיטוואך מאי 28, 2014 3:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן