בלאט 1 פון 1

מלכי ן' יוסעלע

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 6:33 pm
דורך מכה בדופן
מַאמִי אִיז גֶעווֶען אִין קָאך מִיט יוֹסֶעלֶע. מַאמִי הָאט גֶעמַאכְט אֵייעֶר-שְׁפֵּייז פַאר דִי קִינְדֶער.

"קלינג! קלינג!" צוקלינגט זיך דער בעל. מאמי לייגט אראפ דעם איי און זי גייט קוקן ווער איז ביים טיר.

----(נייע בלאט)----

"א גוטן טאג," טוט מאמי הויעך באגריסן מלכי. "הענג אויף דיין מאנטל און קום אריין."

מלכי איז אריין געקומען אין קאך און זיך געזעצט צום טיש. מאמי באמערקט אז מלכי איז זייער טרויעריג.

"פארוואס האסטו אזא טרויעריגע פנים?" פרעגט מאמי מיט זארג. "האט איינער דיך געטשעפעט?"

----(נייע בלאט)----

מלכי הייבט אן ענטפערן אבער זי ברעכט אויס אין א געוויין. "מיין...מיין...לערערין..."

מאמי ווערט דערשראקען. "וואס האט דיין לערערין דיך געטון?"

"זי האט מיך אנגעשריגן," כליפעט מלכי, און זי פראבירט צו ווישן אירע טרערן.

----(נייע בלאט)----

"פארוואס האט זיך דיך אנגעשריגן?" פרעגט מאמי ווייטער.

"פאר...פאר...גארנישט..." וויינט מלכי. "נישט נאר די לערערין נאר אלע מיידלך טשעפען מיך."

----(נייע בלאט)----

מאמי איז זייער צובראכן אז מלכי ווער געטשעפעט. זי הייבט אויף דעם טעלעפאון און רופט אן די לערערין.

"ררררינג...ררררינג..." דער טעלעפאון קלינגט ביי די לערערין אינדערהיים.

----(נייע בלאט)----

מרת וואסער איז זייער פארנומען אין איר הויז, ווייל זי קוקט פאר וואס צו לערנען דעם נעקסטע טאג. ווען זי הער דעם טעלעפאון לייגט זי אבער אוועק אלע אירע ארבעט און זי הייבט אויף דעם טרייבל.

"העלאו," זאגט זי איידל.

"א גוטן טאג, דא רעדט מרת אברהאם, מלכי'ס מאמע. איז יענס מרת וואסער?"

"יא," ענטפערט די לערערין.

----(נייע בלאט)----

"מלכי איז היינט אהיים געקומן פון שולע זייער צובראכן. זי זאגט אז די לערערין האט זי אנגעשריגן און אויך אנדערע מיידלך טשעפען איר."

"אוי וויי," קרעכצט מרת וואסער. "מלכי איז אזא זיסע מיידעלע, אבער אמאל מאכט זי נארישע זאכן און אנדערע מיידלעך לאכן פון זי. א פאר מאל מאכט זי נישט נאר נארישקייט, נאר זי טוט זאכן וואס רעגן אויף אנדערע מיידלעך.

"איך וועל דיך פארציילן וואס איז געווען היינט. נאך מיר האבן געגעסן מיטאג האב איך געהאט א ווארעמע טרונק, אבער איך האב נישט געענדיגט די גאנצע. די איבעריגע איז געבליבן ביי מיין פלאץ אין דעם גלאז.

"פאר די מיידלעך האבן געדארפט אהיים גיין האט מלכי גענומען דעם גלאז און אנגעפאנגן שפילן מיט עס. זי האט בטעות אויסגעגאסען דער איבערגעבליבענע קאווע, און שמוציג געמאכט אנדער מיידלעך. זיי זענען געווארען זייער בייז און האבן געטשעפעט מלכי, וועגן דעם האב איך זי אנגעשריגן."

----(נייע בלאט)----

יעצט פארשטייט שוין מלכי'ס מאמע זייער גוט וואס איז געשען. זי ווייסט אז ווען מלכי זאגט זי האט גארנישט געטון זאגט זי אפשר א ליגענט, ווייל מלכי טוט יא נישט גוטע זאכן. זי האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון און שיין ערקלערט פאר מלכי אז אויב מען כאזערט אן מיט קאווע ווערט מען אליין אנגעזידעלט.

מלכי האט גוט אויסגעהערט וואס די מאמע האט געזאגט, און מער האט זי שוין נישט פראבירט...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 6:52 pm
דורך דער תהילים איד
:lol:

מרת זאלץוואסער איז די לערערין? נונו....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:01 pm
דורך ידיד
יוי לאך איך... מכה'לע סופער סופער!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:04 pm
דורך אסותא
אסותא האט זייער זייער זייער ליב די ביך.

קינדערלעך, פארוואס האט אסותא אזוי ליב די ביך?

ווייל די ביך איז זייער זייער שיין.

עס לערנט אונז אויס אסאך אסאך וויכטוגע זאכן.

עס מאכט אונז זאלן זיין זייער וואוילע קינדערליך.

עס לערנט אונז אויס אז ווען א קינד שפילט זיך מיט א קאווע קען מען ווערן שמוציג.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:



סארא לץ דו!!!

יוי! דו ביסט געפערליך זיס!

ווייסט, דו דערמאנסט מיר פון מכה בדופן....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:17 pm
דורך ענדע צדיק!
............... ;l;p-

איינער האט א ספער מילץ?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:34 pm
דורך אורייתא
העלאו וואס דער איינער האט ארויסגענימען די שרייבער פון די קעלערן. וואף איינס נאכןצוויטען. און אז אייועלט קען יא וואס דארף מען ווארטען ביז אאינער פון דארט דרייט אן, האא?

נאר וואס איז דיר קיינמאל נישט בייגעפאלען פארוואס דער שטרענגער גלעגער איז דא און די מצב פון עדדזשויען ?! אין נארמאלע אומשטענדען וואלט ער שוין לאנג געווען אין א מעקער קאמפיין. נארוואדען ער האט געפענט א נייע ניק אונגעדרייט א קאשע און יאלע די טרעפיק ווערט בוזי.(איך האף אז עס איז נישט נאך א שטודיע....)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:12 pm
דורך זאכליך
יו אידאס גוט!

פארוואס האט נאר די ערשטע שורה נקודות? מן איז יענץ נאר ק/פ...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:18 pm
דורך green
דער עולם קלאפט אין מיין טיר זעהן צו ס'גייט נישט עפעס פאר...

יוש האבעך מיר געדרייט...

מכה ביסט גוט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:37 pm
דורך א גראם מיט טעם
אוי ביסטו גיט מכה'לע
א קניפ אויף דיין באק'עלע
געשריבען אזא פיינע אטאק'ילע

אלע געגאנגען לויפען
דעם ביכעלע צו קויפען
פין אונזער מכה בדופן

זיי נישט מייאש
געב ארויס נאך פין טאש
זיך באלעקען ווי מיט א פיינעם מאטיאש

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 9:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
זיכער געדריקט די בוך יארן צוריק!

הלמאי היינט וואלט מען גענומען שנעל די קליינעם צום טערעפיסט, און די לערערן צו א ספעשעליסט!

אבער צום פונקט, די בוך איז וואונדערבאר!!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 11:55 pm
דורך לכאורה
ווען עס קומט אריין א זעץ פון מכה בדופן,
ווייסט יעדער אז עס לוינט צו לויפן,
פיינע סחורה דער האט צו פארקויפן.
גאר גוט געזאגט חבר, בכל אופן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 7:56 am
דורך הערליך
איך קען אפקויפן די מעשה?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 8:23 am
דורך מאנ-יימער
מכה, סופער קריעטיוו!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 9:39 am
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:מכה, סופער קריעטיוו!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 12:33 pm
דורך בערקא
שנאפס האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:מכה, סופער קריעטיוו!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 3:17 pm
דורך מכה בדופן
ייש"כ אלע פאר די שיינע קאמפלימענטען. עס איז שטארק עפרישיעטעד.


הערליך האט געשריבן:איך קען אפקויפן די מעשה?


גייסט עס פליפן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:00 pm
דורך ווינקל
ידיד האט געשריבן:יוי לאך איך... מכה'לע סופער סופער!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:34 pm
דורך מטעמים
די ערשטע מאל וואס איך ליין די צודרייטע מעשיות אין איך האב נישט קיין קאפ-וויי.

מיינע קינדער טארען חס ושלו' נישט וויסען דערפון. יוי ביזטו גיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 10:26 am
דורך זאלץוואסער
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דער מכה בדופן האט נאר 189 תגובות???

וואס איז דאס? א מין הפקר וועלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 10:31 am
דורך משה יענקל
ידיד האט געשריבן:יוי לאך איך... מכה'לע סופער סופער!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 10:57 am
דורך הערליך
מכה בדופן האט געשריבן:ייש"כ אלע פאר די שיינע קאמפלימענטען. עס איז שטארק עפרישיעטעד.


הערליך האט געשריבן:איך קען אפקויפן די מעשה?


גייסט עס פליפן?


ניין! איך ברויך עס פאר מיר, עס גייט אריין אין מיין קאלעקציע

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:36 pm
דורך הרבטייטעלבוים
ביוטי פול.

שכח פאר די מפתח זוי בינעך אנגעקימען