בלאט 1 פון 5

אנקעטע: וויפיל רענט אדער מארטגעזש צאלט איר פאר אייער דירה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 4:51 pm
דורך ניק ניק
אזוי ווי מ'האט שוין אסאך ארום גערעדט אין פארשידענע אשכולות וויפיל ס'רענזשעד די עווריזש רענט אין ווימס"ב ווס. אנדערע שטעט, ממילא מאך איך די אנקעטע.

איך ווייס אז איר האט פונקט געהאט א בארגען און ס'נישט קיין ראי' פון אייך, אבער ביטע שטימט וויפיל "איר" אדער "די" צאלסט, נישט וואס די האסט געהערט אין ביהמ"ד אז מ'צאלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 4:52 pm
דורך מי יודע
איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........

לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 4:54 pm
דורך ניק ניק
ניק ניק האט געשריבן:רבותי קומט אריין וואטען ביי די לינק

-------
מיט 83 וואוטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 4:59 pm
דורך דעפרעסט
ניק ניק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........

לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט

צו קאמפלעצירט


בכלל נישט קאמפליצירט, על זה אנו דנין. נפל היסוד נפל הבנין.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 5:02 pm
דורך מי יודע
ניק ניק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........

לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט

צו קאמפלעצירט

איך האב געשטימט צווישן 1000 און 2000, א ווילי קען שטימען די זעלבע זאך, אבער לעומת זה וועט ער האבן א פערטל סייז דירה ווי מיר
קאפטשא?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 5:18 pm
דורך ניק ניק
סא דארף מען יעדע שאלה צוטיילן אין צוויי, צאלסט אזויפיל מיט א באקוועמע דירה אדער צאלסט אזויפיל מיט א שוואכע דירה, ס'איז גרינגער מען זאל עס שרייבן אין א תגובה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 6:35 pm
דורך Gevald Geshrigen
where do I vote?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 6:38 pm
דורך לכאורה
געשטימט אויף די דריטע אפציע, אבער נישט איך אליינס באצאל דאס גאנצע, איך האב אן ארימער פעטער וואס איז שולדיג חובות אינעם ווייטן מזרח, אבער ברוב חסד לאומים חטאת באצאלט ער מיר דעם חלק הארי ב"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 7:35 pm
דורך פלעכטער
איך רייס מיך אויס די כח צי באצאלן די הויעכע קאסטן פון מיין רענט.

דער אייבערשטער זאל שוין שיקען משיח צדקינו.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 7:38 pm
דורך עמרם יודא
WOW איך זעה נישט קיין איין וויליאמסבורג אינטער $1,000

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 7:55 pm
דורך געלעגער
מיין דירה איז אויסגעצאלט אבער נישט דורך מיר. וואו באלאנג איך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 8:31 pm
דורך מצב כללי
געלעגער האט געשריבן:מיין דירה איז אויסגעצאלט אבער נישט דורך מיר. וואו באלאנג איך?


אין בעט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 10:17 pm
דורך עקבי הצאן
אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 10:48 pm
דורך עמרם יודא
איך בין זייער נייגעריג צי איינער צאלט אין וויליאמסבורג ווייניגער פון $1,000 אויב יא וואס פאר א דירה ער האט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 11:17 pm
דורך לאדיךארויס
עקבי הצאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.

ס'קען נאך אלץ זיין א וויטער מרחק.
וויליאמסבורג = 1,950
אפסטעיט = 1,050

אויסער דעם איז עפעס נישט קלאר. 'ערגעץ אנדערש' מיינט אפסטעיט, אדער אויך בארא פארק?
ווייל אויב בארא פארקער האבן געשטימט פאר "עפעס אנדערש", איז דאך עס פונקט ווי וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:15 am
דורך מטעמים
עני וועי סיז אי רעלעוואנט די גאנצע וואוט. ווייל בסך הכל שרייבט דא איין מענטש אינטער צען ניקים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:32 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
איר מיינט אז יעדער טוט וואס איר טוט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:58 am
דורך maybeeynot
איך האלט מ'זאל מאכן א עקסטרע אנקעטע פאר יעדע שטאט האט מען גענוג אפציעס פון פראגען צו באקומען א קלארע בילד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:24 am
דורך פעפערקארן
עמרם יודא האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צי איינער צאלט אין וויליאמסבורג ווייניגער פון $1,000 אויב יא וואס פאר א דירה ער האט?

שוין דא איינער וואס צאלט אינטער טויזענט אין וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:29 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
ווילאנג מען וויסט ווי די גרויס פון די דירות איז דער אנקעטע ווערט לאז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:29 am
דורך בערקא
לאדיךארויס האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.

ס'קען נאך אלץ זיין א וויטער מרחק.
וויליאמסבורג = 1,950
אפסטעיט = 1,050



יאפס צווישן 1000 און 2000 איז דא א לאנגע וועג צו גיין

לדוגמא, איך האב געצאלט אין וויליאמסבורג (גלייך נאך די חתונה) 1400 פאר א 2 בעדרום (די צווייטע בעדרום איז מער א וואלק אין קלאזעט) מיט א האלבע קעכל, אויף א בוידעם שטאק (אהן די מעגליקייט צו זעהן די גאס) אין ניי וומ"ס, און מיין ברודער האט געצאהלט (גלייך נאך די חתונה) אין אפסטעיט 1050 פאר א פיר רום טאפ פלאהר מיט א פארטש, שיינע דיינינג רום וכו'...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:30 am
דורך מטעמים
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:איר מיינט אז יעדער טוט וואס איר טוט?

אזוי טוהט מען ביינאייך? מען פרעגט זיך אליינס אף?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:40 am
דורך משה יענקל
1300$ פאר א גרויסע 3 בעדרום דירה און קר"י

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:40 am
דורך עקבי הצאן
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ווילאנג מען וויסט ווי די גרויס פון די דירות איז דער אנקעטע ווערט לאז

באמת סיז דא וואס מ׳קען יא ארויסנעמען, די טאטעל וויפיל מ׳צאלט פאר ״האוזינג״, וואס מ׳באקומט דערפאר ווענדט זיך שוין אין א געוואלד מיט פרטים, פלאץ, קאנדישאן, שטאק, לאקעישאן אין די געגענט אליין.

אודאי פארשטייט יעדער אז אין ווילי באקומט מען נישט וואס מ׳באקומט פאר דעם געלט ערגעץ אנדערשט, אבער דאס איז שוין אן אויסוואל וואס דער מענטש נעמט אן אז צו וואוינען דארט אקצעפטירט מען א קלענערע דרגא אין האוזינג, ווי אויכעט א משפחה געבענטשטע שטוב קעםן אפמאכן אז זיי בלייבן וואוינען אין א קלענערע דירה וועגן געלט, מיינט אז זיי האבן דאס אקצעפטירט, און מיר מעסטן וויפיך צאלט מען פאר וואוינינג ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:05 am
דורך צייטליך
לכאורה האט געשריבן:געשטימט אויף די דריטע אפציע, אבער נישט איך אליינס באצאל דאס גאנצע, איך האב אן ארימער פעטער וואס איז שולדיג חובות אינעם ווייטן מזרח, אבער ברוב חסד לאומים חטאת באצאלט ער מיר דעם חלק הארי ב"ה.

איך האב אזוי געלאכט.. אוי איז דאס א שפראך..