בלאט 4 פון 5

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 5:05 pm
דורך ניק ניק
איך אפדעיט די רעאלטאטן כסדר ביי די 3'טע תגובה אויפן ערשטן בלאט אין דעם אשכול

פארעפענטליכט: שבת מאי 17, 2014 9:44 pm
דורך עמרם יודא
פעפערקארן האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צי איינער צאלט אין וויליאמסבורג ווייניגער פון $1,000 אויב יא וואס פאר א דירה ער האט?

שוין דא איינער וואס צאלט אינטער טויזענט אין וויליאמסבורג

וואלט איך געקענט באשטיין ער זאל שרייבן וואס פארא דירה ער האט כדאי מענטשען זאלן וויסען ווי ערענסט די מצב האלט,
אחוץ ער צאלט רענט פאר זיין טאטע שווער זיידע האט ער בכלל נישט קיין רעכט צי וואטען

פארעפענטליכט: שבת מאי 17, 2014 11:14 pm
דורך דער קוטשער
עמיצער צווייפלט ווי די מצב האלט, עס האלט אז צוויי היימישע קאפליך וואוינען אין שכינות פון ווילי אין א יאפי רעיל ראוד דירה און שערן אינדערמיט א ביכ"ס...

פארעפענטליכט: שבת מאי 17, 2014 11:26 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
לדעתי העני׳ עס גרעניצט זיך מיט רשעות אוועק צו מאכן די שרעקליכע מצב פון האויזינג אין וויליאמסבארג, דאס הייסט טאנצן אויף יענעמס בלוט, יודן בלוטיגן אוועק קומט זיך אן א יונגערמאן און מאכט ליצנות, אנטשולדיגט מיר זייער, אבער עס טוט זייער וויי

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 12:04 am
דורך דער קוטשער
עס מוז זיין אדער איינער וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג אדער האט ער א שיינע גרויסע דירה פאר סיי וואסערע סיבה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 12:51 am
דורך אלד וויליאמסבורג
דער קוטשער האט געשריבן:עס מוז זיין אדער איינער וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג אדער האט ער א שיינע גרויסע דירה פאר סיי וואסערע סיבה.

גראדע האבעך באמערקט פינקט פארקערט, די וואס שרייען די העכסטע דא ווי געפערליך ס'איז, וואינען נישט אין וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 12:56 am
דורך עמרם יודא
דער קוטשער האט געשריבן:עס מוז זיין אדער איינער וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג אדער האט ער א שיינע גרויסע דירה פאר סיי וואסערע סיבה.

איך האף אז די מיינסט נישט מיך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 3:31 pm
דורך שנאפס
דער קוטשער האט געשריבן:עס מוז זיין אדער איינער וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג אדער האט ער א שיינע גרויסע דירה פאר סיי וואסערע סיבה.


איר זענט ראנג דאס מאל.. מיט ביידע פונקטן..

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:02 pm
דורך ניק ניק
נעכטן שילדערט מיר איינער וואס איז געווען באזוכן איינעם אין ווילימסבורג די שרעקליכע מצב וויאזוי ס'קוקט אויס ביי יענעם אין שטוב אז איך בין אליין געווארן באמת איבערגענומען (נישט סארקאסטיש), 3 שטאק ארויף מיט שמאלע שווערע טרעפ, 4 קינדערלעך קע"ה אין א 2 בעדרום דירה אבער פיצעלע רומ'ס און ס'איז זיך נישט דא ווי צו רירן וכו' וכו' וכו', אזוי בתוך הדברים האב איך זיך דערמאנט פון די אשכול געב איך א פרעג און וויפיל צאלט ער? 700 דאלער קומט די ענטפער.... ער שפארט אפ געלט פאר א דאון פעימענט.....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:16 pm
דורך עמרם יודא
ווען האט ער אריין געמאפט דארטן?? 8 יאר צוריק?
איז די דירה דאמאלטס געווען אין א פארשטיפטע גוישע געגנט??
איז די נישט די לענלער א קרוב מיט אים??
ברענג אראפ קלאר אלע פאקטען!!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:20 pm
דורך ניק ניק
ער איז נאכנישט חתונה געהאט קיין 8 יאר.
די דירה איז אויף פען סט.
נישט קיין קרוב.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:25 pm
דורך עמרם יודא
ניק ניק!!!!
מאכט דיך נישט נאריש, אפיר ציקראצען מענטשען וואס צאלן ביליג,
גיי אריין אין עני כולל דא אין וויליאמסבורג און הייב אן צי פרעגען יונגעלאט וואס האבן חתונה געהאט 2 יאר צוריק וויפעל רענט זיי צאלן רוב יונגעלאט וועלן ענפערען זיי האבן איין בעדראם און א כמו דייניג רום זיי צאלן $1,500 און ארויף
יא איך האב געפרעגט,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:58 pm
דורך שנאפס
ניק ניק האט געשריבן:נעכטן שילדערט מיר איינער וואס איז געווען באזוכן איינעם אין ווילימסבורג די שרעקליכע מצב וויאזוי ס'קוקט אויס ביי יענעם אין שטוב אז איך בין אליין געווארן באמת איבערגענומען (נישט סארקאסטיש), 3 שטאק ארויף מיט שמאלע שווערע טרעפ, 4 קינדערלעך קע"ה אין א 2 בעדרום דירה אבער פיצעלע רומ'ס און ס'איז זיך נישט דא ווי צו רירן וכו' וכו' וכו', אזוי בתוך הדברים האב איך זיך דערמאנט פון די אשכול געב איך א פרעג און וויפיל צאלט ער? 700 דאלער קומט די ענטפער.... ער שפארט אפ געלט פאר א דאון פעימענט.....


נישט דא קיין דירה אויף פענן סט פאר זיבן מאות א חודש, אפילו אכט יאר צוריק, קוים וואס דו האסט געקענט באקומען א בעיסמענט דעמאלטס פאר די געלט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:59 pm
דורך יהיה כן
ער צאלט אזויפיל מסתם חוץ די חלק שמונה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 6:10 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
ניק ניק, אזוי דו האסט אסאך דירות, ביטע שיק מיר אריין איינס אין אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:15 pm
דורך ניק ניק
צוגעלייגט אן אפציע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:17 pm
דורך ניק ניק
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ניק ניק, אזוי דו האסט אסאך דירות, ביטע שיק מיר אריין איינס אין אישי.

איך own נישט קיין דירות, איך קען דיר אויפזוכען איינס, איך נעם 2000 דאלער בראקערעזש, שיק מיר אין פישי אויב די ווילסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:21 pm
דורך משה יענקל
4900,4200......

רח"ל געב מיר א ברעיק!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:25 pm
דורך יהיה כן
700 פאר פיר רומס אין ווילי????
וואו בינעך??

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:41 pm
דורך שנאפס
אין דריעמלענד

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:24 pm
דורך געלעגער
ניק ניק, איך צאל דיר אפ פראנט דריי אלפים קעש אויב שאפסטו מיר א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג פאר 1800! הערסט וואס איך זאג דיר? איך שרייב עס דא ברבים און איך טשעלענדזש דיר אויף דעם! דריי אלפים קעש אויב ברענגסטו מיר א דריי בעדרום דירה פאר 1800 מאות! דיעל?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:28 pm
דורך ניק ניק
פאר 2000 איז אויך גוט? איך האב דיר איינס פאר 2000.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 2:54 pm
דורך ניק ניק
ליסטע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 3:23 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
לכאורה האט געשריבן:געשטימט אויף די דריטע אפציע, אבער נישט איך אליינס באצאל דאס גאנצע, איך האב אן ארימער פעטער וואס איז שולדיג חובות אינעם ווייטן מזרח, אבער ברוב חסד לאומים חטאת באצאלט ער מיר דעם חלק הארי ב"ה.

רט אקוראט די זעלבע,
איך האב א פיר בעדרום דירה (עכט איזעס נאר דריי ווייל איך האב אראפגענומען א וואנט צו האבן א גרעסערע דיינינג רום) מיט א פארטש ד' על ד'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:34 pm
דורך ניק ניק
געלעגער האט געשריבן:ניק ניק, איך צאל דיר אפ פראנט דריי אלפים קעש אויב שאפסטו מיר א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג פאר 1800! הערסט וואס איך זאג דיר? איך שרייב עס דא ברבים און איך טשעלענדזש דיר אויף דעם! דריי אלפים קעש אויב ברענגסטו מיר א דריי בעדרום דירה פאר 1800 מאות! דיעל?

איך האב יעצט נאך א הערליכע 3 בעדרום דירה פאר 1700 אין צענטער פון אלט ווילמסבורג, פאר מער אין פרטי.
--------------
געלעגער איך ווארט נאך אלץ אויפן טשעלענזש...