געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך מאי 14, 2014 4:51 pm
אזוי ווי מ'האט שוין אסאך ארום גערעדט אין פארשידענע אשכולות וויפיל ס'רענזשעד די עווריזש רענט אין ווימס"ב ווס. אנדערע שטעט, ממילא מאך איך די אנקעטע.
איך ווייס אז איר האט פונקט געהאט א בארגען און ס'נישט קיין ראי' פון אייך, אבער ביטע שטימט וויפיל "איר" אדער "די" צאלסט, נישט וואס די האסט געהערט אין ביהמ"ד אז מ'צאלט.
Advertisement
מיטוואך מאי 14, 2014 4:52 pm
איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........
לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט
מיטוואך מאי 14, 2014 4:54 pm
ניק ניק האט געשריבן:רבותי קומט אריין וואטען ביי די לינק
-------
מיט 83 וואוטס.
- עטעטשמענטס
-

לעצט פאראכטן דורך
ניק ניק אום מאנטאג מאי 26, 2014 2:46 pm, פאראכטן געווארן 7 מאל בסך הכל.
מיטוואך מאי 14, 2014 4:59 pm
ניק ניק האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........
לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט
צו קאמפלעצירט
בכלל נישט קאמפליצירט, על זה אנו דנין. נפל היסוד נפל הבנין.
מיטוואך מאי 14, 2014 5:02 pm
ניק ניק האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:איך זע וויכי האט געשטימט א אויסגעצאלטע דירה.........
לייג צו ביי די פרייזן ווי סקווער פיס מ'האט
צו קאמפלעצירט
איך האב געשטימט צווישן 1000 און 2000, א ווילי קען שטימען די זעלבע זאך, אבער לעומת זה וועט ער האבן א פערטל סייז דירה ווי מיר
קאפטשא?
מיטוואך מאי 14, 2014 5:18 pm
סא דארף מען יעדע שאלה צוטיילן אין צוויי, צאלסט אזויפיל מיט א באקוועמע דירה אדער צאלסט אזויפיל מיט א שוואכע דירה, ס'איז גרינגער מען זאל עס שרייבן אין א תגובה.
מיטוואך מאי 14, 2014 6:35 pm
where do I vote?
מיטוואך מאי 14, 2014 6:38 pm
געשטימט אויף די דריטע אפציע, אבער נישט איך אליינס באצאל דאס גאנצע, איך האב אן ארימער פעטער וואס איז שולדיג חובות אינעם ווייטן מזרח, אבער ברוב חסד לאומים חטאת באצאלט ער מיר דעם חלק הארי ב"ה.
מיטוואך מאי 14, 2014 7:35 pm
איך רייס מיך אויס די כח צי באצאלן די הויעכע קאסטן פון מיין רענט.
דער אייבערשטער זאל שוין שיקען משיח צדקינו.
מיטוואך מאי 14, 2014 7:38 pm
WOW איך זעה נישט קיין איין וויליאמסבורג אינטער $1,000
מיטוואך מאי 14, 2014 7:55 pm
מיין דירה איז אויסגעצאלט אבער נישט דורך מיר. וואו באלאנג איך?
מיטוואך מאי 14, 2014 8:31 pm
געלעגער האט געשריבן:מיין דירה איז אויסגעצאלט אבער נישט דורך מיר. וואו באלאנג איך?
אין בעט
מיטוואך מאי 14, 2014 10:17 pm
אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.
מיטוואך מאי 14, 2014 10:48 pm
איך בין זייער נייגעריג צי איינער צאלט אין וויליאמסבורג ווייניגער פון $1,000 אויב יא וואס פאר א דירה ער האט?
מיטוואך מאי 14, 2014 11:17 pm
עקבי הצאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.
ס'קען נאך אלץ זיין א וויטער מרחק.
וויליאמסבורג = 1,950
אפסטעיט = 1,050
אויסער דעם איז עפעס נישט קלאר. 'ערגעץ אנדערש' מיינט אפסטעיט, אדער אויך בארא פארק?
ווייל אויב בארא פארקער האבן געשטימט פאר "עפעס אנדערש", איז דאך עס פונקט ווי וויליאמסבורג
דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:15 am
עני וועי סיז אי רעלעוואנט די גאנצע וואוט. ווייל בסך הכל שרייבט דא איין מענטש אינטער צען ניקים.
דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:32 am
איר מיינט אז יעדער טוט וואס איר טוט?
דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:58 am
איך האלט מ'זאל מאכן א עקסטרע אנקעטע פאר יעדע שטאט האט מען גענוג אפציעס פון פראגען צו באקומען א קלארע בילד
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:24 am
עמרם יודא האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צי איינער צאלט אין וויליאמסבורג ווייניגער פון $1,000 אויב יא וואס פאר א דירה ער האט?
שוין דא איינער וואס צאלט אינטער טויזענט אין וויליאמסבורג
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:29 am
ווילאנג מען וויסט ווי די גרויס פון די דירות איז דער אנקעטע ווערט לאז
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:29 am
לאדיךארויס האט געשריבן:עקבי הצאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין אנדערע פלעצער האלט עס יעצט ביי צווישן טויזענט און צוויי טויזענט.
ס'קען נאך אלץ זיין א וויטער מרחק.
וויליאמסבורג = 1,950
אפסטעיט = 1,050
יאפס צווישן 1000 און 2000 איז דא א לאנגע וועג צו גיין
לדוגמא, איך האב געצאלט אין וויליאמסבורג (גלייך נאך די חתונה) 1400 פאר א 2 בעדרום (די צווייטע בעדרום איז מער א וואלק אין קלאזעט) מיט א האלבע קעכל, אויף א בוידעם שטאק (אהן די מעגליקייט צו זעהן די גאס) אין ניי וומ"ס, און מיין ברודער האט געצאהלט (גלייך נאך די חתונה) אין אפסטעיט 1050 פאר א פיר רום טאפ פלאהר מיט א פארטש, שיינע דיינינג רום וכו'...
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:30 am
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:איר מיינט אז יעדער טוט וואס איר טוט?
אזוי טוהט מען ביינאייך? מען פרעגט זיך אליינס אף?
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:40 am
1300$ פאר א גרויסע 3 בעדרום דירה און קר"י
דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:40 am
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ווילאנג מען וויסט ווי די גרויס פון די דירות איז דער אנקעטע ווערט לאז
באמת סיז דא וואס מ׳קען יא ארויסנעמען, די טאטעל וויפיל מ׳צאלט פאר ״האוזינג״, וואס מ׳באקומט דערפאר ווענדט זיך שוין אין א געוואלד מיט פרטים, פלאץ, קאנדישאן, שטאק, לאקעישאן אין די געגענט אליין.
אודאי פארשטייט יעדער אז אין ווילי באקומט מען נישט וואס מ׳באקומט פאר דעם געלט ערגעץ אנדערשט, אבער דאס איז שוין אן אויסוואל וואס דער מענטש נעמט אן אז צו וואוינען דארט אקצעפטירט מען א קלענערע דרגא אין האוזינג, ווי אויכעט א משפחה געבענטשטע שטוב קעםן אפמאכן אז זיי בלייבן וואוינען אין א קלענערע דירה וועגן געלט, מיינט אז זיי האבן דאס אקצעפטירט, און מיר מעסטן וויפיך צאלט מען פאר וואוינינג ...
דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:05 am
לכאורה האט געשריבן:געשטימט אויף די דריטע אפציע, אבער נישט איך אליינס באצאל דאס גאנצע, איך האב אן ארימער פעטער וואס איז שולדיג חובות אינעם ווייטן מזרח, אבער ברוב חסד לאומים חטאת באצאלט ער מיר דעם חלק הארי ב"ה.
איך האב אזוי געלאכט.. אוי איז דאס א שפראך..