בלאט 4 פון 6
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:29 pm
דורך ציקוועטשטער
ווי עס שיינט האט דער אשכול געהאט א שלאס ביז היצט, 4 שעה און קיינער קאמענטירט נישט?
אין וומ"ס איז דא א דירות פראבלעם? בכלל נישט, עס זענען דא גענוג און נאך, פראבלעם איז אז ס'דא צופיל מענטשן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:26 pm
דורך אש קודש
מ'מעג דא שרייבען וועגען בארע פארק אויך?
די פרייז פפאר א דריי בעדררום דירה איז בערך 2700.00 מ'קען טרעפען פאר 2500.00 אבער מיט עפעס א קאנדישען, בילליגער פון דעם איז געווענליך ממש נישט ראוי צו וואוינען,
אז איינער קען מיך פראווען רונג, און טרעפען א נארמאלע דירה און בארע פארק פאר ביז 2300.00 באקומט פון מיר 500.00
איך האב א חבר וואס דארף דעספערטלי א דירה, ער זוכט שוין איבער א האלבע יאר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 7:23 am
דורך משה יענקל
געלעגער האט געשריבן:ניק דו קריכסט אין וואנט אריין.
זאג, וואו וואוינסטו?
כמו הבת היענה..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 8:46 am
דורך זאלץוואסער
היינט צופרי זאגט מיר איינער אז ס'איז פרייטאג.
קען זיין ס'איז אזוי, איך בין נאר נייגעריג צו ער האט געמאכט ריסוירטש דערויף...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 9:02 am
דורך צייטליך
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 9:21 am
דורך מי יודע
אש קודש האט געשריבן:מ'מעג דא שרייבען וועגען בארע פארק אויך?
די פרייז פפאר א דריי בעדררום דירה איז בערך 2700.00 מ'קען טרעפען פאר 2500.00 אבער מיט עפעס א קאנדישען, בילליגער פון דעם איז געווענליך ממש נישט ראוי צו וואוינען,
אז איינער קען מיך פראווען רונג, און טרעפען א נארמאלע דירה און בארע פארק פאר ביז 2300.00 באקומט פון מיר 500.00
איך האב א חבר וואס דארף דעספערטלי א דירה, ער זוכט שוין איבער א האלבע יאר
זענט עטץ נארמאל? איך גלייב אז די דריי בעדרום וואס דו זוכסט וועסטו זיין צופרידן מיט 800 סקווער פיס
אין קרית יואל קענסטו האבן א 5 רומיגע דירה בערך 1300 סקווער פיס פאר די פרייז פון 13 1400 דאלער, און דו דארפסט קיינעם נישט צוצאלן קיין 500 דאלער
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 9:25 am
דורך צוקערדיג
איך וויל בעטן הרב ניקניק זאל מיר ביטע געבן אפאר פון די אפענע דירות וואו איך זאל זיך קענען מופן
נאכן זוכן וואכן און חדשים האב מיר משלים געווען מיטן מצב און אריינגעלייגט א בעט אין דיינינג רום. איר האט אפשר א געדאנק וואו מ'קען טרעפן א 3 בעדרום דירה אינטער אלפיים וחמש מאות? איך האב נישט זייטיגע הילף.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 9:47 am
דורך מי יודע
שנאפס האט געשריבן:צייטליך פיין געשריבן
וועגן וועידזשעס איז ער גערעכט, בדרך כלל אין קרית יואל צאלט מען ווייניגער פאר א ארבעטער ווי אין וויליאמסבורג (און פאר א מיידל סעקרעטערי אסאך ווייניגער), אבער נישט ווייל מען צאלט ביליגער רענט, נאר וועגן די דימענד פאר דזשאבס איז העכער ווי אין וויליאמסבורג
--
איך האלט אז ניק ניק איז גארנישט געברעינוואשד, ער האט נאר ליב צו מאכן לעבעדיג, ביזדערווייל איז עס געלונגען מיט סוקסעס... אויך א מהלך..
ביי מיידלעך און פרויען האב איך שוין געהערט, אבער יונגעלייט? געהעריגע ארבעטערס מאכן ווייניגער אין קרית יואל ווי אין ווילי? וואס טוט זיך מיט די יונגעלייט וואס פארן אריין ארבעטן אין ווילי, די זענען די עשירים?, און פארוואס לוינט זיך פאר א שיינע פאר ווילי אידן ארויסקומען ארבעטן אין קרית יואל יעדן טאג?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 10:44 am
דורך שנאפס
איך האב עס געהערט פון א פאר אינגעלייט וואס וואוינען אין קרית יואל, חברים און משפחה
משה יענקל האט פריער געשריבן אז מען פאנגט אן מיט א אינגערמאן מיט צוועלף דאלער א שעה, אין וויליאמסבורג מיין איך איז עס אביסל מער
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 10:55 am
דורך משה יענקל
געהערט פון א אינעגערמאן אז ער האט אנגעהויבען ביי 480$
א אנדערער האט אנגעהויבען פאר ווייניגער!!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 10:59 am
דורך דער תהילים איד
פישל האט געשריבן:א איד האט מיר אמאל מסביר געווען אז ס'קען נישט זיין אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט געגרינדעט א שטעטל אז בחורים וואס ווערן דארט א איידעם זאלן זיך דארט באזעצן, ווייל לויט ווי מ'ווייסט האבן נאך דאן בכלל נישט געוואוינט קיין שווערס אין זיין שטעטל, ער האט עס פשוט געעפנט אז תלמידיו וחסידיו זאלן זיך אהינציען.
זאגסט א שיינע רעיון! סימער נישט בייגעפאלן..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:12 am
דורך יאנקעלע קליגער
זאלץוואסער האט געשריבן:היינט צופרי זאגט מיר איינער אז ס'איז פרייטאג.
קען זיין ס'איז אזוי, איך בין נאר נייגעריג צו ער האט געמאכט ריסוירטש דערויף...

אוי ביזטו גוט
ס'איז געווען אן אויספלאץ כמו שכתוב
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:36 am
דורך דעפרעסט
העפענס טו בי אז עטליכע פון מיינע חברים תושבי וויליאמסבורג האבן אויך אנגעהויבן מיט 480, ס'איז נישט קיין כלל אינערגעץ.
צום שלוס
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:41 am
דורך ניק ניק
איך האב גוט געוויסט פון פארדעם אין וואס איך לאז מיך אריין מיטן זאגן אנדערש ווי די דעת הקהל, אבער איך האב עס געטוהן וויסנדיג אז איך קען צאם שטעלן א גוטע דאטאבעיס פון דירות וואס שטייען יעצט אוועלעבל צו פארדינגן אין ווימס"ב און א לאנגע ליסטע פון ווימס"ב איינוואונער וואס צאלן ביליג אין קליינע דירות אדער טייער אין שיינע בעל בית'ישע דירות, נאר איך האב מיר געמאכט דעם חשבון אז צאמשטעלן שטארקע באווייזן מיט דאקומענטן וואס ווייזן אויף די גערעכטיקייט פון א זאך איז א ארבעט וואס א לויער טוט פאר 500 דאלער א שעה אדער מער, איך בין עס גרייט צו טוהן פאר ווייניגער, אבער נישט פאר אומזוסט, און אודאי נישט ווען ס'נעמט צו צייט פון די ארבעט וואס מיינט אטאמאטיש אז ס'קאסט מיר געלט. און בנוסף צו דעם האט די אנדערע צד אויך נישט קיין שום פונקעלכע נאמבער'ס צו בויען זייער מיינונג, ס'איז ס"ה אזוי ווי א ביזנעס מאן וואס פירט נישט קיין ביכער און ער רעדט זיך איין אז ער מאכט גרויס געלט, אלזא זעה איך נישט פארוואס איך זאל ווייטער שרייבן אפי' נאך איין ווארט אין דעם נושא, איך וויל נאר ענדינגן מיט איין ווארט, איך האב גוטע ענטפערס אויף אלע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן דא, און ס'איז נישט קיין שתוקא כהודאה דמיא.
הצלחה רבה.
--------------------------
אזוי ווי די שמועס איז אביסל אריבער געפארן צו פארדינסטן אין קר"י, וויל איך צולייגן 2 קליינע פרטים.
1. איך האב יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאון מיט א זשאב אפפער אין קר"י, זיי ווילן צאלן 8.15 א שעה.
2. פארדינען ווייניג האב איך געמיינט צו זאגן, אז ס'שווערער צו טרעפן א זשאב, און מ'וואקסט אביסל שטייטער ווי אין סיטי, די וואס פארן אריין ארבעטען דארפן צולייגן טראנספורטאציע קאסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:44 am
דורך דער תהילים איד
האטסעך אנגעטראגן פאר א גויטע עידשענסי? אויש..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:49 am
דורך משה יענקל
נוסח זאלצי:
האסט א באווייז אז היינט איז פרייטאג???
איך האלט נישט ביים דינגען א לויער וואס זאל אויפ ווייזען אז עס איז דאנערשטאג עס וועט קאסטן צופיל!!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 12:31 pm
דורך צוקערדיג
ניק ניק האט געשריבן:איך האב גוט געוויסט פון פארדעם אין וואס איך לאז מיך אריין מיטן זאגן אנדערש ווי די דעת הקהל, אבער איך האב עס געטוהן וויסנדיג אז איך קען צאם שטעלן א גוטע דאטאבעיס פון דירות וואס שטייען יעצט אוועלעבל צו פארדינגן אין ווימס"ב און א לאנגע ליסטע פון ווימס"ב איינוואונער וואס צאלן ביליג אין קליינע דירות אדער טייער אין שיינע בעל בית'ישע דירות, נאר איך האב מיר געמאכט דעם חשבון אז צאמשטעלן שטארקע באווייזן מיט דאקומענטן וואס ווייזן אויף די גערעכטיקייט פון א זאך איז א ארבעט וואס א לויער טוט פאר 500 דאלער א שעה אדער מער, איך בין עס גרייט צו טוהן פאר ווייניגער, אבער נישט פאר אומזוסט, און אודאי נישט ווען ס'נעמט צו צייט פון די ארבעט וואס מיינט אטאמאטיש אז ס'קאסט מיר געלט. און בנוסף צו דעם האט די אנדערע צד אויך נישט קיין שום פונקעלכע נאמבער'ס צו בויען זייער מיינונג, ס'איז ס"ה אזוי ווי א ביזנעס מאן וואס פירט נישט קיין ביכער און ער רעדט זיך איין אז ער מאכט גרויס געלט, אלזא זעה איך נישט פארוואס איך זאל ווייטער שרייבן אפי' נאך איין ווארט אין דעם נושא, איך וויל נאר ענדינגן מיט איין ווארט, איך האב גוטע ענטפערס אויף אלע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן דא, און ס'איז נישט קיין שתוקא כהודאה דמיא.
הצלחה רבה.
--------------------------
אזוי ווי די שמועס איז אביסל אריבער געפארן צו פארדינסטן אין קר"י, וויל איך צולייגן 2 קליינע פרטים.
1. איך האב יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאון מיט א זשאב אפפער אין קר"י, זיי ווילן צאלן 8.15 א שעה.
2. פארדינען ווייניג האב איך געמיינט צו זאגן, אז ס'שווערער צו טרעפן א זשאב, און מ'וואקסט אביסל שטייטער ווי אין סיטי, די וואס פארן אריין ארבעטען דארפן צולייגן טראנספורטאציע קאסט.
אויב האט מען דיר אנגעטראגן 8.15 אפילו אין קאנארסי איז עס ווייל דו האסט געברענגט דעם אשכול פאר דיין רעזומעי. נעקסטיים ווייז עפעס בעסער.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 12:40 pm
דורך מאנ-יימער
ניק ניק האט געשריבן:איך האב גוט געוויסט פון פארדעם אין וואס איך לאז מיך אריין מיטן זאגן אנדערש ווי די דעת הקהל, אבער איך האב עס געטוהן וויסנדיג אז איך קען צאם שטעלן א גוטע דאטאבעיס פון דירות וואס שטייען יעצט אוועלעבל צו פארדינגן אין ווימס"ב און א לאנגע ליסטע פון ווימס"ב איינוואונער וואס צאלן ביליג אין קליינע דירות אדער טייער אין שיינע בעל בית'ישע דירות, נאר איך האב מיר געמאכט דעם חשבון אז צאמשטעלן שטארקע באווייזן מיט דאקומענטן וואס ווייזן אויף די גערעכטיקייט פון א זאך איז א ארבעט וואס א לויער טוט פאר 500 דאלער א שעה אדער מער, איך בין עס גרייט צו טוהן פאר ווייניגער, אבער נישט פאר אומזוסט, און אודאי נישט ווען ס'נעמט צו צייט פון די ארבעט וואס מיינט אטאמאטיש אז ס'קאסט מיר געלט. און בנוסף צו דעם האט די אנדערע צד אויך נישט קיין שום פונקעלכע נאמבער'ס צו בויען זייער מיינונג, ס'איז ס"ה אזוי ווי א ביזנעס מאן וואס פירט נישט קיין ביכער און ער רעדט זיך איין אז ער מאכט גרויס געלט, אלזא זעה איך נישט פארוואס איך זאל ווייטער שרייבן אפי' נאך איין ווארט אין דעם נושא, איך וויל נאר ענדינגן מיט איין ווארט, איך האב גוטע ענטפערס אויף אלע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן דא, און ס'איז נישט קיין שתוקא כהודאה דמיא.
הצלחה רבה.
א גוטן מועד!
---
זאג נאר, ווען ביזטו לעצט געווען אין די מארקעט פון זוכן דירות? איך בין נארוואס ארויס פון באלד אנדערטהאלבן יאר פון זוכן דירות.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 12:52 pm
דורך ניק ניק
רבותי קומט אריין וואטען ביי די לינק-------
קענסט אריין לייגן דא וואס די האסט געטראפן, אבער נאר וואס די געדענקסט פונקליך וויפיל בעדרומ'ס און וויפיל מ'האט געבעטן.
איך וועל אי"ה ארויפלייגן רעזאלטאטן פון צייט צו צייט ביי די ארגענאלע אשכול.
אגב, איך מיין אז דער עולם קען אליין אויך עפענען די עקסעל ריזאלטס, איך האף נאר אז מ'קען נישט עדיטן יענעם'ס ענטפער.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 1:47 pm
דורך געלעגער
ניק ניק, דאס איז נישט קיין מהלך. שוין יארן וואס אידן שרייען אז די מצב איז געפערליך, דו זיצט דא און דו שרייבסט'ך מיט אידן וואס זענען אין די מצב און זיי שרייען אז זיי קומען פון דארט און ס'איז נישט נארמאל וואס דא גייט פאר. אינגעלייט הערן פון זייערע עלטערן צו פון משפחה אדער חברים וואס זוכן יעצט דירות און יעדער זאגט אז די מצב איז איין ווארט 'סאיז נישטא!' סימפעל עס איט סאונדס. מענטשען פארציילן פון באקאנטע וואס וואוינען אין שעפטס אדער בעיסמענטס וואס מ'טיילט זיך איין מיט אפאר משפחות אויף איין וואש מאשין, מ'רוקט טישן צו קענען אריין גיין אין די דירות, האר אויפשטעלנדע פאקטן. דו קומסט און זאגסט "העי חברה טרייבסט נישט איבער, האקטס נישט אין קאפ, די מצב איז ווייט נישט אזוי שלעכט ווי איר לייגט עס אראפ" דאס אליין צו זאגן אזאנע ווערטער -נאכדעם וואס צענדליגע וואס גייען דאס יעצט דרוך זאגן אנדערש- איז טראציג און מ'דארף דאס קענען טון. אבער דו האסט עס געטון. יעדער איז דיר באפאלן האסטו געשריבן אז מ'זאל נישט שרייען אויף דיר ווייל דו גייסט עס פראווען.. יעדער זיצט מיט אפענע מיילער און ווארט צו הערן וואס דו גייסט אונז זאגן, יעדער ווארט צו הערן וואס מ'גייט דא אויפדעקן עפעס וואס מיר אלע פארזען.. יעדע תגובה וואס דו שרייבסט לויף איך ליינען ווייל איך וויל זיין פון די ערשטע וואס ליינען דעם סוד וואס מיר אלע ווייסן נישט... און באממ... קומסט מיט א באמבע אז דו גייסט נישט צושטעלן די באווייזן ווייל....????
זייער נישט שיין און נישט עטיש.... האסט אפגעפאטשט אסאך אידן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 3:11 pm
דורך ניק ניק
עטז וועטס מיר מיזן מוחל זיין איך האב באמת נישט געוויסט וויפיל שעות ס'וועט מיר קאסטן, און איך וויל נישט שרייבן וויפיל שעות ס'האט מיר שוין געקאסט. איים רילי סארי.
און אויך די אנקעטע אינעם אנדערען אשכול און די אנקעטע פון גוגל דרייוו, זענען שוין געניג באווייזן פאר ווער ס'וויל זיך נישט איינטונקן די קאפ אין ערד צו בלייבן גערעכט.
א גוט שבת
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 6:00 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
אפשר שיקסטו מיר אין אישי, איין דירה? זאגטס אז סאיז דא דירות לרחצה, איין דירה פליז?
פארעפענטליכט: שבת מאי 17, 2014 10:11 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
א גוטע וואך, איך וויל אייך נאר דערמאנען איר זאלט מיר אריינשיקן א דירה
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 1:43 am
דורך אַבּערוואַס
מיין אפיניאן; דער ניקי איז ווייט נישט קיין נער, אבער האבנדיג ב"ה שיין פרנסה, אן אייגענע דירה און וויליאמסבורג, סאראונדינג משפחה פון נגידים, אינוועסטמענט אין דירות אין וויליאמסבורג וכו', אפשר אויך אביסל "קאנספיראציע דיסארדער" (אויך א סלייט טשענס אזער וואוינט נישט אינעם געגנט בכלל, און זוכט סתם צו טרייבן שפאס), פילט ער נישט פאר וויכטיג (אדער דווקא יא פאר וויכטיג, נישט) צו שערן די קאנסערנ'ס מיט'ן עולם אפי' די פראבלעמען זענען קלאר ווי דער טאג.
וואס האט פאסירט דא לכאו' איז אז ער'ט גערעכנט אז ער'ט אנהייבן דעם קאמפיין און ס'עט זיך שוין מאכן נאך עטליכע וואס וועלן אנעמען זיין זייט און ס'וועט שוין אראפברענגן די איינזייטיגקייט פונעם עולם צו מופן.
למעשה, זעענדיג אז ס'גייט נישט ווי געפלאנט און ער איז געבליבן אליינס נישט קענענדיג פראווען קיין אות אחת, האט ער מיט חרפות און בושות ארויסשפאצירט אינמיטן זיין דרשה דערביי פאכענדיג און דער לופטן ווי צו זאגן הע ס'האט אפי' נישט וויי געטון.
כ'מיין אז אויף אידיש רופט מען דאס: א לוזער!!
_______
איך זעה אז צייטי ווייסט יא וואס "אבערוואס" מיינט, ב"ה כאטש איינער קען מיך דא.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 4:37 pm
דורך ניק ניק
בעזהי"ת יום ל"ג בעומר תשע"ד לפ"ק.
איך האב היינט געקלערט אז די גמ' פארציילט אז ווען ר' שמעון איז ארויס פון די מערה און האט געזען ווי אידן אקערן און זייען מ'איז עוסק אין דברים גשמיים, האט ר"ש געזאגט מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה, און ווי ר"ש האט געקוקט איז געווארן פארברענט, ווי די ספרים זאגן איז ר' שמעון ארויסגעקומען פון די מערה מיט אזאלעכע הויכע מדרגות אז ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין ארציות, שטייט ווייטער אין חז"ל די אייבערשטער האט געזאגט עטס ווילטס חרוב מאכן מיין וועלט זענען זיי צירוק און ביים ארויסקומען די 2'טע מאל האט ר"ש געזען א איד גייט מיט צוויי הדסים איינס פאר זכור און איינס פאר שמור, האט ר"ש געזאגט כמה חביבין מצוות על ישראל, ווי די ספרים הקדושים זענען מבאר אז ר"ש האט געזען אז מ'נוצט די דברים גשמיים און מ'מאכט דערפון רוחניות, מ'וויל א גוטע שמעק לייגט מען עס אוועק לכבוד שבת קודש.
ווי באקאנט איז דעס געווען די עיקר עבודה אין לעצטע דורת ספעציעל ביי חסידים צו מעלה זיין די גשמיות, אז אין יעדע זאך וואס מען טוט טרעפט מען עבודת השם, פארדעם האט מען אויך נישט געהאלטן הייניטיגע צייטן פון קיין סיגופים און פון זיין אינגאנצן מופרש און מובדל פון הבלי העולם הזה, קודם כל ווייל ס'איז לאו כל מוחא סביל דא, און צווייטנס ווייל צדיקים האבן געוויסט אז די עיקר עבודה וואס מ'וויל פון אונז אין הימל איז דווקא אויף אונזער מדרגה און דוקא מיט די ארציות זאל נעמען יעדע זאך און אריינלייגן אין עבודת השם.
ס'איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו לערנען שו"ע סימן קנ"ו זאגט דארט די מחבר "אחר כך (נאכן דאווענען, לערנען און פת שחרית) ילך לעסקיו דכל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטלה וגוררת עון כי העוני יעבירנו על דעת קונו ומכל מקום לא יעשה מלאכתו עיקר אלא עראי ותורתו קבע וזה וזה יתקיים בידו וישא ויתן באמונה" די מקור פון די הלכה איז א גמ' מס' ברכות לו: ת"ר לא ימוש ספר התורה הזה מפיך יכול דברים ככתבן פרש"י שלא יעסוק בדרך ארץ ת״ל ואספנת דגניך הנהג מנהג דרך ארץ פירש״י שאם תבא לידי צורך הבריות סופך לבטל מד״ת דברי ר' ישמעאל רשב״י אומר אפשר אדם חורש בשעת חרישה זורע בשעת כו׳ תורה מה תהא עליה אלא בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית ע״י אחרים שנאמר כו׳ בזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית ע״י עצמם שנאמר ואספת דגנך כו׳ אמר אביי הרבה עשו כר' ישמעאל ועלתה בידן והרבה עשו כרשב״י ולא עלתה בידן.
און די מהרש"א לייגט צו אז ווען ס'איז "הרבה" עשו כר"ש יעדער וויל זיין א יושב אוהל דעמולטס איז לא עלתה בידן דאס טויג נישט, אבער ווען א מיעוט טוט ווי ר"ש וועלן זיי יא מצליח זיין.
עכ"פ וואס מ'זעט פון דעם לעניננו אז מ'האט נישט גע'פסק'נט די הלכה אינגאנצן ווי ווי ר' ישמעאל, נאר די מחבר שרייבט פאר רוב מענטש'ן אז זיי זאלען זיך נישט זיכען אנצוקומען צו מדרגת ר"ש און זיין מובדל אינגאנצן פון עולם הזה, אבער ס'איז זיכער אז ר' שמעון'ס ווערטער איז חיים וקיימים און א מענטש דארף זיך מאכן כסדר א חשבון הנפש ספעציעל אז מ'שטייט ביומו דהילילי', דארף א מענטש טראכטן ווי האלט איך אויף די וועלט ווי ווייט בין איך פון ר"ש ווערטער, ווי פארזינקן בין איך אין ארציות, ווי אזוי האבן האבן מיינע זיידעס און עלטער זיידעס געלעבט אין אלע דורות, האט זיי אונטערסירט ווי גרויס און ווי שיין זייער הויז איז, ווי געספוילט זעמער אונז ווי ווייט זענען מיר פון נאר צוויי דריי דורות ארויף, איז אמאל בייגעפאלן איינער פון אונזערע זיידעס זיך אפצורעדן אויף א שוואכע דירה? ס'געווען א בושה בכלל צו רעדן דערפון, מ'האט געוויסט אז א דירה איז נאר א צייטווייליגע אכסניא זיך אנצוקויפן תורה און מצוות ומעשים טובים ביז מ'קומט אן צום תרקלין, אין די גמ' ע"ז שטייט אז וויען מ'טרעפט א הויז ווערט 1000 דינרים צו קויפן פאר איין דינר, זאל מען עס נישט קויפן זיך איינצובאקן אמונה בביאת המשיח, במהרה יבוא אלי', אודאי זענען מיר זייער ווייט פון די אלע זאכן און דאס איז נישט פאר אונז צו לעבן מיט אמאליגע מדרגות, אבער א איד אויף די וועלט איז א הולך, אז מ'קוקט אויף ארויף גייט מען בארג ארויף.
דער באשעפער זאל העלפן בזכות התנא האלוק' רשב"י זאל יעדער געהאלפן ווערן בכל משאלות לבו לטובה מיט הרחבת הדעת מיט א דירה נאה והרחבה און פרנסה בריווח וכל טוב סלה.
הצלחה.