בלאט 5 פון 6

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:05 pm
דורך זאלץוואסער
יישר כח פארן הסבר...

יעצט פארשטיי איך שוין, עס ווענדט זיך אויב איר קומט פון א הייל, אדער איר זענט יא אביסל באקאנט מיט ארציות...

ר' ניק איך מיין איר דארפט צוריק גיין פאר 13 יאר און נאכאמאל ארויסקומען

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:06 pm
דורך זאל ער קומען
איך וויל נישט מגשם זיין די העכערע ענינים פון די גמרא, אבער יעדע זאך וואס די גמרא דערציילט קומט אונז עפעס לערנען. און די גמרא דערציילט אונז די מעשה פון רבי שמעון, און לייגט צו א ספעציפישע דעטאל.
ווען רבי שמעון איז אנגעקומען אהיים איז זיין שווער רבי פנחס בן יאיר געקומען אים באזוכן, און רבי פנחס בן יאיר האט געוויינט, ווייל רבי שמעון'ס פלייש איז געווען טרוקן און געשפאלטן פון זיצן אין דער ערד אין די מערה, און רפב"י האט געזאגט אוי, און רבי שמעון האט געזאגט אשרי, וכו'.
פארוואס פעלט אונז אויס צו וויסן די פיצעלע דיטעיל אז רבי שמעון האט געהאט טשאפד סקין, און ווען רבי פנחס בן יאיר האט געוויינט האט עס געציפט? מאי נפקא לן האי? ס'קומטעך אונז עפעס לערנען.
נאר… אפשר אולי מעגליך קען געמאלט זיין, אז די גמרא וויל אונז אנמערקן אז אפילו ביי רבי שמעון וואס ער האט דערהויבן געווארן אזוי גרויס, און טאקע שוין ארויסקומענדיג פון די מערה, ווען ער האט דערגרייכט צו זיין גרויסע מדרגה פון אשריך שראית אותי בכך, ממש באותו זמן ווען מ'האט אים אריינגעגאסן זאלץ וואסער אויף די וואונדן האט עס אים וויי געטון…

לשיטתך, לאמיר זאגן אז דו ביסט הונדערט און איין פראצענט גערעכט, מ'דארף לעבן דערהויבן, מ'טאר נישט קעירן אויף די ארציות'דיגע נארישקייטן ווי א דירה וכו', איז נישט דער וועג צו נעמען צעבראכנע אידן וואס מאכן זייער מיט אין די נושא און אריינגיסן זאלץ וואסער און די וואונדן און זאגן: "לעב העכער, קוק נישט אויף די אלע נארישקייטן."
דאס לערנט אונז אויך רבי שמעון, און אום ל"ג בעומר ביומא דהילוליה דארף מען זיך באקוקן וואו ווייט אוז זעמער פון דעם וואס רבי שמעון לערנט אונז.

ולגופו של ענין, (נישט צי ס'איז יא אדער נישט דא גענוג דירות, א זאך וואס יעדער וואס וואוינט/האט משפחה/באזוכט וויליאמסבורג דארף נישט אנקעטע צו וויסן די מציאות), נאר פשוט צו וועלן האבן א מינימאלע שטוב/ער וואס מ'זאל קענען רופן הויז/היים, מ'זאל קענען רואיג מחנך זיין די קינדער דארט, מ'זאל פשוט זיין א שטיקל מענטש, קענען טראכטן, (מרחבת דעתו של אדם), מ'זאל קענען זיך אראפזעצן מעיין זיין אין א ספר, שמועסן א רואיג ווארט, און אלעס נאר צו קענען דינען דעם אויבערשטן על צד היותר טוב, האט מיט ארציות קיין כי הוא זה נישט.
מ'רעדט נישט פון ריווערדעיל סטייל אידן וואס האבן אכצן שלאף צימערן פאר פיר נפשות. מ'רעדט פון משפחות מיט זיבן-צען קינדער מיט איין נארמאלע בעדרום (רעלאטיוו צו די נישט נארמאלע..), און די נישט נארמאלע קאך און דיינונג רום ווערט אויך א שלאף שטוב ביינאכט…. און געדענק אז אינדעהיים איז געווען אסאאאאאך פלאץ צו שפילן אין הויף/פארם, יעדע געגענט זיין סטיל. דא איז דאס אויך נישטא. ווייל אויב די פיציעלע האל האט איין באקס פון אן ארדער קען מען שוין נישט אריין/ארויס גיין פון דערהיים. און אויף די פיצעלע סיידוואק דרייען זיך גוים און אנשיקענישן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:17 pm
דורך ניק ניק
זאל ער קומען, ווען איך וועל מודה זיין אז ס'איז דא א וואונד וועל איך א ודאי נישט גוסן קיין זאלץ, וק"ל.
ולגופו של ענין ווייס איך נישט צו די ווייסט אז רוב גדולי ישראל, רוב צדיקים וקדושים זענען אויפגעוואקסן אין 2 צימערדיגע דירות, ניין נישט 2 שלאף צימערן, 2 צימערן בס"ה!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:17 pm
דורך מאנ-יימער
ניק ניק האט געשריבן:בעזהי"ת יום ל"ג בעומר תשע"ד לפ"ק.

איך האב היינט געקלערט אז די גמ' פארציילט אז ווען ר' שמעון איז ארויס פון די מערה און האט געזען ווי אידן אקערן און זייען מ'איז עוסק אין דברים גשמיים, האט ר"ש געזאגט מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה, און ווי ר"ש האט געקוקט איז געווארן פארברענט, ווי די ספרים זאגן איז ר' שמעון ארויסגעקומען פון די מערה מיט אזאלעכע הויכע מדרגות אז ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין ארציות, שטייט ווייטער אין חז"ל די אייבערשטער האט געזאגט עטס ווילטס חרוב מאכן מיין וועלט זענען זיי צירוק און ביים ארויסקומען די 2'טע מאל האט ר"ש געזען א איד גייט מיט צוויי הדסים איינס פאר זכור און איינס פאר שמור, האט ר"ש געזאגט כמה חביבין מצוות על ישראל, ווי די ספרים הקדושים זענען מבאר אז ר"ש האט געזען אז מ'נוצט די דברים גשמיים און מ'מאכט דערפון רוחניות, מ'וויל א גוטע שמעק לייגט מען עס אוועק לכבוד שבת קודש.
ווי באקאנט איז דעס געווען די עיקר עבודה אין לעצטע דורת ספעציעל ביי חסידים צו מעלה זיין די גשמיות, אז אין יעדע זאך וואס מען טוט טרעפט מען עבודת השם, פארדעם האט מען אויך נישט געהאלטן הייניטיגע צייטן פון קיין סיגופים און פון זיין אינגאנצן מופרש און מובדל פון הבלי העולם הזה, קודם כל ווייל ס'איז לאו כל מוחא סביל דא, און צווייטנס ווייל צדיקים האבן געוויסט אז די עיקר עבודה וואס מ'וויל פון אונז אין הימל איז דווקא אויף אונזער מדרגה און דוקא מיט די ארציות זאל נעמען יעדע זאך און אריינלייגן אין עבודת השם.
ס'איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו לערנען שו"ע סימן קנ"ו זאגט דארט די מחבר "אחר כך (נאכן דאווענען, לערנען און פת שחרית) ילך לעסקיו דכל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטלה וגוררת עון כי העוני יעבירנו על דעת קונו ומכל מקום לא יעשה מלאכתו עיקר אלא עראי ותורתו קבע וזה וזה יתקיים בידו וישא ויתן באמונה" די מקור פון די הלכה איז א גמ' מס' ברכות לו: ת"ר לא ימוש ספר התורה הזה מפיך יכול דברים ככתבן פרש"י שלא יעסוק בדרך ארץ ת״ל ואספנת דגניך הנהג מנהג דרך ארץ פירש״י שאם תבא לידי צורך הבריות סופך לבטל מד״ת דברי ר' ישמעאל רשב״י אומר אפשר אדם חורש בשעת חרישה זורע בשעת כו׳ תורה מה תהא עליה אלא בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית ע״י אחרים שנאמר כו׳ בזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית ע״י עצמם שנאמר ואספת דגנך כו׳ אמר אביי הרבה עשו כר' ישמעאל ועלתה בידן והרבה עשו כרשב״י ולא עלתה בידן.
און די מהרש"א לייגט צו אז ווען ס'איז "הרבה" עשו כר"ש יעדער וויל זיין א יושב אוהל דעמולטס איז לא עלתה בידן דאס טויג נישט, אבער ווען א מיעוט טוט ווי ר"ש וועלן זיי יא מצליח זיין.

עכ"פ וואס מ'זעט פון דעם לעניננו אז מ'האט נישט גע'פסק'נט די הלכה אינגאנצן ווי ווי ר' ישמעאל, נאר די מחבר שרייבט פאר רוב מענטש'ן אז זיי זאלען זיך נישט זיכען אנצוקומען צו מדרגת ר"ש און זיין מובדל אינגאנצן פון עולם הזה, אבער ס'איז זיכער אז ר' שמעון'ס ווערטער איז חיים וקיימים און א מענטש דארף זיך מאכן כסדר א חשבון הנפש ספעציעל אז מ'שטייט ביומו דהילילי', דארף א מענטש טראכטן ווי האלט איך אויף די וועלט ווי ווייט בין איך פון ר"ש ווערטער, ווי פארזינקן בין איך אין ארציות, ווי אזוי האבן האבן מיינע זיידעס און עלטער זיידעס געלעבט אין אלע דורות, האט זיי אונטערסירט ווי גרויס און ווי שיין זייער הויז איז, ווי געספוילט זעמער אונז ווי ווייט זענען מיר פון נאר צוויי דריי דורות ארויף, איז אמאל בייגעפאלן איינער פון אונזערע זיידעס זיך אפצורעדן אויף א שוואכע דירה? ס'געווען א בושה בכלל צו רעדן דערפון, מ'האט געוויסט אז א דירה איז נאר א צייטווייליגע אכסניא זיך אנצוקויפן תורה און מצוות ומעשים טובים ביז מ'קומט אן צום תרקלין, אין די גמ' ע"ז שטייט אז וויען מ'טרעפט א הויז ווערט 1000 דינרים צו קויפן פאר איין דינר, זאל מען עס נישט קויפן זיך איינצובאקן אמונה בביאת המשיח, במהרה יבוא אלי', אודאי זענען מיר זייער ווייט פון די אלע זאכן און דאס איז נישט פאר אונז צו לעבן מיט אמאליגע מדרגות, אבער א איד אויף די וועלט איז א הולך, אז מ'קוקט אויף ארויף גייט מען בארג ארויף.
דער באשעפער זאל העלפן בזכות התנא האלוק' רשב"י זאל יעדער געהאלפן ווערן בכל משאלות לבו לטובה מיט הרחבת הדעת מיט א דירה נאה והרחבה און פרנסה בריווח וכל טוב סלה.
הצלחה.

איז דאס דיינע פאקטן און באווייזן פון וואס דו רעדסט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:17 pm
דורך ניק ניק
ניין

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:19 pm
דורך יהיה כן
ניק ניק האט געשריבן:זאל ער קומען, ווען איך וועל מודה זיין אז ס'איז דא א וואונד וועל איך א ודאי נישט גוסן קיין זאלץ, וק"ל.
ולגופו של ענין ווייס איך נישט צו די ווייסט אז רוב גדולי ישראל, רוב צדיקים וקדושים זענען אויפגעוואקסן אין 2 צימערדיגע דירות, ניין נישט 2 שלאף צימערן, 2 צימערן בס"ה!


האבן זיי געצאלט די מכנסיים וואס מ'צאלט היינט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:32 pm
דורך אַבּערוואַס
ערעב ניקניק זייער א שיינע פשעטיל! אבער זאג דעם אמת האט דאס דיר טאקע געדויערט שנעלער צו פאבריצירן ווי צו פאוסטן דא עטליכע פין די דירות פאר ביליג? אתמהה!!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:43 pm
דורך זאל ער קומען
אַבּערוואַס האט געשריבן:ערעב ניקניק זייער א שיינע פשעטיל! אבער זאג דעם אמת האט דאס דיר טאקע געדויערט שנעלער צו פאבריצירן ווי צו פאוסטן דא עטליכע פין די דירות פאר ביליג? אתמהה!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:43 pm
דורך ציקוועטשטער
אפילו דאקטוירים גיבן שוין אויף נאך 72 שעה, צי-וואס ווייטער דעבאטירן דאס שטות?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 5:57 pm
דורך שנאפס
נו שוין..

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 6:18 pm
דורך משנה מקום
איך האף נאר איז קיין איינער וועט יעצט נישט מיינען אז ער איז א קדוש וטהור ווייל ער וואונט אין וויליאמסבורג אין פיצי דירות אזוי ווי אמאליגע צדיקים וקדושים און צאלט אוועק די הויזען
ווען ער קען לעבען מער ברווח און הרחוות הדעת אינדרוסען פין שטאט פאר ביליגער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 6:19 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
הרב ניק ניק, איר ווייסט אפשר דער פשט פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם? גיי קוק זיך אין שפיגל שנעל וועט איר וויסן, איך שמעק אז מיר רעדן דא צו א יונגעמאן אן קינדער, אדער איין בעיבי מאקס. קומט אונז זאגן, פאר יודן מיט זעקס זיבן קינדער, אז דער גיהנם ווי מיר געפונען זיך איז נישט געפערליך, זאל דיך הקב"ה חלילה נישט באשטראפן, און דו זאלסט דארפן דורכגיין וואס א "עווריטש" יונגעמאן די סטעידש גייט דורך טאג טעגליך. ודי בזה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 9:30 pm
דורך ידיד
ר' ניק ניק; איך וויל דיך ח"ו נישט וויי טון, אבער דו ביזט אינגאנצן נישט גערעכט מיט דיין שיינע מוסר דרשה.

לאמיך דיר עפעס פרעגן, דיין זיידע האט געהאט ערקאנדישאן אינדעהיים? ער האט געהאט א פרידזשעדער? א וואש מאשין? זיכער נישט! נו היתכן אז דו ביזט אזוי פארזונקען אין ארציות אז דו קענסט נישט פארנעמען אביסל היץ אין זומער? פארוואס קענסטו נישט גיין וואשן וועש ביים האדסאן ריווער?

נאר וואס דען? ס'איז א דבר פשוט אז די סארט זאכן זענען היינט א מאסט, מ'קען נישט לעבן היינט אן א פרידזשעדער און אן די אנדערע זאכן, כאטש וואס אונזערע זיידעס האבן יא געלעבט אזוי, אבער דער סדר העולם האט זיך אינגאנצן געטוישט פון דעמאלס, און היינט מוז מען עס האבן.

און די זעלבע איז מיט א נארמאלע דירה. א מענטש קען נישט וואוינען היינט מיט א גרויסע משפחה אין א פיצעלע דירה, מען קען נישט! מיינס א נאנטער פאמיליע מיטגליד א חשוב'ער אינגערמאן און א ת"ח וואס האט קע"ה זיבן קינדערלעך און ער וואוינט און א צוויי בעדרום דירה (פאר א פעטן רענט) זאגט מיר אז ער זוכט יעדע מין סיבה פארוואס נישט צו זיין אינדערהיים. פשוט ער קען נישט זיצן אינדערהיים און אזא שרעקליכע צומצום. איז דאס נארמאל? בכלל נישט. ס'זענען דא פארפעלקער וואס וואוינען און א קליינטשיגע דירה האט זיי געשאדט צום שלום בית רח"ל, די מימרא "דירה נאה מרחבת דעתו של אדם" איז נישט קיין משל, ס'איז א מציאות. אז די דירה איז צוקוועטשט איז די דעת צוקוועטשט, און אז די דעת איז צוקוועטשט איז גרויסע צרות.

ממילא איז בכלל נישט אין פלאץ צו זאגן אז מען דארף זיך פשוט אויסלערנען צו וואוינען און פיצעלע דירות (און נאך אויף דעם ארויף טענה'נען אז ס'איז בכלל נישט דא קיין דירות פראבלעם אין וויליאמסבורג). א איד מוז וואוינען אין א נארמאלע דירה, און אויב די נארמאלע דירה קאסט אים מער אדער אפי' כמעט ווי זיינע הסנסות איז עס בכלל נישט קיין אפציע.

היוצא לנו מזה; אז אין וויליאמסבורג זענען נישט דא קיין געהעריגע דירות צו באקומען.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 9:32 pm
דורך אַבּערוואַס
ידיד, גוט געזאגט!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 2:47 pm
דורך SPUSMN
פאטאקי08 האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס איז דא א געשאצטע 100K אידישע היימישע קינדער פון אונטער 18 יאר אין נוי יארק כ"י
דאס מיינט אז פון היינט ביז 20 יאר ארום דארף זיין מסודר 50 טויזנט דירות!!!
נאכאמאל 50 טויזנט דירות! כ"י משיח זאל אוודאי קומען פריערט

דאס הייסט אז מען וועט דארפען אין וויליאמסבורג בערך צוואנציג טויזענט נייע דירות אין די נעקסטע 18 יאר. ווי גייען זיי זיין?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 3:15 pm
דורך baalegroifim
אזוי ווי איך האב נאר אנגעהויבן צו ליינען און איך האב געזען ווי מען שרייבט אז עס קאסט 1800-1400 וויל איך אייך זאגן אז איך צאל אונטער 1100$ פאר א דריי בעדרום דירה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 3:18 pm
דורך יהיה כן
baalegroifim האט געשריבן:אזוי ווי איך האב נאר אנגעהויבן צו ליינען און איך האב געזען ווי מען שרייבט אז עס קאסט 1800-1400 וויל איך אייך זאגן אז איך צאל אונטער 1100$ פאר א דריי בעדרום דירה


ווען האסטו געסיינט \באנייט דיין ליעס?
אויב לעצטנס, ביטע מיר מעלדן ווען דו טרעפסט נאך איינס

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 3:19 pm
דורך מאנ-יימער
baalegroifim האט געשריבן:אזוי ווי איך האב נאר אנגעהויבן צו ליינען און איך האב געזען ווי מען שרייבט אז עס קאסט 1800-1400 וויל איך אייך זאגן אז איך צאל אונטער 1100$ פאר א דריי בעדרום דירה

אין ווילי?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 3:37 pm
דורך משה יענקל
זיך איך א דירה און קר"י 3 בעדרום'ס נישטא!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:09 pm
דורך ניק ניק
משה יענקל האט געשריבן:געהערט פון א משפחה מיט דריי קינדער וואס מופן קיין קרית יואל,

סיבה: וויליאמסבורג קאסט א 3 בעדרום דירה קרוב צו 3000 בעת און קרית יואל קען מען האבען א גרויסע 3 בעדרום דירה פאר אינטער 1500


משה יענקל האט געשריבן:זיך איך א דירה און קר"י 3 בעדרום'ס נישטא!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:20 pm
דורך משה יענקל
וואס פארשטייסטו נישט????

יעצט איז זייער טייט מיט דירות און קר"י, אסאך משפחות ציען זיך ארויס און די זומער סעזאן.


די דירה וואס איך זיך אוז פאר א וויליאמסבורגע משפחה וואס וויל נישט צאלו 3000 רענט.

פארשטאנען??? אדער ווילסט נישט פארשטיין???

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:44 pm
דורך זאלץוואסער
דריי בעדרום דירות זענען יעצט ממש נישטא אין קר"י. אבער אויב ביזטו גרייט צו גיין פאר אביסל מער איז יא דא.

איך מיין זאלסט זוכן א פיר בעדרום (ערנסט)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 8:43 am
דורך משה יענקל
פיר בעדרום איז אויך זייער שווער. איך האלט אינמיטען האנדלען פאר איינס פאר $1800!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 9:21 am
דורך ק.נ.א. וועטער
משה יענקל דו זוכסט בלויז פאר די זומער חדשים אדער פאר סטעדי?

אויב פאר סטעדי ווייס איך פון א דריי בעדרום דירה (בלשונינו 5 רומיגע דירה) וואס ווערט עוועיליבל בערך אין 2 צו 3 וואכן ארום (טענענט מופט ארויס).

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 9:23 am
דורך משה יענקל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:משה יענקל דו זוכסט בלויז פאר די זומער חדשים אדער פאר סטעדי?

אויב פאר סטעדי ווייס איך פון א דריי בעדרום דירה (בלשונינו 5 רומיגע דירה) וואס ווערט עוועיליבל בערך אין 2 צו 3 וואכן ארום (טענענט מופט ארויס).

אדרבה

GO AHEAD!!