געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג מאי 13, 2014 4:34 pm
קלאפטס מיר אן!!
וואס איז די ריזאן צו מויפן פון וויליאמסבורג?
Advertisement
דינסטאג מאי 13, 2014 4:39 pm
משה יענקל האט געשריבן:קלאפטס מיר אן!!
וואס איז די ריזאן צו מויפן פון וויליאמסבורג?
נישט מויפן ,לויפן דארף מען פארעכט די ספעלינג
דינסטאג מאי 13, 2014 4:40 pm
מען ״דארף״ נישט ׳מופן׳ (זיך אוועקציען) פון וויליאמסבורג.
דינסטאג מאי 13, 2014 4:51 pm
ח"ו אוועקצומופן פון שטאט.
די רענט-פרייזן קענען חלילה פאלן, וואס וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף מערערע עשירים ונדיבי לב וואס לאזן זיך שיין קאסטן ביי די געלט אקציעס לטובת אידן וואס מוטשען זיך צו צאלן רענט.
עס קען צו ברענגן א מצב אז אונזערע אייגענע מוסדות'ער, זאלן נישט האבן גענוג "אורחי הכבוד" ביי זייערע דינער'ס וואס זיי מאכן למענינו ולמען דורותינו
פאר אונזערע טובה וועגן, לאמיר זיך נישט אוועקרירן פון די בעיסמענטס און אכטע שטאקן פאלאצן... אונזערע זיידעס אין לאגער האבן דאס אויך נישט פארמאגט
דינסטאג מאי 13, 2014 4:54 pm
און מיין נאך מער זאלן אלע אידן פון מאנסי ק"י א.א.וו. אויך זיך אריינציען אין ווילי למענינו ולמען דודרותינו
דינסטאג מאי 13, 2014 4:57 pm
הלשון האט געשריבן:ח"ו אוועקצומופן פון שטאט.
די רענט-פרייזן קענען חלילה פאלן, וואס וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף מערערע עשירים ונדיבי לב וואס לאזן זיך שיין קאסטן ביי די געלט אקציעס לטובת אידן וואס מוטשען זיך צו צאלן רענט.
עס קען צו ברענגן א מצב אז אונזערע אייגענע מוסדות'ער, זאלן נישט האבן גענוג "אורחי הכבוד" ביי זייערע דינער'ס וואס זיי מאכן למענינו ולמען דורותינו
פאר אונזערע טובה וועגן, לאמיר זיך נישט אוועקרירן פון די בעיסמענטס און אכטע שטאקן פאלאצן... אונזערע זיידעס אין לאגער האבן דאס אויך נישט פארמאגט
דינסטאג מאי 13, 2014 5:00 pm
בשום אופן נישט! ס'קען זיין אביזרייהו דש"ד.
ופוק חזי מאי עמא דבר, אז דער עולם וויל נישט! דאס איז א סימן מובהק אז ס'מוז אזוי בלייבן. וכל המהרהר ע"ז כאילו... יצא מדעתו ח"ו.
לעצט פאראכטן דורך
אַבּערוואַס אום דינסטאג מאי 13, 2014 5:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מאי 13, 2014 5:01 pm
א שווערע שאלה.. אהם, דארף מען עסן? אויב איינער איז הינגעריג און ער האט כשרע געשמאקע עסן און ס'איז נישט יום כופר דארף ער עסן. אייגענטליך דארף? ניין, ער גייט עסן, איך זאג דיר צו....
אויב איינער שפירט אז "ער" האט נישט קיין הרחבת הדעת אדער זיין רענט איז צו טייער און ס'איז דא א כשרע שיינע געגענט מיט הרחבת הדעת און גרייטע פרנסה, גייט ער אהין מופן! 100%
די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא, #אלטע דיבעיט
דינסטאג מאי 13, 2014 5:04 pm
הלשון האט געשריבן:פאר אונזערע טובה וועגן, לאמיר זיך נישט אוועקרירן פון די בעיסמענטס און אכטע שטאקן פאלאצן...
נישט יעדער
(אייגענטליך כמעט קיינער) וואוינט אין א בעיסמענט אדער אכטע שטאק, אפס איים סארי איך בעט אנטשולדיגונג פארן רעדן אנדערש ווי די אנגענומענע שפראך
דינסטאג מאי 13, 2014 5:06 pm
ניק ניק:
אונזערע אור-עלטערן זענען נישט געקומען קיין ניו יארק ווייל דא איז געווען אויפגעסעט א אידישע ישוב מיט אלע קלאפער געצייג, נאר ווייל אין אונגארן איז שוין געווען אומדערטרעגליך... צוליב אנדערע סיבות פון אונגארן איז וויליאמסבורג אויך שוין אומדערטרעגליך...
אלע שטעט, מאנסי, מאנרא, סקווירא וכו' האט זיך אנגעהויבן מיט מסירות הגוף והנפש...
דינסטאג מאי 13, 2014 5:10 pm
הלשון, אראפ מיט די דעמאגאגיע! מ'רעד מיר דא אז ס'א גזירה משמים, און מ'מוז בלייבן און וויליאמסבורג פאר יעדן פרייז, און דו ברענגסט א ראי' פין אונגארן? עפעס א קלייניקייט, שלא יעלו בחמה?
דינסטאג מאי 13, 2014 5:12 pm
ניק ניק האט געשריבן:נישט יעדער (אייגענטליך כמעט קיינער) וואוינט אין א בעיסמענט אדער אכטע שטאק, אפס איים סארי איך בעט אנטשולדיגונג פארן רעדן אנדערש ווי די אנגענומענע שפראך
נישט מער ווי פארשטענדליך, אז די שטאקן צווישן די בעיסמענט און די אכטע, זענען אויך איבערגעפולט...
אבער אויך דארט, ווי גרויס זענען די דירות? וויפיל צאלט מען רענט פער סקווער-פיס? ווי גרויס איז די האלוועי צווישן איין דירה און דער שכן? וויפיל בנינים האבן בכלל נישט קיין האלוועי, פונעם עלעוועיטאר אריין צום קאך? ווי גרויס איז א געווענליכע פארטש אויף די זעקסטע שטאק? און וויפיל פראצענט איז כשר לסוכה?
ואידך זיל גמור... איך האב נאר אנגערירט עטליכע קרישקעלעך
דינסטאג מאי 13, 2014 5:21 pm
ב"ה איך וואוין דא אין ווילימאסבורג, רבותי ס'נישט עק וועלט, ס'דא ב"ה צו באקומען דירות סיי פאר רענטל און סיי צו קויפן, יא ס'קאסט טייער ווייל מ'פארדינט דא מער און מ'שפארט זיך אויף פילע אומדירעקטע הוצאות וואס איז דא אין א קלענערע שטאט ווי ווילימאסבורג ואכמ"ל, איך האב ב"ה אסאך חברים און משפחה דא, יעדער פון האט ב"ה נארמאלע מעסיגע דירות ניין ס'נישט קיין פאלאצן זייט ווען זעמיר אונז פריצים וואס דארפן וואונען אין פאלאצן? יא מ'מוטשעט זיך צו דעקן דעם חודש פונקט ווי מ'מוטשעט זיך אין אלע אנדערע שטעט איבער די וועלט, זייערע טאטעס האבן נישט געכפט קיין הארץ אטאקעס, און די מענטשן וואס האבן געמאכט דעם חשבון אז ס'וועט זיך זיי בעסער לוינען ערגעץ אנדערש זענען שוין לאנג געפארן, יעדע יאר מופן 100'טער משפחות קיין אפסטעט, אנדערע ווארטן צו אויף בעסערע אפציעס. ס"ה רעדט מען פון איינצעלנע מענטשן וואס ווייסן נישט וויאזוי צו לעבן מיטן מציאות און לעבן אן א חשבון זיי האבן געכאפט הארץ אטאקעס, האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?
--------------
די עולם האקט
הלשון איז וואס? ס'נישט באקוועם אז עלעוועיטער קומט אריין אין קאך? אין אפסטעט איז אלעס באקוועם? איך קען מאכן א לאנגע ליסט מיט אומבאקוועמליכקייטן אין אפסטעט, ביי יעדען וועגט אן אנדערע אומבאקוועמליכקייט איבער
דינסטאג מאי 13, 2014 5:58 pm
אה ענדליך! מ'האט שוין לאנג נישט געעפנט קיין פרישע אשכול איבער דעם נושא..
דינסטאג מאי 13, 2014 6:28 pm
ניק.
נאך איין ווארט איך הער רוף איך וויכי און ער וועט שרייבן אזא לאנגע תגובה פון דא ביז קאנארסי אזש די העסט זיך שוין נישט וואגן צו עפענען דאס מויל!!!!
דינסטאג מאי 13, 2014 7:05 pm
אדרבה! וויכי איז אלוועיס א פלעזשור!
דינסטאג מאי 13, 2014 7:20 pm
איך האב געהערט אז עס איז דא א געשאצטע 100K אידישע היימישע קינדער פון אונטער 18 יאר אין נוי יארק כ"י
דאס מיינט אז פון היינט ביז 20 יאר ארום דארף זיין מסודר 50 טויזנט דירות!!!
נאכאמאל 50 טויזנט דירות! כ"י משיח זאל אוודאי קומען פריערט
מיטוואך מאי 14, 2014 8:04 am
איין זאך כאפ איך נישט פון די אנקעטע, די וואס וואוטן 'יא' אוועקצומופן פון וויליאמפעסט, ווי פונקטליך וואוינען זיי....?
מיטוואך מאי 14, 2014 8:14 am
הלשון האט געשריבן:ח"ו אוועקצומופן פון שטאט.
די רענט-פרייזן קענען חלילה פאלן, וואס וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף מערערע עשירים ונדיבי לב וואס לאזן זיך שיין קאסטן ביי די געלט אקציעס לטובת אידן וואס מוטשען זיך צו צאלן רענט.
עס קען צו ברענגן א מצב אז אונזערע אייגענע מוסדות'ער, זאלן נישט האבן גענוג "אורחי הכבוד" ביי זייערע דינער'ס וואס זיי מאכן למענינו ולמען דורותינו
פאר אונזערע טובה וועגן, לאמיר זיך נישט אוועקרירן פון די בעיסמענטס און אכטע שטאקן פאלאצן... אונזערע זיידעס אין לאגער האבן דאס אויך נישט פארמאגט
מיטוואך מאי 14, 2014 8:59 am
אכמ"ל אבער ניק ניק איז הונדרעט פראצענט גערעכט.
עס האלטן זיך אין איין ארויסציען מענטשן פון ווילי, די וואס בלייבן דא האבן רוב מענטשן א סיבה אז עס לוינט זיך פאר זיי.
פאר רוב מענטשן איז די שכר לימוד שקול קעגן די געלט וואס מען קען זיך שפארן אין קרית יואל, בנוסף וואס דארט 'מוז' מען האבן א קאר, זאכן זענען טייערער וכו'.
מיטוואך מאי 14, 2014 9:02 am
קרעפטיג האט געשריבן:הלשון האט געשריבן:ח"ו אוועקצומופן פון שטאט.
די רענט-פרייזן קענען חלילה פאלן, וואס וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף מערערע עשירים ונדיבי לב וואס לאזן זיך שיין קאסטן ביי די געלט אקציעס לטובת אידן וואס מוטשען זיך צו צאלן רענט.
עס קען צו ברענגן א מצב אז אונזערע אייגענע מוסדות'ער, זאלן נישט האבן גענוג "אורחי הכבוד" ביי זייערע דינער'ס וואס זיי מאכן למענינו ולמען דורותינו
פאר אונזערע טובה וועגן, לאמיר זיך נישט אוועקרירן פון די בעיסמענטס און אכטע שטאקן פאלאצן... אונזערע זיידעס אין לאגער האבן דאס אויך נישט פארמאגט

א נושא וואס איז, אגב, צו פארדאנקן אונזער געטרייע קאנסולמעמבער סטיוו לעווין, וואס האט געמאכט א יד אחת מיט די נדיבים בעם זיי ריזאונען אלע לאטס אנדעם וואס עס זאל אראפגיין דאס מינדסטע פראצענט פאר עפארדעבל דירות. וואוט פאר די קהלה אינדארסירטע קאנדידאטן, פועל'ט אויס אלעס גוטס.
מיטוואך מאי 14, 2014 9:08 am
איך מעג איבערפרעגן פון וואס מ'רעדט דא?
איז די שאלה טאקע צו די דירות פראבלעם עקזיסטירט?
איז די שאלה אויף די פארקינג פראבלעם?
איז די שאלה אויף די שמוציגע גאסן פראבלעם?
איז די שאלה אויף די טייערע רענט?
אה! דאס איז זיכער אז נישט יעדער קען מופן, און נישט יעדער דארף. אבער דאס איז אויך אזוי ווען ח"ו ס'איז דא א מגיפה אין א שטאט. נישט יעדער שטארבט!
דאס פארמינערט דען דעם פראבלעם?
און דאס אז מענטשן האבן סיבות פארוואס זיי קענען נישט מופן, מיינט דען אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם? איז דען נישט דא גענוג אנדערע פראבלעמען וואס מ'קען נישט זיך אן עצה געבן צוליב סיי וועלכע סיבה?
ביי מיר איז זייער קלאר: ווער ס'האט "יא" א פראבלעם, און האט "נישט" קיין אפהאלט, דארף "יא" מופן.
ווער ס'האט "נישט קיין פראבלעם, אפילו אויב האט ער "נישט" קיין אפהאלט, דארף "נישט" מופן.
ווער ס'האט "יא" א פראבלעם, און האט "יא" א אפהאלט, "קען נישט" מופן...
מיטוואך מאי 14, 2014 9:09 am
געהערט פון א משפחה מיט דריי קינדער וואס מופן קיין קרית יואל,
סיבה: וויליאמסבורג קאסט א 3 בעדרום דירה קרוב צו 3000 בעת און קרית יואל קען מען האבען א גרויסע 3 בעדרום דירה פאר אינטער 1500
מיטוואך מאי 14, 2014 9:29 am
איך האב מיך אינטערעסירט אין קרית יואל פאר אריבער צוויי יאר צוריק, איך האב געטראפן נאר איבער אכצען מאות פאר דריי בעדרומס
מיטוואך מאי 14, 2014 9:32 am
שאינו יודע האט געשריבן:איך האב מיך אינטערעסירט אין קרית יואל פאר אריבער צוויי יאר צוריק, איך האב געטראפן נאר איבער אכצען מאות פאר דריי בעדרומס
זייער אינטערסאנט
איך צאל 1300 ארויסגענימען די דירה צוויי יאר צוריק