קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 01, 2017 8:13 pm

יעדער חלומט זיך אמאל, וואס וועט זיין ווען איך וועל זיין רייך, איך וועל האבן מיליאנען. ניין, מיליאנען איז מיר נישט גענוג, איך וועל האבן ביליאנען. ווייסטו וואס, אויב שוין יא, זאל זיין טריליאנען, צו דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט...

איז לאמיר זעהן וויפיל געלט דאס אלעס איז

א גלאטן הונדערטער. נישקשה, קען אייביג צוניץ קומען

בילד

דאס איז שוין צען אלפים. גליטשט זיך פיין אריין אין רעקל טאש, אפאר פון דעם און מ'איז מסודר פאר א חודש צוויי.

בילד

א מיליאן. ס'זעהט אויס ווייניג אבער איז אסאך. דאס קען מען שוין נישט האלטן אין טאש, אבער ס'קען באקוועם ליגן אין א טלית בייטל אדער קליינע בעג.

בילד

גיימער ווייטער צו הונדערט מיליאן, דאס האט שוין א שטיקל פנים און פארנעמט א שטח.

בילד

איר האט איבעריג פלאץ אין בעיסמענט? דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א ביליאן טאלער, אלעס געביגלטע הונדערטערס שטייטזעך, דאס וועגט שוין אפאר פונט...

בילד

און יעצט... גייט מען צו א טריליאן, א טויזענט ביליאן!

פאר איר גייט ווייטער, לאמיר אייך ווייזן וויאזוי דאס זעהט אויס אין נומערן: $1,000,000,000,000 איר וועט דארפן א ווערהאוז בלויז צו האלטן די קעש, אבער אז דער באשעפער גיבט, וועט ער מיטשיקן א ווערהויז אויך.

והנה, א טריליאן טאלער!

בילד

יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג מאי 01, 2017 8:24 pm

האסט מיר אנגערייצט אפשר געסט מיר א פעקל מיט 1000

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 01, 2017 8:33 pm

א קלעינע פעקעלע וועט עס מאכן...
מומחה דו ביסט עמעזינג!

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג מאי 01, 2017 8:52 pm

געלעגער האט געשריבן:א קלעינע פעקעלע וועט עס מאכן...
מומחה דו ביסט עמעזינג!


איך פאראינטערעסיר זיך שוין אויף א ווערהאוז...

מומחה, נאט אייך א גרינע! ;l;p-
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג מאי 01, 2017 8:53 pm

איי איי
נעם דיר דאס פעקל וואס דיר געפעלט....
שטאלץ מיט מיין פראופייל..
מערסט אקטיוו אין פארום: היימישע פארברענגן
פארוואס?

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 01, 2017 9:00 pm

[quote="מומחה עצום"]יעדער חלומט זיך אמאל, וואס וועט זיין ווען איך וועל זיין רייך, איך וועל האבן מיליאנען. ניין, מיליאנען איז מיר נישט גענוג, איך וועל האבן ביליאנען. ווייסטו וואס, אויב שוין יא, זאל זיין טריליאנען, צו דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט...

My 100 year old grandma used to say, it does not cost any money to fantasize/ Just make sure it is good.

There is an old English quote: If you are gonna dream, you may as well dream big.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 01, 2017 9:26 pm

;l;p- און ווי גרויס איז א טריליאן גרינע?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג מאי 02, 2017 12:33 am

טראבל מעיקער האט געשריבן:הערליך שיין!

ש'כוח מומחה!
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך מאי 03, 2017 3:57 pm

טענקס מומחה!
אז מ'רעדט שוין פון געלט... 43 מיליאן דאלער געטראפן...
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 03, 2017 4:56 pm

עין טובה האט געשריבן:טענקס מומחה!
אז מ'רעדט שוין פון געלט... 43 מיליאן דאלער געטראפן...

א חלק וואס מ'האט געטראפן דארט

בילד

בילד


נו ווער קומט כאפן?
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום דאנארשטאג מאי 04, 2017 1:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 03, 2017 5:30 pm

א דאנק אייך ביידע. בילדער וואס רעדן מער ווי טויזענט ווערטער...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מאי 03, 2017 10:10 pm

די בילדער זענען געוואלדיג, און די קאממענטס דערויף נאך בעסער! טענק יו מומחה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 03, 2017 10:29 pm

עין טובה האט געשריבן:טענקס מומחה!
אז מ'רעדט שוין פון געלט... 43 מיליאן דאלער געטראפן...

וואס שטייט דארט?
Link is blocked by my filter.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך מאי 03, 2017 11:11 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:טענקס מומחה!
אז מ'רעדט שוין פון געלט... 43 מיליאן דאלער געטראפן...

וואס שטייט דארט?
Link is blocked by my filter.

More than US$43 million was seized from an apartment building in Nigeria after the anti-corruption unit received a tip.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג מאי 04, 2017 7:28 pm

פאר נייגיריע איז דאס גאר אסאך געלט...
ביי אונז, נישט געפערליך. מצות, וויין, א דירה'לע פאר אלע קינדער מיט אביסעלע צדקה...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

טייטל
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » פרייטאג מאי 05, 2017 9:45 am

א דאנק מומחה
וואלסט געקענט צולייגן צו יעדע בילד (נאר די גרעסערע שטייטצעך) א דוגמא פון א מאן וואס איז אזוי רייך... וואלט מען בעסער רילעיטעד צו די חלום.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג מאי 05, 2017 11:30 am

הההההההם פיין פיין.
עס פאנטאזירט זיך גרינגער איצטער.

א שיינעם דאנק.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 8:28 pm

האט איר שוין געהערט פון די 'Northern Lights' אויך גערופן די Aurora Borealis? אויב יא, ווייסט איר אז דאס זענען אזעלכע באצויבערנדע שטראלן וואס באווייזן זיך אויף ווייטן צפון האריזאנט פון די וועלט, און מען קען דאס זעהן אין די צפון טייל וועלט, ביי די עקן פון אלאסקע, שוועדן, דענמארק, נארוועגן און נאך.

אבער האט איר געוואוסט אז אויפן דרום זייט וועלט שפילט זיך אפ די זעלבע זאך, נאר שענער און פילפארביגער? אט זענען עטליכע בילדער פון די Southern Lights - Aurora Australis, קוקט און שעפט נחת!


בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד


(די וואס ווייסן נישט וויאזוי די אשכול ארבעט, זאלן מוחל זיין און איבערליינען די פריערדיגע בלעטער. דאנקע שעהן)

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:10 am

מה רבו מעשיך השם!

א דאנק מומחה פארן ברענגען, טאקע קיינמאל געהערט פון די דרום לייטס ביז איצט, אינטערסאנט אויב אזוי פארוואס פונקט די צפון לייטס האט באקומען דעם אנערקענונג אלס איינע פון די 7 וואונדערס און נישט די דרום לייטס.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

פאר'מוח'ט
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:52 am

איך ווארט שוין צו זעהן דיינע ספיציעלע בילדער פונעם ליקוי.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 7:22 am

Stunning

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:36 am

געלעגער האט געשריבן:Stunning
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:50 am

שייער זיין!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 10:05 am

זייער שיין, הערליך!

(די עקספאודשער איז זייער לאנג, סקוקט נישט אויס אזוי אין רעאליטעט)

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:19 pm

זייער שיין אין הערליך
און פארדי וואס ווייסן נישט (ואני בתוכם) אפשר געבסטו אן ערקלערונג וואס איז דאס די ווייסע זאכן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Kosher Travel, ענוותן און 27 געסט