Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 3:33 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:וואס איז דעי שווארצע פלעסטיק נעפקין?!
כ'האב געמיינט צו זאגן נישט צו פרעגן...!

סיז א שווארצע אמעריקען טשיז

איך גלייך די סענטענס!

Advertisement

זונטאג דצמבר 14, 2014 2:59 pm

טאם פאולסאן, א בוים שניידער פון ענגלאנד האט איז זיין פרייע צייט געבויט הערליכע מאדעלן פון פייגל נוצענדיג לעגא.

בילד

ער האט געמאכט אזא פאכמאנישער ארבעט, אז מער ווי 10,000 שטיצער האבן געוועלט פאר אים אויף די לעגא איידיעס וועבסייט און לעגא האט באשלאסן דאס צו פארקויפן.

אין יאנואר 2015 וועט מען קענען קויפן א סעט פון זיינע פייגל.

בילד

זונטאג דצמבר 14, 2014 3:07 pm

שכח מומחה!
וועקאם בעק.

זונטאג דצמבר 14, 2014 3:16 pm

אאפפססס מומחה איז דא מיטן גאצן קראפט!!!

מיר ווארטן אויף נאך

זונטאג דצמבר 14, 2014 3:23 pm

טרעפיק לייט האט געשריבן:שכח מומחה!
וועקאם בעק.

קיעפ איט קאמינג!

זונטאג דצמבר 14, 2014 3:26 pm

הערליך שיין!! ישר כח!!

עס איז זייער אינטערעסאנט, ווי לעגא, מאכט נאר געוויסע סארט שטיקליך - צו מאכען א נייע שטיקל, ברויך מען א נייע מאולד, וואס קאסט שווערע טויזענעטער - און פון די שטילעך, מאכט מען נייע סעסט יעדעס יאר!!

עס איז ד א פארמעסט, יעעדר קען אריינגעבן א איידיע, און מען וואוט אויף דעראויף, און ווער עס באקומט 10,000 שטימעס, גייט אריין אין די ליסטע וואס מען באטראכט צו מאכען פאר קומענדע יאר.

און חוץ דעם זיצען דיזיינערס און ארבייטען אויס נייע סעטס.

און גאר א קליינע צאל נייע שטיקלעך ווערט צוגעלייגט יערליך.

זונטאג דצמבר 14, 2014 3:28 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:אאפפססס מומחה איז דא מיטן גאצן קראפט!!!

מיר ווארטן אויף נאך

אינטערוויא קענסילד...?

זונטאג דצמבר 14, 2014 4:03 pm

טרעפיק לייט האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:אאפפססס מומחה איז דא מיטן גאצן קראפט!!!

מיר ווארטן אויף נאך

אינטערוויא קענסילד...?


נאפס!!! די וואך דינסטאג מיטן באשעפערס הילף!!!

זונטאג דצמבר 14, 2014 4:24 pm

מיר זענען געשפאנט

מיטוואך דצמבר 17, 2014 5:38 pm

~ לכבוד חנוכה ~

די גרעסטע דריידל קאלעקציע געפינט זיך אין בארא פארק ביי ר' אליהו סאפראן. ער האט גאלדענע דריידלעך פון איראן, גלאזערנע פון ווענעציע, דריידל לעכט פון אינדיע און נאך פילע אינטרעסאנטע סארט דריידלעך.

אט זענען אפאר בילדער.

בילד בילד

בילד בילד

בילד בילד

בילד בילד

בילד

בילדער קרעדיט: שמעון גיפטער

מיטוואך דצמבר 17, 2014 5:43 pm

ס'איז דא א קליפ ווי ער גיבט א טור צו ווייזן זיין קאלעקציע
ווער קען עס אהער ברענגן

מיטוואך דצמבר 17, 2014 6:02 pm

אינפארמאטיוו!! הערליך!!
א דאנק, ברענג נאך

מיטוואך דצמבר 17, 2014 6:20 pm

שיין!!

ער איז געווען אין די נייעס דאכטזיך.

מיטוואך דצמבר 17, 2014 7:32 pm

שכח מומחה, גאר רייכע בילדער! אבער וואט דע ה** איז די נייע אייוועלט וואטערמארק? ס'קלאפט דאך אוועק דעם גאנצן אריגינעלן שיינקייט פינעם בילד!! האט די הנהלה געמאכט א יד אחת מיט ובלכתך בדרך??

מיטוואך דצמבר 17, 2014 7:52 pm

טערעסאנט איך האב ניטאמאל באמערקט די וואסערצייכן


----
טענקס מומחי פאר די שיינע בילדער

מיטוואך דצמבר 17, 2014 7:54 pm

הערליכע שטיקלעך. וויאזוי ווייסט מען וועלכע אות ס'איז געפאלן ביי די רינדיגע דריידלעך?

--
ביטע נישט פארדרייען די שמועס איבער די וואטער מארק!

מיטוואך דצמבר 17, 2014 8:12 pm

גוטע קשיא, די דריידלעך זענען לראותם בלבד און מ'שפילט לכאורה נישט מיט זיי, ממילא מאכט זיך נישט די שאלה

מיטוואך דצמבר 17, 2014 8:13 pm

דער איד איז מסתמא באקאנט ביי זיינע ארומיגע אלס דער צודריידלטער...

מיטוואך דצמבר 17, 2014 8:22 pm

סביב העולם האט געשריבן:ס'איז דא א קליפ ווי ער גיבט א טור צו ווייזן זיין קאלעקציע
ווער קען עס אהער ברענגן

דא האסטו
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מיטוואך דצמבר 17, 2014 9:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך דצמבר 17, 2014 8:31 pm

אינטערסאנט. יישר כח!

דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 6:46 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:ס'איז דא א קליפ ווי ער גיבט א טור צו ווייזן זיין קאלעקציע
ווער קען עס אהער ברענגן

דא האסטו

יישר כח אבער ס'איז בלאקירט ביי משומר

דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 9:38 pm

סביב העולם האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:ס'איז דא א קליפ ווי ער גיבט א טור צו ווייזן זיין קאלעקציע
ווער קען עס אהער ברענגן

דא האסטו

יישר כח אבער ס'איז בלאקירט ביי משומר

דא איז עס אויף קאפי:
https://copy.com/JCppyMeNuE24PPZo

פרייטאג דצמבר 19, 2014 10:52 am

יישר כח קנאפער און אויך מומחה

דינסטאג דצמבר 30, 2014 8:47 pm

לי האנגבא איז א כינעזער ארטיסט און ער האט לעצטענס געהאט א וואונדערליכע אויסשטעלונג פון געשניצטע מעסערס! איך ווייס נישט וועלכע טול ער ניצט צו שניידן די אייזן אבער ס'זעהט אויס געוואלדיג.

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום דאנערשטאג ינואר 01, 2015 10:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג דצמבר 30, 2014 8:54 pm

געוואלדיגער ארבעט.

א דאנק.
שרייב א תגובה

Advertisement