בלאט 1 פון 2

דאס פלאכע רעדל און חברים

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 1:16 pm
דורך מיללער
די אינטערשטע טעג פסח זענען פאראיבער מיט א געהויבענקייט ביי מיינע חשובע עלטערן שי' אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, דאס אריבערגיין דעם ים, די קניידל פארם און ועל כולם דער געהויבענער נעילת החג. יעצט רישט מען זיך שוין אהיימצופארן בעזהשי"ת אנצוהייבן די ספירה טעג ווען מ'גרייט זיך צום יו"ט פון קבלת התורה.
דאס קליינווארג שוין אפגעבאדן, אנגעטאן אין די שלאף-קליידער, די רענצלעך שוין פארמאכט אלעס ווארט אויף די ווארימע 'א גוטע וואך' מיט'ן 'צום ווידערזעהן' וואונטש פון די גאנצע משפחה. די זייגער קלאפט שוין באלד א שעה נאכ'ן זמן ווען יעדער זיצט אינעם מיני ווען פארבינדן און די זיצן, ווער ביים פענסטער און די קליינע און די קאר-זיצן, ויסעו מ'לאזט זיך ארויס בשעטו"מ אויפ'ן שעה-לאנגען וועג אהיים קיין מאנסי.

אינדערהיים ווארט אפ די נאך-פסח ארבעט אומגערירט, ווי שווער ס'איז אנגעקומען אריינצוברענגען דעם יו"ט איז שוין יעצט און די ביכער, היצטערט טראכט מען פון אראפנעמען די זאקען פון די קראנען און אוועקלייגן די פלאסטישע קאונטער-דעקלעך אויפ'ן לאנגען בער'ישער שלאף, ביז'ן קומענדיגער פסח הבעל"ט.

אדורכפארנדיג דעם ווילאמסבורג-בריק וואס ווי געווענטליך איז עס 'אונטער קאנסטראקציע' שלאפן שוין די קליינע ב"ה געמיטליך אלע וויילע הערט זיך נאר א שנארך פון איינע פון די יונגע עופה'לעך שלא טעמו טעם חטא, מיין זיץ-פאסיק איז שוין אויך אויסגעפארעמט ארום די וואלענע טלית-קטן ווי גלייך דארט באלאנגט עס פון ששת ימי בראשית, די אשת חיל מיינע האט שוין געפארטיגט די פאר נויטיגע טעלעפאון-פארבינדיגס רופען, א זעלטענע שטילקייט הערשט און די אטמאספערע אויסער די טראפיק און וועטער אויף די אכטערס וואס זאגן נישט פאר קיין שום אנקומענדע שטרויכלינגען אויפן באפערשטייענדען וועג, אזוי אז ס'לאזט זיך טראכטן אז ביז א שעה וועלן מיר שוין זיין נאכ'ן ארויפטראגן די פעקלעך, קאמפס-גרייט פאר די אסרו-חג פאראדע.

איך שטיי ביים רויט-ליכט/גרין-ליכט גרייט צו מאכן דעם רעכטס אריין אינעם מזרח-האוסטען שטראסע הארט פאר'ן ארויפפארן אויפ'ן 'פעדער דרייו' וואס מען האט א נאמען געגעבן נאכ'ן באליבטן איינציגסטן פיר-טערמיניגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מר. פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט עליו החלום, דא איז דאס פלאץ צו זאגן תפלת הדרך ווען מ'רישט זיך צו ווארפן ווי א שיף אויף די כוואליעס און טאנצן ווי די חסידים ביי די זיבעטע הקפה אויף דעם געדרייטן שפיפון'דיגער שטראז, ווען מיט א שטילע געבעטעלע צום באשעפער 'אוי, ותוליכנו לשלום' מאך איך דעם רעכטס.
צוויי גאסן אויף הוסטען סט. פאר איך אן קיין פראבלעם, דורכפארנדיג ביים ווינקל פון די האוסטען און בארוך גאסן שפיר איך א זעץ אויפ'ן אינערשטען רעדל און טרראך.............. וישב, ער האט זיך באזעצט נישט בארץ מגורי אביו נאר צווישן די טמא'נע כוליגאנעס אינעם אינטערשטן טייל פון מזרח-מאנהעטן כפשוטו וכמדרשו, דער ווען אשר רכבתי עליו מעודי ועד היום האט זיך אנידערגעלייגט.
איך ריק מיך צו דער זייט און ווי א פרא צינד איך אן די 'העזערדס', איך גיי ארויס אפשאצן דעם שאדן, וואס מיינט איר? ס'איז א ווירקליכקייט את אשר יגורנו בא........ א פלאכען רעדל!!!!!

איר זענט אווידאי נייגעריג וואיזוי דאס האט פאסירט, דאן ליינט ווייטער, און די שטאט איז פארהאן א פירמע מיט'ן נאמען קאן-עדיסאן, אלעס אייניקלעך בן-אחר-בן פונעם באוואוסטען עלעקטריציטעט ערפינדער ר' טאמאס עדיסאן יהא זכרו מונח עד שיבוא אליהו, זיי פירן זיך אונטערצוגראבן די שטאט דורך מאכן אזעלכע טונעלן פון ווי זיי פירן אן זייער אינטערערדישע אקציעס על כל צרה שלא תבא און כדי צו פארבארגן זייערע מעשים שטעלן זיי ארויף אזאנע שטאלענע דעקלעך ביז'ן קומענדיגען געברויך, דאס ווערט אנגערופען בלשונם א 'מענהאול' אך און ווי פאר'ן 'מען' אין דעם 'האול'. ואם על הכרייה לא חייבים על הפתיחה לא כש"כ, האבן זיי אוודאי עס נישט גיט פארשפארט, ביז די אומשילדיגע משפחת מיללער פארט ארויף דערויף און סאמע מוצאי פסח און בלייבט שטעקן בישיבה של מטה.

וואס מען טוט מען היצט, די משפחה שטייט אויף איינס ביי איינס מ'שאלט און מ'יובלט "אונז האמיר א לעבן, טאטי'ס קאר האט א פלעט, א מחיה מומע לאה פעטער שייע" זי ווערט נערוועז און באשולדיגט "אלעס ווייל דו קוקסט נישט וואו דו פארסט, איך האב דיר שוין טויזנט מאל געזאגט" איי וואס איז מיט'ן גם זו לטובה וואס זי פרעדיגט שטענדיג אריין אין די קינדער? א קשיא אויף א מאנסע.

איך בין דאך נישט קיין מפיל קינד, ווען נאר איך האב מיר איינגעהאנדלט א קאר בין איך תיכף געוורן א מיטגליד אינעם פאפולערן 'אמעריקאנער אויטאמאביל אסאיאציע' (גערופען און קורצן 'טריפל עי') מקיים צו זיין דעם חבר אני לכל אשר תאווה נפשך, צו איך ארויס מיין טייסטער איך דריי אויס דעם מיטגלידערשאפט-קארטל אויף הונטן און איך רוף אריין די אפצאל-פרייען אכט-הונדערט ציפער שעפשענענדיג א לייכטע תפלה יה"ר שאמצא חן ושכל טוב ביי די באהערדע.
אויף די אנדערע זייט טרייבל הערט זיך א בת-קול:
- א דאנק פאר'ן רופען טריפל-עי, שעראן רעדט דא וואס קען איך אייך העלפן היינט נאכט?
- א גוטען אווענט דא רעדט ראביי מיללער פון מאנסי ניו יארק, איך בין געשטראנדעט מיט א פלאכען רעדל אין מאנהעטן.
- קען איך האבן אייער זעכצן-ציפערדיגער מיטגלידערשאפט נומער
-זיכער,קיין פראבלעם 1234 5678 9876 5432 1023
- זאגט איר אז אייער קאר האט א פלאכען ראד, וואו פונקטליך אין מאנהעטן זענט איר?
- האוסטען ביי בארוך
-וואספארא סארט קאר און קאליר האט איר?
- דער מאכער איז ביואיק דער מאדעל איז טערעזע די קאליר איז גאלדיש/ברויניש (ש'מירניש דירניש)
-הערט אויס ר' איד, מיר האבן גרויס מיטלייד מיט אייך מיר וועלן פרובירן דאס בעסטע מעגליך אריבערצושיקן א מעכאניקער וואו אומשנעלסטן, זייטס מוחל געטס מיר אייער צעל-פואן נומער איר וועט הערן פון אונז בקרוב.

לאנגע פינף מינוט זענען אדורך אויף משפחת מיללער ווען הונדערטער בייזוויליגע קארס פארן אדורך אלע וויילע שמעטערענדיג מיט אזא ליצונות געפיל 'די לוזער איינער' יעצט העסטו ווארטן נאך אפאר שעה.
טררררר..... דער טעלעפאון צוקלינגט זיך, "העלאו?!" -יא א גוטן, דא רעדט זשעף מיט איסט-סייד אויטא מיר האב באקומען א רוף פון טריפל-עי אז איר נויטיגט זיך און ראוד-זייט הילף וועגן א פלעט-טייער.
- יא גערעכט, זענט איר דער שליח עס צו פארעכטן?
- צוגעטראפן, מיר וועלן זיין דארט ביילייפיג צוויי שעה ארום!!!!!!
באגאסן מיט שווייס הער איך א דייל טאון, איך ציפ מיך צו זעהן צו איך שלאף אדער איך בין וואך, ס'גלייבט מיר זיך נישט וואס איך האב אקארשט געהערט, דא אין מאנהעטן, מוצאי פסח, מיט א משפחה פון קינדער, ארבעט אינדערהיים איבערן קאפ, וועסטו יעצט זיצן נאך א צירקע צוויי שעה!

יעצט זעה איך איין אז דער גאנצער טריפל-עי איז ווערט א רעטעך (קוים פארטיג געווארן מיט די כרפס) איך וועל נישט האבן קיין ברירה נאר פאלגן מיין ווייב און רופען דעם וואול-באקאנטען חסד ארגענעזאציע חברים פאר הילף.
צאפלנדיג צו איינער וועט בכלל קענען קומען און אזא שווערע שעה רוף איך אריין דעם פיר-און-צוואנציג שעה'איגער נומבער, וואו ערשטוינט בין איך געווארן צו הערן אז ביז צוואנציג מוניט וועט א 'חבר' דא זיין צו הילף.
אומרים מעט ועושים הרבה, און אונטער פופצן מוניט האט זיך באוויזן א חסידישער אינגערמאן מיט שיך-און-זאקן, זיך אונטער געווארפן אונטערן שמוציגען ווען מיט די שבת'דיגע בגדים (זיי מעגן אויך אמאל א טובה אוען פאר א איד) ביז א צען מוניט איז שוין דער קוכן-ראד (וועגן חמץ שעבר עליו הפסח וועלן מיר שוין רעדן אנאנדערס מאל, גיט?) געווען אויפן ווען במועט הודה והדרה, און משפחת מיללער טאנצט און שפרינגט פאר שמחה אויפ'ן פעדער דרייוו כאחד הריקים, סאיז למיללער היתה אורה ושמחה וששון.

כלפי מה הדברים כתובים? אויסצודריקען מיין דאנק פאר די חשובע חברים ארגענעזאציע פאר אזא איבערגעגבנקייט וואס זיי ווייזן שטענדיג ארויס, מי כעמך ישראל! וואול איז אייער חלק.
און יעצט ווען מ'האלט בימי בין המצרים איז ווערט דאס צו דערמאנען ע"ש הפסוק ציון במשפט תפדה ושביה 'בצדקה', איך האב געקלערט אזוי 'ויקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ' און וועמען'ס זכות? 'חברים כל ישראל' יעצט אלע אינאיינעם 'ונאמר אמן'!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 1:22 pm
דורך בעל עגלה
מילער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יו אר די גיי, צוקער צוקער זיס, יעדעס ווארט

טענקס, איך קען נישט סטאפען צי לאכען

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 1:35 pm
דורך Chairlift
מיללער: די ביסט גוט,

איך האב אזאנס געלאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 1:38 pm
דורך נאטורליך
מיללער, דיינע שורות זענען כמים קרים אין די הייסע זימער טעג.
צו ווייסטו וויאזוי מען זאגט אין לשה"ק א פלעט-טייער? "תצא רוחו ישיב לאדמתו"
איך האב שוין אמאל געהאט א לאך אין ראד, פארשטייט זיך האט דאס פאסירט א ערב שבת פאר'ן זמן, א טייערע אינגערמאן פון די חברים האט מיר געהאלפען און ניטאמאל געוואלט נעמען א טיפ. אשרי העם שככה לו.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 1:40 pm
דורך צייטליך
מיללער ביסט מעכטיג, און די ארטיקל איז מעכטיגער פון מעכטיג!!!

קיפ אן יאר גאוד ווארק, גאד בלעס יא ענד יאר טייער פראם יאר קאר, טענקס עי מיליאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 2:44 pm
דורך מאשקע
איך הייב אן צו טראכטן צי ס'האט זיך נישט אפשר געלוינט די גאנצע מעשה... אלעס כדי מיר זאלן געניסן פון אזא זאפטיגן שטיקל...
אקעי שוין... כ'וויל נישט שעלטן... אל תפתח פה לשטן... אבער רבש"ע, שיק צו פאר דעם מילער'ן א גוטע מעשה, כדי ליהנות בו בני הקרעטשמע.
*
נאטורליך;
א גוט ווארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 2:53 pm
דורך דרך אגב
מיללער, אווי עס איז שוין ערווענט געווארן דורך אנדערע, טו איך מיך טויך צושטעלן צו זיי, איך בין נישט מחולק מיט קיינעם.

איך ווייס נישט אויף וואס צו בעטן איצטערט,1. בני זאל זיין אוועק פון דא וואס לענגער, עהה, נישט קיין אפשען.
2. אז יענער, יא יענער, זאל האבן עפעס ענליכס, נאא, אויך נישט , צירוק צום ענין, זייער הומער'דיג און שרייב נאך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 4:11 pm
דורך זארעכפעפער
מיללער, אן ארטיקל וועלכע איך פאררעכן אלס די עידית שבעידית פון די קרעטשמע!
דיינע הומאריסטישע מליצות, וועלכע דו פלעכסט אריין בתוך דבריך המתוקים, זענען עפעס אויסטערליש!

מנהלים, אריין אין סמעטענע!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 4:18 pm
דורך מיללער
אז מ'וויל קען מען פלעגט מיין רבי תמיד חזר'ן, ווילסט עפעס וויסן ער איז גערעכט אויך.

א דאנק פאר די דאנקערס, זרח דיר א ספעציעלן דאנק (קאנפליקט אף אינטרעסט, וועגן די תורה'דיגע ארטיקלען ווי דו ביסט אויף מיין זייט)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 4:48 pm
דורך abimlaibt
מיללער, איך בין שוין שפעיט? מאכט נישט, א גוט ווארט טוט נישט וויי, בדוק ומסוסה,(קרעדיט? ס'מעדריש)
דיין ארטיקעל, איך זאג דיר, אוי מיי גאד. אנבעליוועבל, אראפ געלייגט אזוי ווי עס ברויך צו זיין, קזכן וראגיל,
נ.ב. איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי, אבער למעשה בין איך בין א מעמבער די ארגעניזאציע, און גלייב מיר, איך בין געווארען א מעמבער וועגען איין סיבה,
ווייך איך האב זיי גענוצט... יא, איינמאל נישט מער געדאכט, האט זיך געמאכט עס זאל זיך נישט מאכען, און איך האב זיי געברויכט רופען, האבעך זיי גערופען, און איך האב זיי גערופען זענען זיי געקומען, און אז זיי זענען געקומען האבעך זיי געוויזען פארוואס איך האב זיי גערופען, און אז איך האב זיי געוויזען פארוואס איך זיי גערופען האבען זיי געזעהן, און זיי האבן געזעהן..........
איך האב אבער יעמאלט געטראכט, אז ניין עס גייט נישט אזוי, איך האב מיך געשפירט פארדעם אזוי פארלוירן, און ווי נאר זיי זענען אנגעקומען, מיט די גרעסטע מאס געדולד, און געטריישטאפט, האבעך באשלאסען אז איך גיימעך אויך אנשליסען צו זיין צווישן זיי. און עומר ושוסע, היינט זיצעך ביי זיי.
כדי נישט צו פארקריכען . מיללער: עי וואן, וואט עי דשאב. דא איט מאר אפטען.
נ.ב. דער מעמבער וואס איז מיר יעמאלט געקומען צו הילף איז געוועזן נישט קיין צווייטער ווי מאשקע אליין, ער האט גענומען די צייט פון זיין ארבעט שעות אין זיך אריינגערוקט און וועג נאר פאר מיינעט וועגען, זאל אים דער פון אויבן באגליקען מיט אלעס וואס ער דארף.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:02 pm
דורך דרך אגב
אבי, כ'מיין אז פעטש העט נישט זיין גענוג, אזא פארברעך? סארא חוצפה, כ'מיין ווי איז אונזער ארטיקל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:20 pm
דורך קרעמער
מיללער;

א מייסטערהאפטע ארטיקל, איך האב דאס פרובירט ארויפצושטעלן אין סמעטענע, אבער עס קוקט אויס ווי דולה ומשקה האט לעצטנס געטוישט די נומער שלאס צו זיין פאלאץ, העמיר ווארטן ביז די טעכנישן'ס וועלן דאס ערלעדיגן.

ווער עס האט א ווארט ביי די "אידישע וועלט", קען זיי שיקן א לינק צו דעם ארטיקל, וואס איז ווערט אלע געלטער און וועט מאכן א גוטן פראנט-פעידזש ארטיקל פאר זיי (מיט רשות פון מיללער, 'שטייצעך).

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:41 pm
דורך איך_הער
ווי א שירעם נאכן רעגן, ווי טריפל עי נאך חברים, ווי א שלום בית פראפעשענעל שוין נאך די חתונה, קום איך אויך זיך באדאנקען פאר די מעכטיגע ארטיקל פון מורינו ראביי מילער פון מאנסי, מיט די ביואיק און די גאלדיש/ברויניש קאר, דו ביסט גוט, און איך זאג אלץ ווארט נישט, אז ס'זאל דיר עפעס פאסירן, אז דו זאלסט האבן פון וואס צו שרייבן, שרייב פון פאראויס, די שרעק וואס דו וועסט מיטמאכן ביים שרייבן, (פון טראכטן אז דאס וואלט געקענט פאסירן, פרעג מאשקע'ן.) און די הנאה וואס מיר וועלן האבן ביים ליינען, וועט דיר זיכער ביישטיין אז דאס זאל טאקע נישט פאסירן, חזק ואמץ, א גרויסע ריזיגע יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 7:37 pm
דורך יאנאש
מיללער, איטס עי פיס אף ארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 10:43 pm
דורך שוועמל
מיללער, היי-ענד ארריקל!!
קאטטינג-עדזש אינפוט!!

אגב, דו ווייסט די מיללערס זענען אונזערע קאזינס? די מיללערס פון די מיללערישע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 7:38 am
דורך מיללער
שוועמל האט געשריבן:מיללער, היי-ענד ארריקל!!
קאטטינג-עדזש אינפוט!!

אגב, דו ווייסט די מיללערס זענען אונזערע קאזינס? די מיללערס פון די מיללערישע


מ'האט גערעדט פון א שירעם נאך א רעגן, אדער טריפל-עי נאך חברים, אבער א שוועמל נאך חברים איז מיר נישט איינגעפאלן!

איך ווייס גראדע אז געוויסע מיללערס זענען געשוועסטער-קינדער מיט די שוועמלעך, אבער איך בין נישט מיללעריש געשטימט בכלל איך בין מיללער במיללערתו תהא אן די 'איש', וואזוי זענט עטץ טאקע קאזינס, פון די רעכטע זייט אדער די לינקע זייט?


---------
אם אין קרצ'מע אין שוועמל ואם אין שוועמל אין קרצ'מע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:56 am
דורך קרעמער
דער דולה-ומשקה אונזערער האט ווידער געהאט א שלאפלאזע נאכט... לאמיר אים באדאנקן פארן אריינשטעלן אט דעם אשכול, און אגב גררא אויף עטליכע קרעמערישע און גראפ'ישע (אויך מיינס א ניק) אשכולות וואס האבן זיך יעצט דארט קונה שביתה געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:18 pm
דורך נאטורליך
מיללער פארוואס ווייזט דו נישט דיין אמת'ן פרצוף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:38 pm
דורך יענטאאש
מיללער מיללער,
איך וואלט ווען גענומען א דריללער,
דיינע רעדער נאכאמאל געלעכערט,
אז דיינע צאל ארטיקלען זאל ווערן געהעכערט,
ס'איז א שאד אז קאן עדיסאן דער גוי,
זאל זיין דער שליח פאר אזא ארטיקל לתפארת ולנוי.

אבער דארפסט נישט זארגן מיללער ניין,
ביי דיין קאר א גאנצע נאכט דארפסטו נישט שטיין,
עס האלט נאכנישט דערביי,
סייווי סיי,
אז בכדי נהנה צו זיין פון דיין פעדער,
זאל איך דערפאר לעכערן רעדער.

אזויפיל מעג איך אבער יא טון פאר דיר,
מיט אן הודאה על העבר קום איך אפיר,
אבער, און דאס שוין מיט א קול א גאר הויך,
טו איך דערביי פארלאנגען הויך,
אויף ווייטער זאלסטו אונז מהנה זיין,
מיט אזוינע און ענליכס געשמאק און שיין.

און קום מיר נישט ווי אן אויבער חכם א שטייגער ווי א כולל אברך,
צו שרייען אויף מיר 'מום שבך אל תאמר לחברך',
ווי קומסטו מיט א פנים א קאלטן,
פארלאנגען פון איינעם א זאך וואס דו טוסט אליינס נישט איינהאלטן,
ווייל כל 'הנגעים אדם רואה' זאגן שוין אונזערע הייליגע חכמים,
חוץ ביי די אייגענע פעלערן דארט ווערט יעדער א תמים,
און אז דו ווילסט מיך אויף דעם ענטפערן וועל איך דיך ערלויבן,
אבער דאס מוז שוין זיין מיט א לאנגס און א ברייטס דער געהויבן,
אזוי וועט זיך די גאנצע זאך האבן געלוינט,
און דאס איז דאך מיין גאנצע פוינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:55 pm
דורך מאשקע
נאך אזא קבלת פנים, דארף ער זיין צעדרייט נישט זיך צו נעמען שרייבן אין גרויסן.
רעב יאנקעל, מיר קוקן ארויס!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 13, 2007 9:01 am
דורך מיללער
נאטורליך,

מיין אמת'ע פרצוף? איך בין פון די מיט 'דו פרציפין' ביידע זענען אמת. ישר כח פאר די בילד סאריין און מיין קאלעקשאן.

יענטאאש, מיין פריינט
איך ווענד מיך צו דיר היינט
דיינע ווערטער וואס זענען מלא טעם
אזוי שיין אויסגעלייגט מיט'ן גראם
פארוואס דארפסטו אויף מיר ווארטן
איך זאל מיך זעצן אויפ'ן באנק דעם הארטן
שרייבן על דא ועל הא
און הערשט דעמאלטס ארויסקומען מיט א חובת השעה

לאמיר אינאיינעם שאפן א בונד
מיללער, יענטאאש מיט די גאנצע קרעטשמע-געזונד
מ'קען נישט אלעס אויף איינעם ווארפן
און דאן די ציין שארפן
א 'טיעם עפפארט' איז וויכטיג
אז די קרעטשמע זאל פארן ווייטער שיין און ציכטיג

א פרייליכען שבת פאר אלע מיטגלידער

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 9:16 am
דורך יגרסהדותא
ווי שרייען "אסיתא" נאכן סניז, ווי טרינקן א גלעזל וואסער נאכן שליקעטצן, ווי טריקענען די האנטוך נאך א גוטן שווים, קום איך אן מיט מיין הערצליכן יישר כח פאר מילער, בליוו איט אר נאט, איך האב געפרינט דיין ארטיקל און עס געליינט דעם פארגאנגענעם שבת, איך האב אזוינס צוזאמגעלאכט, ייש"כ.

ביי דע וועי, איך האב יעצט גערעדט צו "טריפל-עי" וועגן דיר, זאגן זיי אז זיי האבן געהאט א פראבלעם, זיי וועלן דארט זיין אין די נעקסטע צוויי טעג..

לא נגאלו ישראל אלא בזכות נטרונא..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 4:53 pm
דורך מאשקע
abimlaibt האט געשריבן:נ.ב. דער מעמבער וואס איז מיר יעמאלט געקומען צו הילף איז געוועזן נישט קיין צווייטער ווי מאשקע אליין, ער האט גענומען די צייט פון זיין ארבעט שעות אין זיך אריינגערוקט און וועג נאר פאר מיינעט וועגען, זאל אים דער פון אויבן באגליקען מיט אלעס וואס ער דארף.


יוי דערמאנסטו מיך זכרונות.
אגב, וואס פאלט דיר ביי אז ס'געווען אינמיטן די ארבעט שעה'ן?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 5:03 pm
דורך נחבי בן ופסי
געוואלדיג אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט באגעגנט איך וועל זיך מוזן אנהייבן דרייען מער אין די קרעטשמע נאך אזעלכע גוטע ארטיקלען
אבער ווי נעמט מען די צייט דערפאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2007 5:23 pm
דורך יגרסהדותא
אה, נחבי, וואסי די שאלה, מ'העט מאכן אן אפיל דא אין קרעטשמע, יעדער וועט זיך מנדב זיין א שעה צוויי ביים טישל אינעם ביהמ"ד, און ס'וועט זיין צייט!!

נו, חברה, איך געב אוועק 2 שעה פאר נחבי..


אוי, כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, לאמיר מאכן אזוי, דו ברויכסט צייט, קאל חברים..