מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:37 pm

והייתם נקיים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, וויאזוי קען מען באשטעטיגן אויב א מענטש איז בעצם א T און די געפילן קומען פון די מחשבות וואס וועקן אויף די געפילן, אדער ער איז בעצם א F און די ליבשאפט צו לאגיק קומט פון די פערטע פונקציע?

ער 'מחשב' כאפט וויאזוי איך לערן עס אפ. איך האב עס איהם מסביר געווען לויט וויאזוי ער האט עס געשריבן. איך ווארט אז ער זאל אריינקומען. און זאל 'דערבארומדיגער' אריינקומען און דיר ערקלערן וויאזוי מ'זעהט קלאר פון זיין תגובה וואס איך האב געשריבן.

ליין דורך מחשב'ס תגובה וועסטו זעהן אז זיינע מחשבות וועקן אויף זיין געפיהל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

והיתם נקיים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 6:32 pm

נשמה האט געשריבן:
והייתם נקיים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, וויאזוי קען מען באשטעטיגן אויב א מענטש איז בעצם א T און די געפילן קומען פון די מחשבות וואס וועקן אויף די געפילן, אדער ער איז בעצם א F און די ליבשאפט צו לאגיק קומט פון די פערטע פונקציע?

ער 'מחשב' כאפט וויאזוי איך לערן עס אפ. איך האב עס איהם מסביר געווען לויט וויאזוי ער האט עס געשריבן. איך ווארט אז ער זאל אריינקומען. און זאל 'דערבארומדיגער' אריינקומען און דיר ערקלערן וויאזוי מ'זעהט קלאר פון זיין תגובה וואס איך האב געשריבן.

ליין דורך מחשב'ס תגובה וועסטו זעהן אז זיינע מחשבות וועקן אויף זיין געפיהל.

גראדע האב איך שוין לאנג געטראכט אז דאס אז איך קען זעהן (און ווערן איבערגענומען פון) געפילן אין וואס אנדערע זעהן נישט, קומט ווייל איך טראכט אריין אין יעדע זאך די טיפקייט וואס ליגט דערין.

וועגן דעם האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איך האב דערמאנט די ווארט "סעלפיש" ביסטו גלייך געטאנצן צו א מסקנא אז איך בין אן INFP.

איך מיין אז דאס איז פון די שווערסטע זאכן אין באשטעטיגן א פערזאנ'ס פערסאנאליטי אויב מ'קען אים נישט פערזענליך (אזוי גוט ווי זיך אליינס), אז מ'ווייסט נאר פון יענעם וואס ער זאגט אדער וואס מ'זעט אויסערליך און מ'קען זיך זייער גרינג נאר'ן.

(למשל איך האב שוין פאר א לענגערע צייט צוריק געוואלט האבן די מעגליכקייט צו באטראכטן א מענטש און ארויסהאבן זיין MBTI, האב איך באשלאסן ביי מיר אז די ערשטע מוז איך אנהייבן מיט וועם איך קען די בעסטע, נעמליך זיך אליין, און וואס מיינסטו? נאכ'ן ספענדן אפשר אפילו הונדערטער שעה'ן בין איך נאך אלס נישט הונדערט פראצענט זיכער וואס איך בין, און איך טראכט צו מיר "וויאזוי קען איך זאגן וואס אנדערע - וועמען איך קען נישט אזוי גוט - זענען ווען איך קען נישט באשלוסן וואס איך אליין בין?)

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:49 am

והייתם נקיים מה' ומישראל האט געשריבן:גראדע האב איך שוין לאנג געטראכט אז דאס אז איך קען זעהן (און ווערן איבערגענומען פון) געפילן אין וואס אנדערע זעהן נישט, קומט ווייל איך טראכט אריין אין יעדע זאך די טיפקייט וואס ליגט דערין
.
דאס אז דו טראכסט אריין אין די טיפקייט וואס ליגט דערין, דאס קען קומען פון Ne די צווייטע פונקציע אין דיינע פונקציעס.

וועגן דעם האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איך האב דערמאנט די ווארט "סעלפיש" ביסטו גלייך געטאנצן צו א מסקנא אז איך בין אן INFP.

סעלפיש מיין איך צוזאגן די Fi. אלץ די ערשטע פונקציע.
איך מיין אז דאס איז פון די שווערסטע זאכן אין באשטעטיגן א פערזאנ'ס פערסאנאליטי אויב מ'קען אים נישט פערזענליך (אזוי גוט ווי זיך אליינס), אז מ'ווייסט נאר פון יענעם וואס ער זאגט אדער וואס מ'זעט אויסערליך און מ'קען זיך זייער גרינג נאר'ן.

ס'איז דא זאכן וואס איז זייער אויבערפלעכליך. און איך האב נישט געזאגט אז דו ביסט א זעקסער, אדער א דרייער, וואס דאן איז עס טאקע געפערליך צו זאגן אן קענען דעם מענטש דורך און אדורך, איך האב געזאגט אז דו ביסט א INFP וואס שטומט ביי מיר.
(למשל איך האב שוין פאר א לענגערע צייט צוריק געוואלט האבן די מעגליכקייט צו באטראכטן א מענטש און ארויסהאבן זיין MBTI, האב איך באשלאסן ביי מיר אז די ערשטע מוז איך אנהייבן מיט וועם איך קען די בעסטע, נעמליך זיך אליין, און וואס מיינסטו? נאכ'ן ספענדן אפשר אפילו הונדערטער שעה'ן בין איך נאך אלס נישט הונדערט פראצענט זיכער וואס איך בין, און איך טראכט צו מיר "וויאזוי קען איך זאגן וואס אנדערע - וועמען איך קען נישט אזוי גוט - זענען ווען איך קען נישט באשלוסן וואס איך אליין בין?)

און אפשר מאכט פון דעם סענס אז דו ביסט א פירער וואס קען נישט באשליסן ווער ער איז. INFP זענען פירער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:30 pm

נשמה האט געשריבן:קוקסט זייער נישט אויס ווי א INFP. ס'קען פשוט נישט זיין. דאס קוקט עפעס אויס אדער ווי ENTP. אדער ווי INTP. ביי מיר איז נישטא אזא זאך ווי מסביר זיין וואס עס מיינט ביי מיר געפיל. איך דארף מסביר זיין וואס עס מיינט ביי מיר "קאפ". מחשבה. לעבן מיט מחשבה. דאס איז אזאך וואס איך וואלט זיך געפרייט צו קענען מסביר זיין. א Fi קען נישט, נישט פילן. אזוי ווי א Entp אדער א Intp קען נישט, נישט טראכטן. איך בין זייער נייגעריג צו דו ביסט א Ti אלץ דיין הויפט פונקציע. אויב יא, דארפסטו בעיקר לעבן אין מחשבה. נישט דו דארפסט טראכטן. נאר דאס דו טראכסט שוין. דאס איז וואס דו טוסט ממש כמעט פון זיך אליין. נישט דו טראכסט. נאר ס'טראכט זיך. ס'דעפינירט. ס'האט ארויס. ס'קלארט זיך אויס. ס'שנייד עס.

אויב ביסטו א Ne אלץ דיין הויפט פונקציע, דארפסטו זיין אז ס'קוקט זיך דיר טיפער פון זיך אליין. דאס איז וואס דו טוסט פון זיך אליין. דאס איז דיר די גרינגסע. צו ארומלויפן און צאמשטעלן די וועלט. אויב ביסטו א INTP איז לויט ווי איך שטעל עס צאם פילסטו דיך אין א שיין געשניטענעם קאפ הגם דו זעהסט אויך די טיפע מעגליכקייטן פון די טיפע וועלט ארום דיר. אבער אין הויפט דארפסטו דיך שפירן זייער געשניטן. ווי די גאנצע וועלט ארום דיר, דיינע קינדער, דיין בני בית, וכו' וכו' איז אלעס דעפינירט. שטודירט. און פארשטאנען! דיין ארומיגע לעבן, זאלס עס זיין די מענטשן וועם דו טרעפסט אין ביהמ"ד זענען אזוי ווי אן אפגעלערנט גמ'. דאס איז וואס דו שפירסט. דו שפירסט אז ס'דא נאך מפרשים ארום און ארום. און מ'קען דאס אלעמאל בעסער און בעסער פארשטיין. אבער די הויפט שפיר וויאזוי דו שפירסט דיך, איז ממש אזוי ווי א מענטש נאכן ארויסהאבן און פארשטאנען א בלאט גמ'. אדער א סוגיא. די געפיל נאכן ארויסהאבן. לימודים לדעת'ס דעת הבעלות.

אויב ביסטו א ENTP, שפירסטו נישט אז דו פארשטייסט די וועלט, אז דו האסט עס ארויס. דו שפירסט ווי דו ביסט ארומגענומען מיט אסאך ספרים, מיט נאך א מפורש, און נאך א מפורש, און נאך, און נאך, און נאך. שפירסט אומקלאר פון אזויפיל הסברים וואס מ'קען אלץ געבן אויף די וועלט. ווען יעדן טאג זעהסטו אלץ מער און מער. נישט ממש אומקלאר, אבער אזוי ווי וואס א מענטש שפירט ווען ער האלט אינמיטן לערנען א סוגיא. ממש אזוי שפירסטו. דו שפירסט אזוי ווי דו נעמסט ארויס נאך א ספר און נאך א ספר און נאך א ספר, צו פארשטיין די וועלט ארום וואס קען נישט ענדיגן צו קומען צו אן החלטה. אזויפיל מעגליכקייטן איז דא.

שוין.


נשמה, דו ביזט מסביר דעם TI לויט ווי אזוי דער NE נוצט עס, א NE וואס שטודירט, וועט נוצן זיין TI צומאכן ארדענונג אין דער אינפארמאציע און עס דעפינירן, אבער ווי איך האב פארשטאנען, איז דאס שוין דער צוזאמשטעל פון TI מיט TI ,NE אליין פאר זיך איז -ווי איך פארשטיי- לאגיק, דאס הייסט, א מענטש וואס פירט זיין לעבן מיט לאגיק, וואס ער טוט מוז מאכן סענס, ער קומט אריין אין ביהמ"ד זעט ער גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס. ער קען זיין א סענעסעט, דאס הייסט נישט קיין טיפע טראכטער, אבער וויפיל ער טראכט דארף מאכן סענס, לאגיש, דער NE אליין איז א טראכטער, אבער נישט קיין פארשטייער, אין אנדערע ווערטער, דער NE איז דער כח המחשב ביים מענטש, נישט אז זיין קאפ לויפט, נאר ער "טראכט", ער דעגרינטעוועט זיך. דער TI, מוטשעט נישט אויס זיין קאפ, עס איז מער דער כח המבין, ער פארשטייט. -אזוי האב איך עס פארשטאנען-, אויב איז עס נישט ריכטיג, קלאר מיר ביטע אויס.

איז, ווי איך פארשטיי, איז איינער וואס זיין TI איז זיין הויפט פונקציע, וועט נעמען זיין לאגיק און אריין שטופן אין אלע פארבארגענע טיפע אינטערליגענדע סודות פון דער בריאה, ער וועט מאכן דארט סדר, מיט פארשטאנד, ווידעראום, דער וואס זיין NE איז זיין הויפט פונקציע, וועט טראכטן, שטודירן, אנאליזירן, און ווען עס וועט זיך אנקלאפן אין זיין לאגיק
-TI- וועט דאס מחליט זיין, דעפינירן, פעסטשטעלן. דער NE מוז נישט א גאנצע טאג לעבן מיט לאגיק, ער לעבט מיט זיין רייץ זיך צו דעגרינטעווען און גוט אפלערנען דעם ארום. פארשטייט זיך אז נאכדעם נוצט ער זיין שכל-לאגיק צו פארשטיין זאכן, נישט זיין געפיל, ווייל פארדעם איז ער דאך א T נישט קיין F.

פארדעם שפיר איך אז NE איז מיין הויפט פונקציע, עס איז דער לאגיק וואס קומט נאכדעם אריין, נישט ער דרייווט דער מצב. נאר דער NE איז וואס שטופט דעם וואגן, און הרב T קומט נאכדעם אריין.

נאך א סיבה האב איך צו קלערן אז איך בין א ENTP נישט א INTP, ווייל איך האב נישט קיין שטארקע סדר היום, דער רייץ פון דער NE שלעפט מיר אוועק פון מיין אזוי שטארק באליבטע סדר היום, איך בין נישט אזוי צופארן, -אפשר- ווי א ENFP, אבער וואלט איך געווען א INTP, איז דאך SI מיין דריטע פונקציע, וואלט איך געדארפט האבן מער סדר היום.

נאך א סיבה איז, וואס איז שוין ארויסגעברענגט געווארן, איז מיינע געפילן. כאטש עס קען זיין אז בעיקר זענען מיינע געפילן מער אינטואיסטישע געפילן, אבער איך בין גאנץ פיין באקאנט מיט דער געזאלצענע מין זאך וואס הייסט "געפיל", איך גלייך אים נישט אזוי שטארק -שיין גערעדט- אבער, ווייטער, נישט מסתבר צו זאגן אז איך בין א INTP.

דאס אבער וואס דו זאגסט וועגן דער סדר אין קאפ. ווייס איך נישט געהעריג, איך ברענג ארויף מיין נעכטיגע דרעפט וואס איך האב געשריבן, נאר איך האב מיר בארעכענט אז עס איז מיר עפעס אומקלאר האב איך עס געוואלט איבערשלאפן.
זייטיגע נאטיץ
נשמה האט געשריבן:.

שיין צולייגט. נו וואס טאקע איז שטערקער ביי מיר? אביסל שווער צו ענטפערן. אזוי האב איך געשריבן אין א פריערדיגע תגובה.

מחשב האט געשריבן:איך פיל ווי איינער וואס זיצט אין א קעמערל, מיט פילע שאפעס אויסגעלייגט אויף די ווענט, מיט טויזענטער פיילס אין דעם, און איך אבזערוויר ווי א דרויסענדיגער דער "הו הא" פון דער וועלט ארום מיר.


איך האב טויזענטער פיילס, איא! אזוי פיל איך, מיר (איך שעם זיך שוין צו נוצן אזויפיל מאל דאס ווארט 'איך'. גענוג געווען.) גלייכן "סדר", איך פרוביר אלעס מסדר צו זיין, און בדרך כלל, בעזרת השם, זענען זאכן מסודר אין מיין קאפ. פארשטייט זיך, דארט ווי איך בין אנגעקומען זיך צו דעגרינטעווען, און ארויסהאבן. א גאנצע צייט בין איך ביזי צוצופירן די אינפארמאציע וואס איך שלעפ ארויס פון דער ארום, צו מיינע מסודר'דיגע קעמערליך. (דאס איז שוין אביסל NI). אז עס געלונגט, קען מען אויך עפענען א פריש קעמערל, חידושים איז גוט, כ'זוך עס בעיקר, נאר דארט ווי עס איז שוין מסודר סיי ווי אין א קעמערל, לייג איך עס אהין, אבער אלעס וווערט מסודר, איך גלייך נישט קיין צומישעניש. (כ'האף דער עולם כאפט וואס איך וויל דא ארויסברענגען).

אין אנדערע ווערטער, ס'איז בעצם ביידע, איך זוך צו דערגרינטעווען, און אריינקריכן (N) אין דער ארום. און עס דעפינירן, עס מסדר זיין. מיט א קלארקיייט (T). עס איז דא אסאך תחומים, ווי איך שפיר אז עס איז אומעגליך עס ארויס צוהאבן, דער צומישעניש איז דארט גובר, איך זעה די ענדלאזע טיפקייט דערפון. בעצם פארשטיי איך אז די גאנצע וועלט איז אוממעגליך ארויסצוהאבן, עס איז עמוק עמוק, ווי טיפער מ'גייט, אלץ מער זעהט מען אז עס איז נאך טיפער און נאך טיפער, מים שאין להם סוף. אבער דאס איז אויך מסודר, עס גייט אריין אין דער צומישטער אשכול, דאס איז נאך טעון ביאור, און דאס איז שוין מסודר.

ע"כ הדרעפט. אבער יעצט ווייס איך נישט אויב דאס איז טאקע דער מכריע, קען זיין אז מיין TI ארבייט גענוג שטארק צו מאכן סדר מיט די פילע מפרשים פון מיין NE.

ועוד יש להאריך ולהאריך, אבער שוין, איך קען דאך סיי ווי נישט אנקומען צו אלעס, אינגאנצן...
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:57 pm

ב"ה

מחשב האט געשריבן:נשמה, דו ביזט מסביר דעם TI לויט ווי אזוי דער NE נוצט עס, א NE וואס שטודירט, וועט נוצן זיין TI צומאכן ארדענונג אין דער אינפארמאציע און עס דעפינירן, אבער ווי איך האב פארשטאנען, איז דאס שוין דער צוזאמשטעל פון TI מיט TI ,NE אליין פאר זיך איז -ווי איך פארשטיי- לאגיק, דאס הייסט, א מענטש וואס פירט זיין לעבן מיט לאגיק, וואס ער טוט מוז מאכן סענס, ער קומט אריין אין ביהמ"ד זעט ער גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס
.
ווען א Ti קומט אריין אין ביהמ"ד קלארט זיך אים אויס יעדע זאך וואס ער זעהט. באמת מוטשע איך מיך אביסל צו פארשטיין וואס דו שרייבסט "ער זעהט גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס". געדענק, איך האב נישט קיין Ti אין מיינע פונקציעס. איך פארשטיי נישט וואס ס'מיינט "ער זעהט אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס". ביי מיר מאכט אלעס סענס, אין געפיל מאכט אלעס סענס. אזוי פארשטיי איך יעצט. איך וויל זייער שטארק כאפן דעס מין זאך ווי "ער זעהט גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס" וואס מיינט עס? וואס הייסט ס'מאכט נישט קיין סענס? איך ווייס אז א Ti קוקט אויף די וועלט, און ער כאפט אויף ווען זאכן זענען שוין ממש נישט לאגיש. אבער איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר מסביר זיין ביי וועלכע סיטואציע ס'פאסירט? וואס זעהסטו, און וואס שפירסטו, און וואס קומט ארויף?

ער קען זיין א סענעסעט, דאס הייסט נישט קיין טיפע טראכטער,

א Ti אלץ די הויפט פונקציע, ווייסעך נישט צו מ'רופט זיי סענסעט. סענסעט רופט מען נאר Si. (אזוי מיין איך) איך ווייס נישט צו א Ti טראכט 'טיף'. ווען א מענטש וויל פארשטיין א גמ' דארף ער טראכטן טיף? (אה, דעס זאגסטו דאך...) א Ti וויל פארשטיין די אינפארמאציע וואס ער זעהט. וואס מיינט פארשטיין? פארשטיין מיינט, אז ס'זאל מאכן סענס; אז ס'זאל לויפן אויף עפעס א מהלך פון לאגיק.

איך וויל אביסל טראכטן וואס ס'מיינט Ti. ס'מיינט, דאס וואס ער זעהט, נישט קיין חילוק צו מיט די Ne צו מיט די Se, דאס וואס ער זעהט, דאס וויל ער פארשטיין. און פארשטיין מיינט, (לויט ווי איך פארשטיי יעצט, אה, איך נוץ מיין Ti... טראכט אריין אויב איך נעם מיך עס נוצן מער...) פארשטיין מיינט, איך וויל זעהן די לאגישע סדר וואס עס קומט פאר. נישט סתם איך זעה א זאך. א טישו באקס! א קאפ! ניין! די טישו באקס איז יעצט דא ווייל מ'דארף עס נוצן... (יא? דאס מיינט Ti) ס'איז "איך נעם פריערדיגע לאגישע אינפארמאציע און מיט דעם האב איך ארויס וואס עס קומט דא פאר, און איך מאך אפ וואס עס קומט פאר.. יעדע מענטש נוצט זיין Ti. אויב זאל א מענטש נישט נוצן זיין Ti וואלטן מענטשן נישט געטראכט, און נישט פארשטאנען. נאר ביים Ti טוט ער עס, דאס מערסטע און די שטערקסטע. דערפאר א Intp און אזוי אויך א ISTP, לעבן מיט לאגיק. דאס איז זייער אינערליכער וועלט.

Te מיינט "איך מיש מיך אריין אין די וועלט וואס איז ארום מיר און איך מאך לאגישע סדר"!!! איך בין א משמש אין א ביהמ"ד וואס נעמט קער!!! דאס איז Te. איך הייס אלע יונגלעך זיך אוועקרוקן. איך מיש מיך אריין אין די דרויסנדיגע וועלט. Ti מיינט "איך וויל אז די זאך וואס איך זעה, צו איך בין א INTP אדער א ENTP, און איך זעה טיפערע זאכן [Ne], אדער איך בין א ISTP אדער א ESTP און איך זעה נאר די אויבערפלעכליכער וועלט [Se], וויל איך עס פארשטיין. און אויב איך בין א Ti די הויפט, וויל איך דאס מערסטע און בעיקר פארשטיין די וועלט.

פארשטיין מיינט, אז ס'זאל לויפן מיט א לאגישע סדר "וואס איך פארשטיי - סאבדשעקטיוו - אז דאס איז לאגיק". תמונה מחשבתית רופט עס ר' שרגא אין זיין ספר 'לימודים לדעת'. (כן נראה לי אז דאס מיינט תמונה מחשבתית) ווען דו זעהסט א צעווארפענע זאך, א "וואלד", מיינט דאס אז דו פארשטייסט עס נישט. ווען דו זעהסט א שיינע פעלד, שיין איינגעפלאנצט, שיין מסודר, פארשטייסטו עס. דאס מיינט לכאורה Ti. די Ti קוקן אויף דיר אלעמאל "ווי איינער וואס וויל פארשטיין די לאגיק דערפון". אויב די וועלט זאל ערשיינען פאר אונזערע אויגן אן לאגיק, איז די וועלט אזוי ווי סתם זאכן וואס פאסירן איינס נאכן צווייטן. וואס קען מען טון דערמיט? די רגע יעדע זאך האט א "פארוואס", א אנהייב, א סיבה, דאס מיינט Ti. ער וויל עס פארשטיין. דער Ti צוזאמען מיט'ן Ne דער וויל פארשטיין די טיפע וועלט. ר' שרגא איז א INTP, ער וויל פארשטיין די טיפע וועלט. יעדער וויל פארשטיין די וועלט וואס ער זעהט! א Se זעהט נישט די טיפע וועלט. ער ווייסט נישט פון וואס דער INTP רעדט דא.

אבער וויפיל ער טראכט דארף מאכן סענס, לאגיש, דער NE אליין איז א טראכטער, אבער נישט קיין פארשטייער, אין אנדערע ווערטער, דער NE איז דער כח המחשב ביים מענטש, נישט אז זיין קאפ לויפט, נאר ער "טראכט", ער דעגרינטעוועט זיך.

איך האב הנאה פון דיר. דער Ne איז א קוקער. ער קוקט. ער קוקט זאכן וואס זיין מח שטעלט צאם אז דער בילד עקזיסטירט. א טיפע בילד וואס ס'האט זיך אים אליין צאמגעשטעלט! Ne איז נישט אזוי ווייט (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) א כח המחשב. ס'איז פאקטיש אז דאס טרייבט אן זיינע מחשבות, דאס שלעפט מיט זיינע מחשבות. א Ne דערגרינטעוועט זיך נישט. ס'דערגרינטעוועט זיך אים. ס'איז אביסל חילוק צווישן די צוויי. ne איז א אינפארמאציע ארייננעמער. א Ne איז פאסיוו. און אפשר אויך אקטיוו. אבער איך וואלט נישט ענדערש געזאגט אז ער דערגרינטעוועט זיך. דערגרינטעווען קומט ווארשיינליך פון Ti צוזאמען מיט Ne. א Ne דערגרינטעוועט זיך נישט. (ער דערגרינטעוועט זיך יא, אבער נישט אזוי ווייט ווי אז ער ארבעט שווער דערויף) א בעסערע אויסדרוק וואלט געווען: ס'דערגרינטעוועט זיך אים. די אביעקטן וואס ער זעהט, ציהט אים אריין ווי א מאגנעט, ער זאל מוזן זעהן די טיפערע. די פירוש פון די זאך. און גארנישט די אויבנאויפיגע. (never mind, זאגסט גוט)

דער TI, מוטשעט נישט אויס זיין קאפ, עס איז מער דער כח המבין, ער פארשטייט. -אזוי האב איך עס פארשטאנען-, אויב איז עס נישט ריכטיג, קלאר מיר ביטע אויס.

ביידע מוטשן נישט אויס די קאפ. א הויפט פונקציע און א צווייטע אין ראנק פונקציע מוטשעט נישט אויס די קאפ. ווייל ס'איז גרינג צו טון. אבער דער Ne מוטשעט זיך טאקע. ווייל ער איז פארנומען. דער ti, קומט מיט זיין קאפ און ער פארשטייט. מער ווייניגער זאגסטו גוט. און יא, Ti איז טאקע א כח המבין. "ארויסהאבן". דעת הבעלות. Ne איז קוקן. קוקן אויף די טיפערע בילד.

אן Ne איז נישט דוקא קלוג אדער לאגיש. ער נוצט נישט זיין לאגיק. פשוט ער קוקט. ס'שטעלט זיך אים צאם, און דאס זעהט ער. ער קוקט די טיפע. קוקט אהער און קוקט אהין. נאר וויבאלד ער זעהט די טיפערע וועלט, און ער וויל אנטייל נעמען דערין. אזוי ווי יעדער מענטש - עקסטראווערד ; וואס זעהט א וועלט - וויל אנטייל נעמען אין די וועלט (דערפאר קוקט ער דאך... ער וויל עפעס טון דערמיט, אויפטון פאר יודישקייט...)

אזוי ווי דו פארשטייסט, אז ווען דו וועסט קוקן אינטערעסאנטע בילדער מאכט דאס נאכנישט קלוג. הגם א NE זעהט טיפער. ער זעהט דאס גאנצע בילד. איך האב מיך נעכטן גע'טענה'ט מיט איינעם וואס יענער איז Ne אין זיין דריטע פונקציע. א ESFJ, און איך בין א ne אין מיין ערשטע פונקציע. איך האב אים געזאגט א זאך וואס געשעהט ווען Ne האט ארויס א בילד. אן קענען מסביר זיין פארוואס... דאס מיינט דאך Ne. ער זעהט די טיפערע וועלט. ס'שטעלט זיך אים צאם א בילד וואס לויט אים מוז דאס זיין דער מציאות, אפילו מ'זעהט עס נישט מיט'ן נאקעטן אויג, געבעסט לויט אינפארמאציע וואס דער מח געט א רעכן אויס מיט איינמאל, אז אויב אזוי און אזוי און אזוי און אזוי, מוז זיין אז אזוי און אזוי איז די פאקט!!! הגם Ne איז נישט קיין דשאדשינג פונקציע, איז עס אבער א פונקציע וואס זעהט א טיפערע בילד. צו ס'איז אמת צו נישט, דאס האמער זיך גע'טענה'ט, יו האט ער געהאט טענות אויף מיין סטופידעטי צו פארשטיין אזוי די זאך. און איך האב פארשטאנען "דו פארשטייסט מיך נישט". פארטיג. ער האט געהאט טענות אז איך טו עס וועגן דעם און וועגן דעם, אבער דער אמת איז, אז ווייל ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט Ne, דערפאר מוז ער געבן אנדערע פירושים פארוואס איך טו וואס איך טו. פון וואנעט זאל ער וויסן וויאזוי די וועלט ערשיינט פאר מיך?

איז, ווי איך פארשטיי, איז איינער וואס זיין TI איז זיין הויפט פונקציע, וועט נעמען זיין לאגיק און אריין שטופן אין אלע פארבארגענע טיפע אינטערליגענדע סודות פון דער בריאה, ער וועט מאכן דארט סדר, מיט פארשטאנד,
ניין. דאס איז Ti צוזאמען מיט די Ne אזוי ווי דו האסט פריער געזאגט. די Ne שטופט אים אריין. (חחח יו ביסטו גוט) און די Ti וויל פארשטיין די לאגישע סענס דערפון. אבער א Ti אליין טוט איין זאך, ער פארשטייט.

ווידעראום, דער וואס זיין NE איז זיין הויפט פונקציע, וועט טראכטן, שטודירן, אנאליזירן, און ווען עס וועט זיך אנקלאפן אין זיין לאגיק
-TI- וועט דאס מחליט זיין, דעפינירן, פעסטשטעלן. דער NE מוז נישט א גאנצע טאג לעבן מיט לאגיק, ער לעבט מיט זיין רייץ זיך צו דעגרינטעווען און גוט אפלערנען דעם ארום. פארשטייט זיך אז נאכדעם נוצט ער זיין שכל-לאגיק צו פארשטיין זאכן, נישט זיין געפיל, ווייל פארדעם איז ער דאך א T נישט קיין F.


זאגסט גוט. (גוט, אז ס'שטומט מיט וואס איך פארשטיי) איך מוז זאגן אז דו זאגסט גוט. הגם איך וויל דיר מסביר זיין אז דו זאלסט אביסל אראפנעמען פון די Ne אז ער לערנט אפ. הגם ער טוט עס. אבער איך האלט נישט, אז דאס מיינט אפגעלערנט. איך וועל דיר זאגן פארוואס, לדוגמא: א ENFP לערנט דען אפ? ער פילט אלעמאל ווי די וועלט איז נישט קלאר. פארוואס? פארוואס איז אים די וועלט אזוי אומקלאר? זייער פשוט. (און שעפערישקייט קומט דייקא פון אומקלארקייט...) ער זעהט טיפע בילדער וואס זיין מח שטעלט ארויס. "דאס און דאס קומט יעצט פאר!!!" גיי טענה דיך. ער שטעלט דיר דאס פאר. דאס מיינט Ne. געדענק Ne איז נישט קיין שופט. ס'איז א מער פרימיטיווע אינפארמאציע צושטעלער.

דער ENTP, מיט א T, ער, ווייל ער האט א Ti דערפאר לעבט ער אין מער א קלארערער וועלט. אבער דער ENFP (און ס'איז כדאי צו וויסן, פאר חינוך, שלום בית, טערעפי, וכו', וכו',) מאכט אפ די וועלט מיט פערזענליכע געפיל. קענסט דיך פארשטעלן וואסערע צעמישעניש עס טוט זיך דארט אפ? דערפאר האבן זיי ADHD. אדער מער אויסגעשטעלט צו ADHD.
פארדעם שפיר איך אז NE איז מיין הויפט פונקציע, עס איז דער לאגיק וואס קומט נאכדעם אריין, נישט ער דרייווט דער מצב. נאר דער NE איז וואס שטופט דעם וואגן, און הרב T קומט נאכדעם אריין.

בעצם פארשטיי איך אז די גאנצע וועלט איז אוממעגליך ארויסצוהאבן, עס איז עמוק עמוק, ווי טיפער מ'גייט, אלץ מער זעהט מען אז עס איז נאך טיפער און נאך טיפער, מים שאין להם סוף.


ביסט א ENTP. ווארשיינליך. האסט אין דיין פערסענאליטי, א פליגל פון פיר, פינף, זיבן, אולי אכט, אבער נישט זעקס. אפילו דו ווילסט. חחח

הייליגער באשעפער דו ווייסט שוין. הושענא נא
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

והיתם נקיים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:33 pm

א גוטן, דאס איז פאר די וואס ווילן א גרינגע וועג צו צו פארשטיין אין קורצן די אכט פונקציעס.

ארויסצוהאבן א מענטש דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן:

1) וויאזוי נעמט ער אריין אינפארמאציע

ארייננעמען אינפארמאציע קען מען טוהן אויף צוויי וועגן:

1) דורכ'ן זיין אויפמערקזאם איבער פאקטן - Sensing

וואס דאס קען מען טוהן דורך צוויי וועגן:

1) איבערגיין ערפארונגען/נאכזוכן דאטא - Si
2) מיטלעבן די מאמענט/טוהן ספאנטאן - Se

2) דורכ'ן זיין אויפמערקזאם איבער טעאריעס - Intuition

וואס דאס קען מען טוהן דורך צוויי וועגן:

1) פאראויסזעהן פאטענציאלע תוצאות - Ni
2) ארויסצוהאבן מצבים/שייכות/מושגים - Ne

2) וויאזוי מאכט ער באשלוסן

מאכן באשלוסן קען מען טוהן אויף צוויי וועגן:

1) מאכן באשלוסן דורך לאגיק - Thinking

וואס דאס קען מען טוהן דורך צוויי וועגן:

1) אנאליזירן/איינטיילן/שאצן לויט כללים - Ti
2) ארגאניזירן פראדוקציע/סיסטעמיזירן - Te

2) מאכן באשלוסן דורך געפיל - Feeling

וואס דאס קען מען טוהן דורך צוויי וועגן:

1) שעצן וויכטיגקייטן/גלויבונגען/ווערדן - Fi
2) באהעפטן/און אכט נעמען אנדערע - Fe

א יעדע מענטש נוצט בעיקר פיר פון די אכט, צו ארייננעמען אינפארמאציע נוצט מען איין סארט N און די S איז פון די אנדערע סארט, צו מאכן באשלוסן נוצט מען איין סארט T און די F איז פון די אנדערע סארט, דאס איז א סך הכל פון פיר קאמבינאציעס, אבער אזויווי ס'ווענדט זיך אויך שטארק אין וועלכע רייע די פיר זענען אויסגעשטעלט, איז דא מער קאמבינאציעס אין די פונקטליכע אויסשטעל.

די קאמבינאציעס לויט די טייפס זענען ווי פאלגענד:

ESTP - Se Ti Fe Ni
ESFP - Se Fi Te Ni
ISTJ - Si Te Fi Ne
ISFJ - Si Fe Ti Ne
ENTP - Ne Ti Fe Si
ENFP - Ne Fi Te Si
INTJ - Ni Te Fi Se
INFJ - Ni Fe Ti Se
ESTJ - Te Si Ne Fi
ENTJ - Te Ni Se Fi
ISTP - Ti Se Ni Fe
INTP - Ti Ne Si Fe
ESFJ - Fe Si Ne Ti
ENFJ - Fe Ni Se Ti
ISFP - Fi Se Ni Te
INFP - Fi Ne Si Te

ס'איז צום באמערקן אז דורך וויסן איינעמס קאמבינאציע קען מען וויסן אויסעווייניג אויב ער איז אן E אדער אן I (אויב זיין ערשטע פונקציע איז א e אדער i), אן S אדער אן N און אן F אדער א T (לויט וועלכע פונקציע ס'איז פריער אין די רייע).

די שטערקסטע נוצט א מענטש זיין ערשטע פונקציע, און וועגן דען איז זייער שווער צו זאגן אז איינער איז א געוויסע טייפ אויב די ערשטע פונקציע וואס יענע טייפ נוצט זעהט זיך בכלל נישט אן אויף אים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:41 pm

נשמה האט געשריבן:ב"ה

ווען א Ti קומט אריין אין ביהמ"ד קלארט זיך אים אויס יעדע זאך וואס ער זעהט. באמת מוטשע איך מיך אביסל צו פארשטיין וואס דו שרייבסט "ער זעהט גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס". געדענק, איך האב נישט קיין Ti אין מיינע פונקציעס. איך פארשטיי נישט וואס ס'מיינט "ער זעהט אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס". ביי מיר מאכט אלעס סענס, אין געפיל מאכט אלעס סענס. אזוי פארשטיי איך יעצט. איך וויל זייער שטארק כאפן דעס מין זאך ווי "ער זעהט גראד אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס" וואס מיינט עס? וואס הייסט ס'מאכט נישט קיין סענס? איך ווייס אז א Ti קוקט אויף די וועלט, און ער כאפט אויף ווען זאכן זענען שוין ממש נישט לאגיש. אבער איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר מסביר זיין ביי וועלכע סיטואציע ס'פאסירט? וואס זעהסטו, און וואס שפירסטו, און וואס קומט ארויף?


בין איך דאך אויך א Ne, אבער כ'קען פרובירן צו טראכטן, למשל, (עס איז נאר א משל. איך גלייב אז נישט דאס איז דער פלאץ ווי דער Ti און דער Ne געבן אויס זייערע פונקציעס.) דעם שבת קודש האב איך געדאווענט אין א קליין ביהמ"ד'ל, קום איך אריין דארט, בשעת מיין מוח האלט אינמיטן בוזשווען, Ti ,Ne, און דער גאנצער סאמעטוכע דא... עס פאלט מיין בליק אויף דער אויסשטעל פון די טישן, א קליין שמאל ביהמ"ד מיט ריזיגע ברייטע טישן, עס לויפט אין איין צי פון איין עק ביזן צווייטן, די קענסט נישט אריבערגיין צווישן די טישן, עפעס זייער נישט פראקטיש. טראכט איך אזוי, מסתמא, דער Ti טראכט גראד, "אזוי מין נאריש! איז דער אויסשטעל פון די טישן, פארוואס האט ער עס אזוי אויסגעשטעלט?! מקען דאך נישט אריבערגיין?! איך וואלט עס אינגאנצן אנדערש געלייגט, איך וואלט ווען געלייגט דער טיש דא, אזוי וואלט... וכולי."

אני הקטן אלס Ne, האב געטראכט אזוי: "WOW! קוק וואס פאר א אימפאקט דער אויסשטעל פון די טישן האט אויף דער גאנצער look פון דער היהמ"ד, דער גאנצער הרחבת הדעת פון דער ביהמ"ד ווערט פארטונקעלעט! עס איז אזוי אינטערעסאנט ווי דאס איז אזוי שטארק משפיע!" אקעי, יעצט לאמיר טאקע פארשטיין וואס איז טאקע פשט דערפון?! (Ti האט זיך דא אריין געגליטשט ער גייט ארבייטן צוזאמען מיט די Ne), אהה.. דאס איז דאך דער וואונדערליכער נאטור וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דער נפש, אז ער פילט אז אלעס גייט בהתאם, אלעס מוז גיין לפי ערך, אין איינקלאנג, דער סייז פון דער ברים פון דיין היט, מוז זיין לויט ווי ברייט דיינע אקסלען זענען, וכו'. (גאנץ א טיפע געדאנק, מ'קען נאך גאנץ פיין אריינטראכטן אין דעם בעומק, פון ווי דאס קומט וכו').

יעדע מענטש נוצט זיין Ti. אויב זאל א מענטש נישט נוצן זיין Ti וואלטן מענטשן נישט געטראכט, און נישט פארשטאנען. נאר ביים Ti טוט ער עס, דאס מערסטע און די שטערקסטע.


עס איז מער פון דעם, Ti מיינט, אז ער פירט זיין לעבן מיט לאגיק, ער איז מחליט לויט דעם, ער קען האבן געפילן, אבער דער לאגיק איז בעל הבית. פארקערט, ביים Fi, כאטש ער האט אוודאי T אויך, ער קען זיין זייער קלוג, אבער "זיינע געפילן פירן אים" נישט דער לאגיק. נאר וואזשע דען? דער Ti, ווייל זיין לאגיק פירט אים, מאכט דאס אז ער זאל טאקע קוקן אויף דער וועלט מיט א לאגישע בליק, און אויפכאפן אלע זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס.

תמונה מחשבתית רופט עס ר' שרגא אין זיין ספר 'לימודים לדעת'.


אזויפיל האסטו אויפגעטוען, אז מ'האמיר זיך איינגעהאנדעלט א א לימודים לדעת. איך האב שוין לאנג אביסל געבלעטערט דערין, אבער יעצט קוקט אויס ווי מ'גייט מאכן א שיעור דערין, און אודאי וועט מען אויך אויסהערן נשמה'ס שיעור דא אויפן וועלטל.

דער Ne איז א קוקער. ער קוקט. ער קוקט זאכן וואס זיין מח שטעלט צאם אז דער בילד עקזיסטירט. א טיפע בילד וואס ס'האט זיך אים אליין צאמגעשטעלט! Ne איז נישט אזוי ווייט (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) א כח המחשב. ס'איז פאקטיש אז דאס טרייבט אן זיינע מחשבות, דאס שלעפט מיט זיינע מחשבות.


דו ביזט גערעכט. דאס דעגרינטעווען זיך איז שוין א "ביהעיווער" וואס קומט פון זיין נאטורליכע Ne, נאר מיט די צייט, ער איז טועם דעם טעם הטיפקייט, ווערט ער ממש ווי אדיקטעד דערצו, ער באקומט אזא משונה'דיגע רייץ און תאוה זיך צו דעגרינטעווען. קען זיין אז עס איז מער ביי ENTP ווי ENFP, ווייל דער ENTP קומט ערגעץ אן דערמיט, נישט אז עס שאפט סתם צומישעניש.

ס'שטעלט זיך אים צאם א בילד וואס לויט אים מוז דאס זיין דער מציאות, אפילו מ'זעהט עס נישט מיט'ן נאקעטן אויג, געבעסט לויט אינפארמאציע וואס דער מח געט א רעכן אויס מיט איינמאל, אז אויב אזוי און אזוי און אזוי און אזוי, מוז זיין אז אזוי און אזוי איז די פאקט!!! הגם Ne איז נישט קיין דשאדשינג פונקציע, איז עס אבער א פונקציע וואס זעהט א טיפערע בילד. צו ס'איז אמת צו נישט, דאס האמער זיך גע'טענה'ט, יו האט ער געהאט טענות אויף מיין סטופידעטי צו פארשטיין אזוי די זאך. און איך האב פארשטאנען "דו פארשטייסט מיך נישט". פארטיג. ער האט געהאט טענות אז איך טו עס וועגן דעם און וועגן דעם.


איך טראכט' אז דער מעגליכקייט צו זעהן זאכן וואס איז נישט טאקע אינגאנצן לויט ער מציאות' איז מער ביי ENFP ווי ENTP, עס פעלט - מסתמא - א געוויסע "דעת המכריע" ביי די F'ס. וואס נעמט זיך לכאורה פון Ti. קען זיין אז יא און אויך אז נישט. ווייס איך נישט.

איז, ווי איך פארשטיי, איז איינער וואס זיין Ti איז זיין הויפט פונקציע, וועט נעמען זיין לאגיק און אריין שטופן אין אלע פארבארגענע טיפע אינטערליגענדע סודות פון דער בריאה, ער וועט מאכן דארט סדר, מיט פארשטאנד,
ניין. דאס איז Ti צוזאמען מיט די Ne אזוי ווי דו האסט פריער געזאגט. אבער א Ti אליין טוט איין זאך, ער פארשטייט.


איך האב טאקע געמיינט צו זאגן ווען עס שטעלט זיך שוין צוזאם מיט דער Ne.

ביסט א ENTP. [b]ווארשיינליך. האסט אין דיין פערסענאליטי, א פליגל פון פיר, פינף, זיבן, אולי אכט, אבער נישט זעקס. אפילו דו ווילסט. חחח[/b]


יא. אונז לאז מיר נאך פלאץ פאר אנדערע מעגליכקייטן, אבער ווי עס שטייט יעצט איז עס מער נוטה אהין.

הייליגער באשעפער דו ווייסט שוין. הושענא נא
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:28 pm

מחשב האט געשריבן:אזוי מין נאריש! איז דער אויסשטעל פון די טישן, פארוואס האט ער עס אזוי אויסגעשטעלט?! מקען דאך נישט אריבערגיין?! איך וואלט עס אינגאנצן אנדערש געלייגט, איך וואלט ווען געלייגט דער טיש דא, אזוי וואלט... וכולי."

אפשר איז דאס Te. דאס הייסט, אז דער Te וויל מאכן סדר. איך האב דעם שב"ק אריינגעטראכט אין וואס דו האסט געזאגט אז Ne איז א כח המחשב, און איך האב געטראכט אז חושב איז אויך אזוי ווי חושב ורוקם, מ'שפינט. Ne שפינט צו שאפן א טעאריע.
"WOW! קוק וואס פאר א אימפאקט דער אויסשטעל פון די טישן האט אויף דער גאנצער look פון דער היהמ"ד, דער גאנצער הרחבת הדעת פון דער ביהמ"ד ווערט פארטונקעלעט! עס איז אזוי אינטערעסאנט ווי דאס איז אזוי שטארק משפיע!"

איך מיין אויך אז דאס טאקע איז Ne. ס'זעהט עפעס דאס גאנצע בילד. די ווארט 'משפיע' 'הרחבת הדעת וואס ווערט פארטונקעלט' קומט אויך פון F. (אזוי מיין איך). 'דער גאנצער look פון ביהמ"ד' קוקט אויס צו זיין Fe.

אהה.. דאס איז דאך דער וואונדערליכער נאטור וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דער נפש, אז ער פילט אז אלעס גייט בהתאם,

איך מיין אז דאס ממש איז Ti. נישט נאר פארשטיין וואס מ'זעהט מיט די פינף חושים. נאר פארשטיין אלעס וואס ווערט אויפגעכאפט. די פארוואס.
פארקערט, ביים Fi, כאטש ער האט אוודאי T אויך, ער קען זיין זייער קלוג, אבער "זיינע געפילן פירן אים" נישט דער לאגיק.

איך קען מעיד זיין אז אזוי איז עס. די געפילן פירן ממש.
איך טראכט' אז דער מעגליכקייט צו זעהן זאכן וואס איז נישט טאקע אינגאנצן לויט ער מציאות' איז מער ביי ENFP ווי ENTP, עס פעלט - מסתמא - א געוויסע "דעת המכריע" ביי די F'ס. וואס נעמט זיך לכאורה פון Ti. קען זיין אז יא און אויך אז נישט. ווייס איך נישט.

ביסט אזא Ti דו אז נאר. דו האסט ליב צו זאגן די ווארט. דעת המכריע! מחשב! מבין! דו האסט לכאורה ליב די ווארט וואס דרוקט דאס מערסטע אויס די רויע דאטא. ווייל איך זעה עס אין לימודים לדעת אויך. אז ער האט אלעמאל ליב "להגדיר מהות הדבר". ביסט גערעכט. א ENFP לעבט זייער צעמישט. לכאורה מער צעמישט ווי א זעקסער. די אומזיכערקייט ביי א ENFP קומט פון קיינמאל נישט זעהן א קלארער וועלט. אלעס איז נאר טעאריעס. גארנישט איז הארטע מציאות. א S, ער זעהט טאקע נישט טיף, אבער ער זעהט צעמענט! דער ENFP זעהט נישט קיין פלאר וואו מ'קען גיין מיט זיכערקייט. אבער יעדער האט זיך זיינע מעלות. א ENFP זענען וואונדערליכע מענטשן. נישט ווייל איך שרייב עס. נאר ווייל ס'איז באקאנט אז ENFP זענען וואונדערליך. וואס וויל איך דערמיט? אז ווען איך שרייב חסרונות אויף א טייפ, ביטע, לייג עס אין קאנטעקסט.

אוי זיסער באשעפער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוגוסט 19, 2018 6:36 pm

נשמה האט געשריבן:אבער יעדער האט זיך זיינע מעלות. א ENFP זענען וואונדערליכע מענטשן. נישט ווייל איך שרייב עס. נאר ווייל ס'איז באקאנט אז ENFP זענען וואונדערליך.


איך האב זייער ליב דער ENFP איך גלייך זייער אפענקייט, שעפערישקייט, צומאל כאריזמע, אייגנארטיגקייט, איך פארשטיי אויך ווען איך זעה דער ENFP טוען נארישע זאכן, (ווי למשל איך טו נישט..) אז זיין געפיל איז דער וואס קאנדאקט דעם באן, עס איז נאר א חילוק, צו דער ENFP ווייסט אויך דערפון, אויב ווייסט ער, "יעצט גיי איך נאך מיינע געפילן", איז פיין, עס האט נאך אזא נאטורליכע חן, ווידעראום אויב מאכט ער פון יעדע געפיל א גאנצע שיטה, איז שוין עפעס אנדערש. איך האב דירעקט ליב צו פארברענגען מיט א ENFP, זיי זענען אומאויסשעפבאר.

בכלל מעג שוין ווערן ארויסגעברענגט דא, אז עס מיינט נישט אז יעדע טייפ איז די זעלבע ווי אנדערע מענטשן פון זיין טייפ, אין אלעם איז דא דרגות. עס איז דא ENFP'ס וואס פילן גאר שטארק, אזוי ווי דיר, און עס זענען דא וואס כאטש געפיל פירט זיי, אבער עס איז נישט "אזוי שטארק און טיף", די זעלבע ביי אלע אנדערע טייפס. ופשוט הוא.
הוי מחשב...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2531
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 19, 2018 7:52 pm

.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:41 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:.

שאהן, וואס ווילסטו פונעם INFJ? דו ביסט א INFJ? איך האב געטראפן א טייפ, איך האב געהאנדלט מיט אים, איך האב געזעהן דער מענטש איז אנדערש. איך האב געזעהן עפעס א סארט קומבינאציע וואס שטויסט זיך נישט אן אין שטיינער, אזוי ווי איך וואלט ערווארטעט. עפעס לויפט ער אין אביסל אן אנדער דירעקציע ווי איך שטעל פאר. איך האב אים באטראכט, נאכגעפאלגט, אויסגערעכנט, צאמגעשטעלט, מיטגעפיהלט, זיך פארגעשטעלט זיינע אינערליכע פראצעסן, און אלעמאל געקומען צו די החלטה אז עפעס איז דא אנדערש. זייער געשמאק צו פארברענגען מיט אים, אבער ביז א נקודה ווען ער הייבט אן זאגן זיינע דיעות.

INFJ! איך האב געמאכט א טעסט, און דאס איז עס אויסגעקומען. יעדער טייפ איז א מתנה פון השי"ת, און מ'דארף זעהן אז מ'זאל עס אזוי אנקוקן, ער איז א INFJ מתנה. וואס אזאנס איז דער INFJ? דער INFJ טראכט פון בילדער אגאנצן טאג! איך האב אים געפרעגט, און ער האט מיר דאס מסכים געווען אז אזוי איז עס. ס'דא מענטשן וואס טראכטן מיט ווערטער, ביי אים טראכט זיך בילדער. די בילד פון יעדע זאך. די ערשטע פונקציע פון א INFJ איז אינטראווערד אינטואישן. אינטראווערד אינטואישן איז אז די מיינד שטעלט פאר אלעס וואס זי ווייסט בנוגע דעם יעצטיגן סיטואציע. און זי שטעלט עס פאר אין די מערסטע וואס מ'קען עס אנרופן איז בילדער. כמו בילדער. טיפע איינדרוקן וואס קומט ארויף פון די טיפענישן.

INFJ קענען ליב האבן צו חלומ'ן. יעצט, די צווייטע פונקציע אינעם INFJ איז עקסטראווערד פילינגס. דאס איז "איך וויל געפעלן פאר מיינע ארומיגע". איך האלט אין טעאריע, אז דרייער קען אויך קומען פון Fe פונקציע. ר' שרגא אין זיין ספר לימודים לדעת רופט עס 'דמות'! דער Fe פונקציע זעהט יענעמ'ס וועליוס. וואס האט וועליו מיט געפיל? (בעסער געפרעגט, וואס האט וועליו מיט דמות, מיט ערך?) וועליו האט מיט געפיל! קודם, לויט די אהבה צו אזאך אזויפיל ערך. אהבה קומט פון געפיל, און נישט פון לאגיק. לאגיק איז מסביר א יפה תואר? ווארשיינליך נישט. דאס האט מיט וועליו. ערך. תפארת. ווייל געפיל זאגט וואס א יפה תואר איז, דערפאר פארשטייט עס די שכל.

אויב איך בין א Fe און איך קום צווישן מענטשן, און איך זעה וויאזוי יענער שעצט מיין דמות. מיין ערשיינונג. די וועג וויאזוי יענער שעצט מיין ערשיינונג איז זיך מתגלה וויאזוי איך פיל אז יענער דרוקט אויס זיין געפיל צו מיר. (עוד יש לעיין למצוא את הדבר על אמיתו)

דער Fe זעהט די געפילן פון מענטשן ארום. ס'איז באמת זיינע אייגענע געפילן. קיינער האט נאכקיינמאל נישט באקומען יענעמ'ס געפיל. נאר דער Fe פארשטייט אז מן הסתם פילט יענער אזוי און אזוי. און ווייל ער זעהט די געפילן פון די מענטשן ארום, זעהט ער אויך וואס יענער שעצט. פארוואס? ווייל שאץ קומט פון געפיל. לאמיר טראכטן: וויאזוי קען איך וויסן וואס יענער שעצט? לויט די וועג וויאזוי יענער באגייט זיך מיט מיר און מיט אנדערע. און אויב יענער באגייט זיך מיט מיר אויף א געוויסע אופן, וויאזוי פארשטיי איך אז דאס מיינט אז איך בין באליבט ביי אים, אדער אז מיין ערשיינונג איז באליבט ביי אים? לכאורה פון מיר אליין. וויבאלד איך וואלט מיך אזוי באגאנגען מיט אנדערע אויב איך וואלט יענעם ליב געהאט, אויב איך וואלט יענעם געשעצט. געשעצט מיינט נישט, איך קוק יענעם אן אלץ איינער וואס דער אייבערשטער האט ליב. געשעצט מיינט אז דערפאר האט איך אים אויך ליב.

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, שאץ קומט פון געפיל און ס'איז זיך מתגלה אין געפיל. איך וואונדער מיך צו ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי אפשאצן אזאך מיט שכל. סתם אזוי קומט שאץ פון געפיל. חשיבות קומט פון געפיל. אזוי פרוביר איך צו פארשטיין, און ווער ס'וויל קען מיר העלפן אוועקטראסקען די נארישקייט און עס שטעלן ריכטיג.

יעצט, דער Fe ווייל ער זעהט וואס יענער שעצט, וועט ער אוודאי וועלן געפעלן פאר יענעם. און איך מיין אז מ'קען זיך עס אליין איבערצייגן. צא וחשוב, געב א קוק וועסטו אלייין זעהן אז ווער ס'האט א Fe אין זיינע פונקציעס, וועט וועלן געפעלן פאר אנדערע. ווייל דאס איז חלק מבשר ועצם האדם. Fe הייבט זיך אן ביים מענטש. איך בין דער וואס האט אפגעמאכט וואס עס מיינט אז יענעמ'ס געפיל שעצט, ווייל איך ווייס וואס מיין געפיל שעצט. און איך בין דער וואס איז באוואוסטזיניג וואס יענעמ'ס געפיל שעצט. און איך בין דער וואס איז באוואוסטזיניג צו איך בין אויך באליבט ביי יענעם.

יעצט, דער INFJ וואס ער האט Fe די צווייטע אין זיינע פונקציעס, ער וויל זיין געשעצט ביי מענטשן ארום. ער קען זיך שלאגן דערקעגן, אבער די שורש האט ער. ער פארשטייט צו בין איך געשעצט צו נישט. ווייל ער לעבט מיט יענעמ'ס געפילן, מיט יענעמ'ס וועליוס.

די דריטע אין זיינע פונקציעס איז Ti, יעצט, דער Ti ווערט נישט אזוי שנעל אנטוויקלט. א INFJ ווי עלטער ער ווערט, אלץ מער וועט ער זיין קלוגער. א אינטערעסאנטע זאך וואס א INFJ האט מסכים געווען, און ער האט מיר געפרעגט "יעדער איז אזוי, ניין, דו ביסט נישט אזוי?" אז ווען זיי זעען א מענטש, זעען זיי צוויי מענטשן. איינס וויאזוי יענער ערשיינט פאר די פובליק, דהיינו, דמות, און ער זעהט אויך די טיפערע מענטש, די מער עכטע מענטש.

Ti מאכט אז א INFJ זאל טראכטן טיפער. כדרכו של Ti בקודש. און די שוואכסטע, אונטערדרוקסטע איז Se. לעבן מיט די וועלט. גיין קוקן ווער ס'האט נאכנישט קיין לעפל ביי זיין פלאץ, און אויסטיילן בילקעלעך אדער לעפלעך פאר ווער ס'האט נאכנישט. לעבן אינעם יעצט איז אויך שווער פאר א INFJ. איך האב געזעהן יענעם פון וועם איך רעד, און איך האלט ביי מיר אז ער שאצט זיך אונטער! און מיר טוט עס וויי. פארוואס? פארוואס שאצטו דיך אונטער? איך מיין נישט צו זאגן סעלף עסטים. איך מיין צו זאגן: דו ביסט א שטיק געטליכקייט. דו ביסט נישט דו, דו ביסט א חלק אלוק ממעל. יעצט, אויב דו ביסט א INFJ מיינט דאס אז השי"ת האט געוואלט אז דו זאלסט זיין א INFJ, און דאס מיינט אז אויב דו שאצט דיך אונטער, מיינט דאס אז דו ביסט נישט מודה צום באשעפער. דו נעמסט צו פון באשעפער. וויאזוי קענסטו דאס טון? וויאזוי קען א מענטש, א בשר ודם זאגן: איך קען נישט! אין דערצייט וואס דו קענסט יא! ווער ביסטו צו זאגן אז דו קענסט נישט? ווען דו זאגסט אז דו קענסט נישט, זאגסטו אז דער אייבערשטער קען נישט. חלילה וחלילה, אבער איך וואונדער מיך.

א מענטש האט כשרונות, און דאס באלאנגט נישט פאר די מענטש. דאס איז דער אייבערשטער. דאס אונטערשאצן איז אויך 'אנוכיות'. דאס הייסט אזוי: "איך בין דער וואס איך בין, און איך זאג אז איך בין דאס און דאס" וויאזוי קען דעס א מענטש טון? לאמיר דיך עפעס פרעגן? שטעל דיך פאר אז אלע לייבן באקומען שכל און זיי זאגן, "איך קען נישט". אינדערצייט וואס השי"ת וויל אז זיי זאלן זיין שטארק. וויאזוי קען א מענטש באשליסן זיין שאץ ווייניגער ווי עס איז באמת? מ'טאר דאס נישט טון. ס'שטייט אל יהא לבך חלוק על המקום. מעג דען א מענטש טראכטן "נע, איך קען נישט"? אויב האט השי"ת דיך געמאכט אז דו קענסט, מן הסתם קענסטו יא. און אז דו זעהסט אז דו קענסט נישט, בעהט! און בעהט נאכאמאל! און בעהט נאכאמאל! הכפירים שואגים לטרף לבקש מקל אכלם. אבער זיי זאגן נישט "איך קען נישט..."

ס'איז נישט קיין יושר דאס צו טון מיט די הערליכע בריאה וואס השי"ת האט באשאפן. איך גיי דיך נישט אריינבורן אין דיין אויער אז דו קענסט יא, און אז דו קענסט יא. נאר דו ביסט דער וואס דו מוזט אויפהערן דיך אונטערצושאצן. נישט שאצט דיך ארויף, און נישט שאצט דיך אראפ. שאץ דעם אייבערשטן! וואס האט עס מיט דיר? אז דו קענסט, מיינט נישט אז דו ביסט עפעס, און אז דו קענסט נישט, מיינט עס אויך נישט אז דו ביסט עפעס. וואס האט עס מיט דיר. אויב האסטו די כוחות, האסטו עס. און שאץ עס נישט אונטער. אונטערשאצן קומט אויך פון 'אנכיות'. וואס האסטו מיט דיר אליין. דו ביסט דו? דו ביסט א חלק פון אייבערשטן, וויאזוי דער אייבערשטער האט געוואלט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:04 pm

נשמה האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי יעצט, שאץ קומט פון געפיל און ס'איז זיך מתגלה אין געפיל. איך וואונדער מיך צו ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי אפשאצן אזאך מיט שכל. סתם אזוי קומט שאץ פון געפיל. חשיבות קומט פון געפיל. אזוי פרוביר איך צו פארשטיין, און ווער ס'וויל קען מיר העלפן אוועקטראסקען די נארישקייט און עס שטעלן ריכטיג.


פארוואס נישט? עס איז קודם די "הכרה" אז דער זאך איז א חשובע זאך, א עקסטערע זאך, ספעציעל. וואס דער פארשטאנד ברענגט אודאי מיט צו זיך דער 'געפיל', פון 'הוד', צו ווי אזוי דו ווילסט עס רופן.

איך וויל אביסל פארשטיין דעם NE. (ק: נשמה..) וואס איך זעה איז, אז דער NE קומט אלס אן צו געפיל, ער טוט אלס אין נפשיות'דיגע זאכן, למשל ר' שרגא, ער טוט נישט אין קיין קאלטע זאכן, אלעס איז מיט געפיל, פארוואס איז דאס אזוי? איז עס נאר ווייל "געפיל" איז דער טיפסטער זאך אינעם נפש, דערפאר ווען ער וויל זיך דעגרינטעווען, קומט ער אן צום טיפסטן פלאץ, וואס דאס איז די מענטשליכע הרגשים? און אויב יא, פארוואס טאקע איז געפיל דער טיפקייט פונעם נפש? פארוואס ווען א מענטש "וויינט" פילט ער ווי זיין נפש גיסט זיך יעצט ארויס? אנדערש ווי פרייליכקייט, וואס דער מציאות איז אז א מענטש פילט נישט אזוי, (וואס דאס איז דאך דער סיבה פארוואס היינט איז די טרויעריגע נגינה שטארק גאנגבאר, ווייל מענטשן ווילן פילן שטארק זייער נפש. זייער 'מציאותיות'. [לימודים לדעת] יא? שטימט?).

"כח הריכוז" קומט לכאורה פון NE, ער קען זיך זייער שטארק קאנצעטרירן, אזוי מיין איך, ווייל לאמיר טראכטן. וואס בעצם מיינט טראכטן, ווי אזוי טראכט א מענטש? פון ווי ווייסט ער וואס צו טראכטן? ער האט דאך נאכנישט געטראכט? פון ווי בליצט ארויף אין זיין מוח אלע געדאנקען? די סיבה איז פשוט, ער איז זיך מקשר מיט דער מושכל וואס ער וויל טראכטן, ווי מער ער וערט צוגעקניפט דערצו, כאפט ער אויף אלע זאכן וואס האט א שייכות מיט דעם, אלע ענפים, און פועל יוצא'ס. ממילא אויב א NE טרעפט דער טיפקייט פון די נושאים, מוז זיין אז ער איז זיך שטארק מקשר מיט זיי. קומט אויס אז ווען דו זעסט איינעם זיצון פארטראכט שעות לאנג, לכאורה נוצט ער זיין N.

א נטיעה צום אמת, קען לכאורה שטארק קומען פון NE, צוליב זייער טיפער "הבחנה" אין דער מציאות. אויפריכטיגקייט, קומט לכאורה פון דעם, ער קען זיך נישט פאפן, ער כאפט דאך אזוי שטארק וואס ער טוט, און פארוואס, וואס ליגט אונטער זיין הנהגה, ממילא פילט ער זיך שלעכט צו טוען אזעלכע זאכן. דו קענסט זעהן דא אז די ENFP און ENTP זענען אויפריכטיגע מענטשן. דו זעסט עס קלאר.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 4:13 pm

איך האב געשריבן אז שאץ קומט פון געפיל. שרייבסטו...
פארוואס נישט? עס איז קודם די "הכרה" אז דער זאך איז א חשובע זאך, א עקסטערע זאך, ספעציעל. וואס דער פארשטאנד ברענגט אודאי מיט צו זיך דער 'געפיל', פון 'הוד', צו ווי אזוי דו ווילסט עס רופן.

איך האב געטראכט אז דו וואלסט געזאגט אנדערש. ווייל איך שאץ צו אזאך האט א חשיבות מיט געפיל, "נעמט עפעס ספעציעל אויס ביי מיין געפיל?", און דו שאצט מיט לאגיק, "נעמט עפעס ספעציעל אויס פאר מיין לאגיק?". יעדע זאך וואס איך שרייב איז: 'החלטות וואס קומען פון פערזענליכן געפיל'. וואס דו שרייבסט איז: החלטות וואס קומען פון פערזענליכן סאביעקטיוו לאגיק. פאר א Ti איז אנדערש וואס עס איז ספעציעל ווי פאר א Fi. א Ti וואלט ענדערש געשעצט זאכן וואס שטומט גאר מיט זיין לאגיק. און Fi שעצט זאכן וואס שטומט מיט זיין געפיל. למשל מ'פרעגט א Fi, פארוואס האסטו עס ליב? ווייל אזוי פיל איך. און פארוואס טאקע פילסטו אזוי? ווייל אזוי פיל איך!... מ'פרעגט א Ti פארוואס האסטו עס ליב? ווייל ס'מאכט סענס פאר מיר. און פארוואס מאכט עס סענס? ווייל ס'מאכט סענס. דער Ti קומט אן ערגעץ. דער Fi אין סיבה לגעפילו.

הוד? אפשר תפארת? תפארת איז ווארשיינליך עלעגאנץ. ווייל ס'דא אזויפיל און אזויפיל ברייטקייט און אזויפיל צמצום, דערפאר קומט אויס תפארת. ר' שרגא האט מיר געזאגט אז תפארת איז געפיל. טראכט איך אז ווייל א מענטש איז פרייליך ווען זאכן גייען לויט זיין געשמאק, (וואס געשמאק איז תפארת). און ווייל ער איז טרויעריג ווען זאכן גייען נישט לויט זיין געשמאק, דערפאר איז דער מענטש מער א געפילישער מענטש. ווייל ער לאזט זיך פירן פון זיין געפיל. אז אויב אזאך איז פרייליך צו טרויעריג, וועט ער זיין פרייליך אדער טרויעריג. דערפאר דאווענט ער מיט געפיל. פארוואס? ווייל אזאך וואס איז געשמאק פארן געפיל נעמט אים איבער. און וויבאלד ער לאזט זיך פירן דערפון... עוד יש לחשוב.
איך וויל אביסל פארשטיין דעם NE. וואס איך זעה איז, אז דער NE קומט אלס אן צו געפיל, ער טוט אלס אין נפשיות'דיגע זאכן, למשל ר' שרגא, ער טוט נישט אין קיין קאלטע זאכן, אלעס איז מיט געפיל,
איך בין געווען ביי אים איינמאל. דו מוזט פארשטיין אז דו רעדסט דא פון אן אויסגעבויטער INTP. בלי שום עין הרע, וטוב עין יבורך. דער אייבערשטער זאל אים אוודאי העלפן ווייטער עוד ינוב בשבה וכו'. איך האב געזעהן זיין הלוך ילך. Ti אינגאנצן. ס'איז אלעס זייער געשניטן. און אויסטערליש מסודר. מסודר מיין איך צוזאגן: אין קאפ. חוץ מזה וואס ער האט מן הסתם געהארעוועט אויף זיך. איך וואלט געזאגט אז ר' שרגא זאל זיין געזונט און שטארק, טוט אין עבודת השי"ת, אין נפש. נישט אזוי ווייט געפיל. אז דו וועסט גרינטליך קוקן אין זיין ספר וועסטו זעהן אז ער בארירט כמעט נישט סתם "געפילן". ווייסט סתם באבע געפילן. יא, ער רעדט פון רגש. אבער ער רעדט מער פון 'נפש'. ער האט זיך אנגעטראפן מיט די ספרים פון הרה"ק מפיאסעצנא זצוק"ל.

וואס איך פארשטיי מיט מיין אויסטערליש קליין שכל'ע, נאך פאר איך ליין דיינע קומענדיגע פראגראפן, אז ער האט געזוכט עבודת השי"ת. אדרבה... עיין בספרו דף יט שטיקל ובנוסף, אינמיטן, ומאידך ישנם אנשים... ווייטער געדענק אז ווען ער רעדט פון דעת הבעלות מיינט ער Ti אלץ הויפט פונקציע, וד"ל. ועיין דף שיא ב. לרצות 'הבנה' בעבודה. ער האט געהארעוועט אויף זיך. דייקא משום ווייל ער האט יא געוואלט טרעפן נפש. הכרה דאס האט ער גענוג, ער האט געוואלט נפש. און דערפאר האט ער זיך מחבר געווען מיט די הייליגע ספרים פונעם פיאסעצנא'ר זצ"ל. געדענק און חזר דיך גוט איין. א Fi אלץ די הויפט פונקציע טרעפסטו עיין בספרו דף לט אויבן. ואדרבה לפעמים התלהבות מופרזות מראה... Fi איז ווארשיינליך ביי אים דעת התתדבקות. גילו הדעת ברגש.

איך האלט, אז ער האט מיט זיין Ne וואס איז די צווייטע אין זיינע פונקציעס, נאר צוגעהאלפן צו זיין Ti. דו קענסט טרעפן זיין Ne איבעראל אין זיין ספר. ווען ער שפינט טעאריעס וואס איז מסביר. ס'שטומט אז INTP זאלן טון אין נפש. ווייל Ti מיינט, "איך וויל מגדיר זיין די מהות פון די ערשיינונגען וואס ערשיינט פאר מיר". יעצט, ער האט געטראפן זיך אליין, און ער האט עס אויך געוואלט פארשטיין, בהבנתו. עס מגדיר זיין מיט זיין קאפ. ביז ער האט זיך דערלערנט אז מגדיר זיין מיטן קאפ נעמט גאר אוועק די התגלות הנפש.

פארוואס איז דאס אזוי? איז עס נאר ווייל "געפיל" איז דער טיפסטער זאך אינעם נפש, דערפאר ווען ער וויל זיך דעגרינטעווען, קומט ער אן צום טיפסטן פלאץ, וואס דאס איז די מענטשליכע הרגשים? און אויב יא, פארוואס טאקע איז געפיל דער טיפקייט פונעם נפש?

לויט וויאזוי ער שרייבט, איז געפיל נישט די טיפקייט פונעם נפש, נאר די געפיל קען מער באוואוסטזיניגן פארן באוואוסטזיין די טיפקייט פונעם נפש. ווייל דארט איז די גילוי הנפש. ער רופט דאס 'תחושת הגוף'. עיין דף עח חוש המישוש. דאס הייסט ווען איך וויל ווערן באוואוסטזיניג וואס עס איז מיין נפש, זאל איך מיך באוואוסטזיניגן מיט מיינע טיפע איידעלע הרגשים. ווייל מיין נפש איז זיך דארט מגלה. און הרגשים איז א פיזישע זאך צוזאמען מיט א באוואוסטזיניגקייט.

פארוואס ווען א מענטש "וויינט" פילט ער ווי זיין נפש גיסט זיך יעצט ארויס?

ווייל דער מענטש ווערט מער באוואוסטזיניגט מיט די טיפקייטן זיינע. ער טראגט זיך אריין טיפער אין זיך. ער ווערט באקאנט מיט זיך. ס'גיסט זיך נישט ארויס. ס'גיסט זיך מער און מער אריין אין זיין באוואוסטזיין. ער וויל תשובה טון, אבער דא ווערט ער באקאנט ווי ווייט ער וויל תשובה טון. די וויינען שלעפט זיין באוואוסטזיין טיפער און טיפער אריין. ער ווערט מער און מער באוואוסטזיניגט.
אנדערש ווי פרייליכקייט, וואס דער מציאות איז אז א מענטש פילט נישט אזוי, (וואס דאס איז דאך דער סיבה פארוואס היינט איז די טרויעריגע נגינה שטארק גאנגבאר, ווייל מענטשן ווילן פילן שטארק זייער נפש. זייער 'מציאותיות'. [לימודים לדעת] יא? שטימט?).

יא. פרייליכקייט באוואוסטזיניגט נישט. די באוואוסטזיין דערגרינטעוועט זיך נישט מיט פרייליכקייט. וויינען יא. דאס דערגרינטעווען איז א א זאך וואס געט מציאותיות. ועיין דף קפג, אז מ'דערגרינטעווט זיך אינעם אור דוקא ווען ס'איז קוים מערקבאר. און מ'מוז עס זוכן.

"כח הריכוז" קומט לכאורה פון NE,

ניין. כח הריכוז קומט נישט פון Ne. ער רעדט פון כח הריכוז, דף רצד. (אבער אפשר ביסטו יא גערעכט. איך וועל נאך דערין מעיין זיין.)
ער קען זיך זייער שטארק קאנצעטרירן, אזוי מיין איך, ווייל לאמיר טראכטן. וואס בעצם מיינט טראכטן, ווי אזוי טראכט א מענטש? פון ווי ווייסט ער וואס צו טראכטן? ער האט דאך נאכנישט געטראכט? פון ווי בליצט ארויף אין זיין מוח אלע געדאנקען?

איך וועל דיך שרייבן וואס איך מיין עד היום הזה. א מענטש האבנדיג א כח אלוקי וויל פארשטיין! ער וויל מאכן סענס פון וואס עס קומט פאר. דאס ליגט אין א מענטש. עסט זעהן אויף א ניי געבוירן קינד. ס'וויל פארשטיין! "דאס וואס איך זעה מיט מיינע אויגן, וואס מיינט דאס? פארוואס געשעהט דאס דוקא יעצט? מיט וואספארא שייכות האט עס צו פריערדיגע געשעענישן וואס איך האב אויפגעכאפט?" דאס וואס דו - גרויסער מענטש - טוסט מיט דיין מח ווען דו קומסט אריין אין א פלאץ און דו ווילסט עס פארשטיין. דאס טוט (לכאורה) אויך א ניי געבוירן קינד. פשוט פארשטיין, צאמשטעלן. אויפבויען.

די סיבה איז פשוט, ער איז זיך מקשר מיט דער מושכל וואס ער וויל טראכטן, ווי מער ער וערט צוגעקניפט דערצו, כאפט ער אויף אלע זאכן וואס האט א שייכות מיט דעם, אלע ענפים, און פועל יוצא'ס.

נו, פארוואס איז ער זיך מקשר? פארוואס וויל ער עס טראכטן? ווייל ער וויל פארשטיין וואס עס מיינט די דאטא וואס איז אריינגעקומען פון זיינע חושים. אדער ער וויל וויסן וואס צו ערווארטן. דאס און דאס איז געשעהן, ווען געשעהט עס? וואס מאכט עס געשעהן? אויב אזוי און אזוי גייט עס נאכאמאל געשעהן? נו, פארוואס וויל ער עס פארשטיין? ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל!

וואס איך וויל דיר זאגן איז: הקב"ה האט אריינגעלייגט אין א מענטש, נישט די מח, די באוואוסטזיין, "איך וויל פארשטיין, איך וויל וויסן". א קליין קינד האט נאך אזויפיל ווי א גרויסע מענטש. די מח ארבעט פיין. האסט שוין אמאל באטראכט. משוגע צו ווערן. טראכטן איז א געטליכע כח וואס וויל פארשטיין. לפני הלידה ווילן זיי שוין פארשטיין.
ממילא אויב א NE טרעפט דער טיפקייט פון די נושאים, מוז זיין אז ער איז זיך שטארק מקשר מיט זיי.

ניין. התקשרות קומט נישט דוקא פון Ne. אבער אז דו זאגסט עס, וועל איך נאך טראכטן דערין. ווייל צומאל זעה איך אז איך בין צו שנעל געשפרינגען און אפגעוואנדן. א Ne "ווייסט נישט" אז ער זעהט טיפקייט. דאס איז זיין אויבערפלעכליכקייט. אבער אלעס קען זיין. מ'דארף אריינטראכטן וואס דו זאגסט.

קומט אויס אז ווען דו זעסט איינעם זיצון פארטראכט שעות לאנג, לכאורה נוצט ער זיין N.

ווענט זיך וואספארא טראכטן. איך האב שוין געשריבן, איך בין נישט זיכער צו Ne איז אלעמאל קונסטראקטיוו. ווען א Ne שטייט אויף און ער טראכט פון זיינע חלומות... כאפסט?... ער איז זיך מקשר? לופט.
א נטיעה צום אמת, קען לכאורה שטארק קומען פון NE,

איך האב מורא פון Ti קומט עס. און נישט פון Ne. יא, ער נוצט Ne צו דערגיין דעם אמת. אבער די נטי' מיין איך קומט פון Ti. דא קען מען אויך טראכטן.
צוליב זייער טיפער "הבחנה" אין דער מציאות. אויפריכטיגקייט, קומט לכאורה פון דעם, ער קען זיך נישט פאפן, ער כאפט דאך אזוי שטארק וואס ער טוט, און פארוואס, וואס ליגט אונטער זיין הנהגה, ממילא פילט ער זיך שלעכט צו טוען אזעלכע זאכן
.
איך וואלט נישט אזוי געזאגט. חוץ אז דו זאגסט אז די Ne וויל זיך דערגרינטעווען אין זיך אליין אויך. ער וויל מבחין זיין אין זיך אליין אויך. דערפאר, אז מ'איז מבחין זעהט מען, ממשמש במעשיו.

דו קענסט זעהן דא אז די ENFP און ENTP זענען אויפריכטיגע מענטשן. דו זעסט עס קלאר.

קען זיין. אבער אויב יא, קומט עס פון דעם אז די Ne דערגרינטעוועט זיך. גראדע שרייבט ר' שרגא, אז דעת הבעלות קען ברענגען ערמומיות... עיין דף נ. הפח שבה. און ער רעדט דארט פון דעת הבעלות. Ti. ארויסהאבן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2531
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:11 pm

א דאנק נשמה טייערער פארן ענטפערן מיין פראגע מיט אזא ברייט הארציגקייט, שוין נאכדעם וואס איך האב אפילו צוריקגעצויגן.

אויפן 16 פערסאנאליטי וועבסייט זאגן זיי אז די INFJ טיפ איז די מערסטע זעלטן, ווען בלויז 4% פון די פאפולאציע איז פון די סארט. איך בין נייגעריג אויב איז דאס אמת.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:34 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:א דאנק נשמה טייערער פארן ענטפערן מיין פראגע מיט אזא ברייט הארציגקייט, שוין נאכדעם וואס איך האב אפילו צוריקגעצויגן.

אויפן 16 פערסאנאליטי וועבסייט זאגן זיי אז די INFJ טיפ איז די מערסטע זעלטן, ווען בלויז 4% פון די פאפולאציע איז פון די סארט. איך בין נייגעריג אויב איז דאס אמת.

אויב ביסטו א INFJ, וויפיל דיינע סארט האסטו שוין געטראפן אין דיין לעבן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2531
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:10 pm

דאכט זיך קיין איינס, אבער ס'איז נישט קיין ראיה ווייל די אינטראווערטס טרעפן זיך נישט, אמער זיי באהאלטן זיך אלע אין זייערע באקוועמע נארעס.

והיתם נקיים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:59 pm

צוליב די נאכפראגע פונעם ציבור לייגן מיר דא איבער די הסבר אויף די אכט פונקציעס אין א פארמאט וואס מאכט עס גרינגער צו פארשטיין.

אכט פונקציעס.pdf
(27.67 KiB) דאונלאודעד 35 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:18 pm

וויי געוואלד, מיר האבן דא פארפאסט אלע אנטוויקלונגען...

גיימער'עס ליינען בניחותא, בעזר השם יתברך....
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:29 pm

אגב "זאל ער קומען" איז נאך טיילוויז אקטיוו אויף אייוועלט, ער האט נארוואס ארויסגעלייגט א ארטיקל דא אויפן וועלטעל.

ברויך מען עם צוריק שלעפן דא צי ר' מאיר'ס אויפגעלעבטע אשכול . מיר האבן שוין אפגעשטויבט דא, איז אצינד "זאל ער קומען".

זאל ער קומען האט געשריבן:כ'בין געווען זייער פארנומען און כ'האב נאכנישט געקענט פארזעצן מיט צוטיילן די ספעסיפיקס, און אויך צו ענטפערן אויף נשמה'ס תגובה אויף יעדע זאך. מעגליך כ'על נאך היינט אנקומען דערצו, אבער מ'דארף נישט ווארטן אויף מיר… אויב איינער קען און וויל, אדרבה, ס'עט נאר גרינגער מאכן די ארבעט.


מ'דארף יא ווארטן ,מ'דארף נישט ווארטן. וואסא חילוק.

מיר דארפן און מיר ווארטן פאר נאך!

קומסט שוין?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:45 pm

מחשב האט געשריבן:אוודאי, איך בין גראדע א מחדש, נישט מיט קיין פלפולים, וואס איך גלייך גראדע נישט, אבער מיט דער טיפקייט פונעם דערהער וועל איך אנקומען, צו וואס אסאך מענטשן רופן "חידוש", און יא עס איז זייער געשמאק, איך וועל ווערן שטארק אריינגעצויגן אין די נושאים, אויב זענען זיי טיפע, און מיינע אויגן קענען דאן אויך כמו פינקלען.

.

איך ליין איבער די ווערטער און איך קען עפעס נישט גיין ווייטער.

כמו פינקלען פון א חידוש... דאס איז מיר זייער היימיש.

נע, ביי מיר פינקעלט עס אנעם כף הדמיון. שוין געדארפט אמאל ניצן טישו'ס

מחשב רעדט שטארק פון די הרגש וואס מען רופט: אינטערשפרונגען.

דער רב האט פארגעלערענט אזוי קלאר, יעדער האט געשפירט ווי די אויגן ווערן לעכטיג פונעם רב'ס ווערטער, אט האט ער געזאגט א נייע פשט אין די גמרא , א חידוש פון א דערהער אזש דער עולם האט אינטער געשפרינגען פון די ערטער...

----
וואס איז אינטערשפרונגען? איך מיין אז עס האט גארנישט מיט F

אבער עכט פינקלען מוז האבן מיט F (אלץ א צווייטע אדער דריטע פונקציע) ?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג אוגוסט 26, 2018 2:31 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אוודאי, איך בין גראדע א מחדש, נישט מיט קיין פלפולים, וואס איך גלייך גראדע נישט, אבער מיט דער טיפקייט פונעם דערהער וועל איך אנקומען, צו וואס אסאך מענטשן רופן "חידוש", און יא עס איז זייער געשמאק, איך וועל ווערן שטארק אריינגעצויגן אין די נושאים, אויב זענען זיי טיפע, און מיינע אויגן קענען דאן אויך כמו פינקלען.

.

איך ליין איבער די ווערטער און איך קען עפעס נישט גיין ווייטער.

כמו פינקלען פון א חידוש... דאס איז מיר זייער היימיש.

נע, ביי מיר פינקעלט עס אנעם כף הדמיון. שוין געדארפט אמאל ניצן טישו'ס

מחשב רעדט שטארק פון די הרגש וואס מען רופט: אינטערשפרונגען.

דער רב האט פארגעלערענט אזוי קלאר, יעדער האט געשפירט ווי די אויגן ווערן לעכטיג פונעם רב'ס ווערטער, אט האט ער געזאגט א נייע פשט אין די גמרא , א חידוש פון א דערהער אזש דער עולם האט אינטער געשפרינגען פון די ערטער...

----
וואס איז אינטערשפרונגען? איך מיין אז עס האט גארנישט מיט F

אבער עכט פינקלען מוז האבן מיט F (אלץ א צווייטע אדער דריטע פונקציע) ?

קען זיין אז פינקלען האט מיט Fi. ס'דארף זיך אבער פינקלן פון די הארץ מער. אונטערשפרינגען איז ביי א חידוש, א Ne דעליווערי.

איך האב נעכטן געפרעגט א ESFJ "ווען דו גייסט אן מיט דיין טאג, צו פילסטו ווי אינעווייניג אין דיר איז דא אזא כח וואס זאגט דיר 'טו יעצט דעס, און יעצט טו דעס'?" זאגט ער מיר "יא". דאס איז ווארשיינליך די Si. דאס איז אזא כאילו אינערליכער דרייווער וואס האלט קאפ אויפ'ן ראוד, און דער מענטש שפירט וואו צו ווענדן זיין וועג. צוויי טייפס זענען וואס דרוקן דאס אונטער, ENTP און ENFP. א ENFP פאלגט עס נישט. צו ער וויל עס נישט פאלגן, צו ווייל ס'איז ביי אים אויף זייער א שטילער וואליום, און ער קען עס נישט הערן. איך מיין אז ס'איז מער "איך קען נישט" ווי "איך וויל נישט".

א ISTJ און א ISFJ ביי די ביידע רעדט עס הויעך און קלאר, און דער מענטש שפירט וואס ער האט צו טון פון מאמענט צו מאמענט. נישט ער דארף 'טראכטן', וואס דארף איך יעצט טון. ביי א ENFP און ווארשיינליך ביי א ENTP, הערט נישט דער מענטש וואס ער האט צו טון. איינער וואס האט Si אין זיין ערשטע אדער צווייטע פונקציע, שפירט זיך ווי א מאשין וואס לויפט אין א פון פאראויס אראפגעלייגטע טרעק. א ENFP און א ENTP איז ווי א קאר וואס פארט פריי, און ער דארף באוואוסטזיניג מאכן דעם אויסוואל. דער ENFP דארף אגאנצן צייט טראכטן און האלטן קאפ, "וואס דארף איך יעצט טון?..." און ווארשיינליך קומט עס אויס "וואס וויל איך יעצט טון". ביי א ENFP איז דער דרייווער דער Ne. אויסצוטרעפן איבער וואס אינטערצושפרינגען.

צו קען א פארגעשריבענער סדר היום העלפן פאר א ENFP? ווארשיינליך נישט נאטורליך. אויב א ENFP פאלגט נאך א סדר היום וועט ער נישט שפירן געזעטיגט. און ער וועט שפירן געצווינגען. איך האלט זייער נישט דערפון. איך האלט ענדערש פון אויפבויען די נאטורליכע Si, אדער Se אויב ס'איז מעגליך אזא זאך.

מיין שאלה איז: די טייפ INFJ, און די טייפ INTJ האבן די Si, די אכטע. אויב אזוי, איז עס נישט די Si וואס ארבעט ביי זיי. די צוויי טייפס א INFJ און א INTJ (אויב זיי ווילן מודה זיין, און אויב ס'איז טאקע אזוי) אז דער מענטש וואס זיי שפירן אז "ער יענער דארט איז אזוי אנדערש ווי מיר..." איז עס איינער וואס האט Si אלץ די ערשטע פונקציע. און טוט אלעס לויט א פארגעשריבענעם פלאן.

פונקט אזוי ווי א ENFP וועט שפירן אז דער Se איז ממש אריינגעטון אין די וועלט, און בכלל נישט אין עולם ה'מחשבה'. דער ENFP שפירט ווי דער Se איז אזוי אנדערש ווי אים. "ער פארשטייט מיך נישט... ער איז דאהי און Ne רעדט נישט צום אים..." אזוי אויך דער INFJ און דער INTJ וועט אויך אזוי אנקוקן איינער וואס איז אזא רוטין פונקטליכע מענטש. ער שפירט "מיט אים קען איך מיך נישט פארשטיין..." דאס איז אלעס אין טעאריע. מ'דארף עס זעהן אין פאקט. ווייל דער Si איז דער אכטער ביי א INFJ און א INTJ.

מיין שאלה איז: אויב איז דער INTJ אין קאנטראל פון זיין טאג, וואס האלט אים אין סדר? פארוואס ווערט ער נישט צופלויגן, ווי א שטייגער דער ENFP? ער האט דאך Si אלץ דער לעצטער ; דער אכטער. ? דעם INTJ קען מען נאך פארשטיין, ווייל זיין Te האלט אים אין סדר. פלאס ער איז א J. און א J האט ליב סדר. אבער דער סדר, די רוטין, פון א INTJ איז נישט דער סדר פון א ISTJ. ס'איז נישט אזוי פונקטליך. דער INFJ וואס האט Si אלץ דער אכטער, ער איז טאקע נישט אין רוטין. אפילו ער איז טאקע נישט צופלויגן. ער שטייט יעדן טאג אויף די זעלבע צייט, אלעס מיט א צייט. איז אבער זיין רגע-צו-רגע תנועות נישט Si רוטינישע תנועות. ס'איז זייער פליסיג.

א Si איז אזוי ווי די טרעין וואס פארט פונקטליך אויף די טרעקס. א J איז אזוי ווי א קאר וואס פארט אויף א לעין, אין א הייוועי. אפילו ס'רירט זיך אהער און אהין, ס'שטוישט לעינס, איז עס אבער דאך אין סדר. א ENFP לויפט אבער אינגאנצן אן א סדר. ווייל אז מ'האט די Si די פערטע, דרוקט מען דאס אונטער. עפעס אזוי.

אסאך טייפס האבן נישט Si אין זייער ערשטע אדער כאטש דריטע פונקציע.

INTJ INFJ האט עס די אכטע. אבער זייער סדר קומט זייענדיג א J. און אזוי אויך אלע J, זענען מער אין סדר.

INFP INTP האבן עס די דריטע, ס'קען עפעס אויסמאכן אויף זייער אינערליכער טרעק-זיך-האלטן-דערין.

ISTP ISFP האבן עס די זיבעטע. איך גלייב אז זיי זענען אויך נישט אין רוטין. רוטין מיין איך צוזאגן }אז די תנועות זענען ווי כאילו געפירט מיט א טרעק{. איך האב שוין געשריבן פארוואס איך האלט אז א ISTP און א ISFP זענען נישט אזוי צעפלויגן ווי דער ENFP אדער ENTP, און די סיבה טראכט איך, ווייל דער ISTP און דער ISFP, זיי האבן אין זיך Se אלץ די צווייטע אין די פונקציעס ראנק, און דאס העלפט זיי צו לעבן אינעם יעצט, אינעם הווה, זיין אין די מאמענט. זיין צוגעבינדן צו די פיזישע ארום. און דאס איז וואס האלט זיי צוגעבינדן אין עפעס א טרעק. זייערע מחשבות זאל זיי נישט אוועקשלעפן.

א ENFJ האט ווייטער J, און אי ער האט Se אלץ די דריטער פונקציע. א ESTP, און א ESFP פארוואס איז אים גרינגער צו זיין אין סדר? איז ווייטער, ער האט Se אלץ די ערשטע. און דאס קען זיין האלט אים דאהי. אפילו ער איז צופלויגן. איז ער אבער פראקטיש. דאהי. צום זאך.

סוף דבר פון מיין טעאריע איז, אז Se אין די פונקציעס, אלץ די ערשטע, אדער אלץ די צווייטע, קען האלטן א באוואוסטזיין צוגעבינדן צום יעצט. צום דא. און נישט זיין פאר'חלומ'ט. און אז J קענען אויך זיין אין סדר. און אוודאי דער וואס האט א Si אין זיין ערשטע, און אויך אזוי אין זיין צווייטע און אפילו דריטע פונקציע.

וואס איך וויל ארויסברענגען דא איז, אז דער ENFP און איך מיין אויך דער ENTP איז זיי שווער זיך צו האלטן צו א סדר. צו א "וואס דארף איך יעצט טון..." זאך. די סיבה? איך טראכט ווייל זייער Si איז די פערטע. און די אלע אנדערע וואס האבן בכלל נישט קיין Si אין זייער ערשטע פיהר, זיי האבן כאטשיג Se, אדער זענען זיין א J. אפילו דער INFP מיין איך קען זיך אויך האלטן אין סדר. איך בין טאקע נייגעריג טאמער ס'מאכט זיך INFP מיט ADHD.

עניוועי, והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:15 pm

נשמה האט געשריבן:
צו קען א פארגעשריבענער סדר היום העלפן פאר א ENFP? ווארשיינליך נישט נאטורליך. אויב א ENFP פאלגט נאך א סדר היום וועט ער נישט שפירן געזעטיגט. און ער וועט שפירן געצווינגען.


.


איך האב נאר געליינט ביז דא, און איך האב נאך נישט געהעריג דערהערט ביז אהער אויך נישט. איך וויל נאר מעיר זיין איין הערה אויף די אויבערשטע שורה.

אויב אין די סדר היום שטייט זאכן וואס די ווילסט באמת ערלעדיגן, דעמאלטס פילט מען זיכער יא זאט, אויב עס איז א סדר היום וואס דיין באלעבוס (אדער באלעבוסטע... וכו') האט אפגעשריבן דעמאלטס וועט מען אפשר טאקע נישט אייביג שפירן זאט.
קצרתי מאד מאד, והכוונה לENFP / INFP וואס זענען צופלויגן און קענען זיך נישט ברענגען צו "טון" אפילו זאכן וואס איז אין זייער טיפסטע אינטערעסע,

די עיקר פראבלעם איז לכאורה אנציהייבן, און נישט סטאפן אינדערמיט, א ENFP / ADHD וכל שום וחניכא ווערט צופלאצט און שפירט ווי ער ליידיגט אויס דעם אוישען מיט א זופ לעפעל, אבער ווען מען האט עס ערלעידיגט און עס איז גוט געלונגען, און עס איז קאמפליט פערטיג, איז -עכ''פ ביי מיר - דא א צופרידענקייט.

כמעט יעדער האט ליב און שפירט זיך זאט אויב איז מען DONE מיט א לאנגע ליסט, איך מיין אפילו א ENFP און כש''כ ווען די ליסט איז אין מיין אייגענע אינטערעסע ווי געזאגט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:41 pm

ב"ה

איך האב אזויפיל וואס צו שרייבן וועגן ENFP, איך מיין אז א ENFP האט שטארקע שאנסן צו לעבן אין גרויסע דמיונות. אייניוויי.

על כל פנים איז אזוי. ס'דא ווען א מענטש וויל - צוליב סיי וואס - זאגן פאר אנדערע מענטשן וואס מענטשן האבן יא ליב אדער נישט ליב, וואס מענטשן ווילן יא אדער נישט, א מענטש... און אנשטאט זאגן: "איך האלט אזוי... איך שפיהר אזוי..." זאגן זיי: "מענטשן זענען אזוי..." זאג נישט: "מענטשן זענען אזוי". זאג: "איך און אויך מיינע חברים זענען אזוי..." פון וואו ווייסטו וואס "מענטשן" האבן ליב אדער נישט ליב? קוק די פאלגנדע סטעטמענטס.

א מענטש האט נישט ליב באגרעניצונגען! פאקטיש איז עס א continuum. ס'דא היפש מענטשן אין די בריאה וואס ווערן נישט נכלל אין דיין סטעטמענט.

א מענטש וויל פארשטיין פארוואס מ'דארף טון וואס מ'דארף טון! אין פאקט איז עס א continuum, זאג: "איך מוז פארשטיין"...

א מענטש בדרך כלל האט נישט ליב צו זיין אליין, ער דארף א חבר. פאקטיש ווענד זיך ווער. ס'דא וואס האבן יא ליב אליין. עכ"פ, גענוג אליין אז זיי ווערן נישט נכלל אין דיין סטעטמענט, ופאלגנדתו.

א מענטש וויל אז זיין טאג זאל לויפן מיט א פון פאראויס פלאן!

א מענטש וויל זייער שטארק זיין אומפאהענגיג! פאקטיש ווענד זיך ווער. ס'דא וואס ווילן דוקא שפירן אפהענגיג.

א מענטש קען נישט דערליידן ווען מ'באקריוודעט אנדערע.

א מענטש האט נישט ליב ווען דו פרעגסט אים אויס! פאקטיש ווענד זיך ווער. ס'דא וואס וואלטן יא געוואלט זאלסט איהם אויספרעגן. ס'טאקע דא וואס נישט. אבער קענסט עס נישט מאכן פאר א כלל.

א מענטש שפירט זיך אומבאקוועם ווען מ'מאכט דשאוקס. ס'נעמט אוועק די ערנסטקייט פון די פלאץ. ווייטער, ס'ווענד זיך ווער. ווייל דו דערליידסט נישט עפעס, מיינט עס נישט אז יעדער שפיהרט וויאזוי דו שפיהרסט.

א מענטש האט נישט ליב ווען מ'ווערט פלוצלינג צו פריינדליך צו זיי.

ס'דא נאך אסאך זאכן אזוי. ווען יעדער מיינט אז אזוי ווי איך פיהל, אזוי פיהלט די מענטשהייט

והשם הטוב יעזור וירפא בגוף ובנפש.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 27, 2018 1:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:53 pm

זאג, האסט טאקע נישט ליב זשאוקס? זעסט א חילוק פון א פירער ביז זיבענער ENFP?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:54 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זעסט א חילוק פון א פירער ביז זיבענער ENFP?

איך קען נישט פערזענליך א ENFP זיבענער. איך גלייב אז די חילוק איז, אז דער ENFP זיבענער מאכט נישט אזא עסק פון "איך בין יא ווערד? איך בין נישט ווערד?..." "דו האלסט אז איך בין נאך אלץ עפעס?..." "איך מיין אז אפגעפרעגט..."

איך דארף פרוף, אבער איך מיין אז Te איז ווי פאלגנד:

א יונגערמאן נאך די חתונה קומט זיך אריין דאווענען אין א ביהמ"ד וואס ס'שמעקט אים, אבער דא עקא אז דארט ווידמעט שוין א Te!!! יעדער מענטש וואס קומט אריין אין דעם ביהמ"ד ווערט אויף עפעס אן אופן "מסודר" און "געשטעלט אויפן פלאץ" פון דעם Te. דער Te האט זיך זיינע מהלכים וויאזוי זאכן דארפן געטון ווערן, וויאזוי מענטשן דארפן זיך אויפפירן, וואס עס קומט צו טון, וויאזוי זאכן מעגן געטון ווערן, און ווען זאכן גייען שוין ארויס פון קאנטראל און מ'דארף דאס אפהאלטן. און קאנטראל מיינט ביי אים וואס ער האט באשלאסן אז אזוי און אזוי דארפ'ן זאכן לויפן.

דער יונגערמאן, כיונגערמאן נאך די חתונה, מיט א פרישקייט, קומט זיך אריין דאווענען אין דעם ביהמ"ד, און ער ווייסט גארנישט אז דער Te האלט אן אויג אויף אים. איי, ס'האט דיך איינער געשטעלט צו זיין די וועלט'ס ארדענונג שטעלער? אבער אזוי! ער איז דא כאילו פון הימל א שליח צו קער נעמען און צו שטעלן אויפן פלאץ די מענטשהייט וואס וויל ארויס פון רעגול. דער Te האט זיך שוין זיינע באהאלטענע פיפיגע טאקטיקן וויאזוי צו שטעלן יענעם אין פלאץ. ער רופט עס "צופיקסן". מ'ברויך אים "צופיקסן". אויב חלילה באמערקט ער אויף א יונגערמאן אז יענער וויל זיין אביסל שעפעריש, און וואקסן ארויס פון וואס דער Te האט אנגענומען אז אט אזוי פונקטליך איז די גרעניצן וויאזוי די בריאה קומט, און נאר אזוי און אזוי מעג א בוים וואקסן, האט ער שוין זיינע טאקטיקן וויאזוי יענעם צו שטעלן אויפ'ן פלאץ. אזא אומשולדיגע טשעפע וואס רייסט אריין אין יענעם, האט זיכער געמאכט צו ברענגען פירות. און טאקע אט אזוי ווי איר שטעלט זיך פאר, ס'האט געארבעט. ס'איז געלונגען פאר'ן Te ארויפצולייגן זיין העווי אייזערנעם גבול אויפן יונגערמאן, אזוי אז דער יונגערמאן איז געווארן באגרעניצט. גענומען א יונגערמאן און אים צעקוועטשט פאר לייף! פארוואס? ווייל ער האט באשלאסן אז מ'פירט זיך נישט אזוי אויף.

טייערער Te ס'האט דיך קיינער נישט געשטעלט צו זיין די פאליציי אויפ'ן באשעפערס בריאה. דו ברויכסט נישט קער נעמען. דו ברויכסט נישט רעגולירן די מענטשהייט. לאז די מענטשהייט זיך אנטוויקלן וויאזוי ס'וויל. לאז, לאז, לאז. ס'האט דיך קיינער נישט געפרעגט. און קיינער ברויך דיך נישט פאלגן אויך נישט. דו מעגסט האבן דיינע דיעות וויאזוי מענטשן דארפן זיין. און וואס עס מיינט נארמאלקייט. און וואס עס איז נישט נארמאל. אבער מ'דארף זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון דיר. אויב איינער וויל זיין נארמאל, זאל ער זיך אויסמישן מיט די ארום. אזוי ווי די גמ' זאגט, לעולם יהא אדם דעתו מעורב בין הבריות. אבער דיך האט קיינער נישט געשטעלט דאס ארויפצואצווינגען.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט