מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:10 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כמדומה לי אז מיין זיבן יעריג טאכטער איז א ENTJ און מיין פינעף יעריג אינגל איז א ENFP, עס איז זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי זיי פארטראגן זיך, קריגן זיך, באטראכטן די וועלט, ביידע באטראכטן די וועלט אבער זיי האבן א אנדערע צוגאנג.

דער ENFP פרעגט מיר זעלטן וויאזוי זאכן ארבעטן, אנטשטאט "זאגט ער" כסדר זיינע אייגענע הסברים וויאזוי די וועלט ארבעט, ער מאכט זיך אויף אייגענע דמיונות און ער זאגט פשט,

הערסט, איך מיין אז מיינס איז אויך א א ENFP. און זיי שטעלן זיך צאם זייער אייגענע טעאריע וויאזוי די וועלט ארבעט. יו אידעס אינטערעסאנט. שטעלט צאם...

למשל: ''איך ווייס וויאזוי ביינאכט ווערט טונקל! דער באשעפער האט א ריזיגע באטן און ווען ער דריקט די באטן ווערט טינקל!'' אין אנדערע ווערטער, ער האט געכאפט אז דא קומט פאר א טויש, עס ווערט טונקל, פאר א סעקונדע האט ער אפשר געטראכט א פראגע "וויאזוי געשענט עס?" אבער ער גייט גלייך צום דמיון און ער פיקט אויף א הסבר וואס שטימט מיט זיין הבנה איבער מאכן ליכטיגקייט און טונקעלקייט, ער איז עוסק אין די ''סברא'' נישט און די ''שאלה''

עס מאטערט אים נישט צו פארשטיין פארוואס / וויאזוי, אנטשטאט איז ער זיך מתענג מיט זיין הסבר, זעט אויס אז ער מוז נישט עכט וויסן וויאזוי עס ווערט באמת טונקל.

ביי מיינעם איז עס אויך אזוי. ס'מאטערט נאר פאר א Ti. אבער דער Ne האט זיך שוין זיין וועלט. שמועס מיט אים, און נעם ארויס וויפיל דמיונות דו קענסט.

דער ENTJ פרעגט סאך אפטער קשיות, און זי וויל הערן א 'אויסגעהאלטענע' הסבר עס איז מערקבאר די חילוק צווישן זיי ווייל זי פרעגט א שאלה און ווארט צו הערן א ענטפער, עס איז איר נישט אינטערעסאנט אליינס צו דמיונען הסברים ווייל זי וויל דאך הערן די עכטע וועג, זי מוז נישט טרעפן עפעס א תירוץ אז די קשיא זאל מער נישט שווער זיין, זי וויל פשוט וויסן! וואס איז אינטערעסאנט צו טראכטן אייגענע סברות איבער מעגליכע הסברים? זי וויל דאך פשוט וויסן וויאזוי עס ארבעט אין רעאליטעט.

אין אנדערע ווערטער, דער Ne מוז נישט וויסן דעם 'אמת' ער האט הנאה פון סיי וועלכע 'אינטערעסאנטע הסבר' משא''כ דער Te האט הנאה פון וויסן וויאזוי א זאך ארבעט, עס מוז נישט זיין א אינטערעסאנטע הסבר, עס מוז זיין די אמת'ע ענטפער.

לכאורה קומט אויס אז א Ne וועט טרעפן פאלטשע הסברים משא''כ דער Te וועט ענדערש גיין מיטן אמת.

יא, אוודאי, א Te גייט שטארק מיט'ן אמת. מיט די ריאליטי.
אבער עס איז אויך יתכן אז א ENFP וועט זוכן דעם אמת נאכמער ווי א ENTJ אדער ESTJ, ווייל זיין Fi פונקציע איז מחשיב דעם אמת, ובפרט ווען זיין Te פונקציע אנטוויקלט זיך און ער הייבט אן בעסער פארשטיין דער חילוק צווישן א אמת'ער תירוץ און א דמיונ'דיגער תירוץ, וועט זיין צווייטע Fi נישט זיין צופרידן ווען זיין ערשטע Ne פונקציע סערווירט אים מיט א דמיון, און ער וועט זיך אנשטרענגן צו נוצן דערגיין דעם אמת מתוך אהבתו לאמת.

פאר די באנוץ פון Si פונקציע ביים ENFP זע איך נאכנישט קיין עצה..

קודם מוז איך דיר זאגן אז איך האב הנאה פון דיין תגובה. זעהט אויס אז א ENFP איז א ENFP. דאס הייסט: אז דו האסט ליב צו אבזערווירן און טרעפן נייע איידיעס.

איך האב אויך נישט קיין עצה. אבער איך גיי דיר זאגן א זאך וואס האט מיר אמאל זייער געבאדערט, און דאס איז 'סדר היום'. סדר היום איז ביי מיר געווען אזאך וואס איך האב זייער אוועקגעשטאנען פון אזא געדאנק. די גאנצע Si איז סדר. איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז Si.

Si איז נישט איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג, ס'איז א אינערליכער שפיר וואס האלט זיך שטארק אינעם מענטש. אזוי ווי דו ביסט באוואוסטזיניגט אגאנצן טאג צו די Affect וואס זאכן ארום מאכן דיר: איך פיהל אזוי, איך פיהל אזוי. (יעצט בשעת איך ליין נשמה'ס שרייבעריי שפיר איך אזוי און אזוי אינעווייניג, איך פיהל אזוי און אזוי.. אביסל אנדערש ווי פריער, ס'האט ביי דיר א געוויסע קאליר, נישט נאר א קאליר, נאר אין די קאליר אליין האט עס אויך פארשידענע סארטן... געפילן האבן ביי דיר א גאנצע, אזוי ווי די וואס זענען מעלערס, זיי האבן ביי זיך א גאנצע רייע מיט צענדליגער סארט רויט. אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט. וכו'. אזוי אויך מיט דיינע געפילן.

גיי זיי מסביר פאר א Ti, אז ס'דא אזויפיל מינע געפילן. ער גייט זאגן: אוודאי אידא... ער גייט נישט כאפן פון וואס דו רעדסט. דו גייסט נישט כאפן ווען ער גייט דיך זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן וויאזוי איך פארשטיי וואס עס קומט פאר ארום מיר... דו פארשטייסט עס ? איך אויך נישט. אבער זיי וועלן דיך קענען זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן אין די קלארקייט וויאזוי איך פארשטיי די וועלט ארום מיר.

שוין. יעצט בנוגע Si. ס'קומט פון שפירן די זעלבע זאך. געב א קוק: ווען דו טייפסט, נוצטו Si. דו ביסט שוין אמאל געווארן דיסטרעקטעד פון טייפן די ריכטיגע אות. ס'לויפט אטאמאטיש. דו שפירסט, יעצט דארף איך טון דאס און נאר דאס און נאר דאס און נאר דאס און שוין. דו שפירסט עס. דאס איז Si. אזוי שטארק שפירט א SI וואס ער האט צו טון.

גארנישט לויפט נישט אריין צו צעשטערן זיין געלויף. וועסט קוקן אויף דיין יונגעל וועסטו זעהן, אז ער טוט דייקא נישט די זעלבע זאכן יעדן טאג. דיין מיידל אויך נישט ממש. דיין מיידל האט Ni די צווייטע פונקציע. ווארשיינליך אויך נישט. אבער דיין טאכטער האט די Si גאר די זעקסע, אבער ס'קריגט זיך נישט מיט איר Ne.

ביי א ENFP קריגן זיך די Ne מיט די Si. די Ne זאגט: איך וויל נייע איידיעס. איך לויף אריין אין קאך, און איך גיי טון עפעס א נייע זאך. "עס איז שוין צייט צו גיין שלאפן" זאגט די מאמע... אבער זיין Ne וויל עפעס א נייע איידיע. אדער פארצייל מיר אין בעט א מעשה וואס איך גיי דערפון שאפן עפעס א נייע איידיע. ניין, פארצייל מיך נישט יענע מעשה. יענע מעשה האב איך שוין ארויסגעשעפט אלע נייע איידיעס.

דיין טאכטער האט אויך ליב מעשה'לעך, אבער דאס איז צוליב די Ni. און די Te. זי האט מן הסתם ליב צו באסן און איינטיילן פארן קליינעם וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. הער אויס אלעס האט א לאגישער סיסטעם. וויאזוי קען זי זעהן אז מ'טוט פארקערט פון לאגיק. אבער יעדער קען זיך אויסארבעטן די מידות. האב נישט מורא פון די פונקציעס. אלעס איז גוט. ס'ווענט זיך אין חינוך.

שלמה המלך זאגט חנוך לנער על פי דרכו. על פי זיינע פונקציעס. זעהסט אויפן קינד אז ס'טוט אזוי און אזוי, פון דעם לערן דיך אפ וויאזוי דו זאלסט אים מחנך זיין.

די זעלבע זאך יעדן טאג, קען אויפבויען די Si. נישט אוועקצונעמען די Ne. די געזונטע וועג איז, א פלאץ צו שאפן נייע איידיעס, אבער דאך זיך איינגעוואוינען צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג, נישט דאס איז די תכלית, צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז נישט די תכלית. די תכלית איז צו אויפבויען די אינערליכע שפיר פון זיך האלטן אין Track.

דאס מיינט: Distracted. מ'זאגט אז א ADD ווערט דיסטרעקטעד. די דיסטרעקשן קומט פון א מלחמה פון די הויפט פונקציע מיט די Si. אפילו דאכט זיך אז ESFP קענען אויך האבן ADD. די Se פונקציע מאכט זיי זוכן נייע Stimulation.

א ENFP זוכט Stimulation פון נייע איידיעס. א ESFP זוכט סטימיולעשן פאר זיינע פינף חושים. דאס קען אויך דיסטרעקטן. פאר א ESFP זאגט מען: דו דארפסט טראכטן. דהיינו Ni/

מאכן אז מ'זאל יעדן טאג טון די זעלבע זאך, מיט אוועקנעמען די געלעגנהייט פאר Ne גייט סתם פייניגן. די זאך איז: אויפצובויען די אינערליכע טרעק. אזוי ווי דו לערנסט אויס טייפן. חנוך לנער על פי דרכו, זיי מחנך דיין קינד, על פי דרכו, לויט די וועג וויאזוי ער פירט זיך יעדן טאג, אויב ס'איז א גוטע וועג, און דאן גם כי יזקין לא יסיר ממנו, פארוואס ? ווייל Si.

שוין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 05, 2019 8:41 pm

ב"ה

איך טראכט אז ער איז א INFJ, אבער נאר איך טראכט. איך קלער.

מיינונגען.

אלעס איז אוועקגעשטעלט אין זיין קאפ 'כראנאלאגיש'. און ווען ער רעדט, הערסטו ווי ער עפנט פיילס, און יעדע פייל האט זיך זיין פייל. אלעס איז מסודר. אנדערש ווי א Ne, וואס דו הערסט אזא צעפלויגנקייט. איז דאס אלעס מסודר. פון וואו קומט די שטארקע מיינונגען? ווארשיינליך Ni פלאס J. געדענק: די Fe איז נאר א צוהעלפער צום Ni. אנדערש ביים ENFJ, ער איז א Fe אין הויפט. ער איז זיך מייחס צו יענעמ'ס געפילן אין הויפט. דא הערסטו 'פיילס'. ס'גייט אזוי: זרח איז א איידעם ביי משה און אזוי און אזוי זענען זרח'ס געפילן, און אזוי און אזוי זענען משה'ס געפילן. משה'ס שווער איז א איידעם ביי יחזקאל. און אזוי און אזוי זענען די געפיהלן פון משה'ס שווער, און דאס איז וואס יחזקאל איז אין א געפילישן זין. און דו ווערסט צעמישט. ער נישט. אלעס איז 'פיילס'. שיין מסודר

ער איז נישט קיין INTJ, איך הער 'געפיל'.

Fe מיינט, איך זעה געפילן. ווען א INTJ קומט אריין אין ביהמ"ד אדער צום טיי אווענט, זעהט ער "לאגישע סיסטעמען"... וואס זענען אדער יא 'נארמאל', אדער נישט 'נארמאל'. (דהיינו 'לויט די לאגישע סיסטעמען') דער INFJ זעהט 'געפילן'. די דריטע פונקציע איז Ti, דאס העלפט אים 'טראכטן'. די לעצטע, די Inferior איז Se. דאס מיינט, אז זיי זעען זייער א 'אידיאלאגישע' וועלט. זיי זעען זייער נישט די Concrete וועלט. אלעס איז 'געהויבן'.

פון וואו קומט דאס ארויסברענגען א הסבר וויאזוי איך האלט אז מ'דארף עס טון ? דאס קומט פון Ni. "איך פארשטיי Ni Ti אז מענטשן Fe Se דארפן זיך אויפפירן אזוי און אזוי.

זיי זענען זייער מסודר. און דאס קומט פון Ni, פלאס J. געדענק: Ni איז א מסדר. סוף סוף. ס'נעמט צאם. ס'שטעלט עס אוועק. והעמידן על אחת. לייג צו די Ti. זיי האבן נישט ליב 'פאן'. די סיבה איז, ווארשיינליך, די Ni. דרוק אונטער די Se. די Se איז דער וואס מאכט 'פאן'. די Se איז וואס זאגט: נעם אנטייל אין די וועלט. לעב אריין. זיי קענען אויך אריינלעבן. אבער ס'מוז האבן א צוועק. סתם בארדענען נישט.

"איך וועל דיך מסביר זיין, איך וועל דיך ערקלערן..." דאס קומט פון Ni. לייג צו Ti די דריטע פונקציע. איך האב א מיינונג: Ni. פלאס J. פארגעס נישט פון J. זיי האבן ליב: שלום. פארוואס ? Fe. די צווייטע פונקציע. הארמאניע. צאמלעבעניש. זיי פילן אז מ'פארשטייט זיי נישט. נישט נאר Te געט א לאגיק, וויאזוי סיסטעמען דארפ'ן לויפן. Ni מיט Fe געט א שיטה וויאזוי מענטשן דארפן זיך אויפפירן אז ס'זאל זיין הארמאניע.

איך גלייב נישט אז א INTP זאל האבן Even Close צו אזא עמאושענעל טשארדש. דאס איז ווארשיינליך די Fe. זיי זענען נישט באוואוסטזיניגט: "איך האב ליב..." זיי זענען באוואוסטזיניגט: "איך האלט..."

א INFP וועט רעדן 'געפיליש'. א INFJ וועט רעדן פון די טיפע מיינונג ארויס. דער ערשטער רעדט ארויס דאס הארץ. ס'האט געפילן וואס גייען ארויף און אראפ, אנדערש דער Ni, ביי אים רעדט ארויס זיין 'בליק'. א אנדערע מויל.

זיי זענען אבער זייער Opinionated. אבער, זיי זענען די ווייניגסטע אויף די וועלט. נישטא צופיל פון INFJ. זיי קענען זיין פינעווערס. געדענק זייער דריטע פונקציע Ti. אבער אפילו אויב זיי זענען איינזערס, זענען אבער אויך 'פינעוועריש'. און דאס קומט פון Ni.

אינטערעסאנט. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 11, 2019 5:10 pm

ב"ה

די וועג צו וויסן אז ס'דא א באשעפער אין די וועלט, אזוי ווי עס ווייסט זיך די וועלט, שרייבט דער הייליגער יושר דברי אמת, איז דורך 1) חכמה 2) בינה 3) דעת. חכמה איז א קבלה מאבותיו ורבותיו אז ס'דא א גאט, א אלקים איז אין טשארדש. זאכן געשעען נישט פון זיך אליין, די וועלט האט א אלקים. אבער דאס איז נאר ווי איך נעם א איידיע וואס מ'קען דערפון מאכן עפעס. אבער כדי צו מאכן דערפון עפעס, דארף מען נוצן די 'הבנה'.

קבלת אבות געט דיך די 'איידיע'. אן דעם, וואלט א מענטש אדער יא צאמגעשטעלט, אדער חלילה נישט. אדער וואלט ער עפעס אנדערש פארשטאנען.

צום ביישפיהל, דער וואס גייט נישט מיט קבלת אבות, אלעס וואס ער זעהט איז אז א מענטש האט ליב ארדענונג. אבער דער וואס גייט מיט קבלת אבות, ער זעהט אז די סיבה פארוואס א מענטש האט ליב ארדענונג קומט זייענדיג א חלק פון איין איינציגן באשעפער וואס פירט אלעס ביושר בצדק ובמשפט, זיי - די וואס גייען נישט ווי אונז מיט קבלת אבות - הייבן אן פון די נקודה פונעם מענטש. זיי זעען אז: דער מענטש האט ליב יושר צדק ומשפט. אבער דער מקבל קבלת אבותיו ורבותיו, ער זעהט באלד אז טאקע פון דעם רעדט מען. דאס ווייזט מיין 'הבנה' אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. אן דעם וואלט אזא מציאות נישט געווען. טאקע די מציאות פון זוכן צדק יושר ומשפט, די אהבה צו צדק, דאס ווייזט אויף עפעס. דאס איז מכריח די 'הבנה'.

די זעלבע זאך איז מיט יעדע געברויך וואס דער מקבל קבלת אבותיו זעהט אין מענטשן, פארשטייט ער אז אדרבה פון וואו און פון וועם האט זיך אזא געברויך אין די מענטשהייט ערשאפן? זיי נישט. זיי זעען געברויכן אין מענטשן. דאס איז אלעס וואס זיי זעען. צוריקהאלטנדיג דאס געלויף פון זייער אייגענע הבנה צוצוקומען צו דעת אז דאס ווייזט אויפן באשעפער.

זיי לאזן זיך נישט צוברענגען צו וואו זייער הבנה קען זיי צוברענגען.

זיי האבן מורא פון דאס מין זאך "א העכערע כח". זיי האבן אזוי מורא דערפון. ביים מקבל קבלת אבותיו ורבותיו, איז עס אזוי נאטורליך זיך צו לאזן פון דעם Notion. א העכערע כח !!! איז וואס ? די עקזיסטענץ פון העכערע כוחות איז ביי זיי עפעס פון וואס זיי ציטערן.

אבער ביי א מקבל קבלת אבותיו, ביי אים איז עס אלעמאל די אפציע. יש אלוקים שופטים בארץ. ער האט נישט מורא זיך צו לאזן פון זיין אייגענע הבנה אז "ס'איז א העכערע כח". ווייל דאס אליין אז ס'דא א אלקים וואס ער איז איינגעווייערט אין די Concrete וועלט, דאס אליין איז ביי אים שוין אזאך וואס איך זעה נישט אלעס מיט מיינע פליישיגע אויגן.

א קינד הערט אין חדר אמונה. ער זעהט זיינע עלטערן פאלגן "א כח וואס מ'זעהט נישט, אבער מ'קען זיך עס איבערצייגן נאר מיט די 'הבנה'.

אזוי ווי איינער זאגט: די סיבה פארוואס יענער גלייבט איז, ווייל אן גלייבן פילט זיך יענער אויס Safe. ער מוז אין עפעס גלייבן כדי זיך צו פילן Safe. און איך - גייענדיג מיט קבלת אבות - פרעג: און פארוואס טאקע דארף ער אין עפעס גלייבן כדי זיך צו פילן Safe? וואס אין אים מאכט אים וועלן פילן Safe דורך גלייבן? וואס בארואיגט אים ווען ער גלייבט? אזוי שווער איז צו פארשטיין אז טאקע ווייל ער איז פון א העכערע מקור, דאס מאכט אים וועלן גלייבן אין עפעס העכער? צו איז אזוי שווער צו פארשטיין אז די שכל פון א מענטש מאכט אים פילן Unsafe, טאקע ווייל די נאטור פון 'הבנה' זאגט פאר זיך אליין אז איך בין א באשאף ? זיי האבן מורא זיך צו לאזן פירן פונעם אייגענעם שכל. די שכל זאגט זיי: דו קומסט פון א מקור. און אוועקגייענדיג פון דיין מקור ביסטו Unsafe. קוק: ווי זיי לאזן זיך נישט פון זייער אייגענעם שכל.

דאס איז געווען די סיבה פארוואס די גוים האבן געדינט עבודה זרה. קומענדיג פון איין איינציגן מקור, האבן זיי זיך געמוזט מיט עפעס בארואיגן. ס'איז טאקע געווען אלהים 'אחרים', ס'איז געווען עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם וכו', כמוהם יהי' עושיהם כל אשר בוטח בהם. אבער גלייבן האבן זיי געמוזט. פארוואס רבש"ע, פארוואס מוז מען גלייבן? זיי האבן מורא זיך צו לאזן פירן פון די 'אייגענע' הבנה. מ'מוז גלייבן אין עפעס העכערס, ווייל מ'קומט פון עפעס העכערס. זיי לאזן זיך נישט פון די 'אייגענע' הבנה. זייער אייגענע הבנה טוען זיי אוועקווארפן. און אזוי קוקן זיי אויס.

די חכמת הפסיכאלאגיע זאגט צו אז: מיר וועלן אלעס מסביר זיין וואס עס טוט זיך אין די פסיכיק פון א מענטש, און אויך פרובירן זיי מסביר זיין א פארוואס. מיר וועלן מסביר זיין אלעס וואס דארט גייט פאר. און נישט נאר ביי דיר אליין, נאר אויך ביי דיין שכן, ביי דיינע נאנטע, וועלן מיר מסביר זיין וואס, און פארוואס.

דאס האט ארויפגעלייגט א באגרעניצונג אויף די אלע וואס באנוצן זיך דערמיט. ווייל נאר לויט וויפיל פסיכאלאגיע פארשטייט, נאר אזויפיל האב איך אין מיר. מער פון דעם 'עקזיסטירט נישט'. איי ווער זאגט אז זיי האבן טאקע באוויזן צו פארשטיין כל מינע ערשיינונגען אין די פסיכיק פון א מענטש? איך טראכט אז זיי ווייסן קוים. זיי ווייסן נישט וואס א יוד פילט שב"ק. זיי ווייסן נישט. ס'אנטשפרעכט אז ס'דארף זאגן. אבער זיי ווייסן נישט. מ'דארף זיך אויסטון פון זייערע באגרעניצונגען. נישט נאר וואס ס'שטייט אין זייערע ביכער זענען ערשיינונגען אין אונזער נפש.

איך האלט אז זיי האבן אוועקגעשניטן גאנצעטע שטיקער וואס ס'קומט באמת פאר אין די נפש פון א יוד. און אפשר אפילו וואס עס קומט פאר אין א אלגעמיינער מענטש. אין דיר עקזיסטירט פיל מער ווי זיי ווייסן. און וואו קען מען זעהן וואס זיי ווייסן נישט? אין אונזערע ספרים. זיי ווייסן נישט די ווייטקייט פון אהבת ה'. זיי ווייסן נישט וויאזוי א בר מצווה בחור'ל שפירט זיין נייע נשמה. זיי ווייסן נישט. דו זעהסט דעם בר מצווה בחור'ל דארט? מיט די ביכער פון פסיכאלאגיע זאלן מיר אים נישט וועלן פארשטיין. ווייל מיר טוען באגרעניצן. און מיר בא'עוולה'ן די געטליכקייט וואס איז פיל טיפער ווי זיי ווייסן.

די ווארט Spiritual הרג'ט. ווייל דאס דינט ווי א כלי וואס לאט נישט די אייגענע השגה זיך פארברייטערן. אמער: נאר לויט וויפיל די ווארט Spiritual פארנעמט, נאר אזוי פיל השגה קען איך פארנעמען. מער פון דעם איז שוין ארויס פון די ביכער. וואס טוסטו טראכטן און משיג זיין זאכן וואס איז זיך גארנישט מגדיר אינעם ווארט Spiritual? זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט א לב נשבר, אדער מרירות, אדער שמחת התורה, זיי ווייסן נישט. נאר אין "נועם אלימלך" קען מען דאס טרעפן. נאר אין "זוהר הקדוש". און פיל דיך נישט פאנאטיש. זיי זענען באקסעדיג. איך רעד נישט דברי רוח. זיי, די חכמת הפסיכאלאגיע האט באגרעניצט די השגה.

און אזוי אויך, די חכמת האניאגראם האט אויך באגרעניצט. בכלל א הסבר פון איינעם אויף ערשיינונגען אינעם נפש, לויפט נאר לויט יענעמ'ס השגה. אויב איז יענער געווען א גוי, וויפיל אנטהאלט אין זיך זיינע ווערטער פון Connection to God? אמער, יעדע זאך ווענט זיך לויט די מעשים. און? וויפיל מעשים האט שוין אין זיך א ערל טמא וואס האט זיך קיינמאל אין זיין לעבן נישט אפגעשיידט פון א תאווה? ער האט זיך עס אפשר נישט נאכגעגעבן, אבער רבש"ע, איך רעד פון זיך אפשיידן פון תאווה אזוי ווי די הייליגע תורה הייסט? גארנישט. ווי ווייט באגרעניצט ער.

יא, מיר מוזן ארויסכאפן זייערע עצות פאר אונזער געזונט. אבער נישט ארומגיין אין ביהמ"ד און פארשטיין יעדעמ'ס השגות נאר לויט די באקס וואס רופט זיך 'אניאגראם' אדער מאיר בריגס. אפילו ווען זיי זאלן זאגן די ווערטער אז ס'איז פארהאן 'העכער'ס', איז דאס באגרעניצט. צו פארשטיין א נפש, איך רעד פון א נפש, נישט פון וויאזוי די מחשבה ארבעט, צו פארשטיין א נפש, דארף מען זיך באנוצן מיט אונזערע השגות. דאס וואס מיר זענען משיג ביים דאווענען, אדער יו"ט ביי אקדמות, דאס קען קוים ווערן אראפגעשריבן. און מיר מוזן וויסן אז קיינמאל גייען זיי נישט פארשטיין די פסיכיק פון זיך טובל'ן פאר'ן עלות שבועות נאכ'ן תיקון. קיינמאל. מיר מוזן דאס געדענקען. מיר מוזן זיי אנקוקן ווי גולמים.

זיי קענען מסביר זיין וויאזוי א מענטש פילט און טראכט, און וויאזוי מ'קען זיך - ב"ה - אפהיטן פון נערווען, אבער 'השגות'? נפש? גארנישט.

און דאס וואס דער יושר דברי אמת שרייבט. מ'נעמט קבלת האבות. און נאכדעם פארשטייט מען שוין זייער קלאר אז ס'מוז זיין אז ס'דא דא א געטליכער כח ית"ש.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 11, 2019 6:51 pm

ב"ה

ISFJ.

וויאזוי לעבן זיך צאם א ISFJ מיט א ENFP.

דער ENFP איז צעפלויגן. חוץ אויב ער איז גאר גוט מחונך. דער ISFJ איז צאמגענומען. קודם כל, זייענדיג א J, און נאכדעם די Si.

דער ENFP קען אננעמען אז די צאמגענומענקייט פון די ISFJ מיינט: ביסט נישט מקושר צו מיר. פארוואס איז עס אזוי? ווייל בעת דער ENFP וויל זיך מקשר זיין מיט אויסשמועסן נייע איידיעס, זעהט ער פאר זיך איינע וואס איז נישט אינטערעסירט אין הויפט, נאר אין צאמהאלטן די הויז ארדענונג. מ'האלט שוין ענדליך אינמיטן אויסשמועסן די גוטע חלק פון די נייע איידיע, און די ISFJ שטעלט זיך אויף צאמנעמען די טעלערס. יעצט, ס'איז די ערשטע טאג נאך די חתונה, זיי ווילן עס נישט מודה זיין, אבער עפעס האנקערט. זיי ווילן אפילו נישט קוקן וואס דאס איז.

דער ENFP וויל זיך מקשר זיין, קאנעקטן, מיט אויסשמועסן נייע איידיעס. און די ISFJ ווייזט נישט ארויס צופיל חשק צו וויסן נייע איידיעס. די Inferior ביים ISFJ איז Ne. די Inferior ביים ENFP איז Si. די ISFJ זעהט קלאר אז מ'האנדלט דא מיט איינעם וואס קען נישט געהעריג דעליווערן Si פראדוקציע. די הארץ פונעם ISFJ פאלט איין. אבער דא קומט די Fe אריין אין בילד.

די צווייטע פונקציע ביים ISFJ איז Fe. די ENFP אויב איז ער נישט גאר גוט מחונך, און ווער איז דען? יעדער דארף ארבעטן אויף די "מידות" נאך די חתונה. יעצט דא קומט אריין די Fe, דער ENFP זיין צווייטע פונקציע איז Fi. איז אזוי: דער Fi איז נישט קיין מקשר. געדענקסט? דער ENFP איז זיך מקשר מיט: אויסשמועסן נייע איידיעס. און אפילו אויב ס'וועט קאסטן א פייט, מיינט מען נישט זיך צו קריגן חלילה, איך וויל דיר נאר ווייזן ווי ווייט מיין נייע איידיע איז באמת א פאקט.

יעצט, די Fe - די צווייטע פונקציע ביים ISFJ - זעהט פאר זיך א מענטש וואס 'לעבט פאר זיך, און איז זיך נישט גרייט צו מקשר זיין'. דער אמת איז, אז דער ENFP איז יא גרייט זיך מקשר צו זיין, "איך האב געוואלט שמועסן מיט דיר א נייע איידיע" עפעס א בעסערע אופן פון קשר ווייסט ער קוים. שמועסן נייע איידיעס, דאס איז וואס ער פלעגט טון אין ישיבה. אזוי פלעגט ער זיך שאפן נייע חברים אין ישיבה. דא זעהט ער אז די ISFJ איז נישט נייגעריג, אקעי, אזוי ווי אין ישיבה האב איך געמוזט ווארטן אויף א אנדערע געלעגנהייט אויסצושמועסן מיינע נייע איידיעס.

די Fe ווארט צו זעהן א אויסדרוק פון א געפיל וואס זאגט: איך האב דיך ליב. דאס איז דאך די Fe פונקציע. די Fe פונקציע איז: וויאזוי פילט יענער. און דא איז עס, וויאזוי פילט ער לגבי מיר. און וואס פילט ער טאקע? ביסט נישט גרייט פאר מיינע איידיעס. און דו ביסט מער אינטערעסירט אין ארדענונג. און נישט נאר דאס, נאר פונקט דו קענסט Si דאס וואס איך קען די שוואכסטע. און שוין הייבט דער ENFP אן צו פילן 'פארשעמט און שוואך' לגבי די Si פלייסיגקייט. מיט יעדע מאל די קאך פלאר ווערט געוואשן, מיט יעדע מאל די הויז ווערט צאמגענומען, ווערט א דערמאנונג: "איך קען דאס נישט דעליווערן..."

ווען די ENFP זאל וויסן, וויפיל מאל א מינוט די ISFJ קוקט אויף אים, צו כאפן: האסט מיך ליב. וואלט ער זיך אנדערש אויפגעפירט. אבער דער ENFP איז נישטא צו ווייזן וויאזוי איך פיל לגבי דיר. און אויך איז ער נישטא צו פאפן. סאו, די מעסעדש ווערט קיינמאל נישט געהעריג געענטפערט. דער ENFP בלייבט אלעמאל 'פאר זיך'.

איך געב נאר א ביישפיהל וויאזוי און ווי שטארק די צוויי קענען שאפן אזא - איך ווייס אליין נישט וואס, אבער עפעס ארבעט עס נישט. וואס איז די 'עפעס'. אלעס איז גוט: זאגט די ENFP אויפן טעלעפאון צו זיין מאמע, אדער טאטע, וכו', אבער אין הארץ שפירט ער אז: עפעס איז נישט גוט. ער ווייסט אבער נישט וואס.

קאנעקשן ביי א ISFJ ארבעט, אז "איך פיל מיך לויט וויאזוי ער האט מיך ליב..." ביי א ISFJ איז נישטא אזא זאך ווי "איך פיל", די גאנצע לעבן איז אנגעוואנדן לויט וויאזוי ער פילט לגבי מיך.

די גאנצע לעבן? ניין.

דא מוזן מיר צוקומען צו די ערשטע פונקציע ביי א ISFJ וואס דאס איז Si. קודם מוז די ISFJ שפירן אז אלעס לויפט. אלעס איז מסודר. יעדן טאג די זעלבע. פונקט אזוי ווי דער ENFP מוז די ערשטע זאך שמועסן פון נייע איידיעס. פאר אלעם. פאר ליבשאפט, פאר קשר, מוז איך דיר זאגן מיינע נייע איידיעס, און איך מוז דיך אויפווייזן ווי גערעכט ס'איז. און נאכדעם קען מען מאכן "קידוש". די חיות פון א ENFP איז 'נייע איידיעס'. חלומות. די ISFJ פארטראגט דאס אזוי שווער. לאז שוין אפ מיט מ'קען אזוי, מ'קען אזוי, מ'קען אהער, מ'קען אהין. איך בין דא, אין די וועלט וואס שפירט זיך אין די חושים. און איך וויל זעהן אין דיר אז איך בין באליבט. דאס אלעס. דאס איז Fe.

דער ISFJ, מיט די גאנצע געפילן, איז אבער דא דריטע פונקציע וואס דאס איז Ti. אזאך וואס דער ENFP האט נישט. א ENFP נוצט נישט קיין אייגענע לאגיק. ער טראכט נישט. ער עקספלארירט נייע איידיעס. אבער ער טראכט נישט דורך א אישו מיט לאגיק.

מ'גייט צו א חתונה. די ENFP: ביז אלע נייע איידיעס וועלן ווערן אויסגעשעפט פון דעם זאל, בלייב איך דא. איך וואלט אפילו געבליבן שלאפן אין זאל. די ISFJ, עלעווע איז דא א וועג צוריק. דו קענסט דא בלייבן, די קינדער דארפן אבער א סדר היום. די ENFP האלט דאס נישט אויס. זיין גאנצע לעבן איז די חתונה. ווייסט וויפיל זאכן איך קען דא געוואויר ווערן.

ענדשויען.

דער ENFP וויל נישט ענדשויען. ער וויל די נייע איידיעס. ער דארף נישט די גוטע געפיל פון א באמפער קאר. ער דארף א מוזעאום. זיצן אויף די גראז און עסן געשניטענע עפל? וואס איז דאס? Fe. מ'מאכט א פיקטשער צום געדענקען. Si.

א ENFP וואס לעבט מיט א ISFJ דארף זיך אויסלערנען אז די ISFJ שאצט אגאנצן צייט אפ: וואס פילט ער וועגן מיך. אלו דברים שאין להם שיעור וכו' וגמילות חסדים. ווען א ISFJ באקומט א קריטיק, פארשטייט זיך אז "אזוי איז דארף מען זיך אויפפירן ווייל אזוי לויפט די לאגישע סיסטעם, דהיינו Te די דריטע פונקציע פון א ENFP. איז דאס זייער אומבא'טעמ'ט. פארוואס? די גאנצע עצם Being פון א ISFJ איז "איך בין, וואס ער פילט לגבי מיר". אויב איז נישט גוט, אויב איז עס קריטיק, איז זייער זייער נישט בא'טעמ'ט צו פילן אז מ'האט זיך אליין פיינט.

די ISFJ לויפן אין איין טרעק. שפעטער ווען זיי ווערן עלטער קומט זייער פערטער פונקציע פון Ne און געט זיי: קוק, ס'דא א אלטערנאטיוו. איך האב שוין א סך מאל געזעהן ווי דער מזווג זיוגים ווייסט אויך פון מאיר בריגסט סיסטעם, ער האט דאך דאס באשאפן, און ער ווייסט אז דאס איז די בעסטע צאמשטעל.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך יוני 12, 2019 8:40 am

נשמה ווי ביסטו נשמה איך ווארט אזטו לאנג אויף דיר!! מלא תוכן יישר כוחכם!!

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 9:03 am

די ISTP האסטו ערגעץ בארירט?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 12, 2019 4:46 pm

הערליך האט געשריבן:די ISTP האסטו ערגעץ בארירט?

איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט

זיי זענען אזוינע פינעווערס מיט א זיבענער פליגעל. טעארעטיש דארפן זיי צו זיין גאנץ צעפלויגענע מענטשן. דארפן זיך שטופן צו לעבן מיט העכערס ווי די קאנקריט וועלט. אבער שפעטער אין לעבן קומט אריין זייער דריטער פונקציע וואס דאס איז Ni, ווערן זיי מער העכער. מער אבסטראקט. זיי הייבן אן מער און מער ארויסצוהאבן אז ס'דא טיפערס אויך. טעארעטיש דארפן זיי זיין קאלטע צוריקגעצויגענע מענטשן וואס דילן מיט די וועלט ווי איך דיל מיט באקסעס. אבער זיי האבן גוט ארויס די קאנקריט וועלט. דאס ביסל געפילן וואס זיי האבן קומט נישט צו צו געפילן פון א ENFJ. א ENFJ האט אין הויפט Fe, און זיי האבן עס Inferior.

זיי האבן אזוי ארויס די קאנקריט וועלט אז נאר. (איך רעד טעארעטיש) זיי וועלן לכאורה ארויסהאבן די גאנג פון די שטערנס, וכו'. די זאך מיט זיי איז אז זיי זעען ערשט די דריטע אין די רייע אז ס'עקזיסטירט העכער ווי די קאנקריט וועלט. די ערשטע פונקציע פון זיי איז א Judging Function, דאס מיינט, אז זיי וועלן שנעלער צוקומען צו החלטות בנוגע די פראקטישע וועלט, און ווייניגער טרעפן די אידיאליסטישע וועלט.

איך קען זעהן דעם ISTP פירן א שבת טיש. מער ווייניגער איז עס די גוטע דיפס, מיט די גוטע סאלאטן, די זמירות ווערט אויך געזונגען אויף אזא Se אופן. ווען אביסל איז אויך אריינגעמישט די רמזי שבת. זיי האבן גאנץ ליב ענדשויעמענט.

איך קען פארשטיין אז זיי זאלן אויך ליב האבן 'קבלה' און 'סודות התורה', אבער נאר ווען ס'איז מסביר וויאזוי ס'איז זיך מקשר צום פאקטישן קאנקריט וועלט. די חלות אויפן טיש זענען חלות, און נאכדעם זענען זיי אויך שלשה הויות צו וויאזוי עס איז אין קבלה. אנדערש ביים INTJ, וואס ער זעהט הויות אויפן טיש, ער זעהט נישט קיין חלות. אבער דער ISTP ער זעהט קודם די Concrete וועלט, און נאכדעם די סודות דערין.

זיי דארפן צו זיין זייער לאגיש. ווי עלטער אלץ מער לאגיש. אבער זיי זענען דאך א P, דאס מיינט, אז סוף סוף קענען זיי הערן אנדערע מיינונגען אויך.

א ISTP וועט ווארשיינליך מיך אראפקוקן. ווייל איך נוץ באמת נישט קיין לאגיק אין מיין לעבן. א ISTP וועט זאגן: ער גייט מיט געפיל, ער לעבט מיט געפיל, מ'דארף לעבן מיט 'לאגיק'.

טעארעטיש דארפן זיי גוט קענען בויען. אפילו קאכן און באקן דארפן זיי גוט קענען. זיי זעען זייערע ארומיגע אלץ 'לאגישע Concrete אביעקטן' וואס איך האב זיי גוט ארויס. זיי לעבן נישט אין דמיון. נישטא ביי זיי אזא זאך אז יענער האט געטון עפעס צוליב ווייסעך וואסערע סיבה. זיי זעען קיינמאל נישט א פרעמדער וואס וואקט דורך אלץ א 'שפיאן', אדער 'טעראריסט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 5:22 pm

גוט גוט!

זאגסט דאך פיין.


אמאל פלעג איך נישט קענען סובל זיין קיין ען עף

פיין ארויסגעברענגט

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 12, 2019 5:54 pm

הערליך האט געשריבן:גוט גוט!

זאגסט דאך פיין.


אמאל פלעג איך נישט קענען סובל זיין קיין ען עף

פיין ארויסגעברענגט

די מענטש אין דיין אוועטער קוקט אויס צו זיין א ISTP. און די ווארט 'הערליך' קומט פון Se.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 6:31 pm

יא יא, פארסט אין די ריכטיגע דיירעקציע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, שטיגליץ און 15 געסט