מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:24 pm

מחשב האט געשריבן:איז אין אנדערע ווערטער דארף ליגן אינעם מענטשן'ס כח זיך איבערצודרייען פון F צו T, און דאס איז וואס שטערט מיר שוין לאנג, 'מח שליט על הלב' איז א מדריגה וואס איז ניתן לקנין, אויב אזוי ווי קענסטו זאגן אויף א מענטש אז ער איז א T אדער F?! פארוואס זאל נישט א מענטש זיך קענען צוגעוואונען אז ער "טראכט" גוט אריין אין וואס ער טוט, ער געוואוינט זיך צו צו לעבן מיט מחשבה, און גייט נישט אחר שרירות לבו? און דאס איז אויך וואס מאכט מיר ספק'נען אז אפשר בעצם בין איך יא א F נאר מיט די יארן האט זיך דעוועלאפט מער די T חלק.


ב"ה

איך האב מורא אז איך האב מיך נישט באצויגן צו דיין קשיא. דיין קשיא הייבט זיך אן צו שפירן ווי א Ti קשיא, ווייל ס'דויערט מיר צייט ווילאנג איך 'באגרייפ' עס. דו שרייבסט אזויפיל זאכן אין איין פיצי תגובה. און דיין אויסדרוק 'ניתן לקנין' איז דאס דען נישט א Ti אויסדרוק. Ti האבן ליב צו זאגן די ריכטיגע ווארט, און מיט דעם היטן זיי דעם טארגעט.

לאמיר שטאטעלעך דורכגיין דיין שאלה. דו פרעגסט צו א מענטש קען זיך טוישן פון א Fi צו א Ti. די פונקציעס פון א מענטש זענען אזוי מאכטפול. סך מער מאכטפולער ווי א מענטש זאל פרובירן אגאנץ לעבן עס צו אויפטוישן. יעדע קליינע זאך וואס עס איז אנטקעגן געקומען דיינע אויגן און אויערן, נאז און חושים, זענען געווארן אפגעלערנט מיט דיין Ti. דו ווייסט א חשבון וויפיל אינפארמאציע דאס איז ? מח שליט על הלב דארף נישט מיינען זיך טוישן צו א Ti פונקציע. ס'מיינט, אז דער מענטש מישט זיך אריין אין זיין Fi און ער ארבעט ארום דערמיט. זעה: ער זאגט "מח שליט על הלב". דער מענטש ארבעט אויף אזא אופן מיט זיך אליין אז עס געוועלטיגט אויפן לב. דהיינו, לאמיר קוקן אויף א Fi וואס מ'קען זאגן אויף איהם אז ער איז: מח שליט על הלב. וואס זעען מיר ? מיר זעען א מענטש וואס איז באוואוסטזיניגט אויף זיינע 'עמפאטיעס', און ער גייט עס נאך, אבער די 'עמפאטיעס' זענען צום ביישפיהל: אן עמפאטיע צו שב"ק, אן עמפאטיע צו תפילה, אן עמפאטיע צו די שכינה הקדושה, אן עמפאטיע צו זיינע קינדער לעבודת השם, אן עמפאטיע צו יודישע קינדער אז ס'זאל זיי גיין גוט. וכו'. עס איז ביי אים שולט די 'מח', נישט די פיזישער מח, נאר די כח וואס קומט פון 'חכמה', איז ביי אים שולט. כאטשיג ער האט 'עמפאטיע' וואס קומט פון הארץ.

כאטשיג ער ווערט שנעלער אנגעצינדן ביז טרערן ווען ער זעהט א קינד וויינען אפילו פון א נארישקייט לפי חכמתו. כאפסט ? אזוי ווי איינער וואס דרייווט א קאר. דער קאר איז ווייטער א קאר. די קאר פארט. נאר עס איז אונטער די שליטה פון שכל. דאס מיינט נישט אז די קאר פארט מיט ווייניגער כח. די Fi איז ווייטער בתוקפו, נאר עס איז אונטער די שליטה פון די 'חכמה' וואס געוועלטיגט. דאס איז וואס מיר זעען אויף דעם מענטש.

פארוואס זאל נישט א מענטש זיך קענען צוגעוואונען אז ער "טראכט" גוט אריין אין וואס ער טוט,


לאמיר דיך מסביר זיין. צוגעוואוינען גוט אריינצוטראכטן ביי א Fi טוישט נישט די Fi פונקציע. ווייסט וויאזוי מ'וואלט ווען געקענט טוישן די Fi פונקציע ? אויב דער מענטש זאל אויסרייסן 'חלילה' די ווייער וואס מאכט אים באוואוסטזיניגט אויף די עמפאטיע וואס איז אזאך איז אים מעורר. אז ער זאל מער נישט קענען זיין באוואוסטזיניגט אויף וועכע עמפאטיע אזאך האט ביי אים. אויף די Affect וואס אזאך איז מעורר אין זיין 'קערפער'. אויב ער רייסט אויס די 'ווייער', חלילה השם ישמור. און - פלאס - דער מענטש פלאנצט אייין אין זיך א ווייער, ער זאל שטערקער מאכן זיין רצון ארויסצוהאבן די וועלט אין זיינע טערמינען. דאן וועט דער מענטש טוישן פון א Fi צו א Ti.

אבער דאס איז נישט מעגליך. א מענטש קען 'טעמפארערי' ווערן א Te. צום ביישפיהל, איך קען ווערן א Te. ווען עס פעלט אויס. און ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט פאר די מענטשן ארום. איך רעכן מיך נישט מיט די געפילן פון ארומיגע, אלעס ווערט קאלטע לאגיק. דאס איז נישט 'נאטורליך'. דאס קומט ווען דער מענטש האט נישט קיין ברירה, און ער מוז זיך ראטעווען. דאס מיינט 'איגו'. דער מענטש נוצט נישט זיין נאטורליכער געזונטער וועג פון פונקציאנירן

הער מיך אויס וועל איך דיר זאגן נאך אן 'איידיע'. א NEFP וואס מאכט אפ אין ישיבה אז ער גייט ווערן 'ערליך', קען ער אנהייבן נוצן זיין פערטער פונקציע פון Si, און אנשטרענגען די נערווען. ער ווערט אזוי 'פונקטליך'. די זעלבע געשעהט מיט א ENFJ וואס שטרענגט זיך אן די נערווען און ער נעמט זיך נוצן נאר זיין Ti. ער ווערט אריינגעכאפט אין 'מחשבות' זיך צו ראטעווען פון עפעס א סכנה

און דאס איז אויך וואס מאכט מיר ספק'נען אז אפשר בעצם בין איך יא א F נאר מיט די יארן האט זיך דעוועלאפט מער די T חלק.

זאלסט וויסן אז איך בין זייער שטארק ביי די מיינונג, אז יעדע רגע אין טאג, קענסטו קלאר מערקן וואס דו ביסט. יעדע רגע אין טאג - אויב ביסטו א ENFP - וועסטו שטארק שפירן דיין עמפאטיע צו פארשידענע זאכן. אבער איך מיין אז דו שפירסט גאנץ גוט ווי דו 'טראכסט', דו פרובירסט ארויסצוהאבן די וועלט לויט דיין אייגענע מהלך פון וויאזוי דו פארשטייסט אז מ'קען ארויס האבן א זאך. און דאס טוסטו יעצט אויך. און דערפאר הייסטו 'מחשב'. ווייל דאס טוסטו איבערן טאג. יא, פאר אביסל קען זיך א מענטש טוישן פון איין פונקציע צו די צווייטע. אבער אין די Default. ביסטו לכאורה א Ti. ENTP.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:33 pm

אוטש... איך האב שוין געטראכט צוואנציג זאכן ביז כ'האב געענדיגט ליינען דיין זיסע שפראך, דריי פערטעל האב איך שוין פארגעסן.. Ti' קום אהער דא, כ'דארף אביסל סדר, כ'בין צומישט, אה... אט אזוי זיי דיר מסדר דבר דבור על אופניו.

כ'מיין אז כ'גיי טוען אזוי ווי נשמה פירט זיך, כ'גיי נעמען א לאנגע תגובה, כ'גיי ליינען א שטיקל און מגיב זיין דערויף, יעדע שטיקל באזונדער, עמיר זען וואס ס'עט ארויסקומען.

נשמה האט געשריבן:איך וויל אביסל זאגן וואס איך קלער יעצט ווען איך שרייב די דאזיגע שורות. עס מאכט מיך זייער אומבאקוועם ווען מענטשן זאגן מיר: "דו דארפסט נישט נאכגיין דיינע געפילן..." ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר א מענטש: דארפסט נישט ליב האבן אזא און אזא טלית בייטל. ס'איז די זעלבע זאך !!! דארפסט נישט ליב האבן אזאנע סארט אותיות אויף דיין ספר וואס דו געסט ארויס. דארפסט נישט ליב האבן דוקא דער און דער חסידישער ספר. דאס איז אלעס Fi. וואס הייסט דו זאגסט אים: דו דארפסט מער זיין א מח שליט על הלב ? דארפסט נישט נאכגיין דיינע געפילן. דער רבש"ע האט באשאפן א Fi, אז די Fi זאל ארבעטן ביי אים ענדערש ווי Ti, און נישט Ti זאל ארבעטן אלץ דער הויפט. דער רבש"ע האט באשאפן די וועלט מיט מענטשן וואס זענען די ערשטע אדער די צווייטע פונקציע Fi. אז זיי זאלן אגאנצן טאג זיין פארנומען מיט זייער 'עמפאטיע'. איך טו וואס איך האב ליב. וואס הייסט דו קומסט זאגן: מח שליט על הלב ? דו ביסט דען א Fi אז דו זאלסט אים פארשטיין ? אפשר ביסטו גאר א XXX און דערפאר איז דיר גרינג צו זאגן: דארפסט מער זיין א מח שליט על הלב ?


ס'איז צוויי באזונדערע זאכן, זיכער איז נישט קיין שאלה אז דער FI זאל דארפן אויפהרען צו פילן און האבן עמפאטיע. זיכער נישט. ער וועט זיך צוגרינד לייגן אזוי, און עס וועט נישט אנקומען אין ערגעץ. ער קען נישט אויפהערן צו פילן, ס'גייט נישט אזוי.

נאר וואס? ווי איך פארשטיי איז דער F פונקציע, דאס אז דער מענטש פילט זייער שטארק. אבער מוז דען זיין אז לכבוד דעם זאל ער פאסן זיינע באשלוסן לויט זיינע געפילן? אפשר ניין, דו פיל און פיל געזונטערהייט, אבער געוואוין דיר איין אז "טון טוה איך ווי אזוי מיין שכל דיקטירט"., און אויב די זאך וואס דיין שכל דיקטירט דיר, איז א זאך וואס דו האסט דערצו א שטארקע עמפאטיע, דאן טוה עס מיט עמפאטיע, נישט טרוקן און קאלט. און אויב איז דאס א זאך וואס דו האסט נישט קיין געפיל דערצו, איז יעצט וועסטו עס טוען אנדעם, נאר ווייל דאס איז ריכטיג צו טוען. 'מח שליט על הלב' מיינט נישט אז דער מענטש פילט נישט, ס'שטיינט נישט 'מח עוקר הלב'. נאר ער איז 'שולט' אויף זיין לב, זיינע באשלוסן זענען לויט זיין מח נישט לויט זיין לב.

דו פארשטייסט 'נשמה' אז ווי לאנג איך האב עמפאטיע צו די און די זאכן, דארף איך 'דאס' טוהן, נאר איך דארף נעמען זייטיגע צייטן אויפצובויען מיינע עמפאטיע'ס צו אנדערע זאכן? פארוואס? לאז דיינע עמפאטיע'ס אין זייט. און טוה לויט דיין פארשטאנד. בין איך נישט גערעכט?

און איך וויל דיר זאגן נאכמער. אז רוב זאכן וואס א מענטש טוט נאר צוליב זיין 'מח', און נישט צוליב זיין עמפאטיע. מיינט דאס נישט אז ער האט בכלל נישט קיין עמפאטיע דערפאר. ס'מיינט געווענליך אז ער האט געוויסע 'זייטיגע שוועריקייטן' וואס וועגן איבער זיין עמפאטיע, און ליבשאפט. און מאכט אים דאס שווער צו טוען. און ווי נאר ער מאכט אפ מיט זיין 'שכל' אז איך גיי דאס יא טוען, אפגעזען די שוועריקייטן, דאן וועקט זיך אויף זיין אינערליכע עמפאטיע צו די זאך.

ממילא, דער F דארף טוען זאכן 'מיט עמפאטיע', מיט געפיל, אבער נאר זאכן וואס דער 'שכל' איז מסכים דערצו. נישט אז דו דארפסט ווערן א טרוקענע מענטש. יעצט דער חילוק וואס עס ווערט למעשה געמאכט צווישן א T און א F, איז לויט ווי אזוי ער פאסט זיינע באשלוסן, און דאס איז מיין שאלה צו א מענטש קען זיך אין דעם נישט אויסארבייטן.

אויב קומט עס פון א Fi, און ער איז געזונט, און אויסגעארבעט, און ער נוצט ווייטער זיין Fi אלץ הויפט פונקציע, ער לעבט אגאנצן טאג צו טון וואס ער 'עמפאטיעט'. אויף א עבודת השם אופן פארשטייט זיך. דאן פארשטיי איך אז ער מיינט צו זאגן אזוי: דו האסט א חפץ דערצו, איך האב אויך, דו ווילסט, איך האב עס אויך אמאל געוואלט, אבער ס'דא צומאל ווען דו דארפסט אויך נוצן רצון צו זעהן צו די 'וועליו' דערפון איז טאקע א וועליו, און אויב נישט נוץ דיינע סטאפ ברעקס, און ארבעט דיך אויס אז דו זאלסט טוישן דיינע וועליוס. ארבעט דיך אויס אז דו זאלסט האבן עמפאטיע פאר די ריכטיגע זאכן. אבער קודם קוק פארוואס דו פיהלסט אזוי. נישט האק דיך אפ דערפון, און טראכט Cognitive, "איז עס טאקע אזוי, אדער נישט..."


פארוואס מיינסטו אז אויב איך וועל זאגן, אז נישט נוץ 'אויך' דיין (רצון) מח, נאר נוץ 'קודם' דיין 'מח', מיינט דאס צו זאגן "האק אפ דיינע געפילן"? פארקערט, דער עיקר 'עבודה' דארף זיין מיט געפיל, כי כל לבבות דורש השם, ורחמנא ליבא בעי. נאר דיינע געפילן זאלן נאכגיין דיין מח.

Fi איז א געטליכע זאך. איך האב דאס און דאס ליב. דאס און דאס איז א זאך וואס ערוועקט מיין עמפאטיע. פארוואס דארף איך יעצט טראכטן: איין מינוט, עס איז מיר יעצט ארויפגעקומען א עמפאטיע צו די און די שיינע בענקעל, אבער איך דארף דאך זיין מח שליט על הלב, אפשר דארף איך טראכטן מיט לאגיק: וואס איז דא דא ליב צו האבן ? פארוואס ווער אזוי איבערגענומען ? איך מיין אז איך זאל עס נישט ליב האבן. יא, איך האב ליב א תפילה ישרה סידור. פארוואס ? איך מוז נישט טראכטן מיט לאגיק פארוואס. איך מוז נישט אויסרייסן פון מיר די ליבשאפט צו עס, איך מוז נישט בארואיגן מיין 'עמפאטיע' דערצו, נאר ווייל איך האב עס נאכנישט דורכגעטראכט מיט לאגיק. א .... וועט קומען זאגן: מח שליט על הלב, דו דארפסט דיך שטארקן.



דער אמת איז, אז א מענטש וואס איז זייער א שטארקע מח שליט על הלב, וועט נישט נאר פאסן זיינע באשלוסן לויט זיין מח, נאר זיינע געפילן גייען זיך בויען לויט זיין מח. אבער דאס איז שוין א מדריגה. און איך פארשטיי אז דער וועג צו די מדריגה, איז טאקע נישט דורך צוקוועטשן געפילן, נאר דורך אזוי שטארק אויפבויען דעם 'מח' אז אויטאמאטיש זאלן די געפילן זיך בויען לויט דעם, און נישט פארקערט.

האבן מיר דען נישט געלערנט אין חובת הלבבות אז יעדער דארף ארבעטן אין א פלאץ ווי עס ציהט אים ? און מ'זאגט נישט מח שליט על הלב. אדער : אין אדם לומד אלא במקום שליבו חפץ.


ווי לאנג עס איז נישטא קיין 'פראבלעם' מיט דאס וואס ער טוט, און דער 'מח' איז מסכים מיט זיין 'פעולה', דארף נישט א מענטש שטיין מיט א 'ריכטער'ס האמערל' אויף יעדע פיהלינג. מאכט עס 'סענס' אדער נישט. כ'מיין אז דער גרעסטע T וועט דיר נישט קענען מסביר זיין פארוואס ער האט מער ליב 'קאקאש קעיק' ווי מארבל קעיק, און פארוואס ער עסט דוקא קאקאש קעיק ווייל ער האט דאס ליב, הלמאי דער 'מארבעל' מאכט אויך זאט. ס'איז שווער אלעס מסביר צו זיין. דער עיקר איז אבער אז דער מענטש זאל 'טוען' נאר וואס איז 'ריכטיג' (נישט סענסעבל) אין זיינע עיני השכל.

א INFP טראכט ביי זיך, איך האב נישט ליב א געוויסע יו"ט. זאג נישט: מח שליט על הלב, איך מוז עס ליב האבן. ניין! נאר וואס דען, איך מוז מיך אראפזעצן מיט מיר אליין, און קוקן "פארוואס האב איך עס נישט ליב? פארוואס ?..." אבער מח שליט על הלב. מח שליט על הלב מיינט, איך ארבעט אויס מיין Fi אז ס'זאל ליב האבן וואס ס'דארף ליב האבן. און אויב ס'האט זיך נישט ליב, בעהט איך השי"ת. איך מאך התבודדות דערויף. איינמאל איך זעץ מיך אוועק, און איך הער עס אויס, "פארוואס האב איך עס נישט ליב?..." קען ארויסקומען... ס'דערמאנט מיך פון מיינע שוועריגקייטן.


קודם דארף א מענטש וויסן, אז נישט יעדע געפיל וואס ער האט איז ריכטיג. און גוט פאר אים. (איך פארשטיי אז דו זאגסט די זעלבע, איך שמועס נאר אויס). יעצט אז ער האט נישט ליב א יו"ט, זאל נישט טראכטן, "דער יו"ט האט נישט מיט מיר, ווייל איך שפיר עס נישט.." ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט, וסוף הכבוד לבוא.



ס'דא א וועג פון מח שליט על הלב, וואס זיי זענען INTP. דאס מיינט, אז זיי האבן נישט קיין לב, זיי האבן ענדערש לאגיק. אבער זייער 'לב', קען פונקט אזוי זיין זייער Ti. ווען עס ציהט זיי צו דורכטראכטן זייער אייגענע וועג פשט אין די גמ', און פסק'נען די הלכה לויט זייער אייגענע סאביעקטיוו וועג וויאזוי זיי פארשטייען עס, און זיי ווילן זיך נישט בייגן צו א פסק וואס איז עלטער פון זיי, ווייל אזוי וויל מיין Ti. איז דאס זייער לב. און זיי זאלן מוחל זיין און זיין מח שליט על הלב. מח שליט על הלב מיינט 'אויסארבעטן'. ס'מיינט נישט אוועקגיין פון Fi.


דאס איז א F פונקציע, וואס דו שטעלסט אראפ... "זייער סאביעקטיוו וועג" שמעקט נישט F? אדער דארף מען אפטיילן צווישן 'לב' און 'רצון' וואס איז חלוק ווי הימל און ערד.


פון וואו קומט די קשיא ? פארוואס עפעס דארפסטו ווערן א ENTP? וועגן מח שליט על הלב ? אלץ אן NE וויל איך דיך פרעגן ? איז דיך אמאל בייגעפאלן אזא איידיע, אז א מענטש קען בלייבן אן Fi, און דאך זיין א מח שליט על הלב ? איז דיך אמאל בייגעפאלן אן איידיע אז א Fi וואס הערט נישט אויס זיינע געפילן, וואס הערט נישט אויס זיין Fi, ווערט אפגעהאקט דערפון, און ער פילט נישט מער. איז דיך אמאל בייגעפאלן די איידיע, אז ווען א INFP טענה'ט "איך פיל נישט קיין שום התעוררות ראש השנה" איז דיך אמאל בייגעפאלן, אז ס'דא א וועג אנדערש ווי מח שליט על הלב ? "


איך מיין טאקע נישט א ENTP במקור, וואס דאס וואלט זיך טאקע מער אויסגעטייטשט אלס איינער וואס האקט אפ זיינע געפילן. איך מיין א געווארענען ENTP אלס מח שליט על הלב.

איך בעהט זייער שטארק, אז אויב איינער זעהט דא אפילו נאר א ווארט, וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאל מען מוחה זיין, אדער נישט מסכים זיין.

חחחחח... איך אלס ENTP 'ענדזשוי' טענה'רייען, א מחיה. מוחה זיין? פונקט פארקערט! יישר כח פארן ברענגען א געשמאקע קלוגע דיסקוסיע צום טיש...

----

פארוואס איז אזוי צופארן, אז איך דארף פארריכטן אזויפיל מאל?...
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:42 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הוי מחשב...

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:35 pm

דיין צווייטע תגובה האב איך נאכנישט געליינט. כ'האב אריינגעהאקט. וועל איך באלד זעהן.

אהה מחיה.. ס'לעבט.
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:14 pm

ברוך השם.

באלד וועל מיר ליינען.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:27 pm

איך האב אפגעשריבן א גאנצע טוץ מיט זאכן איבער דעם 'האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע' ווערסוס תכונת הנפש, ביי מיר איז ברור אז א תכונת הנפש בלייבט ביים מענטש פאר אייביג, און דאס איז קיין שום סתירה נישט מיטן לשבר את הטבע, שטייט אין נוע''א זעלבסט אז מען קען נישט גענצליך אויסרייסן א תכונת הנפש.

מח שליט את הלב איז טייטש אז מיטן שכל איך זאל האלטן מיין מידת האהבה צו דער ארט ווי עס קומט, און צומאל אפילו נוצן דעם שכל נאכצוגעבן דעם געפיל במדה הראויה לפי תכונת הנפש.

אפשר וועל איך באלד נאכקוקן אלע מראי מקומות, פאר יעצט ראה במלבי''ם ובגר''א על הפסוק במשלי חנוך לנער על פי דרכו.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 17, 2019 1:12 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב אפגעשריבן א גאנצע טוץ מיט זאכן איבער דעם 'האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע' ווערסוס תכונת הנפש, ביי מיר איז ברור אז א תכונת הנפש בלייבט ביים מענטש פאר אייביג, און דאס איז קיין שום סתירה נישט מיטן לשבר את הטבע, שטייט אין נוע''א זעלבסט אז מען קען נישט גענצליך אויסרייסן א תכונת הנפש.

מח שליט את הלב איז טייטש אז מיטן שכל איך זאל האלטן מיין מידת האהבה צו דער ארט ווי עס קומט, און צומאל אפילו נוצן דעם שכל נאכצוגעבן דעם געפיל במדה הראויה לפי תכונת הנפש.

אפשר וועל איך באלד נאכקוקן אלע מראי מקומות, פאר יעצט ראה במלבי''ם ובגר''א על הפסוק במשלי חנוך לנער על פי דרכו.

דערבארומדיגער. דו ביסט א ENFP דערפאר וועסטו שרייבן די ווערטער: מח שליט את הלב איז טייטש אז מיטן שכל איך זאל האלטן מיין מידת האהבה צו דער ארט ווי עס קומט,
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 17, 2019 2:07 pm

מחשב האט געשריבן:אוטש... איך האב שוין געטראכט צוואנציג זאכן ביז כ'האב געענדיגט ליינען דיין זיסע שפראך, דריי פערטעל האב איך שוין פארגעסן.. Ti' קום אהער דא, כ'דארף אביסל סדר, כ'בין צומישט, אה... אט אזוי זיי דיר מסדר דבר דבור על אופניו.

כ'מיין אז כ'גיי טוען אזוי ווי נשמה פירט זיך, כ'גיי נעמען א לאנגע תגובה, כ'גיי ליינען א שטיקל און מגיב זיין דערויף, יעדע שטיקל באזונדער, עמיר זען וואס ס'עט ארויסקומען

די צוואנציג זאכן קומט פון Ne דיין הויפט פונקציע. דו זאגסט אזוי : Ti' קום אהער דא, כ'דארף אביסל סדר, כ'בין צומישט, אה... אט אזוי זיי דיר מסדר דבר דבור על אופניו. ס'איז נישט אז Ti מאכט 'סדר', אזוי ווייט ווי דו ברענגסט ארויף דיין Ti ; דו ברענגסט ארויף דיין לאגיק וואס דו האסט אין דיר אויפגעבויעט ביז היינט ; דו נעמסט עס אריין אין דיין Ti לאגיק, דעם דאטא, די איפארמאציע, און דו ערווארטסט אז ס'גייט צוריק ארויסקומען פון דארט די לאגישקייט ארום דעם. האסטו געטראכט אזוי: כ'גיי נעמען א לאנגע תגובה, כ'גיי ליינען א שטיקל און מגיב זיין דערויף, יעדע שטיקל באזונדער, עמיר זען וואס ס'עט ארויסקומען דאס הייסט, כמנהג Ti. אבער אנדערש ווי איך פיר מיך. איך נעם א שטיקל, און מיינע געפילן טראגן מיך, איך לאז מיך טראגן פון מיינע געפילן, אז זיי זאלן מיר זאגן וואס צו שרייבן. זיי זאלן מיר דערמאנען וואס זיי זענען שוין אלץ א דורך אין מיין לעבן, און זיי זענען וואס טרייבן מיר וויאזוי צו ענטפערן. איך קוק מיט די Ne צו ס'שטומט, אבער וואס צו שרייבן: דאס האט צו טון מיט אן אגענדע מער און מער ארויסצוברענגען, אז איך זאל מער און מער אליין וויסן און פארשטיין מיינע געפילן. מיין 'אהבה'. וויסן וואס איך האב ליב און וואס נישט.

דיין Ti נוצט לאגיק ! די דבר דבור על אופניו, די 'אופניו' איז: וויאזוי עס האט ביי מיין Ti א לאגיק. דאס איז די 'אופניו'. דו נעמסט דעם 'דבר' און דו מאכסט עס 'דבור', על אופניו, לויט וויאזוי דו האסט אויפגעבויט אין דיין קאפ א מהלך צו פארשטיין א אישו.

יעצט, לאמיר זאגן איינער זאגט דיך: לאגיש זאלסטו לאגישן, אבער שרייבן די ענטפער זאלסטו גיין לויט דיינע געפילן. דאס מיינט, אז דו זאלסט בעיקר פרובירן זיך מער צו באקענען מיט דיינע אייגענע 'אהבות'. וואס דו האסט מער ליב. אבער גיי נישט מיט לאגיק. אזוי שפיר איך ווען דו זאגסט: לאז דיינע עמפאטיע'ס אין זייט. און טוה לויט דיין פארשטאנד. איך שפיר ווי איך Dismiss א שטארקער חלק אין מיר. ווי איך מאך מיך נישט צו טון.

אזוי ווי - למשל - דו ווילסט דיך נעמען בויען דיין סוכה, און איינער זאגט דיך: וויאזוי עס צו בויען לאגיש זאלסטו לאגישן, אבער אויף למעשה זאלסטו זיך לאזן פירן פון דיין געפילישער Taste, און זאלסט נישט קוקן אויף לאגיק. ס'פילהט זיך ווי נוצן די "לינקע" האנט אנשטאט די "רעכטע". א Fi שפירט און לעבט און איז באוואוסטזיניגט און הערט בהכרח וואס זיינע געפילן רעדן צו אים, אויב ער מאכט אפ ביי זיך: איך גיי דאס נישט אויסהערן, שפירט ער ווי: "איך גיי אנהייבן נוצן נאר מיין לינקע האנט, און נישט מיין רעכטע. קענסט נישט זאגן, קענסט אויך נוצן די רעכטע, וואס איז די 'אויך' ? די גאנצע Fi איז דא צו וויסן "וואס און וועם האב איך ליב..."

אזוי ווי ווען איינער זאל דיר זאגן: אפילו דו פארשטייסט א פסוק חומש, א פשט אין רמב"ן, זאלסטו עס אבער נאר דורכזאגן מיט געפיל, אן פארשטיין. נוץ נישט דיין לאגיק אויף למעשה. איך וויל דיך ערקלערן ווי ווייט א Fi איז א Fi. אזוי ווייט וויפיל דו ביסט א Ti. אזוי ווייט ווי דו האסט ליב, און דו האסט תענוג פון ארויסהאבן א זאך מיט טיפע לאגיק, און דו שפירסט זייער אומבאקוועם ווען דו קומסט אויף א פלאץ וואו דו טארסט נישט נוצן לאגיק כדי צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין אין דעם פלאץ. און אפילו אויב דו ווייסט יא די Ti אופן וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, טארסטו עס אבער נישט אפעלירן אויף למעשה, נאר דו דארפסט נוצן 'געפיל'. דו שפירסט: וואס האב איך מיט דעס מין נארישע זאך וואס הייסט "וויאזוי אזאך מאכט מיך פילן..." אזוי שפירט א Fi ווען דו זאגסט אים אז אויף למעשה זאל ער גיין מיט לאגיק. ער שפירט ווי "אבער איך פיל..." אזוי ווי דו וואלסט געזאגט: "אבער איך פארשטיי אז ס'טויג נישט... וויאזוי קען איך טון פארקערט וויאזוי איך פארשטיי..." טון מיט לויט לאגיק פאר א Fi מיינט טון פארקערט ווי זיין Fi. אויב דו זאגסט אז ס'מיינט נישט פארקערט ווי די Fi, איז ער נאר אזוי ווי דערבארומדיגער האט געזאגט: מ'דארף פירן דעם Fi לויט שכל. אבער בלייבן מיט די Fi.

ביי א Fi איז עס א חלק פון אים. וכל מאן דאפריש מאינון כאילו אפרש... ער שפירט ווי ער ווערט 'טויט' חלילה. אזוי ווי דו וואלסט געשפירט ווען דו טארסט נישט נוצן אזאך לויט דיין שכל. ממש אזוי. דו טראכסט, אזוי ווייט ? יא! א Fi אפילו ער ווייסט אז לאגיק דארף ער גריסן איינעם, אויב אבער ער שפירט זיך אומבאקוועם דערמיט, קען ער זיך נישט ברענגען דערצו. ס'שווער. אפילו אויב לאגיק פארשטייט ער אז ס'גייט אים ברענגען בענעפיטן. פונקט אזוי ווי א Ti, אויב ער שפירט אז 'געפיליש' וויל ער גריסן איינעם, אבער לאגיק גייט עס אים ברענגען אומארדענונג, גייט ער זיך נישט קענען ברענגען יענעם צו גריסן. ווייל זיין Ti זאגט אים 'סטאפ'. אזוי ווי דו שרייבסט: ס'מיינט געווענליך אז ער האט געוויסע 'זייטיגע שוועריקייטן' וואס וועגן איבער זיין עמפאטיע, און ליבשאפט. און מאכט אים דאס שווער צו טוען. אבער דער Fi האט פונקט דאס פארקערטע אהבה מקלקלת השורה.

דאס וואס דו שפירסט ווען איך זאגט דיר: דיין שכל זאל נאכגיין דיינע געפילן. אזוי שפיר איך ווען דו זאגסט מיר: דיינע געפילן זאלן נאכגיין דיין מח. נאר וואס דען, מח שליט על הלב מיינט אזוי ווי דערבארומדיגער שרייבט: מאך מער דיין אהבה צו זאכן וואס מ'דארף און מ'מעג.

ווען דו זאגט מיר די פאלגנדע ווערטער: קודם דארף א מענטש וויסן, אז נישט יעדע געפיל וואס ער האט איז ריכטיג. און גוט פאר אים. (איך פארשטיי אז דו זאגסט די זעלבע, איך שמועס נאר אויס). יעצט אז ער האט נישט ליב א יו"ט, זאל נישט טראכטן, "דער יו"ט האט נישט מיט מיר, ווייל איך שפיר עס נישט.." ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט, וסוף הכבוד לבוא. שפיר איך די זעלבע ווי דו וואלסט געשפירט ווען איך זאג דיר: קודם דארף א מענטש וויסן, אז נישט יעדע זאך וויאזוי ער פארשטייט אז דאס איז די וועג וויאזוי עס איז ריכטיג און גוט פאר אים, איז טאקע די וועג צו טון. יעצט, אז ער האט נישט ליב עפעס ווייל ער פארשטייט מיט זיין Ti אז ס'איז נישט גוט, זאל ער נישט טראכטן, ס'האט נישט מיט מיר, ווייל איך פארשטיי אז ס'גייט מאכן א דיזעסטער, ניין, ער זאל טראכטן ס'האט יא מיט מיר, איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען, אפגעזעהן צו איך פארשטיי אז עס גייט נישט זיין - חלילה - גוט.

ביסט נישט דער ערשטער מענטש וועם איך וויל אויפווייזן אז א Fi ארבעט אויף אן אופן ווי די ווערטער טוען אים זייער צעקלאפן. ווי כאילו השי"ת האט באשאפן מענטשן וואס אפילו זיי זענען געלינקטע מוזן זיי שרייבן דוקא מיט די רעכטע האנט. ס'שפירט זיך זייער אומבאקוועם צו הערן אזאנע אנווייזונגען. זייער אומבאקוועם. ס'שפירט זיך ווי די וועלט חלילה איז אקעגן מיר. איך וויל דיך פרעגן: פארוואס די אלע וואס זענען Ti, זיי באקומען פיין "צו עסן" פון די הייליגע תורה. אויב זיי פארשטייען נאך נישט א יו"ט, איז דא ספרים וואס זענען מסביר אז די 'לאגיק' זאל פארשטיין די טעמי יו"ט, און עס איז אפילו דא איין מצווה פון פרה אדומה, וואס שלמה המלך האט געזאגט דערויף: אמרתי אחכמה והוא רחוקה ממני, און מיט דעם אלעם זאגט רש"י, אז די יצר הרע טשעפעט און איז מצער, און מ'נעמט זיך אזוי אן פאר די Ti. אבער ווען עס קומט צו Fi, זאגט מען: ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט

פארוואס, ביי מצוות זאגט מען נישט אזוי, נאר מיט דעם אלעם איז דא גענוג און נאך טעמי המצוות. און מ'זאגט נישט: ניין, די מצוות האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פארשטיי צו נישט. נאר די הייליגע בני יששכר זעצט זיך אוועק און ער איז דיך מסביר לאגיש פאר דיין Ti די אלע טעמי ורמזי היו"ט, אבער Fi, ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט פארוואס?

פארוואס זאל א Ti נישט פארשטיין, אז דו דארפסט אלעס פארשטיין מיט לאגיק, און דו פארשטייסט זייער גוט אז אפילו אין "פארבאטענע" ערטער איז דא גענוג און נאך וועגן וואס זענען דירעקט געשטעלט צו פארשטיין געבן דעם Ti. ווי למשל דער מהר"ל מפראג. קומט דער מהר"ל און ער איז דיך מסביר 'לאגיש' די גאנצע פסח, מיט די אלע צעהן מכות. ער זאגט נישט: ניין, די מצוות האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פארשטיי צו נישט, וסוף הכבוד לבא. נאר ער זאגט: קום איך וויל דיר ערקלערן. און ס'איז נאך א גאנצע מצווה צו לערנען די 'לאגישקייט' דערפון.

איז דען די תורה הקדושה נאר פאר Ti, אדער פאר Te, אדער פאר Ni און פאר Ne אדער נאר פאר Se און Si ?

און אפילו דו וועסט זאגן אז די טעמי המצוות זענען נאר כדי דער מענטש זאל וויסן עד היכן הדברים מגיעין, ווייזט דאס אז מ'האט פארשטאנען אז א Ti וועט ווערן נאנטער צום באשעפער דורכ'ן פארשטיין די 'לאגיק' דערפון. פארוואס ? פארוואס זאגט מען נישט: מ'דארף טון אן פארשטיין, און 'סוף הכבוד לבא'... ווייל מ'ווייסט אז ס'ברענגט נענטער. פארוואס ברענגט עס 'נענטער' ? וואס געשעהט מיט א Ti ווען ער לערנט מהר"ל ? וואס איז די רצון אז ס'זאל געשען מיט אים ? נאר מזאגט אזוי: סתם אזוי אין דיין לעבן, באגייסטו דיך מיט 'פארשטאנד'. און אויב דו 'פארשטייסט' עפעס, ביסטו מער דערין. וויל איך אז דו זאלסט זיין מער אינעם יו"ט. מער אינעם שב"ק.

די זעלבע זאך איז מיט Fi. סתם אזוי אין דיין לעבן ווילסטו נאכגיין אזאך וואס מאכט דיך פילן גוט. דא וויל איך אויך אז דו זאלסט פילן גוט דוקא צו תורה ומצוות און צום רצון השי"ת.

די סטעטמענט: ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט, וסוף הכבוד לבוא. איז א Ti סטעטמענט. נאר א Ti קען דאס זאגן, דהיינו, א Fi קען דאס נישט זאגן. א Fi זאגט: איך וויל אז דו זאלסט שפירן אז די יו"ט איז גוט. לערן חסידישע ספרים, זאג תהלים, טו תשובה, רייניג דיך פון עבירות, אבער - אויב ביסטו א Fi שפיר. אוודאי און אוודאי אויב מ'שפירט נישט איז מען נאך אלץ מחויב, אזוי ווי דער Ti ווייסט אז אויב מ'פארשטייט נישט איז מען נאך אלץ מחוייב. אבער ער נוצט נישט דעם סטעטמענט נאר ביי פרה אדומה וכדו', און אויך דארט קומט שלמה המלך און זאגט זיין סטעטמענט, אמרתי אחכמה והוא רחוקה. ווי איינער זאגט: ס'איז א חוקה און שוין. מ'בארואיגט זיך דערמיט. און מיט דעם אלעם, וועט דער ספר הק' און יענער ספר הק' רעדן דערפון אזוי נישט מיר און נישט דיר, און מסביר זיין דעם טעם פון פרה אדומה.

מ'דארף טון אפילו ווען מ'פילט נישט ? יא. אבער 'פארשטיי' אז ס'איז פונקט אזוי שווער דאס צו הערן, ווי ווען א Ti הערט: מ'דארף טון אפילו ווען מ'פארשטייט נישט.

איך גלייב נישט אז ס'דא אזא זאך ווי: א געווארענער ENTP אלס מח שליט על הלב.

און דאס וואס דו שרייבסט: פארוואס איז אזוי צופארן, אז איך דארף פארריכטן אזויפיל מאל?.. די צעפארנקייט קומט פון Ne. אז עס וועט נישט זיין קיין צעפארנקייט, און נישטא קיין שעפערישקייט.

והשם הטוב יעזור. איך זאג נאכאמאל, אויב איינער זעהט אז איינע פון מיינע ווערטער טויג נישט, זאל ער זיך דערווייטערן דערפון. איך שרייב נאר לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט אז מ'מעג אזוי שרייבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מאי 17, 2019 4:45 pm

א ENFP געדענקט נישט קיין דאטא, ער 'קאנעקט' צו דאטא.

צו א טעלעפאון נאמבער קען איך זיך אוודאי נישט קאנעקטן, געדענקן געדענק איך נישט, בלייבט איבער צו נוצן א טעלעפאון בוך.

אז א געוויסער אמעריקאנער דיפלאמאט האט ארויסגעוויזן שטייפקייט און איבערגעלאזט א צעטיל אויפן טיש ''מיין טעלעפאון נומבער איז 7175654747 רופטס מיר ווען ענק זענען גרייט צו פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן'' פאר א לאנד וואס האט נישט געהאלטן ביים נאכגעבן קיין זיז כל שהוא, דאס געדענק איך אפילו 20 יאר שפעטער.
--
להבדיל אלף אלפי הבדלות לאין מספר.
איך געדענק נישט צו ר' מאיר האלט אז מען איז יא יוצא מיט מצה פון מעשר שני אדער נישט, אבער אויב זאל ווען זיין 'בעל השמועה כנגדו' וואלט איך אפשר געדענקט.

א אגדתא וואס ר' עקיבא זאגט וועל איך ענדערש געדענקן דעם בעל המימרא ביים נאמען ווייל איך האב א גאנצע פאזל און קאפ ארום ר' עקיבא, פון זיינע רבי'ס ר' אליעזר און ר' יהושע, נחום איש גם זו, פון זיינע יארן אלץ עם הארץ, פון שלח נא ביד תשלח זו ר''ע, פון זיין אויפשטעלן די תנאי בעלי המשנה די פינעף תלמידים וואס פארנעמען לכאורה האלב פון משניות, נכנס בשלום ויצא בשלום, השיג שער הנו''ן, יצאה נשמתו באחד, וכו' וכו'
אלזא א דבר אגדה פון ר''ע וועט לכאורה זיך אריינשטעלן אינעם גאנצן בילד וואס איך האב איבער ר''ע, דען איך בין איבערגענומען פון די תולדות פון ר''ע.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מאי 17, 2019 4:48 pm

נשמה האט געשריבן:דערבארומדיגער. דו ביסט א ENFP דערפאר וועסטו שרייבן די ווערטער: מח שליט את הלב איז טייטש אז מיטן שכל איך זאל האלטן מיין מידת האהבה צו דער ארט ווי עס קומט,


איך מיין אז דאס שטייט אין אלע ספרים, יתכן אז איך טרעף דאס אין די ספרים ווייל איך טרעף און געדענק נאר דאס וואס מיין נפש איז מסכים דערמיט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 19, 2019 2:26 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א ENFP געדענקט נישט קיין דאטא, ער 'קאנעקט' צו דאטא.

צו א טעלעפאון נאמבער קען איך זיך אוודאי נישט קאנעקטן, געדענקן געדענק איך נישט, בלייבט איבער צו נוצן א טעלעפאון בוך.


ב"ה. די סיבה פארוואס דו געדענקסט נישט קיין טעלעפאון נומבער איז, ווייל די רגע דו ווילסט איינ'חזר'ן די נומער, קומט דיין Ne ערשטע פונקציע און זאגט: וואס עפעס דוקא דעס? דו ווילסט נישט ווערן 'פארשפארט'.

אז א געוויסער אמעריקאנער דיפלאמאט האט ארויסגעוויזן שטייפקייט און איבערגעלאזט א צעטיל אויפן טיש ''מיין טעלעפאון נומבער איז 7175654747 רופטס מיר ווען ענק זענען גרייט צו פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן'' פאר א לאנד וואס האט נישט געהאלטן ביים נאכגעבן קיין זיז כל שהוא, דאס געדענק איך אפילו 20 יאר שפעטער.


איז עס אפשר די נומער, אפשר טאקע נישט. דער נומער האט דאך א Te אויסשטעל. ס'האט א לאגישע סדר. וואס וואלט געווען ווען דער נומער וואלט געווען 6208314902 דאס האט עפעס א סדר? איך האב עס געמאכט די ווייניגסטע לאגישקייט אינעם סדר זינען.
להבדיל אלף אלפי הבדלות לאין מספר.
איך געדענק נישט צו ר' מאיר האלט אז מען איז יא יוצא מיט מצה פון מעשר שני אדער נישט, אבער אויב זאל ווען זיין 'בעל השמועה כנגדו' וואלט איך אפשר געדענקט.

דארפסט נישט שרייבן 'לאין מספר' ווייל ס'האט נישט קיין מספר. Ne צעמישט, פאר'דוקא. ער וויל נישט אז ס'זאל זיין א "איך בינד מיך אראפ אז דאס איז עס..." ער וויל צעמישן, אזוי בלייבן די אפציעס אפן. אז נישט פיהלט מען דערשטיקט. נייע איידיעס ווערן ווייניגער. צו ר' מאיר האלט אז מ'איז יא יוצא מיט מצה פון מעשר שני צו נישט. ס'איז אין פסחים לח, ר' מאיר האלט אז מ'איז נישט יוצא. איך האב אפילו נישט געדענקט אז ר' מאיר איז איינע פון די דיעות, און איך מיין אז איך האב אפילו נישט געדענקט צו ס'איז א מחלוקה. איך האב אבער יא געדענקט אז ס'דא אזא רעדע צו מ'איז יוצא מיט מעשר שני בירושלים.

די סיבה פאר'ן נישט געדענקען קען קומען שטארק פון די Si Inferior Function. דאס הייסט, אז ווייל מ'וויל זייער שטארק אז עס זאל זיך ערשאפן נייע איידיעס, לייגט מען נישט אוועק. אזוי ווי: די טעלעפאון נומער איז דאס און דאס, און ? געמער עפעס א נייע איידיע... וואסערע חיות האט מיר שוין אז די טעלעפון נומער איז דאס און דאס ? אזוי ווי ווען דו מאכסט בילדער אין זאמד. דו מאכסט די בילד, און דו צעווארפסט עס, כדי צו מאכן א נייע איידיע. דו ווילסט נישט אז די וועלט זאל דיר ווערן אוועקגעשטעלט מיט נאר: דאס און דאס און שוין. איך האב אליין געזעהן אז ISTJ - וואס זייער ערשטער און הויפט פונקציע איז Si, געדענקען טעלעפאון נומערן, ממש ווי זיי וואלטן עס האבן אריינגעקריצט.

פארוואס ? זיי בעפארצוגן, צו מאכן די עיקר וועלט וואס זיי עקספיריענסן, אלץ דאס איז עס געווען, און אזוי זאל עס בלייבן. ארום און ארום מעג זיך טוישן 'אביסל', אבער דאס און דאס איז די טעלעפאון נומער. אזוי און אזוי איז די נומער שלאס, אזוי און אזוי איז די וועג צו דאווענען. אזוי און אזוי איז די וועג צו טון עפעס. איינמאל Si האט געמאכט א לייכטע ליין מיט א פענסיל, וועלן זיי ליב האבן אז יענע ליין זאל בלייבן. דו - אלץ א Enfp - ווילסט אויך אין א געוויסן זין אז זאכן זאלן בלייבן אזוי ווי עס איז. איך גלייב אז דו האסט דאך ליב זיך צו דערמאנען "וויאזוי עס האט אמאל אויסגעזעהן די לעבן..."

דו כאפסט וואס ס'גייט פאר ? דו כאפסט פארוואס א ENFP אדער ESFP האט נישט 'איין און די זעלבע "באס רוט" יעדן טאג..." א Ne וויל נישט מאכן דעם זעלבן ליין נאכאמאל. ער וויל נישט האבן דעם זעלבן טאג נאכאמאל. א Si, אדרבה ואדרבה. זאג מיר פונקטליך וויאזוי איך האב עס עקספיריענסד נעכטן, ווייל איך וויל האבן דעם זעלבן עקספיריענס היינט אויך.

איינע פון די אופנים פון געדענקען איז: איבער'חזר'ן. וויאזוי ארבעט עס ? די מח - אונטערנבאוואוסטזיין - דערמאנט פארן מענטש: ר' מאיר האלט אז מ'קען נישט יוצא זיין מיט מצה מעשר שני. און אינאיינוועגס איך האב אויך פאר דיר א נייע איידיע וואס איז מיר יעצט בייגעפאלן. ווילסט געדענקען וואס ר' מאיר האלט אדער דו ווילסט ענדערש די נייע איידיע? דער Ne זאגט: איבער'חזר'ן ? געמער ענדערש די נייע איידיע. וויפיל חיות האט שוין 'איבער'חזר'ן. דער Si זאגט: אוודאי וויל איך עס געדענקען: נאכאמאל איבער'חזר'ן, איך פיל א חיות דערין: ר' מאיר האלט אז מ'קען נישט יוצא זיין מיט מצה מעשר שני. וואסערע חיות האט א נייע איידיע ?

דו כאפסט פארוואס א Ne איז אזוי נישט מסודר. איך זאג דיר, אז א Ne אלץ הויפט פונקציע קען ליידן פון ענקזייעטי, נאר ווייל די וועלט שאקלט זיך, פון אזוי אומ'מסודר'דיגקייט.

א אגדתא וואס ר' עקיבא זאגט וועל איך ענדערש געדענקן דעם בעל המימרא ביים נאמען ווייל איך האב א גאנצע פאזל און קאפ ארום ר' עקיבא, פון זיינע רבי'ס ר' אליעזר און ר' יהושע, נחום איש גם זו, פון זיינע יארן אלץ עם הארץ, פון שלח נא ביד תשלח זו ר''ע, פון זיין אויפשטעלן די תנאי בעלי המשנה די פינעף תלמידים וואס פארנעמען לכאורה האלב פון משניות, נכנס בשלום ויצא בשלום, השיג שער הנו''ן, יצאה נשמתו באחד, וכו' וכו'
אלזא א דבר אגדה פון ר''ע וועט לכאורה זיך אריינשטעלן אינעם גאנצן בילד וואס איך האב איבער ר''ע, דען איך בין איבערגענומען פון די תולדות פון ר''ע.


איך פרוביר צו כאפן פארוואס 'אגדתא' וועסטו ענדערש געדענקען דעם בעל המימרא. איך קען שפירן אז ס'האט אין זיך אן אמת, אז אגדתא דארף זיך געדענקען מער, איך פלאג מיר נאר צו כאפן פארוואס ? איין זאך טראכט איך ווייל אגדתא איז מושך את הלב. אויף אונזער שפראך Fi. א יוד שפירט אז ער האט עס ליב. ס'איז מושך. קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס דו וועסט ענדערש געדענקען די בעל המימרא'ס נאמען. דו ווילסט זאגן ווייל דו האסט שוין א גאנצע פאזל ארום ר' עקיבא, און ווער זיינע רבי'ס זענען געווען. מיין שאלה איז: פארוואס טאקע? די תירוץ קען האבן צו טון מיט Fi. דו האסט ליב ר' עקיבא. זיין פלאג אויף תורה. זיין מסירת נפש אפילו ווען מ'האט אים געשינדעט די הויט. דו האסט ליב ווי זיין ווייב רחל האט זיך אזוי מקריב געווען פאר תורה. (רחל האט זי געהייסן. יא?) דו האסט ליב זיין הארץ. דו האסט ליב די 'געלעכערטע שטיין'. ס'רעדט צו דיין נשמה.

דאס איז וואס איך טענה: א Fi דארף זעהן אז כל התורה כולה זאל רעדן צו זיין לב. דו שרייבסט אליין: איך בין איבערגענומען פון די תולדות פון ר"ע. (איך אויך...)

דו געדענקסט די פינף בעלי המשנה ביים נאמען ? איך נישט. נכנס בשלום ויצא בשלום, יא, דאס קלאפט אין קאפ. אבער ווער זענען געווען די אנדערע ? אחר, ווער נאך ? בן עזאי ? ווער נאך ? ווער איז הציץ ונפגע ? ביי מיך איז דאס שוין בלורי.

די איבערגענומענקייט פון די תולדות פון ר' עקיבא קען האבן צו טון, ווייל דו ווילסט אויך אביסל Si. אזוי ווי א ISFJ וועט אויך ליב האבן 'חידוש'. נישט אויב די סקעדשול ווערט פאררוקט, אבער 'חידוש' אינעם סקעדשול אמאל אמאל אמאל, איז גאנץ גוט. אדער אמאל אמאל צעפארנקייט ערגעץ אין האטס ספרינגס עסט זיך פיין. אדרבה.

איך וואלט זייער ליב געהאט צו ליינען א מאפע פון די תולדות. דא איז געווען דער רמח"ל, און דא דער מהר"ל, דא די תניא, דא די חת"ס, און דא ר' נתן מברסלב, דא די שואל ומשיב. דא די קדושת לוי. וכו'. איך האב עס ליב, מיינט נישט אז איך קען. די סיבה פאר'ן ליב האבן איז: ווייל איך ווייס אז אין דעם בין איך שוואך. און איך וואלט געוואלט. איך וואלט געוואלט געדענקען גאנץ ש"ס אויך. איך וואלט געוואלט.

ווען איך טרעף איינער וואס איז דאס מסדר, וועל איך עס זייער זייער ליב האבן צו ליינען. ליב האבן, מיט נוצן, די Si פונקציע, איז נישט די זעלבע זאך. סוף סוף ווען עס קומט 'בחירה טיים'. און דו האסט אן אויסוואל צווישן א נייע איידיע, און צווישן איבער'חזר'ן. וועסטו ענדערש וועלן די נייע איידיע.

(אגב, וואס מיינט קשה עתיקא מחדתא ? אזאך וואס די Ti האט שוין פארשטאנען, איז עס שווערער נאכאמאל צו צענעמען. ער האט שוין באשלאסן די זאך דערפון.)

יצאה נשמתו באחד ולא באהבת. אבער פארשטייט זיך אז עס וועט ליגן אין דיין קאפ, אזוי ווי ספרים ביי שונות. צעמישט. ביי א Ni איז אלעס מסודר.

איך וויל דיר ארויסברענגען איז אזוי: א ISTJ וועט זאגן: איך האב אויך זייער ליב 'חידושים'. ממש אגאנצן טאג וויל איך מאכן חידושים. אדער א ENFP וועט זאגן: איך האב אזוי ליב די 'אמאל'. איך בענק מיך אזוי שטארק צו די אופן וויאזוי איך האב עקספיריענסד א שבת טיש ווען איך בין געווען א יונגעל. אדער א ESFJ וועט זאגן, דו ווייסט וויפיל איך טראכט ? איך האלט אין איין טראכטן. ס'איז אבער נישט די זעלבע זאך.

דער ISTJ, אמת טאקע אז ער האט ליב חידושים. האט ער אבער נישט ליב צו נוצן Ne ענדערש ווי Si. דער ENFP אפילו ער בענקט זיך אזוי שטארק צו די שפיר פון דערהיים, פון אמאל, וועט ער אבער נישט נוצן ענדערש זיין Si ווי Ne. ער בענקט זיך, ווייל ער ווייסט אז ער נוצט צופיל Ne, און ער ווייסט אז אביסל וואלט געווען גוט ווען ער קען ווען מער 'איבער'חזר'ן וואס ער האט געלערנט. מער זיך אויפפירן אזוי ווי נעכטן. וכו'.

שוין. והשם המרחם על כל מעשיו יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג מאי 21, 2019 2:13 am

נישט געהעריג געליינט, אבער די נקודה פון ר''ע איז אז געווענליך וועט יעדע דבר אגדה אריינגיין אינעם פאזל און עס וועט זיך מיר וועבן א ביאור פארוואס דוקא ר''ע האט אזוי געזאגט, עס וועט ווערן צוזאמגעשטעלט מיט איינס פון די ענינים וואס האבן א שייכות מיט ר''ע.
--

די טעלעפאון נומבער איז נישט די עכטע נומבער, און איך וואלט עס נישט געדענקט אגב די מעשה... איך געדענק נאר די מעשה אליין, אפילו איך האב קיינמאל נישט געליינט די מעשה אין די לעצטע ווייסעך וויפיל יאר, ווייל איך האב קאנעקטעד צו די מעשה.

איך געדענק אז איך האב זיך גע'טענה'ט מיט א אינגערמאן וואס איז בקי אין יעדן מג''א אין הלכות שבת, ער געדענקט דעטאלן זייער גוט, און ער האט עפעס געזאגט אז ר''י ששפורט וועם דער רבי ברענגט אראפ און ויואל משה איז אמאל געווען ביים חתם סופר--- און איך האב אים איבערגעהאקט אז דאס איז אוממעגליך, ר''י ששפורט איז ביים חת''ס נישט געווען! דאס קען נישט זיין!

ער איז אבער געווען איבערצייגט אז איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטן, והא ראיה: ''דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווען דער ר''י ששפורט איז געבוירן געווארן און ווען ער איז נסתלק געווארן, דו זאגסט נאר איין זאך 'ביים חתם סופר נישט' , אויב דו ווייסט נישט ווען ער איז נסתלק געווארן פון ווי ווייסטו אז ער איז נישט געווען ביים חתם סופר?"

אבער ביי מיר איז געווען א דבר פשוט אז די 2 האבן געלעבט אין אנדערע תקופות, ווייל אפילו אויב מען איז נישט קיין S ווייסט מען אבער די קאנצעפטס זייער גוט, עס איז דא א פאזל און מח פונעם חת''ס און עס איז דא א שטיקל ידיעה און קאפ פון מהר''י ששפורט, און מען שפירט ווי די 2 זאכן גייען נישט אינאיינעם.

---
איך האב געוואלט אביסל וויסן תולדות הצדיקים לויט די יארן, אבער איך האב אויפגעגעבן, איך האב זיך איינגעחזרט די יארן פון עטליכע צדיקים, און דערנאך ווייס איך שוין א בערך'דיגע 'תקופה' פון די אנדערע צדיקים.

דער בעש''ט איז נסתלק געווארן תק''כ, און איך ווייס אז דער בעש''ט האט זיך געזען מיטן פני יהושע, איך ווייס אז דער פני יהושע איז געווען אין די צייט פון די מחלוקה צווישן רב יונתן אייבשיץ זצ''ל און דער עמדין, דער נודע ביהודה איז אויך געווען אין די זעלבע תקופה, ער האט געלערנט אינעם בראדער קלויז מיט ר' גרשון קיטובער, דאס געדענק איך צוליב א שטארקע מעשה וואס איז דארט פארגעקומען ווי די 2 גאונים וצדיקים האבן זיך ארויסגעשטעלט אנטקעגן דעם ראה''ק דארט מיט מסי''נ.

אקעי, איך געדענק אוודאי נישט וועלכע יאר דער נודע ביהודה איז אוועק, אבער א שטיקל סדר איז דא.

דער רמ''א איז נסתלק געווארן 333 דהיינו של''ג ביום ל''ג בעומר, ער איז געווען אין די זעלבע צייט ווי דער בית יוסף און דער מהרש''ל, דער רמ''א און מהרש''ל האבן זיך א סאך געשריבן, דער בית יוסף איז געווען אין צפת מיטן אלשיך הקדוש, בערך אין יענע צייט איז געווען דער אריז''ל מיטן רמ''ק, חרדים, ועוד בעלי מקובלים.

פאר מיר איז דאס א שטיקל סדר, אבער ווען א היסטאריקער וואס איז גוט מיט נומבערס וועט ליינען מיינע ווערטער וועט ער מיר אויפפאטשן פאר כעס, אמער, מען רעדט דא חילוקים פון 10 -20 יאר! און דאס אז איבער די פטירת רמ''א איז דא וואס זאגן אז ער איז נסתלק געווארן א יאר פריער (אדער שפעטער) האב איך בכלל נישט דערמאנט!

אבער פאר מיר איז דאס א שטיקל מהלך צו וויסן בערך ווען געוויסע זאכן זענען פארגעקומען.

דער שך מיטן טורי זהב זענען געווען אין די זעלבע תקופה, דער ש''ך קריגט שארף אויפן טורי זהב און דער טורי זהב האט צוגעטיילט כבוד פארן שך ווי דער ש''ך שרייבט עס אליין, קען איך דאך געדענקן אז די 2 האבן זיך געטראפן, און דאס קען איך אויך געדענקן אז זיי האבן געלעבט אין די צייט פון שנת ת''ח, די (פעיקע) מעשה מיט אסתר בת הש''ך האב איך אוודאי געליינט, אלזא די ש''ך מיט שנת ת''ח איז גרינג צו געדענקן, יעצט ווייס איך אביסל וועגן דער ש''ך, טו''ז, דער ב''ח וואס איז געווען דער שווער פונעם טו''ז, וכדו'.

דער חתם סופר איז נסתלק געווארן ת''ר (איינגעחזרט עטליכע מאל) דער דברי חיים תרל''ו. און יעצט האב איך ווייטער א שטיקל השגה איבער תלמידי בעש''ט, איך ווייס דאך אויף אזויפיל אז הרה''ק ר משה רוזוואדאווער האט זיך נישט געטראפן מיט הרה''ק ר' מענדעלע רימאנובער זכותם יגן עלינו

אז דער תניא איז געווען ביים מעזריטשער מגיד, אז דער גר''א איז געווען אין יענע צייטן, אז דער אוהחה''ק איז געווען אין די צייט פון בעש''ט (דער בעש''ט האט דאך געוואלט פארן צו אים) די אלע זאכן איז מיר לייכט צו געדענקן, און דערנאך האב איך א שטיקל סדר פון די יארן לויט די פאר צדיקים וואס איך האב זיך איינגע'חזר'ט שנת הסתלקותם.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג מאי 21, 2019 2:50 am

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א ENFP געדענקט נישט קיין דאטא, ער 'קאנעקט' צו דאטא.

צו א טעלעפאון נאמבער קען איך זיך אוודאי נישט קאנעקטן, געדענקן געדענק איך נישט, בלייבט איבער צו נוצן א טעלעפאון בוך.


ב"ה. די סיבה פארוואס דו געדענקסט נישט קיין טעלעפאון נומבער איז, ווייל די רגע דו ווילסט איינ'חזר'ן די נומער, קומט דיין Ne ערשטע פונקציע און זאגט: וואס עפעס דוקא דעס? דו ווילסט נישט ווערן 'פארשפארט'.


איך פארשטיי עס אביסל אנדערש, איך פארשטיי אז עס פעלט מיר די פשוט'ע סקיל אויפצוכאפן די נומבער.

ווען דו זאגסט פארן וואנט: געדענק גוט מיין טעלעפאון נומבער xxx-xxx-xxxx וועט דער וואנט נישט הערן וואס דו רעדסט ווייל ער האט נישט קיין חוש השמיעה, און אויב וועסטו רעדן אין א לענדליין טעלעפאון וואס האט יא א טעכנאלאגישע חוש השמיעה, וועט עס דער טעלעפאון נישט געדענקן ווייל ער האט נישט קיין הארד דרייוו, נאר אויב וועסטו רעדן צו א רעקארדער וואס האט א מעמארי קארד, און דו וועסט דרוקן אויף די נויטיגע קנעפלעך אנצושטעלן די אויערן פונעם רעקארדער, נאר דעמאלטס וועט ער געדענקן.

אויב מען זאגט פאר א ENFP סתם א טעלעפאון נומבער, איז ווי גלייך מען רעדט צום רעקארדער אן אנצינדן די מעמארי קארד, די זכרון כאפט עס בכלל נישט אויף, נישט ווייל דער אינטואישן דרייט א קאפ מיט קשיות, נאר ווייל דער אינטואישן סקיל הערט נישט קיין נומבערס בכלל, און דער סענסעט וואס הערט יא טרוקענע נומבערס ארבעט דאך נישט, איז אויב האט דער ENFP נישט געהערט קיין נומבער מהיכי תיתי אז ער זאל דא עפעס געדענקן?

משא''כ ווען מען רעדט זאכן וואס דארפן האבן אינטואישן ספעקס דאן וועט דער אינטואישן הערן וואס מען רעדט, און איינמאל ער הערט וואס מען רעדט קען ער עס איבערגעבן פארן מעמארי קארד צו לייגן אין סטאריזש.
---

יעצט, 718-388-3456 איז א אויסדרוקליכע סעט פון נומבערס, דער זיבן איז זיכער א זיבן, מען קען זיך נישט טועה זיין אז אפשר איז עס א פירער, און עס איז אויך זיכער אז דאס דריקט מען די ערשטע, דערנאך קומט דער איינזער, דערנאך די אכטער, א.א.וו. קיין מקום פאר ספקות און קשיות, און דאס הערט דער סענסעט סקיל.

משא''כ דער אינטואישן סקיל איז איבער אפטייטשן די ליידיגע ווערטער צווישן די שורות, און ווי פארשטענדליך איז אזוינע אפטייטשן נישט קלאר, נישט זיכער צו ער איז טאקע אויפגערעגט, אפשר מיינט ער גאר אז יענקל האט מיר אונטערגעהעצט און פארדעם איז ער גערעגט, און אפשר איז ער גאר אויפגערעגט אויף א צווייטן נישט אויף מיר, ספיקות על גבי ספקות.

קומט אויס אז אפילו ווען דער אינטואישן סקיל ארבעט שוין יא, ווען עס הערט שוין עפעס, הערט עס אויס א צומישטע מעשה פיל מיט ספקות און קשיות, און דעריבער איז אים שווער צו געדענקן אפילו אינטואישן סחורה.
---

אבער די נומבערס געדענקט ער נישט צוליב א מאנגל אין שמיעה, נישט צוליב א מאנגל אין קלארקייט, כך נראה לענד''ת.
--
אגב, קומט אויס אז די סענסעט מיטן אינטואישן האבן א אייניגע זכרון, די פראבלעם איז נאר וויאזוי צו 'דערהערן' די דאטא.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג מאי 21, 2019 2:52 am

נשמה האט געשריבן: צו ר' מאיר האלט אז מ'איז יא יוצא מיט מצה פון מעשר שני צו נישט. ס'איז אין פסחים לח, ר' מאיר האלט אז מ'איז נישט יוצא. איך האב אפילו נישט געדענקט אז ר' מאיר איז איינע פון די דיעות, און איך מיין אז איך האב אפילו נישט געדענקט צו ס'איז א מחלוקה. איך האב אבער יא געדענקט אז ס'דא אזא רעדע צו מ'איז יוצא מיט מעשר שני בירושלים.


נו נו, ביי מיר איז עס גירסא דינקותא.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 1:24 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נישט געהעריג געליינט, אבער די נקודה פון ר''ע איז אז געווענליך וועט יעדע דבר אגדה אריינגיין אינעם פאזל און עס וועט זיך מיר וועבן א ביאור פארוואס דוקא ר''ע האט אזוי געזאגט, עס וועט ווערן צוזאמגעשטעלט מיט איינס פון די ענינים וואס האבן א שייכות מיט ר''ע.
--

דאס שטומט מיט Ne.

די טעלעפאון נומבער איז נישט די עכטע נומבער, און איך וואלט עס נישט געדענקט אגב די מעשה... איך געדענק נאר די מעשה אליין, אפילו איך האב קיינמאל נישט געליינט די מעשה אין די לעצטע ווייסעך וויפיל יאר, ווייל איך האב קאנעקטעד צו די מעשה.

קאנעקטעד דהיינו Fi.

איך געדענק אז איך האב זיך גע'טענה'ט מיט א אינגערמאן וואס איז בקי אין יעדן מג''א אין הלכות שבת, ער געדענקט דעטאלן זייער גוט, און ער האט עפעס געזאגט אז ר''י ששפורט וועם דער רבי ברענגט אראפ און ויואל משה איז אמאל געווען ביים חתם סופר--- און איך האב אים איבערגעהאקט אז דאס איז אוממעגליך, ר''י ששפורט איז ביים חת''ס נישט געווען! דאס קען נישט זיין!

ער איז אבער געווען איבערצייגט אז איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטן, והא ראיה: ''דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווען דער ר''י ששפורט איז געבוירן געווארן און ווען ער איז נסתלק געווארן, דו זאגסט נאר איין זאך 'ביים חתם סופר נישט' , אויב דו ווייסט נישט ווען ער איז נסתלק געווארן פון ווי ווייסטו אז ער איז נישט געווען ביים חתם סופר?"

אבער ביי מיר איז געווען א דבר פשוט אז די 2 האבן געלעבט אין אנדערע תקופות, ווייל אפילו אויב מען איז נישט קיין S ווייסט מען אבער די קאנצעפטס זייער גוט, עס איז דא א פאזל און מח פונעם חת''ס און עס איז דא א שטיקל ידיעה און קאפ פון מהר''י ששפורט, און מען שפירט ווי די 2 זאכן גייען נישט אינאיינעם.

דאס שטומט מיט אינטואישן אויך אויך די Si פאנקציע, כאטש ס'איז די פערטע. אזוי ווי דו שרייבסט: און מען שפירט ווי די 2 זאכן גייען נישט אינאיינעם
---
איך האב געוואלט אביסל וויסן תולדות הצדיקים לויט די יארן, אבער איך האב אויפגעגעבן, איך האב זיך איינגעחזרט די יארן פון עטליכע צדיקים, און דערנאך ווייס איך שוין א בערך'דיגע 'תקופה' פון די אנדערע צדיקים.

דער בעש''ט איז נסתלק געווארן תק''כ, און איך ווייס אז דער בעש''ט האט זיך געזען מיטן פני יהושע, איך ווייס אז דער פני יהושע איז געווען אין די צייט פון די מחלוקה צווישן רב יונתן אייבשיץ זצ''ל און דער עמדין, דער נודע ביהודה איז אויך געווען אין די זעלבע תקופה, ער האט געלערנט אינעם בראדער קלויז מיט ר' גרשון קיטובער, דאס געדענק איך צוליב א שטארקע מעשה וואס איז דארט פארגעקומען ווי די 2 גאונים וצדיקים האבן זיך ארויסגעשטעלט אנטקעגן דעם ראה''ק דארט מיט מסי''נ.

אקעי, איך געדענק אוודאי נישט וועלכע יאר דער נודע ביהודה איז אוועק, אבער א שטיקל סדר איז דא.

דער רמ''א איז נסתלק געווארן 333 דהיינו של''ג ביום ל''ג בעומר, ער איז געווען אין די זעלבע צייט ווי דער בית יוסף און דער מהרש''ל, דער רמ''א און מהרש''ל האבן זיך א סאך געשריבן, דער בית יוסף איז געווען אין צפת מיטן אלשיך הקדוש, בערך אין יענע צייט איז געווען דער אריז''ל מיטן רמ''ק, חרדים, ועוד בעלי מקובלים.

פאר מיר איז דאס א שטיקל סדר, אבער ווען א היסטאריקער וואס איז גוט מיט נומבערס וועט ליינען מיינע ווערטער וועט ער מיר אויפפאטשן פאר כעס, אמער, מען רעדט דא חילוקים פון 10 -20 יאר! און דאס אז איבער די פטירת רמ''א איז דא וואס זאגן אז ער איז נסתלק געווארן א יאר פריער (אדער שפעטער) האב איך בכלל נישט דערמאנט!

אבער פאר מיר איז דאס א שטיקל מהלך צו וויסן בערך ווען געוויסע זאכן זענען פארגעקומען.

דער שך מיטן טורי זהב זענען געווען אין די זעלבע תקופה, דער ש''ך קריגט שארף אויפן טורי זהב און דער טורי זהב האט צוגעטיילט כבוד פארן שך ווי דער ש''ך שרייבט עס אליין, קען איך דאך געדענקן אז די 2 האבן זיך געטראפן, און דאס קען איך אויך געדענקן אז זיי האבן געלעבט אין די צייט פון שנת ת''ח, די (פעיקע) מעשה מיט אסתר בת הש''ך האב איך אוודאי געליינט, אלזא די ש''ך מיט שנת ת''ח איז גרינג צו געדענקן, יעצט ווייס איך אביסל וועגן דער ש''ך, טו''ז, דער ב''ח וואס איז געווען דער שווער פונעם טו''ז, וכדו'.

דער חתם סופר איז נסתלק געווארן ת''ר (איינגעחזרט עטליכע מאל) דער דברי חיים תרל''ו. און יעצט האב איך ווייטער א שטיקל השגה איבער תלמידי בעש''ט, איך ווייס דאך אויף אזויפיל אז הרה''ק ר משה רוזוואדאווער האט זיך נישט געטראפן מיט הרה''ק ר' מענדעלע רימאנובער זכותם יגן עלינו

אז דער תניא איז געווען ביים מעזריטשער מגיד, אז דער גר''א איז געווען אין יענע צייטן, אז דער אוהחה''ק איז געווען אין די צייט פון בעש''ט (דער בעש''ט האט דאך געוואלט פארן צו אים) די אלע זאכן איז מיר לייכט צו געדענקן, און דערנאך האב איך א שטיקל סדר פון די יארן לויט די פאר צדיקים וואס איך האב זיך איינגע'חזר'ט שנת הסתלקותם.

פאר מיר איז עס אזוי זיס צו ליינען וואס דו שרייבסט.

די בת הש"ך מעשה איז פעיק? נאך א מעשה וואס מיין Fi האט קאנעקטעד איז גאר נישט געשעהן. אויב אזוי איז די וועלט מער טרוקענער ווי איך האב געמיינט ? עה. אהבת ה' איז אין די הארץ. מ'דארף דאס קונה זיין.

ווען איך דערמאן מיך פון בעל שם טוב'ס פטירה, דערמאן איך מיך פון די צוויי זייגער'ס וואס האבן זיך אפגעשטעלט. ווי אויך אז ס'דא חילוקי דיעות אין יום פטירתו, און עס קומט מיר ארויף די לעצטיגע געפינענע דאקומענט וואס שטייט דארט יום א (יום א' ? איך געדענק שוין נישט.)

נאכדעם פאר איך צו איינער א צדיק וואס ווען ער האט געגעסן, האט ער געגעסן אין א טאץ וואס עס איז געווען אריינגעקריצט די שם הוי'. דאכט זיך ר' יצחק מדראביהטש. פאטש מיר נישט אויף. נאכדעם פארט מען צו די טאכטער אדל וואס שטייט ביים טייך אין קאנסטאנטינאנפאל (גוט געספעלט ? א Ne זעהט 'בערך') נאכדעם פארט מען אריבער צו די נאכמיטאג שלאף ווי דער בעל שם טוב ליגט און טרערן רינען, מיט די בעל הבית זיך וואונדערנדיג: וואס אזוינס עס איז די טרערן ? און דער בעל שם טוב איז אים מגלה.

פון דא, ווערט עס איבערגעהאקט צו א סעודת בעל שם טוב אחרון של פסח. פון דא אז איך וויל צוריק גיין צום אור החיים הקדוש וואס מיט אים האט זיך דער בעל שם טוב געוואלט טרעפן, און איך קען זעהן וויאזוי דער בעל שם טוב זיצט און טרעפט זיך מיט'ן אור החיים הקדוש אויף יענע וועלט, אבער זעהט נישט די פיס. עפעס אזוי.

פון דא ווערט עס בלענק. אגב דערמאן איך מיך פון די מעשה פון אור החיים הקדוש ווי ער האט געשריבן 'ושמו חיים', און ווי דער דרוקער האט עס ארויסגענומען. פון בעל שם טוב ווייס איך אז דער מגיד האט איבערגענומען, און איך דערמאן מיך וויאזוי דער ספר יושר דברי אמת לייגט אראפ די אויסטערלישע גדלות פונעם מגיד. נאכדעם קומט די קינדער פון בעל שם טוב. ר' צבי און ר' ברוך. (קינדער ? אייניקלעך?) נאכדעם וויל איך זאגן אז דער דגל איז געווען אן אייניקל. (שטומט?) און צו שטומט אז דער דגל איז געווען וואס האט געהאט אגאנצע מעשה מיט'ן שטן?

פון דארט קום איך אן צו רבי ר' אלימלך. און צו די פינף תלמידים וואס ער האט איבערגעגעבן זיינע כוחות לפני פטירתו. און אז איך עקש'ע מיך ווייטער צו גיין דוקא צו זאכן וואס האבן א דירעקטער שייכות, גיי איך אריבער צום תניא. און פון דארט די השתלשלות. איך מיין אז די אדמור האמצעי איז געווען איינע פאר די מהרש"ב, וואס פון דער מהרש"ב האט די רבי זייער באוואונדערט זיין 'חכם הרואה את הנולד' ביי די אגודה צאמקום. פון דארט וויל איך פארן צום חפץ חיים, ווייל ס'דא א פילם פון אים וואו ער קומט אן צו איינע פון "זייערע" אסיפות. אבער איך עקשן מיך און איך גיי צוריק די "חסידים" איך כאפ אויף די 'חוזה מליבלין'. איך הייב אן זעהן ר' בונם פון פשיסחא. אלעס איז ביי מיר זייער נישט צאמגעשטעלט און זייער בלורי. כ'האב זייער א בערכ'דיגן בילד.

ווען איך הייב אן יעצט ביים חת"ס, דערמאן איך מיך אז ער איז אוועק ת"ר. און איך דערמאן מיך אויך פון 'ישמח משה'. וואספארא שייכות האבן די צוויי? אפשר איז די ישמח משה אוועק תר"א? און דארט קומט איך גראד אריין אין שטורמישע דאטא זעענדיג ווי די ארטאדאקסן מיט די נעאלאגן שלאגן זיך. סדר איז נישט פארהאן. איך קען אפשר זיך דערמאנען פון ר' נתן אדלער, רבי פון חת"ס. פון דארט פאר איך צו לאנדאן און שוין. און אז איך וויל מיך עקשנ'ען צו ציען ווייטער 'לאגישע סדר'. טרעף איך ר' הלל קאלאמייער. אבער ווייטער ר' הלל דערמאנט מיר פון זיין ספר משכיל אל דל. און די געפילישע אינהאלט וואס דער ספר האט ביי מיר. און יא אויך פון עת לעשות.

אלעס איז ביי מיר שטורמיש און צופליקט. ווייל איך שפיר זייער שטארק די Fi פון די אלע דאטא. און אז דו ווילסט הערן פונעם הייליגן ארי הקדוש, בין איך פונקט ווי דו. איך זעה מיך גראד שטיין אקעגן איבער, ווי די חרדים טאנצט מיט איינעם? ווער איז עס ? אלעס איז איין שטיק צעמישעניש. קיינמאל נישט געווארן מסודר. און אויך האט עס טיפע קריצן אנגעפילט מיט Fi פליסיגקייטן. די גאנצע וועלט איז ביי מיר איין שטיק צעמישעניש.

דאס איז די טבע פון Ne צוזאמען מיט Fi, דל ממנו א גרויס שטיקל Si. אויב ווילסטו שמועסן מיט א מענטש וואס האט כראנאלאגיע: שמועס מיט א INTJ. אוי, איך בין דיך מקנא די פאר מינוטן וואס דו פארברענגסט מיט אים. און וואו דו זיצט נעבן אים, און דו ביסט אים מקנא, פארן אזוי גוט קענען די דאטומס. איך קען זעהן דיינע אויגן ווערן גרויס... שלינגנדיג מיט דארשט דעם INTJ's ווערטער.

שוין והשם יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מאי 21, 2019 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 1:41 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א ENFP געדענקט נישט קיין דאטא, ער 'קאנעקט' צו דאטא.

צו א טעלעפאון נאמבער קען איך זיך אוודאי נישט קאנעקטן, געדענקן געדענק איך נישט, בלייבט איבער צו נוצן א טעלעפאון בוך.


ב"ה. די סיבה פארוואס דו געדענקסט נישט קיין טעלעפאון נומבער איז, ווייל די רגע דו ווילסט איינ'חזר'ן די נומער, קומט דיין Ne ערשטע פונקציע און זאגט: וואס עפעס דוקא דעס? דו ווילסט נישט ווערן 'פארשפארט'.


איך פארשטיי עס אביסל אנדערש, איך פארשטיי אז עס פעלט מיר די פשוט'ע סקיל אויפצוכאפן די נומבער.

ווען דו זאגסט פארן וואנט: געדענק גוט מיין טעלעפאון נומבער xxx-xxx-xxxx וועט דער וואנט נישט הערן וואס דו רעדסט ווייל ער האט נישט קיין חוש השמיעה, און אויב וועסטו רעדן אין א לענדליין טעלעפאון וואס האט יא א טעכנאלאגישע חוש השמיעה, וועט עס דער טעלעפאון נישט געדענקן ווייל ער האט נישט קיין הארד דרייוו, נאר אויב וועסטו רעדן צו א רעקארדער וואס האט א מעמארי קארד, און דו וועסט דרוקן אויף די נויטיגע קנעפלעך אנצושטעלן די אויערן פונעם רעקארדער, נאר דעמאלטס וועט ער געדענקן.

אויב מען זאגט פאר א ENFP סתם א טעלעפאון נומבער, איז ווי גלייך מען רעדט צום רעקארדער אן אנצינדן די מעמארי קארד, די זכרון כאפט עס בכלל נישט אויף, נישט ווייל דער אינטואישן דרייט א קאפ מיט קשיות, נאר ווייל דער אינטואישן סקיל הערט נישט קיין נומבערס בכלל, און דער סענסעט וואס הערט יא טרוקענע נומבערס ארבעט דאך נישט, איז אויב האט דער ENFP נישט געהערט קיין נומבער מהיכי תיתי אז ער זאל דא עפעס געדענקן?

משא''כ ווען מען רעדט זאכן וואס דארפן האבן אינטואישן ספעקס דאן וועט דער אינטואישן הערן וואס מען רעדט, און איינמאל ער הערט וואס מען רעדט קען ער עס איבערגעבן פארן מעמארי קארד צו לייגן אין סטאריזש.

יא יא. ווען דו הערסט עס, הערסטו נישט די געזאגטע 'דאטא'. די זוכסט גראד: מיט וועלכע אנדערע זאך קען איך עס מקשר זיין ?


---

יעצט, 718-388-3456 איז א אויסדרוקליכע סעט פון נומבערס, דער זיבן איז זיכער א זיבן, מען קען זיך נישט טועה זיין אז אפשר איז עס א פירער, און עס איז אויך זיכער אז דאס דריקט מען די ערשטע, דערנאך קומט דער איינזער, דערנאך די אכטער, א.א.וו. קיין מקום פאר ספקות און קשיות, און דאס הערט דער סענסעט סקיל.

משא''כ דער אינטואישן סקיל איז איבער אפטייטשן די ליידיגע ווערטער צווישן די שורות,

ס'מאכט סענס אז דו רופסט עס: ליידיגע ווערטער צווישן די שורות. די סיבה איז: ווייל דיין Ne זוכט מיט וואס קען איך עס קאנעקטן. און ער טרעפט ליידיגע ספעיס. ס'איז זיך מיט גארנישט דירעקט מקשר. ווען דו זעהסט א מענטש, איז ער זיך מקשר מיט עפעס אן אנדערע זאך וואס דו ווייסט שוין. דו זעהסט נישט דעם מענטש, דו זעהסט עפעס וואס ער איז א סימבאל פון יענע זאך. צום ביישפיל: דער מענטש שטומט אז ער רעדט אסאך צום אייבערשטן ; אז ער רעדט נישט צופיל, און ער לעבט אין זיין אייגן וועלט ; אז ער איז א ברסלב'ער ; אז ער איז נאנט מיט דעם און דעם ; אז ער איז דאס און דאס דורך ; אז ער פיהלט יעצט דאס און דאס ; דו ביסט עס מקשר די 'אבסטראקט' חלק פון די מענטש צו עפעס אנדערש. ס'איז אמת? מוז נישט זיין.

וואס מיינט 'אבסטראקט' ? וואס אין א מענטש האט א פאטענציאל צו ווייזן אז ער איז א ברסלב'ער ? וואס ? וואס אין א מענטש דארף ווייזן אז ער א טעגלאשער ? וואס ? דאס מיינט אז ס'דא די Concrete עלמענטן, אבער ס'איז אויך דא די 'אבסטראקט' עלעמענטן.

ס'דא מענטשן וואס קענען זעהן אויף איינעם: ער איז א טעגלאשער ! וויאזוי זעהט ער עס ? און אלע טעגלאשער וועלן האבן דעם זעלבן 'איידיע' וואס מ'קען 'אבסטראקטן' פון זייער פיזישער וועזן וואס ערשיינט פאר מיר. כאטש זייער וועזן איז אנדערש איינע פונעם אנדערן. קענסטו אבער 'אבסטראקטן' די 'טעגלישקייט'. און זאגן: דער איז א טעגלאשער. ס'מוז נישט זיין אמת.

אלע 'תנחומאוויטשעס' האבן דעם זעלבן 'אבסטראקט' איידיע אין זיך. כאפסט? ווען דו זעהסט א מענטש, און ער שטומט די מערסטע צו זיין א 'תנחומאוויטש', טוסטו אבסטראקטן פון די Concrete עלעמענטן, די איידיע פון א תנחומאוויטש.

אבער פארשטיי, נישט נאר אז Ne טוט אבסטראקטן די איידיע פון א 'תנחומאוויטש', אדער די איידיע פון א 'טעגלאשער', נאר ער לעבט מיט'ן 'אבסטראקטן' יעדע זאך וואס ער באגעגענט. יעדע זאך וויל ער זעהן נאר די אבסטראקסט איידיע דערפון. אמאל כאפט זיך ביי אים אויף אן איידיע. און אמאל נישט. צום ביישפיהל, א Se זעהט א באנק אינמיטן וועג. אבער א Ne זעהט א באנק שטיין 'עלנד' אינמיטן וועג.
און ווי פארשטענדליך איז אזוינע אפטייטשן נישט קלאר, נישט זיכער צו ער איז טאקע אויפגערעגט, אפשר מיינט ער גאר אז יענקל האט מיר אונטערגעהעצט און פארדעם איז ער גערעגט, און אפשר איז ער גאר אויפגערעגט אויף א צווייטן נישט אויף מיר, ספיקות על גבי ספקות.

קומט אויס אז אפילו ווען דער אינטואישן סקיל ארבעט שוין יא, ווען עס הערט שוין עפעס, הערט עס אויס א צומישטע מעשה פיל מיט ספקות און קשיות, און דעריבער איז אים שווער צו געדענקן אפילו אינטואישן סחורה.

אוי זאגסט אזוי גוט, זאגסט אזוי גוט. זאגסט אזוי גוט. א Ne. נאך דערצו א ENFP זעהט די וועלט ווי צעווארפענע שטיקלעך פאזל. ס'ווערט קיינמאל נישט צאמגעשטעלט. און אפילו ער באווייזט שוין צאמצושטעלן עפעס א בילד, קומט די Ne און צעווארפט עס נאכאמאל.

אבער די נומבערס געדענקט ער נישט, צוליב א מאנגל אין שמיעה, נישט צוליב א מאנגל אין קלארקייט, כך נראה לענד''ת.

שמיעה ברענגט קלארקייט. איך פארשטיי וואס דו מיינסט.
אגב, קומט אויס אז די סענסעט מיטן אינטואישן האבן א אייניגע זכרון, די פראבלעם איז נאר וויאזוי צו 'דערהערן' די דאטא.


אוודאי אזוי.
דאס וואס איך וויל אלעמאל ארויסברענגען. ס'איז נישט אז דער ENFP בחור'ל האט א שוואכע כשרונות. ער האט שטארקע כשרונות. זייער שטארק. ער נוצט זייער שטארק זיין Ne. און Fi. אבער מ'זאל אים אויסלערנען וויאזוי צו נוצן זיין אנדערע כוחות, למשל מ'זאל אים מסדר זיין די כראנאלאגיע פון די תורה. אדער אויסלערנען וויאזוי צו נוצן זיין Ti. וואלט ער זיך געקענט מיטכאפן ב"ה
והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 2:43 pm

ב"ה
(ס'קען זיין איך רעד מער פון א ENFP. מער די Ne מיט די Fi, איך האף איך שרייב גוט)

א Se זעהט א צעריסענע שוך. א Ne זעהט עס אלץ א 'פארשעמטער' צעריסענע שוך. פארשעמט איז אן אבסטראקט איידיע, וואס ווערט יעצט סימבאליזירט דורך אזא אופן. אבער ער זעהט נישט די שיך. ער זעהט די 'פארשעמטקייט' דערפון. ער 'זעהט' די איידיע אויף וואס דער יעצטיגע שיך איז א סימבאל. א Se זעהט עס אלץ אן ארויפגעקנופטע האנטוך אויפ'ן מקווה געיט, ער קען עס אפילו נאכמאלן, א Ne זעהט עס: אלץ א געבינדענער 'קרבן' אויפן מקווה געיט. ער זעהט די קרבנ'קייט דערפון. אדער אלץ א אויסדרוק פון מאכן זיכער. ער זעהט עס אלץ סימבאל פאר אן אבסטראקט איידיע. 'מאכן זיכער' איז אן איידיע. ס'האט נישט קיין פיזישע עלעמענטן. א Se זעהט א שאקעלדיגע טיש, א Ne זעהט עס אלץ א סימבאל פון: 'אומסטאביליטעט'. אומסטאביליטעט איז אן אבסטראקט איידיע.

א Se זעהט א שיינע שטאט. א Ne זעהט דאס ענין פון איין הויז קען ווערן 'באהאלטן' פון גרעסערע פון אים. א Se זעהט א וואלד מיט אירע לעבעדיגע קאלירן. א Ne זעהט די 'הארמאניע' וואס הערשט צווישן די ביימער, די חבר'ישקייט. חברישקייט איז אן אבסטראקט איידיע. און יעצט איז די וואלד א סימבאל צום דעם איידיע, אבער ער זעהט 'נאר' די איידיע. א Se זעהט א שטיין מיט איר רייכער פארום, גריבלעך און בערגלעך. א Ne זעהט א 'הארטנעקיגע' שטיין. די שטיין איז אן אויסדרוק פון די אבסטראקט איידיע פון 'הארטנעקגיקייט'; עקשנות; אדער 'דומם'; קען זיך נישט רירן, און אזוי ווייטער. ס'דא אסאך איידיעס וואס א שטיין קען סימבאליזירן אין א געוויסע יעצט. אבער צד השווה איז: אז דער Ne זעהט נישט די קאנקריט שטיין. ער זעהט די אבסטראקט איידיע וואס דער שטיין דארף יעצט צו זיין א סימבאל. א Se זעהט און הערט א הערליכע פייגל זינגען אויף א בוים הערליכע מוזיק, א Ne זעהט מער ווי ער באלעבט די בריאה. ער זעהט מער די סימבאל פון 'לעבעדיגקייט'. לעבעדיגקייט איז אן אבסטראקט איידיע.

א Se זעהט די שיינקייט פון די Concrete בריאה, ווייל עס איז צאמגעשטעלט פון רייכע קאנטראסטן. א Ne זעהט די שיינקייט פון די בריאה ווייל ער זעהט עס אלץ א סימבאל פון 'דערהויבנקייט'. דערהויבנקייט איז די 'אבסטראקט' מיט וואס ער בלייבט ווען ער שיילט אוועק די אלע קאנקריט חלקים, און דאס זעהט ער. א Se זעהט די שיינקייט פון א ארון הקודש, ווייל עס איז פאכמאניש, און פראקטיש, צאמגעשטעלט. א Ne זעהט די שיינקייט פון א ארון הקודש ווייל "עס קוקט מאיעסטעטעטיש אראפ פון די הויעכקייטן". מאיעסטעטיש איז א סימבאל. אן אבסטראקט איידיע. א Se זעהט א מורישקע, אלץ: די וואונדערליכער צאמשטעל דערפון. א Ne זעהט א מורישקע אלץ: א 'געוואגטע' מורישקע. ער זעהט די געוואגטקייט. געוואגטקייט איז אן אבסטראקט איידיע, וואס דער מורישקע איז יעצט א סימבאל, צו פאר'גשמ'נען די אבסטראקט איידיע דערפון.

א Se זעהט א סעלצער באטל אלץ די ציפ פון די גאז אינעם האלז. א Ne זעהט עס אלץ: די חשיבות דערפון. און אזוי קוקט ער עס אן מיום עמדו על דעתו. נישט ווייל ער טראכט. נאר ווייל אזוי זעהט ער עס. ער זעהט עס אלץ די אבסטראקט איידיע וואס דער סעלצער פארציילט אים.

א Se זעהט א בוים אלץ די פיזישע הנאה ותענוג דערפון. א Ne זעהט עס אלץ די 'שטארקייטן' פון די בריאה. אדיר במרום ה'. א Se זעהט א גרוב, א Ne זעהט עס אלץ: אן עפענונג אינעם געווענליכן לעבן. א גרוב האט ביי אים די איידיע פון עפענען אינעם געווענליכן לעבן. שפעטער אין שריפט? ס'האט זיך אים געמאכט א גרוב, השי"ת זאל אפהיטן. Se זעהט א בענקל, א Ne זעהט עס אלץ: אן אונטערהאלטער. די סימבאל פון שטיצע. די סימבאל פון 'שעפן שטארקייט'. שעפן שטארקייט איז אן אבסטראקט איידיע, און דער בענקל איז א אופן וואס איז מגשם די איידיע דערפון. א Se זעהט א בעזים, א Ne זעהט די סימבאל פון: "א כח ארויסצוקערן וואס איך דארף נישט" אזוי זעהט ער דעם בעזים. ער זעהט נישט דעם פיזיקל בעזים, ער זעהט די 'אבסטראקט איידיע' וואס דער בעזים טוט מגשם זיין אינעם קאנקריט וועלט. שפעטער אין שריפט? ער האט אים גענוצט אלץ בעזים...

א Se זעהט א קליינע בענקעלע, און ער קען עס נאכמאלן ווי זיס עס איז, א Ne זעהט עס אלץ: ענווה. די אונטערגעבויגענע בענקעלע מיט די קליינע פיסלעך וואס קען נישט נאר זיך האלטן קליין. א Se זעהט א גלעזעל. א Ne זעהט עס אלץ די סימבאל פון 'טיפקייט'. די סימבאל פון אנטהאלטן אין זיך. ווען איינער זאגט פאר א ENFP, "דו דארפסט ווערן א גלעזעל" פארשטייט ער זייער גוט וואס ס'מיינט. א Se זעהט א קארפעט, ער זעהט די קאלירן דערפון. די שיינקייט דערפון, א Ne זעהט עס אלץ די סימבאל פון 'צודעקן'. ס'איז נאר א קארפעט. געווארפן אונטערן קארפעט.

א Se זעהט א טיר, די רייכקייט פון א טיר, און אז ס'דא אסאך סארטן טירן. א Ne זעהט עס אלץ די סימבאל פון 'פריוואטקייט'. די יכולת צוצומאכן ווען מ'דארף פריוואטקייט. פריוואטקייט איז א אבסטראקט איידיע, וואס די טיר איז יעצט א סימבאל. אונטער טירן. אין שריפט? דו דארפסט אויך האבן "א טיר". א Se זעהט א באטל אויל, א Ne זעהט עס אלץ די סימבאל פון: 'א אייגנשאפט פון א כח וואס ער האט אויף די בריאה'. די אויל האט א כח צו מאכן זאכן זאלן גליטשן. אזוי זעהט ער עס. ער זעהט די אבסטראקט איידיע דערפון. האבן א כח אויף די בריאה, איז אן אבסטראקט איידיע. נישטא קיין זאך אין די פיזישע בריאה וואס קען מאכן אז א מענטש זאל שפירן אז דאס האט א כח אויף די בריאה. ס'איז נאר דער מענטש וואס פארשטייט אזא 'איידיע'. א Se זעהט א בייק. א Ne זעהט עס אלץ די סימבאל פון 'פרייהייט'. פרייהייט איז אן אבסטראקט וואס ווערט אבסטראקטעד ביי א קינד וואס ווארט שוין צו שפילן מיט די בייק אינדרויסן און שפירן 'פרייהייט'. ס'קען זיין אז די Ne ביי א Ti איז אנדערש ווי די Ne ביי א Fi.

א Se זעהט שטיגן, און ער פארשטייט די אויסוואל פון פארשידענע שטיגן, איינס שענער, אדער פראקטישער, פונעם אנדערן. א Ne זעהט עס אלץ א סימבאל פון די איידיע פון אזאך וואס טראגט ארויף אנצוקומען צום ציהל. ארויפטראגן צום ציהל איז אן איידיע. נאר א מענטש וואס קען פארשטיין אומפיזישע זאכן, קען וויסן דער איידיע פון 'ארויפטראגן צום ציהל'. נישטא קיין שום זאך אן די פיזישע בריאה וואס מ'קען מיט די חושים שפירן אז דאס טראגט ארויף צום ציהל. נאר 'שכל' ווייסט פון אזא זאך ווי ציהל. אפילו ווען דער Ne איז א קליין קינד, זעהט ער עס אזוי. דאס מיינט ביי אים 'סטעפס'. ער זעהט עס אלץ א מהלך וואס טראגט ארויף, אלץ די ענין פון אנקומען צום ציהל. עס ווערט ביי אים אבסטראקטעד ביז די 'איידיע' פון 'א וועג אנצוקומען צום ציהל'.

א Se זעהט א שוהל, א Ne זעהט עס אלץ א סימבאל פון 'צאמלעבעניש'. א Se זעהט א קאר, א Ne זעהט עס אלץ א סימבאל פון 'פרייהייט'. און אזוי ווייטער און ווייטער. א דאקטער ביי א Ne איז: די סימבאל פון 'פארשטאנד'.

און דאס ווערט שפעטער גענוצט אין שריפט. משה איז געווען פאר אים ווי א שטארקער בוים. און דער ספר 'ליקוטי מוהר"ן' האט אים געעפנט א פענסטער צום ליכטיגקייט. ס'איז א פענסטער ? נאר אפילו די עכטע פענסטער ווערט געזעהן ביים Ne נאר אלץ א סימבאל פון די איידיע פון "עפענונג אין די פארמאכונג". אזוי זעהט ער א פענסטער. נישטא קיין שום זאך אין די פיזישע בריאה וואס קען רעדן צו די חושים: "איך בין א עפענונג אין די פארמאכונג". אפילו אויב די חושים קענען שפירן א לאך אין א וואנט. איז אבער נישט א וואנט די איידיע פון 'פארמאכונג'. 'פארמאכט' איז אן אבסטראקט איידיע. אפילו אויב מ'קען זעהן בחוש די פארמאכונג, איז אבער דאס וויסן אז ס'איז פארמאכט אן איידיע.

איך רעד נישט דוקא פון א Ne, די זעלבע זאך איז אויך ביי א Ni. און א Si פונקט ווי א Se,איז אויך מקבל אינפארמאציע פון זיינע פינף חושים מער ווי אינטואישן. די חילוק צווישן א Ne און א Ni איז: א Ni שטעלט זיך צאם א אבסטראקט בילד פון די קאנקריט בריאה. דאס איז דאך 'סוד'. א חלה איז נישט די פיזישע חלה, ס'איז די אבסטראקט איידיע דערפון. שמות זענען נישט די אותיות, ס'איז די איידיע וואס די אותיות טוען זיין א סימבאל דערצו.

אבער ביי א Ne געשעהט נישט דעס. נאר ער האט מער א צעמישטע וועלט. למאי נפקא מינה ? אז א Ne איז מער צעמישט אבער מער שעפעריש. ווייל היינט מיינט א בענקל דאס און מארגן יענץ און איבערמארגן א צאמשטעל פון ביידע. אבער דער Ni איז זייער גוט ער זאל דיר מסביר זיין די עמקות וואס עס ליגט אונטער די שיטה פון הייליגן רבי'ן זצ"ל. אדער די עמקות פון ברסלב.

די חילוק צווישן א Se און א Si איז, דער Se פונקט ווי דער Ne, לויפט פון עקספיריענס צו עקספיריענס. דער Si פונקט ווי דער Ni, האט איין עקספיריענס וואס לויפט איבער און איבער, און ס'ווערט שטערקער און שטערקער איינגעשפירט אינעם מענטש.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 21, 2019 8:34 pm

נשמה האט געשריבן:ב"ה.


דו שרייבסט דאך אזוי מין זיס. כאטש איך שמייכל א גאנצע צייט וואס איך ליין דיינע שורות, אבער ביי די פראגראף איז עס געווען מער ווי שמייכל...

א Se זעהט עס אלץ אן ארויפגעקנופטע האנטוך אויפ'ן מקווה געיט, ער קען עס אפילו נאכמאלן, א Ne זעהט עס: אלץ א געבינדענער 'קרבן' אויפן מקווה געיט. ער זעהט די קרבנ'קייט דערפון. אדער אלץ א אויסדרוק פון מאכן זיכער.


איך שמייכל, ווייל ס'בילדערט זיך מיר ווי דו 'נשמה' לויט ווי איך האב עס זוכה געווען צו קענען זאגט עס...

אינטערעסאנט, אז זייער זייער אסאך מאל שטעל איך מיך אפ אויף די איינגעדרייטע האנטוך, ס'מאכט מיר טראכטן פארוואס געוויסע מענטשן דרייען איין און געוויסע נישט... און די אינטערעסאנטקייט פון דער געדאנק וואס רופט זיך 'קניפ', ווי אזוי דאס ארבייט וכו'... (און צו דיר צופעליגער אריינגעפאלענער ליינער אין די אשכול.. ביטע לאכט נישט.. סידא מענטשן וואס לעבן אין א אנדערע פלאנעט ווי אייך... זיי דרייען זיך טאקע לעבן אייך אין ביהמ"ד, אבער איר זענט אין א אנדערע פלאץ..).

איך בין זיכער אז נישט יעדער ENFP באקומט די הרגשה פון א איינגעדרייטע האנטוך... דו -נשמה- ביזט דאך פון די זכי ההרגש, וואס קענען צוברעקלען א הרגש ביזן שטאם. דו ברענגסט אבער זייער גוט ארויס דער נקודה, ביי יעדעם לפי מדריגתו ודקות הבחנתו.

ס'איז אבער דא אסאך משלים דא צו וואס כ'קען זייער גוט רילעטן, (אלס א FE זענען מיינע געפילן מער כלליות'דיג און אינדרויסען פון מיין אייגענע ד' אמות, פארדעם וועט זיין ביי מיר א חילוק פון שפירן 'קרבן' און 'פארשעמט', צו 'דערהויבנקייט' אדער בעסער געזאגט 'פיורנעס' 'ריינקייט' פון דער בריאה.. פארשטייסט וואס איך מיין מסתמא..).
הוי מחשב...

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 21, 2019 8:47 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב אפגעשריבן א גאנצע טוץ מיט זאכן איבער דעם 'האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע' ווערסוס תכונת הנפש, ביי מיר איז ברור אז א תכונת הנפש בלייבט ביים מענטש פאר אייביג, און דאס איז קיין שום סתירה נישט מיטן לשבר את הטבע, שטייט אין נוע''א זעלבסט אז מען קען נישט גענצליך אויסרייסן א תכונת הנפש.

מח שליט את הלב איז טייטש אז מיטן שכל איך זאל האלטן מיין מידת האהבה צו דער ארט ווי עס קומט, און צומאל אפילו נוצן דעם שכל נאכצוגעבן דעם געפיל במדה הראויה לפי תכונת הנפש.

אפשר וועל איך באלד נאכקוקן אלע מראי מקומות, פאר יעצט ראה במלבי''ם ובגר''א על הפסוק במשלי חנוך לנער על פי דרכו.


'תכונת הנפש' איז זייער א ברייטע טערמין, דו מיינסט מסתמא די יסודות'דיגע נאטורן פון א מענטש. כ'האב אמאל געהאט א דיסקוסיע מיט איינעם, צו א מענטש וואס איז א 'כעסן' בטבע, צו ער קען ווערן אויס כעסן. איך האב פארשטאנען אז נישט, ווייל זיין טבע איז אז ער ווערט זייער אויפגערעגט. נאר וואס? ער קען אויסשפילן דער נאטור, ווייל דער 'כעס' קומט דאך נאר ווייל ער האלט אז יענער האט געטון אנדערש ווי עס קומט און ער וויל עס זאל זיין, איז אדער קען ער קובע זיין בלב, אז עניני גשמיות פארנעמען נישט קיין חשיבות, אבער קען ער זיך מרגיל זיין מיט א אמונה חושית אז דער באשעפער איז דער וואס פירט, נישט דער מענטש וואס איז סך הכל א שליח.

יענער האט מיר נאכגעזאגט פון איינער וואס איז אויסגעקאכט אין ספרי חב"ד, אז עס איז דא חיצוניות הכלים און פנימיות הכלים, די חיצוניות קען א מענטש טוישן. (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט, כ'זאג נאר איבער).

בכל אופן, דא רעדט מען נישט איבער טוישן א טבע, מ'רעדט איבער טוישן א 'הנהגה', וואס צוליב די טבע איז עס שווער צו טוישן. מער ווייניגער זעה איך נישט פונקטליך ווי מיר דינגען זיך ביסוד הדבר.
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך מאי 22, 2019 1:35 pm

א Se זעהט עס אלץ אן ארויפגעקנופטע האנטוך אויפ'ן מקווה געיט, ער קען עס אפילו נאכמאלן, א Ne זעהט עס: אלץ א געבינדענער 'קרבן' אויפן מקווה געיט. ער זעהט די קרבנ'קייט דערפון. אדער אלץ א אויסדרוק פון מאכן זיכער.


עס וואלט מיר אין חלום נישט איינגעפאלן אזוינס... אפשר וואלט איך צוגעשטעלט דער האנטוך צו א לאכעדיגע זאך, אויך נאר ''אפשר'' אבער איך וואלט קיינמאל נישט געקלערט אז דאס איז א ''קרבן''

א פירער ENFP איז נישט די זעלבע ווי א זיבענער ENFP.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 22, 2019 2:31 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
א Se זעהט עס אלץ אן ארויפגעקנופטע האנטוך אויפ'ן מקווה געיט, ער קען עס אפילו נאכמאלן, א Ne זעהט עס: אלץ א געבינדענער 'קרבן' אויפן מקווה געיט. ער זעהט די קרבנ'קייט דערפון. אדער אלץ א אויסדרוק פון מאכן זיכער.


עס וואלט מיר אין חלום נישט איינגעפאלן אזוינס... אפשר וואלט איך צוגעשטעלט דער האנטוך צו א לאכעדיגע זאך, אויך נאר ''אפשר'' אבער איך וואלט קיינמאל נישט געקלערט אז דאס איז א ''קרבן''

א פירער ENFP איז נישט די זעלבע ווי א זיבענער ENFP.

איך האב נישט געמיינט דוקא אלץ קרבן. איך האב געמיינט צוזאגן אלץ "קרבן". דהיינו, די איידיע פון א געבינדענע זאך אז ס'זאל נישט אנטרינען ווערן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 24, 2019 4:03 pm

ב"ה.

חס ושלום

לאמיר אננעמען אלץ א פאקט אז יעדע געפיל וואס א מענטש שפירט איז אמת. איי א מענטש קען אויך שפירן זאכן וואס איז נישט אמת, קען מען נאך אלץ פארענטפערן אז ס'איז אזויפיל אמת אז דאס געפיל ווערט פארדרייט פונעם מקור האמת. דאס מיינט: אז געפילן האבן א Scale ווי ווייט זיי זענען מקושר צום אמת, אבער מיט'ן 'אמת' האט עס. דאס מיינט: אויב איז דער מענטש מקושר צום אייבערשטן, וואלט דער מענטש נישט געשפירט אזאנע איינרעדענישן. ווייל עס קען נישט געשעהן קיין צרה ווען מ'איז נאנט צום אייבערשטן. מיר גייען מיט דעם כלל אז אלעס קומט פון איין מקור, און אז מיר זענען נאר אן אופן פון התגלות פון איין מקור. מיר טוען נישט זאגן אז דער אייבערשטער 'טראכט', אדער אז דער אייבערשטער פילט וואס ער האט יא ליב אדער נישט ליב. אבער אלעס אין אונז קומט פון אים.

אגב: דאס ענין פון איך האב יא ליב אדער נישט ליב, פון וואו קומט עס ? דאס קומט דאך ווען א קינד שפירט אז א זאך מאכט אים שפירן 'שלעכט'. איז דאך דאס א געטליכער כח.

מיין צוגאנג איז אלעמאל: איך קוק ווי ווייט ס'האט שייכות מיט די איין איינציגע כח אויף דער וועלט. די אלגעמיינע סייענטיסטן, ווען זיי זעען א קינד רעדן, וואס טראכטן זיי? וויאזוי קען א פיזישער מח מאכן אז א מענטש זאל רעדן. דאס טראכטן זיי. און די זעלבע זאך טוען זיי ווען זיי זענען א מענטש 'פארשטייט'. פרובירן זיי צו פארשטיין: וויאזוי קען א פיזישע מח מאכן אז א מענטש זאל פארשטיין. אבער איך גיי נישט אזוי, איך בין א יוד און איך גלייב. די הימלען האבן זיך געעפנט און די יודן האבן געזעהן 'אנכי ה' אלקיך'.

דאס מיינט, אז פאר איך גיי צו צו פארשטיין וויאזוי די מח מאכט אז א קינד זאל זיך אויסלערנן רעדן. האב איך שוין א תירוץ, איך וויל נאר פארשטיין וויאזוי דער אייבערשטער מאכט אז א קינד זאל רעדן. נישט וויאזוי דער מח מאכט אז א קינד זאל רעדן. קומט אויס פון דעם אז איך בין שוין געקאווערט. זיי זאלן זיך קראצן זייערע אויסגעקראכענע קעפ, און שרייבן זייערע שטותים. וואס איז חוץ פון מינות ווייל עס איז א רצון צו מסית ומדיח זיין: "אויפצוקלערן די דומער פאנאטישער מענטש פון א שטאנדפונקט וואס נעמט נישט אריין די Notion פון אחד". איז עס אויך נאריש ביי איינעם וואס גלייבט. גלייבט מיין איך צוזאגן: הייבט אן ביי די נקודת האמונה. נאכדעם ווייסט ער שוין. וארשתיך לי באמונה, נאכדעם איז שוין וידעת את ה'.

די טיפקייטן ווי א מענטש קען צוקומען מיט זיין השגה ווען ער הייבט אן ביי די נקודת האמונה, און ער האלט זיך, און מאכט התבודדות, איז סך טיפער ווי זיי קענען אנקומען. ביי זיי ווערט א מענטש באמת פארוואנדלט אין מער און מער אראפ ; מער און מער נישט טיף.

ביי אונז, ביי א יוד וואס הייבט אן מיט די 'תירוץ' אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און דאס איז די אולטימעט תירוץ, דאס ברענגט אים צו צו איינזעהן טיפער. סך טיפער. מ'מוז זיך אבער דערהאלטן צו די נקודת האמונה.

ווי מער מ'פארשטייט אז צום ביישפיהל Ne קומט נישט פון די מח, עס קומט נישט נאר פון די Right Brain, נאר Ne איז א התגלות פון געטליכע כוחות וואס השי"ת האט וואונדערליך צאמגעבינדן מיט די מח, דאן טרעפט א מענטש אין זיך די חלק אלוק ממעל. פונקט אזוי ווי די 'ראיה' קומט נישט פון די אויג. עס קומט נישט פון די אויג? עס קומט ווייל די אויג איז מגלה אויף א וואונדערליכן אופן די געטליכער כח פון זעהן. עס איז נישט די כח פון זעהן, עס איז די געטליכער כח פון 'פארשטיין' וואס מ'זעהט.

עס איז אזוי אינטערעסאנט וויאזוי עס איז דא פון די וואס פרובירן צו פארשטיין די פונקציעס פון א מענטש, וויאזוי דער 'מח' באווייזט דאס, אז זיי ווערן מער און מער פארהארטעוועט אין האלצערנע טישן. מער און מער עקלדיג. זייער אייגענע געטליכקייט ווערט מער און מער ארויסגעשטופט פון זיי, און זיי בלייבן מיט א שטוב וואס האט נישט אין זיך מער ווי טרוקענע אביעקטן. מה שאינו כן, דער יוד וואס גייט מיט די נקודת האמונה. ער זעהט מער און מער, און אז דער אייבערשטער העלפט ווערט ער מער און מער איבערצייגט אין אחד יחיד ומיוחד וואס נאר ער פירט די וועלט: כי לי כל הארץ.

נישט וועגן דעם ; נישט ווייל מיר ווילן זיין קלוגער, דערפאר גייען מיר מיט די נקודת האמונה. נישט וועגן דעם. מיר גייען מיט די נקודת האמונה: ווייל דאס איז די פאקט. און אז עס איז די פאקט מאכט דאס קלוג. השכל וידוע אותי. איך בין נאך איבערצייגט אז עווענטועל גייען זיי אויך איינזעהן וויפיל נארישע ביכער זיי האבן געשריבן בנושאים זה. זיי גייען זיך נאך אמאל אויפוועקן.

ס'געווען א שטיק צייט וואס זיי האבן געהאלטן אז מ'קען נאכאמאכן די שטומע פון א מענטש. Text To Voice. איך מיין אז היינט פארשטייען זיי שוין אז ס'איז נישט מעגליך. גארנישט קומט נישט צו צו 'שכל' וואס איז אויך אן Extension פון אחד.

מיין ציהל איז נישט זיי אפצואווענדן. איך לאך מיך אויס, און איך עקל מיך פון זייערע זאכן. איך גרויל מיך דערפון. ס'גרוילט. איך האלט אז א מענטש וואס טוט באמת תשובה און ער מאכט התבודדות דארף בהכרח צוקומען צו דערשפירן דעם אמת. מיין ציהל איז נישט אפצואווענדן. ווילסט פארשטיין וויאזוי ניוראנס מאכן אז א מענטש זאל שפירן א טעם אין שב"ק ? גיי. הבא לטמא פותחין לו. איך בין נישט נייגעריג זיי אפצואווענדן. איך וויל נאר אז מ'זאל זיך היטן פון זייערע דיעות.

די רגע מיר גייען צו: אז די מקור פארוואס א מענטש שפירט: קומט פון א צאמשטעל פון ניוראנס, און מיר זעען נישט בחדא מחתא די העכערס, זענען מיר ראנג. ראנג, נישט פון א סייענטיפישע שטאנדפונקט, ווייל איך האב גארנישט מיט זיי. ראנג פון די נקודת האמונה. די סיבה פארוואס א מענטש שפירט קומט ווייל השי"ת האט אזוי באשאפן. פלאץ !!! איך גלייב. און איך גיי נאר מער און מער וויסן געטליכקייט. בזאת יתהלל המתהלל.

די מקור פון רוח הקודש קומט נישט פון 'דמיון'. יא ! אמת ! די נביאים האבן מדמה געווען. ביד נביאים אדמה. ס'האט געארבעט דורך דמיון. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט. איך האב נישט קיין פראבלעם אז ס'האט געארבעט דורך דמיון. אבער דאס איז געווען א געטליכקייט וואס האט גערוהט אויף זיי.

לאכסט ? איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט. איך בין נאריש ? ניין, איך בין נישט נאריש. דו ביסט נאריש. ווייל דו גייסט אין ערגעץ נישט אנקומען. דו ביסט פונקט ווי א קליין קינד וואס וויל פארשטיין זאכן. אבער נישט דאס וויל איך שרייבן. איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז דו און נאך מיליאנען זאלן האלטן אנדערש ווי דער אמת.

איך וויל שרייבן: אז מיר דארפן מאחד זיין מיט אחד יעדע פונקציע וואס עס פאסירט אין א מענטש ! און עס גייט נאך סך טיפער ווי דעם. מיר דארפן זיך אפשיידן פון אזא מהלך המחשבה וואס טוט מפריד זיין. און ווי פריער אלץ בעסער.

אבער 'נשמה' דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז א מענטש קען ליידן פארשידענע גייסטישע פראבלעמען און דאס זאל נישט קומען פון די 'חיצונים' וואס דרייען זיך ארום אין די לופט. נאר ווייל ער האט 'ענקזייעטי'. דאס איז וואס איך וויל אביסל שרייבן.

זייט ס'האט אנגעהויבן ארויסצוקומען די שטודיע אויף די פסיכיק פון א מענטש, האבן - אפילו אלגעמיינע - מענטשן אנגעהויבן אויפצומאכן זייערע אויגן. ס'האט זיך אנגעהויבן אויפהערן אז זאכן קומען פון מלאכי חבלה, נאר ס'האט זיך אנגעהויבן אז ס'האט מיט א פארדרייטע מחשבה. אבער דאס האט שטארק פארמינערט אופנים פון דביקות בה'.

זיי - די סייענטיסטן - זענען נאר דא אויף דער וועלט. די רגע זיי ווערן נפטר, און זיי הייבן אן זעהן די עקזיסטענץ פון מלאכי חבלה וכו', קענען זיי שוין נישט לויפן צום דר נעמען א מעדיקעשאן. ווייל דארט איז דער עולם האמת.

אמת טאקע אז מיר מוזן פארשטיין אז ס'דא אזא זאך ווי 'איינרעדעניש'. אבער איז דען די מקור פון די 'איינרעדעניש' נישט קיין זאך וואס קומט ווייל מ'איז דערווייטערט פונעם אייבערשטן. איך שרייב נישט דא ווייל איך טראכט אז מ'ווייסט נישט די אלע זאכן. איך שרייב דא, ווייל איך פארשטיי אז מ'מוז כאפן ווי עס הייבט אן אריינצוגיין אין 'פירוד בין הדבקים'. איך פארשטיי אז צוגיין מיט דעם גאנג: "עס איז דא אן ערקלערונג אויף פארשידענע ערשיינונגען אינעם נפש, וואס עס קומט נישט פון חיצונים, נאר עס קומט פון 'פארדרייטע מחשבות" אזא צוגאנג קען זייער שטארק צענעמען וויכטיגע השגות וואס עס פעלט זיך אויס אין דביקות בה'.

איך האלט אז זייער אסאך אמת'ע פאסירונגען ווערט נתגלה דייקא דורך די דמיון פון א מענטש. און אז אויב מיר וועלן צוגיין מיט די 'אויפקלערונג' אז עס איז פארהאן אנדערע ערקלערונגען אויף פארשידענע ערשיינונגען אינעם נפש. אויב מיר וועלן דאס אננעמען צו ווייט, קענען מיר פארפאסן צו מאחד זיין צום באשעפער שפירונגען אין אונז.

אויב מיר זאלן פרובירן צו פארשטיין פארוואס מיר פילן א טעם אין שב"ק, אויב מיר זאלן דאס פרובירן צו פארשטיין נאר מיט א פסיכאלאגישן בליק, טוען מיר מפריד זיין בין הדבקים. איך גלייב אז אויף אלעם איז דא ערקלערונגען. א מענטש זאגט: דו ווייסט פארוואס איך שפיר מיך הייליג נאך א מקווה ? נישט ווייל א מקווה איז מטהר, נאר ווייל זיך איינטינקען אין וואסער מיט די אמונה אז דאס איז מטהר מאכט שפירן כאילו א מענטש ווערט הייליג.

ווער האט באשאפן וואסער ? דער אייבערשטער. דהיינו: נקודת האמונה. נישט מיר גייען ווי די סייענטיסטן אז וואסער האט זיך אליין באשאפן. ניין!!! השי"ת האט מיט זיין געטליכקייט באשאפן וואסער. וואסער איז א אויסדרוק פון א געטליכן פארשטאנד, מיט א געטליכן ציהל. איינמאל איך גלייב אז עס איז באשאפן געווארן פון באשעפער אין סוף ב"ה, ווייס איך אויך אז דאס האט אין זיך א געטליכער כח וואס קען משפיע זיין אויף אנדערע זאכן וואס זענען באשאפן געווארן פון דעם זעלבן געטליכקייט. געטליכקייט געט ארויס פון זיך געטליכקייט. קלוגשאפט האט באשאפן וואסער, מיט א ציהל.

ווער זענען מיר ? ווער איז דער מענטש וואס טובל'ט זיך אין מקווה ? א מענטש איז אן Extension פון באשעפער. יעצט, ווען דער מענטש טובל'ט זיך אין א מקווה וואס איז איבערגעגעבן געווארן פון דער וואס האט עס באשאפן, און ער האט געזאגט אז דאס טוט מטהר זיין. איז דאס מטהר. אז ער האט געזאגט אז דאס איז מטהר, איז דאס מטהר.

יעצט, פארשטייט זיך אז מיר גייען מיט די נקודת האמונה. און נאכדעם איז מען זוכה צו פארשטיין. יעצט. קען א מענטש זיך טובל'ן אין א פסול'ע מקוה און שפירן אויף די מינוט א געוויסע שפיר פון 'טהרה' קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. ווענט זיך ווי נאנט מ'איז צום אמת.

וואס וויל איך דא שרייבן? איך וויל שרייבן אז מיר דארפן מאחד זיין אלעס צום אחד. מיר הייבן אן מיט די נקודת האמונה, און פון דארט גייען מיר ווייטער. אנדערש זענען די סייענטיסטן: זיי הייבן אן פון די פיזישע זאכן וואס זיי זעען מיט זייערע אויגן. און זיי פרובירן צו פארשטיין וויאזוי די מח מאכט שכל. טיפשים. טיפשים, נישט ווייל זיי טראכטן נישט. ניין. טיפשים ווייל זיי רייסן זיך אפ פונעם מקור השכל. טיפשים פון א נקודת האמונה שטאנדפונקט.

יעצט אזוי: קומט דער סייענטיסט און זאגט אזוי: דו ווייסט פארוואס דו שפירסט א טהרה אין מקווה ? ווייל דו גלייבסט אין באשעפער, און דאס איז פועל אז דו זאלסט עס שפירן. איך זאג: (בעסער געזאגט: מיר זאגן) אז ווייל איך גלייב ערלויב איך אז איך זאל נישט זיין קיין טובל ושרץ בידו, ערלויב איך אז איך זאל קענען שפירן די טהרה. זאגט דער סייענטיסט: ניין, ס'קומט ווייל א מענטש גלייבט, און נאכדעם שפירט ער וואס ער גלייבט. און איך זאג: ניין, ס'קומט ווייל א מענטש גלייבט, און דאס ערלויבט אים צו דערשפירן דאס התקרבות לה'. דו האסט דאך דא צוויי די זעלבע אופנים פון ערקלערונגען: איך קען דאס סך בעסער ערקלערן מיט די נקודת האמונה. און איך בין זייער צופרידן דערמיט. איך בין צופרידן דערמיט טאקע ווייל איך גלייב.

וועט אבער דער סייענטיסט פרעגן: נו, אויב א מענטש גלייבט אז א פסול'ע מקווה איז כשר, וועט ער דאך אויך שפירן טהרה ? מיין תירוץ דערויף איז: קודם ווער זאגט דיך אז דער מענטש וועט ריכטיג שפירן. אפשר וועט ער זיך נאר איינרעדן אז דאס מיינט טהרה. דו ווייסט דען וואס א מענשט שפירט אז ס'זאל זיין קרוב אל האמת? שפירן האט אסאך דרגות. די וואס האבן Fi ווייסן פון וואס איך רעד.

און נאך אזאך: כדי ס'זאל זיין א בחירה וועט דער סייענטיסט סיי ווי סיי זיך נישט קענען איבערצייגן. ווייל פון הימעל וויל מען נישט.

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען וואס איך וויל דא זאגן: אבער איך בין זייער אסאך אדורך. און אויב ביסטו אין די זעלבע מצב. דאס הייסט עס הייבט זיך דיר אן צו טראכטן אז די סיבה פון די שפראך אינעם הייליגן ספר נועם אלימלך קען מען ערקלערן מיט פסיכאלאגישע ערקלערונגען, דאן זאלסטו וויסן אז דאס רעדט צו דיר די יצר הרע און ער וויל דיר מסית זיין פונעם אמת. האב נישט קיין מורא זיך אנצוגארטלן מיט א שטארקייט און זאגן ניין! האב נישט מורא, ווייל עווענטועל גייסטו פארשטיין מיט א קלארקייט אז דאס איז נאר געווען א נסיון.

אויב הייבסטו אן צו שפירן אז די סיבה פונעם ערליכן יוד קומט ווייל ער מיינט, דאן זאלסטו וויסן אז דאס רעדט צו דיר די יצר הרע. דער זעלבער וואס האט איינגערעדט חוה'ן. אויב דו ווערסט באמת סטאק, און דו הייבסט אן צו שפירן אז ממש ווי ס'הייבט אן אויסזעהן ווי די און די געוויסע צדיק האט געטון פארשידענע זאכן צוליב פסיכאלאגישע סיבות, דאן גלייב ווייטער, מאך ווייטער התבודדות, און צום סוף וועסטו כאפן דעם אמת.

אפילו שבתי צבי ימ"ש, זיינע איינרעדענישן איז נישט געקומען ווייל ער האט געהאט סקיצעפריניע. נאר עס איז געקומען פון כח הטומאה, וואס דאס האט אים געמאכט אז זיינע מחשבות זאלן ווערן פארדרייט.

דאס קוקן אויף פסיכאלאגיע האט די פאטענציאל אויפצושאקלן געוויסע יסודות וואס פעלן זיך אויס פאר אמת'ע דביקות בה'. איך קום נישט דא פארקויפן פאנאטישקייט. אבער איך קום דא זאגן, אז אויב ווילסטו זיין קלוג, דאן פארשטיי אז קלוגשאפט עררייכט מען דורכ'ן מאחד זיין. השכל = מ'ווערט קלוג = וידוע אותי = דורכ'ן וויסן דעם אייבערשטן.

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען וואס איך בין דורך די אלע יארן. איך בין געווען געצווינגען צו גיין צו הילף. און פארשטיין אז ס'דא זאכן וואס זענען 'איינרעדענישן'. און איך ציה נישט צוריק. יא, ס'דא זאכן וואס מענטשן רעדן זיך איין. אבער דאס ענין פון נתפעל ווערן, און בלייבן שטיין, פארנט פון די סייענטיסטן, איז א זאך וואס צעשטערט וויכטיגע יסודות. יסודות וואס פעלן אויס אז א מענטש זאל נתקרב ווערן צום אייבערשטן.

זיי - די גרויליגע סייענטיסטן - זענען נישט דא צו פארקויפן דביקות בה'. זיי זענען נישט דא ארויסברענגען און נענטער ברענגען צום אייבערשטן. איך קען נישט גענוג ארויסברענגען וואס מיין שכל פארשטייט, די חילוק צווישן סייענטיסטן און די אמת'ע דביקות בה'. איך קען דאס נישט אנכאפן. נישט אלעס קען מען מיט ווערטער ארויסברענגען. איך קען נאר זאגן איין זאך: לאז דיך נישט. לאז דיך נישט פארנארן פון די פאקט אז ס'דא פארשידענע ערקלערונגען אויף די ערשיינונגען פון א מענטש, און אז דאס זאל דיך אוועקשלעפן פון דביקות בה'. נישט ווייל דו זאלסט בלייבן פאנאטיש. ניין, שריי איך אויס און א ווידער קול הערט זיך.

וואס איז דאך די סיבה אז א מענטש שפירט א טעם אין שב"ק. האט דאס גארנישט מיט 'הכנה'. מיין תירוץ: ווען א מענטש איז זיך מכין, טוט ער דערמיט מכשר זיין זיין פסיכיק צו קענען אריינלאזן אין זיך די קדושת שבת.

אויב גייסטו צוגיין אז ערשיינונגען אינעם נפש, קומט בלויז פון פסיכאלאגישע ערקלערונגען, ווייל אזוי ארבעט די מח, און אז די מח איז די מקור צו די אלע זאכן, וועסטו זיין דער מענטש וואס גייט קומען און ערקלערן פארוואס א מענטש שפירט פסח ביינאכט דאס און דאס. און מיט דעם האסטו אליין זיך וויי געטון. האסטעך פארנויגט פון א פאטענציאל צו ווערן נאנטער צום אמת. האסט אוועקגענומען די מעגליכקייט פון התגלות אלוקית.

השי"ת האט באשאפן דעם מענטש. און ער האט געמאכט אז א מענטש זאל אזוי ארבעטן, אז ווען ער טוט פארשידענע זאכן זאל דאס מגלה זיין יחודו. אויב דו וועסט דיך נישט לאזן פון פסיכאלאגישע ערקלערונגען, גייסטו עס זיכער פארשטיין מיט געטליכע ערקלערונגען. זיי נישט דער וואס מאכט אפ א מקור פאר אן ערשיינונג, פאר עס האט אפילו געהאט א געלעגנהייט זיך צו באווייזן מיט איר אמת'ן פנים.

ווילסט פארשטיין ערשיינונגען אינעם נפש ? געזונטערהייט. אבער גיי נאך טיפער. אויב האסטו א קשיא ? וויאזוי קען זיין אז א מענטש מיט א פגם אינעם פיזישן מח, וויאזוי קען זיין אז אזא מענטש האט באמת נישט קיין שכל. איז דאס נישט א באווייז אז שכל קומט פון מח ? אויב וועסטו דיך נישט לאזן, נאר דו וועסט דיך שטארקן מיט אמונה, אז שכל קומט נישט פונעם מח. נאר אז שכל קומט פון באשעפער. וועסטו טרעפן א תירוץ. ווייל אמת האט נאכקיינמאל נישט אויסגענארט א מענטש. אבער פארשטייט זיך בהכנעה גמורה.

צומאל קען א מענטש מיינען אז ער האט אמונה, אבער פאקטיש איז דאס קוים א ברעקל. אביסל איז שולדיג דאס וויסן אז זאכן קענען ווערן ערקלערט מיט: אזוי ארבעט די מח! אזאך וואס ערקלערט אפילו נישט.

פארוואס געשעהט עס ? ווייל לאמיר זאגן א מענטש שפירט ביי זיך א הרהור תשובה: 'נשמה' טו תשובה. זאלסט וויסן אז איך וויל אז דו זאלסט תשובה טון. הער אויף מיט דיינע מעשים. און טו תשובה" און דער מענטש זאגט: אזוי ארבעט די מח. די מח ארבעט אז א מענטש האט אזא Super Ego, און אזוי ארבעט די מח. ווייסט וואס עס איז געשעהן ? דער מענטש האט באמת באקומען א הרהור תשובה. און ער האט עס גע'הרג'ט.

ווער איז די Superego? די סופעראיגו איז א אופן וואס איז נשתלשל פון געטליכקייט. א מענטש, ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל, ווייסט ער בהכרח אז ס'דא זאכן וואס ס'איז נישט ריכטיג צו טון. און יעצט קומט דער סייענטיסט, ער קראצט זיין אויסגעקראכענעם קאפ, און נעמט זיך זוכן א סיבה פארוואס דער 'מח' פון א מענטש זאל מאכן אז ס'זאל זיין זאכן וואס עס איז נישט ריכטיג צו טון.

קומט אבער דער מאמין באחד און זאגט: דארפסט נישט זוכן די סיבה. די סיבה איז ווייל א מענטש איז א חלק אלוק ממעל, און זייענדיג א חלק אלוק ממעל שפירט ער אז עס איז דא א וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף. אמת אז עס קען ווערן פארדרייט, אבער די עצם שפיר פון "עס איז דא א וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף" דאס קומט זייענדיג געטליכקייט.

און דו סייענטיסט, פארוואס ביסטו נישט צופרידן מיט דעם תירוץ ? ווייל אז עס איז דא א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן איז ביי אים גארנישט. און מיר דארפן נישט זיין די וואס קויפן אפ זייערע זאכן. מיר דארפן זיך שטארקן, און וויסן אז דער אמת וועט זיך צום סוף מגלה זיין. מ'מעג האבן א קשיא.

אבער איך בין נישט געקומען שרייבן חיזוק אין אמונה, אזוי ווייט ווי 'קלוגשאפט'. פארברייטערן די פארשטאנד. די סיבה פון וויסן די סוד פון א זאך קומט נישט פון Ni. די סיבה קומט פון באשעפער וואס איז זיך מגלה דורכ'ן Ni. לאמיר נישט ערלויבן זייערע אומווילן צו גלייבן ווי עס שטייט און גייט, אז דאס זאל אונז געבן ערקלערונגען אויף ערשיינונגען אין אונזער נפש. אמת אז ס'דא ערשיינונגן וואס מיר דארפן צוקומען צו זיי. ווי צום ביישפיהל: OCD. מיר דארפן בהכרח צוקומען אז די אומריינקייט וואס איך שפיר, קומט נישט: ווייל עס איז באמת אומריין, נאר עס קומט פון א געוויסע פארדרייעניש.

נו, דאס טוט עפעס מסתיר זיין יחודו ית"ש ?

א מענטש, ווי ווייט ער איז פון באשעפער, אזוי ארומער האט ער די פאטענציאל אז זיינע פארשטייאונגען אויף די וועלט זאלן זיין פארדרייט. איז דען נישט געווען דאס ענין פון א נביא שקר. עפעס זעהט ער, און ער מיינט אז ער זעהט דאס. אפילו - להבדיל - די נביאים, האב נישט געזעהן וואס משה האט געזעהן מיט'ן אקספלריא המאירה.

למאי נפקא מינה. אז מיר וועלן נישט אויף אלעם זאגן: די מקור איז ווייל אזוי ארבעט די מח. מיר דארפן ווי מער מאחד זיין צום אחד. איך שפיר שבת א טעם, ווייל ס'איז שבת קודש. איך גיי נישט זאגן אז דאס איז נישט אמת, איך גיי זאגן: ס'איז נאכנישט די אמת'דיגסטע, ריכטיגסטער, טעם, מ'דארף זיך מברר זיין. מ'דארף זעהן אז מ'זאל שפירן ריכטיג. דאס איז דאך דאס ענין פון מברר זיין דעם טוב פונעם רע. אבער די מקור פון Affect קומט זייענדיג א חלק אלוק ממעל.

די גוים וואס האבן געדינט עבודה זרה, די סיבה דערצו איז געקומען ווייל זייענדיג א חלק אלוק ממעל, האבן זיי פארשטאנען אז ס'דא העכערע כוחות, זיי האבן עס נאר נישט מאחד געווען. דאס אוועקנעמען א געפיל און זאגן: עס האט נישט קיין שורש אין געטליכקייט, דאס איז נישט ריכטיג.

און צום סוף, פארוואס שפירט א מענטש א ריינקייט נאכ'ן זיך טובל'ן במקווה טהרה ? Te ? Ne ? Fi ? די סיבה איז עפעס 'געטליך'. ווי ווייט? דאס איז שוין ווי נאנט ער איז צום באשעפער. און פארוואס שפירט א אוסידיניק אז ער איז טמא ? אויך, עפעס געטליך, נאר עס איז פארדרייט. אז עס איז פארדרייט מיינט נישט, אז די מח מאכט עס. עס מיינט אז די שפיר פון ריינקייט און טומאה איז א געטליכער שפיר, נאר ביי אים איז עס פארדרייט. נישט אז די מח מאכט עס.

און יעצט קום דו - נארישער סייענטיסט - און פרוביר צו געבן אן ערקלערונג פארוואס התבודדות העלפט א מענטש. איך דארף עס נישט. ס'העלפט ווייל מ'רעדט צום אייבערשטן! ס'איז מיר גענוג. דו האסט מורא אז איך גיי נישט זיין אזוי קלוג ווי דו ? וויל איך דיר זאגן אז איך גיי נאך ווערן סך קלוגער ווי דיר. איך וויל דיר נאר זאגן אפן אין פנים אריין אז די סיבה פארוואס דו ווילסט ערקלערן פארוואס התבודדות העלפט, קומט, ווייל דאס אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט מיינט ביי דיר נישט קיין שום ערקלערונג. און איך דארף הערן דיינע ערקלערנוגען ?

והשם יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 26, 2019 8:29 pm

ב"ה.

די מערסטע וואס איך קען מיך פארשטעלן אז פונקציעס וואלטן געדארפט זעהן די וועלט. ס'קען זיין אז מיט די צייט וועל איך ווערן שארפער דערין. איך האף אז איר וועט הנאה האבן.

ר' משה (א ESTJ), באטראכט אהער און אהין די לאגיק פון די געבוי פון די בנינים וואס לויפן דורך זיין אויג. ווי אויך די פלאץ וואו זיי זענען געשטעלט געווארן. ער פרובירט צו פארשטיין (Te) די לאגיק דערפון. (Te וויל אלעמאל פארשטיין די לאגיק פון סיסטעמען. בכלל דאס גאנצע ענין פון א סיסטעם, איז א לאגישע זאך)

זיין קליינער יאנקעלע - א INFJ - זיצט זיך אין קאר פון הונטן. און פרובירט צו וויסן די טיפע בילד וואס אזאנס עס קומט דא פאר (Ni).

משה (ESTJ) רופט זיך אן צו זיין מיטפארער: "דו ווייסט פארוואס זיי לאזן נישט דא פארן ? (Te) ווייל זיי האבן לעצטענס געמאכט א געזעץ אז א יעדע געגענט דארף האבן א פלאץ וואו עס זאלן פארן די בייקס. און זיי האבן עס נאכנישט אנגעהויבן בויען. איך געדענק אין מיינע קינדער יארן (Si) האב איך געקענט פארן וואו איך האב געוואלט. און וויאזוי מ'האט געוואלט, היינט איז דא אויף דעם גאנצע געזעצן.

יאנקעלע פרובירט ארויסצוהאבן וואס טאטי רעדט, (Ni), און וויאזוי ער פילט (Fe). מ'קומט אן צום פארק.

ר' משה (א ESTJ) באטראכט צו די פארקינג איז געמאכט גוט (Te). ס'איז דאך א דיזעסטער דא. נישטא קיין פלאץ צו פארקן. וואס האבן זיי געטראכט (Te) וואו גיי איך קענען פארקן דא ? אזוי מאכט מען א פארק ? אה, איך זעה שוין. זיי ווילן איך זאל פארקן שיף. (Ne)

ר' ראובן (א ENFP), באגעגנט ר' משה, וויאזוי איז ער היינט ? (.Ne וויל ארויסהאבן די 'איידיע' אונטער אן ערשיינונג) עס מאכט מיך נישט גוט פילן (Fi, איז אלעמאל פארנומען וואס האב איך יא ליב, און וואס נישט) אים צו טרעפן אין אזא גוסטע.

ר' משה זעהט ר' ראובן. "פארוואס האסטו געפארקט דארט... ווי דיין שכל, עסט נישט קענען ארויספארן" ? (Te)

ראובן (א ENFP) : "איך האב נישט געדולד (ליב) צו הערן יעצט זיינע קריטיק (FI) פארוואס איז ער נישט געקומען מיט זיין שטריימעל ? פארוואס האט ער עס נישט מיטגעברענגט דער ? פון וואס האט ער מורא ? ער איז אויך אזא מין מענטש ? (Ne וויל ארויסהאבן די 'איידיע' אונטער אן ערשיינונג)

ר' משה: "פארוואס ענטפערסטו נישט, אויף וואס איך האב דיר געפרעגט...?" (Te)

ראובן: וואס שרייט ער אזוי דער ? (Ne.)

משה זעהט שוין פונדערווייטענס דעם בנין וואס ער זוכט: דארט האבן זיי עס אוועקגעשטעלט ? (Te) גאנץ גוט. הגם ס'וואלט געווען בעסער אביסל אהערציער.

יחזקאל א ESTJ: אה' משה וואס מאכט מען ? (Se, Se נעמט א באלדיגן אנטייל אין די וועלט וואס ער האט געשפירט מיט זיינע פינף חושים)

יחזקאל זעהט א גרויסן בוים: לאמיר אהינגיין, און אומר ועושה ער שלעפט זיך אהין. א באקוועמען בענקעל דא. (Se)

פון דערווייטענס קומט צו קריכן ר' זרח א ISFJ. ר' זרח וואקט ווי אין א טרעק, (Si, Si, געוואוינט זיך איין צו שפירן אינערליך אלעמאל די זעלבע), קינדערלעך יעדער איז זאט ? (Fe, איז זיך מייחס צו יענעמ'ס געפילן)

ר' משה שטייט און באטראכט די אינעווייניגסטע געבוי פונעם בנין (Te) נישטא קיין בענקעל זיך אראפצוזעצן דא, איך בין דאך אלעמאל געוואוינט (Si) אז איך זעץ מיך אראפ אויף אזא פלאץ. וואס האבן זיי דאס געמאכט אזוי אנדערש. נישטא קיין בענקעל דא.

ר' משה גייט צו צום פראנט דעסק, כאפט אויף די סיסטעמען וויאזוי ס'ארבעט. (Te)

ראובן שטייט אינדרויסן פנעם געביידע, און דמיונ'ט זיך אויס וויאזוי עס וואלט אויסגעזעהן (Ne) ווען זיי וואלטן געמאכט דעם דאך אנדערש. און די פענסטער אנדערש. איך וואלט עס אנדערש אויסגעשטעלט. (Fi)

א INTP - ר' דוב- קומט זיך אריין אינעם בנין. ער רירט נישט זיינע אויגן צופיל אהין און צוריק. באטראכט אלעס עס צו פארשטיין (Ti). שטיל פאר זיך. אבער טראכטן טראכט ער.

ר' משה זעהט ר' דוב'ן: "ער פלעגט נישט קומען דא די אלע יארן, וואס האט אים באוואויגן צו קומען דאס יאר (Te). אה, ר' משה וואס זענט איר דא ?

ר' דוב טראכט: וואס מאכט עס אים אזוי וויכטיג צו וויסן פארוואס איך בין געקומען (Ti), אפשר ווייל ער פרייט זיך אז איך האב אים דא געטראפן ? (Fe) "איך בין געקומען דיך זעהן..."

ר' משה: מיך זעהן ?

יאנקעלע קומט אריין אינעם בנין: איך וויל וויסן וואס עס קומט דא פאר? (Ni) ער זעהט ראובן. ראובן באטראכט אים מיט א דורכדרינגליכן בליק (Ne) יאנקעלע וויל וויסן: ער האט מיך ליב ? (Fe)

ראובן: איז דער קינד גוט מחונך ? (Fi) ער קוקט אויס פאלגזאם. (Ne)

ר' דוב באטראכט דעם טיקעט וואס ער האט באקומען, (Ti), פינף און צוואנציג דאלער? פארוואס אזא פרייז, (Ti) אזוי טייער האלט מען שוין היינט. (Ne)

ראובן האלט אינמיטן אויספיגערן די חינוך וואס יאנקעלע האט געדארפט צו באקומען כדי צו ווערן אזוי מחונך (Ne)

ר' תנחום א ENFJ קומט זיך אריין. ער כאפט באלד אויף וואס יעדער דא פילט. (Fe מיט Ni) אה, ר' דוב איז דא. וואס פילט ר' דוב ? אה, זיין קאפ ליגט אים מן הסתמא אין לערנען. (Fe) איך וויל ווערן גוט מיט אים, (Fe), אבער איך מוז קודם וויסן וועכע לימוד דער האלט אינמיטן עוסק זיין. (Fe)

ר' תנחום: וואס קען איך אים פרעגן ? ער זעהט ר' דוב באטראכט אזוי דעם טיקעט: "ר' דוב וואס זעהט איר דא ?..."

ר' דוב: וואס גייט עס אים אן.

ר' תנחום: ניין, נישט גוט. צו דעם ר' דוב, דארף מען טרעפן אן אנדערער שפראך.

ר' תנחום: לאמיר פרובירן דירעקט: "ר' דוב וויאזוי פילט איר היינט, (Fe), ס'איז נישט הייס דא (Se)?"

ר' דוב: ער זוכט מן הסתמא מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט. (Ti, Ne). "ס'איז זייער פיין דא, וויאזוי פילט איר ? (Fe)

ר תנחום: אה, געמאכט. "ס'איז א געשמאקע פלאץ דא, ניין?" (Fe).

ר דוב: "ב"ה, אז מ'קען זיך אויסלופטערן, ביסט געקומען דא אליין, צו מיט נאך ?

ר' תנחום: וואס א חילוק וועגן מיר, איך וויל דאך בעיקר וויסן וואס ער פילט, און וואס ער האט ליב צו שמועסן. (Fe). "ס'איז א שיינע פלאץ דא, ווילאנג גייט איר נאך דא זיין ?"

ר' דוב: וואס גייט עס אים אן, מן הסתם זוכט ער מיט וועם צו פארברענגען ווילאנג ער איז דא. "איך גיי מיך אראפזעצן לערנען אונטערן בוים..."

ר' תנחום: אה אויף דעם האב איך געווארט: "וואס לערנט איר..."

ווי מיר קענען זעהן אין די שמועס צווישן ר' תנחום און ר' דוב, אז ר' דוב - א INTP - וועט אלעס דורכטראכטן מיט זיין Ti, און ר' תנחום וועט אלעמאל נוצן זיין Fe.

Fe איז זיך מייחס צו די געפילן פון די מענטש "אקעגן איבער".

ר' דוב, הערנדיג די שאלה "וואס לערנט איר?" נעמט ער דאס דורך מיט זיין Ti. ר' דוב נוצט נישט געהעריג זיין Fe. זיין Fe איז זיין פערטע פונקציע. ער גייט נישט אזוי שנעל אריין אין א שמועס מיט ר' תנחום. ר' תנחום האט דא געטראפן א מענטש וואס 'טראכט', און נישט א מענטש וואס איז זיך מייחס. חוץ אויב ר' דוב האט שוין דורכגעטראכט וואס דער ר' תנחום וויל פון אים, נוצט ער זיין Ti.

ר' דוב: מסכת תמיד, פארוואס ? די 'פארוואס' מיינט ער צו פארשטיין מיט זיין Ti וואס ס'גייט פאר ?

ר' תנחום הערט דעם 'פארוואס' אלץ "איך בין נישט אזוי ווארעם אריינצוגיין אין א שמועס יעצט..." אבער ר' תנחום, האבנדיג Ni אלץ זיין צווייטע פונקציע, און ארויסהאבנדיג די עמקות פון מסכת תמיד אזוי בכלליות, געט אזא ווארף אריין א ווארט צוויי. און א שמועס הייבט זיך אן.

יעצט, בעת ר' דוב וועט אגאנצן צייט נוצן זיין (טעארעטיש) Ti. וועט ר' תנחום נוצן זיין Fe. און ר' תנחום וועט זיין דער וואס וועט פרובירן צו געבן די גאז פאר די יעצטיגע קשר. (כך נראה לי, אבער אין פאקט מוז נישט זיין אזוי. איך געב נאר אזא...) די Fe איז א מקשר. Ti איז נישט אזוי ווייט מקשר. ר' תנחום וועט שפירן אז פון זיין זייט געט ער סך מער, ווי סתם קאלטע לאגיק. יעצט, אויב ר' תנחום וועט דארפן עפעס ספעציעל פון ר' דוב, נו, דאן וועט מען שוין עפעס שמועסן.

ר' תנחום וועט זיך אויפשטעלן פון אזא שמועס מיט א געפיל אז ער איז נישט מקובל געווארן פון די אנדערע עק. ער האט נישט געקענט געהעריג אנגאדשירן דעם ר' דוב. (נישט אלעמאל איז אזוי ווי איך שרייב עס)

ר' דוב וועט 'לכאורה' (אין מיין טעאריע, נישט אז איך ווייס) נישט שפירן צו אומבאקוועם מיט די גאנצע זאך. פון זיין Ti זייט, איז אלעס זייער מסודר. אבער דער ר' תנחום, ער שפירט ס'האט עפעס נישט געהעריג געקליקט.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 28, 2019 7:43 pm

בעזרת השי"ת שלא יצא שום מכשול מתחת ידי.

א טעאריע.

ווייל די Inferior Function אין א מענטש, איז די זאך וואס א מענטש וועט מיט דעם ווילן דינען השי"ת. צום ביישפיהל א INTP און א ISTP, וועט וועלן די ענין פון 'התייחסות' צום אייבערשטן. נישט דאס איז זיין עבודת ה', אבער דאס וועט אים משלים זיין דעם נפש. און זיין עיקר התקרבות צו השי"ת וועט זיין דורך 'התייחסות'. (איך האף מ'מעג אזוי רעדן. יעדער האט זיך זיין ציהל אויף דער וועלט.)

א INFP און א ISFP וועט בעיקר שפירן 'עונג' ווען ער האט ארויס די לאגישע סיסטעמען פון עבודת השי"ת. אדרבה, מ'דארף פרעגן צו ס'איז אזוי.

א ENFP מיט א ENTP, זיי ווילן בעיקר די ענין פון 'שפירן דעם אייבערשטן אין אלע ביינער'. דאס איז ביי זיי עבודת השי"ת. דביקות ביי א ENFP אדער א ENTP וועט זיך משלים זיין "ווען איך גיי שפירן דעם אייבערשטן אין מיינע ביינער..." מה שאינו כן, א INTP ביי אים איז דער עיקר דאס ענין פון 'התייחסות'. זיווג. "איך גיי מיך משלים זיין ווען איך גיי זעהן דעם אייבערשטן, און זיך מייחס זיין צו אים"

ביי די וואס האבן די Inferior Ti ווי צום ביישפיהל: ENFJ ESFJ ביי זיי: זיי שפירן א התקרבות צום אייבערשטן מיט'ן 'פארשטיין'. כענין 'חב"ד'. כך נראה לי. דאס ציהלן זיי דער עיקר. צו 'פארשטיין' ענינים פון עבודת השי"ת. קבלה. דאס מיינט ביי זיי "געטראפן עבודת השי"ת" אפילו אויב זיי זוכן דביקות הבורא, וועט עס אבער זיין דורך זיין Ti. דאס וועט ער 'פארקויפן'.

אבער ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט.

ביי די וואס האבן Fi די פערטע, ביי זיי איז דער עיקר עבודת השי"ת ווען זיי קענען טרעפן אז זיי 'האבן ליב דעם אייבערשטן'. דאס מיינט ביי זיי די ענין פון דביקות. אהבה. אנדערש איז א ENFP, ביי אים איז דער עיקר: שפירן אין אלע ביינער עבודת השי"ת.

ביי די וואס האבן Se די פערטע. INFJ INTJ. ביי זיי איז עבודת השי"ת די ענין פון מצוות מעשיות. כך נראה לי.

ביי די וואס האבן Ni די פערטע, א ESFP און א ESTP ביי זיי איז עבודת השי"ת, דאס ענין פון 'זעהן העכער'ס ווי די פינף חושים'. א ספר אדער א שיטה, אדער א עבודה וואס מאכט זעהן די העכערס. כך נראה לי. אבער ס'מוז נישט זיין.

אויב ווילסטו וויסן טאמער איך שרייב זאכן על פי תורה. געב א קוק: דו ווייסט דאך זייער גוט דאס ענין פון אש מים רוח עפר. און דאס אז יעדער פון די פיר, האט זיך זיין ענין אין עבודת השי"ת, דאס איז אנגענומען.

א ENFP וואס הערט פון א ESFP דאס ענין פון "איך האב געטראפן א דרך אין עבודת השי"ת, ווייל די Concrete וועלט האט באקומען א העכערע געטליכע בליק..." דער ENFP פרובירט צו מאכן דערפון אז ער זאל עס שפירן אין אלע ביינער. סתם העכערקייט איז נאך נישט ביי אים די זאך. ער וויל עס שפירן פיזיש אין אלע ביינער. דאס איז וואס ער זוכט.

אזוי אויך ווען א ENFJ וועט זאגן: "איך האב געטראפן א דרך אין עבודת השי"ת, א דרך וואס מאכט אז איך זאל פארשטיין מיט מיין שכל, דהיינו Ti, און אזוי מקרב זיין צו מיך דאס ענין פון אז דער אייבערשטער איז אלעס, א ESFP וועט זאגן: וואס האב איך פון פארשטיין. איך וויל 'זעהן' די העכערס. כך נראה לי.

א Inferior Fe וועט ליב האבן צום ביישפיהל ברסלב, ווייל מ'קען זיך מייחס זיין צום אייבערשטן. די ענין פון 'התבודדות'.

א Fi Inferior וועט ליב האבן ברסלב, ווייל ס'ברענגט ארויס מיין ליבשאפט צום אייבערשטן.

א Inferior Ti, וועט ליב האבן ברסלב אויב ס'האט אים אויפגעבויט זיין אייגענע פארשטאנד אין השי"ת.

א Inferior Te וועט ליב האבן ברסלב, אויב ס'האט אים מסביר געווען וויאזוי אלעס ארבעט לאגיק. אזאך וואס ר' נחמן זצ"ל רעדן דערפון אין זיין ספר הקדוש.

א Inferior Ni וועט ליב האבן ברסלב, אויב ס'מאכט אים נענטער "ווי אלעס איז דער אייבערשטער..." זאכן האבן א טיפקייט. ס'איז נישט נאר די Concrete וועלט.

א Ne Inferior וועט ליב האבן ברסלב, אויב ער טרעפט דערין פארשידענע מהלכים אין ענינים. אז ס'געט אים צו שפירן אז מ'קען קוקן אויף זאכן אויך מיט אנדערע פירושים.

א Se Inferior וועט עס ליב האבן אויב ס'ברענגט אים צו מצוות מעשיות

א Inferior Si וועט עס ליב האבן "ווייל עס מאכט מיך שפירן אין אלע ביינער דעם באשעפער..."

די חשבון איז פשוט. א מענטש זוכט באוואוסטזיניגקייט. און א מענטש ווייסט אז די שוואכסטע ביי אים איז די Inferior. אלע אנדערע די פיפטע זעקסטע זיבעטע אכטע, ווייסט ער קוים. אבער די Inferior שפירט ער, און ער שפירט אז ס'איז ביי אים נישט אויפגעבויט. ער קען זיך נישט באוואוסטזיניגן דערמיט געהעריג. יעצט, אויב די באוואוסטזיניגקייט קומט פון עבודת השי"ת, האט דאס דעם גרעסטן חשיבות ביי א מענטש. דאס איז דאך וואס א מענטש זוכט קומענדיג מתחת כסא הכבוד.

איינער וואס האט זיין Si די ערשטע וועט נישט אזוי חליש'ן צו שפירן דעם אייבערשטן אין אלע ביינער. ער שפירט עס שוין. פונקט אזוי ווי דער Fi, ער האט שוין ליב דעם אייבערשטן. ער וויל בעיקר אויך יענע נקודה וואס איז ביי אים שוואך.

שוין. איך ציטער צו איך שרייב דברים על פי תורה. איך האף איך שרייב גוט. ווייל יעדער טרעפט זיך זיין עבודת השי"ת.

השם יעזור שלא יצא ח"ו מכשול מתחת ידי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:31 am

נשמה, איך כאפ נישט אלעס וואס דו שרייבסט ווייל איך בין נאך אלץ נישט אויסגעקאכט, צ.ב.ש. ווען דו שרייבסט ISTP דארף איך גיין טשעקן אויף די MBTI ליסט וואס זענען די פונקציעס פון ISTP, און הערשט האב איך נישט ארויס אלע פונקציעס.

איך האף זיך צו נעמען צייט איבערצוגיין נאכאמאל אלעס וואס מען האט געשריבן בנוגע די נושא דא אויף אייוועלט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 1:14 am

כמדומה לי אז מיין זיבן יעריג טאכטער איז א ENTJ און מיין פינעף יעריג אינגל איז א ENFP, עס איז זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי זיי פארטראגן זיך, קריגן זיך, באטראכטן די וועלט, ביידע באטראכטן די וועלט אבער זיי האבן א אנדערע צוגאנג.

דער ENFP פרעגט מיר זעלטן וויאזוי זאכן ארבעטן, אנטשטאט "זאגט ער" כסדר זיינע אייגענע הסברים וויאזוי די וועלט ארבעט, ער מאכט זיך אויף אייגענע דמיונות און ער זאגט פשט, למשל: ''איך ווייס וויאזוי ביינאכט ווערט טונקל! דער באשעפער האט א ריזיגע באטן און ווען ער דריקט די באטן ווערט טינקל!'' אין אנדערע ווערטער, ער האט געכאפט אז דא קומט פאר א טויש, עס ווערט טונקל, פאר א סעקונדע האט ער אפשר געטראכט א פראגע "וויאזוי געשענט עס?" אבער ער גייט גלייך צום דמיון און ער פיקט אויף א הסבר וואס שטימט מיט זיין הבנה איבער מאכן ליכטיגקייט און טונקעלקייט, ער איז עוסק אין די ''סברא'' נישט און די ''שאלה''

עס מאטערט אים נישט צו פארשטיין פארוואס / וויאזוי, אנטשטאט איז ער זיך מתענג מיט זיין הסבר, זעט אויס אז ער מוז נישט עכט וויסן וויאזוי עס ווערט באמת טונקל.


דער ENTJ פרעגט סאך אפטער קשיות, און זי וויל הערן א 'אויסגעהאלטענע' הסבר עס איז מערקבאר די חילוק צווישן זיי ווייל זי פרעגט א שאלה און ווארט צו הערן א ענטפער, עס איז איר נישט אינטערעסאנט אליינס צו דמיונען הסברים ווייל זי וויל דאך הערן די עכטע וועג, זי מוז נישט טרעפן עפעס א תירוץ אז די קשיא זאל מער נישט שווער זיין, זי וויל פשוט וויסן! וואס איז אינטערעסאנט צו טראכטן אייגענע סברות איבער מעגליכע הסברים? זי וויל דאך פשוט וויסן וויאזוי עס ארבעט אין רעאליטעט.

אין אנדערע ווערטער, דער Ne מוז נישט וויסן דעם 'אמת' ער האט הנאה פון סיי וועלכע 'אינטערעסאנטע הסבר' משא''כ דער Te האט הנאה פון וויסן וויאזוי א זאך ארבעט, עס מוז נישט זיין א אינטערעסאנטע הסבר, עס מוז זיין די אמת'ע ענטפער.

לכאורה קומט אויס אז א Ne וועט טרעפן פאלטשע הסברים משא''כ דער Te וועט ענדערש גיין מיטן אמת.

אבער עס איז אויך יתכן אז א ENFP וועט זוכן דעם אמת נאכמער ווי א ENTJ אדער ESTJ, ווייל זיין Fi פונקציע איז מחשיב דעם אמת, ובפרט ווען זיין Te פונקציע אנטוויקלט זיך און ער הייבט אן בעסער פארשטיין דער חילוק צווישן א אמת'ער תירוץ און א דמיונ'דיגער תירוץ, וועט זיין צווייטע Fi נישט זיין צופרידן ווען זיין ערשטע Ne פונקציע סערווירט אים מיט א דמיון, און ער וועט זיך אנשטרענגן צו נוצן דערגיין דעם אמת מתוך אהבתו לאמת.

פאר די באנוץ פון Si פונקציע ביים ENFP זע איך נאכנישט קיין עצה..
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: crispy, Iphone, איצל פיצל, פאלקס קיך, קאפ און אקסל, שנלר, שרייזשע און 30 געסט