מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:32 pm

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זעסט א חילוק פון א פירער ביז זיבענער ENFP?

איך קען נישט פערזענליך א ENFP זיבענער. איך גלייב אז די חילוק איז, אז דער ENFP זיבענער מאכט נישט אזא עסק פון "איך בין יא ווערד? איך בין נישט ווערד?..." "דו האלסט אז איך בין נאך אלץ עפעס?..." "איך מיין אז אפגעפרעגט..."

.

אויף אייוועלט קענסטו יא איינעם, דערבארומדיגער אידאך א זיבענער (זאג מיר נישט אז די זעסט אין מיר ניינער שטריכן...)

איך בין סענסיטיוו, אבער מיט א מאס, איך פלעג אמאל מער טראכטן די מחשבות, היינט איז עס נישט אזוי, כאטש איך גלייך נאך אלץ אויפריכטיגע קאמפלימענטן מער ווי אויפריכטיגע קריטיק...

אינטערעסאנט אז אדהאן רעדט שוין דערפון! זי זאגט אז עס זענען דא טינקינג זיבענערס און פיללינג זיבענערס, (אגב, אויך אינטואישן ווס. נאן אינטואישן זיבענערס) זאגט אדהאן אז די פיללינג זיבענערס זענען SUPERFICIAL פירערס. ד.ה. אויף די אויסענווייניגסטע שיכט פונעם נפש זעען זיי אויס אייניג אבער די זיבענערס קענען נישט פארנעמען די העווי עמאציאנעלע מחשבות אזוי ווי די פירערס.

---------

Te זענען איינזערס וכדו' ?
ווי געשמועסט אינעם אניאגראם אשכול, איך האב ליידער א נאטורליכע חוצפה אנטקעגן איינזערס, אנטשטאט איך זאל שפירן אז דער איינזער איז נארמאל און איך דארף ביהעיווען, שפיר איך אז דער איינזער איז א איינגערעדטע מענטש, אויב איז ער און מיין יארגאנג וועל איך גענצליך איגנארירן זיין קרומע נאז, און אויב איז ער עלטער פון מיר וועל איך זיך צושטעלן וויפיל מעגליך מחמת הנימוס, אבער אן קיין פרעשור. ד.ה. איך וועל מיטשאקלן מיין קאפ אדער מיטשמייכלען צי זיינע מיינונגען און שיטות , אויב וויל ער דוקא אינטערהייבן דעם באנק אדער מאכן ווארימער זאל ער עס טון, גייט מיר ווייטער נישט אן. ער רייסט אראפ דעם גבאי על לא דבר? גייט מיר ווייטער נישט אן. ער רייסט מיר אראפ פארן מאכן א קאווע מיטן טלית בייטל אין האנד (מעשה שהיה) ? גייט מיר באמת נישט אן, באמת נישט.

עס באדערט מיר מער ווען איינער ווייזט מיר אויף אז איך ווייס באמת נישט וואס איך רעד. נישט זיין קרומען מיט די נאז.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 4:29 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:

א פאר טייפס קענען זיין Te. צומאל זעה איך אויף איינעם א Te, און איך טראכט צו מיר, "ער איז אזא Te..." און ארומיגע מענטשן זענען נאר פארנומען וואסערע זעקסער ער איז. אינדערצייט וואס - זעקסער אהער, זעקסער אהין, - ער איז א Te! און דאס איז יעצט מער נוגע. ער האט ליב צו רעגולירן די ארום. מיין פריערדיגע תגובה איז געווען אז צומאל איז דא אזא אומשולדיגע טשעפע, אדער אזא מעסעדש וואס דער Te לאזט גיין אין גאנג, מיט די כוונה צו עררייכן רעגולאציע אין די אויפפירונג פון איינעם. און אויב איינער וויל ארבעטן אויף זיינע מידות, דארף דאס אינאכט נעמען.

אויב איז ער א איינזער, האט ער ווארשיינליך די Si אין זיינע פונקציעס. צומאל קען ער זיין א זעקסער מיט א פינעווער פליגל. אדער א אכטער.

ס'דא פיר טייפס וואס קענען זיין א Te. צוויי האבן עס די ערשטע, ENTJ און ESTJ. און אויך דער ISTJ, און INTJ. איז אזוי, איך טראכט יעצט אז Te איז א רצון צו טון א פעולה אז די ארום זאל לויפן רעגולער. א ENTJ קען זיין א אכטער. די אכטערישע איגו בויעט זיך אויף לכאורה, ווייל ער וויל קאנטראלירן זיין ארום, און ער וויל נישט אז איינער זאל אים שטערן פון אויספירן זיין Te. ער וויל עס קענען טון.

א ENTJ זענען די מענטשן וואס ווילן קאנטראלירן און רעגולירן זייער ארום. (די מערסטע וואס איך פארשטיי יעצט) פעסטע מענטשן וואס לאזן זיך הערן זייערע מיינונגען. א ESTJ, אויך, נאר א ESTJ, איז מער אין קאנטראל. ווען א ESTJ קרומט מיט די נאז, באדערט דיר עס מער. ווייל דו ווייסט אז ער האט אויפצואווייזן אז "מ'האט זיך נישט געפירט אזוי..." "ס'איז נישט נארמאל..." "ביסט א נארמאלער מענטש?..." נעבן א ESTJ מאכסטו מער זיכער נישט צו באקומען זיין דיעה. ער איז מער איבערצייגט אין זיינע שיטות. כך נראה לי
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:46 pm

אבער לויט ווי איך מיין יעצט, איז די Te צוזאמען מיט די Fi וואס מאכט אז מ'זאל וועלן קאנטראלירן יענעמ'ס אויפפירונג. איז אזוי: א ISTJ איז א עקסטראווערד טינקינג די צווייטע, און א אינטראווערד פילינג די דריטע. און א אינטראווערד סענסינג די ערשטע. אזא איינער קען וועלן יענעם ווי מ'זאגט "פיר דיך אויף נארמאל". דער ENTJ ווייס איך נישט צו ער וועט עס טון. א ENFP קען עס אויך וועלן טון. געדענק, ער האט די Te די דריטע און די Fi די צווייטע. איז איך טראכט אז א ENFP וועט וועלן יענעם שטעלן אויפן פלאץ לויט זיינע אייגענע ווערדן.. ווייל די Fi פארטראגט נישט יענעמ'ס משוגעת, דהיינו, זאכן וואס ס'שמעקט נישט פאר זיין Fi. נאך דערצו ווען די Te אנטוויקלט זיך מער און מער.

איך בין נישט זיכער מיט וואס איך האב געשריבן אויבן. איך האב געשריבן "איך דארף נאך פרוף". Fi זענען שטארקע דשאדשערס. "פיין שמעקערס". זיי זענען וואס משפט'ן "האב איך אים ליב, צו נישט". ס'איז מיר - עס אף נאו - שווער צו כאפן וועלעכע פון די פונקציעס אדער צאמשטעל פון פונקציעס שאפט אז דער מענטש זאל וועלן יענעם "פיקסן". "שטעלן אויפן פלאץ". דער Te וויל זיכער רעגולירן די ארום. מיין פארשונג איז, צו איז די Te וואס זאגט "ביסט א נארמאלער מענטש?" אדער גאר לדוגמא די Fi.

דערבארומדיגער קום אריין מיטטיילן צו דו האסט אסאך מאל א urge, צו רעגולירן יענעמ'ס תנועות/יענעמ'ס ביהעיוויער? כאטש אין דיין מחשבה. דו ווילסט איהם זאגן "טו ענדערש אזוי און אזוי!. אזוי וואלט איך עס ליב געהאט! אזוי ווי דו טוסט יעצט האב איך נישט ליב".
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:58 pm

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיגער קום אריין מיטטיילן צו דו האסט אסאך מאל א urge, צו רעגולירן יענעמ'ס תנועות/יענעמ'ס ביהעיוויער? כאטש אין דיין מחשבה. דו ווילסט איהם זאגן "טו ענדערש אזוי און אזוי!. אזוי וואלט איך עס ליב געהאט! אזוי ווי דו טוסט יעצט האב איך נישט ליב".

ניין.

איך וואלט נישט געטראכט עצות ווי אזוי איך וואלט עם יא געקענט ליב האבן, אבער איך האב ליב אסאך מענטשען און אסאך מענטשען גלייך איך נישט אזוי שטארק.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:02 pm

והיתם נקיים האט געשריבן: 2) ארגאניזירן פראדוקציע/סיסטעמיזירן - Te

ENFP - Ne Fi Te Si

אלץ א ENFP קען איך טאקע באשטעטיגן אז איך לייג אריין אסאך מחשבה און כח צו סיסטעמיזרן זאכן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:27 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: זעסט א חילוק פון א פירער ביז זיבענער ENFP?

אט האסטו א קלארע חילוק
דער פירער זאגט:
נשמה האט געשריבן:צו קען א פארגעשריבענער סדר היום העלפן פאר א ENFP? ווארשיינליך נישט נאטורליך. אויב א ENFP פאלגט נאך א סדר היום וועט ער נישט שפירן געזעטיגט. און ער וועט שפירן געצווינגען. איך האלט זייער נישט דערפון. איך האלט ענדערש פון אויפבויען די נאטורליכע Si, אדער Se אויב ס'איז מעגליך אזא זאך.

דער זיבענער זאגט:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די עיקר פראבלעם איז לכאורה אנציהייבן, און נישט סטאפן אינדערמיט, א ENFP / ADHD וכל שום וחניכא ווערט צופלאצט און שפירט ווי ער ליידיגט אויס דעם אוישען מיט א זופ לעפעל, אבער ווען מען האט עס ערלעידיגט און עס איז גוט געלונגען, און עס איז קאמפליט פערטיג, איז -עכ''פ ביי מיר - דא א צופרידענקייט.

כמעט יעדער האט ליב און שפירט זיך זאט אויב איז מען DONE מיט א לאנגע ליסט, איך מיין אפילו א ENFP און כש''כ ווען די ליסט איז אין מיין אייגענע אינטערעסע ווי געזאגט.

דאס איז דירעקט א חילוק פונעם זיבענער וועלכע וויל זייער שטארק ACTION , זיין פחד איז אז ער וועט פילן "ליידיג" און ער פילט זיך גוט ווען ער "טוט עפעס" אפילו ער טוט גארנישט אויף.
דער פירער האט אנדערע אינטערעסן אינגאנצן, ער וויל עפעס אנהאלטן זיינע געפילן, ער וואלט ליב געהאט צי קענען איבערטראכטן זיינע עמאושענס פאר 3 שעה נאכאנאנד, דער עולם המעשה איז א רויבער וואס נעמט עם צו פון זיין "זיך"

און וואונדערבאר, ביידע זענען ENFP כאטש זייערע פארקערטע אינטערעסן!

https://www.16personalities.com לייגט צו א פיפטער קאמפאונענט וואס טוט לכאורה אויסשמועסן די חילוק פון א פירער ביז זיבענער ENFP.

זיי האבן די טרעיט Assertive VS Turbulent , איך בין Turbulent און נשמה איז לכאורה Assertive, זעע די פשט פון די ווערטער אין זייער ערקעלערונג:

Assertive (-A) individuals are self-assured, even-tempered and resistant to stress. They refuse to worry too much and do not push themselves too hard when it comes to achieving goals.

Turbulent (-T) individuals are self-conscious and sensitive to stress. They are likely to experience a wide range of emotions and to be success-driven, perfectionistic and eager to improve.

דער זיבענער דערהייבט נישט קיין סטרעס, זארגט זיך, און איך בין און פאקט "סוקסעס ארענטירט"
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:36 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיגער קום אריין מיטטיילן צו דו האסט אסאך מאל א urge, צו רעגולירן יענעמ'ס תנועות/יענעמ'ס ביהעיוויער? כאטש אין דיין מחשבה. דו ווילסט איהם זאגן "טו ענדערש אזוי און אזוי!. אזוי וואלט איך עס ליב געהאט! אזוי ווי דו טוסט יעצט האב איך נישט ליב".

ניין.

איך וואלט נישט געטראכט עצות ווי אזוי איך וואלט עם יא געקענט ליב האבן, אבער איך האב ליב אסאך מענטשען און אסאך מענטשען גלייך איך נישט אזוי שטארק.

איך אלס א ENFP קען פונקטליך מעיד זיין אויף נשמה׳ס ווערטער. איך בין ממש משוגע לאותו דבר. ווען איך קום אריין דאווענען מעריב אין א מנין דער ערשטע זאך הייבט מיין קאפ אן שווינדלען מיט מיליאנען מחשבות און געפילן, איך זע יעדעםס היסטארי פאר מיינע אויגן, פאראויסשאצונגען, הנחות, סברות, קלערונגען, אא״וו. ווען איך זע עמיצער טון א זאך שלא ע״פ שורה פיל ווי איך וויל שרייען צו יענעם (אסאך מאל טו איך עס למעשה) טו אזוי און אזוי איך בין אייביג אין יענעמס קאפ און אין יענעמ׳ס עקספיריענס. צומאל בין איך אזוי שטארק resonated מיט יענעם אז איך גיי אוועק מיט וואונדען.
לשון הוא קולמוס הלב..

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:39 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן: 2) ארגאניזירן פראדוקציע/סיסטעמיזירן - Te

ENFP - Ne Fi Te Si

אלץ א ENFP קען איך טאקע באשטעטיגן אז איך לייג אריין אסאך מחשבה און כח צו סיסטעמיזרן זאכן.

גא״מ באופן הפלא ופלא
לשון הוא קולמוס הלב..

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:47 pm

שלום עליכם לב.

ביטע זעה מיין לעצטע פאר תגובות איבער זיבענער מיט פילינגס ווס. נישט פיללינג, ווי אויך איבער ENFP-T / ENFP-A
די ביזט לכאורה T
די האסט ליב צו טון , ביסט אמביציעז, וכו'

מעגליך ביסט אזא סארט זיבענער וואס איז לויט אדהאן SUPERFICIAL צי פירערס
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:34 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיגער קום אריין מיטטיילן צו דו האסט אסאך מאל א urge, צו רעגולירן יענעמ'ס תנועות/יענעמ'ס ביהעיוויער? כאטש אין דיין מחשבה. דו ווילסט איהם זאגן "טו ענדערש אזוי און אזוי!. אזוי וואלט איך עס ליב געהאט! אזוי ווי דו טוסט יעצט האב איך נישט ליב".

ניין.

איך וואלט נישט געטראכט עצות ווי אזוי איך וואלט עם יא געקענט ליב האבן, אבער איך האב ליב אסאך מענטשען און אסאך מענטשען גלייך איך נישט אזוי שטארק.

איך וויל זאלסט באמערקן, (און איך גיי מיט דעם אז דו ביסט א ENFP), ווי ווייט די שופט'סט זאכן לויט דיין געפיל. דהיינו, באמערק און קום עס שרייבן דא, ווי ווייט יעדע קליינע זאכן ווערט געראנקט לויט "איך האב עס יא ליב אדער נישט". א מענטש כאפט נישט וואס ער טוט במשכ'ן זיינע "אויף" שעה'ן. נישט נאר מענטשן, נאר יעדע זאך ממש. דאס גייט בערך "דאס איז מיין געשמאק, דאס נישט". נישט אז דו טראכסט "דאס איז מיין געשמאק און דאס נישט". נאר ס'קומט פאר פון זיך אליין אין דיר. איך האלט אז די Fi, אויב זיי פאלן אריין אין נעגעטיוויטעט, הייבט אן צו ווערן ווי מער זאכן "איך האב עס נישט ליב". ביז זיי האבן נאר ליב "דאס און דאס". "אזוי און אזוי".

די און די ביהמ"ד "האב איך נישט ליב". די און די מענטש "האב איך נישט ליב". "אה, דעם האב איך יא ליב". "דעם נישט אזוי שטארק". חחחחח. דעם ביהמ"ד איז נישט גוט. אדער יא גוט. איך רעד נישט פון גערעכט אדער נישט גערעכט, נאר סתם, יא גוט! אדער נישט גוט! איך מיין אז ס'האט דוקא מיט די Fi. די Fi איז ווי א שופט וואס מ'ברענגט אים פאר די מצב פון ארום, די "ביג פיקטשער" וואס ווערט אויפגענומען מיט די Ne, און ער איז דער וואס "דאס איז מיין taste, דאס נישט". "אה... דאס איז עפעס מורא'דיג..."

איצט, עמער פארשטיין (איך האב עס שוין געשריבן... זאל עס זיין חזרה...) וואס אזאנס עס קומט פאר מיט'ן פירער. דער פירער, זיין Fi ארבעט אויף זיך אליין אויך. יעצט, קודם לאמיר זעהן ווער איז דער "איך" ביים פירער, וואס אויף דעם "איך" דארף ער משפט'ן מיט זיין Fi יא גוט אדער נישט גוט.

ס'דא צוויי זאכן וואס איך פארשטיי אז ס'געשעהט ביים פירער. איינס איז: ער פרובירט צו זיין אין א געוויסע אופן "אזוי וויאזוי איך בין יעצט, בין איך ווערד". אנדערש ווי דער דרייער. דער דרייער ווייסט: אויב איך ערשיין אזוי און אזוי פאר יענעם, בין איך ווערד ביי יענעם. איך בין ווערד ביי מיר אליין, וויפיל איך בין ווערד ביי יענעם! אבער נישט אזוי איז ביים פירער. דער פירער, ער באוואוסטזיניגט זיך מיט זיך אליין. און ער טראכט, "דער 'איך' האט א וועליו?..." דער "איך" וויאזוי איך ווייס מיך האט א וועליו? וועסטו צוגיין צו א פירער און אים פרעגן: "איך האב געזעהן אז דו האסט דיך גע'משפט צו דו האסט א וועליו. וויל איך דיך פרעגן: א וועליו ביי וועם?..." ווער איז דער וואס לויט זיינע וועליוס ווערסטו גע'משפט...?" עט דער פירער - דער Fi - ענטפערן: ביי מיך אליין! איך ווייס וואס עס האט ביי מיר א וועליו.

אבער ס'קען גיין נאך ווייטער "צו ווייס איך וואס עס מיינט אז איך האב א וועליו?..." אדער אפשר האב איך טאקע נישט קיין וועליו?.. אדער איך גיי קיינמאל נישט וויסן מיין וועליו...

די שורש וואס פארפלאנצט א פירער'ישע איגו איז פון Fi. וויבאלד ער דשאדשד די וועליו פון יעדע זאך וואס ער זעהט, דשאדשד ער אויך "דאס וואס ער ווערט באוואוסטזיניגט אז ער איז עס..." יעדע זאך וואס קומט נאכדעם ביים פירער איז אלעס נאר ווייל ער האט געוואלט זיין ווערד ביי זיין אייגענעם Fi פונקציע. די אידענדיטעט וואס דער פירער זוכט קומט פון דעם.

דער פירער איז נאר א "איך" ווען ער קען זיך געבן א געוויסע וועליו. ווייל דער פירער איז א Fi אין הויפט, אדער די צווייטע, איז ער נאך א "איך", אויב ס'האט א וועליו. ווארן אזאך וואס זיין Fi גיבט קיין וועליו, עקזיסטירט נישט ביי זיין Fi. א נעגעטיוו וועליו איז אויך עפעס. כאטשיג האט עס זיין Fi גע'משפט. "איך ווער וואוסנדיג ביי מיין Fi... זאל עס זיין נעגעטיוו..."

דער פירער זוכט זיין 'זיך', כדי דאס צו קענען אפשאצן. ער וויל זיך אריינברענגען אין זיין Fi. אז זיין Fi זאל זיך אליין אויך אפשאצן. ער וויל נישט זיין פונקט ווי יעדעם. און פונקט ווי יעדעם מיינט אז זיין Fi פארגעסט פון זיך אליין. יעצט, וואס געשעהט ווען דעם פירער'ס Fi טרעפט נישט קיין אייגענע שעצונג? ער קען טון צוויי זאכן, איינס איז, "איך הער אויף מיך צו שאצן... איך הער אויף צו שאצן מיין אייגענע ווערד... איך הער אויף צו באשליסן מיין אייגענע ווערד..." דער פירער האלט עס אין איין אפשאצן. אזוי ווי א מענטש וואס האלט אין איין זיך אפוועגן זיין וואג. אבער ער טוט עס אגאנצן טאג. און די צווייטע זאך וואס ער קען טון איז: איך בין נעגעטיוו, מיין ווערד איז נישט גוט. ס'איז ערגער פארן פירער, דהיינו, פאר'ן Fi, צו בכלל נישט שטעלן זיין שאץ אויף עפעס. ווייל ער פילט ווי ער גייט ארויס פון עקזיסטענץ דערפאר וועט ער כאטש זיך אפשאצן אלץ נעגעטיוו. פארוואס? ווייל אזוי בלייבט ער אין עקזיסטענץ. עפעס א וועליו האב איך עסטעבלישט וואס איך בין. זאל זיין נעגעטיוו. אבער ס'איז מיר געלונגען דאס אפצושאצן.

יעצט, פארוואס איז דער פירער נאר אין עקזיסטענץ ווען ער שאצט זיך אליין אפ, די סיבה איז זיין Fi. ווייל נאר דאס לייגט ביי אים אזאך אריין אין עקזיסטענץ. דאס מאכט אז אזאך זאל עקזיסטירן. ווערד, ווערד, און ווערד. פונקט אזוי ווי דער דרייער. נאר דער דרייער וויל געפעלן פאר ארומיגע, ער וויל האבן א וועליו.

דאס איז אלעס נאך אלץ נאר טעאריע. אבער ס'שטומט גאנץ שטארק. און דאס וואס זיי זאגן אז א פירער דארף גיין צום איינזער איז אויך דאס, אז נישט נאר "וועליו" מאכט אז אזאך זאל עקזיסטירן. די אביעקטיוו ריאליטעט איז אויך עקזיסטענץ. כך נראה לי...

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 10:58 pm

אביסעלע צייט, אהער מיטן פעדער, דארף מיר דאך תגובה'נען אביסל...
נשמה האט געשריבן:הוד? אפשר תפארת? תפארת איז ווארשיינליך עלעגאנץ.

אפשר טאקע, איך ווייס נישט, לויט ווי איך האב געקלערט, איז "תפארת" סתם דער 'שיינקייט', 'שלימות'. עס קען אבער זיין שוואכער ווי דיר אויך. "הוד" איז דער "ביטול- הודאה", וואס נעמט זיך פון דער "הוד - שיינקייט". 'שעצונג' איז א הרגשה פון 'ביטול' פאר דער פערזענליכקייט. נישט סתם א התפעלות פון זיין שיינקייט.

לויט וויאזוי ער שרייבט, איז געפיל נישט די טיפקייט פונעם נפש, נאר די געפיל קען מער באוואוסטזיניגן פארן באוואוסטזיין די טיפקייט פונעם נפש. ווייל דארט איז די גילוי הנפש. ער רופט דאס 'תחושת הגוף'. עיין דף עח חוש המישוש. דאס הייסט ווען איך וויל ווערן באוואוסטזיניג וואס עס איז מיין נפש, זאל איך מיך באוואוסטזיניגן מיט מיינע טיפע איידעלע הרגשים. ווייל מיין נפש איז זיך דארט מגלה. און הרגשים איז א פיזישע זאך צוזאמען מיט א באוואוסטזיניגקייט.

"טיפקייט" מיינט דאך, ווי מער דו קומסט אן צום עצם, צום זאך אליין, צום שורש. אויב הרגשים גיבט דיר צושפירן דעם עצם הנפש, איז דער פשט אז מיט דעם קומסטו אהן צום טיפסטן פלאץ אינעם נפש, לויט וויפיל דו קענסט משיג זיין. איך האב פארשטאנען אז 'הרגש' איז נישט דער עצם הנפש. דער עצם איז -לכאורה- ערגעץ אין דער תחום פון 'רצון', אדער 'בחירה', וכדו'. איך ווייס נישט פונקטליך.

א מענטש וואס האט גאנצעטע טעאריעס, באזירט נאר אויף זיין לאגיק, וועט זיך זיכער טועה זיין. א מענטשנ'ס אינסטינקט, הרגשה, זאגט אויך אסאך, אודאי דארף ער מבחין זיין צווישן א ריכטיגע געפיל און א פאלשע, אבער אן דעם געפיל אינגאנצן, וועט ער זיך לכאורה טועה זיין, איך בין זיכער אז ר' שרגא'ס ראש השנה'דיגע דאווענען איז נישט קיין קאלטע. ער טראכט נישט א גאנצער צייט פון דער באדייט פון מלכות, פארוואס און וואס וכו', איך גלייב אז ער בעט, 'עכט' 'עכט' דעם באשעפער, אז ער זאל זיך שוין מגלה זיין פאר אונז און פאר די בריאה, מיט א טיפע געפיל. הוי אומר, אז עפעס האט NE מיט געפיל. תשעה באב, איז געווען א טרויער טאג ביי אים, נישט קיין טאג פון פארשטאנד פון דער חורבן, איא? דער שפריך ווארט אבנתא דליבא, האט עפעס א משמעות. לב מבין. עס גייט קלאר געבונדן.פונקטליך ואס און פארוואס דארף נאך ביאור.

פארוואס ווען א מענטש "וויינט" פילט ער ווי זיין נפש גיסט זיך יעצט ארויס?

ווייל דער מענטש ווערט מער באוואוסטזיניגט מיט די טיפקייטן זיינע. ער טראגט זיך אריין טיפער אין זיך. ער ווערט באקאנט מיט זיך. ס'גיסט זיך נישט ארויס. ס'גיסט זיך מער און מער אריין אין זיין באוואוסטזיין. ער וויל תשובה טון, אבער דא ווערט ער באקאנט ווי ווייט ער וויל תשובה טון. די וויינען שלעפט זיין באוואוסטזיין טיפער און טיפער אריין. ער ווערט מער און מער באוואוסטזיניגט.
אנדערש ווי פרייליכקייט, וואס דער מציאות איז אז א מענטש פילט נישט אזוי, (וואס דאס איז דאך דער סיבה פארוואס היינט איז די טרויעריגע נגינה שטארק גאנגבאר, ווייל מענטשן ווילן פילן שטארק זייער נפש. זייער 'מציאותיות'. [לימודים לדעת] יא? שטימט?).

יא. פרייליכקייט באוואוסטזיניגט נישט. די באוואוסטזיין דערגרינטעוועט זיך נישט מיט פרייליכקייט. וויינען יא. דאס דערגרינטעווען איז א א זאך וואס געט מציאותיות. ועיין דף קפג, אז מ'דערגרינטעווט זיך אינעם אור דוקא ווען ס'איז קוים מערקבאר. און מ'מוז עס זוכן.

ווייס איך אבער נאך אלץ נישט , פארוואס טאקע אזוי, איך ווייס אז עס איז אזוי, אבער על מאי ולמה?

ניין. התקשרות קומט נישט דוקא פון Ne. אבער אז דו זאגסט עס, וועל איך נאך טראכטן דערין. ווייל צומאל זעה איך אז איך בין צו שנעל געשפרינגען און אפגעוואנדן. א Ne "ווייסט נישט" אז ער זעהט טיפקייט. דאס איז זיין אויבערפלעכליכקייט. אבער אלעס קען זיין. מ'דארף אריינטראכטן וואס דו זאגסט.

בטבע האט דער NE א צוגעצויגענקייט, צו דער מצב ארום אים, התקשרות איז נישט קיין פעולה וואס א מענטש דארף טוען, ער קען עס טוען. אבער א טאטע, למשל, האט א נאטורליכע התקשרות צו זיין קינד, אן דעם וואס ער האט געארבייט דערויף, א מענטש וואס ליגט אין תאוות העולם, איז מקושר מיט עולם הזה, דאס זעלבע איז דער NE נאטורליך מקושר מיט דער מצב ארום.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:01 pm

מחשב האט געשריבן:אפשר טאקע, איך ווייס נישט, לויט ווי איך האב געקלערט, איז "תפארת" סתם דער 'שיינקייט', 'שלימות'. עס קען אבער זיין שוואכער ווי דיר אויך. "הוד" איז דער "ביטול- הודאה", וואס נעמט זיך פון דער "הוד - שיינקייט". 'שעצונג' איז א הרגשה פון 'ביטול' פאר דער פערזענליכקייט. נישט סתם א התפעלות פון זיין שיינקייט.

איך וויל זאגן אז תפארת איז ווען דער מענטש מאכט אפ וואס ביי אים איז תפארת. און דאס קומט פון די Introvert Feeling function, שלימות איז ווען די חסד מיט די גבורה זענען סאביעקטיוו (לויטן מענטש) באלאנסירט אז דער מענטש זאגט דאס איז תפארת. הוד איז ביטול. הוד איז די איבערגענומענקייט פון שיינקייט. תפארת ברענגט הוד. אבער איך פארשטיי עס נישט נאר אביסל.

"טיפקייט" מיינט דאך, ווי מער דו קומסט אן צום עצם, צום זאך אליין, צום שורש. אויב הרגשים גיבט דיר צושפירן דעם עצם הנפש, איז דער פשט אז מיט דעם קומסטו אהן צום טיפסטן פלאץ אינעם נפש, לויט וויפיל דו קענסט משיג זיין. איך האב פארשטאנען אז 'הרגש' איז נישט דער עצם הנפש. דער עצם איז -לכאורה- ערגעץ אין דער תחום פון 'רצון', אדער 'בחירה', וכדו'. איך ווייס נישט פונקטליך.

דו שרייבסט די ווערטער: "ווי מער דו קומסט אן צום עצם, צום זאך אליין, צום שורש". ווער קומט אן? די באוואוסטזיין! הרגשים גיבן צו שפירן דעם עצם הנפש פאר וועם? פארן באוואוסטזיין וואס וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט די אייגענע עקזיסטענץ. איך וואלט געזאגט אז ס'איז נישט אזוי ווייט די טיפסטע פלאץ אין נפש, ווי די נענטסטע פלאץ עס אנצוכאפן מיט'ן באוואוסטזיין. לויט ווי ר' שרגא שרייבט אין זיין ספר 'לימודים לדעת' איז די עצם נפש, "עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט". אדער חלק פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. פארשטייט זיך אז עקזיסטענץ מיינט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אן זיין באוואוסטזיניגט אז מ'איז אן עקזיסטענץ איז מען אן עקזיסטענץ אזוי ווי א שטיין וואס נאר יענער איז באוואוסטזיניגט דערויף.

א מענטש וואס האט גאנצעטע טעאריעס, באזירט נאר אויף זיין לאגיק, וועט זיך זיכער טועה זיין.
טועה זיין? ס'ווענט זיך מיט וואס. ער וועט זיך טועה זיין ווען ס'קומט צו שטיקלעך אינפארמאציע וואס ער האט עס געדארפט משפט'ן דייקא לויט געפיל.
איך בין זיכער אז ר' שרגא'ס ראש השנה'דיגע דאווענען איז נישט קיין קאלטע. ער טראכט נישט א גאנצער צייט פון דער באדייט פון מלכות, פארוואס און וואס וכו', איך גלייב אז ער בעט, 'עכט' 'עכט' דעם באשעפער, אז ער זאל זיך שוין מגלה זיין פאר אונז און פאר די בריאה, מיט א טיפע געפיל. הוי אומר, אז עפעס האט NE מיט געפיל.

Ne קען האבן אן אימפעקט אויפן געפיל. מ'רופט עס "ער גייט מיט זיין געפיל..." אבער ס'איז נישט די געפיל דוקא, ס'איז Ne. קודם כל ר' שרגא האט אויסדרוקליך מער א נטי' צו גיין מיט די 'באדייט' פון אזאך, אזוי ווי ער אליין שרייבט אין זיין ספר אז די וואס האבן דעת הבעלות ווילן מער מקיף זיין בשכלם, בהבנתם. און דערפאר האט ער געלערנט הכשרת אברכים, כדי מער אויפצוארבעטן זיינע אונטערבאוואוסטזיניגע געפילן, און ער האט עס יא געוואלט האבן באוואוסטזיניג. די וואס האבן געפיל כאפן זיך נישט צו צו דעם ספר. פארשטיי וואס איך מיין. נאר די וואס זייערע געפילן באהאלטן זיך ווען מ'דארף עס, די זענען וואס טרעפן דעם ספר.

ועתה דע, אז Fi מיט'ן האבן געפיל ראש השנה ביים דאווענען אן עבודה האבן נישט קיין שום שייכות. אינטראווערד געפיל מיט'ן האבן געפילן צום אייבערשטן, צום ראש השנה, ארבעט נישט אוטאמאטיש. איך מיין אז Fe זענען מער אוטאמאטיש (דהיינו, אן עבודה) געפיליש פאר'ן דאווענען ווי Fi. פארוואס? ווייל Fe גייט אזוי: "נישט קיין חילוק וואסערע שעצונג איך פיל לגבי די זאך, די מחזור פילט יעצט אזוי און אזוי און איך וויל אנטייל נעמען דערין, איך וויל געפעלן פאר'ן אייבערשטן". איך האלט אז Fi קען זיך גוט מוטשען מיט'ן אויפבויען געפילן צום אייבערשטן. א פירער מיינט נישט אוטאמאטיש אז ער האט געפילן צום אייבערשטן.

לאמיר דיר מסביר זיין די מערסטע וואס איך קען. א פירער איז מער שייך אז ער זאל זיין פארהאקט פון די ריכטיגע געפילן. פארוואס? ער איז דאך א שטיק געפיל? די תירוץ איז, אז ער איז א Fi און נישט קיין Fe, און טאקע ווייל ער גייט לויט זיינע געפילן, ער איז א Fi, זענען זיינע געפילן שוין פארנומען. א פירער דארף זיך אראפזעצן מיט זיך אליין, און אוועקנעמען די אומריכטיגע געפילן, כדי ער זאל יא קענען פילן. גיי פרעג די INFP וועסטו זעהן אז זיי האבן אסאך געדארפט ארבעטן אוועקצונעמען די אומריכטיגע געפילן וואס שטייט זיי אין וועג! די נעגעטיוויטעט.

לאמיר דיר מער מסביר זיין. דער Fi, ווען ער קומט אין שוהל אן קיין עבודה, פילט ער אז ס'האט (חלילה) נישט קיין שוויות די גאנצע זאך. "וואס שרייסטו דארט פארן עמוד, קענסט אויפהערן? וואס איז די ווייסע פרוכת דא? וואס פארפירט יעדער..." זיין Fi, פסק'נט אים אפ, אז ס'האט נישט קיין ווערד צו ווערן דערפון איבערגענומען. אז דאס זאל ווערן זיין זאך.

דער Fe, ער קוקט נישט "וויאזוי שפיר איך לגבי דאס דאווענען יעצט?..." ער קוקט נישט דעס. ער קוקט "די דאווענען איז א שטיק געפיל!..." דאס איז ביי אים די דאווענען, און דאס נעמט אים איבער... חוץ אויב ער איז נעגעטיוו צוליב אנדערע שוועריגקייטן פון די אויפוואקסונג יארן. (אדער מ'דארף טאקע תשובה טון...)

די חילוק צווישן א Fe און א Fi איז, אז דער Fi קען זיין קאלט!!! קאלט!!! אייז קאלט. He couldn't care less. פארוואס? ער איז דאך א פירער? ווייל זיין Fi זאגט אים, "דאס האסטו נישט ליב!!!"... און מיט'ן אייגענעם Fi קען מען זיך נישט קריגן. דערפאר איז דא א גאנצע ספר הכשרת אברכים. אבער דער Fe וועט נישט ערשיינען "קאלט". (אזוי מיין איך...) איך רעד נישט ווען איינער איז נישט קיין ערליכער יוד. איך רעד אפילו ווען מ'איז ערליך, און מ'ווייסט אין קאפ וואס ראש השנה מיינט, קען אבער דער Fi עס נישט אננעמען אז ס'האט מיט אים פערזענליך.

דער Fe נעמט זיך אבער נישט אריין אין בילד. ער ווערט איבערגענומען פון ראש השנה. ער ווערט איבערגענומען ווען ער זעהט ווי אלע מענטשן זענען איבערגענומען. און עס פרובירט זיך אים דאס נאכצומאכן. צו אנטייל נעמען. משא"כ דער Fi, אים גייט נישט אן אז יענער דארט בלאזט זיין נאז פון געוויין... אן Fe גייט עס יא אן! א Fe ווערט איבערגענומען ווען ער זעהט יענער וויינט, א Fi נאכנישט. א Fi קוקט קודם "וואס פיל איך? איך פיל אויך אזוי?..." אנדערש ווי דער ENTP, דער ENTP ווען ער זעהט יענער בלאזט זיין נאז מיט רויטע אויגן, ער טראכט "איז דא אויף וואס צו וויינען יעצט..."? דער Fi קוקט "וואס פיל איך לגבי דעם".

א Fe ווערט פשוט איבערגענומען פון יענעמ'ס געוויין, יא סענס, נישט סענס. ער ווערט איבערגענומען ווען ער דאווענט מיט א גרויסן עולם וואס דאווענען הארציג. ער לעבט מיט. א Fi נישט.

איך ווייס אז ס'דא Fi וואס פלאגן זיך מיט געפילן ווען ס'קומט ראש השנה וכו'. און לויט וויפיל איך ווייס קומט דעס ווייל מ'האט פארפעלט צו מאכן דעם ראש השנה פאר א פערזענליכע ווערדפולע זאך. מיין זאך. וואס איך האב ליב. מיין באשעפער. מיין געלעגנהייט. איך בין נישט פארפאלן! אויב א Fi פילט ביי זיך אז ראש השנה קומט אים ווייזן ווי פארפאלן ער איז, דאן וואונדערט ער זיך פארוואס ער איז פארהאקט. און אוודאי ביסטו פארהאקט. די גאנצע זאך וואס דו הערסט איז ווי נעגעטיוו דו ביסט.

איך בין זיכער אז ר' שרגא'ס ראש השנה'דיגע דאווענען איז נישט קיין קאלטע. ער טראכט נישט א גאנצער צייט פון דער באדייט פון מלכות, פארוואס און וואס וכו', איך גלייב אז ער בעט, 'עכט' 'עכט' דעם באשעפער, אז ער זאל זיך שוין מגלה זיין פאר אונז און פאר די בריאה, מיט א טיפע געפיל. הוי אומר, אז עפעס האט NE מיט געפיל.

ווייסט פארוואס? ווייל זיין נפש איז מגולה פאר אים. ווייל ער האט געהארעוועט דערויף! נישט אזוי ווי דער Fe וואס עס קומט אן נאטורליך. א ENFJ צום ביישפיהל איז א שטיק געפיל! ממש ער צוגייט פון געפיל. ווייל די סליחות האט נישט מיט "וויאזוי איך פיל לגבי די זאך..." ס'האט מיט: "די סליחות איז א שטיק געפיל...". א INTP איז א Fe איז די פערטע. סתם אזוי דרוקט ער אונטער געפיל.

ר' שרגא האט ארויסגעגעבן זיין ספר לימודים לדעת נישט פאר די וואס האבן געפילן... און זיי גיסן טייכן טרערן ראש השנה ביים דאווענען פון זיך אליין... ער האט עס ארויסגעגעבן פאר איינעם וואס וויל האבן געפילן, אדער נפש, אדער מציאותיות, און ער האקט א שטיין. דערפאר האט ער עס ארויסגעגעבן צו וויסן וויאזוי צו עפענען די נפש.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 7:55 pm

מחשב האט געשריבן:אביסעלע צייט, אהער מיטן פעדער, דארף מיר דאך תגובה'נען אביסל

איך דארף אז דו זאלסט שרייבן אסאך.

א מענטש וואס האט גאנצעטע טעאריעס, באזירט נאר אויף זיין לאגיק, וועט זיך זיכער טועה זיין.

זיכער. דערפאר זאגן זיי אז דער פינעווער דארף אכטונג געבן ווייל ער איז זייער עלול צו בלאנזשען אין זיין טעאריע וועלטעל

א מענטשנ'ס אינסטינקט, הרגשה,

די 2 ווערטער גייען לכאורה נישט צוזאמען, איך פארשטיי אז אינסטינקט איז אינטואישן, אין אונזער שפראך רופט מען עס אפשר מיטן טיטל "הרגשה" אבער עס האט לכאורה גארניישטט מיט געפיל/ הארציגקייט/ ליבשאפט.

אינטואישן אויף ענגליש - איך רעד נישט פון MBTI- איז טייטש אז דער מענטש שפירט וואס ער דארף טון אנדעם וואס מען האט עם אויסגעלערנט, ד.ה. זיין אינסטינקט זאגט עם וואס צו טון (די אייפאון האט געהאט א מעלה אז עס איז געווען אינטואיטיוו)
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:55 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זיי האבן די טרעיט Assertive VS Turbulent , איך בין Turbulent און נשמה איז לכאורה Assertive, זעע די פשט פון די ווערטער אין זייער ערקעלערונג:

Assertive (-A) individuals are self-assured, even-tempered and resistant to stress. They refuse to worry too much and do not push themselves too hard when it comes to achieving goals.

Turbulent (-T) individuals are self-conscious and sensitive to stress. They are likely to experience a wide range of emotions and to be success-driven, perfectionistic and eager to improve.

זענען די צווי טרעיטס א חלק פון דיין פערסאנאליטי?! אדער דאס איז פשוט ווי אויסגעארבעט א מענטש איז? 'נשמה' דרוקט אויס א אומגעהויערע מאס פון שווערע געוויכט פילינגס, ווען איך ליין זיינע ווערק, פיל איך אלס אזא היץ אויף מיין פנים פון די טיפע סחורה, (אויב בין איך א ENTP בין איך דאך א FE -וואס מאכט גראדע סענס - ממילא פיל איך די זאכן), איך גלויב אז ארגינעל קומט 'נשמה' פון T, היינט אפשר איז שוין אנדערש, דו, 'דערבארימדיג'ער' הערסט זיך אסאך לייכטער, דו טאנצט אפשר מער ארום צווישן כל מיני פילינגס, אבער נישט אזוי העווי.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך דארף אז דו זאלסט שרייבן אסאך.

אין דעם אשכול דארף איך צופיל טראכטן, איך טראכט שוין גענוג אגאנצן טאג, איך קום אריין דא טרעף איך מיר קלאצן אויף דער סקרין א האלבע שעה ווי גארנישט, נו נישט פארדעם זעמיר דא, כ'דארף זיך אביסל אויסבלאזן און גיין ווייטער.

אינטואישן אויף ענגליש - איך רעד נישט פון MBTI- איז טייטש אז דער מענטש שפירט וואס ער דארף טון אנדעם וואס מען האט עם אויסגעלערנט, ד.ה. זיין אינסטינקט זאגט עם וואס צו טון

"אינסטינקט" איז נישט אז ער טוט אן זיך "אויסלערנען". ער טוט אן "טראכטן", ווייל ער קען עס שוין אזוי גוט פון דער פארגאנגענהייט, דער געפיל וואס קומט ארויף אין דער געוויסע סיטואציע איז שוין געסטארידשט ביי אים, עס קומט שוין ארויף אויטאמאטיש. ווען ער טרעפט זיך אן מיט דער מצב, איז אונטערן באוואסטזיין וועקט זיך אים אויף אלטע הרגשים. עפעס אזוי, איך ווייס נישט פונקטליך.
הוי מחשב...

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 2:31 pm

א איבערבליק אויף די ראש השנה'דיגע אבזערוואציעס.

די וואס מיינען, אז אויב זיי גייען נישט אונטערברומען דעם פזמון, און העלפן דעם חזן, ווען ער גארגעלט זיך מיט דעם "יושב על כסא רם ונשא", בשעת דער עולם דביקות'ט נאך אינעם נשמת, גייט דער גאנצער בית מדרש ארויסגיין פון קאנטראל, איז ווארשיינלעך א "TE" יא? (אוי איז עס מיר געגאנגן אויף די נערווען... מיין שכן האט ערנסט געהאלטן אזוי..)

דער וואס פילט די משונה'דיגע הארץ קלאפענישן ביי דער מנחה פון ראש השנה, ווען א אומערפארענער אינגערמאן האט זיך צוגעריקט צום "ברעטל", וועלענדיג פרובירן זיינע טאלאנטן, נאר מחמת איזה סיבה האט ער ביי דעם "מלוך על כל העולם כולו" פארלוירן דעם באלאנס, און זיך גענומען ציטערן, דאס קול האט נעבעך זיך געבראכן. אויב האט איר געפילט ממש ווי איר אליין שטייט דארט ביים עמוד, אייער הארץ האט ממש געקלאפט, דאס איז גאנץ ווארשיינלעך "FE" שטימט?

האסט געהאט א שוואכע מינוט ביים דאווענען, עס איז נישט געגאנגען, דו האסט געפילט "OUT", נישט ווייל דיינע געפילן ארבייטן נישט, נאר, דו כאפסט נישט, "וואס זאגט מען דא?...", "פארוואס קען איך מיך נישט אריינלייגן אין די ווערטער?..." איז דאס אפשר NE? (אפשר צוזאמען מיט TI) דו פילסט אז דו מוזט כאפן דער עמקות פון די געזאגעכץ דא.. פילן OUT איז זייער שלעכט פאר דיר.

ועוד.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:46 pm

דערבארומדיגער האט געשריבן:די 2 ווערטער גייען לכאורה נישט צוזאמען, איך פארשטיי אז אינסטינקט איז אינטואישן, אין אונזער שפראך רופט מען עס אפשר מיטן טיטל "הרגשה" אבער עס האט לכאורה גארניישטט מיט געפיל/ הארציגקייט/ ליבשאפט.

אינטואישן אויף ענגליש - איך רעד נישט פון MBTI- איז טייטש אז דער מענטש שפירט וואס ער דארף טון אנדעם וואס מען האט עם אויסגעלערנט, ד.ה. זיין אינסטינקט זאגט עם וואס צו טון (די אייפאון האט געהאט א מעלה אז עס איז געווען אינטואיטיוו)

אין די אניאגראם און אין מאיר בריגס האב איך געטראפן אזוי: אינטואישן, מיינט וואס די געדאנק שלאגט פאר וואס ס'מיינט אלץ א געוויסע ערשיינונג. א פינטל איז נישט סתם א פינטל, ס'מיינט איך בין איבערצייגט אין מיין מיינונג, פינטל.
אינסטינקט וואס מ'רעדט ביים איינזער, אז דער איינזער גייט מיט זיין אינסטינקט, (Instinctual energy) דאס איז ווארשיינליך Si. דאס הייסט די אלע וואס האבן Si אדער די ערשטע אדער די צווייטע, זיי שפירן אן אינערליכער שטופ וואס זיי זאלן טון, לויט די געוואוינהייט. ווען א מענטש טוט אזאך לויט די געוואוינהייט, לדוגמא: טייפן, קומט פון Si. דער מענטש בשעת'ן טייפן שפירט און ער איז איבערצייגט וואס ער האט צו טון. א ENFP לדוגמא, און אזוי אויך א ENTP שפירט נישט וואס ער האט צו טון. ער דארף אגאנצן צייט מחדש איבערטראכטן "וואס דארף איך יעצט טון". אדער טוט ער יעדעס מאל עפעס אנדערש. אכטערס וואס האבן אינסטינקט, זענען ווארשיינליך ESTJ.

הרגשה מיט אינסטינקט קען מיינען די זעלבע זאך ביי טייפן. מיינע פינגערס האבן א שפיר וואס זיי דארפן טון בשעת'ן טייפן. איך דארף נישט טראכטן באוואוסטזיניג. און דאס וואס מחשב שרייבט מיינט Si און נישט אינטואישן.
מחשב האט געשריבן:"אינסטינקט" איז נישט אז ער טוט אן זיך "אויסלערנען". ער טוט אן "טראכטן", ווייל ער קען עס שוין אזוי גוט פון דער פארגאנגענהייט, דער געפיל וואס קומט ארויף אין דער געוויסע סיטואציע איז שוין געסטארידשט ביי אים, עס קומט שוין ארויף אויטאמאטיש. ווען ער טרעפט זיך אן מיט דער מצב, איז אונטערן באוואסטזיין וועקט זיך אים אויף אלטע הרגשים. עפעס אזוי, איך ווייס נישט פונקטליך.

ענען די צווי טרעיטס א חלק פון דיין פערסאנאליטי?! אדער דאס איז פשוט ווי אויסגעארבעט א מענטש איז? 'נשמה' דרוקט אויס א אומגעהויערע מאס פון שווערע געוויכט פילינגס, ווען איך ליין זיינע ווערק, פיל איך אלס אזא היץ אויף מיין פנים פון די טיפע סחורה, (אויב בין איך א ENTP בין איך דאך א FE -וואס מאכט גראדע סענס - ממילא פיל איך די זאכן), איך גלויב אז ארגינעל קומט 'נשמה' פון T, היינט אפשר איז שוין אנדערש, דו, 'דערבארימדיג'ער' הערסט זיך אסאך לייכטער, דו טאנצט אפשר מער ארום צווישן כל מיני פילינגס, אבער נישט אזוי העווי.

איך בין גאר א שטארקער T Turbulent.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:57 am

איך וויל הערן דער עולם׳ס מיינונג.

בין איך sensing אדער intuition?

לאמיר מסביר זיין. איך בין זייער אטענטשען צו דיטעיל. למשל, ווען איך טרעף א מענטש כאפ איך אויף אין א סעקונדע אלעס, וויאזוי יענער גייט אנגעטון, וואסערע שיך יענער גייט, אויף וועלכע זייט ער גייט די הוט, ספעלט אים א קנעפל, אא״וו. די זעלבע זאך ווען איך
קום אריין אין א פלאץ זע איך אלע קליינטשיגע דעטאלן, למשל וויאזוי די פלאץ איז אןיסגעשטעלט, אא״וו. אויב בין איך שוין געווען אמאל דארט און מען האט געמאכט טשעינדשעס דארט, אדער אויב איינער האט אנגעטון נייע געלעזער אדער אפילו יענער האט נאר א נייע העמד (!) וועל איך זיין פון די ערשטע וואס וועלן דאס באמערקן. (גראדע יעצט בשעתן שרייבן טראכט איך אז עס קען זיין אז דאס איז גאר א שטארקע אינטואישן אבער לאמיך הערן וואס די מומחים זאגן).

איך בין אויך זייער גוט אין געדענקן נומערן, לייסענס פלעיטס, און נעמען. איך געדענק אויך גוט געבורטס טעג. בכלל האב איך זייער א גוטע זיכרון ב״ה. נאך א זאך וואס איז ביי מיר זייער שטארק איז מיין געשמאק אין גימטריה. איך חשבון אויס צומאל הפלא׳דיגע זאכן. און אויך ראשי תיבות. עס איז אזא מין האבי וואס איך האב.

אבער, דא קומט דער אבער.

איך בין פון די אנדערע זייט א ביג פיקשטער מענטש. איך קוק אויפן גרויסן בילד, און ווען איך ווער צו פארנומען מיט דעטאלן ווער איך דעפרעסט און איך פיל מיך איינגעשפארט, איך פיל ווי איך וויל ארויס דזשאמפען פון מיר אליין. איך האב ליב ווען זאכן זענען שנעל און מען פאקעסירט נישט אזויפיל אויף דעטאלן. (א סתירה?).

נאך א זאך. אין א בוך וואס איך האב געליינט איבער MBTI ברענגט ער א משל ווי מען קען זען אויב מען איז א senser אדער אן Intuit. די משל איז פון בייגעוואוינען א קאר עקסידענט. דער סענסער וועט שילדערן אלע קליינע דעטאלן ווי למשל: איך בין געווען אויסגעדרייט צו ABC גאס ווען פלוצלונג האב איך געהערט אזא גרידזשע, אזא מין שארפע גריזשע (מערק די דעטאלן), איך האב מיך ארום געדרייעט און געזען ווי א נייע האנדא אקארד שמייסט אריין אין די געפארקטע מאזדא 3.

פון די אנדערע זייט וועט דיר אן אינטואיט דיר דערציילן די בעסיקס פון די מעשה אבער ער וועט לכאורה נישט געדענקן אדער אפילו האבן אינאכט גענומען וועלכע מין קאר און וועלכע מין גרידזשע עס האט געמאכט.

אויב איז די משל אקוראט בין איך א סענסער.

וואס זאגן די מומחים?
לשון הוא קולמוס הלב..

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:01 pm

לב אחד האט געשריבן:איך וויל הערן דער עולם׳ס מיינונג.

בין איך sensing אדער intuition?

לאמיר מסביר זיין. איך בין זייער אטענטשען צו דיטעיל. למשל, ווען איך טרעף א מענטש כאפ איך אויף אין א סעקונדע אלעס, וויאזוי יענער גייט אנגעטון, וואסערע שיך יענער גייט, אויף וועלכע זייט ער גייט די הוט, ספעלט אים א קנעפל, אא״וו. די זעלבע זאך ווען איך
קום אריין אין א פלאץ זע איך אלע קליינטשיגע דעטאלן, למשל וויאזוי די פלאץ איז אןיסגעשטעלט, אא״וו. אויב בין איך שוין געווען אמאל דארט און מען האט געמאכט טשעינדשעס דארט, אדער אויב איינער האט אנגעטון נייע געלעזער אדער אפילו יענער האט נאר א נייע העמד (!) וועל איך זיין פון די ערשטע וואס וועלן דאס באמערקן. (גראדע יעצט בשעתן שרייבן טראכט איך אז עס קען זיין אז דאס איז גאר א שטארקע אינטואישן אבער לאמיך הערן וואס די מומחים זאגן).

איך בין אויך זייער גוט אין געדענקן נומערן, לייסענס פלעיטס, און נעמען. איך געדענק אויך גוט געבורטס טעג. בכלל האב איך זייער א גוטע זיכרון ב״ה. נאך א זאך וואס איז ביי מיר זייער שטארק איז מיין געשמאק אין גימטריה. איך חשבון אויס צומאל הפלא׳דיגע זאכן. און אויך ראשי תיבות. עס איז אזא מין האבי וואס איך האב.

אבער, דא קומט דער אבער.

איך בין פון די אנדערע זייט א ביג פיקשטער מענטש. איך קוק אויפן גרויסן בילד, און ווען איך ווער צו פארנומען מיט דעטאלן ווער איך דעפרעסט און איך פיל מיך איינגעשפארט, איך פיל ווי איך וויל ארויס דזשאמפען פון מיר אליין. איך האב ליב ווען זאכן זענען שנעל און מען פאקעסירט נישט אזויפיל אויף דעטאלן. (א סתירה?).

נאך א זאך. אין א בוך וואס איך האב געליינט איבער MBTI ברענגט ער א משל ווי מען קען זען אויב מען איז א senser אדער אן Intuit. די משל איז פון בייגעוואוינען א קאר עקסידענט. דער סענסער וועט שילדערן אלע קליינע דעטאלן ווי למשל: איך בין געווען אויסגעדרייט צו ABC גאס ווען פלוצלונג האב איך געהערט אזא גרידזשע, אזא מין שארפע גריזשע (מערק די דעטאלן), איך האב מיך ארום געדרייעט און געזען ווי א נייע האנדא אקארד שמייסט אריין אין די געפארקטע מאזדא 3.

פון די אנדערע זייט וועט דיר אן אינטואיט דיר דערציילן די בעסיקס פון די מעשה אבער ער וועט לכאורה נישט געדענקן אדער אפילו האבן אינאכט גענומען וועלכע מין קאר און וועלכע מין גרידזשע עס האט געמאכט.

אויב איז די משל אקוראט בין איך א סענסער.

וואס זאגן די מומחים?

אויב איך וועל זאגן אז דו ביסט א INFP ביסטו דאך א Si די דריטע שטארק. דאס הייסט אז דו נוצט Si גענוג שטארק אז דאס זאל זיין באנוצט ביי דיר די דריטע, הגם ביסט נישט אזוי באוואוסטזיניג דערויף. דאס צו באמערקן דעטאלן אזוי ווי דו זעהסטעך באמערקן מיינט נאכנישט אז דאס איז די Si אדער Se פון א סענסעט. א Si אלץ די ערשטע אדער אפילו אלץ די צווייטע קען זיין סך מער וויאזוי דו באמערקסט אויף דיר דיין דיטאל אריענטירט. נישט נאר אז זיי געדענקען לייסענס פלעיט, און געבורטס טעג. אדער געדענקען וויאזוי עס איז צוגעגאנגען א אויסערארדנטליכער געשעעניש (צום גוטן)

אפילו א ENFP קען אויך באמערקן אז יענער האט איין קנעפל נאר א האלבע, און ס'שטעלט זיך אים פאר וויאזוי יענער האט רעאגירט דערצו, ווייל ביי אים איז שוין אפגעמאכט אז זיכער ווייסט יענער דערפון. אפילו א ENFP קען אויך באמערקן דיטאלן. און ער מיינט אז דאס מיינט באמערקן דיטאלן. אזוי ווי דו וואלסט פארשטאנען אז א ISFJ מיינט ביי זיך אז ער איז א אינטואיסט, באמערקנדיג אז ער מאכט פשטים, נישט וויסנדיג וויאזוי Ne קומט פאר ביי א ריכטיגן אינטואיסט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז: אויפכאפן אויף זיך אז מ'נוצט יא דיטאלן, מיינט נאכנישט אז מ'איז א סענסעט. מ'איז א סענסעט ווען מ'כאפט אויף דיטאלן אזוי שטארק. איך ווייס אז א סענסעט קען פארציילן די כראנאלאגיע פון א שמועס. וויאזוי עס איז צוגעגאנגען. וכו' וכו'. נישט סתם מ'זעהט דיטאלן. געב א קוק צו דו קענסט נאכפארציילן א שמועס פונקטליך, אדער נאר בערך; די שפיץ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 6:24 pm

זייער אינטערעסאנט וואס דו -לב- שרייבסט, ווייל אני הקטן בין דאך א NE אויף זיכער, פארט וועל איך סיי אויפכאפן גאנץ קליינע דיטעילס, ווי אויך ווען איך האלט מיט א פאסירונג, געט זיך דער גאנצער מצב אזא פילם אפ אין מיין מוח, איך האב דאס בילד פאר מיר, וואס דאס גיבט מיר די מעגליכקייט צוריקצוטראכטן און און קענען דעמאלטס באמערקן די קליינע אויסגעלאזטע דיטאל, (נישט אלע, אבער געוויסע, אזוי מיין איך... איך בין נישט זיכער),

א NE האט זיכער א מעגליכקייט אויפצוכאפן קליינטשיקע דעטאלן, ווייל זיי זוכן א גאנצע צייט ווי מ'קען זיך דא דערגרינטעווען, אויב דער גרויסע פיקטשער איז צו באקאנט און אהן חידושים, דאן וועלן זיי אפירקראצן עפעס א קראץ, א פינטל, א דעטאל אין וואס צו אריינטראכטן. פארט מיין איך אז די דעטאלן וואס דער NE כאפט אויף, איז דווקא מיינונגספול נישט סתם טריקענע הארטע דעטאלן, וואס גיבט גארנישט צו צום בילד.

לב אחד האט געשריבן:ווען איך טרעף א מענטש כאפ איך אויף אין א סעקונדע אלעס, וויאזוי יענער גייט אנגעטון, וואסערע שיך יענער גייט, אויף וועלכע זייט ער גייט די הוט,

וואס הייסט? באמערקסט אויב יענער גייט מיט 'עקקאו' אדער 'פלארשיים'? אדער נאר אליעזר קרויס'ס 'עס עי עס' שיך?! איך וואלט באמערקט ווען איינער קומט אריין מיט 'קראקס' אין בית המדרש, אבער איך וועל נישט אויפכאפן סתם וועלכע שיך ער גייט, אויב די וועסט מיר שפעטער פרעגן 'וואס איך מיין' וועלכע שיך פלוני גייט, קען זיין אז איך וועל יא קענען טראכטן און דיר ענטפערן.
ספעלט אים א קנעפל,

דאס קען שוין יא זיין אז א NE זאל באמערקן, ווייל עפעס האט דאך דאס צו זאגן... פארוואס פעלט אים א קנעפל?... ווייל...

איך בין אויך זייער גוט אין געדענקן נומערן, לייסענס פלעיטס, און נעמען. איך געדענק אויך גוט געבורטס טעג.

דאס שטומט שוין יא, טרוקענע, מיינונגסלאזע, אינפארמאציע, קען זיין איך בין נישט אזוי שטארק אין דעם.

בכלל האב איך זייער א גוטע זיכרון ב״ה.

א גוטע זכרון ווייס איך נישט צו עס האט מיט SI, דער "רושם" און 'אימפרעשן' וואס א מצב מאכט אויף דעם NE איז אזוי שטארק אז עס קריצט זיך גוט טיף אריין אין זיינע מח קעמערליך, וואס העלפט אים געדענקן, אבער טאג טעגליכע פליכטן, פון איין מינוט אויפן צווייטן'דיגע זאכן צו טוען, דאס איז מיר שוין אביסל -אסאך שווער.

נאך א זאך. אין א בוך וואס איך האב געליינט איבער MBTI ברענגט ער א משל ווי מען קען זען אויב מען איז א senser אדער אן Intuit. די משל איז פון בייגעוואוינען א קאר עקסידענט. דער סענסער וועט שילדערן אלע קליינע דעטאלן ווי למשל: איך בין געווען אויסגעדרייט צו ABC גאס ווען פלוצלונג האב איך געהערט אזא גרידזשע, אזא מין שארפע גריזשע (מערק די דעטאלן), איך האב מיך ארום געדרייעט און געזען ווי א נייע האנדא אקארד שמייסט אריין אין די געפארקטע מאזדא 3.

פון די אנדערע זייט וועט דיר אן אינטואיט דיר דערציילן די בעסיקס פון די מעשה אבער ער וועט לכאורה נישט געדענקן אדער אפילו האבן אינאכט גענומען וועלכע מין קאר און וועלכע מין גרידזשע עס האט געמאכט.

דאס שטומט מיר נישט אזוי גוט, ווייל איך מיין אז איך וואלט אויך געדענקט די זאכן וואס די רעדסט, איך ווייס נישט אויב איך וואלט געוויסט ווי אזוי די קאר הייסט, אבער איך וואלט געדענקט ווי היינט פונקטליך ווי אזוי די קאר האט אויסגעקוקט, (און קוקט יעצט אויס נאכן קראך, כאטש איך האב עס נישט געזען נאכדעם, אבער טוה מיר עפעס... איך זעה יעצט פאר מיינע אויגן א קאר מיט א קנייטש ביי די זייט פונקטליך...).

קיין מומחה בין איך נישט, ווייט דערפון. איך האב סתם אזוי ליב זיך אריינצושטופן די נאז..
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:53 pm

:roll: :roll: גייט שין מער נישט אראפאלן דא גארנישט :?: :?: עני יוניט אוועילעבעל?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:23 pm

וואס איך בין נייגעריג איז, צו "כח המעצר" האט עפעס מיט די פונקציע פון T אדער F, לכאורה דארף דער T האבן א גרעסערע כח המעצר, ווייל אויב עס מאכט נישט קיין סענס, דאן געענדיגט דערמיט, אבער אפשר איז עס נישט אזוי.
הוי מחשב...

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:25 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן::roll: :roll: גייט שין מער נישט אראפאלן דא גארנישט :?: :?: עני יוניט אוועילעבעל?

זעהט אויס אז דער פריש אויפגעקומענער אנטי-זעקסער איז געגאנגען צי שארף און אוועקגענומען דעם אפעטיט פון @נשמה אנצוגיין.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:31 pm

איך גלייב נישט אז נשמה וויל אונז זאלן דיסקוסירן פונקטליך פארוואס ער האלט זיך איין אויפן איצטיגן מאמענט, איך מיין אז די סיבה איז עפעס אנדערש. און איך שעץ זיין החלטה. בכל אופן זענען דיזע אנטי זעקסער'ס שוין לאנג נישט אקטיוו.
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 7:47 pm

איך זע נישט קיין שום אנדייטונג אז נשמה האט געפאסט סיי וועלכע באשלוס.

@נשמה האסט איבערגעלאזט דיזער אשכול בכוונה?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 7:48 pm

מחשב האט געשריבן:וואס איך בין נייגעריג איז, צו "כח המעצר" האט עפעס מיט די פונקציע פון T אדער F, לכאורה דארף דער T האבן א גרעסערע כח המעצר, ווייל אויב עס מאכט נישט קיין סענס, דאן געענדיגט דערמיט

כנלע''ד לדבר פשוט
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט