מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זאלער ביסט אזוי גוט... ביסט נאך סך בעסער אינעווייניג... דאס ביסל וואס דו שרייבסט איז נאר די שפיץ וואס מ'קען זעהן אבער אינעווייניג ביסטו סך מער!
זאלער ביסט אזוי זאפטיג... אפילו דו ווילסט נישט ביסטו זאפטיג... דיין זאפט וועט זיך סייוויי ב"ה קיינמאל נישט אויסטרוקענען... דיינע משלים... איך וויל דיר פשוט ווייזן וואו דיינע אוצרות זענען... און וואב מיינט צוריקגעצויגן... און אזוי ווייטער און ווייטער... ס'איז אזוי געשמאק דיך צו ליינען... ביסט סייווי גוט סאו האב נישט מורא פון די אייזקריעם יו קיפ גאואינג... און דייקא לויט דיין סטייל... ווען מ'ליינט דיינס אן ארטיקל פילט מען זיך ווי א מיוזיק סטאר...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אין וויקי שטייט
אז די פערסיווער ווערזעס דזשאדזשער איז וויאזוי א מענטש שטעלט זיך אהער צום דרויסענדיגן וועלט

זאלער קיפ איט אין מיינד איך טראכט צו דו האסט דיר גענומען אדאהאן אלץ א לערנער אין דעם ענין.
א קליין פיצל בעיבי ווערט געבוירן. נאכן ערשטן געוויין אדער גאר נאך אין בוידעם פרעגט מען עס: זאג נאר שעפעלע זיסקייט וואס ווילסטו ענדערש?
וואו ווילסטו ענדערש פאוקעסן דיין אטענשאן און נעמען ענערגיע פון די וועלט אדער פון דיר אליין

וויאזוי ווילסט ענדערש אריינעמען אין דיר אינפארמאציע מיט דיינע קליינע אויגעלעך/הענטעלעך/אויער/נאזעלע/לעקעלע אדער ווילסטו ענדערש אראפלערנן אינפארמאציע מיט דיין אינטואישן. וויאזוי דו פילסט לגבי די עקסטערנעל סטימיולי.

וויאזוי ווילסטו פאסן א באשלוס (אויב דו ווילסט בכלל) ווילסטו ענדערש פאסן א באשלוס מיט דיין אבסטראקט מיינד אדער מיט דיך אינעם בילד.

וויאזוי ווילסטו דיך אהערשטעלן צו די דרויסענדיגער נייער וועלטעל... ווילסטו ענדערש קומען צו אן אפמאך לויט וויאזוי דו האסט עס אפגעמאכט אדער מיט דיין ראציאנאל אדער מיט דיין געפיל. אדער ווילסטו ענדערש אפשטופן דעם באשלוס און לאזן אפן דיין אפמאך און ענדערש פרובירן צו זאמלען מער און מער אינפארמאציע.

ס'איז אזוי אינטערעסאנט זיצן צוויי קליינע יונגעלעך אויפן באנק ביין רבי'ן אין חדר. איינער הערט וואס דער רבי זאגט און איינער לערנט אפ צווישן די שורות גאר עפעס אנדערש... איך.טקאכט אז ווען מ'לערנט; מ'זיצט אין חדר און מ'לערנט, דארף מען ענדערש נוצן די פינף חושים אינפארמאציע אריינעמער. ווי איידער אינטואישן...
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווער עס וויל עס לייענען די בוך "נפש האדם" פון מרים אדהאן, דאס איז פון איר וועבזייטעל פריי, דער בוך איז מיט די שיטה פון פארשטיין טבעיות בני אדם לויט ווי ס'ווערט דא ארומגערעדט אין דעם אשכול.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

דא איז א לינק צו איר וועבזייטל, דירעקט צו דעם ביכל, ס'איז דא דארט נאך א סאך גוטע סחורה פון די ענינים פאר ווער ס'גלייכט דאס, נאך עטליכע פון אירע ביכער פריי אויב מ'רעגיסטרירט זזיך.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שכח 'שעפעלע'



איינער פרעגט איינעם, זאג צדיק...
דו גיבסט אויס ענערגיע אין סאציאלע סיטואציעס אדער דו נעמסט גאר אריין אין דיר פרישע ענערגיע פון סאציאלע סיטואציעס...
פון היינט און ווייטער, האב איך וואס צו טראכטן, אקעי דא בין איך, א סאושל סיטואציע. נו? איך געב אדער איך נעם...

ס'איז גוט אינטערעסאנט
א דמיון פון אן אינטראווערטעד וואס קומט צו א חתונה און ווען ער גייט אהיים איז ער 'אויסגעליידיגט' דער אנדערער זיין חבר דער עקסטראווערטעד איז 'אנגעפילט' מיט פרישע כוחות.

פאר איינעם איז א חתונה א גאז סטעשאן און פאר איינעם איז עס גאר ווי אויסנוצן גאז...
שני הפכים בשמחה אחד והכל לטובה

אונז נ
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ווייייטער….

ווי שוין געשריבן, איז אינטראווערשזן און עקסטראווערזשן דער יסוד אויף וואס אלעס בויעט זיך, און אז די צוויי יסודות זענען די קעגנזעצטע עקן איינער פון צווייטן, דהיינו ס'איז דא מיטל-פונקט וואו יעדער דארף שטרעבן אנצוקומען וואו ביידע כוחות זענען ממש אייניג געגאסן. מ'קען גיין אויף ביידע זייטן ביז צו הונדערט פראצענט, קומט אויס אז פון א פולער אינטראווערט ביז א פולער עקסטראווערט איז דא צוויי הונדערט שטאפלען, און עס מאכט זיך זייער זעלטן. ווען יא, גייט פייער… די זעלבע איז מיט אלע פאלגענדע טיפן, ווי יעדער - ספעציעל ערוואקסענע מענטשן - קען האבן א געמיש פון ביידע, דער טיפ איז נאר מסביר פון וואו מ'קומט בלידה, און אויך בכוח, פון וואו מ'שעפט - אדער ס'קאסט - פרישע כוחות.

גיי מיר ווייטער מיט די איבריגע טיפן. אביסל אנדערש אנצוכאפן די איבריגע קעגנזעצטע טיפן, אויף אן אופן ס'זאל אריינמעטשן אינעם פריערדיגן שמועס, וועלמיר עס צעטיילן אזוי.
דאס איז שוין קלאר אז יעדער האט אן אינסייד, א מוח וואו ס'הערשט רוחני אויף א רוחני'דיגע פארנעם, פארעמ-לאז. און דאס איז אויך קלאר, אז ס'איז דא אן עולם העשי' וואס אלעס איז ממשי, און די איינציגסטע וועג פאר א מוח צו 'פארשטיין' זאכן איז דורכ'ן נעמען משלים פון די חלקי ממשי און עס עפלייען צום רוחני, און 'כאפן' די אייניגקייט. נאכדעם וואס מ'בריעט זיך איינמאל אפ, און מ'פארשטייט וואס הייס/ווארעם/קאלט מיינט, קען מען שוין "פארשטיין" וואס א ווארעם הארץ מיינט, און וויאזוי מ'קען זיך דערווארעמען דאס הארץ, און וויאזוי מ'שפירט א ווארעמקייט צו א מענטש, וואס באמת שפירט עס א קינד אויך, נאר ער קען נישט 'פארשטיין' וואס דאס איז ביז ער קען דערויף לייגן א לעיבל וואס קומט פון עולם העשי'. און נאכדעם קען ער עס סיי פארשטיין, און סיי מסביר זיין.
נאכדעם וואס מ'פארשטייט עס שוין קען מען זיך באנוצן דערמיט אויף מחשבה און אויף למעשה.
אבער ווי שוין דערמאנט, קען דער מוח נישט פילן גארנישט, און קען נאר וויסן, האבן אינפארמאציע, וועגן דעם דארף דער מוח אפילו נאר אויף מחשבה האבן נאך טולס צו 'נוצן' דאס וואס ער ווייסט שוין. און דאס איז די געפילן, וואס זענען אויך רוחני'דיגע באגריף, אן אינטענדזשיבל.
ס'איז אויך דא אביסל מער דערין. דער מענטש 'ארבעט' אויף אקסידזשן און עלעקטעראנס, ס'איז דא אן עלעקטערל סיסטעם אין גוף מיט וואס דער מוח שיקט זיינע סיגנאלן. אין אקסידזשן עסט דער מוח ממש א חלק הארי פון וואס דער מענטש אטעמט, אבער ווען עס קומט צום עלעקטל טשארדזש פראדוצירט די הארץ כמעט צען מאל אזויפיל פאוער ווי דער מוח, און דער מוח דארף צוקומען צו הארץ פאר ענערדזשי צו קענען ברענען די אקסידזשן וואס ער דארף צו קענען פונקציאנירן.
זעעמיר פון דעם אז אפילו אינעם פיזישן צאם שטעל מוז דער מוח אויך צוקומען צום הארץ צו קענען אנגיין מיט זיינע פונקציעס צו טיילן באפעלן פאר אלע כלי המעשה.
וועגן דעם ווען דער מוח וויל עפעס אויספירן למעשה אינדרויסן אויף דעם עולם העשי', מוז ער זיך באנוצן מיט די חושים און די געפילן אויסצופירן וואס ער וויל טון.
אין די משנה זאגט עס אונז קלאר, עין רואה, און עס גייט אין קאפ אריין, און פון דארט גייט עס צום הארץ, לב חומד, און ערשט דערנאך וכלי המעשה גומרים. דאס איז דער סדר.

קומט אויס אז ס'איז דא דריי שטאפלן, נומער איינס איז אינפוט, ארייננעמען/אריינלייגן אינפארמאציע אינעם מוח - פאר דעם חלק מוז מען זיך באנוצן מיט מוח - און דער איינציגסטער וועג אריין איז דורך די חושים. דער דיפערענץ וועט נאר זיין 'וואו' דער מוח איז ווען נעמט עס איבער פון די חושים.
דערנאך קומט די צווייטע חלק, צו ערוועקן געפילן - און יעדער מוז זיך באנוצן מיט געפיל - הגם ס'איז באזירט אויפ'ן ערשטן חלק פון די געפאקטע אינפארמאציע, דער דיפערענץ וועט כאפן וואו מ'איז ווען מ'באנוצט זיך דערמיט.
און ערשט דערנאך די דריטע חלק וואס געשעט צוריק אינדרויסן אינעם למעשה - ווען מ'מוז זיין אינדרויסן, אבער די שאלה איז ווייטער וואו דער 'מענטש' - דער איך - שטייט ווען ער טוט וואס ער וויל טון. און אין דעם גייט זיך ווענדן וואס מ'איז אין די קומענדיגע סארט טיפן. ווייל יעדע איינע פון די דריי שטאפלען קען געטון ווערן פון אינעווייניג אין קאפ און פון דרויסן אין די גשמיות'דיגע וועלט.
איינער טרייעט אייביג צו בלייבן אין קאפ און שלעפט אריין אינפארמאציע צו זיך, און דערנאך פיטערט ער געוויסע שטיקלעך אינפארמאציע - וואס ער וויל - צו די געפילן, און ער וועקט זיי אויף נאר וויפיל ער וויל כדי צו באקומען פון זיי גענוג אויף צו קענען הייסן די כלי המעשה ארויסגיין בשליחותו און אויספירן דארט אינדרויסן וואס ער וויל.
א צווייטער זיצט אין געפיל. ער איז אין טאן, ער איז וואך צו וואס ער פילט. ער באקומט אויך אינפארמאציע, אבער ער זיצט אינמיטן צווישן די כלי המעשה און צווישן דעם מוח. ער קען דרייען מיט מחשבה און עס נוצן ווי ער וויל, און היות געפילן זענען זייער פלאקטשועטינג, ווייל ער לויפט לויט ווי ס'פילט זיך אים יעץ, שלעפט ער מיט די מחשבות לויט זיין ריטעם, און היות ער איז דאך געפיל, און ער האט שוין א שטיקל בעלות אויף די מחשבה אויך, אויטאמאטיש קען ער זייער גרינג מאנעוורירן מיט די כלי המעשה אז זיי זאלן אים הארכן, און יעדער טאנצט זיין טאנץ.
ווידער דער דריטער מענטש זיצט אינגאנצן אינדרויסן ביי די חושים, און ער געט א שטופ אריין די אינפארמאציע אין מוח אזוי ווי ער וואלט געווען אין א גאר גאר קאכעדיע מקוה, נאדיר און לאמיך ארויס פון דא. ס'לעבצעך אויף דער וועלט. פארוואס זיצטו דארט אין די טונקל? ווען ער וויל עפעס ערלעדיגן און קען נישט אליין, און מוז צוקומען די אינפארמאציע אין מוח, האט ער אן עצה, ער פילט עפעס מיט די חושים, וואס דורכדעם אקטיוויזירט ער די געפילן וועמען ער נוצט נאר אלס א לאנגע שטעקן אויפצואוועקן דעם מוח ארויסצוגעבן די מינימום נויטיגע אינפארמאציע און טשארדזשעס צו קענען טון וואס ס'דארף דא געטון ווערן.

און יעץ מיט די נעמען און מער ספעסיפיש. די צווייטע סעט טיפן באהאנדלען וויאזוי דער מענטש נעמט אריין אין זיך אינפארמאציע.
א סענסינג מענטש זיצט מער אינדערויסן און שטופט אריין אין קאפ אינפארמאציע אזויווי ער שפירט עס אין רעאליטעט. דא אין רעאליטעט איז אלעס געשניטן, געמאסטן, געוואויגן, נומערירט, קאלט/הייס, פאקטן, עבר, הווה אא"וו. ווען מ'רעדט פון זאכן וואס מ'קען טון זוכט ער 'וויאזוי' ס'גייט געטון ווערן זאכליך, דא אינדרויסן אויף דער טענדזשיבל וועלט. ער וועט געווענליך האבן איין גוטע וועג וויאזוי עפעס צו טון, ווייל ער הייבט אן זייער מוגבל, פונדרויסן, אן 'טראכטן' וויאזוי נאך מ'קען עס טון. כ'האב איין וועג און דאס ארבעט, וואס נאך ווילסטו? ווילסט עס האבן ערלעדיגט אדער ניש?
און ווען ער רעדט, דערציילט, איז מסביר, רעדט ער צפעציפיש פון טעג, נאס, טרוקן, הייס, נומערס און נעמען פון מענטשן, אד"ג.
דאס ווארט סענסינג ווערט גענוצט אלס די פינעף סענסעס, די חושים. די סאמע אויסערליכע עק פונעם רעדל וואס דרייט פעולות.

מצד השני לגבי אייננעמען אינפארמאציע איז דער אינטואישן. אינטואישן אינעם ווערטערליכן אפטייטש מיינט זאכן וואס א מענטש דארף זיך נישט לערנען נאר ער ווייסט עס בטבע, דא ווערט עס געבארגט פאר איינעם וואס זיצט אינעווייניג און שלעפט אריין אינפארמאציע. ווייל ווען ער 'טוט' שוין עפעס, קומט עס נישט מצד די אויסערליכע איבערגעטראכטע ספעציפישע שריט ווי דער סענסער, נאר ס'קוקט אויס ווי ער האט פשוט אינטואישן אין דער זאך, ווייל קיין פראקטישן צוגאנג דערצו האט ער דאך נישט…
ער איז נאר ביזי מיט אויסטראכטן וואס מער מעגליכקייטן ביי יעדע געשעענע פראבלעם, אבי נישט צו דארפן ארויסגיין און פאקטיש עפעס טון…
היות ער זיצט אין קאפ - זייער ווייט פונעם פאקטישן מציאות, זעט ער אויטאמאטיש די גרעסערע בילד, די צילן צו וואס מ'וויל ענדגילטיג אנקומען. דער וועג, יענער וועג, וואס א חילוק? פארברענג נישט די צייט מיט די שטותים… די קליינע נארישע דעטאלן וואס נאר די כלי המעשה דארפן זיך אפגעבן דערמיט.
זיצנדיג אינעם ווארעמען מוח ווי פייוויש אין האלץ-קאמער איז אים זייער געשמאק, און ער וועט אלץ אויפקומען מיט נאך וועגן וויאזוי מ'קען עפעס טון צו דערגרייכן די זעלבע זאך, אפילו ווען ער ווייסט אז דער וועג וואס איז אים יעצט בייגעפאלן איז דער שווערסטער לענגסטער העכסט קאמפליצירטער אופן צו דערגרייכן דעם ספעצישן תפקיד, אבער ער איז בכלל נישט אינטערסירט אינעם פאקטישן פועל יוצא פון די איידיע, ביי אים איז די איידיע דער עיקר, וואס מער אינעווייניג אלס בעסער… (ביי אונז וועט מען זאגן הי איז אוט דעיר, יענער איז ווייט, דארט אינדרויסן. עכט איז עס אינעווייניג, ס'איז נאר ווייט אינדרויסן פונעם קוק-ווינקל פון דעם וואס טראכט עס נישט…).
ווען ער וועט רעדן אדער מסביר זיין עפעס, וועט ער רעדן פון הוט ארויס, ווייטע שיינע משלים, פאעטישע אויסדרוקן, אנאלאגיעס, נאר נישט פון א למעשה אויף למעשה, פון וואס ער שטייט ווייט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אלעס וואס א מענטש טוט, טוט ער ווייל ער האט אזוי באשלאסן, אדער ס'האט זיך אים אזוי באשלאסן. גארנישט קען נישט געטון ווערן פון זיך אליין. זיינע באשלוסן - באוואוסטזיניגע אדער אומבאוואוסטזיניג - זענען באזירט אויף אינפארמאציע און געפילן ער האט אוועק געלייגט אין קאפ און אין הארץ.
היות אז רוב באשלוסן ווערן גלייך דערנאך געפיטערט צום מציאות, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס דו דארפסט מאכן א דעסישן טו בעגין וויט, קומטעך נאר פון דרויסן, ווייל אינעווייניג קענסטו האלטן יא און ניין, און ס'נישטא קיין סתירה, ביידע האבן פלאץ. דו ביסט גערעכט, און דו ביסט גערעכט, און דו ביסט אויך גערעכט. אבער אינעם עולם המוגבל וואו צוויי קעגנזעצטע זאכן קענען נישט עקזיסטירן אויף איינמאל, מוז מען מאכן באשלוסן. אזוי אדער אזוי. מ'קען נישט ביידע. יקוב הדין את ההר. (בד"וו, דעסיזשן קומט פון שורש אינסיזשן, אריינשניידן. דעסיזשן מיינט דו מוזט שניידן. אהער אדער אהין).
קומט אויס אז יעדע דעסיזשן גייט עפעקטן דעם מציאות, און דער וועג ארויס פונעם מוח צום מציאות מוז דורכגיין די געפילן, די מידות, ווייל דער מוח האט נישט אזא רעקווייערמענט, און פארשטייט נישט פארוואס דאס פעלט אויס, דעריבער קען ער פשוט נישט אריינרעדן דערין, מוז מען דעריבער זיך באנוצן מיט די מידות אויף צו קענען שניידן די דעסיזשנס.
די בעיסיק צוויי כוחות וואס דעצידירן דעם באשלוס איז אדער מצד א נעגאטיוו, נישט צו ליידן, אדער פאזיטיוו, יא הנאה צו האבן. מניעת ההפסד והצער אדער ריבוי הריוח והתענוג. נישט וועלן שטארבן אדער יא וועלן לעבן. בלייבט נאר איבער דן צו זיין 'וויאזוי' דיין 'דו' באפאסט זיך מיט'ן מציאות פון באשליסן עפעס. און דא ווערט ווידער דער זעלבער יסוד אראפגעלייגט, אז ס'ווענדט זיך וואו דער חמר שטייט איין. אינדרויסן אויף די רשות הרבים'דיגע וועלט, אדער אינעווייניג אין דיין רשות היחיד וואו קיינער קען נישט עכט אריינגיין.
דער טינקינג, דער טראכטער זיצט אינעווייניג, און דיריגירט פון דארט וואו די געפילן זאלן גיין, און וואס די כלי המעשה זאלן טון. ער וועט וועגן דעם מאכן באשלוסן זיין אומפערסאנעל, קאלט און אן געפיל… אן געפילן מיינט מיט יא מוח, און ער לאזט נישט דעם מוח ווערן געפירט דורך די געפירט, נאר ער וועט מיט'ן מוח איינטיילן די געפילן וואס צו טראכטן.
ער וועט קוקן אויף אויסגעהאלטנקייט, גערעכטיגקייט, וואס דארף געטון ווערן, פארוואס עס דארף געטון ווערן. האסט גע'גנב'ט גיי אין תפיסה. ביסט שיער אויסגעגאנגען פאר הונגער? געפערליך. בעט מען איינעם עפעס. מ'גנב'ט נישט! אריין אין תפיסה. דארט וועסטו שוין נישט שטארבן פאר הונגער…
דער וועט וועגן דעם ליב האבן צו טרעפן די לעכערליכע טענות וואס מענשטן נוצן און מישן אריין געפילן דארט, ווי דער גנב.
ער וועט ווערן באטיטלט אלס 'נארמאל' לאגיש, לעוול-העדעד. ווייל זיין קאלטקייט שיינט ארויס ספעציעל ווען אנדערע זיצן אינעם געפיל, אבער ער איז העכער פון דעם, און איז אין קאפ, און מוח.

מצד השני, דער פיעלינג מענטש, ער איז שוין ארויסגעקראכן פונעם דומפיגן טינקלן מוח, און פילט ממש די פרישע לופט מיט אלע פארשידנארטיגע קאלירפולע מענטשן אויף דער וועלט, און האט הנאה דערפון. ער איז נישט שטומפיג, און ער איז נישט ממש נאר פאקטן און ציפערן, און האט זאפט. ער האט שכל אבער איז נישט פארפרעמדעט פון אנדערע דא אין די דרויסנדיגע וועלט, ווייל ער זיצט אינמיטן צווישן דעם שכל און די חושים. ער קען אביסל די חושים אינדרויסן, און ער קען אויך אביסל די מחשבות. אבער ער איז זייער וואלעטייל, ווייל ער שפרינגט לויט ווי ער שפירט. און ער - פונקט ווי יעדער - האט ליב סדר ארדער, און כדי ער זאל זיין רואיג און נישט צעווילדעוועט דארף דער ארום אויך זיין רואיג, ווייל אז נישט ווערט ער אויטאמאטיש אויך אומרואיג, ווייל דער שכל לאזט זיך טאקע נישט, אבער דער געפיל ווערט מיטגעריסן מיט אן אנדערעמ'ס געפילן. דערפאר וועט ער זוכן צו מאכן שלום, איינשטעלן הארמאניע אינעם מצב. ער וועט שנעל מוחל זיין אנדערע, ווייל דאס גייט זיי - און דורכדעם אים - בארואיגן.
דער מוח-מענטש, דער טינקינג, מוז פונקט אזוי זיין רואיג פאר זיין שלימות, נאר מצד טבעו בלייבט ער אייביג רואיג דארט אינעווייניג אין מוח וואו קיינער קען אים נישט לייכט באאומרואיגן, משא"כ דער געפיל מענטש, דער פיעלינג, וואס וואוינט אינעם געפיל וואס איז גרייט צו פלאקטשועיטן פאר יעדן פילינג, מוז כסדר זוכן פונעם ארום שטאנדהאפטע זאכן וואס גייען אים גראונדן, כדי ער זאל אויך קענען זיין ווי דער מוח-מען.
וועגן דעם וועט ער אויסזוכן דאס גוטע אין מענטשן, וואס דאס האלט זיינע געפילן אין די ראמען. יעדער איז גוט און אלעס איז פיין און וואויל.
ער וועט ווערן באטיטלט אלס א ווארעמער מענטש, וואס פארשטייט יענעם, האט א 'געפיל' צו א צווייטן. דהיינו אז יעדער זעט עס… ס'מוז נישט זיין אז דער טינקינג האט נישט די זעלבע מאס רחמנות ווי דער פיעלינג מענטש. נאר ביים פיעלינג מענטש נעמט עס אים איבער זיין עקזיסטענץ, און ווען דער עולם אינדרויסן קוקט פון זייער קוק-ווינקל זעט יעדער ווי ער ברענט, און געט זיך אוועק פאר יענעם, ער איז אויסמענטש ביז יענער ווערט געהאלפן, משא"כ דער טינקינג מענטש וואס טראכט אויך און אפשר פונקט אזוי פיבעריג דארט וואו ער איז, וואס מ'קען העלפן יענעם אין זיין מצב, אבער היות ער איז אין קאפ ווערט ער נישט מיטגעריסן במציאות גופו מיט'ן מצב, דעריבער ווערט געזען ווען דער עולם אינדרויסן קוקט פון זייער קוק-ווינקל ווי דער חברה'מאן 'באטראכט' דעם מצב מיט אזא מין קאלטקייט וואס פאסט פאר אן אייז-בארג…

ס'לעצטע קומט די פאקטישע אויסערליכע מציאות וואס פאטשט אין פנים. ס'דא דא א טיש און דו קענסט נישט דורכגיין דא אפילו דו ווילסט. קענסטו זיך אן עצה געבן אויף צוויי וועגן, אדער אריבער גיין (לכחילה אריבער) אויפ'ן טיש, אדער ארום גיין - ס'הייסט אוועקגיין פאר א סעקונדע פון דיין ציהל און גיין רעכטס אפאר טריט, און נאכדעם צוריק גיין אפאר טריט ליקנס כדי אנצוקומען צום געוואונטשענעם ציהל.
ווי פריער געשמועס, יעדער מוז אנקומען אהער, ווייל וויפיל דו וועסט טראכטן אז דו ווילסט האבן יעץ א טיי, וועט עס דיר נישט העלפן (איך פרובירט שוין דא צו טראכטן פון האבן טיי זינט איך האב אנגעהויבן שרייבן, און קיין טיי איז נאכנישט דא…), איך וועלן מוזן זיך שיין אויפשטעלן מיט די פיס, און מיט די הענט מיר גיין מאכן א טיי….
(איין מינוט. גיימיר מאכן א טיי…

נע, כ'בין פויל יעץ. אפשר באלד…).
און דא ווי ביי אלע חלקים איז דער עיקר חילוק פון וואו די אפערעיטסט דעם דרויסן. צי בלייבסטו אינעווייניג און דו ריקסט מיט די געפילישע און חושים'דיגע לעווערס, אז די הענט און פיס, אויגן אויערן, זאלן דיר צוברענגען דאס וואס דו ווילסטו, אדער טאמער ניין, דו קומסט ארויסצוקריכן ווי שלאנג פון די נארע, און דו געסט זיך אפ מיט די גשמיות'דיגע וועלט אין די גשמיות'דיגע וועלט.
זענען די צוויי קעגנזייטן אנגערופן דזשאדזשינג און פערסיעווינג.
א דזשאדזש איז א פוסק אינעם קאלטן מציאות. 'געב אים צוריק די דריי הונדערט מיליאן דאלער אז נישט ווערסטו געהאנגען ביי די הענט.' דער פוסק מוז האבן ביידע חלקים דרויסן. ער מוז וויסן און פארשטיין פונקטליך וואס דא איז פארגעקומען אין ממשות'דיגן באגריף, און זיין פסק מוז האבן אן ענדגילטיגע הדרכה פון שריט וואס דער באשולדיגטער מוז אויספאלגן דא אויף דער וועלט. תשובה העלפט נישט דא, ווייל ער קען נישט וויסן וואס אינעווייניג ביי דיר טוט זיך, ער קען נאר באהאנדלען דעם מצב אינדערויסן לויט די דרויסנדיגע רעזולטאטן און קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.
דער דזשאדזשינג טיפ איז אינדרויסן און ער וויל אויך הארמאניע - פונקט ווי יעדער, און היות ער איז אינדרויסן, גייט ער זיין ביזי מיט די אויסערליכע הארמאניע. דאס הייסט ער גייט זיכער מאכן אז 'יעדער' דהיינו אנדערע מענטשן נישט נאר ער זאל זיין רואיג, געלאסן, און צופרידן.
ער גלייבט אז געזעצן, אנגענומענע דורכ'ן באפעלקערונג, און נאטוליכע, ביידע דרויסנדיגע זענען די גבולות וואס האלטן די וועלט אין די ראמען. הגם נאר די וועלט דארף בכלל האבן ראמען, ווייל ס'איז א מוגבל, און אויב אלעס פליעט איז באמת אויס וועלט, משא"כ אין קאפ איז בלי מצרים, נישטא קיין גרעניצן, ווייל מ'קען אין קאפ זיין איין סעקונדע אין לאנדאן, די צווייטע אין פלישתים, און די דריטע אין יאהאנעסבורג, און די פערטע צוריק אין קאך אין גרעיטער ניו יארק - נאכאלץ אן א טיי… ווידער אין די דרויסנדיגע וועלט גייט עס נישט אזוי…
וועגן דעם וועט אן אינטראווערט נישט זיין ביזי מיט כללים, רולס, רעגולעישאנס, דעליינס, ווייל דארט וואו ער איז זענען די אלע זאכן באמת נארישקייטן, ווייל די זאכן זענען אלע מוגבל במקום וזמן, און היות דער מוח איז נישט, איז דאך נישט קיין פראבלעם, אבער דער וואס לעבט אינדרויסן און קלאמערט זיך אן מיט פראבלעמען אויף טריט און שריט, און בין שוין דארט געווען אכט אזייגער פונקטליך, און כדי דאס זאל געשען האב איך געמוזט אויפשטיין פינף דרייסיג, ווייל די מקוה נעבן מיר איז נאך געווען קאלט וכו', און דו קומסט זיך אן ווי א שיינער מחותן אום האלב איינס נאכמיטאג… מילא דו שפעטיגסט, ביסט א פעיפער, א פוילער שטריק, אבער מאכט דיך כאטש וואו ס'טוט דיר וויי אז דו האסט מיר אזוי לאנג אויפגעהאלטן דא?
- פארוואס טוט דיר עס וויי בכלל? וואס א חילוק ווען מ'טרעפט זיך? דער עיקר איז דאך אז מ'טרעפט זיך, ניין? נא וואס ביסטו אזוי באליידיגט? אזא קינד צו זיין….
דער איז א פערסיעווער, ער איז מוז נעבעך אויך קומען אין בארירונג מיט'ן קאלטן מציאות, אבער ער בלייבט אינעווייניג און האלט אין איין 'כאפן' וואס דער דרויסנדיגער גייט אלץ נעבעך דורך… ער גייט עס באמת נישט דורך אפילו ווען ער טוט עס שוין יא, ווייל ער טוט עס נישט עכט, זיינע הענט פאלגן אים, אבער ער בלייבט דארט באהאלטן אונטער די פורהאנג, אבער דורכגייענדיג די מאושנס פון טון זאכן אינדרויסן 'כאפט' ער פון וואס די רעדע איז דא.
אזויאיאיאיאיאיאיאי, אהא! דאס האט דער פסוק געמיינט….
ער וועט אייביג פרובירן צו לאזן אפן אלע אפשנס, ווייל וואס א חילוק וויאזוי? דער עיקר אז סעט ערלעדיגט ווערן. און וועגן דעם זענען ביי אים רולס און רעגולעישנס געמאכט פאר כינעזער אלטיטשקעס. איי מ'דארף דאך ערלעדיגן די פאפירן, אה, טאקע נו געב עס אהער לאמיר אריבער פארן און מ'עט שוין זען וואס מ'קען טון. (אפילו אויב ער עט זען אז מ'קען זיך שיין אראפזעצן אויספילן אלע פראגעס ווי א וואוילע טאטעלע, האלטנדיג די פעיפערס אויף א באורד… איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אויב דאס איז די וועג אידעך גוט…).
וועגן דעם וועלן זיי הנאה האבן פון ספאנטענעיעטי, און וועלן זיין ספאנטאן, געכאפט, געלאפן, געפלויגן, סאל זיין. מ'ווערט נישט צעפארן פון דעם, אדרבה מ'איז פריי, מ'דארף זיך נישט אראפבינדן צום פארשאלטענעם דרויסנדיגן מציאות. ממש בוחר הרע במיעוטו… און יעדעס מאל ס'געלונגט עפעס האט ער 'געכאפט' א נייעם וועג וויאזוי עס צו טון, און יעדעס מאל ס'נישט געלונגען, האט ער 'געכאפט' א נייעם וועג וויאזוי ס'געלונגט נישט...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

זאלער ביסט גוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דאס האב איך נישט געוואוסט אז אינטראןוערזשן און עקסטראווערזשן 'איז דער זאך אויף וואס אלעס בויעט זיך. דהיינו פון דארט הייבט זיך אלעס אן.

דו שרייבסט "וואו ביידע כוחות זענען ממש אייניג געגאסן" איך וואלט ענדערש געשריבן וואו ביידע כוחות זענען אייניג. וואס מיינט די "געגאסן" כוחות זענען געגאסן?


דו שרייבסט אז "מ'קען גיין אויף ביידע זייטן," לויט דעם קען זיך א מענטש טוישן פון אינטראווערד צו עקסטראווערד און ווי אויך פארקערט.


דו שרייבסט "אז ס'איז שוין קלאר אז יעדער האט אן אינסייד, א מוח וואו ס'הערשט רוחני אויף א רוחני'דיגע פארנעם, פארעמ-לאז."

איך קען פילן וואס דו זאגסט אבער אפשר קענסטו עס מער מסביר'ן אז איך זאל אויך קענען 'טאפן' וואס דו זאגסט.? וואס מיינט דאס פארעם-לאז?



דו שרייבסט " און די איינציגסטע וועג פאר א מוח צו 'פארשטיין' זאכן איז דורכ'ן נעמען משלים פון די חלקי ממשי און עס עפלייען צום רוחני, און 'כאפן' די אייניגקייט. נאכדעם וואס מ'בריעט זיך איינמאל אפ, און מ'פארשטייט וואס הייס/ווארעם/קאלט מיינט, קען מען שוין "פארשטיין" וואס א ווארעם הארץ מיינט, און וויאזוי מ'קען זיך דערווארעמען דאס הארץ, און וויאזוי מ'שפירט א ווארעמקייט צו א מענטש, וואס באמת שפירט עס א קינד אויך, נאר ער קען נישט 'פארשטיין' וואס דאס איז ביז ער קען דערויף לייגן א לעיבל וואס קומט פון עולם העשי'. און נאכדעם קען ער עס סיי פארשטיין, און סיי מסביר זיין.
נאכדעם וואס מ'פארשטייט עס שוין קען מען זיך באנוצן דערמיט אויף מחשבה און אויף למעשה."


איך וויל אריינשטעלן דערין א נגרא, טאמער א קינד וואלט קיינמאל נישט געשפירט אין גשמיות'דיגן וועלט א ווארעמקייט; א גשמיות'דיגן ווארעמקייט, וואלט ער אפשר אויך 'משיג' געווען א ווארעם הארץ, וויאזוי? אזוי ווי ער איז 'משיג' אויפגערעגט, פרייליך, צעפרידן, באקוועם, הארציג, און נאך.

וויאזוי איז ער עס משיג? לכאורה, למשל, ער איז געווען אין דער פרעמד, און די מאמע פרעגט איהם "האסט דיך געבענקט? דו קינד האט צאמגעשטעלט די געפיל וואס ער האט געדענקט אז ער האט געפילט, אין דעם אינסטענט, 'בענקשאפט', האט ער געהערט אז ס'האט א נאמען 'בענקשאפט'. ער מוז נישט האבן א גשמיות'דיגן ממשות'דיגן פינף-חושים'דיגן ערלעבעניש, כדי עס משיג צו זיין. איז וויאזוי שרייבסטו אז דו איינציגסטע וועג פאר א מח צו פארשטיין זאכן איז דורך נעמען משלים
פון די חלקי 'ממשי'? די געפיל פון בענקשאפט איז א ממשי? אויב א מאמע פרעגט איהר משה'לע "ווען דו האסט מיך נישט באמערקט האסטו מורא געהאט?" וויאזוי האט דאס קינד' משיג געווען 'מורא'? דורך ממשיות?

מ' קען אפשר זאגן אז א קינד; א מענטש; א מח, קען נישט משיג זיין עפעס אויב ס'איז נישטא א גשמיות'דיגן טריגער.


דו שרייבסט "אבער ווי שוין דערמאנט, קען דער מוח נישט פילן גארנישט, און קען נאר וויסן, האבן אינפארמאציע," וואס הייסט, די געפיל צו אנטלויפן פון א זאך וואס מ'האט 'מורא' - למשל א בעיבי פון א פרעמדער פנים- קומט דירעקט פונעם אמיגדעלא?


דו שרייבסט "אבער ווען עס קומט צום עלעקטל טשארדזש פראדוצירט די הארץ כמעט צען מאל אזויפיל פאוער ווי דער מוח," פון וואו נעמסטו עס? צווייטענס דאס קומט דאך אויך פונעם מח?

דו שרייבסט ווייטער "קומט אויס אז ס'איז דא דריי שטאפלן, נומער איינס איז אינפוט, ארייננעמען/אריינלייגן אינפארמאציע אינעם מוח - פאר דעם חלק מוז מען זיך באנוצן מיט מוח - און דער איינציגסטער וועג אריין איז דורך די חושים. דער דיפערענץ וועט נאר זיין 'וואו' דער מוח איז ווען נעמט עס איבער פון די חושים."


דאס איז אפילו ביי אן אינטואיסט, נאר די מח פון אן אינטואיסט איז מער 'צווישן די שורות פונעם יעצטיגן עקספיריענס'


"דערנאך קומט די צווייטע חלק, צו ערוועקן געפילן - און יעדער מוז זיך באנוצן מיט געפיל - הגם ס'איז באזירט אויפ'ן ערשטן חלק פון די געפאקטע אינפארמאציע, דער דיפערענץ וועט כאפן וואו מ'איז ווען מ'באנוצט זיך דערמיט. און ערשט דערנאך די דריטע חלק וואס געשעט צוריק אינדרויסן אינעם למעשה - ווען מ'מוז זיין אינדרויסן, אבער די שאלה איז ווייטער וואו דער 'מענטש' - דער איך - שטייט ווען ער טוט וואס ער וויל טון. און אין דעם גייט זיך ווענדן וואס מ'איז אין די קומענדיגע סארט טיפן. ווייל יעדע איינע פון די דריי שטאפלען קען געטון ווערן פון אינעווייניג אין קאפ און פון דרויסן אין די גשמיות'דיגע וועלט. "


גייסט עס לכאורה מסביר זיין שפעטער.



דו שרייבסט" איינער טרייעט אייביג צו בלייבן אין קאפ און שלעפט אריין אינפארמאציע צו זיך, און דערנאך פיטערט ער געוויסע שטיקלעך אינפארמאציע - וואס ער וויל - צו די געפילן, און ער וועקט זיי אויף נאר וויפיל ער וויל כדי צו באקומען פון זיי גענוג אויף צו קענען הייסן די כלי המעשה ארויסגיין בשליחותו און אויספירן דארט אינדרויסן וואס ער וויל."

וואס מיינט "ער פרובירט אייביג צו בלייבן אין קאפ", ער פרובירט צו בלייבן אין זיין וועלטל? ער פרובירט צו טראכטן נאר ראציאנאל; מיט לאגיק; אן געפיל?



וואס מיינט " ער קען דרייען מיט מחשבה און עס נוצן ווי ער וויל," יעדער קען 'דרייען' מיט די מחשבה, וואו כאפט עס א נפקא מינה פון כאראקטער צו כאראקטער? אה! ביסט עס ווייטער מער מפרש, 'דרייען' מיינסטו טאקע 'פסקנ'ן לויט געפיל, (טייערער
זאלער הי"ו: במחילה, זיי מפרש יעדעס ווארט. ביסט א טיפער קאפ, אבער אפילו' נשמה' דארף פארשטיין פונקטליך וואס דו 'ביסט מכוון'.


"אויטאמאטיש קען ער זייער גרינג מאנעוורירן מיט די כלי המעשה אז זיי זאלן אים הארכן"
כלי המעשה? הארכן? יעדער קען מאנעוורירן, ניין?



דו שרייבסט "ווידער דער דריטער מענטש זיצט אינגאנצן אינדרויסן ביי די חושים, און ער געט א שטופ אריין די אינפארמאציע אין מוח אזוי ווי ער וואלט געווען אין א גאר גאר קאכעדיע מקוה, נאדיר און לאמיך ארויס פון דא."

ס'קען געשען אפילו ביים INSJ, ווען מ'איז גוט מיד, אדער אויפגערעגט ניין? (סתם אלץ הארה).



זיי איינמאל מפרש וואס ס'מיינט 'טענדזשיבעל... http://www.google.com/search?hl=en-US&i ... q=tangible


דיין זיס לשון: "און ווען ער רעדט, דערציילט, איז מסביר, רעדט ער צפעציפיש פון טעג, נאס, טרוקן, הייס, נומערס און נעמען פון מענטשן, אד"ג."

אוי זאגסטו גוט, אוי וויפיל כאראקטער מ'קען ארויסלערנן פון א מענטש, פשוט ווען מ'לייגט צו 'קאפ' צו וועלכע ווערטער ער נוצט בשעת ער רעדט...

איך בין געזיצן דא אויף איי-וועלט און נישט געהאט איינער זאל רעדן די משלים, ביז זאלערקומען איז טאקע געקומען...


"די סאמע אויסערליכע עק פונעם רעדל וואס דרייט פעולות."

איך מיין יעצט פארשטייסטו שוין וואס ס'געפעלט מיר דא?


דו שרייבסט "א סענסינג מענטש זיצט מער אינדרויסן" איך וואלט געשריבן: א סענסינג מענטש זיצט אוטאמאטיש מער אינדרויסן, ווייל ער איז א סענסעט.


אינטואישן אינעם ווערטערליכן אפטייטש מיינט זאכן וואס א מענטש דארף זיך נישט לערנען נאר ער ווייסט עס בטבע...

איך בין נישט מסכים. וואס הייסט ער 'ווייסט' בטבע... א אינטואיסט איז 'קלוגער' ווי א סענסעט?

אינטואישן מיינט אז דער מענטש באנוצט זיך מיטן וויאזוי ער פילט לגבי זיין יעצטיגער סביבה. ווייז מיר אויף אנדערש...


ווייל ווען ער 'טוט' שוין עפעס, קומט עס נישט מצד די אויסערליכע איבערגעטראכטע ספעציפישע שריט ווי דער סענסער, נאר ס'קוקט אויס ווי ער האט פשוט אינטואישן אין דער זאך, ווייל קיין פראקטישן צוגאנג דערצו האט ער דאך נישט…


אוודאי טראכט ער נישט. וואס פעלט אויס צו טראכטן? א בעיבי טראכט? ער טוט וויאזוי ס'שמעקט איהם. און נאך מער אן אינטואיסט מיינט 'איינער וואס גייט נאך די אינפארמאציע וואס זיין קערפער האט שוין געסטארידזשט איז, "מאכט מען ווייניגער טעותים", ווייל דער קערפער געדענקט סך סך מער וואס/וויאזוי צו טון. א סענסעט מיינט אז מ'גייט נאך וויאזוי 'סאיז יעצט'.


דו שרייבסט "ער איז נאר ביזי מיט אויסטראכטן וואס מער מעגליכקייטן ביי יעדע געשעענע פראבלעם, אבי נישט צו דארפן ארויסגיין און פאקטיש עפעס טון…"

"זיצנדיג אינעם ווארעמען מוח ווי פייוויש אין האלץ-קאמער איז אים זייער געשמאק, און ער וועט אלץ אויפקומען מיט נאך וועגן וויאזוי מ'קען עפעס טון צו דערגרייכן די זעלבע זאך, אפילו ווען ער ווייסט אז דער וועג וואס איז אים יעצט בייגעפאלן איז דער שווערסטער לענגסטער העכסט קאמפליצירטער אופן צו דערגרייכן דעם ספעצישן תפקיד, אבער ער איז בכלל נישט אינטערסירט אינעם פאקטישן פועל יוצא פון די איידיע, ביי אים איז די איידיע דער עיקר, וואס מער אינעווייניג אלס בעסער… (ביי אונז וועט מען זאגן הי איז אוט דעיר, יענער איז ווייט, דארט אינדרויסן. עכט איז עס אינעווייניג, ס'איז נאר ווייט אינדרויסן פונעם קוק-ווינקל פון דעם וואס טראכט עס נישט…).
ווען ער וועט רעדן אדער מסביר זיין עפעס, וועט ער רעדן פון הוט ארויס, ווייטע שיינע משלים, פאעטישע אויסדרוקן, אנאלאגיעס, נאר נישט פון א למעשה אויף למעשה, פון וואס ער שטייט ווייט."

דאס איז נאר ביי א פערסיווער, נישט ביי א דזשאדזשער.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

WOW יישר כח פאר "זאל ער" און "נשמה", אזא שלל מיט אינפארמאציע, אומגלויבליך פאר מיר, באמת ווערטפולע סחורה.
איך בעט אייך נאכאמאל, לאזט אייך נישט בעטן, איך זע אז ענק פארמאגן אסאך אסאך, פאקטס פאקטס, איך שלונג מיט דארשט יעדע ווארט, איך ווארט אויף יעדע ווארט איבער דעם נושא.

א גרויסע יישר כח פאר ענק
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בקיצור
סארטיר אלע מענטשן פון די וועלט אין צוויי.
ס'דא באשלוסענדע מענטשן, דזשאדזשערס. J און ס'דא דארפן-נאך-אינפארמאציע מענטשן, P

יעצט גיי צום גרופ פון די באשלוסענדע מענטשן P און צעטייל זיי.
איין סארט וואס באשלוסט מיט געפיל F שטעל באזונדע FJ און די אנדערע סארט וואס באשלוסן מיט קאפ T אן קיין שום געפיל. "יושר קומט פאר רחמנות". שטעל באזונדער TJ

יעצט גיי צום גרופ פון די דארפן-נאך-אינפארמאציע
מענטשן P און צעטייל זיי.
איין סארט וואס טראכטן מיט קאפ TP און איין סארט וואס טראכט מיט געפיל FP

יעצט האסטו די גאנצע וועלט צעטיילט אויף פיר גרופעס. FJ TJ TP FP

יעצט גיי אריין אין יעדע גרופ פון די פיר גרופעס און צעטייל ווי פאלגענד:
איין סארט וואס נעמען די אינפארמאציע מיט די פינף חושים SFJ STJ STP SFP שטעל באזונדער. און שטעל באזונדער וואס נעמען די אינפארמאציע מיט די אינטואישן NFJ NTJ NTP NFP (אינטואישן מיינט די זכרונות וואס דער מענטש געדענקט הונטערנבאוואוסטזיין.)

טו אזוי מיט יעדע פון די פיר גרופעס האב מיר שוין אכט גרופעס
SFJ STJ STP SFP NFJ NTJ NTP NFP

יעצט גיי אריין אין די אלע אכט גרופעס און סארטיר זיי אין צוויי באזונדערע גרופעס ווי פאלגענד:

מענטשן וואס לעבן אינעווייניג אין זיך, נעמען ענערגיע ווען זיי זענען מיט זיך אליין שטעל באזונדער. ISFJ ISTJ ISTP ISFP INFJ INTJ INTP INFP


און מעמטשן וואס לעבן אינדרויסן, און נעמען ענערגיע פון זיין מיטן דרויסן, שטעל באזונדער האסטו זעכצן גרופעס

ESFJ ESTJ ESTP ESFP ENFJ ENTJ ENTP ENFP


.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

כ'בין געווען זייער פארנומען און כ'האב נאכנישט געקענט פארזעצן מיט צוטיילן די ספעסיפיקס, און אויך צו ענטפערן אויף נשמה'ס תגובה אויף יעדע זאך. מעגליך כ'על נאך היינט אנקומען דערצו, אבער מ'דארף נישט ווארטן אויף מיר… אויב איינער קען און וויל, אדרבה, ס'עט נאר גרינגער מאכן די ארבעט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איז ס'קען זיין צוויי מענטש ביידע באלד-באשלוסענדע. יא, זיי טראכטן ביידע מיט קאפ. יא, זיי לעבן ביידע אינעווייניג.אבער די אינפארמאציע וואס זיי נעמען אריין איז אזוי פארשידענארטיג.
איינער איז א אינטואיטיוו און קען ליינען צווישן די שורות און איז מער אין דמיון
און איינער איז א סענסעט צו טריקן צו פראקטיש.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

נשמה האט געשריבן:דאס האב איך נישט געוואוסט אז אינטראןוערזשן און עקסטראווערזשן 'איז דער זאך אויף וואס אלעס בויעט זיך. דהיינו פון דארט הייבט זיך אלעס אן.

לויט ווי איך פארשטיי די גאנצע געביידע
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "וואו ביידע כוחות זענען ממש אייניג געגאסן" איך וואלט ענדערש געשריבן וואו ביידע כוחות זענען אייניג. וואס מיינט די "געגאסן" כוחות זענען געגאסן?

ווען צווי כוחות קומען זיך צאם, און מ'נוצט ביידע אינאיינעם ווערן זיי צאם געגאסן, ווייל נאר א ליקוויד מיט אן אנדערע ליקוויד ווערט צוזאמען איינס נאכן אויסמישן...
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט אז "מ'קען גיין אויף ביידע זייטן," לויט דעם קען זיך א מענטש טוישן פון אינטראווערד צו עקסטראווערד און ווי אויך פארקערט.

איינס פון די הויפט איידיעס וואס די אלע גענומערטע טיפן קומען צי איז אז מ'דארף זיך באלאנסירן און יעדער זאל ארויסקריכן פון זיין נאטורליכע באקוועמע נייגונג, די קאמפארט זאון, און זיך אויסשלייפן צו האבן ביידע זייטן. ביי די אנעאגראם הייסט עס די געזונטע דירעקשאן, אוועק צו לויפן פון א טאטאלע צעברעכנדע נומער און צולייגן אביסל פון אן אנדערע און דורך דעם דאס באלאנסירן.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "אז ס'איז שוין קלאר אז יעדער האט אן אינסייד, א מוח וואו ס'הערשט רוחני אויף א רוחני'דיגע פארנעם, פארעמ-לאז." איך קען פילן וואס דו זאגסט אבער אפשר קענסטו עס מער מסביר'ן אז איך זאל אויך קענען 'טאפן' וואס דו זאגסט.? וואס מיינט דאס פארעם-לאז?

רוחני האט נישט קיין פארעם, קאליר, גערוך, גארנישט. ס'נישט גראד, און ס'נישט געבויגן, ס'איז א כוח. א קראפט, אבער פארעם-לאז, ווייל ס'האט נאך גארנישט אויפגעטון. ס'האט נאכנישט געצוואונגען אדער באוואויגען עפעס צו טון, אזוי צי אזוי. אבער נאכדעם וואס דער כוח קומט ארויס צו די וועלט ווערט עס קאנווערטעד צו טאפנדיגער כוח, א דראנג, א תאוה, א כוח וואס ווערט שוין אנגעזען לויט וויאזוי מ'ווערט געצויגן.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט " און די איינציגסטע וועג פאר א מוח צו 'פארשטיין' זאכן איז דורכ'ן נעמען משלים פון די חלקי ממשי און עס עפלייען צום רוחני, און 'כאפן' די אייניגקייט. נאכדעם וואס מ'בריעט זיך איינמאל אפ, און מ'פארשטייט וואס הייס/ווארעם/קאלט מיינט, קען מען שוין "פארשטיין" וואס א ווארעם הארץ מיינט, און וויאזוי מ'קען זיך דערווארעמען דאס הארץ, און וויאזוי מ'שפירט א ווארעמקייט צו א מענטש, וואס באמת שפירט עס א קינד אויך, נאר ער קען נישט 'פארשטיין' וואס דאס איז ביז ער קען דערויף לייגן א לעיבל וואס קומט פון עולם העשי'. און נאכדעם קען ער עס סיי פארשטיין, און סיי מסביר זיין.
נאכדעם וואס מ'פארשטייט עס שוין קען מען זיך באנוצן דערמיט אויף מחשבה און אויף למעשה."
איך וויל אריינשטעלן דערין א נגרא, טאמער א קינד וואלט קיינמאל נישט געשפירט אין גשמיות'דיגן וועלט א ווארעמקייט; א גשמיות'דיגן ווארעמקייט, וואלט ער אפשר אויך 'משיג' געווען א ווארעם הארץ, וויאזוי? אזוי ווי ער איז 'משיג' אויפגערעגט, פרייליך, צעפרידן, באקוועם, הארציג, און נאך.
וויאזוי איז ער עס משיג? לכאורה, למשל, ער איז געווען אין דער פרעמד, און די מאמע פרעגט איהם "האסט דיך געבענקט? דו קינד האט צאמגעשטעלט די געפיל וואס ער האט געדענקט אז ער האט געפילט, אין דעם אינסטענט, 'בענקשאפט', האט ער געהערט אז ס'האט א נאמען 'בענקשאפט'. ער מוז נישט האבן א גשמיות'דיגן ממשות'דיגן פינף-חושים'דיגן ערלעבעניש, כדי עס משיג צו זיין. איז וויאזוי שרייבסטו אז דו איינציגסטע וועג פאר א מח צו פארשטיין זאכן איז דורך נעמען משלים
פון די חלקי 'ממשי'? די געפיל פון בענקשאפט איז א ממשי? אויב א מאמע פרעגט איהר משה'לע "ווען דו האסט מיך נישט באמערקט האסטו מורא געהאט?" וויאזוי האט דאס קינד' משיג געווען 'מורא'? דורך ממשיות?
מ' קען אפשר זאגן אז א קינד; א מענטש; א מח, קען נישט משיג זיין עפעס אויב ס'איז נישטא א גשמיות'דיגן טריגער.

א קורצע מעשה וועט ארויסברענגען וואס איך מיין דערמיט. א גרויסער פסיכיאטאר דערציילט אז ער אמאל געווען אין אפריקע אויף א טור, און ער איז מיטגעפארן מיט א גרויסע גערופע מענטשן דורכ'ן סאפארי, דארט איז עס נישט קיין פארק, נאר עס איז אן עכטער נאטוליכער סאפארי, וואו די חיות טורפות לויפן און שפרינגען ארום ווי ביי זיך אין אינדערהיים.
זענען זיי געפארן אויף אן אלטע געלע באס אן קיין דאך, און באטראכט די שיינע בריאה, מה רבו מעשיך ה', אן סיגווען ממש, כ'קען דיר נישט זאגן ווי שיין. ביז… אן עקסל פונעם באס האט זיך איבערגעבראכן, און מ'איז געבליבן סטאק אין געדעכטן וואלד… ס'ווערט שוין שפעטליך, די זון הייבט אן אונטערצוגיין, און דארט אין וואלד ווערט שנעל שטארק טונקל צוליב די גרויסע באוואקסענע ביימער, און דער דרייווער אויפ'ן טאקי-וואקי זאגט אז ס'קען נעמען א שעה צוויי ביז א שלעפער טראק וועט קענען קומען צולייגן א פלייצע…
דער עולם זיצט פארצווייפלט ביז זי האבן דערהערט פון גאנץ נאנט און קלאר א וואלף בילן… נו, שטייצעך אליין ס'געווארן א פאניק, זיי גייען דא ווערן סערווירט פאר סאפער פאר אלע חיות, נאו מאנקי ביזנעס… געט זיך דער פסיכיאטאר א שטעל אויף און רופט אויס הויך: אונזער מצב דא איז העכסט אומבאקוועם! מ'דארף זען וויאזוי אפצוגאפלען פון דא ווי אמשנעלסטן.
אפגעזאגט דאס זייניגע, זעצט ער זיך צוריק אראפ מיט שמייכל. און עטליכע רייזענדע האבן געבעטן דעם דרייווער צו עפענען דעם טיר, און זיי זענען אראפגעגאנגען, פארשאפט א צווייג, און ביז אביסל מער פון א האלבע שעה איז מען געווען ארויס פון סכנה…
דעמאלט האט דער פסיכיאטאר מסביר געווען וואס ער געטון. ווען א מענטש איז אין א פחד ווערט דער מוח, דער פראנטל לאוב, פארשלאסן, דער פייט אר פלייט געפיל נעמט איבער, און לאזט פשוט נישט דעם מוח טראכטן. אבער… א מענשט ווייסט נישט וואס די געפיל וואס ער האט איז באמת, ביז ער לעיבלט עס. אויב וואלט ער געזאגט, מיר זענען דא אין סכנה, אדער סכנת מות, דעמאלט וואלט דער פאניק אויסגעבראכן נאך שטערקער, מענשטן וואלטן אנגעהויבן לויפן אין וואלד, וואו זי וואלטן באמת געווארן סאפער… אבער ווען ער האט געזאגט "העכסט אומבאקוועם" האט דער מוח באשלאסן, "אמת איך פיל טאקע אומבאקוועם." און ער האט געלעיבלט דעם געפיל, דעם קניפ אין בויך, די שטארקע הארץ-קלאפ, (וואס די אלע זאכן זענען פיזישע אנדייטונגען אז מ'האט מורא), און ער האט מסכים געווען אז ס'איז טאקע אזוי.
נו, א'סי אומבאקוועם דארף מען עפעס זען צו טון צו ווערן יא באקוועם, און דער מוח הייבט אן טראכטן עצות… און אזויווי זיי האבן אנגעהויבן טראכטן, זענען זיי שוין אויפגעקומען מיט עפעס א בייפאל, און זיי זענען געראטעוועט געווארן. מזל ווי א גוי…
לענינינו, אפילו ווען א קינד, ערוואקסענער, זיידע ווייסט אז ער האט מורא, ווייסט דער מוח נישט באמת וואס ער פילט. ס'קען זיין א פארדארבענע גלעזל מילך, ס'קען זיין ער פארט אין א זייער שאקלדיגע קאר, און ס'קען זיין אז ער ציטערט פונעם מלמד. היות ער האט א ליסטע פון ווערטער, קען ער לעיבלען דעם געפיל אלס מורא.
בענקשאפט איז א געפיל, און מוח כאפט מען נישטאמאל דעם געפיל, נאר אז 'עפעס' פעלט. דאס הארץ ווייטאגט, דער נפש איז הונגעריג און נאכגעלאזט. (אויף אן עקסטרעמען אופן קען מען קראנק ווערן פיזיש דערפון, ווי ס'באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים איז געווען קראנק אויף דער עלטער, און דער דאקטער האט נישט געוואלט דערציילן וואס ס'פעלט אים, ווייל ס'פאסט נישט. ביז דער גארליצער רב האט אים געצוואונגען, האט ער געזאגט, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן אבער ער ליידט פון חולת אהבה… ער האט עס נאך קיינמאל נישט געזען ביי אזא אלטן מענטש… - דער אקס האט נישט געקענט באגרייפן וואס דאס מיינט ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע ואהבת את ה'…). אבער דאס אלעס דערציילט נישט פאר'ן קאפ אז דאס איז בענקשפאט.
נאר נאכדעם וואס די מאמע קומט צוריק אהיים, אדער דאס קינד קומט אהיים פון קעמפ, און ער פילט ווי די פאני אומבאקוועמע פילינג איז אנטרינען, יעץ ווייס ער שוין אז די פילינג האט ער נאר ווען ער איז נישט נעבן די מאמע'ס פארטוך. און זיין מאמע ווייסט צו זאגן אז דאס מיינט בענקשאפט.
השגה איז זייער א איידעלע זאך. כדי דער מענטש זאל ביי זיך אין הארץ/קאפ קענען באשליסן וואס די השגה איז מוז מען זיך באנוצן מיט ווערטער צו לעיבלען די השגה. און אפילו ווען מ'רעדט פון געפילן וואס איז שוין סאך ארויסציר פון השגה,ווייל ס'האט שוין ערוועקט א געפיל, מוז נאך אלץ לעיבלען די געפיל, כדי דער מוח זאל עס קענען פארשטיין.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "אבער ווי שוין דערמאנט, קען דער מוח נישט פילן גארנישט, און קען נאר וויסן, האבן אינפארמאציע," וואס הייסט, די געפיל צו אנטלויפן פון א זאך וואס מ'האט 'מורא' - למשל א בעיבי פון א פרעמדער פנים- קומט דירעקט פונעם אמיגדעלא?

דאס הארץ און די געפילן חושים פראדוצירן אסאך אדרענעלין און דאס צוואונגט דעם מוח - די אמיגדעלע - מורא צו האבן.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "אבער ווען עס קומט צום עלעקטל טשארדזש פראדוצירט די הארץ כמעט צען מאל אזויפיל פאוער ווי דער מוח," פון וואו נעמסטו עס? צווייטענס דאס קומט דאך אויך פונעם מח?

Dr. Alan Watkins is the founder and CEO of Complete Coherence Ltd. He is recognized as an international expert on leadership and human performance. He has researched and published widely on both subjects for over 18 years. He is currently an Honorary Senior Lecturer in Neuroscience and Psychological Medicine at Imperial College, London as well as an Affiliate Professor of Leadership at the European School of Management, London. He originally qualified as a physician, has a first class degree in psychology and a PhD in immunology.

דער מוח אין די הארץ ארבעטן אינאיינעם, אבער לא הרי זה כהרי זה, דער מוח געט פאר'ן הארץ דעם באפעל צו פאמפן, אבער אין פאקט קען דער מוח נישט פראדוצירן אן עלעקטרישן טשארדזש און דאס הארץ יא.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט ווייטער "דערנאך קומט די צווייטע חלק, צו ערוועקן געפילן - און יעדער מוז זיך באנוצן מיט געפיל - הגם ס'איז באזירט אויפ'ן ערשטן חלק פון די געפאקטע אינפארמאציע, דער דיפערענץ וועט כאפן וואו מ'איז ווען מ'באנוצט זיך דערמיט. און ערשט דערנאך די דריטע חלק וואס געשעט צוריק אינדרויסן אינעם למעשה - ווען מ'מוז זיין אינדרויסן, אבער די שאלה איז ווייטער וואו דער 'מענטש' - דער איך - שטייט ווען ער טוט וואס ער וויל טון. און אין דעם גייט זיך ווענדן וואס מ'איז אין די קומענדיגע סארט טיפן. ווייל יעדע איינע פון די דריי שטאפלען קען געטון ווערן פון אינעווייניג אין קאפ און פון דרויסן אין די גשמיות'דיגע וועלט. "
גייסט עס לכאורה מסביר זיין שפעטער.

בס"ד.
נשמה האט געשריבן:"אויטאמאטיש קען ער זייער גרינג מאנעוורירן מיט די כלי המעשה אז זיי זאלן אים הארכן"
כלי המעשה? הארכן? יעדער קען מאנעוורירן, ניין?

יעדער 'נוצט' די כלי המעשה, 'מאנעוורירן' נוצט מען ווען מען טוט איין זאך און דורך דעם געשעט אן אנדערע פועל יוצא. ס'דא וואס זענען די כלי המעשה. ער וואוינט אינדרויסן אויף דער וועלט, ער קומט, ער גייט, ער מאכט זיך אז אלעס קלאפט, און 'אלעס' מיינט די טישטוך איז גראד, די בענקלעך זענען מסודר, און דער לייכטער איז גראד אא"וו. ער מאנעוורירט נישט, ער מאכט נישט די כלי המעשה זאלן אים פאלגן. ער טוט אלעס אליין. אבער ווען איינער איז אינעווייניג און קומט נישט ארויס מוז ער הייסן, באפעלן די הענט דארט אינדרויסן אז זיי זאלן הארכן, פאלגן זיינע באפעלן, א פנים ווי דער טאטע שטייט אין די זייט אין פאליש און שרייט/שעפשעט אריין אין טעלעפאן, יואלי, גיי שוין אריין אין בעט….
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "ווידער דער דריטער מענטש זיצט אינגאנצן אינדרויסן ביי די חושים, און ער געט א שטופ אריין די אינפארמאציע אין מוח אזוי ווי ער וואלט געווען אין א גאר גאר קאכעדיע מקוה, נאדיר און לאמיך ארויס פון דא."
ס'קען געשען אפילו ביים INSJ, ווען מ'איז גוט מיד, אדער אויפגערעגט ניין? (סתם אלץ הארה).

יא. אלעס קען געשען ביי יעדן, און יעדער דארף זוכן זיך צו באלאנסירן, אבער געווענליך געשעט עס ביי דעם וואס אזוי פון די יצירה.
נשמה האט געשריבן:זיי איינמאל מפרש וואס ס'מיינט 'טענדזשיבעל...

אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט מיינט טענדזשיבל א זאך וואס מ'קען טאפן. א גוש, א ממשי. אנטענדזשיבל מיינט א זאך וואס מ'קען נישט אנכאפן אדער אוועקטראגן, מ'נוצט עס למשל בי א סערוויס, א לעקטשור, א זאך וואס עס ווערד געלט אבער מ'קען נישט ווייזן פאר'ן עולם דאס באקומסטו פאר א טויזנטער. מוז מען עס איינפאקן אין א בוך, א סידי, אין א טענדזשיבל פארעם כדי צו קענען פארקויפן. איך נוץ טענדזשיבל ביי זאכן וואס מ'קען אנכאפן דעם טוטער ביים נאמען. א באגריף, א טעם, א ריח בלייב אנטענדזשיבל ווייל מ'קען עס נישט מסביר זיין.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "א סענסינג מענטש זיצט מער אינדרויסן" איך וואלט געשריבן: א סענסינג מענטש זיצט אוטאמאטיש מער אינדרויסן, ווייל ער איז א סענסעט.

אזא הסבר קענסטו נאר נוצן נאכדעם וואס דו האסט שוין עסטעבלישד אז דער סענסיג זיצט מער אינדרויסן….
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "אינטואישן אינעם ווערטערליכן אפטייטש מיינט זאכן וואס א מענטש דארף זיך נישט לערנען נאר ער ווייסט עס בטבע...
איך בין נישט מסכים. וואס הייסט ער 'ווייסט' בטבע... א אינטואיסט איז 'קלוגער' ווי א סענסעט?
אינטואישן מיינט אז דער מענטש באנוצט זיך מיטן וויאזוי ער פילט לגבי זיין יעצטיגער סביבה. ווייז מיר אויף אנדערש...

דא רעדסטו שוין פון וואס אינטואישן מיינט לגבי די מייערס-בריגס טיפ. איך רעד פונעם ווארט אינטואישן נאך פאר מייערס אדער בריגס זענען געבוירן געווארן, און איך האב געוואלט מסביר פארוואס זיי האבן גענוצט דעם ווארט פאר דעם טיפ.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט: ווייל ווען ער 'טוט' שוין עפעס, קומט עס נישט מצד די אויסערליכע איבערגעטראכטע ספעציפישע שריט ווי דער סענסער, נאר ס'קוקט אויס ווי ער האט פשוט אינטואישן אין דער זאך, ווייל קיין פראקטישן צוגאנג דערצו האט ער דאך נישט…
אוודאי טראכט ער נישט. וואס פעלט אויס צו טראכטן? א בעיבי טראכט? ער טוט וויאזוי ס'שמעקט איהם. און נאך מער אן אינטואיסט מיינט 'איינער וואס גייט נאך די אינפארמאציע וואס זיין קערפער האט שוין געסטארידזשט איז, "מאכט מען ווייניגער טעותים", ווייל דער קערפער געדענקט סך סך מער וואס/וויאזוי צו טון. א סענסעט מיינט אז מ'גייט נאך וויאזוי 'סאיז יעצט'.

דער אינטואיסט האט אויך געדארפט אריינעמען אין קאפ די אינפארמאציע, פונקט ווי דער סענסינג. דער סענסינג וואס גייט נאך וויאזוי ס'איז יעצט מיינט נישט אז ער טראכט נישטאמאל וואס ער טוט און טוט עס ממש כאשר בא כן ילך, כבלעו כך פלטו, פון די הענט אריין צוריק ארויס… די הענט פונעם סענסינג האט נישט קיין שכל, און דער אינטואיסט ווערט נישט געבוירן מער וואוסנד. ביידע דארפן סטארעדזשן וואס זיי כאפן אויף אין מוח. דער חילוק כאפט נאר וויאזוי זיי לייגן עס אריין און וויאזוי זיי נעמען עס ארויס.
נשמה האט געשריבן:דו שרייבסט "ער איז נאר ביזי מיט אויסטראכטן וואס מער מעגליכקייטן ביי יעדע געשעענע פראבלעם, אבי נישט צו דארפן ארויסגיין און פאקטיש עפעס טון…"
"זיצנדיג אינעם ווארעמען מוח ווי פייוויש אין האלץ-קאמער איז אים זייער געשמאק, און ער וועט אלץ אויפקומען מיט נאך וועגן וויאזוי מ'קען עפעס טון צו דערגרייכן די זעלבע זאך, אפילו ווען ער ווייסט אז דער וועג וואס איז אים יעצט בייגעפאלן איז דער שווערסטער לענגסטער העכסט קאמפליצירטער אופן צו דערגרייכן דעם ספעצישן תפקיד, אבער ער איז בכלל נישט אינטערסירט אינעם פאקטישן פועל יוצא פון די איידיע, ביי אים איז די איידיע דער עיקר, וואס מער אינעווייניג אלס בעסער… (ביי אונז וועט מען זאגן הי איז אוט דעיר, יענער איז ווייט, דארט אינדרויסן. עכט איז עס אינעווייניג, ס'איז נאר ווייט אינדרויסן פונעם קוק-ווינקל פון דעם וואס טראכט עס נישט…).
ווען ער וועט רעדן אדער מסביר זיין עפעס, וועט ער רעדן פון הוט ארויס, ווייטע שיינע משלים, פאעטישע אויסדרוקן, אנאלאגיעס, נאר נישט פון א למעשה אויף למעשה, פון וואס ער שטייט ווייט."
דאס איז נאר ביי א פערסיווער, נישט ביי א דזשאדזשער.

און אזוי פיר איך טאקע אויס דארט. דער איז א פערסיעווער.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך קען נישט אויספיגערען וועלכע איך בין
INTJ אדער א ISTJ איך גלייב אז עס איז גאר נאנט וועגען דעם קען איך עס נישט אויספיגערען
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איצט איז אזוי , נשמה זאגט אז MBTI איז סאך קלארער ווייל מען קען אלעמאל זען צי איז מען יעצט עקסטראווערטעט אדער איז מען אינטראווערטעט,

מחשב פרעגט צי קען מען בויען אויף א טעסט וואס זאגט אז מען איז 55 % THINKING און 53% INTUITION ? צי מאכט די הארעלע אויס ?

למעשה איז מיר נאכנישט אזוי גרינג צי כאפו אויב איך בין א E אדער א I , ווייל אויב בין איך %55 עקסטראוערטעט אין 45% אינטראווערטעט. איז גארנישט אזוי פשוט צי באשליסן וואס איך בין, און איך פארשטיי טאקע נישט צי מאכט דען די הארעלע אויס? די 7 פראצענט וואס איך בין מער עקסטראווערטעט ווי אינטראווערטעט מאכט מיר שוין אינגאנצן עקסטראווערט ?

קודם כל, איך "מוז" דיר זאגן אז א ENFP האט ליב מעגליכקייטן. מאך מיר נישט אפ די טייפס פון מענטשן, ווייל באגרעניץ מיר נישט.

אבער איך מוז דיר זאגן אז די 55/45 דאס האט די קאמפיוטער אויסגערעכנט. דאס מיינט נישט אז דו ביסט אזוי צעטיילט. מיר האבן דאך שוין געשמועסט אז דו ביסט א ENFP. חוץ אז דו זוכסט פשוט א ליידיג שטיקל ערד וואו צו בויען.

און אמתן איז טייל פון מיין שוועריגקייט צי מאכן דעם באשלוס פארבינדן מיט די פאקט אז איך פארשטיי נישט דעם אינטראווערט, במילא קען איך נישא מאכן דעם קאנטראסט, וואס טוט א אינטראווערט מח ? ער טראכט נישט ? ער פילט נישט ? אויב איז ער א N צי דען שטעלט ער זיך גארנישט פאר א גאנצן טאג זיינע דמיונות ? אוודאי איז דער תירוץ אז זיין מח פונקציונירט יא א גאנצען טאג, און דא כאפ איך נאך נישט, וואס טראכט ער א גאנצן טאג? פון זיך?

ער איז פארנומען אנדערש ווי נעמען אנטייל אין די דרויסנדיגע וועלט. "איך פיהל יעצט דאס, און יעצט פיהל איך דאס. אזוי ווי דו ביסט פארנומען אגאנצן טאג צו האנדלן מיט די וועלט ארום; צו קוקן די טיפערע וועלט. אזוי איז זיין באוואוסטזיין פארנומען "איך שפיר יעצט אזוי, און יעצט שפיר איך אזוי". נישט אז ער דארף טראכטן "איך וויל יעצט אזוי אדער אזוי". נאר ס'געשעהט ביי אים פון זיך אליין. זיין באוואוסטזיין איז פארנומען מיט זיך אליין.

איך וועל דיר מסביר זיין וויאזוי לדוגמא א INTJ מח ארבעט אגאנצן טאג. ווען אלעס גייט גוט. אזוי ווי למשל דו גייסט נאכגעלט, און ביי יעדע הויז קומט דיך ארויף טיפע בילדער און איינדרוקן וועגן דעם מענטש, און די הויז. און די קינדער. בערך וואסערע מין הויז ס'איז. "יאנקעלע קום אהער, געב א דאלער פאר די טאטע..." און בהכרח קומט דיך ארויף אזאנע בילדער און איינדרוקן וואס בערך דארט גייט פאר. נישט אז דו זעהסט מיט דיינע עיני השכל טיפער. נאר ס'קומט ארויף אין דיין קאפ טיפערע זאכן ווי איינער זאגט "איך ווייס וואס דא גייט פאר". דאס איז Ni

יעצט, Ni לעבט מיט די וועלט, אדער מיט זיך? מער מיט זיך. זיין באוואוסטזיין זעהט מער זיך, וואס איך ווייס, ווי די וועלט. זיין באוואוסטזיין ווייסט פון זיך, און נישט מיט די וועלט. ער טראכט נישט אגאנצן טאג "איך איך" ער איז באוואוסטזיניג "איך געב מיך יעצט אן עצה מיט די וועלט". נישט ער טראכט "איך געב מיר יעצט אן עצה מיט די וועלט".

דערבארומדיגער, ווילסט פילן וואס א אינטראווערד פילט? פרוביר צו זיין א אינטראווערד פאר א פאר סקונדען. פרוביר צו זיין מיט זיך, און פרוביר צו וויסן די וועלט ארום און ארום, אבער פרוביר צו זיין באוואוסטזיניג אז "איך ווייס יעצט וועגן די וועלט דאס און דאס, און איך ווייס יעצט דאס און דאס". לאז נישט דיין באוואוסטזיין פארגעסן פון דיר אליין. דאס פילט א אינטראווערד. און בכלל ווילסט וויסן וויאזוי איינער פילט, מאך עס נאך.

א מענטש קען הערן א באס בעקן, און ער קען זיין באוואוסטזיניג "איך הער יעצט א באס בעקן". ער דארף נישט טראכטן די ווערטער "איך הער יעצט א באס בעקן", ער איז באוואוסטזיניג אז "איך הער יעצט א באס בעקן". אינטערעסאנט אריינצוגיין אין יענעמ'ס וועלט, אמת?
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איצט איז אזוי , נשמה זאגט אז MBTI איז סאך קלארער ווייל מען קען אלעמאל זען צי איז מען יעצט עקסטראווערטעט אדער איז מען אינטראווערטעט,

מחשב פרעגט צי קען מען בויען אויף א טעסט וואס זאגט אז מען איז 55 % THINKING און 53% INTUITION ? צי מאכט די הארעלע אויס ?

למעשה איז מיר נאכנישט אזוי גרינג צי כאפו אויב איך בין א E אדער א I , ווייל אויב בין איך %55 עקסטראוערטעט אין 45% אינטראווערטעט. איז גארנישט אזוי פשוט צי באשליסן וואס איך בין, און איך פארשטיי טאקע נישט צי מאכט דען די הארעלע אויס? די 7 פראצענט וואס איך בין מער עקסטראווערטעט ווי אינטראווערטעט מאכט מיר שוין אינגאנצן עקסטראווערט ?

קודם כל, איך "מוז" דיר זאגן אז א ENFP האט ליב מעגליכקייטן. מאך מיר נישט אפ די טייפס פון מענטשן, ווייל באגרעניץ מיר נישט.

אבער איך מוז דיר זאגן אז די 55/45 דאס האט די קאמפיוטער אויסגערעכנט. דאס מיינט נישט אז דו ביסט אזוי צעטיילט. מיר האבן דאך שוין געשמועסט אז דו ביסט א ENFP. חוץ אז דו זוכסט פשוט א ליידיג שטיקל ערד וואו צו בויען.

און אמתן איז טייל פון מיין שוועריגקייט צי מאכן דעם באשלוס פארבינדן מיט די פאקט אז איך פארשטיי נישט דעם אינטראווערט, במילא קען איך נישא מאכן דעם קאנטראסט, וואס טוט א אינטראווערט מח ? ער טראכט נישט ? ער פילט נישט ? אויב איז ער א N צי דען שטעלט ער זיך גארנישט פאר א גאנצן טאג זיינע דמיונות ? אוודאי איז דער תירוץ אז זיין מח פונקציונירט יא א גאנצען טאג, און דא כאפ איך נאך נישט, וואס טראכט ער א גאנצן טאג? פון זיך?

ער איז פארנומען אנדערש ווי נעמען אנטייל אין די דרויסנדיגע וועלט. "איך פיהל יעצט דאס, און יעצט פיהל איך דאס. אזוי ווי דו ביסט פארנומען אגאנצן טאג צו האנדלן מיט די וועלט ארום; צו קוקן די טיפערע וועלט. אזוי איז זיין באוואוסטזיין פארנומען "איך שפיר יעצט אזוי, און יעצט שפיר איך אזוי". נישט אז ער דארף טראכטן "איך וויל יעצט אזוי אדער אזוי". נאר ס'געשעהט ביי אים פון זיך אליין. זיין באוואוסטזיין איז פארנומען מיט זיך אליין.

איך וועל דיר מסביר זיין וויאזוי לדוגמא א INTJ מח ארבעט אגאנצן טאג. ווען אלעס גייט גוט. אזוי ווי למשל דו גייסט נאכגעלט, און ביי יעדע הויז קומט דיך ארויף טיפע בילדער און איינדרוקן וועגן דעם מענטש, און די הויז. און די קינדער. בערך וואסערע מין הויז ס'איז. "יאנקעלע קום אהער, געב א דאלער פאר די טאטע..." און בהכרח קומט דיך ארויף אזאנע בילדער און איינדרוקן וואס בערך דארט גייט פאר. נישט אז דו זעהסט מיט דיינע עיני השכל טיפער. נאר ס'קומט ארויף אין דיין קאפ טיפערע זאכן ווי איינער זאגט "איך ווייס וואס דא גייט פאר". דאס איז Ni

יעצט, Ni לעבט מיט די וועלט, אדער מיט זיך? מער מיט זיך. זיין באוואוסטזיין זעהט מער זיך, וואס איך ווייס, ווי די וועלט. זיין באוואוסטזיין ווייסט פון זיך, און נישט מיט די וועלט. ער טראכט נישט אגאנצן טאג "איך איך" ער איז באוואוסטזיניג "איך געב מיך יעצט אן עצה מיט די וועלט". נישט ער טראכט "איך געב מיר יעצט אן עצה מיט די וועלט".

דערבארומדיגער, ווילסט פילן וואס א אינטראווערד פילט? פרוביר צו זיין א אינטראווערד פאר א פאר סקונדען. פרוביר צו זיין מיט זיך, און פרוביר צו וויסן די וועלט ארום און ארום, אבער פרוביר צו זיין באוואוסטזיניג אז "איך ווייס יעצט וועגן די וועלט דאס און דאס, און איך ווייס יעצט דאס און דאס". לאז נישט דיין באוואוסטזיין פארגעסן פון דיר אליין. דאס פילט א אינטראווערד. און בכלל ווילסט וויסן וויאזוי איינער פילט, מאך עס נאך.

א מענטש קען הערן א באס בעקן, און ער קען זיין באוואוסטזיניג "איך הער יעצט א באס בעקן". ער דארף נישט טראכטן די ווערטער "איך הער יעצט א באס בעקן", ער איז באוואוסטזיניג אז "איך הער יעצט א באס בעקן". אינטערעסאנט אריינצוגיין אין יענעמ'ס וועלט, אמת? טשירס.


wow יעצט גענדיגט שרייבן אינעם אנדערן אשכול אז איך וועל מיר ניצן Fi פאר א משל צו T און N
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גיימיר פרובירן ענטפערן על ראשון ראשון וכו' נישט לויט די חשיבות פון דער נושא. בעזהשי"ת.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: די ווארט מחשב = טראכטן, וואלט נאך נישט געווען אזוי אויסגעטון פון געפיל, למעשה די מיינסט אבער מיט "מחשב" דער העברעאישער ווארט פאר קאמפיוטער, דאס איז שוין ממש אן קיין הרגש.. א קאמפיוטער איז שוין זיכער מופשט פון יעדען ביסל געפיל...


קודם האב איך לכבודך געטוישט מיין אוועטאר, צו מיין ארגינעלע כוונה פון מיין ניק נאמען. איך האב באמת געמיינט בעיקר מחשב=טראכטן, אזוי ווי די קענסט זעהן פון מיין אינטערשריפט, נאר איך האב קודם געלייגט א קאמפיוטער, ווייל דאס איז גרינג צו טרעפן, און די יעצטיגע בילד איז נישט פונקט ווי איך האב געוואלט, אבער שוין. איך טויג נישט צו די זאכן.
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הכלל, יעדער סטעיטמענט וואס א מענטש מאכט אלץ א אויסערליכע רעפרעזענטירער, טוט למעשה רעפלעקטירן דעם אינערליכן מהות, לכל הפחות ווייזט עס וואס דער מענטש איז מחשיב,

פארשטייט זיך אז גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס, אבער א נקודה איז זיכער דא דערין.
1. ווי אויך טוט נישט די טייפס ארומנעמען אלע ענינים פונעם מענטש, צ.ב.ש. MBTI רעכנט אז פיר ביהעיוויערס מאכט די גרעסטע אימפאקט אויף די מענטש (E/I N/S T/F P/J ) אבער עס זענען דא אסאך אנדערע פאקטארן וואס מאכן א חילוק אינעם אויפירונג פון א מענטש


ווי איך פארשטיי, זענען די "פונקציעס" (נישט ביהעוויער'ס) פון 'מאיער בריגס' די וואס שטעלן אוועק באופן עקרוני ויסודי די וועג ווי אזוי דער מענטש קוקט אויף דער וועלט ארום זיך, עס איז נישט ווי אזוי דער מענטש "פירט זיך" (ביהעוויער'ס), נאר זיין "מהות". ביהעוויאר'ס נעמט זיך "פון" זיין מהות. פונקט ווי די אניאגראם, לויט זיין רצון, איגו, וכו'.

3. למעשה איז דא אנדערע וועג "5big personality traits "וואס מאכט נישט קיין "טייפס" אנטשטאט נעמט עס 5 שטריכן און עס רעכנט וויפיל פראצענט א מענטש שטייט אויף איין זייט
צ.ב.ש. ווי שטארק איז דער מענטש אפן צי ניע עקספיריענסעס . ווי שטארק איז דער מענטש עקסטראווערטעט (נישט: אדער איז ער עקסטראווערטעט אדער איז ער אינטראוווערטעט, נאר וויפיל פראצענט איז ער עקסטראווערטעט )
5. עס איז אבער דא א וועבסייט וואס איך גלייך זייער שטארק צילוב איר קלארקייט (https://www.16personalities.com/personality-types) ווי זיי גיעען מיט MBTI אן פונקציעס, ד.ה. א עקסטראוווערט איז אינגאנצן E נישט אז זיין N אדער T איז עקסטראווערט. נאר דער מענטש איז עקסטראווערט. נאכמער נישטא קיין אכט פונקציעס , עס איז דא נאר פיר און פערטיג, זיי לייגען אויך צי א פינעפטער קאמפאנענט צי די טייפס "אגרעסיוו" אדער "turbulent" ד.ה. צי מען איז וואקעלדיג / נישט ארגאנאזירט. אדער איז מען אנטשלאסן / רעדי טו גא!


וויפיל איך האב געזעהן גייען אלע מיט פראצענטן, דאס הייסט, אז זיי שרייבן ביי די רעזאלט וויפיל פראצענט די ביזט א "אינטראווערטעד" און וויפיל "עקסטראווערטעד", נאר סך הכל געבן זיי דיר א 'טיטל' E אדער I ווייל דאס איז למעשה גובר, און דאס מיינט דאך אז מער ווייניגער גייט דיין בליק און באנעמונג מיט די וועלט זיין מער אויף די E זייט, למשל, ווי I. נשמה חזר'ט יא אגאנצע צייט איבער אז, ניין. ביזטו א P וועסטו קענען אנטאפן הונדערט פראצענט, אויב ביזטו א J ביזטו א J אז נאר. ובאמת לא הבנתי דבריו.

ההמשך והעיקר יבוא בעזהשי"ת.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אה געוואלדיג, לאמיר זען וואס דא טוט זיך
מחשב האט געשריבן:קודם האב איך לכבודך געטוישט מיין אוועטאר, צו מיין ארגינעלע כוונה פון מיין ניק נאמען. איך האב באמת געמיינט בעיקר מחשב=טראכטן, אזוי ווי די קענסט זעהן פון מיין אינטערשריפט, נאר איך האב קודם געלייגט א קאמפיוטער, ווייל דאס איז גרינג צו טרעפן, און די יעצטיגע בילד איז נישט פונקט ווי איך האב געוואלט, אבער שוין. איך טויג נישט צו די זאכן.


עפעס האב איך שוין אויפגעטון אויף "דער וועלט"...
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הכלל, יעדער סטעיטמענט וואס א מענטש מאכט אלץ א אויסערליכע רעפרעזענטירער, טוט למעשה רעפלעקטירן דעם אינערליכן מהות, לכל הפחות ווייזט עס וואס דער מענטש איז מחשיב,

פארשטייט זיך אז גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס, אבער א נקודה איז זיכער דא דערין.

לכל הפחות ווייזט עס וואס דער מענטש איז מחשיב...



[align=center]ווי איך פארשטיי, זענען די "פונקציעס" (נישט ביהעוויער'ס) פון 'מאיער בריגס' די וואס שטעלן אוועק באופן עקרוני ויסודי די וועג ווי אזוי דער מענטש קוקט אויף דער וועלט ארום זיך, עס איז נישט ווי אזוי דער מענטש "פירט זיך" (ביהעוויער'ס), נאר זיין "מהות". ביהעוויאר'ס נעמט זיך "פון" זיין מהות. פונקט ווי די אניאגראם, לויט זיין רצון, איגו, וכו'.[/align]

ריכטיג, איך האב טאקע נישט געמיינט צי זאגן ביהעיווערס, לאמיר עס רופן שטריכן- TRAITS.
3. למעשה איז דא אנדערע וועג "5big personality traits "וואס מאכט נישט קיין "טייפס" אנטשטאט נעמט עס 5 שטריכן און עס רעכנט וויפיל פראצענט א מענטש שטייט אויף איין זייט
צ.ב.ש. ווי שטארק איז דער מענטש אפן צי ניע עקספיריענסעס . ווי שטארק איז דער מענטש עקסטראווערטעט (נישט: אדער איז ער עקסטראווערטעט אדער איז ער אינטראוווערטעט, נאר וויפיל פראצענט איז ער עקסטראווערטעט )
5. עס איז אבער דא א וועבסייט וואס איך גלייך זייער שטארק צילוב איר קלארקייט (https://www.16personalities.com/personality-types) ווי זיי גיעען מיט MBTI אן פונקציעס, ד.ה. א עקסטראוווערט איז אינגאנצן E נישט אז זיין N אדער T איז עקסטראווערט. נאר דער מענטש איז עקסטראווערט. נאכמער נישטא קיין אכט פונקציעס , עס איז דא נאר פיר און פערטיג, זיי לייגען אויך צי א פינעפטער קאמפאנענט צי די טייפס "אגרעסיוו" אדער "turbulent" ד.ה. צי מען איז וואקעלדיג / נישט ארגאנאזירט. אדער איז מען אנטשלאסן / רעדי טו גא!


וויפיל איך האב געזעהן גייען אלע מיט פראצענטן, דאס הייסט, אז זיי שרייבן ביי די רעזאלט וויפיל פראצענט די ביזט א "אינטראווערטעד" און וויפיל "עקסטראווערטעד", נאר סך הכל געבן זיי דיר א 'טיטל' E אדער I ווייל דאס איז למעשה גובר, און דאס מיינט דאך אז מער ווייניגער גייט דיין בליק און באנעמונג מיט די וועלט זיין מער אויף די E זייט, למשל, ווי I. נשמה חזר'ט יא אגאנצע צייט איבער אז, ניין. ביזטו א P וועסטו קענען אנטאפן הונדערט פראצענט, אויב ביזטו א J ביזטו א J אז נאר. ובאמת לא הבנתי דבריו.


למעשה ביי MBTI איז נישט אז די E איז גובר, נאר עס לייגט אראפ ווי אזוי צי ליינען די F און די T , אויב ביסטו א ENFP ביסטו א Fi ! דאס מיינט אז די ערשטע לעטטער (E) איז ווי טראפן וואס העלפן ליינען די קומענדיגע לעטטערס. עס האט ווייטע נאכפאלגן. עס כאפט א חילוק ביז אכט דורות אינעם MBTI צוזאמשטעל...


משא''כ ביי די BIG 5 PERSONALITY ביסטו נישט עפעס א "טייפ" , מען זאגט דיר בלויז ווי שטארק די ביסט גרייט פאר א טשעינזש, אן אריינגיין אין פסיאכלאגיע פארוואס די ווילסט זיך יא אדער נישט ציגעוויינען צי א טויש.

עס האט בכלל נישט קיין טיפקייט, און עס איז נישט אינטערעסאנט אפילו צי דעבאטירן ווייל עס איז כמעט אזוי ווי מען זאל זאגן: איך האב זייער ליב (100%) "אייזקרים" איך האב אביסל ליב א בריעדיגע מקווה (50%)

די חילוק איז אז מען איז דן אויף נפשיותדיגע ליב'האב'אכצער ווי איידער גראבע ליב'האב'אכצער

ההמשך והעיקר יבוא בעזהשי"ת.


מיר ווארטן מיט שפאנונג
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:
סעלפיש קומט פון פילן נאר זיך. Fi פילן נאר זיך אליין. זיי פילן נישט וואס יענער פילט. זיי פילן מיט, מיט יענעם. אבער אנדערש ווי א Fe וואס זעהט אז יענער פילט דאס און דאס, פילט ער "איך פיל אזוי וועגן שמואל, און אזוי וועגן ברוך. קלארער גערעדט. א Fe [עקסטראווערד געפילן] ווייסט ביי זיך אז יענער פילט אזוי און אזוי. איך ווייס אז יענער פילט ביי זיך. א Fi דאס מיינט [אינטראווערד געפילן] פילט ביי זיך אזוי און אזוי וועגן יענעם. סעלפיש מיינט ער צוזאגן: פארנומען מיט זיך אליין. א צווייער איז נישט סעלפיש, און א פירער איז יא סעלפיש. נישט ממש די סעלפישקייט וואס גרעניצט זיך מיט רשעות, אבער סוף סוף סעלפיש. א זעקסער Fe [ISFJ ESFJ]און א צווייער Fe, ביידע פילן מיט מיט יענעם.


אין די ווערטער ליגט דער תירוץ צי די קשיא וואס איך האב נעכטן געפרעגט, "וואס פילט דער אינטראווערט" ? ער פילט זיך? וואס טראכט דער אינטראווערטא גאנצן טאג? ער טראכט פון זיך?

די האסט שוין אויבן אויך געשריבן בערך דאס וואס די שרייבסט דא היינט, און דאס איז באמת די נקודה וואס איז מיר די גרעסטע חידוש וואס איך בין געוואר געווארן פון דיין MBTI ערקעלערונג, ביסט עפעס מסביר אז דער עקסטראווערטס פיללינגס ליגט כאילו אויף יענעם, כאילו מיין הארץ איז נישט אין מיר , איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וואס איך פיל, נאך מער, ווען יענער פארט אויף ארץ ישראל נעמט ער כאילו אוועק א שטיקל פון מיין הארץ, איך בלייב אין אמעריקע אביסל צומישט ווייל א שטיקל הארץ איז אוועקגעפארן, און איך זע אפילו נישט שמואל, איך קען אפילו נישט זען די האלטער וואס האלט יענץ שטיקל...

דער עקסטראווערט פילינג וועט נישט קענען טון עפעס וואס "יענער" וועט נישט ליב האבן, ווייל איך בין דאך נישט איך, איך בין דאך יענער, וועל איך זיך שפירן שלעכט אויב יענער שפירט זיך שלעכט. דארף איך געפעלן יענעם.

דער אינטראווערט פיללינג פילט אויך איבער יענעם, אבער יענער איז אפגעטיילט, אהא אקעי איך ווער נישט משוגע פאר א הערליכע זינגער, איך ווער אבער משוגע פונעם זינגער, ווען איך טרעף זיין סידי פיל איך גוט, אהה יעצט קומט א גוטע שטיקל, דאס האב איך ליב! דער עקסטראווערט פיללינג וועט זיך אפשר וועלן מקשר זיין מיט עם, ער וועט שמייכלען צי עם וכד'

אקעי איך קען דאס פארשטיין ווייל לכאורה איז Fi מיין צווייטע פונקציע, פארשטיי איך דאס אז מען קען פילן מיט זיך

איצט וועל איך פראבירן דאס צי נעמען אלץ א משל אויף Ti - Ni העל מיר פראבירן אריינצוקלערן דערין
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:רב מחשב, א טעסט איז נישט געמאכט פאר דיר, וואס פעלט דאס אויס?

-די האסט די כלים צי שטודירן וואס עס מיינט א E/I S/N F/T P/J
- די האסט די כלים דיר אליין צי שטודירן און זיך ארויס צי האבן
אלזא פארוואס זאלסטו זיך סתם דרייען ס'קעפל מיט א טעסט

איך פארלאז מיר טאקע נישט אויף דער טעסט, אזוי ווי דו קענסט זעהן פון מיינע פריערדיגע תגובות. אבער איך האב די כלים מיך אליין ארויסצוהאבן? המממ... איך קען פרובירן, אביסל שווער, איך דארף וויסן וואס איך בין "עכט", נישט "וואס איך שטופ מיך צו זיין" ווייל עס געפעלט מיר די וועג, נאכדעם איז שווער אריינצולייגן יעדע זאך פונקטליך אין א קאטאגאריע, אזוי ווי דו אליינס פארשטייסט דאך די פראבלעמען דערפון.

ווייטער....

1. וואס א דוגמה קענסטו געבן פון געפילן וואס די פארסמאקעעועסט זיך דערמיט? וועלכע סארט געפיל? א טראגעדיע? א מצווה טאנץ? אז די האסט געוואלדיג גוט פאראויסגעשאצט? א פשט אין פסוק? צי זען ווי אזוי אנדערע "ערוואקסענע" גייען אדורך עמציאנאלע איבערלעבענישן? א דאווענען?
די רעדסט פון געפילן אויף די זעלבע לעוועל ווי גילוים, אבער דאס איז דאך צוויי אנדערע סארט ענינים?

אקעי לאמיר פרובירן נאך אפאר שטריכן קלאר צו מאכן.
ניין. א טראגעדיע, משום הטראגעדיע אליין, נעמט מיר נישט געפערליך איבער, למשל, איך קום אהיים, און מ'זאגט מיר אז "פלוני", קענסט אים פון ביהמ"ד, יא? האט פארלוירן א ריזיגע סכום, ער איז געווארן א יורד. און ער האט נאך א קאורט קעיס, און עס דראעט אים צו זיצן לאנגע יארן אין תפיסה. מיין רעאקציע וועט זיין. "אוי וויי" ט.ט.ט.ט. טאקע א רחמנות. ווייטער געגאנגען.. פינף מינוט שפעטער וועל איך אנפאנגען טראכטן, קוק ער גייט זיין אפגעריסן פון זיין משפחה יארן לאנג? ווי אזוי גייט ער אויסהאלטן דער בענקשאפט, מסתמא איז ער אינגאנצן פארלוירן. ער האט אזא אנגסט. מיינע געפילן גייען זיך אויפוועקן און איך גיי רחמנות האבן, שטארק, איך גיי ממש אויסגיין פאר אים, פאר פינף מינוט. געגאנגען ווייטער, סדר היום.

א מצוה טאנץ, ווענדט זיך אין דער מחותן, דער מצוה טאנץ אליין נעמט מיר נישט איבער, נאר אז איך קוק אריין דעם מחותן אין די אויגן, איך זעה, איך שפיר, דאס צולאזטקייט, דער השלמה פון אזויפיל יאר זיך איבערגעבן פאר דעם קינד. און איך באמערק שטארק די זאכן, און טיף, איך כאפ עס מיט דער גאנצער שארפקייט, איך פיל זיין עמאציע, גייט עס מיר אויך אריין אין דער קישקע, אויף א שטארקע פארנעם.

איך נעם מיר א קלארינעט, איך פארמאך מיר די אויגן, איך נעם זיך שפילן א טיפע חבד'סקע ניגון מיט די גאנצע ריכוז, יעדע קנייטש, יעדע תנועה'לע, דא א קרעכץ, דא א דריי, מיט די גאנצע נשמה, אוי נעמט דאס איבער די טיפסטע סטרונעס פון הארץ, עס שאקעלט די נימי הנפש ביזן נישט קענען צו זיך קומען. (איך בין מוזיקאליש, ב"ה, דערפאר רעדט עס צו מיר אפילו עס האט נישט קיין שכל).

הללוהו כל מלאכיו, הללוהו כל צבאיו, שמש וירח, כל כוכבי אור, אה וואו! די גאנצע וועלט. די גאנצע בריאה. איז בטל ומבוטל פאר אים, קודשא בריך הוא, אלעס זינגט און לויבט, אלעס פארשטייט, אזוי קלאר, דער בריאה אין איר ריכטיגע קאליר. קען איך ווערן ממש ווי משוגע איבערגענומען. דאווענען איז א מורא'דיגע אינדזשוימענט פאר מיר (לשבר את האוזן), אסאך אינטערעסאנטע זאכן אין וואס זיך מתבונן זיין, איך וועל זיך פארטיפן אין דער באדייט פון הגדול הגבור וכו' ביז עס וועט שיינען, וכו'. א געשמאק.

איך זע א אר"י יוד, א מכובדיגער, גייט ארום נאך געלט, שלא לפי כבודו, דער עולם ווי איגנארירט אים. מ'געט אים קוואדער'ס וכו'. איך זעה דער צער אין זיינע אויגן, איך שפיר זיין ווייטאג, איך זעה זיין צוקלאפטקייט, וועל איך אים געבן לפי יכולתי א שענערע נתינה, אביסל צו פארגיטיגן.

2.וועלכע געפילן קוקסטו אראפ אלץ קינדיש?


איך בין ביי א לוי', -אויף אלע גוים געזאגט- דער גאנצער עולם וויינט, דער מספיד וויינט, עס קומט מיר שוין אויך באלד טרערן. העי! דו! וואס איז דאס? הא?! ווייל איינער וויינט דארפסטו אויך וויינען? (נישט אזא גוטע משל ווייל עס קען האבן נאך סיבות איך זאל דאס ווילן טוען). איך טרעף נישט קיין גוטע משל, איך דערלייד נישט קיין ווייבערישע געפילן, ס'טוט זיך א געוויינעכטץ.. בקיצור יעדע פילינג ווערט געסקענט, האט ער פשט קען ער גיין ווייטער, אז נישט אוועק דערמיט. (איך האב ב"ה נישט קיין אבסעסיע דערמיט, איך זאג נאר ווי אזוי זאכן גייען). איך האב פיינט דער בוני עולם דינער, ווי דער עולם איז אזוי עמאשענעל ווייל איינער האט באשלאסן צו רייטן אויפן עולם, און נישט ווייל עס פאסט מיר נישט אז איינער פירט מיר ביי נאז, נאר ווייל איך קוק אראפ דעם קינדערישער הרגש.

3. ווי אזוי קומט פאר דאס "צולאזן" זיך און "פארסמאקעווען" זיך פון א געפיל? דיינע אויגן גלאנצן? דיין אטעם ריטעם טוישט זיך? אדער ביסטו "איבערגענומען און איינגעזינקען במחשבה פון וואס די זעסט צו מיט די אויגן"


יעצט טראכט איך, אז געפיל ביי מיר מיינט א אפענע הארץ, התרחבות הלב (ווי די ליובאוויטשע האבן זיך ליב אויסצודריקן), ווען איך שפיר מיין לייכטע הארץ, קלאר, אפען, איז דאס בבחינת "פארסמאקעווען", געשמאק, מסתמא קען מיינע אויגן גלאנצן, נישט פון טרערן, נאר ע"ד ועינינו מאירות כשמש וכירח.

א פשט אין פסוק?

אוודאי, איך בין גראדע א מחדש, נישט מיט קיין פלפולים, וואס איך גלייך גראדע נישט, אבער מיט דער טיפקייט פונעם דערהער וועל איך אנקומען, צו וואס אסאך מענטשן רופן "חידוש", און יא עס איז זייער געשמאק, איך וועל ווערן שטארק אריינגעצויגן אין די נושאים, אויב זענען זיי טיפע, און מיינע אויגן קענען דאן אויך כמו פינקלען.

יעצט. פאר דו מאכסט א החלטה, קוק ביטע נאכאמאל איבער מיינע פריערדיגע תגובות ווי איך ברענג ארויס מיין T פונקציע, נאכהער עלען מיר ווייטער דן זיין,
(בין איך נייגעריג אויב דו האסט נאכנישט געכאפט ווער איך בין, וואס נאך דארפסטו וויסן דערצו?).
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מחשב האט געשריבן:
יעצט. פאר דו מאכסט א החלטה, קוק ביטע נאכאמאל איבער מיינע פריערדיגע תגובות ווי איך ברענג ארויס מיין T פונקציע, נאכהער עלען מיר ווייטער דן זיין,
(בין איך נייגעריג אויב דו האסט נאכנישט געכאפט ווער איך בין, וואס נאך דארפסטו וויסן דערצו?).


איך מיין אז דיינע T פונקציעס האב איך געליינט גענוג און נאך, דיינע F פונקציעס האב איך נאך נישט געליינט...

אויסער דאס וואס די שרייבסט: איך קען נישט זיך אפטשעפענען פון געפיהלן, איך קען פרובירן אנצוגיין כאילו לא היה, אבער אין הערצעלע דארטן, טוט זיך א דזומעריי... בררר.. און איך בין באוואוסטזיניג צו דעם. פון הרחבת הלב קען מען זיך נאך אפטשעפענען, אויסער אויב די מיינסט צי זאגן אז די בענקסט נאך די געשמאקע הרחבת הלב.

די שפירסט און באטראכסט געפילן מיט אינטואישן

איך גלייב נישט אז איך קען דיר פערזענליך, אבער איך קען איינעם וואס איז זייער נאנט צי דיין דעסקריפציע
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:למעשה ביי MBTI איז נישט אז די E איז גובר, נאר עס לייגט אראפ ווי אזוי צי ליינען די F און די T , אויב ביסטו א ENFP ביסטו א Fi ! דאס מיינט אז די ערשטע לעטטער (E) איז ווי טראפן וואס העלפן ליינען די קומענדיגע לעטטערס. עס האט ווייטע נאכפאלגן. עס כאפט א חילוק ביז אכט דורות אינעם MBTI צוזאמשטעל...


עס איז יא גובר דער E. ווייל דיין ערשטע און גרעסטע פונקציע גייט זיין E "עקסטראווערטעד". צומאל וועט עס זיין NE צומאל FE אדער TE. אבער דאס גייט זיין די שטערקסטע זאך וואס רעפרעזענטירט דיין מהות. דאס מיינט צו זאגן אז דו ביזט א מענטש וואס איז זיך מתחבר צו דער וועלט ארום זיך. דאס איז דיין פונקציע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד.

מחשב האט געשריבן:נאר סך הכל געבן זיי דיר א 'טיטל' E אדער I ווייל דאס איז למעשה גובר, און דאס מיינט דאך אז מער ווייניגער גייט דיין בליק און באנעמונג מיט די וועלט זיין מער אויף די E זייט, למשל, ווי I.

לאמיר דיר זאגן אזוי. (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) ס'דא צומאל ווען א אנליין טעסט ווייזט 51 פראצענט עקסטראווערד, און נישט אזוי איז דאס וואס עס גייט פאר מיט די מענטש. לאמיר נעמען א ENFP. אפילו אויב דער ENFP איז פאר זיך, און ער באטראכט די ביהמ"ד פון א עק ווינקל, (ער באטראכט נישט, ער באאבאכט די טיפע וועלט, ער קוקט מיט די עיני השכל אויף די אונטערליגנדע אינפארמאציע), און אפילו אויב דער ENFP האט נישט ליב צו לעבן מיט אנדערע מענטשן, ער האט ליב צו זיין אליין רוב שעות פון טאג. וואס דערפאר קומט ער אויס אויף א אנליין טעסט וואס איז נאר א קומפיוטער אן שכל, דערפאר קען ער אויסקומען נאר 51 פראצענט עקסטראווערד, ווען פאקטיש איז ער מער ווי 51 %, סך מער.

די פונקציע פון עקסטראווערד מיינט: א גרייטקייט פון די מענטש צו אנטייל נעמען מיט די דרויסנדיגע וועלט. און עס איז נישט קיין חילוק צו דער מענטש נעמט אנטייל מיט זיינע הענט, צו ער נעמט אנטייל מיט זיין קאפ. דער ENFP אלץ א Ne וועט אין פאקט זיין פארנומען מיט די וועלט. אזוי ווי דו פארשטייסט אז איינער איז א שדכן אין קאפ. ער פירט אויס שידוכים אין קאפ. האט ער זיך באוויליגט אנטייל צו נעמען אין די וועלט. זיין באוואוסטזיין נעמט א אנטייל אין די דרויסנדיגער וועלט. איז ווען א ENFP נעמט א טעסט, ער ווייסט נישט וואס ער איז, ער נעמט א טעסט און לויט די תירוצים וואס זענען אויך נישט אלעמאל געענטפערט לויט וויאזוי ס'עכט, וועט אויסקומען אז ער איז נאר 51% א עקסטראווערד, און די איבעריגע א אינטראווערד, בעת ער איז סך מער א עקסטראווערד, אלץ זיין Ne אויס. אין פאקט קען זיין אז ער לעבט זייער שטארק מיט די דרויסנדיגע וועלט, דהיינו, ער נעמט אנטייל, און ער בויט, און ער מאכט חידושים וואס מ'קען אלץ טון מיט די דרויסנדיגע וועלט, זיין באוואוסטזיין איז באוואוסטזיניגט אויף די דרויסנדיגע ארומיגע וועלט.

א אינטראווערד געט זיך נאר אן עצה מיט די וועלט. אבער ס'האט זיך אים נישט באוויליגט צו נעמען אנטייל מיט די וועלט. ס'האט זיך אים נישט באוויליגט צו טון עפעס מיט די וועלט, מצד די פונקציע וואס איז די מערסטע אקטיוו, און געדענק יעדער האט אינטראווערד פונקציעס און עקסטראווערד פונקציעס, יא? נאר וועכע ס'איז די מערסטע שטערקסטע גובר אין די פסיכיק, אין די באוואוסטזיין פון די מענטש, דאס איז דער מענטש.

איז, חזר דיך גוט איין, נישט אלעמאל ווען דו זעהסט א מענטש נעמען אנטייל אין די וועלט, און מאכן סדר אין די וועלט, מיינט עס אז ער איז א עקסטראווערד. ס'קען גאר מיינען, "איך געב מיך אן עצה מיט די וועלט". "איך האב נישט קיין אנדערע ברירה נאר ארויפצושארצן מיינע ארבל און זיך נעמען טון צום זאך, כדי זאכן זאלן זיין אין סדר". א Si וועט אויך נעמען אנטייל אין די וועלט, מצד די Si, ווייל דאס דארף איך יעצט טון. דאס איז אבער נישט קיין באוויליגקייט צו מאכן חידושים אין די וועלט. דאס איז נאר ווייל א קאר אינדרויסן האט געפיפן און כ'האב מיין קאר געמוזט אוועקרוקן, אבער אזוי וויל איך מנוחה. איך וויל מיר נאר אן עצה געבן מיט די וועלט. אז ס'זאל מיר נישט שטערן, איך זאל עס פארשטיין [Ti], אדער איך זאל וויסן צו איך האב עס ליב צו נישט [Fi] איך זאל וויסן צו אזוי קומט עס צו נישט [Si] אדער איך זאל מיך דערמאנען וואס איך ווייס אלץ דערוועגן [Ni]. דאס מיינט נישט אז ער זאגט "וועלטעלע, וועלטעלע, איך בין דא צו מאכן ענק בעסער, אדער צו מחדש זיין עפעס" דאס מיינט "וועלטעלע וועלטעלע דו צווינגסט מיך אז איך זאל מיך מוזן אן עצה געבן מיט דיר".

ווידעראום דער E, דער איז דא צו נעמען אנטייל אין די וועלט. דער איז דא צו נעמען די האלץ מיט די ציגל, מיט די צעמענט, מיט די פעינט, מיט אלעמען, און ער איז דא צו מאכן נייע זאכן. "איך וויל הנאה האבן פון דיר" [Se], נישט ער זאגט איך וויל מיך אן עצה געבן מיט דיר, ניין! ער זאגט "איך וויל הנאה האבן פון די וועלט וואס השי"ת האט באשאפן. (זיבענער זענען אזוי) ווייטער דער [Fe] זאגט "איך וויל מאכן קשר מיט די מענטשן". כורת ברית. (זעקסער) אדער איך וויל זיין א גוטער פאר אייך (צווייער). נישט אז דער Fe זאגט, "איך וויל מיך נאר אן עצה געבן", ניין! "איך וויל אנטייל נעמען". אזוי ווי א קינד זאגט: "איך וויל שפילן מיט ענק". "איך וויל ווערן באיינדרוקט פון ענק".

דער Ti אפילו ער גייט און ער זוכט זאכן צו פארשטיין, ווייל לאמיר זאגן ער איז א [Intp] פינעווער. אבער וואס איז די סיבה פארוואס א פינעווער וויל פארשטיין די וועלט? ער וויל זיך קענען אן עצה געבן מיט די וועלט. ער וויל פילן אז ער איז פעהיג. דאס I און נישט E. דאס איז "איך וויל מיך אן עצה געבן מיט די וועלט" און נישט "איך וויל נעמען אנטייל אין די וועלט". א פינעווער טאקע, מצד זיין Ti וועט ער נאכנישט אזוי שנעל ארויסקומען אין די וועלט. און שאפן נייע זאכן. דאס וואס מ'זעהט אז Intp קומען יא ארויס אין די וועלט שאפן נייע זאכן, דאס קומט פון זיין צווייטע פונקציע, נעמליך Ne. און אויך אפשר די פערטע Fe.

וואס איך וויל דא זאגן איז: אז א עקסטראווערד און א אינטראווערד, איז וואס טוט זיך אין זיין באוואוסטזיין. ווייסט עס פון די וועלט מער, צו נעמען אנטייל דערמיט. אדער איז עס מער מיט זיך. עס ווייסט מער פון זיך.

און די זעלבע מיט J. אנדערש ווי די אניאגראם איז סך גרינגער אויפצוכאפן צו א מענטש איז א J צו א P. און דאס מיין איך צוזאגן אז דער מענטש איז א J אז נאר. אויב דו ווילסט אויפכאפן צו א מענטש איז א פירער אדער א איינזער, צו א ניינער צו א זעקסער, איז שווערער. אבער J און P, דאס איז גרינגער. ווייל כל כולו אומר J. אדער כל כולו אומר P. און אגאנצן צייט.
דערבארומדיגער האט געשריבן:ביסט עפעס מסביר אז דער עקסטראווערטס פיללינגס ליגט כאילו אויף יענעם, כאילו מיין הארץ איז נישט אין מיר , איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וואס איך פיל, נאך מער, ווען יענער פארט אויף ארץ ישראל נעמט ער כאילו אוועק א שטיקל פון מיין הארץ, איך בלייב אין אמעריקע אביסל צומישט ווייל א שטיקל הארץ איז אוועקגעפארן, און איך זע אפילו נישט שמואל, איך קען אפילו נישט זען די האלטער וואס האלט יענץ שטיקל...


יא, ער ווייסט נישט וואס ער פילט. (א צווייער ווייסט נישט וואס ער אליין פילט, און אויך א זעקסער) און ווען יענער פארט אויף ארץ ישראל, נעמט ער כאילו אוועק א שטיקל פון די הארץ. דערפאר א Fe זענען זעקסערס, (אדער צווייערס). פארוואס? זייער פשוט. ער לעבט מיט יענעם! יענער איז ער אליין! זיין הארץ ווערט צאמגעשטעלט נאר ווען ער האט יענעם. פון דעם קומט ארויס אסאך זאכן וואס דער געטרייער זעקסער טוט. און פון דא זעהט מען ווי נישט ריכטיג ס'איז צו זאגן פאר א זעקסער "לעב מיט דיר אליין", אדער "ביסט א זעקסער!" דהיינו, לעב פאר דיר אליין. "פגע נישט". נישט ריכטיג!

דער עקסטראווערט פילינג וועט נישט קענען טון עפעס וואס "יענער" וועט נישט ליב האבן, ווייל איך בין דאך נישט איך, איך בין דאך יענער, וועל איך זיך שפירן שלעכט אויב יענער שפירט זיך שלעכט. דארף איך געפעלן יענעם.

אוודאי, אוודאי, אוודאי. פון דעם קומט ארויס אז זעקסער ווילן געפעלן זייער אוטאריטי פיגורן. און זיי האבן מורא טאמער זיי וועלן זיי ווייטון. ווייל זיי שפירן אז אויב יענער גייט זיך שפירן שלעכט, גייען זיי אליין פארלירן זיך אליין. פרעג איך דיר, איז דאס דען נישט סעקיוריטי? וויל דען א מענטש פארלירן זיך אליין? יעצט קום און שריי אז זעקסער טוען אלעס פאר סעקיוריטי, און די צייט וואס עס איז פשוט Fe פלאס Si.

דער אינטראווערט פיללינג פילט אויך איבער יענעם, אבער יענער איז אפגעטיילט, אהא אקעי איך ווער נישט משוגע פאר א הערליכע זינגער, איך ווער אבער משוגע פונעם זינגער, ווען איך טרעף זיין סידי פיל איך גוט, אהה יעצט קומט א גוטע שטיקל, דאס האב איך ליב! דער עקסטראווערט פיללינג וועט זיך אפשר וועלן מקשר זיין מיט עם, ער וועט שמייכלען צי עם וכדו'

ער פילט איבער יענעם, וועגן יענעם, אבער ווען ער טראכט פון יענעם, זעהט ער נישט אז יענער זאל האבן געפילן. ער ווייסט "איך האב געפילן". ער קען נישט כאפן, אדער ס'איז אים זייער שווער צו כאפן, אז יענער פילט עס. א Fi איז זייער סאבדשעקטיוו.

און לאמיר דיר מסביר זיין טייערער דערבארומדיגער, דער Fe א צווייער אדער א זעקסער אדער אפשר א ניינער, פארוואס קען ער שמייכלן צו יענעם אזוי ברייט? אינדערצייט ווען ער האט נישט אזוי ליב יענעם? וויאזוי געלונגט אים צו שמייכלן אזוי ברייט? איז עס דרייערישקייט? איז עס פאלשקייט? האסטו נישט פריער געזאגט אז דו האסט אים נישט ליב, און פארוואס שמייכלסטו צו יענעם אזוי ברייט? און יעצט פרעג איך דיר נאך א פראגע. פארוואס דער Fi, דער פירער, אדער זיבענער, פארוואס קען ער נישט שמייכלן צו א מענטש וועם ער האט נישט ליב? די תירוץ דערויף איז אז דער Fe ער זעהט "יענעם" אבער "יענעם". ווען דער Fe באמערקט ווי יענער קומט אריין צו אים, זעהט ער יענעם, וויאזוי יענער איז עכט. כאפ וואס איך רעד. ער זעהט יעצט יענעם. אביעקטיוו. און דערפאר קומט אים ארויף א ברייטער שמייכל, הער גוט, "ווייל ער נעמט זיך ארויס פון די געפילן".

ער זעהט יעצט נאר יענעם, ער איז מיט יענעם. פון דא קומט די געטריישאפט פון א זעקסער! ער זעהט יענעם. א פירער זעהט נישט יענעם. א פירער זעהט זיך! (נישט חלילה, אז ער זעהט נאר זיך, נעם עס נישט ארויס פון קאנטעקסט. מ'דארף זייער אכטונג געבן, און נישט פארשטיין וואס איך שרייב אז ס'איז ממש אז דער פירער זעהט נאר זיך.)

א זעקסער וועט סך מער ווערן פארווייטאגט ווען יענער איז ברוגז אויף אים? פארוואס? און נאכדעם שריי "ביסט א זעקסער".

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:"אוי וויי" ט.ט.ט.ט. טאקע א רחמנות. ווייטער געגאנגען.. פינף מינוט שפעטער וועל איך אנפאנגען טראכטן, קוק ער גייט זיין אפגעריסן פון זיין משפחה יארן לאנג? ווי אזוי גייט ער אויסהאלטן דער בענקשאפט, מסתמא איז ער אינגאנצן פארלוירן. ער האט אזא אנגסט. מיינע געפילן גייען זיך אויפוועקן און איך גיי רחמנות האבן, שטארק, איך גיי ממש אויסגיין פאר אים, פאר פינף מינוט. געגאנגען ווייטער, סדר היום.

א מצוה טאנץ, ווענדט זיך אין דער מחותן, דער מצוה טאנץ אליין נעמט מיר נישט איבער, נאר אז איך קוק אריין דעם מחותן אין די אויגן, איך זעה, איך שפיר, דאס צולאזטקייט, דער השלמה פון אזויפיל יאר זיך איבערגעבן פאר דעם קינד. און איך באמערק שטארק די זאכן, און טיף, איך כאפ עס מיט דער גאנצער שארפקייט, איך פיל זיין עמאציע, גייט עס מיר אויך אריין אין דער קישקע, אויף א שטארקע פארנעם.


דאס קוקט מיר נישט אויס צו זיין Fi אלץ די צווייטע אין די רייע. ס'קוקט עפעס אויס ווי דאס טראכטן, די מחשבה, דאס וועקט אויף די געפיל. דאס קוקט עפעס נישט אויס ווי Fi אלץ די צווייטע. ביסט ווארשיינליך א ENTP. אבער מעגליך א INTP.

איך נעם מיר א קלארינעט, איך פארמאך מיר די אויגן, איך נעם זיך שפילן א טיפע חבד'סקע ניגון מיט די גאנצע ריכוז, יעדע קנייטש, יעדע תנועה'לע, דא א קרעכץ, דא א דריי, מיט די גאנצע נשמה, אוי נעמט דאס איבער די טיפסטע סטרונעס פון הארץ, עס שאקעלט די נימי הנפש ביזן נישט קענען צו זיך קומען. (איך בין מוזיקאליש, ב"ה, דערפאר רעדט עס צו מיר אפילו עס האט נישט קיין שכל)
.

איך טראכט צו מוזיקאליש קומט פון Ne. דאס איז איינמאל קלאר אז Ne קומט פון די רעכטע חלק מח. איז זייער מעגליך אז מוזיקאליש קומט פון Ne.
יעצט טראכט איך, אז געפיל ביי מיר מיינט א אפענע הארץ, התרחבות הלב (ווי די ליובאוויטשע האבן זיך ליב אויסצודריקן), ווען איך שפיר מיין לייכטע הארץ, קלאר, אפען, איז דאס בבחינת "פארסמאקעווען", געשמאק, מסתמא קען מיינע אויגן גלאנצן, נישט פון טרערן, נאר ע"ד ועינינו מאירות כשמש וכירח.

קוקסט זייער נישט אויס ווי א INFP. ס'קען פשוט נישט זיין. דאס קוקט עפעס אויס אדער ווי ENTP. אדער ווי INTP. ביי מיר איז נישטא אזא זאך ווי מסביר זיין וואס עס מיינט ביי מיר געפיל. איך דארף מסביר זיין וואס עס מיינט ביי מיר "קאפ". מחשבה. לעבן מיט מחשבה. דאס איז אזאך וואס איך וואלט זיך געפרייט צו קענען מסביר זיין. א Fi קען נישט, נישט פילן. אזוי ווי א Entp אדער א Intp קען נישט, נישט טראכטן. איך בין זייער נייגעריג צו דו ביסט א Ti אלץ דיין הויפט פונקציע. אויב יא, דארפסטו בעיקר לעבן אין מחשבה. נישט דו דארפסט טראכטן. נאר דאס דו טראכסט שוין. דאס איז וואס דו טוסט ממש כמעט פון זיך אליין. נישט דו טראכסט. נאר ס'טראכט זיך. ס'דעפינירט. ס'האט ארויס. ס'קלארט זיך אויס. ס'שנייד עס.

אויב ביסטו א Ne אלץ דיין הויפט פונקציע, דארפסטו זיין אז ס'קוקט זיך דיר טיפער פון זיך אליין. דאס איז וואס דו טוסט פון זיך אליין. דאס איז דיר די גרינגסע. צו ארומלויפן און צאמשטעלן די וועלט. אויב ביסטו א INTP איז לויט ווי איך שטעל עס צאם פילסטו דיך אין א שיין געשניטענעם קאפ הגם דו זעהסט אויך די טיפע מעגליכקייטן פון די טיפע וועלט ארום דיר. אבער אין הויפט דארפסטו דיך שפירן זייער געשניטן. ווי די גאנצע וועלט ארום דיר, דיינע קינדער, דיין בני בית, וכו' וכו' איז אלעס דעפינירט. שטודירט. און פארשטאנען! דיין ארומיגע לעבן, זאלס עס זיין די מענטשן וועם דו טרעפסט אין ביהמ"ד זענען אזוי ווי אן אפגעלערנט גמ'. דאס איז וואס דו שפירסט. דו שפירסט אז ס'דא נאך מפרשים ארום און ארום. און מ'קען דאס אלעמאל בעסער און בעסער פארשטיין. אבער די הויפט שפיר וויאזוי דו שפירסט דיך, איז ממש אזוי ווי א מענטש נאכן ארויסהאבן און פארשטאנען א בלאט גמ'. אדער א סוגיא. די געפיל נאכן ארויסהאבן. לימודים לדעת'ס דעת הבעלות.

אויב ביסטו א ENTP, שפירסטו נישט אז דו פארשטייסט די וועלט, אז דו האסט עס ארויס. דו שפירסט ווי דו ביסט ארומגענומען מיט אסאך ספרים, מיט נאך א מפורש, און נאך א מפורש, און נאך, און נאך, און נאך. שפירסט אומקלאר פון אזויפיל הסברים וואס מ'קען אלץ געבן אויף די וועלט. ווען יעדן טאג זעהסטו אלץ מער און מער. נישט ממש אומקלאר, אבער אזוי ווי וואס א מענטש שפירט ווען ער האלט אינמיטן לערנען א סוגיא. ממש אזוי שפירסטו. דו שפירסט אזוי ווי דו נעמסט ארויס נאך א ספר און נאך א ספר און נאך א ספר, צו פארשטיין די וועלט ארום וואס קען נישט ענדיגן צו קומען צו אן החלטה. אזויפיל מעגליכקייטן איז דא.

שוין.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נשמה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:"אוי וויי" ט.ט.ט.ט. טאקע א רחמנות. ווייטער געגאנגען.. פינף מינוט שפעטער וועל איך אנפאנגען טראכטן, קוק ער גייט זיין אפגעריסן פון זיין משפחה יארן לאנג? ווי אזוי גייט ער אויסהאלטן דער בענקשאפט, מסתמא איז ער אינגאנצן פארלוירן. ער האט אזא אנגסט. מיינע געפילן גייען זיך אויפוועקן און איך גיי רחמנות האבן, שטארק, איך גיי ממש אויסגיין פאר אים, פאר פינף מינוט. געגאנגען ווייטער, סדר היום.

א מצוה טאנץ, ווענדט זיך אין דער מחותן, דער מצוה טאנץ אליין נעמט מיר נישט איבער, נאר אז איך קוק אריין דעם מחותן אין די אויגן, איך זעה, איך שפיר, דאס צולאזטקייט, דער השלמה פון אזויפיל יאר זיך איבערגעבן פאר דעם קינד. און איך באמערק שטארק די זאכן, און טיף, איך כאפ עס מיט דער גאנצער שארפקייט, איך פיל זיין עמאציע, גייט עס מיר אויך אריין אין דער קישקע, אויף א שטארקע פארנעם.


דאס קוקט מיר נישט אויס צו זיין Fi אלץ די צווייטע אין די רייע. ס'קוקט עפעס אויס ווי דאס טראכטן, די מחשבה, דאס וועקט אויף די געפיל. דאס קוקט עפעס נישט אויס ווי Fi אלץ די צווייטע. ביסט ווארשיינליך א ENTP. אבער מעגליך א INTP.

נשמה האט געשריבן:א INFP ווילן אז זאכן זאלן מאכן סענס. זייער הויפט פאנקציע וואס ער נוצט מיט אייפער און מיט פלייס, איז - אויב ער איז א INFP - אינטראווערד געפילן. דאס מיינט, אז ער שפירט זייער שטארק די ספעקטרום וואס איין עק איז גוטס'קייט און די אנדערע עק די נישט בא'טעמ'קייט פון די וועלט. ער האט ליב לאגיק. ווייל דאס איז א חלק פון אים. זיין פערטער פונקציע איז Te. דאס איז עקסטראווערד געפילן. ער וויל אז די דרויסנדיגע וועלט זאלן מאכן לאגישער סענס. שטומט אז ער איז א פירער מיט א פינעווער פליגל.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קען מען באשטעטיגן אויב א מענטש איז בעצם א T און די געפילן קומען פון די מחשבות וואס וועקן אויף די געפילן, אדער ער איז בעצם א F און די ליבשאפט צו לאגיק קומט פון די פערטע פונקציע?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”