Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 07, 2008 2:46 pm

צו ענטפערן על ראשון ראשון העלעך מוזן צונעמען דיין תגובה אביסל, דיינע טענות זענען ווי פאלגענד:

1. זאל איין קהל'ישע זאל נעמען די לאס, און אנהייבן טיילן חתונות פאר ביליג.

2. גאנץ קהל איז איין קאמפאני.

3. די איינציגסטע וועג פון סעיוון ביי חתונה מאכן איז נאר צו קאטן פון די מינומום קאפל גזירה.

איצט הער מיך אויס:

1. דאס איז וואס איך האב דיר צוויי מאל גע'ענטפערט, מען קען נישט מחייב זיין 'איין' שטאט צו דערלייגן געלט דאס פארשטייט יעדער, און אפי' יא האט מען גארנישט אויפגעטון.

איינס, ווייל עס איז זייער שווער פאר א טאטע צו פונאנדערשיידן צווישן קינדער, ד.ה. אויב יענקי ווערט אן איידעם אין ק"י למשל גייט מען נישט רופן זיינע ערשטע קאזינס, און ווען משה האט חתונה אין מאנסי רופט מען יא, הלמאי?

צווייטנס, עז לאנג אין אנדערע שטעט איז די סטענדערד הויעך, עם כן מה הועילו, קיינער וויל דאך נישט זיין אנדערש ווי קיינעם, און דאס אידאך די גאנצע אויפטוה מיט 'תקנות' אז מען אטאקירט דעם פראבלעם ביים שורש.

2. יעדע קהלה איז צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס וואס איינס האט גארנישט מיטן צווייטן, דער שכר לימוד קאמפאני ברויך זעהן אז עס זאל אריינקומען ס'מערסטע געלט וואס שייך, דער מצה בעקעריי אויך, און די דיוס קאמיטע אודאי, און אזוי ווייטער, און קיינער 'מוז' זיך נישט רעכענען מיטן צווייטן, און דא ביי אונזער שמועס האט דער גלאבאלער וועד החתונה גארנישט מיט די און די שטאט'ס מוסדות אדער קהלה אנפירערשאפט.

אמת אז אלעס ווערט געפירט אין שליחות פון דעם זעלבן ציבור, אבער דער ציבור וויל אויך אז יעדער וואס איז אין טאפ פון א ספעציפשן אפטיילונג זאל 'נאר' ראנען זיין טייל, און זיך נישט מישן אינעם אנדערנ'ס.

(ביטע נישט רעדן איבער די רבנות אפטיילונג פאר צוויי סיבות: עס איז נישט נוגע אהער, און עס איז קעגן תקנות הקרעטשמע. יאנאש)

3. אודאי איז ווען א גרויסע העלפ ווען מען קען ווען שפארן 5000.00 אויפאמאל, אבער אזוי ווי דאס איז זייער זייער א שווערע ארבעט, וואס די אויסזיכטן זענען 'נול' ווילאנג 'איין' קהלה פארמאגט נישט זאלן 'איבעראל', אבער פון די אנדערע זייט וואס איז שלעכט מיט שפארן 3000.00 ביי די תנאים תקנה, 1000.00 אויף די איינס צוויי צירונגן וואס מ'קויפט נישט, 3000.00 מיטן שטריימל וואס מען גייט נישט 'מוזן' קויפן ווייל פאר א זון קען מען אפזאגן, 3-400.00 אויפן אתרוג פושקע, 5-600.00 אויפן שפילער/זינגער, 500.00 אויפן גראמער, און אזוי ווייטער, איז עס דען נישט אזויפיל געלט ווי ווען מען שנייט ווען 'נאר' די מינומום קאפל אישו?

און ווי מיללער האט ארויסגעברענג אויבן, עס 'גייט זיך נישט' אפשטעלן ביי דעם, נאר יעדע שטיק צייט ווען די ביליגערע סטענדערד ארבעט זיך אריין גייט צוקומען נאך און נאך תקנות, דאן ברויכן מיר אלע הייבן דעם היטל פאר די עסקנים שלא על מנת לקבל פרס, זיי מחזק זיין ווען מעגליך, און אודאי נישט קריטיקירן אויף זאכן וואס זיי האבן ארויסגעלאזט צוליב אזא און אזא סיבה, און אנשטאט ווארטן אז אלעס זאל זיין הונדערט פראצענט רעדי, האבן זיי געלאזט אין גאנג א רויע זאך.

זאל זיי דער פון אויבן שענקן חפניים מיט נחת פרנסה און כל משאלות לבבם לטובה.

איך סאלוטיר...

Advertisement

מאנטאג ינואר 07, 2008 2:54 pm

איזאק האט געשריבן:נומבער טו, די ביליגע זאלן פון וואס דו רעדסט איז פשוט נישט געמאכט פאר א נארמאלע חתונה.

די זאל איז איין שטיק גרויליגע לאנטשרום מיט א גערוך, מקען נישט פארלאנגן דארטן צו מאכן א שמחה, מרעדט פון א ארענטליכע זאל.
סארי איך האב עס הערשט געזעהן נאכן שיקן דעם פאריגן תגובה

ערשטנס, איך האב נישט געזאט קיינע נעמען פון זאלן, און עס פאר דעט איי נאו איז נאך קיינער נישט געשטארבן אין קיינע פון די זאלן, און אז עס איז גוט פאר אונזערע טייערסטע פקדונות אונזערע קינדערלעך איז עס דען נישט גוט פאר אונז, ספעציעל אז מיר ווייסן אז צוליב דעם וואס מיר 'מוטשענען זיך' מיטן גערוך גייט מיין פעטער שלאפן בשמחה היינט נאכט אז ער האט חתונה געמאכט אנע חובות.

אבער באמת איז דאס קיין טענה נישט, וואס מיינסטו ווען מען גייט בעזר השם יא קאטן פון די מינומום, גייען דען די מוסדות צושטעלן די זעלבע שיינע זאלן?

יו געט וואט יו פעי פור, דאס גייט מען 'קיינמאל' נישט טוישן, פונקט קאפויער, וואו אין די תורה שטייט אז מען ברויך חתונה מאכן אין א פייוו סטאר זאל, און אויב מוז יא אזוי זיין ברויך מען צאלן א פייוו סטאר פרייז.

דאס שטעלט זיך נישט אויפן שכל אז באצאלן זאל מען ביליג אבער חתונה מאכן זאל מען טייער, עס איז פשוט א דבר והפיכו, אבער דער ציהל איז אז מיר זאלן אריינעמען אין קאפ, יא מיר קענען חתונה מאכן אין א זאל וואס האט נישט די שענסטע מאלדינג'ס אדער די נייעסטע בענקלעך, מיר מוזן נישט צושטעלן עסן פאר ערשטע קאזינ'ס וואס שעלטן במילא אז זיי מוזן קומען, און אזוי ווייטער.

מאנטאג ינואר 07, 2008 3:23 pm

וואו איך בין היינט געגאנגען האט מען גערעדט פון חתונה הוצאות, איך האב נישט געוואוסט פארוואס עס איז הייס דערפון, איינער האט מיר פארציילט וועגן די נעכטיגע דעבאטע פון ר' הערשל, און האט מיר געגעבן קול סאטמאר'ס נומ'. רבותי איך זאג ענק ס'איז ריזיג, עס עפענט דעם נאר'שן פארשטאפטן קאפ פון קוקן וואס יענער וועט זאגן, יעדע מענטש וואס רעדט דערפון, זאגט אז מען איז זיך גרייט צושטעלן.

אייך הכרזה האב איך, אז דאס וועט טאקע ווערן אויסגעפירט, ווער איך אן מעמבער דארט, איך וועל קענען לעבן א רוהיגער לעבן, אן קיין פרעשור פון חתונה הוצאות.

איך וואונטש זיי כה לחי, מען קוקט ארויס אויף ענק ווי אזוי עס וועט זיך אויסארבייטן.

מאנטאג ינואר 07, 2008 5:33 pm

סיי וואס מען טוט אין דעם ענין איז גוט און עס איז ווערד א באגריסונג, און ווי עס קוקט אויס גייען זיי אינעם גוטן ריכטונג, מען קען נאר טון וואס מען קען ווען מען קען, מען קען נישט אלעס פאררעכטן אויפאמאל.

ס'איז דא אסאך צו רעדן אין דעם נושא, כ'האב פשוט נישט יעצט קיין צייט, ועוד חזון.

מאנטאג ינואר 07, 2008 5:38 pm

און איך האב באשלאסן, אז כל זמן איך האלט נאך נישט ביי די סטעיזש פון חתונה מאכן קינדער, איז ביי מיר דאס רעדן דערפון אזוי ווי א שטייגער איך זאל יעצט דעבאטירן איבער ביליגע חלקה'ס אינעם בית עולם, איר פארשטייט מיך? יעצט וואלט איך גיכער געוואלט אז מ'זאל מיר דעבאטירן און פארעכטן דאס ענין פון ביליגע דירות ראטע, בעסער געזאגט פון דירות בכלל, שכר לימוד, אדער זען אז אינגעלייט זאלן באקומען העכערע געהאלט וכו', וכו'.

עניוועי, הצלחה פאר אלע וואס טוען דערין. אפשר וועלן מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן זיין רואיגער.

מאנטאג ינואר 07, 2008 5:39 pm

זארעכ'ל, ס'איז קעגן די משנה, איזהו חכם הרואה את הנולד, האסט א ברירה צו רעדן איבער חלקה'ס אויך, אויב דו האלטס אז ס'איז דא פון צו רעדן איבערדעם.

מאנטאג ינואר 07, 2008 5:44 pm

נו, נו, קען זיין ביסט גערעכט, אבער איך שרייב מיינע הרגשה'ס איבער די נושא. כ'מיין צו זאגן, די טעמע ציט נישט - לעת עתה - מיין אינטערעסע. איטס עי מעטער אוו טעיסט, ס'דא מענטשן וואס יעדעס געפילדער אין מקוה ווערט ביי זיי א גאנץ פרק אין סדר יום יום, און ס'דא מענטשן וואס נאר אזעלכע טעמעס וואס ציט זייער אינטערעסע דאס טראגט זיי אריין אינעם געפילדער (געדענקסט נאך דיין געשמאקער אשכול פון "יש ויש", איא?). די טעמע, כל זמן ס'מיר נישט נוגע ציט עס נישט מיין אינטערעסע. קען זיין ס'איז אן עוולה מצידי, אבער וואס זאל איך טאן אז דאס איז אצינד מיין הרגשה. פרעג איך דיר, שפאציר אמאל אריין אין 'אלדעזש האום' און האלט מיט די טעמעס דארט איבער צוואה'ס וכו', וועט דיר דאס ציען דיין אינעטרעסע?

מאנטאג ינואר 07, 2008 5:56 pm

זארעכ'ל, איך מיין אז ס'פאסט נישט פאר דיר, ממש דו פארשעמסט זארעכ'ן, ס'איז נישט קיין יושר מצדך, דו גלייכסט צו צוואה שמועסן, צו אזא זאך ווי חתונה אויסברענגעריי, וואס מ'וויל איינשפארן? ווען דו האסט גערעדט פון חלקה'ס, האבעך געטראכט אז דו ווילסט רעדן פון די הויכע פרייזן וואס מ'בעט פאר א שטיקל ערד, אבער שמועסערייען, מאן דכר שמיה?

און איך ווייס נישט, איך האף אז דו האסט קינדער, און ממילא גייסטו בקרוב אדער האסטו שוין בר מצוה געמאכט, און אויך אנדעם, ווי לאנג צוריק האסטו חתונה געהאט? (דארפסט נישט ענטפערן, ס'איז נאר פאר דיר חומר למחשבה.) סייווי לאנג, זעטעס דיר נישט אויס, ווי ממש יעצט? ושניים יסעו, די יארן פארן, אבער נישט סתם געפארן, נאר זיי פליען, און חתונה מאכן איז אזאך וואס האט שוין חרוב געמאכט ווייסעך וויפיל הייזער, און איך ווארט אויף די מינוט, וואס איך זאל קענען טראכטן רואיג, אז ווען איך וועל חתונה מאכן, וועט זיך שוין האבן איינגעגעבן אט די אלע מעכטיגע תקנות, און איך ווארט נאך אויף די איבריגע בכליון עינים.

מאנטאג ינואר 07, 2008 6:07 pm

איך הער מיין פריינד, איך וויל נישט ח"ו פארדרייען דא די אינטערסאנטע טעמע און איר פארפירן צו אונזער שמועס, אבער איך וויל זיך נאר מתנצל זיין מיט אפאר ווערטער. ביסט גערעכט, סיי מיט דיין הערה איבער די צוואה; כלומר איך האב טאקע בעיקר מכוון געווען צו מיין ערשטען משל פון 'חלקה', און סיי מיט דיין הערה איבער ושניים יסעו. אבער, ווי געזאגט, כך הוא דרכה של בני אדם. די טבע פון א מענטש איז, אז עס אינטערסירט אים מער טעמעס וואס איז אים נוגע 'היינט' און אויף דער מינוט. אין הכי נמי איך האף מערצעשעם צו געניסן פון די אלע גוטע אויפטואונגען, אבער די טעמע ציט נישט מיין אינטערעסע. איבערהויפט ווי איך האב שוין אויבן, אנהויב פון דער אשכול, ארויסגעברענגט, אז די זאכן צו דעבאטירן איז נאר שייך בעת מ'שפירט עס אויף די אייגענע הויט. ועיין לעיל מזה.

מאנטאג ינואר 07, 2008 9:41 pm

עס איז א געוואלדיגע זאך די איינצוימינג, איך האף אז עס וועט זיך איינגעבען, און עס וועט גיין ווייטער אין ווייטער, מיין בעה"ב וועט מיר געבען גרינגער א רעיס, איך וועל שוין נשיט דארפען הערען יעדעס מאל, יעצט האט מיין ברידער חתונה געמאכט, אינז וועל מיר רעדען צוויי חדשים ארים,

דינסטאג ינואר 08, 2008 12:07 pm

איך מאך נאך אויך נישט חתונה, אבער יעדע טאג בעט מען פון מיר פאר הכנסת כלה. זאג נאר, ווען דיין טאטע אדער שווער האט חתונה געמאכט האסטו נישט צוגעהאלפן מיט געלט?

זונטאג ינואר 13, 2008 10:11 am

א חבר מיינער האט מיר דערציילט שבת, אז הערשל פריעדמאן האט באקומען אויף די פאסט אסאך בריוון מיט דאנק ווערטער פאר די געלונגענע דעבאטע. איין בריוו האט אפילו פארמאגט א טיפ פון $100, צוגעלייגט א נאטיץ: א גרויסן ישר כח ר' הערשל פאר'ן מיך שפארן טויזענטער דאלארן, פון א מחותן וואס האט א שידוך געטון.

דאנערשטאג ינואר 24, 2008 8:27 pm

איך האף אז ווען מיר וועלען האלטען ביים חתונה מאכען וועט מיין רבי (אדער זיינע קינדער) אויך זיך צו שטעלען צו די תקנות וואס סאטמער מאכט איצט.
אין די לעצטע טעג, ווי איך גיי און שטיי רעדט מען דערפון מיט גרויס ערנסקייט. זאלען די אלע עוסקים באמונה האבען גרויס הצלחה !!

פרייטאג ינואר 25, 2008 12:00 am

נישטא וואס צו רעדן, אויב ארבייט זיך עס אויס איז עס א געוואלדיגער דערגרייכונג וואס אנדערע וועלן זיכער נאכמאכן. די סטענדערד איז שוין היינט נישט צום אויסהאלטן ממש. (מיר זאגסטו ? כ'אב דאך חתונה געמאכט פינף שטיק.. חע חע... מיר זאגסטו ?! )

פרייטאג ינואר 25, 2008 2:03 pm

דעי מוצאי שבת, גייט זיין א דעבאטע וואס מ'גייט קענען מיטהאלטן אויף קול מבשר. די צווייטע אין די סעריע פון די חתונה תקנות.

שבת ינואר 26, 2008 8:08 pm

וואס איז קול מבשר'ס נאמבער

שבת ינואר 26, 2008 8:48 pm

2124441100 (איך ווארן דיר אויב דו האסט געוואוסט און אבי געפרעגט)

שבת ינואר 26, 2008 9:03 pm

צי הערען די דעבאטע ריפט 1-212-461-5800 עקסטענטשען 1100#
אז מען דריקט 8* קען מען הערען וויפעל מענטשען זענען אויף די קאנפרענץ

זונטאג ינואר 27, 2008 9:53 am

ער האט געמאכט - דער הערשל - א ביוטעפיל דזשאב, ער איז געוואלדיג. מיין ווייב האט אינמיטן געלאזט א טרער [נישט אז ס'מאכט עפעס אויס, זי טוט עס זייער אפט... just kiding] ווי מ'האלט היינט. איי איז ער גוט.

מיט וואסערע פרט? אה, נאי יו טאלקינג, מיט אלעם, איינס, דאס אריינברענגן א "חיות" אין די תקנות, איך טוה עס ווייל איך בין גליקליך און שטאלץ דערמיט נישט ווייל יענער האט געבעטן; די אלע וואס מאכן חתונה אויפן טייערן אויפן זענען "געבלאפטע עשירים", זיי ווילן נאר עס "יענער" [רבוש"ע, אלטער בחור, דעק אונז שוין אויף איינמאל פאר אלעמאל ווער דער "יענער" איז, "יענער" איז דאך אזא ממזר.. נאר וועגן אים זענען געשען אזויפיל הארץ-אטאקעס] זאל מיינען אז זיי האבן, אן אמתע עושר דארף נישט צייגן פאר קיינעם.

דער "יצחק", זאל מיר זיין געזונט און שטארק, ער וויל פרעזענטירן דעם "דעת הקהל", און באמת, אן אים וואלט הערשל גערעדט צו זיך אליין'ס, א זאך וואס קען שאטן פארן עולם'ס קישקעס.. מ'וואלט ווען געליגן אויפן פלאר..

אבער, ער פרעזענטירט אסאך מאל שלעכט.

כ'מיין צו זאגן אזוי, ווילסט שפילן ווי איינער אין ביהמ"ד וואס פרעגט קשיות, געוואלדיג, דאס איז וואס מיר האבן אים געשטעלט, איבערגעבן אין עקטן ווי א יוד וואס פרעגט משיח לפי תומו קשיות. און וועגן דעם האב איך "מוראדיג" הנאה געהאט ווען ער - יצחק - האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט, וואס? מעעעע? דו מיינסט ס'וועט זיך אויסארבעטן?? מ'וויל מאכן דעם מחותן פאר א שמאטע.. אזעלכע גוטע פראחזן וואס מ'הערט טאקע אין ביהמ"ד.

אבער ער האט אסאך מאל געשפילט פליפ-פלאפער, מיטן צוהעלפן הערשל'ן אינמיטן א טענה [אזא מין נערישע וועג וואס ענדלט אין דעם אינטערוויוער פון "קול מבשר"] , און מיטן נישט "מיטענדיגן" למשל: אזוי? אזוי? דאס האב איך שוין נישט געוואוסט, אויב ס'איז אזוי וועל איך מיך אויך צושטעלן, וואאססס?? 19 מחותנים, איך גלייב נישט, געב מיר א נאמען אקעי נישט אויפן סטעטש אבער איך וויל דאס מברר זיין, וכו' וכו' וכו', וואס אן עכטער פרעמדער מענטש וואלט ווען געזאגט, אזוי וואלט ער געדארפט עקטן.

חלילה יצחק, באליידיג דיך נישט, ס'איז דא כלדחבלור איש אל רעהו, אויף קומענדיגע מאל ביטע טויש אביסל דיין מהלך, מעגסט הויעך זאגן אז איינער "אין קרעטשמע" האט דיר אזוי געהייסן... .. יצחק, מיר בלייבן גוטע פרענד'ס אהח יאט?..

דער סך הכל פון דעם אינטערוויו, אין מיינע אויגן, איז געווען א הילכיגן "טענק יו" פונעם גאנצן ציבור, צו די קהלה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אויפן פראנט, און געבראכן דעם בערלינער וואנט - דעם 50 יאריגן "טבע" אז מ'מוז חתונה מאכן אויפן רייסערישטן אויפן וואס נאר מעגליך.

עסקני קהל יטב לב, און אייך ר' הערשל פריוואט, איך מאך נאך נישט חתונה, אבער איך הער פון מיין פאטער שווער עלטערע ברודער'ס טיפע דאנקן און וואונטשן צו אייך, יש"כ.

עס האט געקאסט כוחות, שעה'ן לאנג ביי מיטונגען, קריטיק און ייאוש פון אסאך פראנטן, אבער ברוך השם אז מ'האלט שוין דא, מ'זעהט שוין דעם ליכטיגקייט, וויאזוי האט ער געגעבן א שנעלע רעכן-צוזאם נעכטן, דער הערשל פרי"מ, מ'האט שוין געשפארט פון צוויי וואכן צוריק ביז יעצט, פאר אידישע קינדער דעם סכום פון "הונדערט טויזענט דאלער"!! און די צוויי א האלב וואכן! איר ווייסט וואס דאס מיינט?

מעומקא דלבא, יישר כחכם.

זונטאג ינואר 27, 2008 10:41 am

גאמני מצרף.

איבער דעם יצחק אישו, עס איז געווען פיל פיל ערגער דאס ערשטע מאל, דאס מאל גראדע שפילט ער גאנץ גוט, הערויס נעקסטיים וועט זיין נאכבעסער.

זונטאג ינואר 27, 2008 11:48 am

איך האב מיטגעהלטן כמעט די גאנצע אינטערווי ממש צום סוף בין איך אראפגעפאלן פונעם סיסטעם אין ס'האט מיך שוין נישט צוריק אריין געלאזט.

איך פארשטיי אלעס וואס ער זאגט עס האט מיר קלאר געמאכט דאס גאנצע ענין חוץ איין פוינט עגרי איך נישט מיט די גאנצע זאך אבער איך מיין אז עס איז קעגן די תקנות פון קרעטשמע דא צו רעדן דערפון האלט איך עס אין בויך פאר יעצט...

אלענפאלס אינמיטן האט ר' הערשל געזאגט אז עס איז דא נאך בענקלעך מען קען זיך זעצן האט ער גערעדט צו איינעם אדער איך האב דעמאלטס געדארפט לאכן? (איך האב א שמייכל געטאן מספק..) ווי איך האב פארשטיינען איז דאס געווען ספעציעל פארן טעלעפאן סא וועם האט ער מכבד געווען זיך צו זעצן???

זונטאג ינואר 27, 2008 2:20 pm

מיר איז עס אויך געווען אינטערסאנט, ווייל אנפאנג רעדן זיי אויך עפעס אז עס איז דא דריי הונדערט און פופציג מענטשן.

זונטאג ינואר 27, 2008 2:26 pm

נו, געווען זייער גוט.

ואגב מר' יצחק, ווידעראום האפמער ווי יאנאש'ן אז נעקסטע מאל וועט ער זיין בעסער.
אבער איך הער ווי איינער זאגט היינט אזוי, שטעל די ך פאר ווען מען נעמט ווען איינעם אזוי ווי ר' הערשל, וואס וואלט דעמאלטס געווען? נישט קיין דיבעיט איבער תקנות, נאר שטיקער ליצנות,

האט מען דערפאר געקלעבן אים'ן, אבער לדעתי האט עס אויסגעזעהו פיין, (וויפיל איך האב געהערט)
יעצט חשובער ציבור ואוס האלט דער עולם נאך די דיבאטע שוי, וועט דאסעפעס אויסמאכן ביים ציבור? וועט אס טוישן די מיינונג פון די יודישע שטובער?

זונטאג ינואר 27, 2008 4:39 pm

מעכלע, נעם דיר עס אריין אין קאפ, ווי מער מ'רעדט דערפון אלץ מער גייט עס אריין פאר מענטשן אין קאפ אריין, ווי מער מ'רעדט אז עס א אויסגעארבייטע זאך הערן עס מענטשן און מ'ארבייט מיט דערמיט, די צווייטע דעבאטע האט זיכער אסאך אויפגעטוען,

איך האב היינט אינדערפרי גערעדט מיט איינע פון די עסקנים זאגט ער מיר אז ער יאגט זיך ווייל ער האט היינט - זונטאג - א גרויסע אסיפה מיט נאך עטליכע קהילות וואס ווילן זיך אנשליסן אין די קאמפיין,

הלוואי, מי יתן והיה,

זונטאג ינואר 27, 2008 4:41 pm

אויך און ארץ ישראל רעדט מען פון מאכען דעי תקנות
שרייב א תגובה

Advertisement