Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ס'איז אלעמאל פאראן אן עצה

פרייטאג מאי 02, 2014 11:16 am

געווען א איד וואס האט געהייסן ר' דניאל. דער ר' דניאל האט געהאנדעלט מיט דימאנטן, געווען א פארמעגליכע איד, וואס האט חוץ זיין ביזנעס צו האנדלען מיט דימאנטן, אויך ליב געהאלטן צו זאמלען זיינע דימאנטן. ער האט זיך געלאזט קאסטן דערפאר שיינע סכומים.

כסדר ווען חברים און גוטע פריינד זענען אים געקומען באזוכן, האט ער זיי ארומגעוויזן זיין אוצר מיט טייערע שטיינער און דימאנטן.

איין מאל האט ער זיך איינגעהאנדעלט א שטיינדל, אזאנס און אזעלעכס, ס'האט באמת געבליטשקעט, ס'געווען אויסטערליש שיין, און ער האט טאקע באצאלט דערפאר א פעט ביינדל, אפאר מיליאן דאלער, אבער ס'האט זיך געלוינט, ס'איז באמת געווען גאר גאר שיין, אן קיין איין איינציגע קריץ.

איידער ער האט עס געקויפט, האט ער עס געוויזן פאר אפאר מבינים, און זיי האבן אלע באוואונדערט ווי זיי קענען באמת נישט טרעפן קיין משהו קריץ.

צוליב די טייערקייט פון דעם שטיינדל, האט ער דאס באהאלטן אין א צימער, און נישט אריינגעלייגט אין זיין אוצר וואס ער האט געוויזן פאר מענטשן, אויס מורא פאר גניבה אדער הזיקות. מענטשן האבן אים כסדר געמוטשעט, אבער ער האט בשום אופן דאס נישט געוויזן פאר קיינעם.

איינמאל, איז אנגעקומען זיינס א גאר נאנטע חבר, יענער האט זיך ממש געבעטן ביי דניאל'ן ער זאל אים ווייזן דאס שטיינדל.

נו, אהבה מקלקלת את השורה, און דאסמאל האט ער געמאכט אן אויסנאם, ער האט אריינגענומען זיין חבר אין יענעם צימער, און איידל און שטאַט ארויסגענומען די טאשקע ווי ס'ליגט דעם שטיינדל.

ער עפענט עס, און נעמט עס ארויס. און דאן האט עס פאסירט!! יאפס, ס'האט זיך פשוט ארויסגעגליטשט פון זיין האנט, און אראפגעפאלן צו דער ערד!!

ההההאאאאאאאאא!!!!!!!!

מיט פחד בייגט ער זיך אראפ, און קוקט, און יא, את אשר יגורנו בא! א טיפע קראץ אינמיטן דעם שטיינדל!!

דניאל האט זיך שנעל אנגעלאנט אויף די וואנט נישט צו חלש'ען. דער חבר האט זיך אנידערגעזעצט פארשעמט. וואס טוט מען יעצט??

נאך אפאר מינוט, ווען זיי האבן זיך עטוואס בארואיגט פון די שאק, האט דניאל געשפירט אז ס'ווערט אים שלעכט, און ער גייט עס נישט אריבערטראגן. אבער א איד וואס איז נאנט מיט ערליכע אידן ווערט נישט פארלוירן אפילו אין אזא פאל. ער האט מחליט געווען אז ער גייט תיכף אריבערגיין צו זיין רב, און אים בעטן ער זאל אים מחזק זיין.

דניאל קומט אריין צום רב אין שטוב, קוים וואס ער גייט, זעצט זיך אוועק, און פלאצט אויס אין א ביטערע געוויין. דער רב פרעגט אים וואס איז געשען? און דניאל, נישט קענענדיג ארויסרעדן א ווארט, נעמט ארויס דעם שטיינדל, און ווייזט עס פארן רב. ער דערציילט אים אין קורצע ווערטער אז דאס שטיינדל איז געווען ווערט מיליאנען ווייל ס'האט נישט געהאט קיין איין קריץ, און יעצט האט עס באקומען א טיפע קריץ!

דער רב נעמט דעם שטיינדעלע נאנט צו זיינע אויגן, באטראכט עס, קוקט שטארק, און צעשמייכעלט זיך.

"דניאל!"

"נעם דעם שטיינדעל, טראג עס צו א קונצליכע שלייפער, און ווייז אים אז ער זאל ביי דעם קריץ וואס גייט אזוי _ מאכן א קריץ די אנדערע וועג. דעמאלס אנשטאט א קריץ אין א שטיין, וועט דאס ווערן די ראשי תיבות פון דיין נאמען "ד"!! אנשטאט א שטיין וואס איז ווערט אפאר מיליאן ווייל ס'האט נישט קיין קריץ, וועט דאס ווערן א שטיין וואס איז ווערט סאך מער, ווייל ס'האט א קונצליכע "ד" דערויף!!"

---

שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה, ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.

הנאמן בפקדונו, יחזירנו לו כרצונו, איש לא גוע בעונו, ויהי ערב ויהי בוקר.

---

משל גענומען פון ספר "ויאמר הנני", תולדות חייו של הרה"ג רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל.

Advertisement

פרייטאג מאי 02, 2014 11:18 am

זייער שיין. ישר כח

פרייטאג מאי 02, 2014 11:22 am

זייער באלערענד, איך מיין גראדע אז ס'איז נישט במציאות אז א דימאנט זאל זיך צוקראצן פון אראפפאלן. אבער די מוסר השכל פון די מעשה איז טיף!

פרייטאג מאי 02, 2014 11:29 am

גוט ארויסגעברענגט א דאנק פארען שרייבען
איי ר' אברהם ר' אברהם.... מיטען גאנצען זיסקייט

פרייטאג מאי 02, 2014 11:35 am

טיפער חיזוק, יישר כח.

פרייטאג מאי 02, 2014 12:53 pm

שיין שיין, ישר כח.

פרייטאג מאי 02, 2014 12:56 pm

איך כאפ נישט געהעריג די נמשל, איז עס נאר דאס אז מ׳קען מתקן זיין די פגמי הנפש, אדער עפעס טיפער, אז מ׳קען פונעם פגם אליין מאכן לאחר תשובה אן עילוי גאר, אבער וויאזוי ליגט עס אינעם משל?

פרייטאג מאי 02, 2014 1:03 pm

זדונות נעשו לו כזכיות

פרייטאג מאי 02, 2014 1:08 pm

טיף און שטארק! יישר כח.

דינסטאג מאי 06, 2014 10:24 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:זייער באלערענד, איך מיין גראדע אז ס'איז נישט במציאות אז א דימאנט זאל זיך צוקראצן פון אראפפאלן. אבער די מוסר השכל פון די מעשה איז טיף!

שוין געהערט פון עטליכע אזוי.
אינטרעסאנט איז, אז רבי אברהם'ס משפחה האט עוסק געווען אין דעם ליין, פון דעסטוועגן האט ער נישט געוואוסט.

דינסטאג מאי 06, 2014 10:33 pm

סע האט זיך מן הסתם געהערט זאפטיגער פין ווי עס איז געשריבען און אפשר האט ער עס מסביר געווען א טראפעלע אנדעש.....

דינסטאג מאי 06, 2014 10:42 pm

שטארקע חיזוק צום לעבן יישר כח.

דינסטאג מאי 06, 2014 10:51 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:סע האט זיך מן הסתם געהערט זאפטיגער פין ווי עס איז געשריבען און אפשר האט ער עס מסביר געווען א טראפעלע אנדעש.....

ער האט עס אליין געשריבן.

דינסטאג מאי 06, 2014 10:58 pm

זייער שיין געשריבן, און אן אינטערעסאנטע מעשה צו די זייט אויך. שטארקע חיזוק אויך.

ביי דעם סיפור איז דעם שלייפער בייגעפאלן אן אויסוועג. און דאס איז באמת די מעסעדזש פונעם קעפל, אז ס'איז אלעמאל דא אן עצה און מ'דארף עס נאר טרעפן.

מיין שאלה/פראבלעם איז נאר דער "וויאזוי".

פונקט ווי ביי דעם סיפור איז עס דעם בעל הפראבלעם נישט בייגעפאלן, ווייל ער איז געווען פון אינעווייניג, בתוך המצב אינגעהילט אין צער ומכאוב, דער מוח פארהויכט, און די חושים פארטעמפט, די מויל טרוקן, דאס הארץ פארהארטעוועט, עמאושענל כאאס, און פון וואו ער האט זיך געטראפן אינעם מצב האט ער בכלל נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו זען אנדערש, דער שלייפער אבער וואס איז געווען פון דרויסן, וועגן דעם האט ער געהאט יא די מעגליכקייט (אדער עקפעריענס) וויאזוי צו באהאנדלען אזא פאל לטוב ולמוטב.

איז די שאלה, וואס קען מען טון בשעת מעשה, אדער בעפאר אדער דערנאך, יא צו בלייבן מיט די מעגליכקייט צו טרעפן די עצה וואס איז מעגליך צו טון, און נישט זיין בלינד און פארהאקט צוליב די ווייטאג און מצב וואס פארדעקט די אויגן, די עיני השכל, פון קענען טראכטן און טרעפן עפעס גוטס דערין?

און איך פרעג סיי בגשמיות און ברוחניות.

דינסטאג מאי 06, 2014 11:09 pm

דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
(די סיבה פארוואס די האסט פארגעסן דעם תירוץ :
ווייל די ביסט אין דעם פראבלעם. )

דינסטאג מאי 06, 2014 11:13 pm

י האט געשריבן:דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
(די סיבה פארוואס די האסט פארגעסן די תירוץ איז: ווייל די ביסט אין דעם פראבלעם. ביטע נעם עס נישט ערענסט)

זייער גוט געענטפערט. און וואס טוט מען אויב מ'פארגעסט די עצה פון דאגה בלב איש אויך? (למשל ביי א פראבלעם וואס איז עטוואס גרעסער ווי א שאלה אויף אייוועלט?)
און וואס טוט מען אויב דער לאחרים קען זייער גוט אויסהערן, אבער האט נישט קיין השגה מאי דקאמרי רבנן אין די נושא וואס דער פראבלעם איז? למשל אויב ביים פראבלעם מיט דעם שטיין וואלט ער געפרעגט א פלאמבער - וואס נאר יענער האט געהאט צייט אים אויסצוהערן?

איך זוך אן ענדגילטיגע אדער פודאמענטאלע צוגאנג.
איך האב גראדע מער ערווארטעט אז דער עולם זאל מיר הייסן גיין לערנען און חזר'ן שעה הבחינה פון חובות הלבבות אד"ג, אבער איז זוך די מייקראוועיוו ווערזשן פון אזא עצה.

דינסטאג מאי 06, 2014 11:18 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:

אפשר אמונה/בטחון?
איין וויכטיג ווארט, עס איז ניינציג פראצענט וויזוי מען נעמט עס און נאר צען וואס מען באקומט

דינסטאג מאי 06, 2014 11:23 pm

אויב די דרייסט זוך צווישן קלוגע מענטשן (רב, א קלוגע טים אין ביזנעס, וכדו') וועסטו אייביג(99.99) האבן א ריכטיגע ענטפער. די נקודה איז : אייביג פרעגן איינעם, עס קען דיר נאר העלפן (חוץ ווען מ'פרעגט א נער), אסאך מאל העלפט עס אז מען טרעפט שוין אליין א עצה.
לעצט פאראכטן דורך י אום דינסטאג מאי 06, 2014 11:28 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג מאי 06, 2014 11:27 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, און אן אינטערעסאנטע מעשה צו די זייט אויך. שטארקע חיזוק אויך.

ביי דעם סיפור איז דעם שלייפער בייגעפאלן אן אויסוועג. און דאס איז באמת די מעסעדזש פונעם קעפל, אז ס'איז אלעמאל דא אן עצה און מ'דארף עס נאר טרעפן.

מיין שאלה/פראבלעם איז נאר דער "וויאזוי".

פונקט ווי ביי דעם סיפור איז עס דעם בעל הפראבלעם נישט בייגעפאלן, ווייל ער איז געווען פון אינעווייניג, בתוך המצב אינגעהילט אין צער ומכאוב, דער מוח פארהויכט, און די חושים פארטעמפט, די מויל טרוקן, דאס הארץ פארהארטעוועט, עמאושענל כאאס, און פון וואו ער האט זיך געטראפן אינעם מצב האט ער בכלל נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו זען אנדערש, דער שלייפער אבער וואס איז געווען פון דרויסן, וועגן דעם האט ער געהאט יא די מעגליכקייט (אדער עקפעריענס) וויאזוי צו באהאנדלען אזא פאל לטוב ולמוטב.

איז די שאלה, וואס קען מען טון בשעת מעשה, אדער בעפאר אדער דערנאך, יא צו בלייבן מיט די מעגליכקייט צו טרעפן די עצה וואס איז מעגליך צו טון, און נישט זיין בלינד און פארהאקט צוליב די ווייטאג און מצב וואס פארדעקט די אויגן, די עיני השכל, פון קענען טראכטן און טרעפן עפעס גוטס דערין?

און איך פרעג סיי בגשמיות און ברוחניות.

דאס ערשטע זאל ער וויסן דעם פאקט "ס'איז אלעמאל פאראן אן עצה!!" ווען ער ווייסט דאס, ווערט אים שוין סאך לייכטער אויפן הארץ, און ואיש תבונות ידלנה. די סבה פארוואס די מח ווערט פארשלאסן, איז ווייל מ'פילט אז מ'איז פארלוירן אויף אייביג... נישטא קיין וועג ארויס, די רגע מ'ווייסט אז ס'איז דא א וועג ארויס מ'דארף עס נאר טרעפן ווערט עס גרינגער.

דינסטאג מאי 06, 2014 11:29 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
י האט געשריבן:דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
(די סיבה פארוואס די האסט פארגעסן די תירוץ איז: ווייל די ביסט אין דעם פראבלעם. ביטע נעם עס נישט ערענסט)

זייער גוט געענטפערט. און וואס טוט מען אויב מ'פארגעסט די עצה פון דאגה בלב איש אויך? (למשל ביי א פראבלעם וואס איז עטוואס גרעסער ווי א שאלה אויף אייוועלט?)
און וואס טוט מען אויב דער לאחרים קען זייער גוט אויסהערן, אבער האט נישט קיין השגה מאי דקאמרי רבנן אין די נושא וואס דער פראבלעם איז? למשל אויב ביים פראבלעם מיט דעם שטיין וואלט ער געפרעגט א פלאמבער - וואס נאר יענער האט געהאט צייט אים אויסצוהערן?

איך זוך אן ענדגילטיגע אדער פודאמענטאלע צוגאנג.
איך האב גראדע מער ערווארטעט אז דער עולם זאל מיר הייסן גיין לערנען און חזר'ן שעה הבחינה פון חובות הלבבות אד"ג, אבער איז זוך די מייקראוועיוו ווערזשן פון אזא עצה.

זעהט אויס האסט נישט גוט געליינט די משל. ביי די משל איז ער געגאנגען פרעגן א "רב" נישט קיין שלייפער.

גראדע אין די משל דארט, וואס איז געשריבן אין גראמען, איז ער אביסל מאריך אין דעם ענין, און ער שרייבט ווי דער חבר האט זיך געוואונדערט ווי קומט דא אריין א רב?? אבער די כח התורה איז העכער פון אלעם.

דינסטאג מאי 06, 2014 11:29 pm

די קשיא איז וואס מ'קען טון - היינט, יעצט, ווען אימער - אז מ'זאל זיך נישט צו פארלירן ווען מ'איז שוין אין מצב וואס מ'מיינט אז די וועלט גייט אונטער, און דעמאלט על אתר קענען האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און ארויסזוכן און טרעפן א וועג וויאזוי אויסצודרייען דעם מצב צו א פאזיטיווע ערשיינונג?

דינסטאג מאי 06, 2014 11:33 pm

ישר כוח לוי יצחק. סאו די עצה איז צו לויפן פרעגן א רב?

למשל אויב א קינד איז געפערליך ווילד געווען אין דערהיים, למשל ער איז אויפגעשטאנען גאר פרי - קוואדער צו זעקס - און אז ס'געווען רואיג און שטיל האט ער אריינגעלייגט א טאפ אינעם מייקראוועיוו אויוון און אנגעצינדן…. און ס'האט געשפריצט פייער, און פון מיר האט געשפריצט א געמיש פון נעגל וואסער און כעס, זאל איך שנעל לויפן פרעגן דעם רב (וועלכע?) וויאזוי צו הענדלן די סיטועישן?

זייער א גוטע עצה (אבער כעל ענדערש ווארטן אויף עפעס בעסערס).

געמאכט א שנעלע דעסיזשן אין ביזנעס, געגעבן א שפרינג אין…. ס'נישט געלונגען. אבער מיין רב (און קיין שום איד וואס וויל קומען צו מיר נאך געלט) טאר נישט וויסן אז איך האב געשפילט מיט אזעלכע נומערן צוליב מעשה שהי' (ויהי'), וואס טו איך דעמאלט?

דינסטאג מאי 06, 2014 11:50 pm

יעצט פארשטיי איך דיין קשיא

די תירץ איז:
פונקט אזוי ווי די ווייסט אז צו דרייוון א קאר דארף מען זוך לערנען פארדעם חכמת הקאר, כדי צו וויסן וואס צו טון אויב ח"ו מען דארף נעמען "עמערדשענסי-עקשן" למשל: כאפסט א גליטש, איינער געט דיך א קאט אריין, וכדו'. אזוי איז די זעלבע מיט יעדע נושא צו איז דאס חינוך צו איז דאס שלום בית אדער ביזנעס.

אויב עס מאכט זיך א חינוך פראבלעם, אבער מען האט נישט פארדעם געלערנט חכמת החינוך, אין עס געט זוך א רוק אינטער א חינוך עמערדשענסי. למשל, מייקראווועיוו-נעגל וואסער-כעס-אוויען-פייער וכו' דעמאלס איז נישט דא קיין שום עצה וואס צו טון בשעת דעם עמערדשענסי. (חוץ רופן הצלה אין גיין צום עמערדשענסי רום)

וואס מען קען יא טון, אז ווען מען זעט אז מ'האט געהאט א עמערדשענסי אין סיי וועלכע נושא און מען האט זיך נישט געקענט א עצה געבן. איז די עצה אז מען זאל זיך לערנען יענע חכמה כדי און א פאל פון א ענמערדשענסי זאלסטו וויסן וואספארא "עמערדשענסי-עקשן" די דארפסט טון

יעצט: א חכם איז עיניו בראשו ! מען לערנט זיך די חכמה קודם, אין נאכדעם וועט דיר אייביג זיין זיס. (אז נישט וועסטו זיך לערנען אויף דיין אייגענע בארד {ליפא'ס בארד} )
לעצט פאראכטן דורך י אום מיטוואך מאי 07, 2014 12:37 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 07, 2014 12:20 am

יישר כח ר' זאלער פארן זיין דער שליח ציבור און ארויסברענגען דעם מולטי מיליאן דאלער קושי' וואס ניר אלע פרעגן שטומערהייט. ס'איז שוין געווארן ארויסגעהויבן זייער שטארקע נקודות דורך עטליכע חברים דא, אבער כ'וויל נאך צולייגן מיינע צוויי און א האלב צענט אויב ס'פיט.

איז פארשטייט זיך אז אויף טאג טעגליכע פראבלעמען, איז אוודאי וויכטיג און ריכטיג ע"פ שכל און ע"פ תורה צו טון השתדלות און פראבירן ווי ווייט מעגליך זיך צו לערנען און אויסבעטן א מהלך געבויט אויף פעסטע יסודות. אבער אין דזשענערעל לייף, ביי די זאכן ווי ס'איז אסאך מאל די וויכטיגסטע און מ'טרעפט מען זיך פלוצלינג אין אזא מין אומאויסגערעכנטע שווערע מצב, איז גאר וויכטיג צו האבן א מעסטער קי זיך צו ספראווען מיט דעם פראבלעם.

איך וואלט זיך ערלויבט צו זאגן אז דער שליסל (אדער מייקראוועיוו ווערזשען אויב מ'קען עס אזוי אנרופן) איז לכל הדעות דאס זיין א "מוח שליט על הלב". ווייל ווי אנדערע האבן שוין אויפגעברענגט קומט די אובאהאלפענקייט בעיקר פון געפיל נישט פון שכל. און דעריבער איז טאקע רוב מאל גרינגער פאר א דרויסענדיגער צו טרעפן א לעזונג (איינס פון די פעולות פון ישיחנה לאחרים). אבער באמת קען יעדער אויף א געוויסע אופן עס נוצן, און דאס איז דורכ'ן כסדר עקסערסייזען און מגביר זיין דעם שכל איבער'ן געפיל, אזוי אז ווען ס'קומט למעשה א שווערע אומערווארטעטע געשעעניש איז אסאאך גרינגער און רואיגער איבערצוקומען דעם שאק.

גמרא תוס' וואלט איך גענוצט אלס די ערשטע טול וואס שארפט אויס דעם מוח פונעם מענטש אויף אן אויסערגעווענליכן אופן צו קענען טראכטן אויף פארשידענע דרכים און מהלכים וואס וואלט נישט איינגעפאלן פאר'ן פשוט'ן בו"ד (נישט אומזיסט דרוקט מען זיך אויס אויף א איד מיט א שארף קעפל, א "גמרא קאפ").

די צווייטע זאך איז שער הבחינה פון הייליגן חובת הלבבות, וואס דאס קען אסאך צוהעלפן א מענטש צו באטראכטן און באמערקן זאכן מיט אן אלטערנאטיוון בליק און מיט ישוב הדעת, און גרינגער ארויסגעפונען דעם מעט אור מן החושך.

אבער די אמת'ע און ריכטיגסטע עצה איבער אלעם איז, לערנען און חזר'ן שער הביטחון פון הייליגן חובת הלבבות איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. די וועלט איז טאקע פול מיט שוועריקייטן און נישט אלעמאל קען מען באמת טרעפן אן עצה אויפן פלאץ, אבער אז מ'ווייסט און מ'גלייבט אז איינער פירט אונז דא פון אויבן טאקע ממש יעצט אין די שווערע מינוט מיט א פונקטליכע השגחה פרטית, איז אלעס מיט א לייכטערע געמיט, און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט זיך סוכ"ס ארויסשיילן די גוטע לעיני השמש.

דער עיקר דארף מען מתפלל זיין אז ס'זאל שטענדיג זיין גוט און ליכטיג פאר אלע אידן. עדי נזכה לאורו של משיח צדקנו במהרה!

מיטוואך מאי 07, 2014 8:04 am

כעל שרייבן קורץ אבער דא קומט עכט א טיף און א ברייטס ווייל דאס איז די עיקר עבודה פונעם מענטש.
מייקראוועב וערזשען איז נישט דא פארדעם... און אויב יא וועט עס נאר העלפען פאר איין ספעסיפיק פראבלעם. אהער און דזענערעל צו זיך קענען שטארק'ן איז נאר דורך עבודה פון לערנען מוסר כסדר וואס דאס ארבייט אויס ווי אבערוואס זאגט צו זיין מוח שליט על הלב.
שרייב א תגובה

Advertisement