פרישע פריידיגע אנטוויקלונג אין שטריימל רעוואלוציע!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

פרישע פריידיגע אנטוויקלונג אין שטריימל רעוואלוציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מיט גרויס פרייד קימט די בשורה אז קהילת מהרז"ל אין וויליאמסבורג מיט איר גרויסע ישיבה שטעלט זיך אפיציעל צי די ביז איצטיגע תקנות הקהילות אין אירע פונקטן,

א. די צד החתן קויפט די שטריימעל
ב. נאר איין שטריימעל איז ערלויבט
ג. די קיפת חתנים וועט צאלען א חלק

פון ליפא אויף אמ"ג
ביים צענטראלע סעודת הילולא פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אין בהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. האט האדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"יי) געמאלדן איבער א נייע דורכברוך אויף וואס מ'ארבעט איצט און דאס איז איבער די חתן שטריימלעך.

די רבי האט מסביר געווען די טיעפע פראבלעם פון די טייערקייט פון די היינטיגע שטריימלעך און איבער אלעם די פראבלעם אז די סדר איז אז די מחותן מצד הכלה קויפט דעם שטריימל פארן חתן און עס קומט אויס אז דער מחותן שעמט זיך פונעם אנדערן מחותן ממילא מיינט ער אז ער מוז קויפן דוקא א טייערע שטריימל.
האט די רבי געמאלדן אז מען זיצט יעצט מיט שטריימל סוחרים און מען גייט ארויסקומען מיט א נייעם שטריימל וואס וועט זיין א שיינע שטריימל פארן פרייז פון צוויי און האלב טויזענט דאללער אנשטאט די פיר און האלב צי פינעף טויזענט דאללער וואס מ'צאלט יעצט און אויך וועט מען נישט דארפן קיין רעגן שטריימל, צו דעם וויל די רבי איינפירן אז די חתן'ס טאטע זאל פון היינט און ווייטער קויפן דעם שטריימל אזוי וועט יעדער אייניג קויפן דעם שטריימל און עס וועט מער נישט זיין די "זיך געפעלן" פארן מחותן משוגעת.

ווי איך הער זיצט מען מיט די סוחרים פון קרויס, מיללער, און לערנער, און די נייע שטריימל וועט מען קענען באקומען ביי די אלע סוחרים.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז עס זאל זיך טאקע אויסארבעטן און די קנאת סופרים פון די קהילות צו שפארן אידישע געלטער זאל גיין מער און מער.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יום בשורה הוא לנו, ממנו ילמדו וכן יעשו!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

איז די זעלבע זאך ווי סאטמאר מהר"א?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

דוכט זיך אז אין קר"י ישיבה איז די תקנה צו קויפן פאר בלויז 1,200 דאלער.

עס קוקט טאקע אויס היבש מיאוס :wink: און דערפאר אפשר מאכט מען ביי מהרי"י טייערער, די שאלה איז נאר צו די שטריימל וועט זיין שענער.

(מ'קען מיר דאך די סוחרים. זיי גיבן כמעט נישט ארויס קיין שיין שטריימל פאר אונטער 4, און עס בלייבט ממילא איבער דאס וואונטש פון יעדן חתן אז ביי זיין ערשטן געלעגנהייט זאל ער קענען אליינס קויפן א פרעכטיגע שטריימל... אויב עס וועט אים נאך גלוסטן)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

די פרייז פון די קהלת מהר"א שטריימלעך האלט יעצט ביי 1,400 געדענק איך.

די שיינקייט פונם שטריימעל איז סייווי בלאס קעגן די שיין און שמייכל אויפן פנים פון מחותן...

כה לחי!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זייענדיג אביסל באקנט אין די שטריימל ביזנעס האלט איך זייער שטארק פון דעם מהלך... די ביז יעצטיגע תקנות וואס פארשידענע קהילות זענען לדעתי נישט געווען צום זאך! פאר 1400 באקומט מען גארבידזש! איה"נ מ'האצעך געשפארט געלט, אבער דאס הייסט נישט געשפארט, ווען מ'קויפט גארבידזש! קענסטעך פאר די געלט מאכן תקנות אז מ'קויפט נישט קיין טעפ, עסצייג אדער גלעזלעך, מ'קען נוצן פלעסטיק קאפס... איי די נייע פארפאלק וועט דארפן זיך ספראוון יעדע פאר וואכן מיט א פרישע פעקל פלעסטיק קאפס... די זעלבע איז דא, די 1400 דאללערדיגע שטריימלעך זענען דיספאוזעבל! ניטאמאל שיין דעם ערשטן שבת!

די נייע תקנה פון א שטריימל פאר 2500 דאללער איז סאך נארמאלער, איה"נ פאר 2500 דאללער קריגט מען נישט די שענסטע שטריימל, אבער א נארמאלע שיינע שטריימל קעמען האבן פאר דעם פרייז...

איך האף אז די אנדערע קהילות וועלן טוישן זייערע תקנות... עכ"פ גיבן אן אפשן פון צוויי שטריימלעך!

דער עולם האקט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

באמת דארף מען ווען קויפן פארן חתן אלעס ביליג, זאל ער זיך העכסטנס אליין איבערקויפן אויב ער וויל, אבער זיין טאטע מוז זיך נישט בארגן, בעסער געזאגט מ'מוז אים נישט צוזאמשטעלן ביים טיי אווענט, ווייל דער חתן זאל האבן א שענער שטריימעל!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אונטער צוויי אהאלב פלעגן זיי ביז היינט געבן גארבידזש במלוא מובן המילה

קען זיין אז טאקע וועגן דעם זענען זיי געגאנגען לכתחילה צו צו 2500
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

;l;p-
וויכטיג מאכער האט געשריבן:זייענדיג אביסל באקנט אין די שטריימל ביזנעס האלט איך זייער שטארק פון דעם מהלך... די ביז יעצטיגע תקנות וואס פארשידענע קהילות זענען לדעתי נישט געווען צום זאך! פאר 1400 באקומט מען גארבידזש! איה"נ מ'האצעך געשפארט געלט, אבער דאס הייסט נישט געשפארט, ווען מ'קויפט גארבידזש! קענסטעך פאר די געלט מאכן תקנות אז מ'קויפט נישט קיין טעפ, עסצייג אדער גלעזלעך, מ'קען נוצן פלעסטיק קאפס... איי די נייע פארפאלק וועט דארפן זיך ספראוון יעדע פאר וואכן מיט א פרישע פעקל פלעסטיק קאפס... די זעלבע איז דא, די 1400 דאללערדיגע שטריימלעך זענען דיספאוזעבל! ניטאמאל שיין דעם ערשטן שבת!

די נייע תקנה פון א שטריימל פאר 2500 דאללער איז סאך נארמאלער, איה"נ פאר 2500 דאללער קריגט מען נישט די שענסטע שטריימל, אבער א נארמאלע שיינע שטריימל קעמען האבן פאר דעם פרייז...

איך האף אז די אנדערע קהילות וועלן טוישן זייערע תקנות... עכ"פ גיבן אן אפשן פון צוויי שטריימלעך!

דער עולם האקט!
תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

די ישיבה גדולה אין קרית יואל - קהילת סקווירא-קהילת באבוב רמ"ד זענען אנגעשלאסען אין א יאניאן אינטערן נאמען "כתר מלכות" וואס קויפט איין די שטריימלעך פין אנדערע קאמפעניס מיט אן האלסעיל פרייז, אין פארקויפט דאס פאר די חתנים פאר $1400 דאס איז מער ווייניגער די וועג צי פארזיכירען אז די שטריימלעך זענען פין די בעסערע קוואלעטי, (אפשר נישט די לענגסטע האר וואס שאקלט וויא א לולב הושענא רבה), אבער נאך אלס שפאט ביליג פאר א חתן.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

וויכי, כ'האב דיר געענטפערט אייניגע מינט'ן בעפאר האסט אויפגעטרעטן... וואס זאגסטו דערצו?

דער תהילים איד האט געשריבן:עס קוקט טאקע אויס היבש מיאוס :wink: און דערפאר אפשר מאכט מען ביי מהרי"י טייערער, די שאלה איז נאר צו די שטריימל וועט זיין שענער.

(מ'קען מיר דאך די סוחרים. זיי גיבן כמעט נישט ארויס קיין שיין שטריימל פאר אונטער 4, און עס בלייבט ממילא איבער דאס וואונטש פון יעדן חתן אז ביי זיין ערשטן געלעגנהייט זאל ער קענען אליינס קויפן א פרעכטיגע שטריימל... אויב עס וועט אים נאך גלוסטן)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

דאס קומט לכאורה אין דירעקטן רעזולטאט נאכדעם וואס א געוויסע שטריימל סוחר האט אנגעהויבן קאמפיינען אז מ'קען ביי אים באקומען "טייערע אפגרעיטעד שטריימלעך" פאר 5000 דאלער, אין די צייט וואס די אנגענומענע סטאנדארט איז נאך ביז לעצטנס געווען אז מ'קאמפיינט אז מ'פארקויפט פאר ביליגע, מעסיגע אדער ריזענעבל פרייזן, האט דאס געטוישט דעם סטאנדארט מיט'ן אפן ערקלערן "מורי ורבותי קומט צו אונז ווייל מיר זענען טייער, מיר ווייסן אייער שוואכקייט אז איר זוכט צו קויפן די טייערע, ואשר על כן קומט צו אונז".

דאס האט וויי געטון פאר אסאך מענטשן ובפרט עסקנים וואס העלפן אידן צו קענען חתונה מאכן די קינדער, און אין רעזולטאט איז געקומען די נייע תקנות
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

בערך ווען האט יענער אנגעהויבן קאמפיינען אזוי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

לויט וויא באקאנט זענען די שטריימלעך פין כתר מלכות געווען א מורעדיגע סוקסעס הן אין אין שיינקייט אין זיי אין קוואלעטי. דאס איז א פאקט. דאס איז די מציאות אז 95% פין די גרויסע סאטמארע ישיבה אין קרית יואל האבן נאר דאס געקויפט. אינקלאדעט די קינדער פין די גרעסטע נגידים... א מציאות וואס האט געוויזען פאר די עסקנים פין קהילת מהרי"י יא עס ארבעט!!! וויא זענען מיר?
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

איעדע תקנה ארויסציהעלפן יודישע קינדער בשעת׳ן חתונה מאכען א קינד איז ווערט באגריסט צי ווערן
תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

די עצם זאך אז פאליטישע אינטערעסן איז אוועקגעלייגט געווארען אין א זייט איז די לעצמו. עס איז אין יעדעמס אינטערעסע אז די שטריימעל רעוועלאציע זאל שפאנען פאראויס, אין ארפברענגען די פרייז צים ציפרידנהייט פין יעדעם
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

תמים, וואס שלאגט איר?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דאכט זיך מיר אז א "כתר מלכות" שטריימעל קאסט שוין היינט נענטער צו צוויי טויזענט ווי צו פופצען הינדערט.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער תהילים איד האט געשריבן:תמים, וואס שלאגט איר?


א פרישע ניק צוליב א פרישע אנטוויקלונג... און ער איז נאך א תמים אויך...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

וויכי אמת טאקע עס איז נישט אזוי שיין אבער עס איז גאר ווייט פון א גארביטש, איך זעה יונגעלייט אין ביהמ''ד מיט פופצען הונדערט דאלערדיגע שטריימלעך שוין פיר פינעף יאר נאך די חתונה, און עס קוקט אויס גאנץ גוט,
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

פאר דוקא טייערער, אדער האלטסטו אז די בעל שמס'קע שטריימלעך זענען אויך שיין, אדער ווייסטו נישט וויפיל די שטריימלעך וואס דו זעהסט קאסטן, אייוו בין דעיר, סאיז פונקט ווי תהלים איד און וויכי האבן ערווענט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

א טייערע שטריימעל וועט זיך געווענדליך האלטען 10 יאר אויב האט מען אויך א רעגן שטריימען, אויטעמאטיש קימט עס אויס 5 יאר ס"ה געניצט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:תמים, וואס שלאגט איר?


א פרישע ניק צוליב א פרישע אנטוויקלונג... און ער איז נאך א תמים אויך...

המממ, כ'זע אז די עסקנים ארבעטן שוין דערויף זינט דעצעמבער יארע 2011 למספרם!...תמים תהיה
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

פאר דוקא האט געשריבן:איך זעה יונגעלייט אין ביהמ''ד מיט פופצען הונדערט דאלערדיגע שטריימלעך שוין פיר פינעף יאר נאך די חתונה, און עס קוקט אויס גאנץ גוט,

דו וואלסט עס געזאגט מיט א חפץ קודש אין די האנט?

אגב, כתר מלכות איז נאך נישט אזוי אלט, די יונגעלייט מיט די ביליגע שטריימלעך פון 5 יאר צוריק האבן דאס געקויפט פון די געהעריגע סוחרים וואס האבן זיי געגעבן גאר שוואכע קוואליטעט, און טאקע דערפאר האט מען געעפנט כתר מלכות אז די חתנים זאלן באקומען אביסל בעסערע סחורה. צו גיין זאגן אז יענע שטריימלעך קוקט אויס גאנץ גוט איז היבש פארפירענד
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”