***א טאנץ מיט די מצות***

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

***א טאנץ מיט די מצות***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בס"ד

***א טאנץ מיט די מצות***

אין ארץ ישראל האט געוואוינט א איד וואס איז ליידער געווען זייער ווייט פון שמירת תומ"צ, ער האט ליידער גארנישט געהאלטן אויס איין מצוה וואס אויף דעם האט ער זיך ממש מוסר נפשר געווען איז געווען אכילת מצה, פאר די וועלט'ס געלט האט מען אים נישט געקענט צוריקהאלטן דערפון.

צום וואונדער פון זיינע באקאנטע איבער די סיבה פון זיין התמסרות צו די מצוה פון מצה האט ער דערציילט אז אונטער דעם ליגט עפעס גאר דערהויבן, הייליג און טייער, און דאס איז וואס ער האט דערציילט:

" ווי איך האב געוואוינט אין א קליין שטעטיל אין אונגארין, דארט האבן געוואוינט א קבוצה פון חסידישע אידן וואס האבן זיך נוהג געווען אינאיינעם ארויסצוגיין זומער אויפ'ן פעלד לעבן שטעטיל שניידן ווייץ פאר די מצות. די חסידים – ווי חסידים טוען – האבן געמאכט דערפון א גאנץ בראטל, מ'האט געטאנצן און געשפרינגן, געזינגן און געקלאטשט, מ'האט געזעהן אז די אידן זענען אויסטערליש פרייליך צו שניידן ווייץ פאר מצה, ס'איז געווען ממש יו"ט אינדערוואכן.

"ס'איז מיר אריין אין די ביינער" האט געזאגט דער אלטער פושע, נישט קיין חילוק וואס אבער מצה וועל איך עסן!

חז"ל הק' זאגן: כל מצווה שקבלו עליהם בשמחה עדיין עושים בשמחה, וואס מ'נעמט און מ'הערט און מ'זעהט מיט שמחה בלייבט עס מיט שמחה, און וואס איז דען אזא כלי מחזיק ווי שמחה? ווען ס'איז מיט שמחה בלייבט עס און מ'קען עס איבערגעבן!

ווען מיר קומען אהיים מיט אונזערע מצות, ווען מ'רוימט ארויס דעם חמץ, ווען מ'טוט סיי וואס פארן הייליגן יו"ט פסח, דער ראש כל המועדים, דער שענסטער יו"ט פון יאר ווי אונז גיימיר ארויס מעבדות לחרות, וואס קען דען זיין בעסער פון שמחה, און מיט וואס קענען מיר זיך מער פרייען, מיט א לעקסוס, מיט א קאדילאק? מיט אפאר דינע גרינע פאפירענע טאלער?!

מ'הערט ביים עולם קרעכצן, ס'קאסט אזויפיל וכו' וכו' וכו', באמת זענען די אידן גערעכט, ס'דארף זיך גיסן א שפע רב אז אידן זאלן נישט האבן וואס צו טוען מיט אזויפיל געלט, מ'זאל קיינמאל נישט דארפ'ן טראכטן אז ס'קאסט צופיל, נאר שטייט דאך אזוי, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ, ס'איז אלץ דא איינער מיט מער און איינער ווייניגער, אזוי וויל אונזער טאטע אין הימל, מיר האבן נישט קיין איינונג פארוואס און פאר ווען און פאר ווער, אבער אזוי איז עס, דארפ'ן מיר טוען ס'בעסטע וואס מיר קענען.

ווען א טאטע קומט אהיים און ער געט א קוועטש, ס'האט מיר אזויפיל געקאסט, אדער אזאליכע ווילדע סטעיטמענטס, ס'ליגט בלוט אין די מצות וכו' וכו' וכו', איז דאס די העכסטע און גרעסטע דרשה וואס ער קען נאר זאגן פאר זיין קינד, ער קען אים דערנאך נעמען צום רבינ'ס טיש שביעי של פסח, אים טראגן חוה"מ האלטן אויף ווי ס'זאל נאר נישט זיין, צו די פלעי'ס וואס אלע מחנכים שרייבן קלאר אז ס'וועט טוישן אייער קינד אויף אייביג! ס'קינד ווייסט שוין אז ווען א מצוה קומט אן שווער דארף מען קרעכצן, ס'איז א ביטערע זאך רח"ל!

-

כ'גיי נישט געבן קיינע מוסר דרשות, כ'האב נאר געהערט א אינגערמאן זיך אויפטוען אז ער גייט מאכן א תקנות סדר, אויף עלעף אזייגער וועט ער האלטן נאכ'ן בענטשן!

כ'וויל זאגן דעם אינגערמאן: פסח ביינאכט איז טאקע דיין אושפיזא, ווייל ביזט אדער דער תם אדער דער שאינו יודע לשאול פון די הגדה!

אגב דאכט זיך איז די הלכה אז מ'דארף אויף זיין אגאנצע נאכט, ענדערש ווי ליל שבועות וואס איז נאר א מנהג, נאר שבועות האסטו מיט וועם צו פארייכערן די לילקע איז דיר עס געשמאקער פון פסח ווען דארפסט זיצן ווי א נארמאלע מענטש צווישן ווייב און קינדער...

וואס מאכט מען אזא פרעשור פונעם סדר? ווער בעט צו מאכן א פאניק? ווער ס'קען נישט אויפבלייבן ביז שפעט זאל העכסטנס שלאפן ביים טיש און לאזן לעבן, רעדט נישט דערפון, שעם זיך דערמיט!

דער מצב נורא וואס מיר קענען און דארפ'ן מאכן פון דעם הייליג נאכט דארף דינען אלץ א מעסעדזש פאר אונזערע קינדער: אז מיר קוקן ארויס אויף די נאכט, אז מיר זענען שוין אפאר וואכן "עקסיידעט" אויף אזא געלעגנהייט צו זיצן מיט די גאנצע פמליא של מעלה, אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון, אונזער גרעסטער שטאלץ און גליק איז אז מיר זענען דעם עם הנבחר, מיר זענען די אויסדערוועלטע צו פראוועם דעם סדר, יעה יעה יעה!

נאך אביסל, שפעטער פארנאכט וועט דער טאטע פון משפחת טויב אריבערגיין אין בעקעריי קויפ'ן די מצות מיט די קינדערליך, און ווען מ'וועט אריינברענגן די מצות אינדערהיים וועט מען גיין אין א רקידה, אשר בחר בנו מכל העמים, מ'וועט אנכאפן דעם שאכט'ל און שפרינגן דערמיט אשרכים ישראל, ווייזן דעם רעסיט פון די עטליכע הונדערט דאלער וואס מ'וועט סווייפן, זאלן זיי זעהן אז מיר זענען גליקליך צו קויפן און צאלן טאפ דאלער פאר מצות!

און מיינט נישט, כ'האלט נישט אזוי שטארק דערביי, אבער פאר חינוך מעג מען און מ'מוז זיך מאכן אפי' ווען מ'איז נישט דערביי הונדערט פראצענט, ועיין בכמה ספה"ק וואס זענען דאס מבאר!

עניוועי, כ'האב געפירקעל'ט במהירות און אי מסודר, א כשר'ן פסח אלע אידן, לשם מצות מצוה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יישר כח גדול! זייער שטארקע און זאפטיגע רייד, זאלן מיר טאקע גאר אינגיכן זוכה זיין צו כאפן א טענצל מיט די מצות און די מרור אינאיינעם בביאת גואלינו במהרה אכי"ר.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק פארען נעמען די צייט און מי צו שרייבען אזא וויכטיגע נושא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ריכטיגע ווערטער, ברויך מען האלטן דעם של ראש אויפן רעכטן פלאץ, יישר כחכם.

א פרייליכן ערב פסח און א כשר'ן לעכטיגן פרייליכן פסח.

----


שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'האלט נישט אזוי שטארק דערביי

נישט וואר!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

זייער שטארקע ווערטער הרב שמעלקא, ייש״כ.
ווען דו רעדסט פון טאנצן מיט די מצות, דערמאן איך זיך אז ס׳ווערט געברענגט פון הרה״ק ר׳ מענדעלע מ׳רימנוב זי״ע, אז ווען ער וואלט זיך ווען נישט געשעמט פונעם עולם, וואלט ער געברענגט די מצות אין שול און געמאכט נענועים דערמיט אזוי ווי די אתרוג און לולב.
גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גביר אדיר »

כמדומה אז עס שטייט נישט פון רבי ר' מענדעלע נאר פון זיין גרויסן תלמיד ומשרת וממלא מקומו דער רבי ר' הערש, אין ספר בארת המים.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ר' שמעלקא, חביבין דבריכם מאירים ונהירין, נוקבים ויורדים חדרי בטן.
וואויל זענען די קינדער וואס האבן אזא לעכטיג אידישן טאטן!


איר האט מיר בתוך הדברים דערמאנט א ניגון פון ר' יו"ט ע"ה, וואס ווען איך הער דאס ווער איך בארירט אזש ביז...
געפונט זיך אויף רעקארד "שלא עשני גוי", ניגון "אין שטאט סאמארקאנד" ‏‎ ‎‏(א איד האט א הויכע נשמה...)
ביטע ווער עס קען, זאל עס אהערשטלן.
ניגון עתיק, מאן יימר!‏‎ ‎
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שמעלקא טויב האט געשריבן:"ס'איז מיר אריין אין די ביינער" האט געזאגט דער אלטער פושע, נישט קיין חילוק וואס אבער מצה וועל איך עסן!


יא יא, מיין פאטער זז"ג ארבעט זייער שווער און מצה בעקערי ערב פסח פון פרי פארטאגס ביז שפעט אזש ער פלעגט אהיימקומען אויסגעשעפט פארשוויצט אבער די שמייכל וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין פנים איז געבליבן איינגעקריצט פאר לאנגע יארן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישר כח ר' שמעלקע פאר די טייערע רייד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

א גרויסן יישר כח ר' שמעלקא פאר די אויפריכטיגע און בענקעדיגע דיבורים,

ס'האט מיר דערציילט א איד אז זיין שוועסטער וואס איז שוין א באבע, יעדעס מאל ס'קומט די ארבע פרשיות שוין וואכן פארדעם רעדט זי דערפון מיט אזא בענקשאפט,
הלמאי, וואס איז שוין? נאר איר טאטע ע"ה פלעגט שוין וואכן פארדעם ווען זיי זענען געווען קינדער, רעדן פון דעם עצם מציאות אז נאכאביסל און מ'גייט ארויסנעמען 2 אדער 3 ספרי תורות, ער'ט אריינגעלייגט אזא מין געשמאק דערין, און אין זאגן די יוצרות, אז היינט אלס באבע רעדט זי מיט אזא געשמאק דערפון.

יא יא, כ'האב זיך איינגעפירט אזא מנהג, (נישט אלס האלט איך דערביי) אז בשעת'ן אנכאפטן די ערשטע כזיתים מצה און מרור געב איך דאס א קוש פאר ליבשאפט צו די מצוות, די קינדער שמייכלען, אבער ס'גייט זיי אריין אין די ביינער, דאס זעלבע מיט די ד' מינים, א קוש דא, א דריק צום הארץ דארט, און ס'טוט אויף אויף מיר אליין אויך.

און לכבוד ידידי בעאבאכטער אט האט איר דעם ניגון,
א איד האט א הויכע נשמה
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א שטארקע זאך.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גאר פיין געשריבן

באקאנט איז די מעשה מיט דער איד אין אמעריקע בימים ההם ווען שמורת שבת איז געווען נישט גרינג פארן ארבייטער
יעדן זינטאג האט מען געברויכט זיכן א נייעם זשאב
דער איד האט געהאט ערליכע קינדער אנדערש ווי אלע אנדרע

האט אים איינער געפרעגט אונז אלע זעמער זיך מוסר נפש אויפן שבת נישט צו ארבעטן וויאזוי זענען דיינע קינדער געבליבן ערליך בעת אונזערע זענען ליידער נישט
האט ער געזאגט עטס אלע קרעכטס אגאנץ שבת אז איר האט פארלוירן די זשאבס בעת איך טאנץ אין זינג אין פריי זיך אז איך קען זיך מוסר נפש זיין אויפן שבת

די כח פין שמחה
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ניגון עתיק האט געשריבן:
און לכבוד ידידי בעאבאכטער אט האט איר דעם ניגון,
א איד האט א הויכע נשמה

א דאנק אייך, (וכאמור מיין 'אוצר' איז נישט ביי מיר)

ר' שמעלקא, הערטס ווי אזוי אידן האבן געבאקן מצות הונטערן אייזענעם וואנט, און מיט וועלכע געפילן, און ווער נאך איז געקומען...
ר' יו"ט ז"ל האט עס זעלבס בייגעוואוינט.
טרערן פון התרגשות גאראנטירט...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ניגון עתיק האט געשריבן:............
און לכבוד ידידי בעאבאכטער אט האט איר דעם ניגון,
א איד האט א הויכע נשמה


"א איד האט א הויכע נשמהההה, א הארץ מיט פיל גייסט און געפילללל,
א הארץ וואס טוט ציען, א הארץ וואס טוט גליען,
אביסעלע ליכטיקייט ווילללל"

איי ר' יו"ט ר' יו"ט ..............

ישר כח פארן ברענגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אה שוין געווארט אויף א שמעלקא'ס ארטיקל
שכח שכח זייער שיין
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

ר' שמעלקא אייער ארטיקל האט בארירט די טיפע סטרונעס פון מיין הארץ.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

זייער שיין אין אמתדיג! שכוח שמעלקי!!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

געליינט ערב יו"ט און עס האט אנגעצינדן אין מיר א חביבת המצוה, יישר כח הרב שמעלקא פארן אראפגעבן אייערע הרגשים.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שמעלקא טויב האט געשריבן:נאך אביסל, שפעטער פארנאכט וועט דער טאטע פון משפחת טויב אריבערגיין אין בעקעריי קויפ'ן די מצות מיט די קינדערליך, און ווען מ'וועט אריינברענגן די מצות אינדערהיים וועט מען גיין אין א רקידה, אשר בחר בנו מכל העמים, מ'וועט אנכאפן דעם שאכט'ל און שפרינגן דערמיט אשרכים ישראל, ווייזן דעם רעסיט פון די עטליכע הונדערט דאלער וואס מ'וועט סווייפן, זאלן זיי זעהן אז מיר זענען גליקליך צו קויפן און צאלן טאפ דאלער פאר מצות!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

תפוח האט געשריבן:ר' שמעלקא אייער ארטיקל האט בארירט די טיפע סטרונעס פון מיין הארץ.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

זייער גוט
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

ר' שמעלקא
אמת'דיגע הארצ'יגע יודיש'ע דיבורים
א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”