Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זהירות נשים?

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:03 am

איך וויל נישט דא קיינעם און איך זאג טאקע קיינעם וויי טון אבער איך וואלט קיינמאל נישט ארויס געלייגט א לינק ווי ס'דא אן אינטערוויו מיט נשים. אין אמת'ן קען מען פארשטיין וואס דא טוט זיך.
ווייל ס'דא מענטשן וואס זיי כאפן זיך נישט און זיי קלערן, וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט איז דא נשים, נו וואס ס'אנדערש אן אינטערוויו, דער תירוץ איז אבער אז נשים איז אלעמאל אזאך וואס א חסיד'ישער יונגערמאן זוכט צו האבן ווי ווייניגער מיט זיי
ווען א חסיד'ישער יונגערמאן וויל גיין נאכקוקן נייעס, און ער טראכט אז ס'קען דארט זייין נשים, וועט ער נישט אהינגיין, ווייל פון נשים דערוואטערט מען זיך,

דאס איז פון אויבן אויף.
נאכאמאל איך בין נישט קיין נאר, איך ווייס וואס דא טוט זיך, אבער איך וואלט ווען געוואלט אז ס'זאל זיין ווי מער באהאלטן, דאס ענין פון גיין צו סייטס ווי ס'קען זיין נשים, דארף זיין א בחינה פון ילבוש שחורים וכו'.

פארוואס דארף מען עס ברבים אראפברענגען, איך וואלט געהאלטן אז מ'דארף אכטונג געבן מיט דעם ענין ווי מער מ'קען.

ביסט א נייעס שרייבער, מוזט דיך טונקן, אין געטאו איז מען אנטלאפן דורך די סוער פייפס,

אבער ס'איז נאך אלץ שטונקעדיג און מ'טוט זיך אן מיט אנדערע בגדים ווען מ'האנדעלט מיט גאביטש,

יודן ווי מער אכטונג געבן
דער אייבערשטער האט אונז ליב,
פאר א שטיקל נייעס, וועל איך נאך נישט אראפברענגען א לינק פון נשים

נאכאמאל איך מיין נישט קיינעם
איך וויל נאר ס'זאל צוריקקומען דעם חסיד'שן געפיל לגבי נשים...
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אפריל 07, 2014 11:29 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:17 am

זייער גוט צום פינטל!

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:25 am

מ'האט נאך קיינמאל אין די היסטאריע נישט געהאט אזא זעלטענע געלעגנהייט.
מ'ווערט דאך דורך און דורך געהייליגט, ווען מ'באשלוסט ביי זיך, איך גיי נישט אהין גיין, ס'שוין דא גענוג מענטשן וואס טוען די עבירה פאר מיר (לשמה פארשטייט זיך) און גייען אהין, און ברענגן דיר אראפ די נייעס פרוס כשמלה.

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:31 am

זייער ריכטיג נשמה! איך האלט אז די מתנחלים דא דארפן אראפשטעל א פיס אויף דעם, עטליעסט ווען די לינק איז דיירעקט צו א פרויען דרשה וכדו', ומגלגלין זכות ע"י זכאי.

שכח פארן אונז אינזין האבן.

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:32 am

יא, א שטיקל וואס קען אפשר ציען מענטשן צו גיין קוקן, זאגט מען העי זהירות נשים!...

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:33 am

כ'פארשטיי נישט וואס דא שטייט.
ביי מיר ווען עס שטייט זהירות נשים מיינט עס פשוט און גראד אז מען קען זען נשים, ממילא אויב איז עס א ווידיאו ווייס איך אז מען דארף אויסהערן נאר די וואויס און נישט קוקן, אויב איז עס פשוט די סייט וואס האט נשים, צינד מען אן די עדד בלאקער, איך זע נישט וואס מען דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט שווארצע ברילן.

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:40 am

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס דא שטייט.
ביי מיר ווען עס שטייט זהירות נשים מיינט עס פשוט און גראד אז מען קען זען נשים, ממילא אויב איז עס א ווידיאו ווייס איך אז מען דארף אויסהערן נאר די וואויס און נישט קוקן, אויב איז עס פשוט די סייט וואס האט נשים, צינד מען אן די עדד בלאקער, איך זע נישט וואס מען דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט שווארצע ברילן.

אויך א מהלך.
איר זאגט דאך אליין אז מ'דארף אכטונג געבן, און איר זיינט מן הסתם א הייליגער יוד. פון אזויפיל מאל אראפקוקן און נישט קוקן אויפן ווידעאו ווען ס'דא א חשש אשה ווערט מען דאך געהייליגט און גערייניגט,

אבער פארוואס פעלט עס אויס צו הערן אן אשה רעדן?
לגבי הלכה האט עס לכאורה נישט קיין חשש.
נאך דערצו ווען ס'איז נישט דער פרוי אליין, ס'איז נאר א מייק,
אבער צו וואס?
אז ס'איז זייער וויכטיג וועט עס יעדערער טרעפן איך זאג אייך צו, צו וואס אבער אראפברענגען?
און וועגן די שווארצע גלעזער, דאס זאגט איר דאך אז מ'דארף צומאל אנטון שווארצע גלעזער כדי נישט נכשל צו ווערן.

מאנטאג אפריל 07, 2014 11:53 am

דברים שבקדושה דארפען כסדר חיזוק א דאנק פאר די התעורות
אפשר וואלט טאקע געווען א פלאן צו ווידמען דעם אשכול אויף חיזוק בעניני שמירת עינים וכו'

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:04 pm

היינטיגע צייטן איז דא א געוואלדיגער געלעגנהייט זיך צו היטן די אויגן. און ווייל מיר דארפן האבן זכותים האט דער אייבערשטער אזוי געמאכט אז מער זכותים זאל זיך וואלגערן. איז יעדעס מאל ווען איך 'נשמה' וועט זיך איינהאלטן און נישט ארומקריכן ווי ס'פעלט נישט עכט אויס, וועל איך דאך דאדורך הייבן מיינע אזוי אויסגעמאגערטע סטאקס, און ווער רעדט אויב וויל איך זייער שטארק וויסן וואס טאקע ס'איז געשען מיט די מאלאזיע עראפלאן, און איך וועל עס דאך שטופן אין א זייט, דזשאסט לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו, וועט דאך דער אייבערשטער מיך אזוי ליב האבן, רבש"ע איך קען ווען טון וואס איך וויל, אבער איך טו נישט ווייל כ'וויל דיר ווייזן אז איך האב דיך ליב, אמת טאקע איך דאווען נישט געהעריג און איך 'נשמה' לערן נישט געהעריג. אבער דאך דא וויל איך דיר ווייזן רבש"ע אז איך האב נישט פארגעסן פון דיר, און איך גיב אכט as the most as i can און דו רבש"ע זעהסט זיכער 'נשמה' יגיעה און וועסט מיר העלפן איך זאל אלעמאל זיין געהיטן און ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיינע הענט.

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:05 pm

רב נשמה, איר מאכט אזויפיל הקדמה'ס און באווארענונגן, אבער לבסוף רעדט איר דאך צו מיר דירעקט. עס איז סתם א שאד אזויפיל ארומצודרייען ווען איך בין דער וואס האט געברענגט די אינטערסאנטע אינטערוויו פון פאקס נויז און געשריבן "זהירות נשים". אלזא לאמיך דיר ערקלערן. אבער קורץ.

איך מאך חלילה נישט אוועק דיין עהרליכקייט, כה לחי! זאלסט אובאכט גיבן אויף אלעמען, קדושים תהי', קדש עצמך במותר לך. האסט זייער א פיינער פוינט, אבער ס'איז איבערגעטריבן. ווייט איבערגעטריבן. אייוועלט ערלויבט נישט לייגן קיין בילדער וואס מ'זעהט אפילו אונעם ווייטן בעקראונד א פרוי, אבער ס'פארשטייט יעדער אז לינקס צו אנדערע נייעס זייטלעך פארמאגן "אלעמאל" פרויען און יעדער פארשטייט ווען מ'ברענגט אזא לינק אז ס'איז נארמאל. מיין עוולה איז נאר אז איך האב עס צו שטארק ארויסגעברענגט מיטן צושרייבן די פאלגענדע ווערטער "זהירות נשים". גלייב מיר ווען איך שרייב דאס ווען נישט צו וואלסטו עס קיינמאל אויפגעכאפט און נישט געטראכט צו מאכן אן אשכול דערוועגן.

א זייטיגע הערה. אז די האסט שוין יא געפענט א אשכול, איז גוט זיך צו באקענען און זעהן די חילוק צווישן צוויי פערזאנען און זייער עדיטוט:

אט איז א אישי וואס איך האב באקומען נאכן פאוסטן די לינק:
;l;p-
ממך ילמדו וכן יעשו, איינער וויל זעהן און אבאכט געבן, איינער וואס אפילו ער פארלאזט זיך אמאהל יא צו זעהן און אוועקוקן וכו', אבער צומאהל וויל ער נישט, אלזא דאס איז די עצה ווי די האסט דא געטוען.

המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.


אין קעגנזאץ האט א צווייטער געפענט א באזונדערע אשכול אין היימישע קרעטשמע צו פארשרייען די געוואלדיגע עוולה.

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:13 pm

איי דאנא, דער למעלה למטה איז שוין באלד אזוי ליבעראל ווי געלעגער לעצטע וואך זונטאג, איך וואלט געצויגן א גלייכע שטראך צווישן די צוויי!

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:14 pm

איך האב מיך אויסגעלערנט צו קוקן נאך מער פאזיטיוו ווי איך פלעג קוקן ביז היינט.
איך האב דיך געדארפט מער דן זיין לכף זכות, זיי מיר מוחל, און איך טו דיר אויך זאגן
המזכה את הרבים אין החטא בא על ידו.

טאקע דיין 'זהירות נשים' האט גערעדט צו מיר מער ווי צו יעדן.

ביסט גערעכט. און שרייב עס צו יעדע מאל דו ברענגסט אזא לינק. ווייל געדענק
המזכה את הרבים אין החטא בא על ידו

שכח נאכאמאל

און די ווערטער וואס דו האסט געשריבן
איך מאך חלילה נישט אוועק דיין עהרליכקייט, כה לחי! זאלסט אובאכט גיבן אויף אלעמען, קדושים תהי', קדש עצמך במותר לך.

וועלן שטיין פאר מיינע אויגן שטענדיג, זיך צו היטן נישט צו גיין אפילו אויף אזא לינק וואס דו האסט נאכגעברענגט.

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:25 pm

יעדער זאל זיך אפלערנען פון 'נשמה' וויאזוי צוריקצוציען באלד מער ווי אריגינאלע תגובות, נאך בעסער אז מ'טוט עס ביים ערשטען מאל...

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:42 pm

וויאזוי איך שייך צו טון ביים ערשטן מאל...
מיך האט געבאדערט אז ער ברענגט אזא לינק בכלל
און איך האב נישט געוואלט דארט הערה'נען ווייל איך וויל דאך נישט אריינהאקן ווי געלעגער האט שוין געזאגט

האב איך געמאכט א אשכול, ארויסצוגיבן מיין תמי', פארוואס איין באשעפער אין הימל מוז מען לייגן אזא לינק.

האט ער מיר געענטפערט אז אזא לינק איז ממש בהכרח, מ'קען נישט אנדערש, מ'מוז,און אז מ'שרייבט צו 'זהירות נשים' פאר אזוינע ווי איך 'נשמה' וואס זאל זיך אפהיטן און נישט אהינגיין, און עס מיינען אמת'דיג לשם שמים און נישט נאר זיך צו קלאפן דאס בייכל און זאגן איך בין א צדיק.

אדער אנדערע וואס זאלן יא אהינגיין און מיט אנדערע אופנים וויאזוי נישט נכשל צו ווערן.
און שוין.

אסאך מאל שפיר איך אויך אז מ'מוז...

פרעג איך דיך, וויאזוי איז שייך עס צו כאפן ביים ערשטן מאל.

קודם האב איך עס אנגעקוקט אזוי, און שפעטער האב איך עס אנגעקוקט אז מן הסתם איז דא א הכרח עס אראפצוברענגען דער לינק, יעדער קען האבן הכרחים, איך 'נשמה' אויך,
און אז ס'איז א הכרח איז דאך דער כלל ההכרח לא יגונה. שוין

און אז ס'איז ממש א הכרח, דארף מען דאך זיין בוחר הרע במיעוטו, שרייבט מען זהירות נשים'.

איך האב נישט געקענט כאפן פון אנהייב אן, וואספארא געוואלדיגער הכרח דאס איז.
אבער אז מ'לייגט זיך אריין אין יענעמ'ס פלאץ איז די מעשה גאר אנדערש.
אז ס'איז א הכרח, איז די מעשה אנדערש.

און דאס זאגט די משנה אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו
ווען איך וואלט איינגעזעהען פאר א הכרח צו ברענגען עפעס אלינק, אויב ס'וואלט ווען געווען די זעלבע הכרח וואלט איך עס געברענגט און צו געשריבן
'זהירות נשים'

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:49 pm

נשמה'לע רעדסט ווערטער, ס'הערטס זיך ווי א נשמה.
די נשמה טראכט, דעבאטירט אין זיך, פרובירט צו קומען צו א ערליכע מסקנה.
עפעס גייט עס נישט, ס'מאנט נאך און נאך, א הכרח ? יא אדער ניין, אוי געוואלד.
מזכה את הרבים ? טאקע, אפשר יא אפשר נישט, איי איי איי, וואס זאל מען זאגן.
וואס וועט מען ענטפערן אויף יענע וועלט ? האסט טאקע געמוזט ?

נו נו, לאמיר שוין אפמאכן.
לעצט פאראכטן דורך נערוועזער אום מאנטאג אפריל 07, 2014 12:53 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:50 pm

נשמה האט געשריבן:מיך האט געבאדערט אז ער ברענגט אזא לינק בכלל


מיר אויך.

ס'איז נישטא קיין תקנות לגבי אזוינע סארט לינקס?
אויב יא צו איך שוין צוריק

מאנטאג אפריל 07, 2014 12:53 pm

וואס וועל איך ענטפערן אויף יענע וועלט?

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:16 pm

זיך האלטען אין די ראמען ווייל באלד קומט ארויף א פרישער "טאטש" אשכול ארויס פון געלעגער נאכפאלגענדיג מיט אן אפריל איינס וויץ.

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:24 pm

וואס איז ערלויבט איז ערלויבט... און דאס איז וויאזוי 'יעדע' ענגלישע נייעס סייט זעהט אויס.

אזויפיל יא, אויב שרייבט מען שוין זהירות, קען מען שרייבן "זהירות, נשים פרוצות".

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:33 pm

זיסע נשמה, האסט מיר אזוי אנגעווארעמט, ב"ה מ'הערט אזעלכע אפענע און הייליגע ווערטער דא אויפ'ן אינטערנעט על טהרת ה...

און בד"וו פארוואס נישט אהערציען א לינק צו דעם?

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:36 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:וואס איז ערלויבט איז ערלויבט... און דאס איז וויאזוי 'יעדע' ענגלישע נייעס סייט זעהט אויס.

אזויפיל יא, אויב שרייבט מען שוין זהירות, קען מען שרייבן "זהירות, נשים פרוצות".

אויב סאיז טאקע פריצות
ווייל דעמאלטס איז עס אסור אפילו בריאה

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:48 pm

צייטליך, איך זע נישט פארוואס דו ביסט געווארן אפענסיוו. די ניק 'נשמה' האט געהאט א קוועטש און -ווי אפגעשמועסט- געעפנט א באזונדערע אשכול און געזאגט זיין מיינונג. ער האט געטון אקוראט ווי ער האט געזאלט טון. ער מעג האבן א מיינונג און ער מעג זיך לאזן הערן ווי לאנג ער פארדרייט נישט קיין אשכולות און איז נישט מוחה לשם מחאה. #זוי_מיין_איך

מאנטאג אפריל 07, 2014 1:48 pm

נשמה האט געשריבן זיין מיינונג, און צייטליך זיינס, מה כל הרעש?

מאנטאג אפריל 07, 2014 2:11 pm

אלעס איז אזוי רואיג דא. די הערסט עפעס א רעש?

מאנטאג אפריל 07, 2014 2:44 pm

געלעגער האט געשריבן:צייטליך, איך זע נישט פארוואס דו ביסט געווארן אפענסיוו. די ניק 'נשמה' האט געהאט א קוועטש און -ווי אפגעשמועסט- געעפנט א באזונדערע אשכול און געזאגט זיין מיינונג. ער האט געטון אקוראט ווי ער האט געזאלט טון. ער מעג האבן א מיינונג און ער מעג זיך לאזן הערן ווי לאנג ער פארדרייט נישט קיין אשכולות און איז נישט מוחה לשם מחאה. #זוי_מיין_איך

פרעגסט גוט און בנחיים_שמואלסאן ענטפערט פיין:
נשמה האט געשריבן זיין מיינונג, און צייטליך זיינס, מה כל הרעש?


וואס איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אין די ענדע איז אז אין די זעלבע צייט וואס די קאמפלימענט האב איך ערהאלטן אין אישי, האב איך די קריטיק - וועלעכע איז געווען געשריבן צו מיר אומ-עמטליך - ערהאלטן אין פובליק. #א געדאנק

למעשה איז אלעס אקעי, צוריק צו די גמרות...
שרייב א תגובה

Advertisement