ערב פסח מ'גייט וועלגערן מצות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

זאגסט דאך גיט, אייביג פלעג איך שוינען די געלעגער סטייל וועלגערער'ס אין זיי מחזק זיין מיט יעדע לא לנו טייגעל.

נאו מאור, גענוג געוועהן מיט די חברה, זיי זענען געפערליכע ליצים.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

האמיר עס ארויסגעפרינט און געליינט שבת, געלעגער האסט אריינגעברענגט אן עונג שבת פאר מיר און די בני בית, זייער שיין.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

קינדער! דרייץ ענק נישט אונטער די פיס... יעדער זאל שטיין דארט בא דע וואנט...

ווער ווארפט טייגלעך אונטערן טיש?!... ווער ס'קעניש זאל נישט וועלגערן!...

געללללעגעערר!!!... שוין אוועק פון וועלגער טיש!... וויפיל מאהל האבעכדער אנגעזאגט אז דו קענסט נישט מאך נישט קאליע!...

נאדער דא א האנטעך און גיי צום קנעטער אים כסדר ווישן זיינע זיעה, און גלייצייטיג פארטרייבן די פליגן פון איבער עם, די פען איז נאכאלץ צובראכן... (יויש... דער מענעדזשער... דער וועט אייביג טוהן נאר וואס אומוויכטיג...)

כאטחילע!!!... נאך 2 מינוט איז כאי!... שפילדעך ניש ארום סאלזאן פערפעקט! געדעך א שאקל!...


געלעגער! הערליך שיין אראפגעלייגט, וויסן זאלסטו אבער אז מיין ארבייט ביי מצות באקן איז קנעטער... איין ווארט איך הער פון די נאך איינמאל!...


ערנסט גערעדט, די הייליגע אטמאספער, דאס חרדת קודש, די ליכטיגע געזיכטער פון די חסידים ואנשי מעשה אינאיינעם מיט די זעלטענע זהירות, די גהויבענע געפילן פון עבודת קודש...
זאלן די קינדעלעך זיך דרייען אונטער די פיס! זאלן אפילו שטערן (די נערוון)! אבער דער הייליג מאמענט וועט זיי באגלייטן כל חייהם!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

;l;p- ;l;p- גוט גוט, האסט מיר דערמאנט מיין ערב פסח פון יארען צירוק..
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

בעאבאכטער האט געשריבן:זאלן די קינדעלעך זיך דרייען אונטער די פיס! זאלן אפילו שטערן (די נערוון)! אבער דער הייליג מאמענט וועט זיי באגלייטן כל חייהם!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שלום עליכם ברוך, שוין לאנג נישט געהערט פון אייך (לייג שנעל אוועק די פאון, די מגי"ש קוקט זיך ארום.. אהה.. ס'איז שוין בין הזמנים!! יע.. )

טראנספארט, פיין צאמגעלאכט מעגליך. אבער רעד נישט פון מיין תפארתי ס'איז א לאנגע פרשה מיט אסאך ווייטאג דעראינטער.

נערוועזער, אזא אשכול איז ממש פאר אזאנע אידן ווי דו. אנגעדרייט ווי א תולה ארץ אבער קיין מצה דערזעט מען נישט פאר די אויגן. לאמיר לאכן פון די וועלט און מאכן אונזער אייגענע סייז מצות. נידער מיט שיינע רינדעכיגע מצות. חחח פאר צרות מצה חצי חמץ...

צייטליך, אויב האסטו נישט עקספיריענסד דעם מעמד דאן רעד נישט אריין. פון ווען דיין טאטע האט דיך גענומען באקן ביז היינט איז שוין צוגעקומען א טוץ און א האלב נאך חומרות. קום מיט מיר אין בעקעריי און דערנאך וועסטו שוין נישט לאכן. וועסט זיך בענקען צו דיינע טאטע יארן.

שוועמל, כ'ווייסט נישט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר, אויב נעבן מיר דאן האסטו נאך א שטיקל טייגל אויף די שיך. רעד נישט פון די הענט וואשן. די געשטיפעריי, די קולות, איי.. (איין יאר בין איך ארוםגעגאנגען עפענען די 'מאשניס' פון די שירצלעך ווען דער עולם איז געווען אריין געטון אינעם הענט וואשן.. ס'איז געווען ליהודים דארט..)

קרעפטיג, קרית שמע איז נאך גוט. איך האב איינמאל שוין געזאגט המפיל.. פרעג נישט וויאזוי עס האט זיך געענדיגט אבער ביים זיך אפוואשן די הענט איז עס געווען בבחינת נעגל וואסער.

ידיד, ארויס פון דעם אשכול. דא פארדאמט מען נאסע זאכן..

מילכיגער, דו האסט גענומען די 'איזי וועי אוט' א דרוק אויפן פייפ און מיט דעם ביסטו פארטיג? אביסל שוויצן פאר א מצוה איז גארנישט ביי אייך? דרוקן אויפן פייפ קען יעדער. לאז מיך זען מאך פון א קניש א מצה. אטא דאס איז א קינץ.

תהלים, הייסט דו ביסט דער איבערקנעטער פון וועם מיר אלע ליידן זיך צוזאם.. פיינעלי געשטעלט א פנים צו די נאמען.

אנעים, דיין 'סקווערע מצות' אויסדרוק האט מיך אויפגעקראכט..

יענקל הערשל משבעים, הנאה געהאט? ברוך השם. מיין פרעשור

שויתי, קוק צוריק אביסל, מיטן שירצל פירן מיר א באזונדערע מערכה.

רייזענדער, א קורצע מעשה'לע פון אייער וועג פון און צום בעקעריי האט איר נישט? רעדסט פון מצה שפראך? מיין מצה שרייט "אנא ה' הושיע נא"..

תרנגול, שנאפס, האום, תעמי. ברוך השם אז מ'קען מאכן שמייכלן אידן.

לכתחילה, איך האב נישט ערווארטעט פון דיר ווייניגער ווי א גומר. וואלסט געמעגט זיין א שיבער אויך אבער נישט פאר דו ביסט אונז מסביר וויאזוי די אויווען ווערט אנגעהייצט און וויפיל האלץ מ'דארף אריין לייגן, ווען ס'איז די בעסטע צו לייגן, די נאמען פון די האלץ, וכו' וכו'. כאפסט וואס איך מיין?

בנחיים, באדינער, משתוקק, וועטערמאן. לאכן און שמייכלן אינעם סאמען ערב פסח אנגעצויגענקייט איז זייער געזונט. איך האב הנאה אז איך האב געקענט זיין די שליח דערפאר.

אהא, וואס הייסט דו האסט מכבד געווען? ביסט אויך פון די איבערקנעטערס? אויב יא, זיי אזוי גוט און ארבעט בעסער אריין אינעם טייג. געסט ארויס געפערליך נאסע טייגלעך..

מצב כללי, ס'איז מיר א פארגעניגן צו הערן אז איך האב געקענט מחי' זיין גאנץ מצב כללי. די פרויען קומט זיך אויך א שמייכל.

בעאבאכטער, מ'האמיר דא לייוו די קנעטער. קום נאר אהער דו. איך קען נישט? ווילסט זען וואס טוט זיך ביי מיין שכן אינטערן טיש? (איך ווארף שיף מיינע טייגלעך...) באמת א פארגעניגען די ארבעט. און מיין נישט. נאך אפאר מאל פראבירן קומט באמת ארויס שיינע מצות. און איך וואלט נישט אויפגעגעבן דאס באקן פאר קיין געלט. ס'איז עפעס א באזונדערע שיינע הכנה וואס ליגט מיר אין די ביינער.

גרינע, מחותן, יישר כוח פארן זיך באדאנקען.

 

און א גרויסן דאנק פאר אלע דאנקערס. הנאה געהאט צו זען אז דער עולם האט זיך מחי' געווען.
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

סארא מיירע!!!...
איך בין 'געליגן פאר געלעכטער'!!...אגב נאר, נישט אז עס גייט מיר אן, סתם אזוי, איך בין דיר מוחל, נאר סתם, איך בין גראדע די קנעטער. עה, ס'גייט מיר נישט אן, סתם...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוי האב איך געלאכט... ס'האט ארויסגעברענגט דאס טיפסטע... אוי טייגל, טייגל. לאז דיך נעקסטיים פון געלעגער'ן.
אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיקאליש »

זיך פיין אינטער געשמייכעלט א דאנק פארען שרייבען
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מיט אלע מעשיות צוזאמען, מיין איך אז מיינע חבורה מצות דאס יאר זענען ב"ה זייער פיין ארויסגעקומען, לאמיר האפן אז ער"פ עט אויך זיין א גוט גערעטעניש, על אפו ועל חמתו פון געלעגער'ן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט חול המועד און שטארק געקוואלן. געלעגער, מיר גלייכן ווען דו קאטשעסט דיר ארויף די ארבל מפעם לפעם אפצושרייבן א ריכטיגע קרעטשמע ארטיקל.
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

געלי פיין געזאגט געלאכט
יעצט העמיר ווארטן אויפן רעדלער'ס טישל
אין פון די ברוינע פאפיר האסטע אינגאנצן פארגעסן ?
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי יום טוב
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

פורים שפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איך האב יעמט גענדיגט קוקן דעם שפיל, ס'איז צום באוואונדערן! איך האב גראדע געהערט אן מוזיק ווייל ס'איז ספירה, אבער ס'איז וואונדערליך
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אויש, מיין תגובה איז ערגעץ פארפאלן געווארן, געליינט אביסל שפעט אבער נאכאלס אינזין געהאט צוריקצוקומען דא לאכן בצוותא חדא אבער טירדת הזמן האט גורם געווען א שכחה.

געלעגער זאלסטע אבער וויסן אז ערגעץ אינמיטן יו"ט פסח האבעך געשמייכלט פון דיין ארטיקל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בערב תאכלו מצות
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ערב פסח מ'גייט וועלגערן מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

וואס איז געבליבען מען זאגט לא לנו מיט אהבתי?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”