חיזוק געבראכט דורך Dailydoseofchizuk

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Dailydoseofchizuk
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 9:33 am

חיזוק געבראכט דורך Dailydoseofchizuk

תגובהדורך Dailydoseofchizuk » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:20 pm

בס"ד

יום ג' שנכפל בו כי טוב ראש חודש ניסן ראש החדשים שנת תשע"ד לפ"ק

לכבוד מיינע טייערע ברודער נר"ו אחינו כל בית ישראל,

אין די לעצטערע טעג איז מיר די מחשבה שטארק פארנומען, נישט אזוי ווייט מיט די הכנות צום הייליגן יו"ט פסח הבעל"ט; נישט וויאזוי מ'וועט דעקן די גרויסע הוצאות החג; נאר ווארום וויאזוי איך קען זיך גרייטן צום מארגן, וויאזוי כ'וועל זיך קענען האלטן נאר פון היינט ביז מארגן ווען דער מצב אויף די וועלט זעהט אויס אזוי שווער.

דער וועלט, די וועלט אין וואס אונז איז באשערט צו לעבן, איז א וועלט וואס האט אין זיך א מבול פון כל דבר אסור וואס איז מלובש אין כל טוב וטוב. אין די וועלט לאכט צו אונז דער שטן, הוא השטן הוא מלאך המות, און ער רעדט אונז איין איינמאל און נאכאמאל צו טוען דאס ארגסטע. דערנאך ברענגט ער אראפ אונזער מאראל אויף א שעדליכן אופן און ליידער געלונגט אים דא דארט אראפצוקלאפן א איד רח"ל.

פארוואס דארף א איד זיין צוגעלייגט? דער איד בלייבט אייביג א חלק האלקי ממעל, א שטיק פונעם עם הנבחר, פון די וואס דער הער פון די וועלט האט אויסגעוועלט אז ער זאל אים דינען, אבער דער שטן טרעפן וועגן צו אראפצופירן דעם מאראל פונעם אידן כמעט ביז נול. און אויב ס'איז ח"ו נישט דא קיין שמחה וטוב לבב, וואס די גאנצע שרעקעדיגע תוכחה אין משנה תורה האט אונז משה רבינו געזאגט קומט "תחת אשר לא עבדתי את ה"א בשמחה ובטוב לבב", קען מען ח"ו גיין נאך אסאך טיפער.

אבער די מולטי מיליאן דאלער פראגע פרעג איך זיך אליין: וויאזוי איז מען זוכה צו זיין בשמחה ובטוב לבב?

מיין השערה איז לעת עתה אז בדיבוק חברים, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, קען מען אסאך אויפטוען אין דעם געביט. און פארדעם האב איך געעפענט דעם אפטיילונג מיינער, טעגליכער דאזע פון חיזוק, א זאך וואס כ'האף אז ס'וועט מיר געבן סיפוק און מחזק זיין זיך צו האלטן און דערהאלטן יעדען טאג.

ווער עס וויל באקומען דעם אימעיל זאל זיך ביטע איינשרייבן אויפ'ן אדרעסע: dailydoesofchizuk@gmail.com

כ'וועל פורברין יעדען טאג בעז"ה צו שרייבן, א ווארט אהער א ווארט אהין, כ'זוך בעיקר קורצע חיזוק ווערטער, עפעס וואס איז גרינג און לייענט זיך שנעל. אויב פאלט אייך עפעס ביי אל תמנע טוב מבעליו און שיקט עס אריין צו אונז אויפ'ן אימעיל.

ויה"ר שאצליח אריינצושיינען אין מיין הארץ און אין אלע אידישע הערצער חיזוק ושמחה לעבוד את ה"א בכל לב ונפש.

DailyDoesOfChizuk
מיר פורבירן א טאג אויף אמאל:
DailyDoesOfChizuk@gmail.com

Dailydoseofchizuk
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 9:33 am

תגובהדורך Dailydoseofchizuk » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:21 pm

(1)

"קיינער נעמט דיר נישט צו"

פון המגיד ר' אלימלך בידערמאן שליט"א האב איך געהערט: פארוואס הייסט די תורה אפשערן א מצורע?

ווייל צרעת קומט אויף לשון הרע; און א מענטש רעדט לשון הרע ווייל ער רעדט זיך איין אז "יענער נעמט אים עפעס צו", שפירט ער זיך באדראעט פון יענעם בארעדט ער אים!

זאגט די תוה"ק: שער אים אפ די הָאר וועט ער זעהן אז יעדע הָאר קומט ארויס פון "זיין אייגן לעכל", קיין איין הָאר וואקסט נישט אין א לעכל וואס באלאנגט נישט צו אים, אזוי זעהט דער מענטש אז יענער "קען דיר גארנישט צונעמען".

מיר דארפן געדענקן אז אלעס געט נאר דער בורא כל עולמים קוב"ה, און וואס עס קומט פאר מיר וועט קיינער אויף די וועלט מיר קיינמאל נישט אוועקנעמען, וואס ס'דאכט זיך מיר אז יענער האט יא אוועקגענומען איז "יענעם געקומען".

DailyDoesOfChizuk
מיר פורבירן א טאג אויף אמאל:
DailyDoesOfChizuk@gmail.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:22 pm

זייער שיין, יהא בואכם לברכה

----

דאזע ספעלט זיך

dose, not does
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ברסלבער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 28, 2012 4:23 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ברסלבער » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:07 pm

זייער שיין הרב חיזוק.

Dailydoseofchizuk האט געשריבן:"קיינער נעמט דיר נישט צו"

פון המגיד ר' אלימלך בידערמאן שליט"א האב איך געהערט: פארוואס הייסט די תורה אפשערן א מצורע?

ווייל צרעת קומט אויף לשון הרע; און א מענטש רעדט לשון הרע ווייל ער רעדט זיך איין אז "יענער נעמט אים עפעס צו", שפירט ער זיך באדראעט פון יענעם בארעדט ער אים!

זאגט די תוה"ק: שער אים אפ די הָאר וועט ער זעהן אז יעדע הָאר קומט ארויס פון "זיין אייגן לעכל", קיין איין הָאר וואקסט נישט אין א לעכל וואס באלאנגט נישט צו אים, אזוי זעהט דער מענטש אז יענער "קען דיר גארנישט צונעמען".

מיר דארפן געדענקן אז אלעס געט נאר דער בורא כל עולמים קוב"ה, און וואס עס קומט פאר מיר וועט קיינער אויף די וועלט מיר קיינמאל נישט אוועקנעמען, וואס ס'דאכט זיך מיר אז יענער האט יא אוועקגענומען איז "יענעם געקומען".

DailyDoesOfChizuk

די נקודה קומט פון מדרש תנחומא תזריע ו'.

    מעשה בכהן אחד שהיה רואה את הנגעים. מטה ידו, בקש לצאת לחוצה לארץ. קרא לאשתו אמר לה, בשביל שבני אדם רגילין לבא אצלי לראות את הנגעים, קשה עלי לצאת מעליהם. אלא בואי ואני מלמדך שתהא רואה את הנגעים. אם ראית שערו של אדם שיבש המעין שלו, תהא יודעת שלקה. לפי שכל שער ושער, ברא לו הקדוש ברוך הוא מעין בפני עצמו שיהא שותה ממנו. יבש המעין, יבש השער. אמרה לו אשתו, ומה אם כל שער ושער, ברא לו הקדוש ברוך הוא מעין בפני עצמו שיהא שותה ממנו. אתה שאתה בן אדם, כמה שערות יש בך, ובניך מתפרנסין על ידך, לא כל שכן שיזמן לך הקדוש ברוך הוא פרנסה. לפיכך לא הניחה אותו לצאת חוצה לארץ.

אויך א חיזוק אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן די מחסורו.
קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:11 pm

וואס קען זיין בעסער ווי א טעגליכע דאזע פון חיזוק?
יישר כח גדול כבוד הרב!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:22 pm

יישר כח פארן עפענען די אשכול, עס איז גאר נייטיג.

דא קענט איר אויף טרעפן א אוצר פון חיזוק
viewtopic.php?f=25&t=21254&start=25
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט