בלאט 1 פון 2

די ענדגילטיגע לעזונג פארן דירות פראבלעם "מאביל הייזער"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 11:47 pm
דורך נאטורליך
אני הק' האב א פשוטע עצה. זאל זיך יעדער אינגערמאן קויפן א "מאביל האום" יא א שיינע מאביל האום, - די סייז קען זיך ווענדן ווי גרויס די פאמיליע איז. מיט דעם קען נעמען א עק צו א זאק מיט פראבלעמען. כמה מעלות טובות עלינו איך וועל אויסרעכענען עטליכע ואידך זיל וגמור

נישטא קיין שליסל געלט, מען ווען נישט דארפן קויפן קיין פורניטשער, מען דארף נישט פעינטען, כמעט נישט קיין גרויסע מעינטענענס. גענדיגט מיט קאנסראקשען און איבער פיקסען אפט. פאר חתן כלה
די זעלבע גאז ביל וועט קלעקן פאר די קאר/הויז/עלעקטריק. די גאז פון גאז סטעישאן וועט זיין פאר אלעם
אנשארענס צאלט מען איינמאל פאר די קאר און דאס איז עס, מען שפארט זיך הויז און פייער אינשארענס. אז מען איז טיכטיג קען מען זיך שפארן טראנספארטעישן צום און פון סקול און חדר
רענט (ליעס אדער פיינענס) איז סך ביליגער ווי די צוויי א האלב טויזענט דאללאר וואס קאסט אין וויליאמסבורג
אויס מיט די גויטע, ערב שבת נעמט מען א קאר וואש אפילו די טייערסטע איז ביליגער ווי די היינטיגע פרייזן פאר גויטעס, דאס זעלבע איז מיט ערב פסח.
אויב עס פאלט א שניי דארף מען נישט פיצען, די שטאט שארט סייווי די גאסן. זימער עס איז זייער הייס פארט מען אריבער א גאס צוויי לעבן וואסער און סי פיין ליפטיג.
א צייט ווי פאר פסח וואס מען דארף מערערע זאכן פון גראסערי, פארקט מען די מאביל ערגעץ לעבן גראסערי. פאר סוכות ערגעץ לעבן א פארק און מען שטעלט אויף אינדרויסען א סוכה. מען וויל פארן יו"ט צום רבי'ן ציהט מען זיך אריבער ווי מען וויל.
מען גייט אויף א באזיך ערגעץ און די משפחה איז שלעפעריג, מען שטעלט זיך אפ סיי ווי און עס ווערט נאכט. א אינגעל שטייט אמאל אויף שפעט, טראגט אים די טאטע מיט די גאנצע הויז אין חדר, בשעת מען פארט טוט אים די מאמע שנעל אן און ער קומט נאך אן פאר די אנדערע קינדער.
א חתונה אויסער די שטאט? קיין פראבלעם, מען דארף ניטאמאל קיין בעבי סיטער, די גאנצע הויז פארט היינט קיין מאנסי צו א חתונה. מען פארקט ביי די האלל, די קליינע בלייבן שלאפן א גרויס קינד קען אבאכט גיבן.
עס פאלט כמעט אוועק די הוצאות פון בעבי סיטער, קאר סערוויס, קאנטרי, מען דארף נישט קיין קאנטרי, יעדן זימער פארט מען מיט די מאביל צו סיי וועלכע קאנטרי פאר אפאר דאללאר וועט מען אייך לאזן ניצען דעם סווימינג פאל. אין א נויט ווען אייך א גיטער איד אריינשיקען אפאר פליגען שלא לבייש את מי שאין לו.

אמת עס איז קליין, דערפאר קען אבער יעדע משפחה באשליסן פרייטאג 12 אזייגער צו פראווען א שבת אויף א צווייט פלאץ. מען פארט אריבער קיין נו דזעשרסי קאנעטיקעט וכדו' און מען זעהט א ניי שוהל, פרעמדע פענימער.
איך גלייב אז אלע שוועריקען מיט וואס דער פלאן איז פארבינדען קען מען זיך גרינגער א עצה געבן ווי א אינגערמאן וואס האט פינף קליינע קינדער און מאכט 800 דאללאר א וואך - שיינערהייט- און צאלט 3000 דאללאר רענט מיט 2000 שכר לימוד און פארבלייבט א בעל חוב עד יום מותו.
מען קען מוסיף זיין כהנה וכהנה, אינגעלייט קבל את האמת ממי שאמרו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 11:53 pm
דורך דער תהילים איד
נע, דער "ממי שאמרו" איז שוין איינמאל אקעי, אבער דער "קבל את האמת" איז נישט אזוי פויגלדיג :lol:

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 9:48 am
דורך ידיד
חחח... נאטורליך עז יוזשעל, פיין אראפגעלייגט! ;l;p-

לאז דיך הערן אפטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 9:54 am
דורך משה הקטן
איך לאך נישט אזוי שטארק פון דיין זשאוק...
אוודאי די רעיון פון ארומפארן מיט די הויז איז גוט פאר פורים, אבער צו וואוינען און מויבל הייזער אויף איין פלאץ איז נישט אזוי שלעכט.
ס'איז דא פלעצער וואס שטחים קאסטן גארנישט, מ'קען דארט אראפשטעלן מויבל הייזער, איינס קאסט נישט מער פון 40-50 טויזנט דאללער, מ'בויעט צו שיינע סטעפס, מ'לייגט ארום שיינע בענק וכו', די הייזער פון אינעווייניג קענען זיין זייער שיין, און אפילו גרויס, טויזענטער גוים וואוינען אזוי. ס'איז נישט אזא שלעכטע איידיע :roll: :mrgreen:

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 9:57 am
דורך ידיד
שווער צו טראכטן אז ס'גייט אמאל געשען אזאנס, אבער קיין נביא בין איך נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:02 am
דורך להגדיל שמו
מעסיוו איידיע...
דאס האט מיר געמאכט די מערסטע לאכען.
נאטורליך איז פריש. העי ווי ניד יא מאר אפטין.
נאטורליך האט געשריבן: א אינגעל שטייט אמאל אויף שפעט, טראגט אים די טאטע מיט די גאנצע הויז אין חדר, בשעת מען פארט טוט אים די מאמע שנעל אן און ער קומט נאך אן פאר די אנדערע קינדער.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:19 am
דורך שנאפס
דער עיקר זיך האלטן פריש און רעדן פון די פארווייטאגטע נושא, אולי וועט עפעס געשען...

נאטורליך עס איז א מעסיוו איידיע, זעה אז אפאר בעל הבתישע אידן זאלן עס קויפן און וואוינען דארט פאר צוויי וואכן, האלב וויליאמסבורג גייט זיי נאכטוהן...

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:30 am
דורך דער תהילים איד
משה הקטן האט געשריבן:צו וואוינען און מויבל הייזער אויף איין פלאץ
...
טויזענטער גוים וואוינען אזוי


וואו?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:32 am
דורך שנאפס
אין אמעריקע

א משל: http://www.applewoodcommunity.com/main.html

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:33 am
דורך משה הקטן
דער תהילים איד האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:צו וואוינען און מויבל הייזער אויף איין פלאץ
...
טויזענטער גוים וואוינען אזוי


וואו?

וואו נישט?
אין די מאונטענס זעהט מען עס זייער אסאך.
אין די גאנצע וועלט זענען דא ביליגע געגענטער וואו מענטשן שטעלן אפ זייערע מויבלס און וואוינען דארט.
קיינמאל נישט באגעגענט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:38 am
דורך משה הקטן
פון די וועבסייט הנ''ל,
אזוי שלעכט?
בערך 50 טויזנט דאללער, נישטא קיין מארגעטש צו באצאלן!

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:41 am
דורך דער תהילים איד
יאלא... געגאנגען!

נאך איין פראבלעם: וואו אין אמעריקא איז דא גענוג פלאץ אויסצולייגן שווערע טויזנטער אזאנע טרעילאר'ס? (אימעדשן וומסב"ג אדער קר"י מיט פרייוועט 1 פעמילי הייזער)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:43 am
דורך שנאפס
אר יו סיריעל?

סיי וואו דער ערד זעט זיך מיטן הימל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:48 am
דורך דער תהילים איד
יענע לאט דארט? אה, עס געהערט פאר איינעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:48 am
דורך והמבין יבין
געהערט אז ס'איז שוין דא איין נדבן וואס פארלאנגט אבער זיבן תנאים
העמיר עס לאזן פאר די ווייסערס אהער צו ברענגען

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:49 am
דורך משה הקטן
מ'רעדט דא פון אפקויפן א ריזיגע שטח ווי קרקע קאסט פעניס, און מ'וועט פארקויפטן חלקה'ס אראפצושטעלן מאבילס. נישטא גענוג אזאלכע?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:52 am
דורך שנאפס
מען דארף נאר גיין צו א פלאץ וואו עס איז נישט דא קיין שטארקע שטורעמעס געווענליך, נישט נעבן וואסער וכדומה

איינער איז אין? איך האב פארבינדונגען מיט א קאמפאני וואס בויט אזעלכע מאביל האומס, איך קען געבן זייער גוטע פרייזן אונאיינוועגס קענט איר שטיצן א היימישן איד משלנו...

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 10:57 am
דורך משה הקטן
קודם דארף מען די לאט

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 12:08 pm
דורך נאטורליך
אויב קומט א גרויסע שניי אין וויליאמבורג?, פארט מען קיין לאנגאיילענד פאר די נאכט.
אויב די פרוי וויל ספענדען א טאג אין מאנהעטען און דער מאן ארבייט דארט פארט מען מיט די מאביל אין ארבייט פאר'ן טאג. הקיצור די פאסעביליטיס איז ענדלעס. די איידיע איז ווערט צו נעמען אין באטראכט.
א אינגערמאן דא אין ארבייט זאגט מיר עס וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבייטן ווייל זיין ווייב מאכט שוין פסח'יג זייט חנוכה, אין א מאביל איז נישט דא אזויפיל צו קלינען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 12:46 pm
דורך געלעגער
מ'קען האבן א פסח'דיגע מאביל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 1:50 pm
דורך מצב כללי
נאטורליך רעדט פון א קליינע מאביל וואס פארט אויף רעדער. די וועבסייט וואס מען האט צוקעלינקט רעד זיך פון גרעסערע מאביל הייזער וואס מען שטעלט איינמאל אראפ אויף א פלאץ און דארט פארבלייבט עס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 1:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
אין אפסטעיט איז דא א קליינע אידישע יושב עפעס א ישיבה, כ'דענק נישט אויף די מינוט ווי (זומער פארדינגען זיי עס פאר די חסידים) ווי עטליכע צענדליגער אידישע משפחות וואוינען אין אזאלאכע טרעילערס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 2:24 pm
דורך פאטאקי08
ידיד האט געשריבן:חחח... נאטורליך עז יוזשעל, פיין אראפגעלייגט! ;l;p-

לאז דיך הערן אפטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 3:09 pm
דורך זאל ער קומען
עס איז היינט דא אסאך וועגן פון ברענגען פארטיגע דירות פאר היפש ביליג, די פראבלעם איז די געגנט און די אינפאסטראקטור, מ'דארף דאך סוער און וואסער און לעקטער עס איז נישט פשוט מדראפט אראפ און מ'וואוינט, אבער עס איז נישט אזוי שווער און נישט אזוי טייער, כ'על בקרוב אראפ ברענגען עטליכע איידיעס פון פארטיגע הייזער וואס מ'קען היינט אראפ שטעלן געפעינט און געסקרעפט און שטארק אויך, ווי האט יענער געזאגט א זיץ האב איך איך דארף נאר ווי עס אראפ צו שטעלן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 3:40 pm
דורך home
די קינדער וועלן אהיים קאלן פרעגן ווי איז געפארקט די שטוב די מאמע וועט ענטפרען אוי געלאזט אין מענהעטן
אין אזוי וואטער