געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך יולי 04, 2007 7:07 pm
א אינטערסאנטע קעפעל? הא?
איך האב נישט געטראפן א בעסערע קעפעל פאר די נושא, אין אויב איינער טרעפט יא א בעסערע קעפעל, טאוו לאק פאר אים, "טוו-בעד" ווי מען פלעגט אמאל זאגען
די מעשה איז, אז זייט כ'האב אנדעקט די שיינע שטעטעלע דא, כשה אחת בין שבעים רעבים, כשושנה בין החוכים, יגעתה ומצאת תאמין, אא"וו {יו נעים איט}
האב איך געהאט חשק צי עפענענן פארשידענע אשכולות, אבער אפילו נאכען דרייען זיך היבש לאנג דא האב איך נישט געטראפן ווי,
ווייל לעולם איז דאך די דארף מיוסד אויף "ווערטליך שנאפס אין א גוט ווארט" אזוי שטייט בפירוש, אויף די הויפט סיין פאר מען קימט אריין דא, הגם מען קען זיך דינגען דערויף ווי באלד עס שטייט נישט די ווארט "נאר" קען גאר זיין אז עס איז בעיקר אויף יענטץ, אין אויף נאך זאכען אויך, אבער זאל זיך נאר וואגען דער "בעל עגלה" צי זאגען אנדערש ווי יגר'ל דער ראש הקהל , מער וועט אים נישט אויספעלן, מ'וועט גלייך עפענענן א קאמפעטישען על טהרות הקודש כדי די אינגעלייט זאלן עס האבן פאר ביליגער כדי מזאל קענענן יענעם אינטערברענן לשם מצווה , אין דער בעל עגלה וועט מיזען זיכען א צווייט פרנסה אינדרויסען פין שטאט
כלפי מה דברים אמורים? דא זיצען דאך אידען על המחיה וואס צווישן איין שיפט אין די אנדערע שיפט זיכען זיי אנידערצילייגען די זעקל ביינער
אין בין וכך ובין שוין אריינכאפען אין פארברענגן אינאיינעם, הומער, איז א זאך וואס מ'קען נישט באשטעלן, עס דארף קימען פין זיך אליינס, עס איז א מתנה
פין באשעפער פינקט ווי א יעדע אנדערע זאך, אין דער וואס האט עס נישט, איז נישט עפעס ווייניגער ווי א צווייטען, ווייל נישט יעדער האט אלע מעלות, אין אפילו דער וואס האט עס יא, איז נישט אייביג גרייט עס צי ניצען,
איך האב געוואלט אין די צוויי וואכען וואס איך בין דא, רעדן אין פלוידערען, אנדערע זאכען העומדים בדברים של עולם, למשל
1}לעצטענס איז געווען באשריבען אין די צייטשריפט די פרשת יאסעלע
האבן זיי געהאט א הקדמה דארט אז מען האט אונז בדווקה איינגערעדט מיט שקרים ביז היינט איבער יאסעלע זאכען וואס עס איז נישט געשטויגען אין געפלויגען, ווי למשל אז ער איז א דראג עדיט וכדומה, {מאמער המסגר: ווען איך בין געוואר געווארן אז דאס, אין נאך ענליכע זאכען זענענן שקר, בין איך געווארן אין כעס, אז מיין מלמדים אין העכערע פין מיר האבן געהאט די חוצפה ביודעים אריינציפרעדיגען אזא שקר על לא דבר, אזאש כ'האב אנגעהויבן צווייפלען אין זייער אסאך זאכען וואס איך האב געהערט פין זיי צי יענס איז אויך שקר אדער יא אמת}
ווי נעריש אונזערע צייטונגען פירען זיך אויף צי אונזער ציבור, שרייבען פארדרייטע נייעס, שרייבען שקר, שרייבען טעותים, איז א מאסט!!!!
מען האלט אונז פאר קעלבלעך, אז מען קען איינרעדן פאר קינד אין קייט א שקר אין זיך פילען גוט כאילו לא היה
2} ביסט א רעפליקאנער- א דעמעקראט, פארוואס, פארווען??
3}וואס איז דיין מיינוג איבער אימעגרעשען, יא-נישט ?
4}מאכסט א אויל טעשענדש נאך יעדע דריי טויזענט מייל? האסט געוויסט אז מען דארף נישט, עס איז געניג נאך יעדע פינף טויזענט מייל!!
5}וואס איז די עתיד פון מיר היימשיע אידן אין וומסב"ג בארא פארק וכדומה?
וועט מען טאקע קינד אין קייט, ווייטער באצאלן די משיגענע פרייזען פאר רענט/קויפן א דירה אין ארבייטען 24/7 עס צי באצאלן אלעס כדי אז דער בילדער זאל קענענן געבן א שיינע נתינה ביים דינער אין די אינגעלייט זאלן פארשווארצט ווערן ביים ארבייטען
אדער מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל קימען צום שייכעל אז די וועג ווי אזוי מיר חסידישע אידן פירען זיך איז א קאטאסראפע, היין ביי דירות, הן ביין קויפן קליידלעך אין שיכעלעך פאר די קינדערלעך, אין זאכען מיזען זין טוישען, חוץ אויב מען וויל ווייטער בלייבען א עבד כנעני פאר זיך אליינס
אין בכלל זה איז די מוראדיגע שאלה, ווי אזוי איז שכלדיג אז מיר זענענן נישט געלאפן קיין בעסוואטער ווי דירות איז האלב די פרייז??
וכהנה וכהנה איז דא אסאך צי שמיעסן אין פאטעלעזירען, אבער עס איז איז נישט דא דא קיין פלאטץ ווי מען קען זיצען אין פארברענגן אויף אזא אופן
יעדער ווייסט דאך סיי ווי, עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז אין מקווה איז די פלאטץ ווי מען איז מחליט וואס די קימענדיגע שריט פין פרעזידעט בוש זאל זיין, אויב אזוי פארוואס זאל עס נישט איינמאל פאר אלעמאל ווערן פאבליק???!!!
איך שלאג פאר א עצה, אז אין די קרעטשמע זאל זיין יעדע וואך א אשכול דביק וואס דארט זאל זיין א נושא וואס מען שמיעסט יענע וואך אדורוך אויף א געהעריגען אין נערמאלען אופן, איינס אדער צוויי, ווי אזוי עס פעלט זיך, אין אדרבה, זאל מען דא פארברענגן בשבת אחים גם יחד בדברים העומדים על הפרק
וזאת למועדי
1}עס איז נישט אינטערסאנט נאר אויב עס קימט פאר דייקא אין קרעטשמע, נישט אין די גלילות פין קרעטשמע, ווייל א גרויס חלק פויערן קימען נישט נאר אין קרעטשמע
2}בדרך כלל, אויב עס וועט זיין ווי אפשען 4 וועט עס פארלוירען ווערן, צווישען אלע אנדערע אין עס וועט בטל ווערן
Advertisement
מיטוואך יולי 04, 2007 8:07 pm
לאמער דער זאגן באלעגאלע, דא קען מען רעדן, דעבאטירן, דעפארטירן, פאליטיזירן, פארפירן, נאכפירן, פארלירן, קריטיקירן (ווענד זיך וועמען.) פארשמירן, אנפירן, מיטפירן, אוועק פירן, ועוד כהנה רבות, (ווער ס'מיינט אז ער האט א הגה אויף די דריי ווערטער פאר די רינגלעך, זאל עס האלטן ביי זיך.) מאכן א דביק, האבן זייער אסאך חברים ובתוכם מנהלים נישט ליעב, ווייל ס'קריכט אויף די נערווען, און לגבי די ענינים פון דעבאטעס, ווענדט זיך וועלכען נושא דו נעמסט, פון די פאר וואס דו האסט אויסגערעכנט, באלאנגט אפאר אין די קרעטשמע, און אפאר אין די וועלטליכע פורום, און א דעבאטע האלט סייווי נאר אן, ווי לאנג מ'רעדט דערפון, סאו, ווי לאנג מ'רעדט אריין דערין, איז עס סייווי אויבן, און אז מ'רעדט נישט דערין, איז משמע, אז ס'איז שוין נישט דא וואס צו צולייגן, נאך וואס דען זאל עס זיין אויבן, פארשטייסט.
מיטוואך יולי 04, 2007 9:00 pm
לעצט פאראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:43 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יולי 04, 2007 9:08 pm
בעל עגלה, פרעג נישט צופיל קשיות, מאך ווייניגער הקדמת, טוה צו דער זאך. שרייב וואס עס דריקט דיר און דער עולם וועט זיך משתתף זיין. שרייב א נייער אשכול אדער קראץ אפיר אן אלט'ס
איין זאך וואס כולם פה אחד ווילען דא. אז לשון הרע ורכילות, הלבנת פנים און טשעפען זאל דא פארבלייבען בבל יראה וימצא.
חוץ מזה קענסטו שרייבען ממה שלבך חפץ. אדרבי' ואדרבי' מיר האבען הנאה צו לייענען א גיט שטיקעל, זיך מתוכח צו זיין כזה שואל וזה מפרק.
מיטוואך יולי 04, 2007 9:18 pm
נישט קיין פראבלעם בעל עגלה, פון מיין זייט שרייב אינטערעסאנטע זאכן זאל זיין אפילו אין קרעטשמע גופא, אפשר וועל איך קומען אפטער.
איך רעד אין צוזאמענהאנג פון אן אנדער אשכול יעצט געזען איבער די אינסיידערס.
מיטוואך יולי 04, 2007 11:54 pm
לשיטתי, אדרבה, עס פעלט אויס אזוינע אשכולות וואו מען פירט געשמאקע באזעסענע געשפרעכן, און מען שמועסט אויס מיינונגס דיפערענצן. עס מאכט די קרעטשמע מער תוכנ'דיג און אינטערעסאנט. הומאר? אדרבה, ווער עס פארמאגט וועט עס במילא צולייגן אין זיין תגובה. און ווער נישט וועט אויך גארנישט פאסירן. ווילאנג עס האט תוכן איז אלץ גוט.
דאנערשטאג יולי 05, 2007 8:02 am
בעלעגאלע דיין נארטיעקל קודם איז זייער שיין און תוכן פול, איך פונקט ווי אלע האלט איך זייער פון דיין איידיע, איך גלייך ווען יעדער זאגט זיין מיינונג מיט א פעסטקייט, עס מוז נישט אלץ זיין פון די עניני קרעטשמע גופא זאל עס זיין פון דרויסענדיגע זאכען,
פאר מיר איז פון די פילע אויסגערעכענטע ביישפילען -איך רעד נאר פאר מיר פערזענליך מיר טראגען נישט די אחריות פון די ליינער- איז נאר אינטערסאנט ביישפיל נומער 'צוויי' 'פיר' און 'פינעף', און איך בין גרייט אריינצורעדן כזקין ורגיל,
נו לאמיר אנהייבען, די וואך אין איראק ביי די שטעטל באצ...
אוי איך דערמאן זיך יעצט, אז אזא ארטיקעל פון נומער צוויי איז שוין אנגעגאנגען אונטערען נאמען "נייעס". וואס גראדע איז ער געווארען אויפגענומען מיט אפענע ארעמעס ביי כמעט אלע תושבים דא פון דארף, איך ווייס אלייניש וואו דאס איז אהין געקומען, אבער וואס זיכער איז, אז אונטערסאנט וואלט עס געווען צו זעהן ווי היימישע כעוורע זאגען אריין זייערע מיינונגען פון א אידישע און טייל מאל פון תורה'דיגע שטאנדפונקט.
אדרבה דו בעלעגאלע, דו הייב נאר אן צו שלעפען די לייצעס אדער ווי אנדערע זאגען לייצעם, און עס וועט שוין פארען ווייטער ווי א פערד און וואגען, (וואס מען דארף האלטען און איין שמייעסן ער זאל זיך נישט אפשטעלען פון זיין גאלאפ).
יעעעעעעעעעעעעעעעעעעעממממממממממממוד אינו מורינו ואינו הרב, מיט אן ערשטע סעריע פון א צווייטע ארטיקעל לכבוד הקרעטשמע.
(איך קען דאס אליין.. ברוך האשעם מבורך לולעם וואעד)
דאנערשטאג יולי 05, 2007 10:24 am
אדרבה, פאנג שוין יעצט אן, נאך פאר איך דריק שלח אויף דעם תגובה. אויף די שאלה וויפיל א וואך? אויב איינס גייט גוט, האלט איך אז עס איז נישט גוט אנצופאנגן א צווייטע, ווארט ביז די ערשטע וועט איינשלאפן, דערנאך פאנג אן א צווייטע.
דאנערשטאג יולי 05, 2007 10:32 am
באלעגאלע,
א פיינער ארטיקל, כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון, און איך האב זייער הנאה פון דיין פארשלאג, און איך ווארט אז די זאלסט שוין אנפאנגען מיט א ענין,
אן ארטיקל איבער די אויל טשענדזש איז אויך נישט קיין פראבלעם, עניטינג.
דאנערשטאג יולי 05, 2007 10:50 am
איך גלייב אז דו דארפסט שוין נישט מיין הסכמה, נאך אזויפיל הסכמוס פון די וועטעראן שרייבערס פונעם שטעטעל.
(דער ארטיקל איז א מוסטער (סעמפאל) אז דו קענסט

.)
דאנערשטאג יולי 05, 2007 11:16 am
בעל עגלה סטארד רייט נאו אבער שוין עס איז אסאך בעסער זין צי טענען אויף א נארמאלע זאך ווי סתם רעדן שטיתים סא הייב שוין אן
הצלה רבה כל טוב
דאנערשטאג יולי 05, 2007 2:00 pm
מ'קען שוין אננעהייבן פארן, בעל עגלה נעם די ליצצעס
דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:14 pm
דארפסמאן האט געשריבן:בעל עגלה סטארד רייט נאו אבער שוין עס איז אסאך בעסער זין צי טענען אויף א נארמאלע זאך ווי סתם רעדן שטיתים סא הייב שוין אן
הצלה רבה כל טוב
דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:46 pm
באלעגאלע
די ספיד לימיט דא אין די קרעשטמע איז זייער קאמפליצירט.
אז די הייבסט אן דרייוון, דארפטו זיכערמאכן אז אלע אויטאס אויפן שאסיי זאלן זעהן ווען די קומסט און ווען די פארקירעוועסט.
נאך א קליינע נקודה: יעדע דעבאטע קען זיך ציען און ציען, אבער זעה אז צו קיין תכלית זאל עס נישט קומען.
דעמאלטס איז די דעבאטע קאפוט.
דאנערשטאג יולי 05, 2007 5:01 pm
איך האב געשטימט מיטן רוב (אזוי ווי שטענדיג. פערצופאל יעצט האב איך געמאכט דעם רוב).
און אזוי ווי איך האב דאס בעסטע געגליכן נאטורליך'ס רייד פון אלע מגיבים אין דעם אשכול, וועל איך אים ציטירן:
נאטורליך האט געשריבן:בעל עגלה, פרעג נישט צופיל קשיות, מאך ווייניגער הקדמת, טוה צו דער זאך. שרייב וואס עס דריקט דיר און דער עולם וועט זיך משתתף זיין. שרייב א נייער אשכול אדער קראץ אפיר אן אלט'ס
איין זאך וואס כולם פה אחד ווילען דא. אז לשון הרע ורכילות, הלבנת פנים און טשעפען זאל דא פארבלייבען בבל יראה וימצא.
חוץ מזה קענסטו שרייבען ממה שלבך חפץ. אדרבי' ואדרבי' מיר האבען הנאה צו לייענען א גיט שטיקעל, זיך מתוכח צו זיין כזה שואל וזה מפרק.
דינסטאג יולי 10, 2007 12:24 am
באלעגאלע, עפעס נייעס בין איך שוין געוואר געווארן, און עפעס געלד גיי איך שוין מאכן אדאנק דעם,
ווארום, איך פלעג מאכן דעם אויל טשעינז ביי 2999 מייל, און דאס איז געענדיגט,
גיי אן, עס קען אונז צינוץ קומען.