Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פון עסטער-טאנעס ביז פורים

מיטוואך מרץ 12, 2014 6:32 pm

(ערשינען אין "מי מנוחות" פורים אויסגאבע)

א מעשה שהי' באזירט אויף אמת'ע פאקטן – נעמען געטוישט משום חשש גילוי הה"ד מילתא דעבידא לגלו"י לו משכר"א אינשא ודו"'ק.

ליל התקדש החג

וכל מ-ע-ש-ה תק... – ברימט זיך דערוילעם אונטער צוזאמען מיטן בעל קורא ווי ביי דער "כאלה" אום פסח – ווי עס וואלט ווען געווען אריינגעשריבן 'קו"ח' ביי די לעצטע קאפיטל פון די מגילה. דער פארשוויצטער בעל קורא מיט די נאסע מקוה פייעס פארשטייטערט צעביסלעך זיין ספיד אויסנאגנדיג יעדעס ווארט, ס'קוקט אויס ווי ער פירט א מערכה מיטן אויסגעהונגערטער ציבור טראכטנדיג ביי זיך אשאד דערוילעם ברימט מיט און זיי קענען צוליבדעם נישט הנאה האבן פון דעם אזוי זיסן קאלאראטאר וואס איך לייג אריין אין די לעצטע פאר פסוקים אזוי אז מען זאל בלייבן מיטן גוטן טעם אין מויל, וואס ער נעמט אבער נישט אינאכט איז דאס וואס די גומען ביים עולם וועלכע האבן זיך כמעט גענצליך אויסגעטרוקענט פונעם תענית בעת דער האט געגעסן מיט אזא זאפטיגן אפעטיט דעם מגילה, אט די גומען הייבן איצט זיך אן אביסעלע אויפצולאזן מאכנדיג פלאץ פאר א דערפרישענדער זיפ פונעם אונגארישן קוניאק וואס וועט זיך צעגיסן אין אלע ביינער עס וועט זיך שפירן גענוי ווי "א גלעזעלע בראנפן נאך א תענית!"

ענדליך ענדליך האלט מען שוין ביים לעצטן פסוק וואס דערוילעם זאגט עס פאר מיט גרויס פארגעניגן שפירנדיג ווי מען שטופט שוין דעם שיף צום בארטן, אבער דעם בעל קורא, נישט קענענדיג זיך געזעגענען פון די מגילה האלטנדיג שוין ביי די 'דיזערט', כאפט דעמאלטס אן א ספעציעלע 'התלהבות' אזוי ארום ווען ער שרייט שוין אויס דעם ודובר שלום לכל זרעו פארבלייבט נאך פארן ציבור צוזאמצודרייען בלויז איין עמוד פון די מגילה, נעמליך דעם לעצטן עמוד.

ווי נאך א הונגער יאר; ווי אחרון של פסח נאך 'לשנה הבאה'; ווי יום כיפור ביי די פסוקי יחוד (האסט נאך משלים?) הייבט זיך אן א געיעג אין ביהמ"ד – גיי ווייס וואו מען יאגט זיך – דערוילעם לויפט גלייך צו צו די פריש (נישט די קעיק) אנגעגרייטע טעצער האלב-פארפרוירענע בראוני קעיק, וואס ר' נחום האט ווי זיין יערליכע חזקה מנדב געווען לעילוי נשמת זיין אומפארגעסליכע עלטער-שוויגער, אלעס זיצט ביים טיש אריינגעטאן אין די חנק-קעיק, חוץ צוויי חברה נעמליך דער שמש וואס אלס 'ביזנעס ביפאר פלעזשור' איז ער פריער געגאנגען שאר מאכן אז די קוין-געקלאפעכץ ביי די מחצית השקל זאל אנגיין אומגעשטערט, און דער צווייטער איז מאטל וואס זיין שלומאזאלעס האט יעצט אויך געשפילט א ראלע ווען ער האט בטעות ארויסגענומען א ראול ניקל'ס צו באפרידיגן איינע פון די קינדערישע פושקע באזיצער'ס וואס צוליב דעם איינעם חטא איז ער נעבעך באלאגערט געווארן דורך א גרופע אנגעגעסענע יונגלעך וועלכע האבן אנגעגרייט די טעצער, די וואס שפירן יעצט פאר א גאלדענע געלעגנהייט צו פארדינען נאך א ניקל.

אונזער ערעב נחום ערלויבט זיך איין מאל א יאר אין 'זיין טאג'–תענית אסתר ארויפצוברענגען א (זויערע) שמייכל פון איין ארויפגעדרייטע פאה צום צווייטן אראפגעלאזטע פאה, בעת דער פריש דערמונטערטע עולם וואונטשט אים לחיים באגלייט מיטן עלי'-רפואה-ישועה וואונטש (איינער לייגט נאך צו 'פאר המן א תלי'' – לץ וואס ער איז), נאכן פארזוכן פון זיין ראסטיגן-גרינעם-באטל בראנפן וואס ער האט היי יאר ווי זיין יערליכע שטייגער אום תענית אסתר נאכאמאל 'באפרייט' פון זיין טלית-בייטל צו טיילן פאר יעדן, און נאופ, דער באטל האט זיך גארנישט נישט געענדערט זינט פאראיאר-כ'מיין צוויי יאר-אפס סארי דריי יאר-אפשר פיר יאר-הקיצור פאר די לעצטע צענדליגער יארן! וואס מיר האבן שוין די זכי' צו טועם זיין איינמאל א יאר פון דעם (אומ)געוואונטשענעם באטל, און מיר שפירן עס א גאנץ קאלעכיג יאר ביז דאס אנדערע יאר אסתר-תענית.

זעליג דער גוטזאגער דרייט זיך ארויף און אראפ פון איין עק ביהמ"ד ביזן צווייטן, זיין אויפגעהויבענעם קאפ זאגט עדות אז ער עקסעפט\עקספעקט נאך שכויעח'ס פונעמוילעם אויף זיין געלונגענעם דזשאב דעם פארגאנגענעם שבת ווען ער האט ארומגעדרייט מיט די ניגונים ביי לכה דודי מיט ליהודים און וניהפוך מיט אזא געניטקייט, ער געוואונט טאקע די אויפמערקזאמקייט פון נתנאל'ן וועלכער האט זיך נארוואס עטוואס בארואיגט פון זיין געטשאוקטער געלעכטער שבת ביי לכה דודי אזש ס'האט זיך געוואלט שרייען כהנים ארויס!– ביידעוועי, כ'דענק נאך זעליג'ן פון ישיבה ווען ער האט אום חודש אדר א' נאך בעפאר מען האט געמעגט רעדן פון פורים – חחח – אויפגעטוישט אן רשות פונעם מנהל די טאוולען, כא כא לייגנדיג דעם דע לפני מי עתה עומד טאוועל ביים לאנטש רום חחח און די פרנס היום טאוועל ביים חחח בעל תפילה'ס עמוד חחחח...(פה נמחק כמה "חחחחח'ס ודו"ק כי קצרתי) –דער פורים רב וועלכער איז שוין געקומען צו מגילה ליינען – פונקט ווי אלע קליינע קינדער – פארשטעלטערהייט מיט זיין געילען צעשטרויבעלטן שטריימעל וואס שטייט אים אויפן שפיץ קאפ (ווי עס שיינט איז דער פ"ר פון וועמען ער האט עס גע'ירש'נט געווען מער קליינקעפיג), מיט זיין פינקן בעקיטשע, ער פארשטייט ברוב פקחתו אז יעצט איז די צייט געאייגענט ספעציעל פאר אים צו פראווען אביסעלע רעביסטעווע, ער זעצט זיך אויבנאן- אויבנאן? דארט ווי ער איז משער אז יעדער וועט אים זעהן און נהנה זיין פון זיין זיסקייט, ער הייבט אן צו זינגן שושנת יעקב אויף דעם ניגון וואס חיים יצחק דער חזן זינגט אלס ביי קל אדון זייענדיג זיכער אז ער פארבלייבט דער סאלא ווייל קיינער קען נישט דעם ניגון, דער פורים רב זינגט איינער אליינס, ווען ער מאכט ענדליך שלו' מיטן מצב אז ער איז איינער אליינס ווי א נער אויפן מארק (גראדע נישט דאס ערשטע מאל דעם אדר), באשליעסט צו ציען אויפמערקזאמקייט דורך א צווייטע געוואונטשענע מיטל נעמליך דורכ'ן מאכן א הויכע פורים-קידוש אויף די גלעזעלע בראנפן נוצנדיג די זעלבע פורים-קידוש נוסח וואס איז נאך איינגעקריצט אין זיין קעפעלע אלס גירסא דינקותא פון ווען ער האט געדינט אלס פורים רב אין כתה ה' - יוש האבן די קינדערלעך געלאכט דעמאלטס. אההה... דאססס האט שוין געקאסט א ווילדן געלעכטער פאר אלע אידן וואס פארמאגן בירושה שוואכערע אונגארישע מילצן.

עימיצער א גוטע הארץ, וועלענדיך כאפן א מצוה 'בו ביום', גייט צו צום פורים רב בעטן שיריים, לויטן שמייכל וואס דער האט ארויפגעצויגן אויפן פ"ר'ס געזיכט האט ער שוין מיט דעם יוצא געווען אלע מצוות היום פון דעם היינטיגן טאג אין איין שאס. צעביסלעך ווערט ליידיגער אין ביהמ"ד ווען יעדער כאפט זיין שלמה'לע וועלכער איז פארמישט אין א פארמעסט וועמענס גראגער קלאפט העכער, און מ'יאגט אהיים, אייניגע זויערע אידן בלייבן נאך זיצן על מקומם ווי תשעה באב נאך די קינות פארזינקן אין כמורע, ווען אין זייער קאפ זינגט זיך נאך אונטער דעם "אשר הגלה", נישט קענענדיג שלו' מיטן מצב אז היינט איז פורים, און בלית ברירה וועלן זיי מוזן היינט כאטש איינמאל אויפברעכן זייער פנים וואס ווערט פארהארטעוועט משך'ן יאר מפורים לפורים צו געבן א שמייכל, אוי ווער ווייסט מיט וואספארא טיפן קרעכץ און זיפץ די 'שווערע' מצוה פון שמחה ווערט געטון אזש עס שרייט זיך ארויס דעם מי כעמך.... דער פורים רב קוקט מיט פארוואונדערטע בליקן נישט קענענדיג פארשטיין פארוואס און וואו דערוילעם אנטלויפט....

ווי א פורים-רב-געביסענער יאג איך ארויס פון ביהמ"ד מיט די רעזשוואלקע אין איין האנט און די מגילה אין די צווייטע האנט, אויסמיידענדיג די צוויי וואס זענען "שיכור" געווארן פון די האלבע אונס 'אויספאסטן' בראנפן און עס גליסט זיך זיי יעצט מיטן אויסגעפאסטן מאגן צו כאפן א רקידה'לע אין די האלוועי הבית מדרש, די זייגער ווייזט אז אין א האלבע שעה פארט די באס קיין ווילי, וואוסנדיג פון עקספיריענס וואספארא האומווארק עס ווארט מיר אינדערהיים ביז איך וועל מיך קענען זעהן ווארטן אויפן באס אריינצופארן צו מיינע עלטערן, פארשנעלער איך מיינע שווערע טריט.

אויפן גאס באגעגן איך שוין שמעלקא וועלכער האט שוין גלייך ביים זמן ווי זיין יאר יערליכע שטייגער ארויפגעלייגט זיין גרויסע ברוינע טעדי-בער אויפן דאך פון זיין קאר, ווי ווייט איך קען אים וואלט ער עס גערן געהאלטן דארט א גאנץ יאר. נאך ארום 7-8 מינוט לויפן, הער איך שוין די היימישע קולות וואס מעלדט מיר איין אז איך שטיי שוין ביי די טיר פון משפחת רייזענדער, די זייגער ווייזט אז אין צוויי און צוואנציג און אהאלב מינוט פארט שוין די באס, מיט א געמאכטע רואיגקייט פאנטש איך אויף דעם טיר שרייענדיג מיט גרויס שמחה: טנ'פורים! טנ'פורים! (קרעדיט: יאסעלע - קול מבשר) מיין געשריי פאלט גלייך אין ריכטונג פון מיינע צוויי בורדאקע'ס וואס קומען מיר אנטקעגן מיט זייערע פארקלעבטע המן-טאש-הענט, איינער מיט רויטע פארוויינטע אויגן און דער צווייטער מיט שטראלענדיגע בליקן, הכרת פניהם ענתה אז דא פעלט זיך אויס אן ערענסטן "שלום-אפמאך". ס'רעביצין איז פארנומען צו באשמירן מיין צוויי חדשים'דיג בעבי וואס פראטעסטירט מיט אן אויפטרייסעלנדע געוויין, נאך אפאר מינוט ווערט דאס קליין זיס פנים'ל פארוואנדעלט אין אן אנגעפירקעלטן קינדערישע קאלארינג-בוק, ווען מיין רעביצין האפט אז יעצט וועלן אלע יאכנעס מוזן מודה זיין אז די קליינע עדארעבעל רויט-שווארצע קליידל טוט רעפרעזענטירן א קיוט לעידי-באג.

די זייגער רוקט זיך אנע רחמנות, ס'פארבלייבט נאך דרייצן מינוט ביזן באס, 'באהבה מגולה ותוכחה מסותרת' הייבעך אויף דעם בייטש צו טרייבן דעם מצב, ס'רעביצין באנוצט זיך מיט א קליינעם לייטער'ל ארויפצובויען דאס לעצטע המן טאש אויף די העכסטע שטאק פון די שוויגער-שאלעח מאנעס, איך פון מיין זייט שטייעך אויך נישט ליידיג, מיט איין האנט שלעפעך צוזאם אלע פעק-און-זעק מאכנדיג הקפות ארום די גאנצע הויז זיכער צו מאכן אז איך לאז גארנישט איבער, מיט די צווייטע האנט טוה\פראביר איך אינטערצויאגן די ווערטשאפט, ס'רעביצין פארזיכערט מיך אז נאך צוויי מינוט און זי שטייט גרייט, והך קאווע, נאך צעהן מינוט זעה איך טאקע ווי גערעכט זי איז אז טאקע אין צוויי מינוט (גענוי ווי זי האט פארגעזאגט) וועלמיר קענען פארלאזן דאס זאל. איך שטיי שוין ביים טיר אנכאפנדיג מיין קליינעם וואס טראגט אויף זיך דעם שווער'ס עלטער פעטער'ס ירושה-שטריימעל וואס פאלט אים אריין ביז איבער די נאז ועד בכלל, רעפרעזענטירנדיג א רעבעלע\מרדכי הצדיק, אויך מיין קלענערע מיקי-מאוז כאפט זיך שטארק אן אין מיין רעזשוואלקע, דאס רעביצין טשאטשקעט זיך נאך מיט מיין צוויי חדשים'דיגע – אמממ.. יו.. כ'האב פארגעסן... דערמאן מיך נאר.. נו – אה, לעידי-באג! איך שריי אז ס'איז נישטא קיין צייט יעצט – געגאנגן! אבער זי שטעלט אראפ א פיס אז זי וויל נאך קודם כאפן א פיקטשור פון די לעידי-באג פאר די מעמאריס, כ'נעם זיך שרייען געוואלד די באס פארט! ד-י ב-א-ס פ-א-ר-ט!!!!!! אונז קוילער מיר זיך ארויס פון הויז פארסאפעטערהייט, פרעג מיך נישט-ווייל כ'דענק נישט ווער ס'האט געשלעפט וואס, מי בקינדער ומי בשאלעח-מאנעס מי בפעק-און-זעק ומי בקערעדזש מי ינוח ומי ברעש וכו' וכו' איין זאך ווייסעך, אז איך זעה\הער שוין פונדערווייטנס דעם (געווען אמאל)-ווייסן אויפגעשוואלענעם מאנדראו באס, וועלן טוט שוין גענעינען (אזוי ספעלט מען עס?) צו אונזער ריכטונג.

א רייזע אום פורים

פונעם ארויפטרעטן אויפן באס ביזזז טיף אריין אין וועג הייבט זיך אן א לאנגע רייע פון אומענדבארע מולטי-טעסקינג, ווי נאר די באס שטעלט זיך אפ הייבעך אן צו עפענען טראנק נאך טראנק: די ערשטע איז אנגעשטויסן מיט א זיבן-אכט אייער באקסעס וואס ווער-ווייסט-וואס ס'ליגט דארטן (ס'ליגט שוין דארט זייט צוויי וואכן צוריק מוצאי שבת ווען איך האב גענוצט דעם באס); אין די צווייטע איז געפארקט 'דאבעל-פארקט' א ברייטע כמעט אומצאמגעלייגטע דאבעל קערעדזש; די דריטע איז סתם פאר נאו גוד ריזען פארהאקט! ענדליך נאכן אפשטויבן יעדן טראנק באזונדער מיט אפאר קלעמעס דערנעבן וואס קומט ווי א פעקעדזש-דיל, טרעף איך עפעס א ליידיגע פארקינג פאר מיינע פעק-און-זעק, איך שליידער אריין אלע ענינים אן קיין סדר און איין מאל; צוויי מאל; ס'פארהאקט! איך שפאן איין אלע מיינע רמ"ח אברים צו די עלי' אויפן באס מיט איין האנט הייבעך אויף מיין דריי יעריג'ס ווען מיט די זעלבע האנט שלעפ איך די שטריימעל באקס וואס הענגט שוין נאר אויף איין זייט פון די הענטל, מיט די צווייטע הענט שלעפ דעם ריזן שוויגער-שאלעח מאנעס וואס על פי צוואתה דארף איך עס האלטן גראד אז חלילה די סאוס זאל זיך נישט אויסמישן מיט די המן-טאשן, איינער האט נאך עפעס פאר מיך צו האלטן? ד' מינים; ערב פסח מצה באקס; טלית בייטל, איינער האט נאך אן איידיע?

אה, פאר איך פארגעס אין מיין מויל צווישן די ציין האלט איך ווי א פייגל א פעקעלע פאטעטא טשיפ צו פארשטאפן מיין יונגעלע'ס מויל אין קעיס ער נעמט זיך פארציילן זייער הויך די סודות פון דערהיים (ער איז געווענליך א שעמעדיגער חוץ צווישן א גרויסע ציבור ווי צב"ש אויפן באס). איך סווינג זיך ארויף אויפן באס איך שלעפ ארויס די באס טיקעט בוק פון קעשענע (אה, דו פרעגסט גוט; מיט וועלכע האנט?) איך שענק א דריי פערטל ביכל פארן דרייווער. א קורצע בליקן אויסטויש מיטן רעביצין באשטעטיגט אז דערווייל וועל איך נעמען צו מיר מיין יונגעלע והשאר וועלן בלייבן אינטערן מאמע'ס פארטוך. איך הייב זיך אן אריינצוריקן אינעם באס, איך זעה פונדערווייטענס א ליידיגע זיץ וואס איז נאכנישט באטראפן געווארן פון עפעס א הוט אדער שאפינג בעג אלס חזקה דערויף, הגם דער שכן דערנעבן ביים פענסטער וועלכער זיצט דארטן אויסגעשפרייט אויף איינס און אהאלב זיצן ווי ער פארט ווען יעצט אויף א חול המועד אויספלוג מיט זיין קאווע-געווייקטער טלית קטן אן זיין באקיטשע, איז ביי מיר גענצליך נישט נושא חן; אין פאקט איז ער פון מיינע טעגליכע פרענד'ס נעמליך די "באס אידן" ער קוקט אויס די זעלבע ווי א גאנצע וואך נאר אנשטאט זיין פאפקארן-קוטשמע דינט דער שטריימעל במקום קוטשמע, גראדע גאנץ ענדליך צום קוטשמע נאר אביסל נידעריגער.

זייענדיג שוין געוואוינט צו די סארט נערוועזע בליקן רוק איך זיך פאראויס אן קיין שרעק, אבער, באמפס! א נש איז עפעס אומבאקוועם דארט אויפן צד השני און זי שטעלט זיך פונקט פאר מיין נאז - נאר א דינטשיגע מחיצה טיילט אפ צווישן אונז, וואס טוט מען דא??? "מ'קען אפשר אריבערגיין?" הייב איך אן מיט מיין געווענטליכע שאלה וואס איז שוין פון אזויפיל פארן רגיל על לשוני, אבער זי איז ממש א צדיקת - זי האט מקבל געווען מהיום - פורים - ולהלאה די מדה פון מרדכי הצדיק פון "לא קם ולא זע!" איך שטיי אזוי צעדריקט ווערנדיג צעשאקעלט פון די באס, ווען מיינע הענט ברעכן שוין צאם פון דעם שווערן לאסט וואס איך שלעפ מיט מיר, כ'הייב אן צו שוויצן, מיין יונגעלע הייבט אן צו שטויסן און פארפירן, פאר-א-נויט דריזעלט נאך דעם טעלעפאן ווארשיינליך די אשת חיל וואס זארגט זיך פאר מיך צי איך האב וואו צו זיצן, ענדליך קומען ארויף נאך אפאר אידן וואס מיט א כח פון א רבים – אידן וואס האבן געפאסט היינט א גאנצן טאג – שריימיר דאס פארקערטע פון 'יע-ע-עמוד' הערשט דאן פארשטייט זי דעם "רמז" און זי רוקט זיך אריין למקום מחצבתה, מאכנדיג פלאץ פאר מיר צו דערגרייכן מיין ציל צו דעם אנגעגרייטן סיט.

נאכן שאפן חלקות פאר אלע מיינע חפצים צווישן די פילע משלוח מנות בעג'ס פון וועלכע עס טראפן טראפ נאך טראפ חריף מיט קאטשעניאו אויף די אויבירשטע שעלף'ס, טראסקעך ענדליך אריין אין דעם פערטל סיט וואס דער ברייטער איד האט מיך נאך איבערגעלאזט ברוב טובו, עפעס א קללה איז געקומען פון דעם שכן – אבער פון טעגליכע-געוואוינהייט דערגרייכט עס נישט מיין אויער, איך בוי ארויף אויף מיך נאך צוויי שטאק נעמליך מיין יונגעלע ועל גבו די שאלעח-מאנעס. הערשט יעצט הייבעך אן צו טראכטן פון קומען צוזיך, איך הייב זיך אן ארומצוקוקן אויפן גאנצן ארום. די פרייליכע-און-נערוועזע-צוגלייך קולות אויפן פארטונקעלטע באס זענען אויפן העכסטן גראד, ספעציעל פון די עזרת נשים מאחורי הפרוכת וואו די תשעה קבין וואסער-געמאלעכץ וואס קומט מיט'ן באגלייטונג פון א זיסן\נערווירנדע קינדער קווייער שטעלט זיך נישט אפ אפילו פאר א סעקונדע, והעולה על כלנה די פרוי וואס האט בלי שום ספק געוואונען דעם 'קולות פארמעסט' מיטן שרייען נאנסטאפ מיט איר הייזעריגע שטימע: "מאך נישט שמוציג דיין נייע אויטפיט". איין פרוי איז ביזי צו ערעינדזשן אויפן פאון אז די משלוח מנות וואס איז געבליבן אין שטאט זאל למען הפורים אנקומען למחוז חפצה, עס קוקט אויס אז יענער אויף די אנדערע זייט טרייבל ליידט אויף די שמועה אדער ליידט די פרוי– די 'מדברת' – אויף או.סי.די.

ביי די מענער שוהל איז אויך נישט אינטערשטעליג, די באס איז איבערגעפילט מיט משפחות וואס פארן אריין צו די עלטערן און מיט בחורים וואס פארן אריין צו פארברענגן אינאיינעם מיט זייער מעכטיגע גרופ'ס–WOW-גייט-עס-קנאקן! א האלבע עולם שנארכעצט, א טייל אידן, נאכ'ן זיך ארומ'הרג'ענען מיטן שכן איבער די ריעדינג-לאמפ'ס, זיצן זיי מיט א נצחון אינטער די שיין פון די האלב-אויסגעברענטע לעקטער און זענען מעיין אין א ספר\צייטונג\מי מנוחות (אפס, ס'נאכנישט ארויסגעקומען), לויט די גערוך קוקט אויס אז נישט יעדער איז זאט געווארן פונעם אויספאסטן און עס פעלט זיך נאך אויס א טועמי' פון די צוקונפטיגע סעודות. עס זיצן טאטע'ס מיט קליינע פארשטעלעטע קינדערלעך וואס פירן מיטונגן צווישן זיך פון איין סיט צום צווייטן און טוען נאך אונטערשפילן מיט די קליינע קאלירפולע גראגערלעך וואס עס איז געווען אין די לעצטיגע אפשערן פעקעלע וואס קראצט אין די אויער ווי די היישעריקן אין זומער, מיין יונגעלע הערט נישט אויף ארומצוקריכן על אפו ועל חמתו פון מיין שכן וועמענס שנארכע-אפאראט האלט זיך - לדאבוני - אינאיין אפשטעלן צוליב מיין יונגעלע'ס קעדאטשקע, כ'הההאף ער זאל בלייבן שלאפן ווייל אויב שטייט ער אויף וועל איך - ווי עס קוקט אויס - נישט אזוי שנעל ענדיגן דעם ארטיקל – יו וועט זיין וואס צו שרייבן...א צווייטע מגילה אויף פורים!איך בין פארנומען א גאנצן צייט אדער מיטן פראבירן צו בארואיגן מיין יונגעלע, אדער מיטן אויפהייבן די קאוט וואס הערט נישט אויף אראפצופאלן וואס איינער האט עס ארויפגעלייגט פונקט העכער מיך, זאל זיך יענער ספראווען דערמיט...

דעם שכן פון אין פראנט'ס קאפל זיצט אויף רעדלעך וואס פארט נאר אויף צוריקציוועגס אין מיין ריכטונג. די קינדערלעך מיט די פאליס העט'ס און די קאוקא-באשמירטע פנימער טרעפן אויך דא פלאץ ארומצולויפן פון סיט צו סיט צו זאמלען א ניקל צו א ניקל המצטרפת לסכום גדול של קוואדער זייענדיג אונטערן רייץ פון די טיימאויט אדער ארגענייזער בענעזאם מיט א פעדער (פון די חתן-פען סטייל) וואס מען האט זיי צוגעזאגט אויב זיי וועלן אריינברענגן 1000$ (געדענקסטעס נאך?), זיי הייבן שוין יעצט אן צו זיכן נאך די 'טאטע'ס' וואס זענען שוין 'שיכור' צו קענען ארויסבאקומען פון זיי א גאנצע מחצית השקל-פופציג צענט מטבע, ווי עס קוקט אויס האבן זיי געטראפן –הה"ד יגעתי ומצאתי!... איין אידל, וואס זיצט נאך דערווייל איינגעהילט אין זיין אויערן שיצער (פרעג מיך נישט פארוואס), איז צוגענאגלט צו זיין פאון און קייכט זיך פאר געלעכטער פון עפעס גאר אינטערעסאנט, איך ווייס נישט צי די נער שטופט אים אדער איז ער גאר די "נער אליינס" מיטשלעפענדיג אלע ארומיגע מיט זיין געלעכטער, ווי עס שיינט הערט ער יעצט איבער שוין צום צוואנציגסטע מאל עפעס א זייער-פאני פארט פון די קול מבשר פורים אפטיילונג.

אויף די ראוד'ס ווייסט מען בכלל נישט אז ס'איז פורים היינט, די שאסייען זענען אנגעשטויסן (מיט נישט-אידישע שיכורים) טרעפיק ביז איבערן קאפ. די פארלאנגזאמע וועג שפירט זיך שטארק אין די לופט פון די באס, די בעבי'ס וויינען די קינדער שפרינגן אינטער, מיין יונגעלע זיצט אומגעדולדיג אויף מיין שויס און ציענדיג מיין בארדע הערט ער נישט אויף צו נודזשען "ווען קומט מען שוין אן צו באבי רייזענדער'ס הויז???" ער וויל אויך וויסן פונקטליך וואס עס גייט זיך אפשפילן ביי די אנדערע – פון מיין אנדערע ניק'ס זייט – באבע'ס הויז. מיין אויגן פאלט צום ריכטונג פון די שפאלט פון די בלויע מחיצה וואס אויפן באס דינט דאס כידוע ווי א 'מעין ענטרענס', די ענטרענס ווערט געווענליך באנוצט דורך די ספעציעל אויסגערעכנטע יונגעלייט וואס דיסיידן וואו אראפצוגיין א האלבע מינוט פאר זייער דעסטינאציע און לויפן דארט צו צום שפאלט און קנייטשענדיג מיט די נאז שאקלען זיי האסטיג דעם אצבע ווי אן צעפלויגענער הושענא-רבה-לולב רופנדיג דעם אשת חיל צו מעלדן דעם טשעינזש (שטעל דיך ביים שפיגל און מאך פונקליך נאך דעם אינסטראקשאנס מיט די נאז און די פינגער וועסטו כאפן פון וואס איך רעד), צענדליגע שלום בית געפעכן און שלום אפמאכן זענען שוין דארט פארגעקומען, צענדליגער קינדערלעך ווערן דורך דארט געליפערט פון מוטער צו פאטער וחוזר וחלילה, ספעציעל האבעך רחמנות אויף דעם קליינעם פאר-וואכנדיגע קיוט סטראבערי-פארשטעלטע בעבי מיט די רויטע טיפע ברייטע דיע"פ-סטארעדז"ש בעקעלעך, נעבעך וואס זי איז שוין אלס דורך משך דעם רייזע עטליכע מאל 'הגבהה מן הכסא' 'על יד אבי הבת' מיט צענדליגער 'חיקו'ס' דערנעבן הין-און-צוריק - משלחת וחוזרות. פלוצלינג באמערק איך ווי די קברים הייבן זיך אן צו ריקן דער עולם הייבט זיך אן צו דערוועקן, איך קוק ארויס פון די פענסטער, און יאפ, מיר זענען אנגעקומען!

ביים טאטן אין וויינגארטן

טנ'פורים! טנ'פורים! (אה, געדענקסט נאך פון פריער?) וועק איך אויף דעמוילעם ביי מיינע עלטערן אין שטוב, אריינשפאצירנדיג מיט די שטארק-מיטגעמאכטע שאלעח-מאנעס אין די האנט, מיינע קינדערלעך ווערן באלד פארכאפט דורך די עזרת נשים וואס באטראכטן די פארשטעלאכץ ווי קיוט ס'איז, אויף מיין איינס אהאלב יעריג מיידעלע'ס קעפעלע ווערט ארויפגעבויעט א גאנצע ווייבער שוהל וואו יעדער באטראכט דעם ריבבען וואס איז יעצט אין סטייל וואס ס'רעביצין האט געקויפט ביי עפעס א מציאה-סעיל אין א געשעפט א דריי פערטל שעה אוועק פון מאנראו, דער מצב איז אויפגעלייגט, מיין "לעבעדיגער" שוואגער דער וואס טוט אן די שטריימעל פאר אלע נעפיו'ס ביי די חתונה, ווייסט וואסעך מיין?... ער איז געקומען דאסמאל פארשטעלט מיט א שטרויענעם היטל, מיט א גרויע אנגעספרעיטע בארד – יו איז ער גוט.

מיין ברודער דער בחור שטייט און שוויצט, קאלנדיג די 'סעלפאון' (א עכטע) פון די מאביל, ער כאפט אפ די סעודה אין איין אטעם האבנדיג א טייט-סקעדזשול אויף היינט נאכט, ביז אפאר מינוט איז ער שוין נעלם. מיין יונגערע מער טיכטיגער ברודער האט גענומען אויף זיך די "סאונד-סיסטעם" דזשאב, זייענדיג ביזי מיט דעם אור-אלטע האלב צעבראכענע סידי-פלעיער מאכנדיג זיכער אז יעדעס מאל וואס ס'ווערט געכאפט דורך א סקרעטש פון די סידי ריקט ער עס פאכמאניש צום נעקסטן טרעק, אויכעט מאכט ער עס שטילער ווען די פרויען פארפירן אז די מוזיק איז צו הויך געווענליך קומען די קאמפלעינס ווען איינע פון די פרויען האט געכאפט אז עס ארבעט מוזיק ווען עס איז שטיל געווארן אין ווייבער שוהל פאר א רגע בשעת'ן אריינאטעמען אביסל לופט צו קענען ממשיך זיין מיט 'מסכת נשים' נעמליך די אינטשערסטינג סטארי\די סעיל'ס\די פארשטעלאכץ.

מיין קליינע נעפיו דרייט זיך ארום נאך געלט ארומגעוויקעלט מיט א ראול קאלערפול סחורה, מיין שוואגער דער כולל יונגערמאן האט מיט זיין געניט אויג געכאפט אז דאס דארף צו פרעזענטירן דעם כהן גדול, מיין נעפיו וואונדערט זיך גראדע וויאזוי כ'האב אים דערקענט טראצדעם וואס ער איז באדעקט מיטן ציץ און א גרויס שטיקל וואטע וואס דינט אלס בארד. מיין גאר פארשטענדליכע ברודער רעדט און רעדט און רעדט און ער רעדט נאך יעצט, ער שטייט מיט א קדם קריעם-קאנקארד "5 פראצענטיגע" וויין און פאקט מבינות דערויף. מיינע נעפיו'ס און ניסעס טאנצן אויף יעדעס מאל מען הערט מוזיק פון די גאס און שטייען צוגענאגלט צו די ווינדאו באטראכטנדיג ווי די ממממעעכטיגע-אבער-ממממעעכטיגע בחורים פראווענען 'שיכור' אין די גאסן, איך ריק זיך צו צום גרויסן שאלעח-מאנעס וואס ס'רעביצין האט געברענגט וועלנדיג זיין דער נחשון אראפצונעמען די קאושאן-בענדלעך ארום איר מרמז צו זיין פארנוילעם אז דאס איז געמאכט צו עסן, אבער ווי עס קוקט אויס איז שוין דערוילעם זאט. איך, זייענדיג א מאן פון א אשת חיל העושה רצון אשתו, זעענדיג ווי מ'איז גאנץ קנאפ אינטערעסירט דערין, רוק איך אריין אין מיך א דריטל אזוי וועל איך קענען זאגן פאר מיין רעביצין בפה מלא (לייען: במאגען מלא) ווי דער עולם האט זיך באלעקט מיט די קנישעס און ווי דער עולם האט זיך געריסן פאר געלעכטער פון די סורפרייז אז די געפילטע פיש איז אינאמת'ן אריין (זאג פאר קיינעם נישט אויס) פלייש – אויסגעשפילט די סיסטעם! מ'האלט שוין ביי די דיזערט, מיין יונגסטע-דזשאסט חתונה געהאטע-שוואגער נאכן האלטן די גאנצע צייט די הענט אויפן מויל איינ'חזר'נדיג די 'תורע' וואס ער האט זיך אנגעגרייט, ער זיצט אויפן שפיץ בענקל רויט ווי א בוריקע (אה, וואס ווייסן די היינטיגע יונגווארג פון א בוריקע, ווען איך בין געווען קליין וכו') מיט ציטערדיגע הענט דרייט ער זיינע פיאות און שטאמלט ארויס א טייטש וואס ער האט געזעהן אין די טייטש מגילה, ווען מיין טאטע\'זיין שווער' העלפט אים קומען צום ווארט בארייכערענדיג זיינע ווערטער מיט א הפלא'דיגע הסבר. ערגעץ אינמיטן שטורעמען אריין צוויי פון די שכנים, פארשטעלט ווי סאלדזשערס, זיי שלעפן צוזאמען אן אלטער פיענא וואס איז פרוץ מרובה על העומד אינגאנצן באקלעבט מיט אלע מינע קאלירן עלעקטעריק טעיפ, ס'ווערט פרייליך די מצב אלע פרויען קומען צולויפן, איינער שלעפט די ווייער זיכנדיג א פלאג, דער צווייטער שטעלט אוועק זיין געצייג גלייך אויפן קאוטש, דער צינד אן דעם כלי ער דריקט און ריקט אפאר קנעפלעך, אלעס ווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, ער הייבט אן שפילן עפעס א סאונד און פלוצים טראך!!!

עפעס אן עקספלאדירונג האט דארט פאסירט, די פרויען ווילן שוין ארויסלויפן פון גרויס שרעק, דער אינגל ווערט אבער נישט דערשראקן ער ווייזט 'טעיק איט איזי', מעשה מבין ריקט ער ווייטער הין-און-צוריק ארויף-און-אראפ, דערנאך פאלגט עס נאך מיט אפאר צעמישטע קלאנגן ווי פון א בעבי פיענא, מיין לעבעדיגער שוואגער ווייזט אים פונדערווייטנס די עי. וואן סיגנאל, דער ווערט שיכור פון דעם שטומען קאמפלימענט, און אלס רעזולטאט ציעט ער ארויף דעם וואליום, הייבט אן צו שפילן דעם 'בן בג בג' מעלאדי מיטן גאנצן הארא'דיגן שטאטן קנאק, ווען דער רידעם לויפט פאראויס אזוי שנעל ווי דער 'רבי ר' אלימלך'ס טאנץ ניגון', דער בעיס קוקט אויס ווי ס'וויל שלום מאכן צווישן די מעלאדי און די רידעם און שטעלט זיך אויפ'ן ריכטונג פון די שנעלסטע 'ליהודים ניגון' ווען עס ווערט געזונגן אפפ-טאן, מיר קוקן זיך אן איינער דעם צווייטן מיט צעמישטע בליקן נישט וויסן וואס פריער צו פארשטאפן די אויערן-די אויגן-נאז-מויל, דער צווייטער וויל אונז נאך שלעפן טאנצן אויף דעם שרעקליך צעמישטער קולות-קאמבענאציע צו אונזער מזל האט זיך די ווייער נאך א קורצע וויילע אויסגעפלאגט, עד היום ווייס מיר נישט וואס דער האט געוואלט ארויסברענגען צי אז ער קען שפילן מען ווי איין ניגון אדער איז ער גאר קאלאר-בליינד ווען עס קומט צו מוזיק, הצד השווה שבהן מיר האבן געהאט א שמחת יום טוב! נאכן טאנצן עטליכע שטונדן "עדבלידי עדבלידי דידידי" צעגייט זיך דערוילעם זיך אויסצורוען פארן מארגנדיגן ביזי משלוח-מנות סדר היום.

ויהי ממחרת

נאכן האבן א בלילה ההוא נדדה נאכט ווען כ'האב מיך עטליכע מאל דערוועקט ארום צוויי אזייגער פון די צעלאזטע מאביל מיט די בחורים וואס יובל'ן פאר פרייד מיט זייער גאנצע דריי הונדערט דאלער פארדינסט וואס זיי האבן דערשנאפט דעם היינטיגן נאכט, שלעפ איך מיך אויפן וועג צום ביהמ"ד וכמעשהו בתענית אסתר כך מעשהו בפורים צומארגענס אין ביהמ"ד, דאסמאל אין וויליאמסבורג, חוץ די פאר אנגעזעצטע אידן וועלכע קוקן ארויס א גאנץ יאר אויף די "אשר הגלה" פסוק אין די מגילה איז דער ביהמ"ד ב"ה אויפגעלעבט אלעס מיט א שמייכל אויפן פנים, די 'מקוה נייעס אגענטור' (מ.נ.א.) גייט אן כמעט ווי געווענליך, עטליכע אידן שטייען מיט די קאווע אין די האנט און ליינען שוין איבער צום צענטן מאל די אלע דזשאוק צעטלעך וואס יעדער גוטזאגער האט געהאט פאפיר-און-טעיפ (במקום הענט-און-פוס) מיט אביסעלע סענס אף יומער, צי ס'מאכט יא 'סענס' צי נישט, האבן ארויפגעקלעבט, ובעיניהם כחדשים זיי ראוילן זיך פאר געלעכטער ווי זיי ליינען עס ווען יעצט צום ערשטן מאל. איך שטופ זיך דורך אלע געלט גייער'ס ביז איך זעה זיך שטיין אין א שטובל וואו איך שטעל זיך דאווענען, דער בעל תפילה איז דער פורים רב, כמובן פראוועט ער אריין רעביסטעווע, אויך מאכט ער 'פאן' אינמיטן דאווענען, "זיינע 'דזשאוק'ס' דארף מען פארשטיין", די קינדערלעך זענען טאקע די פירסט-רעספאנדער'ס מיט הילכיגע געלעכטער'ס.

מ'גייט שוין ליינען די מגילה עס שטעלן זיך צוזאם מזומן'ס ארום יעדע מגילה ווי ערב ראש השנה ביי התרת נדרים, איך שטעל זיך אויך צו צו א מגילה (מיין מגילה איז געווען איינס פון כ'שעמעך צו זאגן וויפיל זאכן כ'האב איבערגעלאזט אינדערהיים), עס הערשט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט איינער צום צווייטן יעדער איז גרייט צו קעיר נעמען פון די מגילה עס צודרייען ווען עס פעלט זיך אויס, אן עקסטערע נס אז די מגילה בלייבט גאנץ. דער בעל קורא וועלכער האט ווי עס קוקט אויס אין פלאן צו ליינען די מגילה ווי די הלכה כל היום באלעקט זיך מיט יעדע ווארט, מיט יעדן פזר דאכט זיך אז דער נעמט מיט דעם גאנצן ביהמ"ד מיט זיך, נאכאמאזעל ער האט נישט אויסגעשטעלט די טראפן אין די מגילה, ווייל-ווען-יא וואלט ער ווען פארטוישט די טראפן פון אן אתנחתא צו א פזר. ווי נאר מ'איז פערטיג ליינען אין די אויערן האקט נאך די שטורעמישע געקלאפעכץ פון די לעצטע שטויס וואס מען האט געגעבן דעם המנ'ן, עקספלאדירט אויף די טיר מיט א פרישע שיפמענט פון געלט גייער'ס בנוסף פון אלע מתפללים וואס שלעפן ארויס פון ערגעצוואו א גרויסע ענוועלאופ אויפגעשריבן יעדער דורך זייער טאלאנטפולע טאכטער- קעניינעהארע - מיט א דיקע פערמענענט מעדזשיק-מארקער די ווערטער "בו ביום" וכו' אזוי ארום דרייט זיך דער גאנצער ביהמ"ד נאך געלט - יעדער בעט פון יעדעם, איך דריי זיך אויכעט אבער צום ריכטונג פון די טיר פון ביהמ"ד אויפן וועג אהיים.

אין די וויליאמסבורגער גאסן

דערווייל האבעך נאכנישט קיין ערנסטן משלוח מנות ווערטשאפט, אבער צו זיידע באבע דארף מען פארט גיין, איך אנאלאזיר ווי די טרעפיק איז גרעסער אויפן סיידוואלד צי אויפן גאדער, למעשה באשליעס מיר צוגיין צופיס. מ'לאמיר זיך ארויס אויפן ירחא צו בעדפארד-גארדענס ווי זיידי-באבי וואוינען, די גאסן זענען באגאסן מיט פוסגייער אזש מ'קען מיינען אז ס'איז פורים אויף דער וועלט, מ'קומער אן אויף בעדפארד עוועניו, כ'זעה צוויי כעוורע טאנצן בענעזאם, כ'קוק אויפן זייגער, נאופ, סאיז נאך צו פרי, לבי אומר לי זיי זענען 'שיכור' פון די תיקון היינט צופריאין ביהמ"ד נישט וועלנדיג אויפגעבן אויף דעם טעגליכן לעק-ברוינפן נאכן דאווענען.

וכך מעשהו מיט דער בחור וואס בייגט זיך איבער א געיט און...והדבר יצא מפי המלך ופני המן חפו, כ'האלט אז עס איז ענדערשער פון די נעכטיגע העלזל ווי פון די היינטיגע וויין. אינמיטן וועג ווערט מיין רעביצין גענצליך איבערגענומען פון צוויי שוועסטער'ס וואס גייען אינאיינעם שלעפנדיג צוזאמען א משלוח מנות מיין רעביצין קען נישט קומען צו זיך פון התפעלות פון זייער פארשטעלאכץ ווי זיי גייען אנגעטון ממש די זעלבע וואס פון זייער שיך ברענגט אזוי גוט ארויס ווי וואס זיי האבן זיך פארשטעלט, איי מין יו קענט אימעדזשן...זיי זענען פארשטעלט ווי צוויי שוועסטער!

א גוטן פורים זיידי!

ענדליך דערגרייך מיר שוין בעדפארד גארדענס, נאכן יוצא זיין די מצוה פון עקסטער איינלאדענען דעם עלעוועטאר מיט א קוועטש פון א קנעפל (וואס טוט זיך כידוע טאקע געווענליך אונטעריאגן ווערנדיג געשלעפט דורך א כח הרבים) שטופן מיר זיך אריין צוזאמען מיט די מענטשן-שטראם אינעם טונקעלן עלעוועיטאר, צוזאמען מיט אונז שטיפן זיך אריין: אפאר קינדערלעך וואס גייען צו זייערע מלמדים; אפאר קערעדזשעס מיט וויינעדיגע בעבי'ס; צוויי פארשטעלטע בערן מיט א גיטאר; און אויך א...שווארצער-נישט א פארשטעלער-איינוואוינער, (אה, איך טענה די זעלבע זאך: ס'איז דאך נישטא אזויפיל פלאץ אינעם עלעוועיטאר....), איך קום אן צום זיידן, איך קוש די מזוזה-א קלאפ אויפן טיר-און...נאך איין מאל...טנ'פורים! מיין רעביצין באקומט א קבלת פנים פון איינע פון די מומע'ס וואס צייגן אן אויף מיין צוויי חדשים'דיגס ווי עדארעבעל זיס זי קוקט אויס מיט די 'פלאויער' פארשטעלאכץ, מיין רעביצין פארעכט שנעל מיט א פארשעמטע פנים: "ס'איז א לעידי באג" , אההה כ'האנישט געכאפט.

איך גיי אריין אין דיינונג רום וואו עס זיצן דארטן מיין זיידע און פעטער ישראל חיים מיט זיין נייע איידעם וואס האט חתונה געהאט פאר א חודש צוריק, ס'קוקט אויס ווי דער פעטער זיצט נאך אויף די זעלבע פלאץ און ער קייעט נאך דעם זעלבן גאפל זינט ווען איך האב אים איבערגעלאזט דא באותו מקום פאריאר אום פורים, פעטער ישראל חיים (דעסקריפציע: דיקע ארויפגעדרייטע פיאות וואס דערשטיקן זיינע אויערן ביזן...; שיפע העלף-רימלעסס גלעיזער; לאנגע גרייז-גרויע בארדע; מיט אן ערב-פסח-מצה שטריימעל, יעצט ווייסטע שוין פון וועם איך רעד?) ער זינגט זיך נאך אינטער די זעלבע ניגון זייט כ'האב אים געטראפן פאר ארום צוואנציג יאר צוריק אויף ליע עוועניו מיט זיין קוטשמע און ער האט מיר געפרעגט ווען איך גיי בר מצוה האבן, כ'קען נישט כאפן וועלכע ניגון ער זינגט איין זאך ווייסעך אז ער האלט שוין ביים הויכן פאל, אדער הערט ער שוין שוואכער.

ער דערנענטערט זיך צו מיין יונגעלע און מיט א 'ליבליכע' קניפ אין בעקל - וואס מיין אינגל איז נאך געבליבן אן-קאנטשעס דערפון די נעקסטע פאר טאג – פרעגט ער מיין יונגעלע "וויאזוי הייסטע?" נאכפאלגענדיג מיט א גאנצע קרייץ פארהער, צו מיין יונגעלע'ס מזל איז דער פעטער אינמיטן ביזי געווארן מיט די שטיקל קינדל וואס האט זיך פארכאפט צווישן די ציינער. דער פעטער איז אבער נאכנישט פארטיג ער פראבירט מיך צו באקענען מיט זיין נייעם אומשולדיגן איידעם\קרבן (איידעם א שטיק שווער) וועלכע קוקט מיך אן מיט זיינע פארשעמטע בליקן. די זיידע באפעלט מען זאל אריינברענגען די היימישע וויין (ס'ווערט מיר גוט - ס'דרייט זיך מיר נאר די מאגען דערפון זינט לעצטעס יאר פורים), ער רופט אויס מיט פרייד אז דאס איז נאך פון די פאריעריגע שיפמענט (אוי וויי...), די באבע שטייט פון קעגנאיבער און געט אבוואכט אז מען זאל ח"ו נישט צופיל טרינקן וועגן מ'קען דאך ח"ו ווערן 'שיכור' ר"ל! (שיכור אום פורים?!...קלאפ אויף דיין מויל!), די זיידע איז מיר מכבד, איך מאך א הויכע ברכה איך טרינק א רביעית (דזשאסט אינאף...) איך רוף מיך אן מיט פאטאס: "גוט איז נישט דאס ווארט!", די באבע וויל מיך נאך מכבד זיין מיט א שטיקל האלאפצע, איך שלעפ שנעל ארויס מיין תירוץ פון קעשענע: "כ'דארף כאפן די באס...." די זיידע נעמט זיך אן פאר מיר, ער באצאלט זיין חוב געבענדיג פאר יעדעם פורים געלט, און אז שוין באצאלט-קען מען דאך גיין...

אויפן וועג אראפ אינעם עלעוועיטאר טרעפן מיר נאכאמאל די יונגעלעך זיך צוריקערנדיג פון זייערע מלמדים, זיי זענען שוין טויט-שיכור פון די האלבע גלעזל גרעיפדזשוס וואס דער רבי האט זיי פארגינען. אראפשפרייזנדיג בעדפארד עוועניו אויפן וועג צום באס האבן זיך שוין די גאסן געדרייט (אפשר האט עס פלעין צוטאן מיט די היימישע וויין?) אידן מיט פארגלייזטע אויגן שטייען שוין אינמיטן בעדפארד עוועניו אפשטעלענדיג קאר'ס און צערייסענדיג דאללער'ס פאר די שנארער'ס אויפן גאס, מיין רעביצין שפרינגט אויף פון יעדן שיכור ווי פון א קעצל (כ'מיין ספיידער) דעי אר סוי סקערי!. די מוזיק קנאקט, די סנעפס קליקן, בחורים שלעפן ספיקער'ס לויטן טאקט פונעם ניגון "עדבלידי" (געדענקסטעס פון פריער?) וכו' וכו' אבער דער באס ווייסט נישט פון קיין פורים צו זאגן - ער שטעלט שוין זיינע ערשטע ברעיקס מיר איילן זיך צו און ...מיר זענען שוין אויפן באס.

פורים אויפן מאנדרא באס

וואס עס טוט זיך אפ פורים מיטאג אויפן באס: מיש צוריק צו אנפאנג ארטיקל (פאראגראף "פונעם ארויפטרעטן" ואילך) ...האסט שוין איבערגעליינט? האסט עס קלאר ארויס ? זיכער?... אקעי, דריי מאל אזויפיל...אבער וניהפוך היא – פונקט קאפויער: אנשטאט די פרויען זאלן אויפשטייגן פאראויס און די מענער זאלן צאלן, ווארפן די פרויען קודם ארויף דעם שיכור'ער מאן אויפן באס און זי קלאמערט זיך שוין צו באצאלן; אנשטאט ס'זאל זיין א יחוס צו כאפן דעם פראנט סיט, איז ענדערשער א געדרענג צו פארכאפן דעם בעק סיט נעמליך דער בית הכבוד...; אנשטאט די פרויען זאלן מאכן די קולות, גייען ענדערשער די קולות דאסמאל פון די מענער שוהל (ניין, רעד דיך נישט איין אפילו פאר קיין רגע אז דארט ביי די פרויען הערשט א תענית הדיבור); אנשטאט די פרויען זאלן זיכן אריינצושיקן די גאנצע משפחתה קינד-און-קייט צו די מענער, מאכן זיי דאסמאל זיכער אז קיינער פון די קינדער פארבלייבן נישט דארטן ביים מאן פאר קיין סעקונדע; אנשטאט דער מאן זאל שטיין ביי די אויבנדערמאנטע מחיצה-שפאלט זיכער מאכן אז די פרוי איז אקעי, שטייען זיי דארטן און מאכן זיכער אז דער מאן איז רואיג – ער שלאפט...; אנשטאט דער מאן זאל איינמעלדן פארן רעביצין וואו מ'גייט אפשטייגן, קומט דאסמאל די מעלדונג פון די פרויען זייט (אין מיין קאפ זינגט זיך "ל-ה-י-ו-ת כל איש שׁורר\שׂורר בביתו....").

כ'קום ארויף אויפן באס,כ'קוק אויפן דרייווער...איימעניט...איך קען נישט ווייטער שרייבן...אה, שוין געענדיגט לאכן....ער גייט אנגעטון מי...מיט א קלאוני-העט! פון אלע זייטן הענגן משלוח מנות; ס'רעגנט המן טאשן; ס'גיסט וויין; ס'...; ס'...; וכו' וכו', די באס איז גענצליך פארכאזערט פון די פריערדיגע רייזע'ס, אויבנאן זיצט איינער 'פארשטעלט' אלס פורים רב (ניין נישט קיין יונגעל – א מידל עידזש אידל!) מסתמא איז ער פורים רב אויפן באס. איינער זאגט תהלים; איינער זינגט; איינער וויינט; איינער לאכט; איינער שלאפט; וכו' איינער איז שיכור בעבר; איינער בהווא; איינער בעתיד; הצד השווה אלעס האט א סיבה זיך צו 'מאכן שיכור', הקיצור ס'קוקט אויס ווי "יום טוב אינדערוואכן!", דער שטאלצער שלמה'לע (וואס טיילט אייביג אויס די בילקעס ביי שלש סעודות אין מיין ביהמ"ד) וועלכער איז נעכטן אויך מיטגעקומען מיט אונזער באס און געגאנגען נאך געלט מיט זיין גאן, ליגט יעצט אויסגעשטרעקט אויף איינע פון די סיט'ס ווי שבת נאך די טשאלענט ווען זיין ביקס וואלגערט זיך אויפן פלאהר צוזאמען מיט זיין פאליס-העט זיך טינקענדיג אין די אויסגעגאסענע צעקראכטע גרעיפדזשוס באטלעך צוזאמען מיט אויסגעברענטע סנעפס.

עפעס אן איינגעדארטער יונגערמאן לויפט ארום פון סיט צו סיט ווען זיין נערוועזעקייט טרייבט אים אז ער האט נאכנישט יוצא געווען מצות משלוח מנות, כ'האף ער גייט נישט באלד קוקן אין לוח האבנדיג 'ספיקא דיומא' צי ער האט מקיים געווען מתנות לאביונים 'בו ביום', איין יצמח לויפט ארום פון סיט צו סיט מיט א פלאנדזשער אין די האנט מאכנדיג משוגע יעדעם איינעם מיט זיינע בויך-קרעמפן, ער וויל אראנדזשירן א מנין מנחה - א גאלדענע געלעגנהייט להראות העמים והשרים אז ער איז טטטויט ששיכור... - אבער צו זיין שלעכט מזל איז דערוילעם ענדערש אינטערעסירט צו מקיים זיין דעם עד דלא ידע מיט א טיפן כראפע למען ישמעו... יעך זעץ זיך אריין אין א סיט, מיין שכן, זעהט אויס ווי א משפחה קרוב מיט מיין נעכטיגן שכן, ער הייבט מיר אן פארצולערנען פון עפעס א ברוינעם העתקה פאפיר א 'הערליכן דרוש (כ'שטעל זיך פאר אז ס'איז הערליך, קען דען זיין אנדערש?!), אבער דא איז מיר דעם זיידן'ס ווייטע בליק צוניץ געקומען ווען זיין היימישע וויין האט מיך געגעבן אן ענעסטידזשיע פון יעצט ביזזזזזז סוף וועג!

ענד אוו דע סטארי...

נישט וואוסענדיג אויף וועלכע וועלט איך בין, שלעפ מיר זיך אראפ פון באס, אויף די גאסן וואלגערן זיך שוין אידן כ'טרעפ מיין'ס א חבר, אשר מאיר, וואס איז געווענליך מער א שעמעדיגער וואס דאווענט אלס ביי די זייט נעבן די ספרים שענק...איך קוק און איך שטוין...ער שעמט זיך נישט...ער שרייט אויפן גאס!...וואס גייט פאר מיט אים?! איז ער שיכור?! א צווייטער טאנצט אנע בישות!....יו נעבעך וואספארא אויסברוך האט דא פאסירט?!...אנקומענדיג אהיים כאפעך זיך...איימעניט, ס'איז דאך פורים אויף די וועלט!....און איך זיץ און שרייב אן ארטיקל?!....איך בין אינגאנצן???!....נאך פאר וואס-ווען-וואו לויפעך צו צום טשייניק קלאזעט און מיט אן התלהבות דקדושה (נאכנישט אויף די מדריגה פון צעברעכן די די גלאז פון די קלאזעט פון התלהבות) געב איך א כאפ דעם גרויסן שבת'דיגע בעכער מיטן ברייטן טאץ, און מיט א לשם יחוד גיס איך אריין אין מיר איינס; צוויי; דריי; פי... פון דא און ווייטער פרעגט מיינע ארומיגע....

Advertisement

מאנטאג מרץ 17, 2014 11:21 am

געליינט שבת אינעם מי מנוחות... מיי גאד האב איך צוזאמגעלאכט... די לשונות וואס דא ווערט צוזאמגעווארפן.. א פחד א שרעק

מאנטאג מרץ 17, 2014 12:18 pm

האמיר עס אויך געליינט פארגאנגענעם שב"ק. וואס זאל איך אייך זאגן? ווען די גאנצע מי מנוחות וואלט בלויז באשטאנען פון דעם ארטיקל וואלט זיך עס אויך געלוינט.

א ריכטיגע 'רייזענדער' ארטיקל מיט אלע מפרשים! צום לאכן און צום לאכן...

מאנטאג מרץ 17, 2014 12:19 pm

איך האב עס נאך נישט געליינט, אפשר טאקע וועלן מיר זיך מאכן צייט אין דעם פרייליכן שושן פורים דערפאר.

דער דאנק קען איך שוין שרייבן, ווייל דער רייזנדער איז א מומחה לרבים מיט זיינע פריערדיגע שריפטן.

מאנטאג מרץ 17, 2014 12:30 pm

קען איך נישט כאפן צו איך בין געווען מיט דיר די גאנצע טאג, אדער האסטע עס פשוט אראפגלייגט מיט אלע קאלירן, דעטאלן, וכו', אז ס'האט זיך אזוי געשפירט!

בכל אופן, פיין הנאה געהאט! סימכעס יומטעף!

מאנטאג מרץ 17, 2014 5:09 pm

אסאך געלאכט, גוט געשריבן, דאנקע.

מאנטאג מרץ 17, 2014 5:28 pm

קוים אנגעיאגט צו ליינען בערך האלב, אבער גארניקס אנטוישט! געחחחח'ט ווי שטענדיג ביי דיינע רייזעס!

מאנטאג מרץ 17, 2014 7:23 pm

יעצט אפגעליינט, כ'בין כמעט אראפגעפאלן פינעם בענקל, מיין ב"ב מיינט איך בין שיכור...

דינסטאג מרץ 18, 2014 10:56 am

סאליד סאליד, אן ארטיקל צו לאכן און לאכן, נאטורליך סטייל!

טענקס רייזענדער.

דינסטאג מרץ 18, 2014 7:14 pm

דעת זקנים האט געשריבן:פון וואס כ'האב דערווייל געליינט:
...רייזנדער, אריגינעל און נאטורליך [סטייל]
יישר כח אלע.
פון דא

זונטאג מאי 04, 2014 12:33 am

לכאורה האט געשריבן:איך האב עס נאך נישט געליינט, אפשר טאקע וועלן מיר זיך מאכן צייט אין דעם פרייליכן שושן פורים דערפאר.

דער דאנק קען איך שוין שרייבן, ווייל דער רייזנדער איז א מומחה לרבים מיט זיינע פריערדיגע שריפטן.

לאך נישט לאך נישט, אבער דעם מוצאי שבת בין איך הערשט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל וואס איך האב מיר אוועקגעלייגט אויף א רעגנדיגע טאג...

רייזנדער, איך האב אזאנס געלאכט, אז מען האט געקענט מיינען איך ליין א רייזנדער ארטיקל!

זונטאג מאי 04, 2014 12:07 pm

לכאורה האט געשריבן:לאך נישט לאך נישט
רייזנדער, איך האב אזאנס געלאכט

יא לאכן אדער נישט לאכן?!...

עניוועי הרב לכאורה, א גוטן שושן אייך, וואו גייסטו פראווען דעם שושן פורים אינמיטן אייר?...

זונטאג מאי 04, 2014 4:42 pm

וואס הייסט וואו? מיט די פורימ'דיגער מי מנוחות וואס האט נאך ארום צען בלאט ביז 'אויס'.
שרייב א תגובה

Advertisement