בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 9:02 pm
דורך זאכליך
הייסט אז די פיילאט איז אימשולדיג? איך בין שוין צומישט
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 9:20 pm
דורך קהת
אבער מהאט דאך געטראפען די פלייט סימיולעיטער ביי עהם און הויז
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 9:22 pm
דורך green
מ'האט נאך נישט באשטעטיגט גארנישט די סוף פון די מעשה קען זיך נאך דרייען
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 9:37 pm
דורך בעל דמיון
c/p the FBI is investigating a nick "AV ZAKEN" on the famous orthodox website "ivelt.com" who seems to have inside information about the hijacking
אב זקן וואוטש אוט!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 10:03 pm
דורך עף.בי.איי.
פאר די רעקארד: די פריערדיגע תגובה איז הוילע בלאף און נישט אמת.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 10:08 pm
דורך שוועמל
הנאה געהאט!
נב. קען נוצן עטוואס מער דראמאטיע
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 10:11 pm
דורך ידיד
טאטע'לע, ס'איז גאר גוט דערווייל!
זיי ממשיך ווי שנעלער ווייל די נייעס אגענטורן ווארטן אויף די אפדעיטס..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 4:34 pm
דורך ניגון עתיק
ידיד האט געשריבן:טאטע'לע, ס'איז גאר גוט דערווייל!
זיי ממשיך ווי שנעלער ווייל די נייעס אגענטורן ווארטן אויף די אפדעיטס..
איין טעות האט דער הויפט געמאכט, אז זיין סעלפאון איז געווארן אויפגעכאפט דורך די NSA און זיי האלטן שוין מיט ווער עס שטייט אונטער די גאנצע זאך.
דערווייל, האבן זיי איינגעמאלדן פאר די CIA וואס זיי ווייסן שוין, אבער געווארנט נישט צו נעמען באלדיגע שריט, כדי אויפצוכאפן מער אינפארמאציע איבער די לאקאל וואו דער עראפלאן דארף צו לענדען.
אינעם פענטאגאן זענען זיך צוזאמגעקומען די גרויסע שושקעס און איבערגעשמועסט די אפדעיטס, און געקומען צו די החלטה אז.... לאמיר דערווייל נאר מיטהאלטן פונדערנאנט און לאזן מר. זקן ווייטער שפינען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 5:01 pm
דורך מצב כללי
עף.בי.איי. האט געשריבן:פאר די רעקארד: די פריערדיגע תגובה איז הוילע בלאף און נישט אמת.
כא כא כא דער איז אן עכטער עף. בי. איי. אגענט, ווי נאר מען רעדט פון די FBI קומט ער אן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 7:00 pm
דורך פאטאקי08
ידיד האט געשריבן:טאטע'לע, ס'איז גאר גוט דערווייל!
זיי ממשיך ווי שנעלער ווייל די נייעס אגענטורן ווארטן אויף די אפדעיטס..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 7:07 pm
דורך להגדיל שמו
שוועמל האט געשריבן:הנאה געהאט!
נב. קען נוצן עטוואס מער דראמאטיע
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 2:19 pm
דורך אב זקן
ווען די סטוערד איז ארויף צום קאק-פיט קוקן וואס דארט גייט פאר האט זיך אנטפלעקט פאר איר אן אינטערעסאנטע בילד. די קאק-פיט איז געווען פארשפארט, זי האט איידעלערהייט געקלאפט אויפן טיר און געגעבן איר נאמען. "די פאסאנזשירן אויפן פליגער ווילן וויסן פארוואס די פליגער האט זיך אראפגעדרייט פונעם וועג. געווענליך הערט מען פונעם פילאט אויב איז דא סיי וואספארא עמערדזשענסי סיטואציע און מ'דארף זיך אוועק דרייען. אבער דא האט מען זיי גארנישט געלאזט וויסן און זיי ווינדערן זיך דעראויף." קיין ענטפער איז נישט געקומען.... די סטוערד האט נאכאמאל געקלאפט און איבער געפרעגט איר פראגע אין א העכערע טאן. די פילאט האט זיך אויסגעדרייט צו טרעי און אים אריין געקוקט אין די אויגן ווי צו זאגן 'זיי מוחל און זאג מיר וויאזוי צו האנדלן דא ווייטער' אבער טרעי האט קלאטבלוטיג צוריק געקוקט און גארנישט געענטפערט.
די סטוערד האט געווארט נאך אפאר סקונדעס און נאך צוויי מאל פראבירן האט זי אוועק שפאצירט פון דארט אן קיין ענטפער. ווען זי איז צוריק געקומען צו די פאסאנזשירן האט זי געטראפן אז די געזעמל איז גרעסער געווארן און יעדער ווארט צו הערן פון איר וואס די פילאט זאגט אבער זי האט נישט געהאט וואס איבער צו געבן "איך ווייס נישט די סיבה. די פילאט ענטפערט נישט מיין שאלה...." א רויטע לייט האט זיך אנגעצינדן ביי יעדן אין מוח.. "וואס הייסט ער ענטפערט נישט?" האט א דיקליכער פיפציג יעריגער זיך גענומען רעדן הויעך. "וואו גייט די פליגער? מיר זענען בכלל נישט אין ראוט וואו מיר דארפן צו זיין.. די פילאט זאל בעסער געבן א געהעריגע סיבה" זיין רעדן הויעך האט צוגעשלעפט צו זיך נאך מענטשען וואס זענען ביז יעצט געזעצן רואיג. ס'איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און יעדער אויפן פליגער איז געשטאנען אנגעצויגען און גערעדט "עפעס ערענסט גייט דא פאר.. די פליגער פארט נישט וואו עס דארף און מ'הערט נישט פונעם פילאט גארנישט"... די געמיטער זענען געווארן מער און מער היציג....
די סטוערד האט זיך אויפגעשטעלט און זיך גענומען שרייען הויעך. "יעדער זאל זיך ביטע צוריק זעצן. איך גיי נאכאמאל גיין צום פילאט און פרעגן וואס עס גייט פאר. אבער ביטע זיך האלטן רואיג"
די סטוערד האט ווידעראמאל פראבירט צו רופן די פילאט און איבערפרעגן די זעלבע שאלה. אבער קיין ענטפער איז נישט געקומען... "אויב גיי איך צוריק אן קיין ענטפער גייט די פליגער גיין כאדאראם! אלע פאסאנזשירן ווארטן אויף מיין ענטפער. איך קען נישט צוריק גיין צו זיי מיט ליידיגע הענט" די פילאט האט מורא געהאט ארויסצוזאגן א ווארט פון מויל כדי נישט אויפצורעגן טערי. טרעי האט געהערט וואס עס טוט זיך און ער האט זיך געכאפט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע טעות מיטן נישט לאזן די פילאט מעלדן אז מ'מאכט א טויש אינעם ראוט. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט..
"זאג זיי אז דו האטס א מעכענישע פארבלעם און דו גייסט דארפן מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג.. גיב זיי סיי וואס, וואס זאל זיי מאכן דיך גלייבן אז זיי זאלן זיך בארואיגן" האט טרעי באפוילן דעם פילאט. די פילאט האט נישט געהאט קיין ברירה און אויסגערופן אויף די הויעך הילכער פונעם פליגער אז יעדער זאל זיך אראפזעצן און זיך צובינדן ווייל די פליגער האט מעכענישע פראבלעם און מ'גייט דארפן מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג.
א שרעק איז באפאלן די פאסאנזשירן ווען זיי האבן געהערט דעם אויסרוף. די קיפקעס האבן זיך צושפרייט און יעדער איז געלאפן זיך אראפ זעצן.. א פחד האט יעדן ארום גענומען... יעדער איז געזעצן שטיל אויף זייער פלאץ און זיך גערישט אויפן ארגסטן..
וויקטאר איז אויך געזעצן צווישן די פאסאנזשירן און קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז א חלק פונעם פארכאפונג. ווען ער האט געזען אז יעדער זעצט זיך צוריק אראפ האט ער זיך בארואיגט..
אבער די פאלשע מעסעדזש פונעם פילאט האט נישט געהאלפן פאר זייער לאנג. נאך א שטיק צייט זיצן האבן עטליכע אויפגעכאפט אז טרעי'ס זיץ איז שוין ליידיג פאר א לאנגע צייט. "איז נישט איינער דא געזעצן פריער?" האט זיך א שכן אנגערופן צום צווייטן. "ער איז שוין נישטא א לאנגע צייט. איך האב אים געזען רעדן פריער צום סטוערד און דערנאך איז ער נעלם געווארן. וואו איז ער? ווייסט ער נישט אז ווען די פילאט רופט אויס אז ס'איז אן עמערדזשענסי דארף זיך יעדער אראפזעצן און צובינדן?" אפאר שכנים האבן טאקע געהויבן זייער אויגן ברעמען מיט ווינדער וואו ער געפינט זיך. "לאמיר פרעגן די סטוערד וואס ער האט גערעדט צו איר.. אפשר האט דאס מיט די עמערדזשענסי לאנדונג...??" א פאסאנזשיר האט צוגערופן די סטוערד און איר געפרעגט וואס די רעדע איז געווען מיט די מענטש וואס זינט זיי האבן גערעדט איז ער מער נישטא.
"ער האט מיר איבערגעגעבן א צעטל וואס איך זאל איבערגעבן פארן פילאט...." און דערנאך איז ער ארויף רעדן מיט די פילאט.. " "וואס????" האבן די שכנים זיך גענומען שרייען הויעך. "הייסט אז דער וואס איז דא געזעצן איז יעצט אינעם קאק-פיט.... דאס האט נאר איין באדייט.... די פליגער איז פארכאפט...."
א געשריי האט זיך געהערט... "מיר זענען פארכאפט!!! די פליגער האט נישט קיין שום מעכענישע פראבלעם. מיר זענען פשוט פארכאפט.... די פילאט איז פארכאפט!! די פליגער איז געהיידזשעקט..."
אוי מיי גאד.... געוויינעריי און זיפצעריי האט זיך געהערט איבעראל... קינדער האבן זיך גענומען וויינען... עלטערע האבן זיך גענומען זיפצן... די אינגערע זענען אריין אין א ווילדע כעס "מיר גייען ארויף צום קאק-פיט.. מיר גייען זיך נישט לאזן הארגענען ווי שאף צו די שחיטה... לאמיר אלע ארויפגיין שטורעמען די קאק-פיט און זען צו מ'קען ראטעווען די פילאט... אנדערע פאסאנזשירן האבן אנגעצינדן זייערע טעלעפאון'ס און פראבירט צו רופן הילף אבער אן קיין ערפאלג..
פינעף זעקס אינגע מענער האבן זיך גענומען האסטיג וואקן צום קאק-פיט און זיך געגרייט אריין צו גיין אין א קאמף.. טרעי האט אלעס מיטגעהאלטן פון זיין זיץ.. ער האט געזען אז ער פארלירט קאנטראל פונעם פליגער. אליינס האט ער סייווי נישט געהאט די מאכט צו טון עפעס. ער האט געהאפט אז טרעי האט א פלאן וויאזוי אפצושטעלן די אנגעצויגענקייט ווייל לאנג גייט דאס נישט קענען אזוי אנהאלטן..
מעכטיגע זעצעס האבן זיך געהערט אויף די קאק-פיט'ס טיר. "עפן די טיר פאר מיר נעמען דאס אראפ מיט מאכט" האט די פילאט געהערט שרייען פון א גרופע צוהיצטע מענער. די זעצעס זענען וואס א מינוט געווארן שטערקער און ווילדער. די פילאט האט זיך אויסגעדרייט צו טרעי און געווארט ער זאל עפעס טון. טרעי איז געשטאנען פארלוירן און נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן. "דו דארפסט קלערן פון א וועג וויאזוי זיי צו בארואיגן ווייל אויב גייט די קנאקעס אנהאלטן מיט דעם קראפט פאר נאך אפאר מינוט גייט די טיר אראפקומען.. "
"איך ווייס וואס איך האב צוטון. זאג זיי אז דו קענסט נישט עפענען יעצט. דו וועסט ארויסקומען צו זיי אין אפאר מינוט און דו וועסט רעדן צו זיי.." די קא-פילאט איז ביז יעצט געזעצן שטיל אויף זיין פלאץ און נישט גערעדט קיין ווארט אבער זיין בלוט האט זיך גענומען קאכן ווען ער האט געזען וואס דא גייט פאר. אין זיין מח איז שוין געווען קלאר אז קיין לעבעדיגער גייט קיינער נישט ארויסגיין פון דעם פליגער. די שאלה איז נאר וויאזוי די טויט גייט צוגיין. צו מ'גייט אריין פירן דעם פליגער אין עפעס א בנין און אזוי שטארבן אדער גייט מען ניצן די פליגער מיט אלע פאסאנזשירן אלס משכונות און דערנאך זיי אויסמארדן. אדער גייט די פליגער פשוט ווערן אראפגעשאסן פון די לאנד גייט זיי די ערשטע טרעפן אויפן ראדאר. סייוויאזוי גייט זיך דאס ענדיגן מיט טויט. האט די קא-פילאט אפגעמאכט ביי זיך אז אויב שטארבן זאל עס כאטש זיין ווי א היראו און נישט ווי א שוואכלינג וואס האט זיך געלאזט פירן פון אן אומערפארענע טעראריסט. די קא-פילאט האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אריין געקוקט טרעי אין די אויגן "איך גיי יעצט עפענען די טיר פאר זיי. אויב שטערסטו מיך גיי איך דיך אנגרייפן און פיזיש זיך שלאגן מיט דיר. איך ווייס סייווי אז מיין לעבן גייט זיך ענדיגן אויף דעם פליגער, איך קען עס באשטיין צו ענדיגן אויף מיינע טערמינען." א ווילדע געשלעג האט אויסגעבראכן צווישן די קא-פילאט און טרעי..
די פילאט זעענדיג ווי טרעי שלאגט זיך האט ער זיך צוגעשטעלט מיטן קא-פילט און זיך גענומען שלאגן מיטן טעראריסט. א העפטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן....
טרעי איז געווען געלערענט פאר אזאנע סיטואציעס זיך צו שלאגן מיט מענטשען. ער איז געווען א געלערענטע טעראריסט. אבער זיך שלאגן מיט צוויי איז געווען זייער שווער. די געשלעג האט זיך געצויגן פאר א וויילע און אינמיטן די געשלעג האט די פילאט באוויזן אויפצושליסן די טיר...
די ווילדע פאסאנזשירן האבן זיך אריין געריסן אינעם קאק-פיט און אינאיינעם מיט האבן זיי באוויזן אראפצוהאלטן טרעי. די פילאט האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אויסגעגראדט די אנצוג. "די פראבלעם איז ווייט פון פארטיג. דער טעראריסט האט געלאזט וויסן אז ס'איז דא מער ווי איין טעראריסט דא אויפן פליגער, מיר ווייסן נישט וויפיל זיי זענען און ווער זיי זענען. און די גרעסטע פראבלעם איז אז מיר פארן אן קיין אידענטעפעקאציע. די טעראריסטן האבן אויף עפעס א וועג באוויזן אויסצולעשן יעדע טראנספארמער ארויסצושיקן אינפארמאציע צו סיי וועם. מיר פליען יעצט אין די אינדיאנע אקען אבער קיינער ווייסט נישט ווער מיר זענען ווייל מיר האבן נישט געמאלדן אז מיר קומען.. איך האב נישט קיין וועג צו לאזן וויסן פאר קיינעם אז מיר זענען פארכאפט ביי טעראריסטן און מיר דארפן הילף..."
א פאניק האט ארום גענומען די פליגער...
"די איינציגסטע ברירה וואס מיר האבן איז פראבירן צו לאנדן אויפן וואסער און האפן אז איינער וועט אונז באמערקן און העלפן. מיר לויפן אויס פון גאז און מיר לויפן אויס פון אפציעס..."
די פילאט מיטן קא-פילאט האבן זיך צוריק געזעצט און זיך גענומען גרייטן אויף א ווילדע קראך אראפ אויפן וואסער. נאכדעם וואס מ'האט צוגעבינדן טרעי האט זיך יעדער אראפגעזעצט און אנגעטון די פארזיכערונג בענדלעך.. יעדער האט זיך געגרייט אויפן ערגסטן און געהאפט אויפן בעסטן...
די פילאט האט אויסגערופן אז נישט האבענדיג קיין צווייטע ברירה גייט ער יעצט מאכן א קרעש לאנדונג אויפן וואסער און יעדער זאל זיך אראפלייגן מיט די קאפ צווישן די פיס...
ק---ר----א---ך----
---
זעכצן טעג שפעטער.. מיט א צובראכן געמיט זענען מיר דא צו מעלדן אז די פליגער האט אראפגעקראכט אין די אינדיאנע אקען אן קיינער האט נישט דורך געלעבט דעם קראך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 2:20 pm
דורך להגדיל שמו
לללללללץץץץץץץץ 
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 2:31 pm
דורך ידיד
און ווער האט פארציילט די מעשה פאר אב זקן?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:34 pm
דורך זאכליך
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:35 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 5:06 pm
דורך אורייתא
Now the time to finish the other story we are waiting
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 5:57 pm
דורך שוועמל
קאנספיראציע,
דו ווילסט נישט דערציילן וואס האט זיך אפגעטון דארט די גאנצע 7 שעה ביזן אינדיען אקעאן... עפעס באהאלט מען דא.
א דאנק אב זקן פאר די ערצעלונג..
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 6:07 pm
דורך דער תהילים איד
להגדיל שמו האט געשריבן::lol:
לללללללץץץץץץץץ 
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 7:31 pm
דורך חסיד נלהב
דער תהילים איד האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן::lol:
לללללללץץץץץץץץ 
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 7:32 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
אב זקן, יו ביסטו צאדאש!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 7:42 pm
דורך green
אב
פיינע נייעס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 8:45 pm
דורך ווינקל
ריזיג!....
נישט שיין צו מאכן אזא שארט סטאפ.... מ'האט נאך למעשה נישט געהעריג ווערעפירירט אז מ'האט דעם פליגער נאר ווארשיינליך... שפין ווייטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:33 pm
דורך בעסטע
ווי נאר עס וועט קומען פרישע נייעס וועט די מעשה באקומען א המשך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 9:45 pm
דורך נשמה
אב זקן האט געשריבן:טרעפיק קאנטראלער אז ער פארלאזט מאלזיע. די קא-פילאט האט געפאלגט און געלאזט פאלן די לעצטע ווערטער פארן טרעפיק קאנטראלער "אלל רייט גוד נייט".
גוד נייט מאלאזיען טרי זעווען זיראו"
כן צריכין לאמר