געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג מרץ 11, 2014 7:52 pm
אין א פארשטיפטע בונקער ערגעץ טיף אינמיטן מאלעזיע זיצן א גרופע טעראריסטן און פלאנירן א מאסיווע טעראר אקציע, אזאנס וואס די וועלט האט נאך ביז היינט נישט געזען. פלענער פון פארכאפן א פליגער און אראפקראכן דערמיט איז שוין אויסגעדראשן און ניצלאז. פארכאפן א פליגער און עס אריין פירן אין בנינים איז אויך שוין נישט קיין חידוש. ס'איז צייט אויפצוקומען מיט עפעס פריש. "פארכאפן א פליגער און נעמען די מענטשען פאר משכונות!" אטא דאס האט די וועלט נאכנישט געזען און דאס וועלן מיר טון. אבער וויאזוי פירט מען אויס אזא פלאן? האבן אלע געפרעגט צוזאמען. "נישט געזארגט, ווי יעדער ווייסט איז דא מיליאנע גע'גנב'טע פאספארטן וואס די רעגירונג ווייסט דערפון אבער זיי טוען גארנישט דערצו. לאמיר אנפאנגען ביי דעם אז מ'גייט ארויף שווערצן צוויי פון אונזערע חברה אויף א פליגער זיי וועלן טראגן מיט זיך קליינע דיווייסעס וואס דזשעמען די ראדיאו סיגנאלן פון אלעס ארום. איינמאל מ'האט קאנטראל אויף די ראדיאו סיגנאלן קען מען הייסן די פילאטן טראגן די פליגער וואו מיר ווילן און זיי וועלן נישט האבן די אפציע פון לאזן וויסן פאר די קאנטראלערס אז זיי זענען פארכאפט. אזוי אויך וועט די פליגער נישט האבן די מעגליכקייט פון ארויסשיקן סיגנאלן צו לאזן וויסן וואו עס פארט. איינמאל מיר האבן דאס איז די פליגער אונזערס און מיר קענען טון דערמיט וואס אונזער הארץ באגערט. די וועלט וועט זיך ברעכן קאפ צו דערגיין וואס דא איז געשען און זיי וועלן טאפן א וואנט."
יעדער אין בונקער האט צוגעשטימט צום פלאן און מ'האט איינגעטיילט די ארבעט פאר יעדן. איינער איז געגאנגען איינקויפן די דיווייס, א צווייטע גרופע איז געגאנגען איינקויפן די רענצלעך און אלעס וואס מ'דארף האבן פאר די רייזע. 'טרעי' און 'וויקטאר' זענען געגאנגען איינקויפן די שמיראכץ וואס זיי דארפן האבן צו טוישן זייער פנים צו די פנים וואס די פאספארט וואס זיי גייען טראגן האט. זיי גייען זיין די צוויי וואס גייען אויספירן די שליחות און 'פארכאפן די ערעפלאן'
--
די קומענדיגע טאג איז זיך יעדער ווידער צוזאמגעקומען אינעם בונקער און מ'איז איבערגעגאנגען וואס מ'דארף נאך און וואס מ'האט שוין. ארויסגעשטעלט האט זיך אז די אקציע איז סך גרינגער ווי מ'האט געמיינט אנפאנג.. "ס'איז צייט אפצומאכן א דעיט און לאמיר גיין.. אללא אכככבבאאר..." די טאג איז באשטימט געווארן אויף מארץ דעם ערשטן אויף פלייט MH370. טרעי און וויקטאר האבן זיך אנגעצייכנט דעם טאג און זיך געגאנגען באשטעלן טיקעטס מיט קעש.
--
שבת קודש מארץ דעם ערשטן.
א לאנגע רייע שטייט אין די עירעפארט סעקיורעטי ליין און ווארט זיך אויסצוטשעקן צו קענען בארדן דעם פליגער. יעדער שטייט רואיג און מיט א שמייכל. די מאלעזיע סעקיורעטי קוקן דורך יעדנס פאספארט און קוקן אריין אין די פעקלעך זיכער מאכן אז מ'טראגט נישט ארויף קיין פארבאטענע זאכן אויפן פליגער. וויקטאר און טרעי פראבירן זיך צו האלטן דאס מערסטע רואיג וואס נאר מעגליך. זיי זענען אינגע איראנע סטודענטן וואס האבן נישט לאנג צוריק זיך אנגעשלאסן אין די 'אלל אכטאף' טעראר נעץ. זיי זענען דורך די זעקס חדשים טרענירונג און נישט לאנג צוריק גראדואירט. זיי האבן נישט גע'חלום'ט אז זיי גייען אזוי שנעל באקומען זייער מיסיע. פון איין זייט זענען זיי געווען זייער צופרידן צו זיין די וואס זענען אויסגעקליבן געווארן צו טון די הייליגע מיסיע. פון די אנדערע זייט האבן זיי אבער געוואוסט אז זיי האבן מינימאלע ערפארונג און וואס זיי גייען דא טון. מ'איז טאקע איבער געגאנגען מיט זיי יעדע דעטאל, אבער דאך האבן זיי זיך געשפירט אזוי אומרייף.
אנקומענדיג צו די געיט האט די וועכטער זיי באטראכט אן קיין איבריגע חשד און נאכן דורך גיין די סקרינינג האבן זיי זיך געשטעלט מיט יעדן און געווארט צו בארדן. יעדע צוויי מינוט האבן זיי זיך געטאפט די טאשן זיכער מאכן אז זיי האבן מיט זיך די 'דזשעימינג דיווייסעס' און מיט א בלינק מיט די אויג האבן ביידע באשטעטיגט איינער פארן צווייטן אז די מיסיע איז א גאו!
שטאטערהייט האט זיך יעדער ארויפגעשלייכט אויפן פליגער און זיך געזעצט ביי זייערע זיצן. טרעי און וויקטאר זענען נישט געזעצן איינער נעבן דעם אנדערן ווייל אזוי וועט די אקציע זיין א גרעסערע סוקסעס.
די פילאט האט יעדן שיין באגריסט, די פלייט אטענדענס האבן איבערגעגעבן די זיכערהייט מעסעדזש און מיט א שמייכל האט יעדער זיך געגרייט צו א רואיגע רייזע.
די רגע וואס די פליגער האט זיך גענומען פארן אויפן ראן-וועי האבן צוויי מענטשען געגעבן א דרוק אויף זייער זייגער און איינגעשטעלט די טיימער..
וואס איז ווייטער געשען? וועט זיי געלונגען
זייער פלאן?
פארזעצונג אי"ה מארגן
Advertisement
דינסטאג מרץ 11, 2014 7:56 pm
מיר האבען אים לייף, העי אז ביסט שוין דא וויל איך דיר בעטען צו פארזעצען מיט די אנדערע פארזעצונג.
דינסטאג מרץ 11, 2014 8:04 pm
אב
כהאב מיר מער גערישט אז דאס איז קאנטארלירט פון א....טויטע... דזשעק...
דינסטאג מרץ 11, 2014 10:17 pm
דאס איז ביזדערווייל די איינציגסטע ווערסיע אויף די מעשה וואס מאכט סענס...
דינסטאג מרץ 11, 2014 10:18 pm
סתם פאר נייגעריגקייט (מוזט מיך נישט ענטפערן) האסט שוין אין פלאן די מעשה ביזן סוף?
מיטוואך מרץ 12, 2014 3:21 pm
טרעי און וויקטאר האבן זיך ביידע איינגעבינדן מיט די זיכערהייט פאסיקעס און די פליגער האט זיך געהויבן.
--
צוריק צו די בונקער אין מאלעזיע.
יעדער איז געזעצן ארום די קאנפרענס טיש און געווארט מיט אנגסט צו זען די פליגער זיך הייבן. א לייכטע אפאטאם האט זיך ארויסגעלאזט ווען די קאמפיוטער האט געוויזן אז פלייט MH370 האט זיך געהויבן. דאס מיינט אז די פלאן גייט פאראויס.
"חברה, ס'איז צייט מיר זאלן טון אונזער חלק. לאמיר זיך אלע ארויסלאזן צו אונזער דעסטענאציע די שנעלסטע וואס מעגליך. אבער געדענקט! באזונדערע טיקעטס, באזונדערע קארס, אלעס באזונדער. קיינער טאר אונז נישט זען זיך דרייען צוזאמען אין פאבליק"
קוים וואס מ'האט געהערט וואס די פירער האט אויסגערופן. יעדער איז געווען פארנומען זיך צו פאקן פעק און זיך גרייטן צו די נסיעה.
שטאטערהייט האבן זיי זיך ארויסגעשלייכט פונעם בונקער איינער נאכן צווייטן מיט א קורצע צייט אפשניט פון צוויי מינוט. יעדער האט גענומען א באזונדערע טעקסי און צו א צווייטע חלק פונעם לאנד..
--
צוריק צו פלייט MH370.
די זייגער האט זיך שטאט גערוקט פאראויס און די טיימער האט געוויזן אז ביז דריי מינוט וועט ער ענדיגן זיין קאונט דאון. ווי רואיג טרעי און וויקטאר האבן פראבירט צו שפילן איז יעצט ווען ס'איז געקומען למעשה אויסצופירן די פלאן האבן זיי פיין געשוויצט..
די טאקט פון די זייגער האבן מיטגעקלאפט מיט די טאקט פון זייער הארץ און ווען די זייגער האט געוויזן אז ס'איז דא נאך צען סקונדען צו גיין האט זיך טרעי אויפגעשטעלט פון זיין זיץ און שנעל געפרעפעלט א געבעט.
ער האט אריין געלייגט די האנט אין טאש און אנגעצינדן זיין דזשעמער...
די פילאט און די קא-פילאט האבן רואיגערהייט פארברענגט אין א געשמאקע שמועס. יעדער אויפן פליגער האט פיין פארברענגט נישט וואוסענדיג וואס די נעקסטע מינוטן גייט זיי ברענגען. טרעי איז צוגעגאנגען צו איינע פון די סטוערדס און אים איבערגעגעבן א צעטל אין האנט. די צעטל איז שוין געווען אפגעשריבן פון נעכטן און האט זיך געליינט ווי פאלגאנד "אין נאמען פון אללא איז די פליגער יעצט פארכאפט און אינטער די קאנטראל פון די "אלל אכטאף". אבער נישט ווי אונזערע ברודער וואס האבן פארכאפט פליגערס און דערמיט געשעדיגט די גלויביגע און די נישט גלויביגע. מיר וועלן קיינעם נישט שעדיגן אויב גייט איר פאלגן יעדעס ווארט וואס איך וועל דיר הייסן. כדי דו זאלסט נישט טראכטן אפילו פון טון עפעס קעגן מיין ווילן וויל איך דיר לאזן וויסן אז די פליגער פארמאגט מער ווי איין "אלל אכטאף" מיטגליד. וויפיל פון אונז דא איז דא איז דיר נישט נוגע. און יא, נאך איין זאך, פראביר נישט צו רופן פאר הילף אדער סיי וואס ווייל עס גייט דיר נישט גיין. דיינע קאנעקשענס זענען אפגעהאקט פון די וועלט דו קענסט קיינעם נישט רופן און קיינער קען דיך מער נישט זען. דו ביסט אראפ פונעם רעדאר און אפיציעל ביסטו נעלם געווארן פונעם ערד קוגל. די אפציעס ליגט יעצט אין דיינע הענט. ווילסטו זיין א הירא און ווייזן אז דו בייגסט דיך נישט פאר אונז? גוט פאר דיר אבער דאן וועט דאס זיין דיין לעצטע טאג אויף דעם וועלט און מיר וועלן אלע אינאיינעם שטארבן ווי מארטירער. אויב ווילסטו יא בלייבן ביים לעבן פאלג וואס איך הייס און שיק צוריק מיטן סטוערד א צעטל אז דו ביסט גרייט מיטצוארבעטן מיט מיר."
די סטוערד האט געקוקט אויף טרעי נישט וואוסענדיג וואס ער וויל פון אים מיט דעם צעטל. "גיי גיב דאס פארן פילאט אין די האנט, ס'איז א וויכטיגע מעסעדזש וואס איך האב אים צו זאגן. גיי שנעל ווייל ס'איז אים זייער וויכטיג"
א קלאפ אויפן פילאט'ס טיר האט געצויגן זיין אויפמערקזאמקייט. "ווער איז דארט?" האט ער געפרעגט מיט א קענטיגן ווינדער "איך האב א צעטל מיט א מעסדזש פאר דיר פון איינע פון די פאסאנזשירן. ער זאגט אז ס'איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט עס ליינען ווי שנעלער". די פילאט עפנט די טיר און נעמט איבער די פאפיר. מיט יעדע שורה וואס ער ליינט ווערט ער בלאסער און בלאסער... מיט צוטערדיגע הענט גיט ער עס איבער פארן קא-פילאט צו ליינען.
"בלייב אינדערויסן א מינוט, ווארט דא ביי די טיר פאר צוויי מינוט" האט די פילאט געזאגט פארן סטוערד און ער האט פארשלאסן זיין טיר אונטער זיך. "וואס טוען מיר דא?" האט די פילאט געפרעגט דעם קא-פילאט אינגאנצן דערציטערט. "ער ווייסט וואס ער רעדט? מיר זענען טאקע אפגעהאקט פון די וועלט? איז דען אפילו דא אזא זאך? איך מיין מ'רעדט דא פון א וואנזיניגער און מיר דארפן זיך נישט צו טון מאכן פון אים." די פילאט האט געוואלט פאר א מינוט אפאטעמען און טאקע קלערן אז מ'רעדט דא פון א צורידערטע פארשוין. אבער ווען ער האט פראבירט זיך צו קאנעקטן צו די קאנטראלער איז אים שווארץ געווארן. ער האט באקומען אן ערראר אז די קאנעקציע איז נישט דורך... ער האט פראבירט א צווייטע וועג.. אויך נישט געגאנגען.. די פאניק קנעפל... אויך נישט...
אלעס איז אפגעהאקט..
....
וואס גייט דא ווייטער זיין? וואו גייט די ערעפלאן ווייטער גיין??
פארזעצונג אי"ה בקרוב
מיטוואך מרץ 12, 2014 4:07 pm
אוי ביסטו גוט... מיין קאפ דרייטצעך
שפין נאר ווייטער
מיטוואך מרץ 12, 2014 4:33 pm
יוראפ האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט (מוזט מיך נישט ענטפערן) האסט שוין אין פלאן די מעשה ביזן סוף?
קען ער דען וויסן די גאנצע מעשה? ס'האלט דאך נאך אינמיטן פאסירן...
אב קיפ איט אפ, ברענג אונז ווייטערדיגע באריכטן ווי נאר עס פאסירט.....
מיטוואך מרץ 12, 2014 4:53 pm
סוועט אזוי לאנג ציען ביז די מעשה מיט אלע טעעאריעס וועלן ארויסקומען
מיטוואך מרץ 12, 2014 5:47 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט (מוזט מיך נישט ענטפערן) האסט שוין אין פלאן די מעשה ביזן סוף?
קען ער דען וויסן די גאנצע מעשה? ס'האלט דאך נאך אינמיטן פאסירן...
אב קיפ איט אפ, ברענג אונז ווייטערדיגע באריכטן ווי נאר עס פאסירט.....
מ'דארף נאך זעהן וואס מ'וועט למעשה טרעפן און דאס אריינשמעלצן אלץ א חלק פון די פארווישונג אקציע.
עניוועי ייש"כ אב זקן, מ'באלעק מיר זיך די פינגער.
מיטוואך מרץ 12, 2014 6:25 pm
שכוח אב.
מיטוואך מרץ 12, 2014 11:28 pm
פיינע ניייעס!! ביז אהער אבער שרייב נאר ווייטער אויך??
דאנערשטאג מרץ 13, 2014 12:10 am
אוי ביסטו פריש...
דאנערשטאג מרץ 13, 2014 10:19 am
KolHaolam @KolHaolam 7m
MALAYSIA: US officials believe missing Malaysia Airlines plane crashed in Indian Ocean, will take 24 hours to move ship into position. (ABC)
די מיינסט נאך אלץ אז די מעשה גייט פאראויס ???
דאנערשטאג מרץ 13, 2014 7:45 pm
א וודאי, זיי האבען עס אהין צוריק אריינגעווארפען נאכדעם וואס זיי האבען געזעהן אז אב מיט חזקיהו ווייסען אלעס.
לעבן זאל דער קעניג אין/אונזער אלטע טאטע.
דאנערשטאג מרץ 13, 2014 8:02 pm
אב זקן, די פראגע איז וויזוי די ווייסט די מעשה, אלא מאי די ארבייט'סט ציזאמען מיט די טעראריסטען, אדער... באקסטו אויף א מעשה אין ס'הייבט זיך נישט אן ....
דאנערשטאג מרץ 13, 2014 11:01 pm
קודם האבעך געמיינט אז חזקי׳ שרייבט די מעשה, נישט געחלומ׳ט אז אב זקן ארבעט נאך.
זייער גוט געשריבן.
פרייטאג מרץ 14, 2014 7:51 am
ווי מאדנע ס'הערט זיך שפילט דערווייל די נייעס שטארק מיט. מיט אב זקן'ס טעאריע, ווי עס ווערט יעצט באריכטעט אין די נייעס האבן צוויי באזינדערע טרעקינגס אויפן ערפלעין אויגעהערט ארבעטן עטליכע מינוטן געריקט.!
...ווייזט אויס די צווי האבן אנגעצינדן די דשעמערס עטליכע מינוטן אפגעריקט...
אגב שכח אב זקן קיפ איט אפ! מיר באלעקן זיך מיט דיין ארבעט. איך פייגער צי ליינען ווייטער.. נא! האלט נישט אויף גיי אן.
פרייטאג מרץ 14, 2014 11:57 am
גוט.. גוט.. ציוואס ברויך מען אויפבאקן פאלשע מעשיות ווען ס'געשעהט פאקטיש אזעלכע שפאנענדע מעשיות???...
פרייטאג מרץ 14, 2014 12:55 pm
אלטער פאטער, יאג זיך צו! די אינסטאנצען ווארטן!!
זעהסט דאך אז ווי נאר דו שרייבסט קוען די באמטע און באשטעטיגען ווי עס איז אייער ווערסיע, אלזא דער עולם איז אנגעצויגן, זייט מוחל ענדיג שוין די מעשה!
מאנטאג מרץ 17, 2014 1:53 pm
איינמאל די פילאט האט איינגעזען אז גארנישט ארבעט נישט און ער האט סייווי נישט קיין צווייטע ברירה האט ער צוריק געשיקט א צעטל מיטן סטוערד "מיר וועלן זיך צושטעלן צו אלעס וואס ענק פארלאנגען. אבער ביטע טוט נישט קיין ווילדע זאכן און טוט קיינעם נישט וויי. קומט ארויף דא צום פארענט פונעם פליגער אז מיר זאלן קענען רעדן נארמאל און פארהאנדלן וואס אייערע פארלאנגען זענען."
די סטוערד האט איבער גענומען די פאפיר און עס צוריק געטראגן צו טרעי. טרעי האט שענעלערהייט אפגעליינט וואס די פילאט האט אים געשריבן ער האט נישט ערווארטעט קיין צוווייטע תירוץ סייווי. וויקטאר האט אלעס מיטגעהאלטן מיט די זייט פון זיין אויג. ווען ער האט געזען אז טרעי שטעלט זיך אויף און וואקט מיט מיטן סטוערד צום קאקפיט האט ער פארשטאנען אז די פילאט'ס ענטפער איז געווען פאזיטיוו און טרעי האט פולשטענדיג קאנטראל אויפן פליגער.
--
צוריק צו די חברה אין מאלעזיע.
נאכדעם וואס יעדער איז זיך צופארן צו א צווייטע דעסטענאציע האבן אלע פון זיי געהאט איין ציל און דאס איז אנצוקומען צו די "ענדעמען אינזלען" דארט אין איינע פון די פארשטיפטע אינזלען האבן זיי אנגעגרייט א לאנדונג פלאץ פארן פליגער און א פלאן וויאזוי צו האנדלען מיט די פליגער און די פאסאנזשירן. די גרופע וואס איז באשטאנען פון פיפצן מענער האבן אלע געטראגן מאפעס מיט זיך וואוסענדיג אז אנצוקומען אהין איז נישט גרינג און זיי וועלן מוזן דינגען שיפן אדער אנדערע טראנספארטאציע מיטלן אנצוקומען אהין גענוג שנעל.
די פירער פון די גרופע איז יא געבליבן זיצן אין בונקער צו פירן די אקציע פון זיין פלאץ. ער האט געווארט צו הערן פון וויקטאר אז אלעס פארט ווי געפלאנט.
--
צוריק צו די פליגער
וויקטאר האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש צו זיין באס "V" וואס דאס איז די וויקטארי סימבאל אנצוגעבן אז די ערעפלאן איז שוין פארכאפט און זיי גייען יעצט מאכן די לעצטע מענאווערס וואס פעלט זיך אויס נעלם צו ווערן פון אלע רעדארן און דערנאך גייען זיי פארן צו זייער דעסטענאציע.
טרעי איז ארויף צום קאקפיט און קאלטערהייט אריין געקוקט אינעם פילאט'ס אויגן און געזאגט "מיר זענען נישטא צו ווילדעווען און וויי טון מענטשען. מיר האבן א מיסיע וואס מיר ווילן אויספירן און אויב קען דאס דורך גיין אן קיין אינצידענטן איז זיכער בעסער פאר אונז. אבער מיר האבן גרייט א צווייטע פלאן אויב גייט דאס נישט ארבעטן. אלזא, פראביר נישט צו זיין קיין חכם פאלג וואס איך הייס דיר און אלעס וועט זיין גוט"
די פילאט איז נישט געווען קיין נאר ער האט געוואוסט אז דאס איז א געהעריגע היידזשעקינג און פון וויפיל ער האט געוואוסט האט זיך קיין איין היידזשעקינג נישט גוט געענדיגט. די פילאט האט געוואוסט וואס עס מיינט צו פירן אזא פליגער גראד אריין אין די הענט פון היידזשעקערס און וואס זיי קענען טון מיט אזא פליגער. די פילאט האט געקלערט אז ער וועט מיטשפילן ווי לאנג ער קען און האפענטליך ערגעץ שפעטער וועט ער טרעפן א וועג ארויס וויאזוי איינצומעלדן פאר די אינסטאנצן אז ער איז נישט אין קאנטראל פונעם פליגער און איינער דרייווט אים.
"איך וועל פאלגן וואס דו וועסט מיר הייסן, זאג מיר נאר וואס די פלאן איז, אזוי וועל איך קענען אויסשטעלן מיין ראוט"
"דו דארפסט נישט וויסן קיין פלענער, פאלג נאר וואס איך הייס דיר!" "זאל איך לאזן וויסן פאר די פאסאנזשירן וואס דא גייט פאר אדער זאל איך נישט רעדן דערפון?" "זיכער נישט! רעד נישט קיין איבריג ווארט.
לאז אראפ דעם פליגער צו די נידריגסטע שטאפלן וואס מעגליך, אזוי וועלן מיר פארלוירן ווערן פון די רעדאר. פאר אויף דעם נידריגקייט פאר צוואנציג מינוט בערך און דערנאך מאך א שארפע לינקס און האלט דיך לינקס ווי לאנג איך הייס. לאז אויך אראפ דיין ספיד"
מיטן נישט זאגן פאר די פאסאנזשירן אז מ'טוישט ריכטונג איז וויקטאר באגאנגען א טראגישן פעלער.
---
די פירער אין בונקער האט באקומען די מעסעדזש און א שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין געזיכט. ער האט ארויסגעשיקט א מעסדזש צו זיינע חברה "דערווייל פאר אלעס ווי געפלאנט, די פליגער איז שוין אונטער אונזער קאנטראל. לויטן פלאן גייט די פליגער זיין ביי איר דעסטענאציע אין אפאר שעה ארום. מאכט אלע זיכער דארט צו זיין אין צייט און ווארטס אפ דעם פליגער. ווען איר זענט דארט לאזט מיך וויסן.
א.א.
"
וואס גייען די פאסאנזשירן טון? גייט די פליגער טאקע לאנדן אויפן אינזל?
פארזעצונג אי"ה
מאנטאג מרץ 17, 2014 3:05 pm
כא כא כא, דו לץ איינער, ער וועבט די מעשה לויט ווי נייעס דרייעט זיך
מאנטאג מרץ 17, 2014 4:09 pm
אז מען רעדט פון ווערסיעס וועל איך געבן מיין ביאור אין די מעשה
לעניית דעתי ברויך מען נעמען גאר גאר א שטארקער לימוד ומוסר השכל אין די מאמענטן ווען אלע חכמי האומות שטייען געפלעפט ווי אפאר אפגעריסענע טעראריסטען קענען פארכאפען אינעם היינטיגען קלוגען וועלט א גאנצער אמעריקאנער פליגער אנגעפילט מיט אריבער צווי הינדערט לעבעדיגע נבראים דאכטצעך מיר ס'איז שוין צייט אויפצוגעבן אויף די נארישע גלויבענגון אין די חכמי הטבע וה'טעכנעלאגיע, געט א קוק אפאר חברה פינעם טייוועל ברענגען אראפ זייער גאנצער מאכט אהן איבערלאזען א זכר פון שפורען,
שא עיניך און קוק ארויף צום הימעל דער איינציגסטער און אויסשליסליכער כח איז נאר דער בורא כל עולמים אליין.
מיטוואך מרץ 19, 2014 5:44 pm
ווען די פירער האט געענדיגט מעלדן פאר יעדן אז די פליגער איז שוין פארכאפט און אונטער זייער קאנטראל האט ער אויפגעהויבן זיין פאון און גערופן די הויפט קוואטיר "דא רעדט די קעפטאן. איך וויל דא איבערגעבן די גוטע נייעס אז די פליגער איז אין גוטע הענט מיר האבן פולשטענדיג קאנטראל דעראויף און מיר האפן אז אלעס וועט פארן אזויווי די פלאן. איך האף אז די צווייטע טיעם איז גרייט אויפצונעמען די פליגער און יעדער איז אין פאזיציע. מיין גרופ איז אויפן וועג אהין ארויסצוהעלפן מיט וואס עס פעלט זיך אויס אבער זיי וועלן הערשט אנקומען אביסל שפעטער" "זארג נישט" איז געקומען די ענטפער פון די הויפט קוואטיר אפיס. "מיר זענען פולשטענדיג גרייט. עס איז נאכנישט די צייט צו פייערן זיג ווי לאנג די פליגער לאנדט נישט זיכערערהייט. גיי ווייטער מיט די פלאן און מיט אללא'ס הילף וועט אלעס גיין געשמירט"
"צום באפעל"
נאכן אראפלייגן די פאון מיט זיי האט ער זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו רופן איינעם... א טעקסט איז ארויס פון זיין פאון צו זיין מענטש אין די 'טרעפיק קאנטראל' דיפארטמענט. "די פליגער איז אין גוטע הענט, טו וואס דו האסט צו טון צו פארווישן די שפירן ווי אפגעשמועסט. לאז וויסן ווען זאכן זענען פארטיג"
די ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען "איך האלט אן אויג אויפן פליגער, איינמאל די פילאט גייט לאזן וויסן אז ער פארלאזט די מאלעזיע טערעטאריע גיי איך פארווישן זיינע שפירן. איך וועל אייך האלטן אינפארמירט ווען דאס געשעהט"
מיט א שמייכל האט די פירער אפגעליינט דעם ענטפער און זיך ערלויבט אויסצוציען אויף זיין בענקל ביז די ווייטערדיגע אפדעיטס קומען אריין.
--
צוריק צום פליגער.
"לייג אריין א נייע דעסטענאציע אינעם דזשי פי עס. מיר פארן נישט קיין כינע!"
די פילאט האט אנגעקוקט וויקטאר מיט גרויסע אויגן "זענט איר פון זינען אראפ? דו מיינסט אז מ'קען פירן א פליגער אזוי וואו מ'וויל? אויב טויש איך מיין ראוט גייט מיך די רעדאר אויפכאפן ביז געציילטע מינוטן און עס גייט נישט נעמען לאנג ביז איינע פון די לענדער גייען ארויסשיקן קאמפס ערעפלאנען קעגן אונז. איך קען דאס נישט טון"
"זארג נישט! פאלג וואס איך הייס דיר! דיין פליגער איז סייווי אפגעהאקט פון קאמיונעקירן מיט די דרויסענדיגע וועלט. און וועגן די דרויסענדיגע ראדארן זארג דיך נישט איך ווייס וואס איך רעד!" די פילאט איז געווארן ממש פארפרוירן, ער האט גוט געקענט די סיסטעם און ער האט געוואוסט אז יעדע לאנד האט רעדארן וואס איז נישט מעגליך אויסצושפילן און אויב גייען זיי אויפכאפן איינעם אין די לופט און יענער גייט זיך נישט אידענטעפיצירן גייט ער ווערן אראפגעשאסן אן קיין קלער. אבער קיין צוויי אפציעס האט ער נישט געהאט. ער האט געפאלגט וואס מ'האט אים געהייסן. טיף אין הארץ האט ער געוויסט אז די שאנסן אז ער זאל ארויסקומען פון דעם פלאנטער לעבעדיג איז נענטער צו נול. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אזאנע אומערפארענע היידזשעקערס וואס ווייסן נישט וואס א פליגער מיינט. ווער רעדט נאך ווען א פליגער דרייט זיך אין די לופט און ער אידענטעפיצירט זיך נישט. אבער, -האט די פילאט געקלערט צו זיך- ווי לאנג איך לעב גיב איך נישט אויף האפענונג אז איך וועל אפשר האבן די שאנס איינצומעלדן און אפשר ראטעווען די מצב.
ווען די פליגער האט געהאלטן ממש פארן ארויספליען פונעם מאלעזיע האט וויקטאר אויסגעלאשן די 'דזשעמער דיווייס' און געהייסן די פילאט איינמעלדן פאר די טרעפיק קאנטראלער אז ער פארלאזט מאלזיע. די קא-פילאט האט געפאלגט און געלאזט פאלן די לעצטע ווערטער פארן טרעפיק קאנטראלער "אלל רייט גוד נייט". תיקף דערנאך האט וויקטאר צוריק אקטיוועזירט די 'דזשעמינג דיווייס' אז מער זאל גארנישט ארויסגיין פונעם פליגער און פון יעצט און ווייטער איז זאל די פליגער פליען באהאלטן.
--
די פאסאנזשירן אויפן פליגער האבן גארנישט מיטגעהאלטן זיי האבן רואיג פארברענגט און געוואוסט אז דערווייל פארט אלעס ווי אויפן סקעדזשול און אביסל נאך זעקסע גייט די פליגער לאנדן אין בעידזשינג כינע. טייל האבן געקלאצט אויפן מאפע, רוב האבן געדרימעלט, אנדערע האבן פארברענגט מיטן ליינען אדער צוגעטשעפעט צו זייער אייפעד.
ווען די פליגער האט זיך געגעבן א שארפע דריי אויף לינקס אוועק פונעם ראוט וואס ער האט געברויכט גיין האבן געוויסע פאסאנזשירן געעפנט די אויגן קוקן וואס עס גייט פאר. קודם האבן זיי געקלערט אז דאס איז נאר א מענאווער פונעם פילאט אויסצומיידן א טורבעלענס. אבער ווען די פליגער האט אנגעהאלטן צו פליען די פארקערטע ריכטונג האבן געציילטע פאסאנזשירן זיך גענומען ארום קוקן זען וואס עס גייט פאר.
"וואו פארט מען?" האט איין פאסאנזשיר געפרעגט פון א סטוערד וואס איז געשטאנען אין די זייט. "וואס הייסט וואו, קיין כינע" "יא, אבער פארוואס האט די פליגער זיך אוועק געדרייט פונעם ראוט? אויב פארט מען צו כינע דארף מען פארן ווייטער גראד נישט זיך דרייען. יעצט זעהט אויס ווי די פליגער פארט צוריק צו מאלעזיע." די סטוערד האט א קוק געטון אויף די מאפע און זיך אויך גענומען ווינדערן הויעך. "איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, ס'איז טאקע אינטערעסאנט. איך גיי אנפרעגן אין די פראנט און איך וועל דיך לאזן וויסן."
--
"די פליגער האט געלאזט וויסן אז ער האט פארלאזט מאלעזיע, איך האב קאנטראל אויף זיין ראוט און די אינפארמאציע איז פארמעקט"
די פירער האט געליינט די מעסעזש און א צופרידענע שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין פנים.
--
וואו גייט די פליגער?
פארזעצונג אי"ה
מיטוואך מרץ 19, 2014 9:00 pm
אב
די גרעסטע וויץ וועט נאך זיין אז דו וועסט זיין גערעכט....