געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג מרץ 10, 2014 3:14 pm
אזוי ווי עס גייט פארקומען בחירות חוזרות מארגן אין שטאט בית שמש, און אין די שכינות'דיגע אשכול לאזן די מנהלים נישט ברענגען אלע סארט נייעס. עפן איך דאס דא פאר די חלק השקפה.
דער פארמעסט איז זייער א היציגע און שטורמישע, וויבאלד פון איין זייט שטייט אן 'אזוי גערופענער' ראש העיר חרדי משה אבוטבול וואס אין זיין קאדענציע איז נתרבה געווארן פירצות בחומת הדת וואס זיין פארגייער א 'פרייער' האט זיך דאס נישט ערלויבט. נאר ער וויבאלד ער מוז געפעלן פאר די פרייע תושבים....
Advertisement
מאנטאג מרץ 10, 2014 3:32 pm
וואס פונקטליך גייט מען דן זיין אין דעם אשכול?
חלק הלשון הרע, און כל המרבה הרי זה משובח?
חלק השקפה און חלק הלכה? איז דאך שוין דא א אשכול כללי דערוועגן.
מאנטאג מרץ 10, 2014 9:35 pm
ער וויל שרייבען וואס ער וויל....
גיי זיי מעורר אין די וואל סטריט אשכול אז קייען וואסער מאכט די מויל שטינקען.
שוועמל, יישר פארען דעם אשכול.
מאנטאג מרץ 10, 2014 9:37 pm
AHA האט געשריבן:קייען וואסער מאכט די מויל שטינקען.
קיינמאל נישט געהערט דערפון..
מאנטאג מרץ 10, 2014 9:42 pm
טריי עס אויס (זאג מיר די results)
מאנטאג מרץ 10, 2014 9:51 pm
הרב שויתי יישר כח פארן גיין פתיחה.
די ענין פון די בחירות לערי' איז אזוי.
סאטמאר רב זצ"ל האט נישט גע'אסר'ט, וויבאלד דאס איז נישט אזוי ווי בחירות לכנסת המינים, ס'איז נישט די מדינה זעלבסט נאר א לאקאלע מוניציפאליטעט. טייל חסידים זאגן אז קיין איסור איז טאקע נישט געווען אבער הלכה למעשה האט ער געוואלט מ'זאל נישט גיין, טייל זאגן אז ער האט געהייסן טוהן לויט ווי די רבני העיר הייסן, דאס מיינט אז אין ירושלים זאל מען נישט וועהלן און אין בני ברק יא.
די עדה החרדית וואס זייער איסור לבחירות איז נישט געווען אלס איסור כנסת המינים נאר א באזונדערע צוגעלייגטע איסור משום בחירות נשים, זיי האבן ארויסגעגעבן די זעלבע איסור אויף לאקאלע וואהלן, כמובן שאין לחלק.
---
אין די לעצטע יארן איז צוגעקומען א געזעץ אז יעדער ראש העיר דארף שווערן שבועת אמונים. דאס איז שוין גאר א הארבע איסור לויט'ן ויואל משה, און דער איסור איז לכאורה חל אויך אויפן בוחר וואס מאכט אים א שליח.
למעשה, די חברי כנסת גיבן א שבועה ביי די אפיציעלע צערעמאניע אין כנסת בפני כל עם ועדה, משא"כ דער ראש העיר און חברי מועצת זאגן נישט גארנישט ביים צערעמאניע וואס ווערט געווענליך געפראוועט. לויטן געזעץ דארפן זיי עס שווערן, אבער זעהט אויס אז ס'קען זיין בינו לבין יצרו.
טייל ראשי עיר זאגן שטילערהייט אז זיי פירן דעם געזעץ קיינמאל נישט אויס, ס'איז נאר אויף פאפיר. אזא ראש העיר גייט לכאורה צוריק צו די פריערדיגע קאטאגאריע.
שויתי האט אינעם אנדערן אשכול געשריבן אז ער האט א רעקארדירונג פון אבוטבול וויאזוי ער שווערט שבועת אמונים. איך האב געבעטן די רעקארדירונג אין אישי, אבער למעשה איז עס א .amr פייל/פאלדער וואס איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס עפענען.
דא האלט איך..
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:01 pm
אפדעיט:
איך האב געפינען אז מ'קען עפענען א amr פייל מיט קוויקטיים, און מ'האמיר עס אויסגעהערט.
יא! משה אבוטבול זאגט דארט "אני מתחייב לשמור אמונים למדינת ישראל".
אויב ווייסט איינער אז יעצט גייט זיין אנדערש זאל ער עס מודיע זיין...
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:03 pm
דאכצעך אז די סאטמאר רבי ז"ל האט עס נישט געאסרט ווייל ער האט געהאלטען אז די עידה האט עס שוין געאסרט נאך פאר עם. (מיש איך אויס מיט עפעס אנדערשט?)
אין אידער קעיס איז דאך דא אן איסור פון כמה וכמה היינטיגע רבנים. (לשיטת מחותן איז דאך דאס די וויכטיגסטע)
עס איז לכאורה פאר די אידען (האוסרים) א שווערע נסיון ווייל עס איז שווער צו הערן א גאנצען טאג ווי שלעכט עס גייט ווערן אויב דער אנדערער געווינט.
עס איז זיכער דא מתירים מיט הלכה תשובות אדער אן הלכה תשובות אז נישט העט עס לויפען אויפען אלטען היתר פון טשעבין- בעלזא.
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:08 pm
לא הבנתי אף שורה.
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:09 pm
ליין איבער!
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:10 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:הרב שויתי יישר כח פארן גיין פתיחה.
די ענין פון די בחירות לערי' איז אזוי.
סאטמאר רב זצ"ל האט נישט גע'אסר'ט, וויבאלד דאס איז נישט אזוי ווי בחירות לכנסת המינים, ס'איז נישט די מדינה זעלבסט נאר א לאקאלע מוניציפאליטעט. טייל חסידים זאגן אז קיין איסור איז טאקע נישט געווען אבער הלכה למעשה האט ער געוואלט מ'זאל נישט גיין, טייל זאגן אז ער האט געהייסן טוהן לויט ווי די רבני העיר הייסן, דאס מיינט אז אין ירושלים זאל מען נישט וועהלן און אין בני ברק יא.
די עדה החרדית וואס זייער איסור לבחירות איז נישט געווען אלס איסור כנסת המינים נאר א באזונדערע צוגעלייגטע איסור משום בחירות נשים, זיי האבן ארויסגעגעבן די זעלבע איסור אויף לאקאלע וואהלן, כמובן שאין לחלק.
---
אין די לעצטע יארן איז צוגעקומען א געזעץ אז יעדער ראש העיר דארף שווערן שבועת אמונים. דאס איז שוין גאר א הארבע איסור לויט'ן ויואל משה, און דער איסור איז לכאורה חל אויך אויפן בוחר וואס מאכט אים א שליח.
למעשה, די חברי כנסת גיבן א שבועה ביי די אפיציעלע צערעמאניע אין כנסת בפני כל עם ועדה, משא"כ דער ראש העיר און חברי מועצת זאגן נישט גארנישט ביים צערעמאניע וואס ווערט געווענליך געפראוועט. לויטן געזעץ דארפן זיי עס שווערן, אבער זעהט אויס אז ס'קען זיין בינו לבין יצרו.
טייל ראשי עיר זאגן שטילערהייט אז זיי פירן דעם געזעץ קיינמאל נישט אויס, ס'איז נאר אויף פאפיר. אזא ראש העיר גייט לכאורה צוריק צו די פריערדיגע קאטאגאריע.
שויתי האט אינעם אנדערן אשכול געשריבן אז ער האט א רעקארדירונג פון אבוטבול וויאזוי ער שווערט שבועת אמונים. איך האב געבעטן די רעקארדירונג אין אישי, אבער למעשה איז עס א .amr פייל/פאלדער וואס איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס עפענען.
דא האלט איך..
תהילים "העטס אף"!! זייער גוט געזאגט קורץ אין שארף.
כ'טראכט צוצולייגען אז לויט די וואס האבן געהאט אין אמעריקע א הלכה'דיגע פראבלעם ביים סקול הידועה, איז איינע פון די טעמים געווען אז "זאגן" אז "מען גייט טאן עפעס נישט על פי תורה" איז אויך אסור, פונקט ווי טאן למעשה. (אפשר נישט פונקט, באט יו געט דע פוינט).
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:14 pm
לויט דעם קימט אויס אז די ברך משה איז מתיר די בחירות אין בית שמש.
האהא גיט.
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:15 pm
לכתחילה, טענקס! אזאנס פון דיר האט ביי מיר א גרויס חשיבות.
איך האב געמאכט א MP3 פון די רעקארדינג פונעם שבועת אמונים פון אבוטבול.
https://www.dropbox.com/s/yym2g1x6i9ts1 ... %D7%9D.mp3
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:17 pm
אויף בחדרי חרדים האט עמיצער אזא טענה:
בבחירות חוזרות אין הצהרת אמונים לאחר שכבר הצהירו
מאנטאג מרץ 10, 2014 10:21 pm
למעשה תהלים איז גערעכט, ווייל די סיבה פארוואס די רבי ז"ל האט נישט גע'אסר'ט בפירוש איז וויל ער האט געהאלטען אז בחירות לכנסת איז ביהרוג ועל יעבור און בחירה לעיריה איז נישט, ממליא האט ער נישט געוואלט קאלט מאכן די איסור פון די געהעריגע בחירות, היינט אבער אז מען דארף שווערען אויפן בחירות לעירייה איז עס די זעלבע איסור
מאנטאג מרץ 10, 2014 11:15 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:ווילאנג איך זעה נישט כתב ידו האט הרב וואזנער נישט געהייסן וועלן, ס'איז א פשוטער שקר! א חלק מתעמולת הבחירות... כדרכם...
- עטעטשמענטס
-
- מחאה זיוף הגרש ואזנר.pdf
- (40.37 KiB) געדאון לאודעד 37 מאל
-
- התראה זהירות מזיופים.pdf
- (28 KiB) געדאון לאודעד 25 מאל
-
- אוי להם לבריות הגרש ואזנר.pdf
- (41.88 KiB) געדאון לאודעד 32 מאל
מאנטאג מרץ 10, 2014 11:35 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:איר ווילט מאכן דא תעמולה פאר די בחירות? א שאד די צייט, דא זענען נישטא קיין בית שמש איינוואוינער!
לויפט שנעל קיין רמ"א כאפן מיט געוואלד אפאר פאנאטישע סאטמארע וואס ווילן נישט האבן קיין חלק אין:
מגמות לימודים\שילוב נשים וגברים חרדים בשוק עבודה החילוני...
אין די התבוללות מיט די פרייע וואס אבוטבול מאכט...
אין די חוקי תועבה וואס ער שטיצט אפן בלי בושה...
ספורט וקולנוע (מינות וכפירה\פריצות\די ערגסטע מאוויס) וואס זענען אפן א גאנצע וואך 24\7 ר"ל...
אין די שבועת הכפירה און הצהרת נאמנות צו די פארשאלטענע מדינה און אירע חוקי התועבה...
אין די רדיפות און מסירות אויף די ערליכע אידן...
אין די חילולי שבת וואס ער שטיצט (אני כבר לא מדבר על הכביש שהוא פתח בשבת!!)...
אין די חילול השם איום ונורא וואס ער מאכט...
אין די פריצות אין קניונים וואס ער שטעלט אויף...
ער איז מיליאן מאל ערגער ווי א פרייער ראש העיר! גייט נישט וועלן בשום אופן און טראגט נישט אויף אייער געוויסן אזעלכע הארבע עבירות, האט נישט קיין חלק אין די ניאוץ בד' ובתורתו הקדושה אינעם פלטרין של מלך!
- עטעטשמענטס
-
- שמע בני מוסר אביך.pdf
- (155.16 KiB) געדאון לאודעד 9 מאל
-
- בניגוד לתעמולה הכוזבת של המפלגות החרדיות.pdf
- (33.58 KiB) געדאון לאודעד 6 מאל
-
- איסור בחירת נשים החפץ חיים.pdf
- (116.43 KiB) געדאון לאודעד 8 מאל
דינסטאג מרץ 11, 2014 1:27 am
.
- עטעטשמענטס
-
- דעת זקני חסידי סלאנים.pdf
- (17.3 KiB) געדאון לאודעד 21 מאל
-
- אל נא אחינו תרעו.pdf
- (77.13 KiB) געדאון לאודעד 19 מאל
דינסטאג מרץ 11, 2014 8:47 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דער תהילים איד האט געשריבן:הרב שויתי יישר כח פארן גיין פתיחה.
די ענין פון די בחירות לערי' איז אזוי.
סאטמאר רב זצ"ל האט נישט גע'אסר'ט, וויבאלד דאס איז נישט אזוי ווי בחירות לכנסת המינים, ס'איז נישט די מדינה זעלבסט נאר א לאקאלע מוניציפאליטעט. טייל חסידים זאגן אז קיין איסור איז טאקע נישט געווען אבער הלכה למעשה האט ער געוואלט מ'זאל נישט גיין, טייל זאגן אז ער האט געהייסן טוהן לויט ווי די רבני העיר הייסן, דאס מיינט אז אין ירושלים זאל מען נישט וועהלן און אין בני ברק יא.
די עדה החרדית וואס זייער איסור לבחירות איז נישט געווען אלס איסור כנסת המינים נאר א באזונדערע צוגעלייגטע איסור משום בחירות נשים, זיי האבן ארויסגעגעבן די זעלבע איסור אויף לאקאלע וואהלן, כמובן שאין לחלק.
---
אין די לעצטע יארן איז צוגעקומען א געזעץ אז יעדער ראש העיר דארף שווערן שבועת אמונים. דאס איז שוין גאר א הארבע איסור לויט'ן ויואל משה, און דער איסור איז לכאורה חל אויך אויפן בוחר וואס מאכט אים א שליח.
למעשה, די חברי כנסת גיבן א שבועה ביי די אפיציעלע צערעמאניע אין כנסת בפני כל עם ועדה, משא"כ דער ראש העיר און חברי מועצת זאגן נישט גארנישט ביים צערעמאניע וואס ווערט געווענליך געפראוועט. לויטן געזעץ דארפן זיי עס שווערן, אבער זעהט אויס אז ס'קען זיין בינו לבין יצרו.
טייל ראשי עיר זאגן שטילערהייט אז זיי פירן דעם געזעץ קיינמאל נישט אויס, ס'איז נאר אויף פאפיר. אזא ראש העיר גייט לכאורה צוריק צו די פריערדיגע קאטאגאריע.
שויתי האט אינעם אנדערן אשכול געשריבן אז ער האט א רעקארדירונג פון אבוטבול וויאזוי ער שווערט שבועת אמונים. איך האב געבעטן די רעקארדירונג אין אישי, אבער למעשה איז עס א .amr פייל/פאלדער וואס איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס עפענען.
דא האלט איך..
תהילים "העטס אף"!! זייער גוט געזאגט קורץ אין שארף.
כ'טראכט צוצולייגען אז לויט די וואס האבן געהאט אין אמעריקע א הלכה'דיגע פראבלעם ביים סקול הידועה, איז איינע פון די טעמים געווען אז "זאגן" אז "מען גייט טאן עפעס נישט על פי תורה" איז אויך אסור, פונקט ווי טאן למעשה. (אפשר נישט פונקט, באט יו געט דע פוינט).
ביים סקול הידוע האט מען נישט געזאגט אז מ'טוט עפעס עפ"י תורה, מ'האט געזאגט אז מ'גייט זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, אזוי ווי ווילעדזש אוו קרית יואל און ווילעדזש אוו כתר האבן זיף פארפלוכטעט צו פירן עפ"י חוקי המדינה, האבן די אוסרים געהאט א טענה אז דער חוק איז אז מ'טאר נישט מכריח זיין קיינעם אויף רעליגיע מילא איז עס יהרג ואל יעבור ווייל מ'נעמט זיך אונטער נישט צו דאווענען וכו', א זאך וואס האט זיך נאך צוואנציג יאר ארויסגעשעטלט אז דער ברך משה ז"ל וואס האט פערזענליך געעפענט דעם סקול הידוע, ס'איז געווען זעקס חדשים וואס נאר דער רבי און יבדלחט"א ר' אברהם ווידער פון קרית יואל האבן געוויסט אז מ'ארבייט דערויף, קיינער אנדערש נישט, און דער רבי האט געוויסט פון "אלעס וואס מ'שרייבט אונטער" און ער האט געהאלטן בדעת תורתו הק' אז מ'מוז עס עפענען, נישט נאר אז מ'מעג.
כ'שרייב עס נאר כדי שלא יזלזל באותו צדיק רבינו הברך משה זי"ע וואס האט זיך מוסר נפש געווען אויף דעם כידוע, יש לי עוד ועוד לכתוב אודות הפרשה הזו אבער פארשטייט זיך אעס באלאנגט נישט דא כלל וכלל לא
דינסטאג מרץ 11, 2014 10:48 am
פירסום ראשון!
אדמו"ר מלולב גייט צום ערשטן מאל פערזענליך צו די בחירות
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג מרץ 11, 2014 11:03 am
פשיהא...
דינסטאג מרץ 11, 2014 12:50 pm
דינסטאג מרץ 11, 2014 1:02 pm
ר' שמעלקע, עס איז עטוואס אנדערשט ווי איר שרייבט, אבער פארשטייט זיך אז דא איז נישט די פלאץ זיך אריינצולאזען דעראין, אפי' נישט דאס וואס איר האט געשריבן.
דינסטאג מרץ 11, 2014 1:42 pm
כפי מה שקבלתי פון א גאר נאנטער לרביה"ק האט דער רבי בעיקר זיך געפארכטען אז זיין יסודות'דיגער קאמף נגד די וואס שיקען דעפוטאטען אינעם בית המינים וועט שוואכער ווערן נאכען זיך מישען אין די לאקאלע וואלען דערפאר האט ער עס געלאזט פאר די ארטיגע מנהיגי העדה, מסתבר איז אז יעצט ווען עס איז נתוסף געווארען די נקודה פון תהלים וואלט ער אויכעט משמיע געווען דעתו ווי מען קען ליינען פון דעם בריוו שפירסם ה'וועד משמרת חומותיך
כידוע האט רביה"ק ביי פילע ענינים זיך אפגעהאלטען פון משמיע זיין חוו"ד אויס מורא אז עס וועט נישט געהעריג אנגענימען ווערן דבריון בעיקרי דת תורתינו הק'.
דינסטאג מרץ 11, 2014 1:43 pm
חסיד נלהב האט געשריבן:כפי מה שקבלתי פון א גאר נאנטער לרביה"ק האט דער רבי בעיקר זיך געפארכטען אז זיין יסודות'דיגער קאמף נגד די וואס שיקען דעפוטאטען אינעם בית המינים וועט שוואכער ווערן נאכען זיך מישען אין די לאקאלע וואלען דערפאר האט ער עס געלאזט פאר די ארטיגע מנהיגי העדה, מסתבר איז אז יעצט ווען עס איז נתוסף געווארען די נקודה פון תהלים וואלט ער אויכעט משמיע געווען דעתו ווי מען קען ליינען פון דעם בריוו שפירסם ה'וועד משמרת חומותיך
כידוע האט רביה"ק ביי פילע ענינים זיך אפגעהאלטען פון משמיע זיין חוו"ד אויס מורא אז עס וועט נישט געהעריג אנגענימען ווערן דבריון בעיקרי דת תורתינו הק'.
ער האט "נישט" געהאלטן אז ס'איז אסור ווי די בחירות צו כנסת המינים, פארדעם האט ער נישט געוואלט זאגן זיין חוו"ד.