Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג פבואר 23, 2014 1:30 pm

לכאורה האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:בנוגע די שבת פייפער, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט מזמן בית המקדש צו פייפן כמובא בחז"ל, ח"ו משנה זיין צו א ניגון

קומט נישט אריין צו שטארק, און אפשר האבעך שוין געפרעגט אמאל. זייט כ'בין געווען אין ירושלים אויף שבת, ווינדערט מיך. וואס איז די היתר אז מען זינגט מוזיק אין ירושלים ביים זמן. איך האב אלס געוויסט אז אפי' ביי שמחת חתן וכלה וואס איז פון די איינציגסטע פעלער וואס מען מעג הערן להלכה מוזיק (דאס איז לכאורה אפי' אין חוץ לארץ נאר מען פירט זיך נישט אזוי) איז אבער אין ירושלים אפי' ביי א חתונה נישטא קיין מוזיק, וואס איז פשט אז די פייפער זינגט מוזיק?

קען מען נישט מחלק זיין צווישן לעבעדיגע מוזיק דורך אינסטרומענטן און אפגעכאפטע מוזיק פון א טעיפ?

איז פארוואס מאכט מען נישט אזוי ביי א חתונה אויך? א MP3.

און אזוי אויך ביי ספירה אדער אבילות ל"ע, זעהט נישט אויס ווי די פוסקים האבן אנגענומען די חילוק.

Advertisement

זונטאג פבואר 23, 2014 3:01 pm

איז נישט די איסור דייקא נאר ביי שמחת חתן וכלה?

זונטאג פבואר 23, 2014 3:54 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איז נישט די איסור דייקא נאר ביי שמחת חתן וכלה?

נישט וואס איך ווייס.

כ'מיין אז ע"פ פשוטו של הלכה, איז מוזיק אסור בכל מקום ובכל זמן, עד שיבנה בית המקדש ב"ב. חוץ ביי שמחת חתן וכלה אדער הכנסת ספר תןרה, און קען זיין נאך געציילטע פלעצער.

אין ירושלים אט מען מקפיד געווען נאכמער, אז אפי' ביי חתן כלה, איז אויך נישטא קיין מוזיק. פארוואס מען איז למעשה מקיל אין די גאנצע וועלט צו יעדע צייט, איז א שווערע פראגע. אינדערהיים איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ווי היינט, לפי מה ששמעתי.

זונטאג פבואר 23, 2014 3:56 pm

איך רעדט פון די איסור אין ירושלים, דוכט זיך די איסור דארט איז געווען דייקא ביי חתן כלה משום צניעות (אזוי האב איך עכ"פ ביז יעצט געמיינט, קען זיין איך האב א טעות).

זונטאג פבואר 23, 2014 4:02 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איך רעדט פון די איסור אין ירושלים, דוכט זיך די איסור דארט איז געווען דייקא ביי חתן כלה משום צניעות (אזוי האב איך עכ"פ ביז יעצט געמיינט, קען זיין איך האב א טעות).

יא כ'פארשטיי. קיינמאל געהערט אז עס איז א עקסטערע איסור ווי איבער די וועלט, זייער אינטערעסאנט.

זונטאג פבואר 23, 2014 4:12 pm

געב א קוק דא, פון א היינטיגען ווי ער שמועסט פון די מקור האיסור. עס קוקט אויס ווי עס איז יא וועגן חורבן בית המקדש. ער רעדט נאר איבער נשואין טאקע, אבער כ'מיין אז פשט איז, אז נישט ביי נשואין איז א פשטות עס איז אסור אפי' נישט אין ירושלים, נאר ביי נישואין איז דאך אין אלגעמיין מותר, אבער נישט אין ירושלים.

זונטאג פבואר 23, 2014 4:29 pm

אוקעי דא האסטו די גאנצע זאך באריכות http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=106

זונטאג פבואר 23, 2014 4:36 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אוקעי דא האסטו די גאנצע זאך באריכות http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=106

גרויסער ישר כח!! זייער אינטערעסאנט!

הכלל אפי' לויט אים אז עס האט זיך אנגעהויבן מיט צניעות, מוז מען אבער צוקומען צו אבילות, אז נישט איז טאקע שווער ווי די מהרם שיק זאגט, וואס טוט זיך אין די גאנצע וועלט?

עכ"פ פון אלע קוקט אויס אז אבילות איז כאטש "אויך א טעם". און דאס איז ביי חתן כלה, איז דאך טאקע זייער שווער די פייפער ערב שבת. ומצוה גדולה ליישב.

דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:41 pm

ער מאכט אוועק -מתחת לקו- אז ס'איז געווען בשעת די מגיפה, סתם ווייל ער האט נישט געטראפן די מקור.
אשר על כן?

דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:40 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איך רעדט פון די איסור אין ירושלים, דוכט זיך די איסור דארט איז געווען דייקא ביי חתן כלה משום צניעות (אזוי האב איך עכ"פ ביז יעצט געמיינט, קען זיין איך האב א טעות).

יא כ'פארשטיי. קיינמאל געהערט אז עס איז א עקסטערע איסור ווי איבער די וועלט, זייער אינטערעסאנט.

לויט ווי איך ווייס איז עס טאקע נאענט צום מקום המקדש טאקע דארט האט מען איינגעפירט אלס אבילות דייקא ביי שמחת חתן וכלה, אזויווי למעלה משבעים האט ערווענט, אבער אלס צניעות, נאכנישט געהערט דערפון.
די מעשה ווי רבא האט צובראכן א טייערע כלי... די זעחבע זאך דא טאקע ביי חתן וכלה איז איינגעפירט אזוי.

פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:26 am

למעשה וואס איז געווארן מיט די פייער בעל דאס איז דאך זיכער נישט קיין מוזיק (פותח האשכול שלאפסט שוין ווייטער?)

פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:08 am

סאיז נאך געהעריגע אויף מיין אגענדע עס צו זעהן אראפ.. איך האב נאר צוויי זאכן פארדעים אויף מיין ליסט, דאס איז וואס איך האב שוין געשריבען ביי איינע פון 'זאל ער קומען' מעכטיגע ביזנעס ארטיקלען אז איך זעה מיך שוין כמעט זיצען מיט די פוס ארויף אין שארן געלט, און אויך דארף איך נאך גיין אויף דייעט... ווי נאר איך בין פערטיג מיט דעם נעם איך מיר צום פייפער...

פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:22 am

גוט גוט
דער עיקר אז ביסט נישט געבליבן שלאפן
שרייב א תגובה

Advertisement