געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 9:56 am
סאיז האלב דריי פארטאגסט אין קרית יואל גאנץ א לופטיגע וועטער מיט די פענסטער אביסל אפען, איך ליג מיר אזוי אין בעט צווישן איין חלום אינעם צווייטען די חלום האלט שוין ביי די גיטע שטיקעל, און אפפס.. ΩΩΩΩΩΩ איך הער די שבת בעל קלינגען.. איך לויף כאפן מיין וועש איך ווייס נישט צו סאיז די ערשטע אדער די צווייטע בעל מדארף נאך כאפן א מקוה מיט א טועמי'
(געווענדליך גיי איך נאך די ערשטע בעל חוץ ווען איך בין ביזי {כמעט אייביג} גיי איך שפעטער..) איך גיי צום טיר איך הער מיין מיידל וויינען פון איר רום אז זי האט מורא,
איך וויל דריקן מיין רעמאט סטארטער אבער איך טרעף עס נישט, איך קוק די רעכטע טאש, לינקע טאש, איך זעה איך האב נישט קיין טאש, איך האב נאך אן מיין פידשזאמעס.. וואס גייט פאר???
אין די בעל קלינגט נאך אלץ.
אזוי קוקט אויס יעדע פאר נעכט ביי מיר ווען איינער קאלט אינמיטן די נאכט די מאמבאשע פייערלעשער און זיי זענען מוראדיג פארגעשריטן, זיי ניצן נישט קיין אלטמאדישע רעדיאו'ס, זיי האבן אויך א שבת בעל אויף זייער גאראדש, אויפציוועקן די פייערלעשער אז מדארף גיין צו א קאל.. אין כדי עס צו מאכן אביסעל מער דראמאטיש און אז עס זאל אויסקוקן ווי מער ענדליך צו די שבת בעל האבן זיי ארויף געלייגט אויף זייער צווייטע גאראדש נאך א בעל מיט א סעקונדע דילעי אזוי וועקט זיך שוין אלע פייערלעשערס מיט אלע מענטשן אויף..
קאם אן!!! אין יארע 2014 זאל מען דארפן אנצינדען אן אלארם אויפן גאראדש פאר יעדע קליינע פייער קאל פאר גארנישט אין פאר נישט פלעין ווייל סאיז טראדישענאל???
איך האב היינט באקומען נייעס אז אין מאנסי האט מען עס נעכטן אראפ געוואוט אז מען גייט עס מער נישט נוצן.
תושבי קרית יואל הכונו למערכה אראפ מיט די פייערלעשער בעל.!!!
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 10:13 am
די ביסטעך אזוי גערעכט, ס'מיינטעס טאקע ס'פשט?
א זאטיגע זאך דאכצעכמער יעדן טאג 12:00 קלינגט עס אויך עפעס א ווערצהויז דא "?
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 10:18 am
12:00 איז נישט קיין פראבלעים, די פראבלעים איז אינמיטן די נאכט ווען מיינע קינדער וועקן זיך אויף (איך שלאף עס שוין דורך היינט צוטאגס)
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 10:21 am
חברותה האט געשריבן:12:00 איז נישט קיין פראבלעים, די פראבלעים איז אינמיטן די נאכט ווען מיינע קינדער וועקן זיך אויף (איך שלאף עס שוין דורך היינט צוטאגס)
im with you, we need to take action against it
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 10:56 am
@KolHaolam: MONSEY: The legendary Fire Horn at the Fire Department won't be used anymore after being voted down at last nights commissioners meeting.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 10:57 am
קודם לאמיר אויסשמועסן אלע זייטן פון די מטבע, וואס איז די סיסטעם? צו וועם רעדט די פייפ? איז עפעס געשעהן אדער גייט עפעס געשעהן?
דערווייל וואס איך האב געהערט איז, אז אזוי ריפט מען צאם די וואלענטער'ס אין פאל פון א פייער, אבער דאס איז זייער שווער צו פארשטיין, זייט עס איז דא די סעל פאנס, וואס פעלט דאס אויס?
בקיצור פאר איינער נעמט אקשען דארף ער וויסן די נושא, אז נישט וועט ער אויסקוקן ווי דער אנטיסאמיט וואס שלאגט זיך אז די קרית יואל באס זאל איר נישט אויפוועקן אינמיטן די נאכט.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 11:08 am
חברותא! גוט אראפגעלייגט!
נאך אביסל ווערט קר"י א באזונדערע טאון/סיטי/שטאט/ קאונטי אדער לאנד, כאפ אריין ווילאנג קר"י האט נאך עפעס אן השפעה אויף די חברה דארט.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:13 pm
ווי איך פארשטיי איז עס טראדישאנעל. והא ראי אז אין מאנסי האט מען עס אראפגעוואוט.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 1:29 pm
סאיז גראדע יא גוט אז די גוים מאכן אומנייטיגע גערודער, זוי זאלן זיי נישט פארפירן וועגן דעם שבת פייפער.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 1:54 pm
כ'זע דא אז דער "חברותה" טענה'ט אז צוליב די פחד ווען די שבת בעל קלינגט וועגן דעם זאל טוישן מאמבאשע פייער בעל אז ס'זאל שוין נישט קלינגען,
כ'פארשטיי אויך אז בעצם די סיסטעם אז אויף אזא פרימיטיוון אופן ריפט מען צוזאם די פייערלעשער'ס וואלאנטורן און אויפ'ן חשבון פון די שלאפעדיגע שכינים איז זייער נישט ריכטיג,
אבער דאס איז דאך זיכער אז די וועסט נישט זאגן אז דער פייער –הצלה טראק בשעת ער פליהט צו א קאל אז ער זאל זיין שטוהל און נישט מאכן קיין סיירינס, נו וועט דאך די פחד פרייטיג נאמיטאג פונעם שבת בעל וויטער אנגיין, נו מאי הועילו חכמים בתקנתם?
אבער דער אמת איז, און כ'שריי דאס שוין לאנג אז ס'איז די העכסטע צייט צו טוישן דעם שבת בעל און אנשטאץ א בעל-פייפער זאל זינגען שיינע ניגונים איין ניגון וואס דאס זינגט פאר די ערשטע בעל-פייף און איינס וואס דאס מיינט אז ס'איז שוין די צווייטע בעל און יעדע יום טוב קען זינגען א שיין לידעל פון יענעם יו"ט,ראש השנה-זכרינו לחיים, סוכות- ושמחת, פסח- והיא שעמדה, שבועות- עליונים ששו,וכו',
און אזוי איז שוין איינגעפירט אין ירושלים אסאך יארן, ס'האט דאך אזא אויסטערלישע חן ווער ס'האט דאס שוין אמאל מיטגעהאלטן,
ווען כ'בין געווען אין ירושלים אויף א שבת דאס לעצטע מאל האט עס געזינגען פאר די ערשטע פייף דעם שטייטן "א גוט שבת" ניגון, אה ווען די יונגעלע ציט ארויף "אויהוי שריידשע יודעלעך גוט שבת", אה ס'איז געווען מלא חן , און די צווייטע פייף איז געווען די סאטמארע שלום עליכם ניגון (מעגליך אז זיי טוישן ניגונים כסדר, כ'ווייס נישט),
פרעג איך אייך איז נישט פיהל שענער און רואיגער און מער דערהויבן צו מקבל שבת זיין מתוך שמחה?
ס'איז שוין די העכסטע צייט אז דער עולם זאל קאמפיינען דערפאר,
(כ'וועל אייך זאגן דעם אמת אז איינער האט מיר פארציילט אז ער האט שוין א שטיק צייט צוריק גערעדט דערוועגן צו איינעם פון די קרית יואל וויליזש באאמטע און ער האט געזאגט אז זיי האבן שוין לאנג געקלערט דערפון אבער מ'האט באשלאסן אז אזויווי מקען נישט אויסרעכענען און ס'וועט נאך אפשר עמיצן בייפאלן צו מוחה זיין דערקעגן ווייל ביים רבין'ס צייטן איז עס נישט געווען מילא איז געבליבן שב ואל תעשה עדיף, קיינער זיכט זיך נישט קיין אישוס)
[color=#FF4040]אבער אדרבה כ'מיין אז מ'זאל הערן דא וואס דער עולם זאגט, מ'האמיר דאך דא פון אלע צדדים, נו לאז מיר הערן.
[/color]
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 2:05 pm
איך האב סתם געשריבן וועגן די שבת בעל צו מאכן די ארטיקל מער דראמאטיש.. די פראבלעים איז אז די אלארם איז פאר טראדישאן און ביינאכט וועקט עס אויף דעם עולם.
בנוגע מאכן די שבת בעל מיט ניגונים קען איך קאנפירמן אז דאס איז די סיבה וואס די שרייבסט וויבאלד מענשטן מיט אנדערע מיינונגן גייען פארפירן אין עס צוברעכן..
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 3:44 pm
שוין געווען אמאל אין ווילי. דאכט זיך אז מיר פארמאגן דא אן אשכול דערוועגן
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 4:01 pm
בנוגע די שבת פייפער, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט מזמן בית המקדש צו פייפן כמובא בחז"ל, ח"ו משנה זיין צו א ניגון
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 4:21 pm
ע"פ שו"ע דארף מען בלאזן שופר די שבת בעל איז א מעין פון שופר אדער איז עס רעקארדעט פון א גיטען בעל תוקע
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 4:56 pm
כ'ווייס נישט ווי אין שו"ע ס'שטייט דעי הלכה,
אבער א פלא אז די עדה החרדית מיט אלע ריזן רבנים ואדמורי"ם חשובים פון ירושלים עיה"ק האבן פארזען דעם שו"ע
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 5:08 pm
דאכצעיך מיר סאיז סימן רנ"ה
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 5:19 pm
ראשית האט געשריבן:דאכצעיך מיר סאיז סימן רנ"ה
רנ"ו.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 5:29 pm
אויב ווייסט איר נישט פון וואס מ'רעדט דא האט איר אלינק ווי מזעט עס.
https://www.google.com/maps/@41.31858,- ... !2e0?hl=enאינזער סלאגן איז : ווי אר עגנסט די בעל ביקאז ווי לייק טא סליפ!
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג פבואר 20, 2014 7:01 pm
איינע פון די סיבות פ"וו זיי פייפן נאך מיט דעם איז ווייל די אינשורנס פארלאנגט אז ס'זאל זיין צוויי וועגן וויאזוי מ'רופט די פייערלעשער, טאקע אין מאנסי האט מען עס שוין איינמאל געסטאפט אבער נאך וואס אינשארענס האט געזאגט זיי גייען העכערן פרייזן האט מען עס צוריקגעשטעלט.
איך ווייס נישט וואס אינשארענס גייט יעצט טיהן.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 7:07 pm
מען מאכט א אייגענע אינשורענס קאמפאני.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 9:04 pm
מיך שטערט גראדע נישט דער פייפער, אבער כ'בין צופרידן אז ידידינו חברותה האט א פראבלעם דערמיט, אזוי האמיר אריינגעכאפט א געשמאקע ארטיקל
פרייטאג פבואר 21, 2014 1:45 am
שוועמל האט געשריבן:בנוגע די שבת פייפער, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט מזמן בית המקדש צו פייפן כמובא בחז"ל, ח"ו משנה זיין צו א ניגון
קומט נישט אריין צו שטארק, און אפשר האבעך שוין געפרעגט אמאל. זייט כ'בין געווען אין ירושלים אויף שבת, ווינדערט מיך. וואס איז די היתר אז מען זינגט מוזיק אין ירושלים ביים זמן. איך האב אלס געוויסט אז אפי' ביי שמחת חתן וכלה וואס איז פון די איינציגסטע פעלער וואס מען מעג הערן להלכה מוזיק (דאס איז לכאורה אפי' אין חוץ לארץ נאר מען פירט זיך נישט אזוי) איז אבער אין ירושלים אפי' ביי א חתונה נישטא קיין מוזיק, וואס איז פשט אז די פייפער זינגט מוזיק?
פרייטאג פבואר 21, 2014 9:31 am
איך זעה מיך שוין באלד דערציילן פאר מיינע קליינע אינדערהיים מיט נאסטלאגיע פון די פייפער וואס פלעגט פייפען יעדנס מאהל וואס מען האט געדארפט צאם ריפן די פייער לעשער, און דאס קינד וועט פרעגן ממש אזוי נאנט צו אינזער צייט איז דאס געווען? און ווען האט עטס געקויפט די ערשטע פרידשעדער?
פרייטאג פבואר 21, 2014 12:55 pm
געלעגער האט געשריבן:שוין געווען אמאל אין ווילי. דאכט זיך אז מיר פארמאגן דא אן אשכול דערוועגן
דאכט זיך אז אין בארא פארק איז עס שוין אויך א היפשע צייט געווען, און איך מיין אז דערנאך האט מען צוריקגעטוישט צום טראדיציאנאלן פייפער.
זונטאג פבואר 23, 2014 12:49 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:בנוגע די שבת פייפער, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט מזמן בית המקדש צו פייפן כמובא בחז"ל, ח"ו משנה זיין צו א ניגון
קומט נישט אריין צו שטארק, און אפשר האבעך שוין געפרעגט אמאל. זייט כ'בין געווען אין ירושלים אויף שבת, ווינדערט מיך. וואס איז די היתר אז מען זינגט מוזיק אין ירושלים ביים זמן. איך האב אלס געוויסט אז אפי' ביי שמחת חתן וכלה וואס איז פון די איינציגסטע פעלער וואס מען מעג הערן להלכה מוזיק (דאס איז לכאורה אפי' אין חוץ לארץ נאר מען פירט זיך נישט אזוי) איז אבער אין ירושלים אפי' ביי א חתונה נישטא קיין מוזיק, וואס איז פשט אז די פייפער זינגט מוזיק?
קען מען נישט מחלק זיין צווישן לעבעדיגע מוזיק דורך אינסטרומענטן און אפגעכאפטע מוזיק פון א טעיפ?