בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 11:20 am
דורך join us
שילדיג איז דער וואס סיינט די ליעס (ער סיינט עס נאר ווייל אויב נישט איז דא א צווייטער פאר מער. קען זיין דער צווייטער איז גאר שולדיג )
נישט צאלן רענט וואס מען האט אפגעשמיעסט איז גניבה ..........
איך בין נישט קיין לענדלער איך האב נאכניטאמאל א אייגענע דירה איך האף און בעט אי"ה צו האבן און נישט דארפען ארויס רייסן אידיש געלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 11:55 am
דורך יהיה כן
אויב זענען טאקע די לענדלארדס אזא רחמנות, וואלט געווען אפשר א פלאן אנציהייבן מהיום והלאה צי מאכן טיי אווענטס און מסיבות, פאר די לענדלארדס....
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 12:36 pm
דורך באדינער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 12:44 pm
דורך באדינער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:Elmo האט געשריבן:פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
עס איז נישט ריין א אינוועסטמענט געווענדליך.
א מענטש קויפט א דירה ווייל ער וויל האבן ווי צו וואוינען. אבער למעשה דארף ער נאך נישט אזא גרויסע דירה, פארדינגט ער עס אויף דערווייל. און אויף דער עלטער ווען די קאפעלס וועלן קומען קימפעטן, זאל ער האבן רואיקייט.
די וואס קויפן טאקע בלויז פאר אינוועטמענט, דארף מען סתם אנהאקן די זייטן, ווייל זיי זענען אחראי פאר די הויכע פרייזן בכלל.
סארא שטותים איך הער דא צאם!!!!!!!
אפשר דער לענדלארד אין מאנהעטען וואס בעט א מיליאן דאלער א יאר דארף מען אויך אנהאקן די זייטן???
שוטה!! ווער הייסט דיך וואוינענ אין מאנהעטען ????
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך....דזשאסט געט די פוינט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 12:57 pm
דורך שמחת החיים
מחותן האט געשריבן:משנה מקום האט געשריבן:הונדרעט פראצענט אפילו לאמיר זאגען אז עס נישט יושר וואס זיי טוען איז נאך אלס נישט דא קיין היתר זיי צו באגאנבענען
איך האלט נישט אז די לענדלערס טיען עפעס שלא ביושר.. ווייל מיר האבן א כלל אז פאר בהמה׳ס געבט מען שטרוי..
אויב זענענן מיר נאך אזלכע בהמה׳ס אז קיינער טוט נישט גארנישט זיך אליינס צו העלפן דאן פארדינען מיר זיך נישט בעסערס... עס קימט זיך אונז נישט מער ווי דאס וואס מיר באקימען.
איינער צווינגט איינעם צו וואוינען סמוך ונראה צו וואלעבאט?
און פארוואס מעג א ווייב צווינגען איר מאן צו קויפן א באגאבא קערידיש וואס דער מאן האט עס נישט צו באצאלען.. משא״כ דער לענדלער טאר נישט רייטען אויף אים? איז עפעס דער לענדלערס בלוט ווייניגער רויט פינעם ווייב׳ס בלוט?
קויפט דען נישט א דריי פערטעל וומסב״ג זאכען וואס מען האט נישט צו באצאלן צילוב פרעשור?? זאל די הויכע רענט אריינגיין און די קאטאגריע אז מען מוז עס באצאלן צילוב יענעם ווייל יענער צאלט אויך הויך רענט.. און דעמלאטס וועט עס ווערן א לכתחלה..!
די לענדלאלדס טוען שוין ביג טיים שלא ביושר.. קענסט מיר ביטע מסביר זיין מיט וואספארא תורה'דיגע רעכט מעג א בויער אריינקומען אין שטאט און ארויפשרויפן די פרייז מיט כמה מאות העכער די מארקעט פרייז ווייל אים האט זיך פארגליסט צו מאכן עקסטערע פאר דאללאר. היינט שרייט מען אז די מארקעט פרייז דא איז הויעך.. ארטיסטן.. געגנט.. וכו' וכו'. דאס איז התינח ווען די אידישע בויערס/לענדלארדס גייען פשוט מיט די מארקעט פרייז און העכערן לויט דעם, די רשעות איז אבער אז מעיקרא אן לויפן זיי שוין גאר פאראויס און העכערן לויטן געשמאק ווען ס'גליסט זיך.
קיינער צווינגט נישט צו וואוינען נעבן וואלאבאוט, אבער אז מ'בעט פאר א צוויי קלאזעט בעיסמענט 1500 איז דאס קלאר רשעות וגניבה למהדרין מן המהדרין.
איה"נ אז די לעזונג איז טאקע אפצופיצן פון דא, אבער ווען דו רעדסט מצד די לענדלארדס גלייב איך נישט אז עני תורה טרייע איד וויל באקומען א פארהאלטונג בעולם שכולו טוב אז ער האט געהאט א יד אין א אפיציעלע אידישע גירוש... נישטא קיין שום רעכט פאר א איד אריינצוקומען אין א מקום ציבור און טוען ביזנעס אויף א מהלך וואס גייט באגראבן א צוויטן איד.
ווען א ווייב צווינגט ארויף א באגעבא איז עס א איינמאליגע חילוק פון אפאר הונדערט דאללאר און שטייצעך אז עס איז אויך א אינסייד רייבעריי צווישן די אייגענע ד' אמות וואס קענסט קיינעם נישט בלעמען דערפאר און אודאי נישט ארויס נעמען דערפון א ראי' והיתר אויף בין אדם לחבירו.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 3:01 pm
דורך מחותן
באדינער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:Elmo האט געשריבן:פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
עס איז נישט ריין א אינוועסטמענט געווענדליך. א מענטש קויפט א דירה ווייל ער וויל האבן ווי צו וואוינען. אבער למעשה דארף ער נאך נישט אזא גרויסע דירה, פארדינגט ער עס אויף דערווייל. און אויף דער עלטער ווען די קאפעלס וועלן קומען קימפעטן, זאל ער האבן רואיקייט.
די וואס קויפן טאקע בלויז פאר אינוועטמענט, דארף מען סתם אנהאקן די זייטן, ווייל זיי זענען אחראי פאר די הויכע פרייזן בכלל.
סארא שטותים איך הער דא צאם!!!!!!!
אפשר דער לענדלארד אין מאנהעטען וואס בעט א מיליאן דאלער א יאר דארף מען אויך אנהאקן די זייטן???
שוטה!! ווער הייסט דיך וואוינענ אין מאנהעטען ????איך מיין נישט קיינעם פערזענליך....דזשאסט געט די פוינט
ששש שש שריייט נישט אזוי... ווייל מען וועט נאך באלד מיינען אז דו ביסט גערעכט.
בכלל פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט, ווי זאלען די יונגעלייט גיין וואוינען? מען מוז דאך וואוינען און א יודישע געגענט..! און טאקע נאר על סמך זה קען מען בעטען טייער ווייל מען מוז צוקימען דערצו..
לכתחילה איז 100 פארצענט גערעכט, די מייקרי השער וואס ניצען אויס אונזער נויט פאר זייער בענעפיט דארף מען אנהאקען די זייטען, זיי זויפען יודיש בלוט מיט זעכצן אנסיגע גלעזליך..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 4:06 pm
דורך שמחת החיים
מחותן האט געשריבן:לכתחילה איז 100 פארצענט גערעכט, די מייקרי השער וואס ניצען אויס אונזער נויט פאר זייער בענעפיט דארף מען אנהאקען די זייטען, זיי זויפען יודיש בלוט מיט זעכצן אנסיגע גלעזליך..
קומט זיך זיי דאפעלט פעטש.. נו ווי איז בלומבערג ווען מ'דארף אים? חזקי' גיב אים ארויס...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:03 pm
דורך שמן למאור
ביניך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט די לעזונג ? אויף זוכט מען א לעזונג ?
לויט וויפיל איך פארשטיי פון אלע בלומבערג/לעיקוואד/הרחבת הדעת/חזקת הבתים/הבית והעלי'/הישן תחת המטה/ועוד אשכולות וואו מען לייגט אויס זה בכה וזה בכה, די שרעקליכע קריזיס וואס הערשט אונטער די קאמפליצירטע ווארט 'וויליאמסבורג', איז אז עס איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן דער עיר ואם בישראל מדן ועד באר שבע אפס מקום ממש, נישטא וואו ארויסצובויען מער, און אוואו גייען די דורות הבאים וואונען, וואו ווען מען אויפשטעלן בתים נאמנים בישראל, און אין א זייטיגע נאטיץ ברענגן מאנכע ארויס די פראבלעם פון די הויעכע געריבענע פרייזן וכו', אבער נישט דאס איז די עיקר.
סוי פון וואו גייט זיין נאך דירות אין וויליאמפעסט ברוקלין ניו יארק המעיטרה אויב דער עולם וועט אויפהערן צאלן די רענט ?
שנאפס, איך ווארט אויף א הסבר.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:08 pm
דורך מחותן
שמחת החיים.. איך האב נישט געמיינט צו שרייבען אז דער לענדלער איז באמת גערעכט...
איך האב נאר געוואלט שרייבען עקסטרעם ארויסצוברענגן א פוינט ווי שטארק די פראבלעם איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:34 pm
דורך פאר דוקא
מחותן האט געשריבן:באדינער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:Elmo האט געשריבן:פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
עס איז נישט ריין א אינוועסטמענט געווענדליך. א מענטש קויפט א דירה ווייל ער וויל האבן ווי צו וואוינען. אבער למעשה דארף ער נאך נישט אזא גרויסע דירה, פארדינגט ער עס אויף דערווייל. און אויף דער עלטער ווען די קאפעלס וועלן קומען קימפעטן, זאל ער האבן רואיקייט.
די וואס קויפן טאקע בלויז פאר אינוועטמענט, דארף מען סתם אנהאקן די זייטן, ווייל זיי זענען אחראי פאר די הויכע פרייזן בכלל.
סארא שטותים איך הער דא צאם!!!!!!!
אפשר דער לענדלארד אין מאנהעטען וואס בעט א מיליאן דאלער א יאר דארף מען אויך אנהאקן די זייטן???
שוטה!! ווער הייסט דיך וואוינענ אין מאנהעטען ????איך מיין נישט קיינעם פערזענליך....דזשאסט געט די פוינט
ש שש שריייט נישט אזוי... ווייל מען וועט נאך באלד מיינען אז דו ביסט גערעכט.
בכלל פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט, ווי זאלען די יונגעלייט גיין וואוינען? מען מוז דאך וואוינען און א יודישע געגענט..! און טאקע נאר על סמך זה קען מען בעטען טייער ווייל מען מוז צוקימען דערצו..
לכתחילה איז 100 פארצענט גערעכט, די מייקרי השער וואס ניצען אויס אונזער נויט פאר זייער בענעפיט דארף מען אנהאקען די זייטען, זיי זויפען יודיש בלוט מיט זעכצן אנסיגע גלעזליך..
איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען? נאר די ווילסט וואוינען אין ווילי דייקא?! דאן באצאל, דאס איז דע פרייז פון וואוינען אין אזא פלאץ, איעדע פלאץ אין די וועלט ווי וועקענסי איז מיינוס דריי פראצענט זענען די פרייזען אזוי הויעך, און אזנדי באצאלסטנעס מיינט עס אז עס איז דיר ווערט, סאו סטאפ צי וויינען אין טוה צי די זאך...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:38 pm
דורך מחותן
פאר דוקא האט געשריבן:איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען?
ניין.. די פרייזען דארט זענענן אומבארעכטיגט הויך.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:42 pm
דורך יהיה כן
הקיצור
וואס זענען די רעזאלאציעס פון די ענדלאזע דיסקאשן דא?
ווען און וואו און וויאזוי, זאלן די פראטעסטן פארקומען
ווען זאל עס אויסברעכן
פון וואו גייט מען ארויס?? פון לי עוועניא באנדאס גראסערי,
אדער פון די אייזקרים האוז אויף בעדפארד?
פארנט פון מיין לענדלארד הויז???
וואס איז די הימנע???
וואס זאל איך מיטנעמען?? א מעיל (שטייצעך), בלעכענע הויזן...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:45 pm
דורך פאר דוקא
מחותן האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען?
ניין.. די פרייזען דארט זענענן אומבארעכטיגט הויך.
וואס מיינט אומבארעכטיגט? וויפיל ווילסטו צאלן? וויפיל צאלן גוים אין ראקלענד קאונטי? און אין טאון אוו מאנראו? און נאכאמאל די פרייזען טרייבען די קאסטומערס ארויף, ווען איינער לייגט ארויס א דירה פאר טויזענט דאלער און צען מענטשען ווילן עס. ציעהט יעדער ארויף די פרייז,
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:50 pm
דורך מחותן
פאר דוקא האט געשריבן:וואס מיינט אומבארעכטיגט? וויפיל ווילסטו צאלן? וויפיל צאלן גוים אין ראקלענד קאונטי? און אין טאון אוו מאנראו? און נאכאמאל די פרייזען טרייבען די קאסטומערס ארויף, ווען איינער לייגט ארויס א דירה פאר טויזענט דאלער און צען מענטשען ווילן עס. ציעהט יעדער ארויף די פרייז,
1} ווען האט מען די לעצטע מאל געבויעט אין טאון אוו מאנראו דרייסיג דירות אויף איין עיקער?
2} די פרייזען איז נישט קיין סופליי ענד דימענד פרייזען, עס איז ךכתחילה טייערע פרייזען.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 5:50 pm
דורך משנה מקום
מחותן האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען?
ניין.. די פרייזען דארט זענענן אומבארעכטיגט הויך.
מענטשען מופען אין די מאסען קיין מאנסי מן הסתם איז דא א סיבה דערויף
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 6:01 pm
דורך פאר דוקא
מחותן האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:וואס מיינט אומבארעכטיגט? וויפיל ווילסטו צאלן? וויפיל צאלן גוים אין ראקלענד קאונטי? און אין טאון אוו מאנראו? און נאכאמאל די פרייזען טרייבען די קאסטומערס ארויף, ווען איינער לייגט ארויס א דירה פאר טויזענט דאלער און צען מענטשען ווילן עס. ציעהט יעדער ארויף די פרייז,
1} ווען האט מען די לעצטע מאל געבויעט אין טאון אוו מאנראו דרייסיג דירות אויף איין עיקער?
2} די פרייזען איז נישט קיין סופליי ענד דימענד פרייזען, עס איז ךכתחילה טייערע פרייזען.
וואס זענען די פרייזען אין ברך משה? וואס זענען געווען די פרייזען אין עצי תמרים ביים בויען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 6:36 pm
דורך ניק ניק
אין וויפיל אשכולות דארף איך ארומלויפן ליינען וועגן די דירות?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 6:44 pm
דורך שנאפס
מען האט ערנסט (תרתי משמע) פארדרייט דעם אשכול... דא איז נישט געמאכט פאר לענדלארדס, זיי קענען גיין צו זייער פארום, דא איז געמאכט צו רעדן פלענער אויף למעשה פאר די וויליאמסבורגע פרילינג
מען דארף טוהן שריט ווייל אויב איך וועל מוזן צאלן מיין פולע רענט דעם חודש וועל איך האבן א שיינע פאר הונדערט דאלער ווייניגער צו חתונה מאכן מיינע קינדער בעז"ה
כולנו למערכה!!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאר דוקא האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:באדינער האט געשריבן:סארא שטותים איך הער דא צאם!!!!!!!
אפשר דער לענדלארד אין מאנהעטען וואס בעט א מיליאן דאלער א יאר דארף מען אויך אנהאקן די זייטן???
שוטה!! ווער הייסט דיך וואוינענ אין מאנהעטען ????
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך....דזשאסט געט די פוינט
ש שש שריייט נישט אזוי... ווייל מען וועט נאך באלד מיינען אז דו ביסט גערעכט.
בכלל פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט, ווי זאלען די יונגעלייט גיין וואוינען? מען מוז דאך וואוינען און א יודישע געגענט..! און טאקע נאר על סמך זה קען מען בעטען טייער ווייל מען מוז צוקימען דערצו..
לכתחילה איז 100 פארצענט גערעכט, די מייקרי השער וואס ניצען אויס אונזער נויט פאר זייער בענעפיט דארף מען אנהאקען די זייטען, זיי זויפען יודיש בלוט מיט זעכצן אנסיגע גלעזליך..
איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען? נאר די ווילסט וואוינען אין ווילי דייקא?! דאן באצאל, דאס איז דע פרייז פון וואוינען אין אזא פלאץ, איעדע פלאץ אין די וועלט ווי וועקענסי איז מיינוס דריי פראצענט זענען די פרייזען אזוי הויעך, און אזנדי באצאלסטנעס מיינט עס אז עס איז דיר ווערט, סאו סטאפ צי וויינען אין טוה צי די זאך...
"באדינער", "פאר דוקא", יו אר מיסינג דע פוינט.
די פראגע איז נישט צו מען מוז וואוינען אין ווילי צו נישט. די פוינט איז אז פארוואסערע סיבה עס זאל נאר נישט זיין, איז די פאקט אז אין ווילי וואוינט מען. און אז א איד וויל אינוועסטירן אויף צו מאכען פראפיט, פארוואס מוזטו אינוועסטירן אין אזא זאך וואס וועט ברענגען אז אידן זאלן מוזן באקומען הארץ אטאקעס?!
גיי אינוועטיר אין סטאק מארקעט, אינוועסטיר אין דיימאנדס וכו' וכו'. ווילס דוקא אין "ריעל עסטעיט" (זיכער ווייל די גמ' זאגט "שליש בקרקע"....) אינוועסטיר אין בויבעריק, אין בעד סטיי, אין קאנעטיקעט וכו' וכו'. פארוואס מוזטו אינוועסטירן אין א פלאץ וואס עס וועט קאסטען פאר אידן בלוט. איי עס איז דיר מער געשמאק, נא נא מיינט נאך נישט אז פאר דיין געשמאק מוזן אידישע קינדער גיין פון זינען.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:12 pm
דורך Gevald Geshrigen
איך זעה אז דער עולם פארשטייט דא צו ריעל עסטעיט בערך די זעלבע ווי צו פלאנצען פאטעיטעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:16 pm
דורך להגדיל שמו
משנה מקום האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:איז אין. ק'י מאנסי נישט דא ווי צי וואוינען?
ניין.. די פרייזען דארט זענענן אומבארעכטיגט הויך.
מענטשען מופען אין די מאסען קיין מאנסי מן הסתם איז דא א סיבה דערויף
מענטשען מופען קיין מאנסי פאר איינע פין די צוויי ריזענס, אדער ווייל ער דארף א ברייטע דירה, אדער ווייל ער האט נישט געמאכט קיין לאגישע חשבון.
אני הקטן האב עס אויסגערעכנט, און איך זעי נישט אז די לעבען זאל איוסקימען בילגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:19 pm
דורך זאכליך
איך בין נישט אין ריעל עסטעיט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די פרייזן (סיי פון קויפן און סיי פון דינגען) אין איסט וויליאמסבורג/גרין פוינט העכער ווי אין די היימישע וויליאמסבורג. דאס מיינט אז די מארקעט פרייז וואס די לענדלארד בעטן זענען נישט העכער ווי די מארקעט פרייז.
פארוואס זיכן לענדלארדס ארים וויליאמסבורג צו פארדינגען פאר גוים? ווייל זיי זענען גרייט צו צאלן סאך מער ווי די אידן.
ס'איז א הארץ וויי וויפל מצאלט רענט אין וויליאמסבורג, אבער דאס איז די מארקעט פרייז פאר ברוקלין נעבן די ברידזש.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאכליך האט געשריבן:איך בין נישט אין ריעל עסטעיט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די פרייזן (סיי פון קויפן און סיי פון דינגען) אין איסט וויליאמסבורג/גרין פוינט העכער ווי אין די היימישע וויליאמסבורג. דאס מיינט אז די מארקעט פרייז וואס די לענדלארד בעטן זענען נישט העכער ווי די מארקעט פרייז.
פארוואס זיכן לענדלארדס ארים וויליאמסבורג צו פארדינגען פאר גוים? ווייל זיי זענען גרייט צו צאלן סאך מער ווי די אידן.
ס'איז א הארץ וויי וויפל מצאלט רענט אין וויליאמסבורג, אבער דאס איז די מארקעט פרייז פאר ברוקלין נעבן די ברידזש.
איך בין נישט זיכער יעצט אויף די מינוט, אבער די פרייזן זענען לעצטענס געווען העכער אין ווילי ווי ביי די ארטיסטן!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:44 pm
דורך AHA
סיריעסלי, איינער האלט אז מען קען עפעס "טוהן" צו די צרה פון טייערע דירה פרייזן אין וויליאמסבורג א חוץ מופען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:46 pm
דורך היפאקריט