בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:31 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
איך ווייס נישט וואס אייער פראבלעם איז, שוין יארן וואס איך באצאל רענט ווען איך וויל, און וויפיל איך וויל, איר קענט מיך נאך מאכן, עס ארבייט א מחי'.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:55 pm
דורך צום זאך
געלעגער האט געשריבן:ס'איז שוין לאנג דא אזא פארום. נישט נאר פאר לענדלארדס נאר פאר אלע וועלט פירערס (בלומבערג האט שוין לאנג נישט אריין געסיינט דארט. יעדער איז דערציטערט צו ער איז נישט פארכאפט אדערוואס..)
(זיי זאגן אז מ'האט עם לעצטענס געזען זיך בראטן ביים בארטן אין בערמודא)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:56 pm
דורך Elmo
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס אייער פראבלעם איז, שוין יארן וואס איך באצאל רענט ווען איך וויל, און וויפיל איך וויל, איר קענט מיך נאך מאכן, עס ארבייט א מחי'.
Agree a old trick
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:57 pm
דורך מאנ-יימער
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס אייער פראבלעם איז, שוין יארן וואס איך באצאל רענט ווען איך וויל.
מיינטס צו זאגן ווען דו ווילסט נישט קיין צרות.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 6:27 pm
דורך גלייכגילטיג
איך בין נישט קיין וויליאמסבורגער, סאוי קען זיין כ'בין נישט אזוי באהאווענט. אבער כ'פארשטיי נישט וויאזוי עס וועט לינדערן דעם גאנצן דירות קריזיס. בלויז אראפצוברענגען די געשוואלענע פרייזן איז נאר א האלבע צרה, די פראבלעם איז דאך אז די גרעניצן זענען שוין אויסגעוואקסן און ס'נישט פאראן קיין ספעיס וואו צו באזעצן די הונדערטער פארפעלקער וואס האבן חתונה יערליך. בינעך ראנג?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 6:35 pm
דורך ידיד
גלייכגילטיג האט געשריבן:איך בין נישט קיין וויליאמסבורגער, סאוי קען זיין כ'בין נישט אזוי באהאווענט. אבער כ'פארשטיי נישט וויאזוי עס וועט לינדערן דעם גאנצן דירות קריזיס. בלויז אראפצוברענגען די געשוואלענע פרייזן איז נאר א האלבע צרה, די פראבלעם איז דאך אז די גרעניצן זענען שוין אויסגעוואקסן און ס'נישט פאראן קיין ספעיס וואו צו באזעצן די הונדערטער פארפעלקער וואס האבן חתונה יערליך. בינעך ראנג?
ס'וועט זיין אזוינע פראטעסטן טעגליך אין וויליאמסבורג, אלע גוים וועלן זיך אוועקמופן פון די געגענט..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 7:06 pm
דורך שנאפס
א סך הכל קען איינער מאכן? איינער האט עפעס גוטע פארשלאגן וואס קען העלפן פאר די מערכה?
איך האב א חבר וואס דער לענדלארד האט אים ארויפגערוקט די רענט איין טאג פון $1500 צו $1700, ער האט פרובירט צו בעטן דעם לענדלארד ער זאל עס נישט טוהן ווייל ער קען עס נישט באצאלן, דער ענטפער איז געווען אז קודם זאל ער באצאלן ווי ביז היינט, און ער זאל שולדיג בלייבן די איבריגע
נא, אז מען בלייבט שולדיג קען מען דאך בלייבן שולדיג מער ווי צוויי הונדערט, האטער אמאל באצאלט אכט הונדערט און אמאל פינף הונדערט, געוואנדן וויפיל ער האט געטראפן אין טאש יענעם טאג, ביז דער לענדלארד האט אים גערופן אין קאורט דאן האט ער אויפגעהערט צאלן אינגאנצן, נאך א יאר נישט צאלן האט אים דער לענלארד ארויסגעזעהן פון די דירה, איינער קען רעכענען וויפיל דער לענדלארד האט אנגעזעצט? א שנעלע חשבון ווייזט אכצן אלפים, פלאס וואסער האט נישט געצאלט געהעריג ביז דאן, קאורט/לויער וכו וכו
ווען דער לענדלארד ווייסט ווען אז עס וועט זיך אזוי ענדיגן וואלט ער קיינמאל נישט אנגעפאנגען, אלא מאי עפעס א כח האבן מיר נאך, דאס געלט וואס מיר צאלן, דארף מען אויסנוצן דעם כח און זיך מער נישט לאזן טרעטן!
וויאזוי ענדיגט מען נאר?? ולה' הישועה...
----
גרויזי און מילכיגער, די אלע רעאליסטישע ענטפערס וויל קיינער נישט הערן, והא ראי' מען האט דאס שוין צענדליגער מאל איבערגעשמועסט און דער עולם האט נאך אלס טענות פארוואס די רענט איז אזוי הויך, ממילא טראכט איך אז אפשר די קרומע וועג וועט יא העלפן, you can never know
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 8:02 pm
דורך מילכיגער
איך ווייס. איך האב מיר אליין געדווחט צו די הנהלה אז זיי זאלן אריבער פירן מיין תגובה צו די מפקיעים אשכול. די דאזעגע אשכול איז נאר פאר די פרילינגער.
לעבן זאל די רעוואלוציע
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 8:37 pm
דורך Elmo
פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 8:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
Elmo האט געשריבן:פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
עס איז נישט ריין א אינוועסטמענט געווענדליך.
א מענטש קויפט א דירה ווייל ער וויל האבן ווי צו וואוינען. אבער למעשה דארף ער נאך נישט אזא גרויסע דירה, פארדינגט ער עס אויף דערווייל. און אויף דער עלטער ווען די קאפעלס וועלן קומען קימפעטן, זאל ער האבן רואיקייט.
די וואס קויפן טאקע בלויז פאר אינוועטמענט, דארף מען סתם אנהאקן די זייטן, ווייל זיי זענען אחראי פאר די הויכע פרייזן בכלל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 8:51 pm
דורך Elmo
און וויליאמסבורג איז עס געבעיסד אויף סופליי און דימענד אנדעש ווי און מאנרא וואס אויב קען נישט די אינוועסטער/בויער / אוינער / באקומען וואס ער וויל וועט ער שטיין מיט עס, אדער נישט בויען, דעס איז געווען מער און 2008 היינט איז שוין כמעט נישט דא דירות, איי ער דערלייגט געלט בעט די מארקעט פרייז אבער ווי קען מען פארקויפן ווען מען פליקט נישט יענעם אויס. לאמיר טאקע האפן נאך די אניקסעשן זאל זיך די ווילידזש אנשטרענגען ווי מער זאלן מעגן בויען און באקומען א פערמיט אז סע זאל זיין א שטיקעל קאמפעטישן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 8:52 pm
דורך private
לכתחילה אריבער האט געשריבן:Elmo האט געשריבן:פאקט איז מיינעך איינער וואס קויפט א דירה און פארדינגט עס האט קוים צו קאווערן די מארטגעדזש, נאר וואס דען אז ביזט א אינוועסטער רייט אויף א צווייטן און נישט אויף דיין ברודער.
עס איז נישט ריין א אינוועסטמענט געווענדליך.
א מענטש קויפט א דירה ווייל ער וויל האבן ווי צו וואוינען. אבער למעשה דארף ער נאך נישט אזא גרויסע דירה, פארדינגט ער עס אויף דערווייל. און אויף דער עלטער ווען די קאפעלס וועלן קומען קימפעטן, זאל ער האבן רואיקייט.
די וואס קויפן טאקע בלויז פאר אינוועטמענט, דארף מען סתם אנהאקן די זייטן, ווייל זיי זענען אחראי פאר די הויכע פרייזן בכלל.
נישט סתם אנהאקן נאר מיט א קאנטשיק. ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע אינוועסטמענט נאר אין ווילי קויפן דירות.
און ער איז נאך גערעכט אויך!!!!! אמער ער דערלייגט נעבך...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 1:16 am
דורך join us
איך שטום נישט צו דעם.
איך בין אנארמאלע מענטש איך (טריי) צוצאלן אינצייט און פלאן אי"ה ווייטער צוצאלן אינצייט.......
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:43 am
דורך מילכיגער
join us האט געשריבן:איך שטום נישט צו דעם.
איך בין אנארמאלע מענטש איך (טריי) צוצאלן אינצייט און פלאן אי"ה ווייטער צוצאלן אינצייט.......
לענדלארדס אין דעם אנדערן אשכול ביטע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:29 am
דורך א גראם מיט טעם
איך זיך מיך נישט צו קריגען ווייל איך צאל אויך געפעפערטע פרייזען רענט אבער איין זאך כאפ איך נישט, אויב עט מען מאכען אזא רעוועליציע ווי עטס ריפטס עס וועלכער אינטרעס וועלען די וואס בויען דירות האבען צו בויען נאך הייזער קיינער עט דאך נישט צאלען און אויב סע וועלען נישט זיין קיין דירות ווי עלען די אלע יונגעלייטליך וואס גייען חתונה האבען אין פיר יאר ארום וואוינען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:42 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
צו אלע וואס נעמען דעם אשכול ערענסט: עס שטייען אין די רייע אומצאליגע גוים גרייט צו צאלן די פולע סומע, און נאך מער, פאר אונזערע דירות אין וויליאמסבורג, דערפאר איז די עצה נישט קיין טויגליכער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:50 am
דורך להגדיל שמו
איך וועל דיר דערציילען א קליינע מעשה וועסטו פארשטיין.
עס איז געווען אפאר יאר צוריק און מיין ליעס איז אפגעלאפען, ריפט מיר מיין לענדלארד אריבער, (איך מיין אז ער ליינט דא) אז ער וויל מיר העכערן די רענט מיט.......כאפ דיך אן שטארק..... פיר הידרעט דאלער א חודש, פארשטייט זיך אז די תירץ איז געווען לא מיט א שלשלת.
האט ער מיר דעמאלטס געזאגט מיט טרערן אז מיט דע רענט "צאלט זיך נישט אויס די מארגידש אפי', איך האב אים אזוי געשוינט, איך האב נאך דעמאלטס געמיינט אז ער האט נאר איין הויז וואס ער האט געקויפט פאר אינוועסטמענט, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אביסלע אנדריש.
איך האב מיך אויסגעקימען מיט אים.
א יאר שפעטער ריפט ער מיך אן, און ער פרעגט מיך אויב איך וויל אפקויפען דעם הויז, זאג איך אים אז אויב מיט מיין רענט צאלט זיך נישט אויס די מארגידש פארוואס זאל איך עס קויפען,
האט ער מיר גענפערט אז די מארגידש איז מיט זעכצען הינדרעט דאלער ביליגער פין מיין רענט.
חילי עני ענסער?
גראם נא?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:56 am
דורך מחותן
שנאפס האט געשריבן:א סך הכל קען איינער מאכן? איינער האט עפעס גוטע פארשלאגן וואס קען העלפן פאר די מערכה?
איך האב א חבר וואס דער לענדלארד האט אים ארויפגערוקט די רענט איין טאג פון $1500 צו $1700, ער האט פרובירט צו בעטן דעם לענדלארד ער זאל עס נישט טוהן ווייל ער קען עס נישט באצאלן, דער ענטפער איז געווען אז קודם זאל ער באצאלן ווי ביז היינט, און ער זאל שולדיג בלייבן די איבריגע
נא, אז מען בלייבט שולדיג קען מען דאך בלייבן שולדיג מער ווי צוויי הונדערט, האטער אמאל באצאלט אכט הונדערט און אמאל פינף הונדערט, געוואנדן וויפיל ער האט געטראפן אין טאש יענעם טאג, ביז דער לענדלארד האט אים גערופן אין קאורט דאן האט ער אויפגעהערט צאלן אינגאנצן, נאך א יאר נישט צאלן האט אים דער לענלארד ארויסגעזעהן פון די דירה, איינער קען רעכענען וויפיל דער לענדלארד האט אנגעזעצט? א שנעלע חשבון ווייזט אכצן אלפים, פלאס וואסער האט נישט געצאלט געהעריג ביז דאן, קאורט/לויער וכו וכו
ווען דער לענדלארד ווייסט ווען אז עס וועט זיך אזוי ענדיגן וואלט ער קיינמאל נישט אנגעפאנגען, אלא מאי עפעס א כח האבן מיר נאך, דאס געלט וואס מיר צאלן, דארף מען אויסנוצן דעם כח און זיך מער נישט לאזן טרעטן!
וויאזוי ענדיגט מען נאר?? ולה' הישועה...
האסט שוין געהערט אמאל פון די עשרת הדיברות? דארט איז דא א לאוו פון לא תגנוב.
בפשטות איז די מצוות עשה פון וואוינען אין וומסב״ג נישט דוחה די לאוו פון לא תגנוב.
עס איז אומפאסיג צו גרויסען מיט איינעם וואס האט במזיד עובר געווען אויף די תורה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:00 am
דורך משנה מקום
הונדרעט פראצענט אפילו לאמיר זאגען אז עס נישט יושר וואס זיי טוען איז נאך אלס נישט דא קיין היתר זיי צו באגאנבענען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:05 am
דורך מחותן
משנה מקום האט געשריבן:הונדרעט פראצענט אפילו לאמיר זאגען אז עס נישט יושר וואס זיי טוען איז נאך אלס נישט דא קיין היתר זיי צו באגאנבענען
איך האלט נישט אז די לענדלערס טיען עפעס שלא ביושר.. ווייל מיר האבן א כלל אז פאר בהמה׳ס געבט מען שטרוי..
אויב זענענן מיר נאך אזלכע בהמה׳ס אז קיינער טוט נישט גארנישט זיך אליינס צו העלפן דאן פארדינען מיר זיך נישט בעסערס... עס קימט זיך אונז נישט מער ווי דאס וואס מיר באקימען.
איינער צווינגט איינעם צו וואוינען סמוך ונראה צו וואלעבאט?
און פארוואס מעג א ווייב צווינגען איר מאן צו קויפן א באגאבא קערידיש וואס דער מאן האט עס נישט צו באצאלען.. משא״כ דער לענדלער טאר נישט רייטען אויף אים? איז עפעס דער לענדלערס בלוט ווייניגער רויט פינעם ווייב׳ס בלוט?
קויפט דען נישט א דריי פערטעל וומסב״ג זאכען וואס מען האט נישט צו באצאלן צילוב פרעשור?? זאל די הויכע רענט אריינגיין און די קאטאגריע אז מען מוז עס באצאלן צילוב יענעם ווייל יענער צאלט אויך הויך רענט.. און דעמלאטס וועט עס ווערן א לכתחלה..!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:07 am
דורך מאנ-יימער
אקעי פליז סטאפטס צו זיין ערענסט, איא? ס'איז אדר.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:54 am
דורך הרבטייטעלבוים
הרוצה שיתקיימו נכסיו יטע בהן אדר.
סאי די פאסיגסאע צייט קעיר צו נעמען פון דיע זאכען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 10:03 am
דורך מילכיגער
איך גלייב עס נישט. מחותן איר זענט אויך א לענ״ד לארד?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 10:15 am
דורך להגדיל שמו
מאנ-יימער האט געשריבן:אקעי פליז סטאפטס צו זיין ערענסט, איא? ס'איז אדר.
מאך נישט קאלט די זאך.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 10:44 am
דורך מדריך
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הרוצה שיתקיימו נכסיו יטע בהן אדר.
סאי די פאסיגסאע צייט קעיר צו נעמען פון דיע זאכען
הוי איז דאס א געשמאקע פרילינג ווינטל... אזויפיל יארן שוין געווארט דערויף