בלאט 2 פון 5
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:22 pm
דורך מאנ-יימער
גרויזי, דו ביזט דער ערשטער אדער דער צווייטער? איך ברויך וויסן פאר פראטעסטן פוירפעסעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:23 pm
דורך זאל ער קומען
מיר האט געזאגט א לענדלארד (סלאם-לארד) טאקע דאס אז ער און אסאך אנדערע האבן עס געקויפט נאר אויף די חשבון פון די רענט און אויב הערט מען אויף צאלן אלע טענטעס אינאיינעם גייט גאנץ ווילי גיין אויף פארקלאשער.
ער זאגט אז ער גייט טאקע שאדן האבן די הייזער אבער די גוטע פאונט איז אז די טעקס וועט דראמאטיש פאלן (אינאיינעם מיט די סעקשאן 8) אין נאך א מעלה וועט זיין אז די עשירים (וואס האבן געלט חוץ די ריעל עסטעיט וואס זיי גייען שאדן האבן) וועלן נאר קויפן וויפיל זיי דארפן פאר די קינדער און נישט פאר ביזנעס. זיי וועלן זיך זיכן ערגעץ אנדערש צו אינוועסטן וויסענדיג אז פרילינגס קען נאכפאלגן יעדע יאר.
די פראבלעם איז אז די בענק קענען עס פארקויפן פאר ארטיסטן פאר טאפ דאלער און אונז וועל מיר אלע בלייבן לעקיש (בלומינבערג)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:23 pm
דורך זאל ער קומען
אין אנדערע ווערטער נישטא מיט ווען צו פייטן, די לענדערס וועלן אויפגעבן די הייזער ווייל זיי קענען נישט נעמען קלענער, און די ארטיסטן וועלן עס באקומען (אויב עס איז א סטרייק און קיין איד קומט טאקע נישט)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:49 pm
דורך fiena nieas
זייער א גיטע פלאן איך מיין אלטץ אן אנהיייב זאלן די צייטונגען עס באריכטען פורים צייט אלטץ א פורים'דיגע ארטיקל פיל מיט יומער אריינגעמישט אזוי זאל עס דער עולם ליינען און צוביסלעך וועט עס אריינגיין און הארץ, נאכדעים וועט דער עולם זיך אליינס פרעיגען העי ווער זאגט סנאר א כעלכמע ארטיקל לכבוד פורים אפשר איז עס ריעליטי אפשר קען מיר עס אויך מאכן
YES WE CAN!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
private האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין א טראפעלע ערענסטע מאוד, אסאך האבן געקויפט הייסער אין ווילי מיטן חשבון אויף די רענט. און עס קען זיין א פראבלעם אויפהערן צאלן, ווייל מען מאכט יענעם באמת שאדן. און כאטש קיינער האט אים נישט געצווינגען צו קויפן, אבער אצינד אז ער האט געקויפט איז א פראבלעם.
די טענה איז בעיקר פאר די וואס האבן שוין אויסגעצאלטע דירות, און הייזער, עס איז שוין אויסגעצאלט געווען נאך ווען די זיידע האטעס געקויפט, און אצינד איז עס שוין ביים אייניקל.
קען טאקע די וועד הרבנים דן זיין אויף דעם אליין, ווער עס מעג יא, און ווער עס מעג נישט בעטן די משוגענע פרייזן.
וואאאאס אז ער האט געקויפט מיטן חשבון ציבאצאלן פין מיין רענט דארף איך צאלן פיר אלפים א חודש? ביסט אויפן קאפ גיפאלען. סאררי יא מעד א ראנג אינוועסטמונט!!!!
ריכטיג, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען די חילוק, צו פארשטיין אז די אויסגעצאלטע איז די עוולא פי כמה.
און הגדי, וויפיל דירות כ'האב........ חחחחחחחח ס'ארא גוטע וויץ!!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:57 pm
דורך תמהואומר
כווינדער זיך אזוי, קין איין לענדלאר נישטא דא זאל עפנען דאס מויל?
זעט אויס אז הקנאה התאוה והכבוד מוציאין את האדם מן "העולם" און זיי זענען אויף אן אנדער פלאנעט נישט אין אייוועלט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:05 pm
דורך יהיה כן
זאל ער קומען האט געשריבן:מיר האט געזאגט א לענדלארד (סלאם-לארד) טאקע דאס אז ער און אסאך אנדערע האבן עס געקויפט נאר אויף די חשבון פון די רענט און אויב הערט מען אויף צאלן אלע טענטעס אינאיינעם גייט גאנץ ווילי גיין אויף פארקלאשער.
ער זאגט אז ער גייט טאקע שאדן האבן די הייזער אבער די גוטע פאונט איז אז די טעקס וועט דראמאטיש פאלן (אינאיינעם מיט די סעקשאן 8) אין נאך א מעלה וועט זיין אז די עשירים (וואס האבן געלט חוץ די ריעל עסטעיט וואס זיי גייען שאדן האבן) וועלן נאר קויפן וויפיל זיי דארפן פאר די קינדער און נישט פאר ביזנעס. זיי וועלן זיך זיכן ערגעץ אנדערש צו אינוועסטן וויסענדיג אז פרילינגס קען נאכפאלגן יעדע יאר.
די פראבלעם איז אז די בענק קענען עס פארקויפן פאר ארטיסטן פאר טאפ דאלער און אונז וועל מיר אלע בלייבן לעקיש (בלומינבערג)
נעה, מ'עט מאכן אזא פראטעסט אז ס'עציך מוזן די מיליטער אריין מישן....., האלטסט אז די ארטיסטן וואלטן למשל געגאנגען וואוינען ערגעץ ווי א שטייגער ווי סוריע, אדער קיירא?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:11 pm
דורך מדריך
א געוויסע בנין אויף ראסס סט. האט זיך דעם ווינטער איין אינדערפרי אויפגעוועקט מיט א גרויסן שווארטץ'ן אויפשריפט אויפן וואנט ''נארישע יודן הערטס אויף צאלן רענט''
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:15 pm
דורך יהיה כן
א שטירמער דארף זיך יעצט גרינדן, און הייערן א פראפעגאנדע מיניסטער
לעבן זאל די רעוואלוציע!!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:22 pm
דורך מילכיגער
פלאטשיגער האט געשריבן:A-1 פלאן!!!! די פינגערס און די הייעך...

אבער להוי ידוע אז האסט נישט אנדעקט אמעריקע...
איך האב שוין לאנג גע'טענה'ט אזא סארט געדאנק, ביז איך האב אנגעהויבן טוהן עפעס ערענסטערע שריטן דערוועגן און געטאפט א וואנט אין די פינסטערניש...!
די בראך איז, אז רוב רובם פון אונזערע גע'עהרטע רבנים און אנגעזעהנע אידן פארמאגן ריעל-עסטעיט...
קיינער וועט מיט דיינע בייז-וויליגע פלענער נישט מיט-ארבעטן... קיינער פון זיי וויל דאך נישט דערלייגן...
ווי איז חזקי' ווען מ'דארף אים?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:29 pm
דורך געלעגער
מיינט נישט, אסאך רעוואלאציעס האבן זיך אנגעפאנגען מיט א פשוטע בלאג פאוסט..
אויב רייץ מען גענוג אויף די געמיטער קען עס ווייט גרייכן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:33 pm
דורך דניאל
א יעדער כולם בפה אחד איז מיט דיר
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:33 pm
דורך דניאל
נא ווער גייט ארויף צו די ערשטע רבי און ווילאמסבורג ?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:36 pm
דורך מילכיגער
אזוי לאכעדיג ווי די אשכול קוקט אויס איז יעדע קאמענט ווי מ'רעדט פון מייקרי השער וכו'.
פייטן קעגן מארקעט פארסעס (אן די כח פון רעגירונג ואכמ"ל) איז ווי פייטן קעגן גרעוויטי. דו מעגסט זיין גערעכט ביז אייער-נעכטן און האבן מהר"י ענגל אויף דיין זייט און די כלל פון זרוק חוטרא אאוירא אעיקרי קאי איז נאך אלס דא.
פארוואס? גרויזי איז דאס מסביר אויף פלעין אידיש... ווער סדארף ענגליש זאל קוקן אין וויכי (סארי, וויקי). און ווער ס'וויל קען אפי' נאכקוקן צו די מצב אין קראקע האט זיך געטוישט נאך יענע בריוו...
וואסי די עצה?
איז די ערשטע שאלה אויף וואס זוכסטו א עצה? ווילאנג דו צאלסט איז עס ווייל ס'דיר ווערט!
וואאאאס? נאכאמאל? הער איך גוט?
יא לאמער עס איבערזאגן פאר חזרה העכער אביסל "ווילאנג דו צאלסט איז עס ווייל ס'דיר ווערט!"
און נאכאמאל ווילאנג דו צאלסט איז עס ווייל ס'דיר ווערט!
וועסטו זאגן אז דו צאלסט וועגן דיין ווייב. ערלעדיגט. איז נישט די דע"ד וואס ס'דיר ווערט נאר די שלום בית. אבער נאכאלס דו צאלסט וואס ס'דיר ווערט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:39 pm
דורך מילכיגער
א שנעלע הוספה. די הלכה רעדט פון מייקרי השער ביי פיש אויף שבת ווי די פארקויפער האבן אפגעשמועסט צו רייסן געלט. זאגן די פוסקים טו דו די זעלבע זאך און קויף נישט קיין פיש ביז ער ווערט נארמאל. שטימט געהעריג מיט מארקעט פארסעס און אנטי טראסט געזעצן. ס'נישט דא קיין פרוף אז ס'איז די פאל אין וויליאמפעסט.
דאס איז שוין צו עהרנסט פאר דעם אשכול...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:42 pm
דורך ראשית
סאיז דא גענוג יאפיס וואס זענען גרייט צו צאלען די פרייז און נאך מער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:51 pm
דורך מדריך
ראשית האט געשריבן:סאיז דא גענוג יאפיס וואס זענען גרייט צו צאלען די פרייז און נאך מער
נישט פאר די עקל אויף וואס מיר צאלן...
(אגב לענדלארד'ס קענען עפענען אן אייגענעם אשכול)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:53 pm
דורך מאנ-יימער
ראשית האט געשריבן:סאיז דא גענוג יאפיס וואס זענען גרייט צו צאלען די פרייז און נאך מער
נישט אויף לי ראדני.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:57 pm
דורך אייער_קיכל
מאנ-יימער האט געשריבן:ראשית האט געשריבן:סאיז דא גענוג יאפיס וואס זענען גרייט צו צאלען די פרייז און נאך מער
נישט אויף לי ראדני.
be surprised!!
זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט אונז, אונז האמיר א פראבלעם מיט זיי
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 4:59 pm
דורך מילכיגער
ברעקינג!!!
מדריך האט מיר געקרוינט אלס לענדלארד...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:00 pm
דורך מילכיגער
איך זעה די טענה איז דא אויף די "נאכמער" חלק... אויף די פרייז איז יעדער דעווייל מסכים...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:05 pm
דורך ראשית
מדריך האט געשריבן:ראשית האט געשריבן:סאיז דא גענוג יאפיס וואס זענען גרייט צו צאלען די פרייז און נאך מער
נישט פאר די עקל אויף וואס מיר צאלן...
(אגב לענדלארד'ס קענען עפענען אן אייגענעם אשכול)
איי WISH טא בי א לענדלארד אפשר וועט עפענען א נייע אשכול העלפען

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:10 pm
דורך בן בוזי
איך האלט ווי גרויזי, נאר מיט א יוניאן קען דאס ארבייטן, וכבר היו לעולמים, אמאל זענען די בעלי בתים פון ביזנעסער געווען אין דער הייעך, ווער האט דען אמאל געגלויבט אז ס'וועט זיין פונקט דאס פארקערטע אז די ארבייטער זענען היינט פיל שטערקער ווי די בעלי בתים, אבער ס'פעלט אויס אסאך טעראר, ד.ה. אז א לענדלארד וואס נעמט אן א טענענט נישט פון די יוניאן, וועט מוזן ווערן ארויסגעשלעפט דורך די פייערלעשער מיט די פידזשאמעס (היל"ת).
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:11 pm
דורך צום זאך
מיר בעטן אלע לענדלארדס וואס דרייען זיך דא אויף אייוועלט זאלן בעטן געלעגער מ'זאל זיי עפענען די פריוואטע לענדלארד פארום, עס קומט יעצט פאר דארט א דרינגענדע אסיפה צווישן די לענדלארדס וואס ס'זאל זיין די נעקסטע שריט קעגן די טענענטס אין ליכט פון די נייע פרילינג ווינט וואס האט אנגעהויבן בוזשעווען אינדרויסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 5:29 pm
דורך געלעגער
ס'איז שוין לאנג דא אזא פארום. נישט נאר פאר לענדלארדס נאר פאר אלע וועלט פירערס (בלומבערג האט שוין לאנג נישט אריין געסיינט דארט. יעדער איז דערציטערט צו ער איז נישט פארכאפט אדערוואס..)