בלאט 5 פון 5

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:30 pm
דורך מצב כללי
לכתחילה אריבער האט געשריבן:גיי אינוועטיר אין סטאק מארקעט, אינוועסטיר אין דיימאנדס וכו' וכו'. ווילס דוקא אין "ריעל עסטעיט" (זיכער ווייל די גמ' זאגט "שליש בקרקע"....) אינוועסטיר אין בויבעריק, אין בעד סטיי, אין קאנעטיקעט וכו' וכו'. פארוואס מוזטו אינוועסטירן אין א פלאץ וואס עס וועט קאסטען פאר אידן בלוט. איי עס איז דיר מער געשמאק, נא נא מיינט נאך נישט אז פאר דיין געשמאק מוזן אידישע קינדער גיין פון זינען.

חילי איך פארשטיי נישט דיין טענה פארוואס זאל א איד נישט אינוועסטירן אין וויליאמסבורג, עס איז עניוועי טייער פארוואס זאל א גוי מאכן דאס געלט ענדערש ווי דער איד, קענסט האבן א טענה אויף דער וואס שרויפט ארויף דער פרייז, אבער ווען עמיצער קומט אן מיט'ן היינטיגן פרייז און ער וויל קויפן א דירה פאר אינוועסמענט פארוואס זאל ער עס נישט טון אז נישט ער וועט א צוויטער מאכן די געלט, קם ליה בדרבה מיניה...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
מצב כללי האט געשריבן:

ווייל די איינציגסטע סיבה עס איז הויעך איז צוליעב די אידישע אינוועסטירער.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:40 pm
דורך מצב כללי
לכתחילה אריבער האט געשריבן:

ניין נישט צוליב די אינוועסטירער.

1)סעקשאן 8 (בעסער באקאנט אלץ חלק ח')
2)ברוקלין איז טייער די רענט
3)ווייל עס איז דא א מאנגעל אין דירות פאר אינגעלייט וואס דאס שרויפט ארויף די פרייז, אזויווי יעדע זאך וואס איז דא א מאנגעל ווערט טייערער.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:50 pm
דורך שנאפס
עס קומען צוריק שוידערליכע שמועות אז די רבנים האבן שוין אנגעפאנגען באקומען טעראר פון די לענדלארדס, ממילא האבן מיר באשלאסן נישט ארויסצוקומען מיט די נעמען פון די רבנים וואס שטעלן זיך צו כדי מען זאל זיי נישט קענען טעראריזירן

מען ארבעט איצט אויף ערנסטע פלענער צוזאם צו נעמען א גרויסן עולם וואס זאל זיך צושטעלן, אפאר אידן פון דא האבן שוין אויסגעקוועטשט גרייטקייט זיך צוצושטעלן, און עס איז געפלאנט אז עס זאל זיך אנפאנגען נאך דעם קומענדיגן חודש

איך בעט נאכאמאל מען זאל אויפהערן מיט די זינלאזע טענה'רייען דא, ווייל דער עולם האלט עניוועי נישט ביים צוהערן דערצו, אפשר די פלאן וועט זיך יא אויסארבעטן

כולנו!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:13 pm
דורך צווייפעל
וויליאמסבורג פרילינג הייבט אן ערנסט צו שלאגן ווארצלען.
היינט האב איך געזען מיין אלטע לענדלארדקע זיך אריינשלעפן מיט אן אלטן הינדערט יעריגן אונגארישן גוי וואס דארף מכלאמפערשט פאררעכטן די שטיגן, כהאב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון שמייכעלען, איך האב איר פראבירט צו פארציילן פון די נייע פרילינג ווינטן וואס הייבן אן צו בלאזן אין וויליאמסבורג "די טענענטיסטן" באוועגונג ווי מרופט עס, וואס הייבט אן איבערצונעמען די יוגענד, און איך, בין א הייסער טענענטיסט!!!
דע דרייט זיך אן די אויער מאשינדלעך און פרעגט דערשראקענערהייט, (די ערשטע מאל וואס סאינטערסירט איר וואס איך זאג) וואאעס? די דייטשן זענען אריין? שריי איך, ניין, די טענענטיסטן!, די קאמעניסטן פרעגטצע איבער? ענדליך גיט די מאשין א פייף אז סימן אז סאיז אנגעשטעלט אויף די ריכטיגע נומער, און איך זאג איבער דייטליך און קלאר "טענענטיסטן"!!!
וואעספארא אנשיקעניש איז דאעס, פרעגטצע צומישט?
איר האט געליינט אין די פעיפערס וועגן דעם אראבישן פרילינג? די בירגער האבן באשלאסן אז מגייט זיך מער נישט לאזן פון רעגירונג, די זעלבע זאך איז איצט און וויליאמסבורג, מגייט זיך מער נישט לאזן פון די לענדלארדס, די טענענטס גייען זיין די וואס באשליסן וויפיל די רענט זאל זיין אין טוניזיע האט זיך עס אנגעהויבן פון א פרוכט הענדלער מיט א קויש אויף די גאס, און אין וויליאמסבורג פון א אינגערמאן אין מקוה מיט איין זאק אויף די פיס!!!
איך פארצייל איר פון אונזער שטארקע פירער דזשימי מעקמילן וואס זארגט זיך פאר יעדן איינעם אפי' פאר אייך!!! אפי' ער קען אייך נישט, זארגט ער זיך אויך פאר אייך, איר זאלט האבן א ביליגע דירה, נאכדעם וואס די קיען וועלן אויפהערן געבן מילך, און מיר וועלן קאנטראלירן די רענט, און איר וועט ווארשיינליך מוזן דינגען א דירה, זארגט זיך דזשימי פאר אייך, איר זאלט קענען צאלן א ביליגע רענג, מיסיס איזראעל, סקומען נייע צייטן שריי איך, לעבן זאל דזשימי!!!
זאנע הוצפעניאקעס!!! שרייט זי, זאפארט פארלאזן זי די דירה!! פון די קומעמדיגע אונגארישע קולות וואס איך האב געהערט אונטער מיין טיר האב איך פארשטאנען אז זי וויל אז דער גוי זאל גארניש פאררעכטן, און יענער וויל נישט אוועקגיין אן באצאלט, די קולות האבן נאך אנגעהאלטן א שטיקל צייט, ביז איך האב געהערט א הילכיגע קראך מיט די אינטערשטע טיר, כבין נאר נייגעריג ווער סהאט צוגעקראכט די טיר, מיין בייזע לענדלארדקע אדער דער אלטער גוי.
אלנפאלנס, ווי סשיינט, דער נאמען דזשימי ווארפט א פחד אויף די לענדלארדס, מען ברויך ארגאנאזירן א ראלי פאר דזשימי, דער ערשטער קאנדידאט וואס איז געלאפן אפיציעל אונטערן סלאגען, Rent Is Too Damn High!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:25 pm
דורך להגדיל שמו
סזעיט אויס ווי עס פאנגט אן ציגיין אויף די ריכטיגע רעלסען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:19 am
דורך לאדיךארויס
מע'מוז ווארטן אויפן פרילינג צו אנהייבן די מערכה אדער מ'קען שוין יעצט פאראויס שפאנען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:30 am
דורך פליגל
שבט תשע"ד;
מיין לענדלארד רעדט זיך אפ אויף די הוכע אסטראנאמישע היעטינג ביללס...

אדר א' תשע"ד;
איך דערצייל'ם איבערן 'פרילינג' וואס קומט און ער לעבט אויף...

שנאפסי; גרייט דיר אן האלצערנע הויזן מיט בלעכענע שיך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:36 am
דורך לכתחילה אריבער
פארגעסען די קעפל:

כנאראלאגישע געשעניש......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 1:10 am
דורך מילכיגער
לכתחלה אין אן אנדערע עהרנסטע אשכול וויל איך מיט דיר טענה׳ן. דיינע ווערטער דא שטימען נישט במציאות. וועלכע אשכול קען מען גיין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 7:35 am
דורך קליינקעפיק
ווער קען דען נישט באשטיין סזאל שוין זיין פרילינג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 7:56 am
דורך פליגל
ווענציך ווי דער פרילינג שטייט איין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 8:57 am
דורך ראשית
לכבוד הרב חילי
1) די אידישע אינוועסטירער בעטן נישט מער ווי די מארקעט פרייז
2) ווען נישט די אידישע אינוועסטירער וואלט גאנץ ניי וויליאמסבורג נאך היינט געווען פעקטאריס אין דער עולם וואלט זיך געווינטשען צו טרעפן א דירה פאר דאפעלט פון די היינטיגע פרייזן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
ראשית האט געשריבן:לכבוד הרב חילי
1) די אידישע אינוועסטירער בעטן נישט מער ווי די מארקעט פרייז
2) ווען נישט די אידישע אינוועסטירער וואלט גאנץ ניי וויליאמסבורג נאך היינט געווען פעקטאריס אין דער עולם וואלט זיך געווינטשען צו טרעפן א דירה פאר דאפעלט פון די היינטיגע פרייזן

איך רעדט נישט פון די אינוועסטירער וואס בויען הייזער. איך רעדט די וואס קויפן הייזער פאר אינוועטמענט. צו אויף צו פליפן, אדער אפי' צו פארענטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:לכתחלה אין אן אנדערע עהרנסטע אשכול וויל איך מיט דיר טענה׳ן. דיינע ווערטער דא שטימען נישט במציאות. וועלכע אשכול קען מען גיין?

פאר דיר, עני פלעיס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 8:28 pm
דורך ניק ניק
צווייפל

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 21, 2014 7:51 am
דורך פלעכטער
שנאפס איז בין א קעגנער פאר די גאנצע אוקריינע סטיל אויפשטאנד...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 21, 2014 10:11 am
דורך שנאפס
האסט שוין באקומען דעם טעקסט?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 21, 2014 2:57 pm
דורך AHA
דעם שבת גיימיר זיך אויפרייסען מיט א דרשה אנטקעגן די לענדלאריסטען אונז זעמיר א חלק פון די טענענטיסטען.

געגאנגען!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 10:59 am
דורך אשמע
עטוואס א לעזונג

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:01 am
דורך משה יענקל
א ביטער געלעכטער...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:05 pm
דורך אשמע
-