Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פלאן: לעזונג פאר וויליער דירות קריזיס - וויליאמסבורג פרילינג

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:30 pm

היינט צופרי ביים אויסטוהן די זאקן אין מקוה איז מיר בייגעפאלן א פלאן צו ענדיגן דעם דירות קריזיס אין וויליאמסבורג, אזוי ווי איר הערט, די פרייזן פון די דירות זאלן טראסקענען אין די אדמה אריין, דער פלאן איז נישט געהעריג אויסגעארבעט מיט אלע פרטים, וויבאלד מיין שכן אין מקוה האט מיך געשטערט אינדערמיט מיט א קשיא צו די האנטוך איז מיינס אדער ער קענעס נוצן אפצו ווישן זיינע קאלאטשן, און איך האב אויסגעטוהן די צווייטע חלק פון די זאקן, אדרבה, אפשר קענען מיר עס געהעריג אויסארבעטן דא אז עס זאל זיין א דבר השלום

איך בעט אז מען זאל עס נישט ארומטראגן אין די גאסן ווייל געוויסע יחידים המשתלטים על הציבור וועלן פרובירן מיט אלע מיטלען דאס צו שטערן, דא טראסט איך יעדעם אז דא געפונען זיך נישט די סארט שלעכטע מענטשן, און שוין

פארוואס דער פלאן איז מיר בייגעפאלן אין מקוה ווייס איך נאכנישט, איך טראכט יעצט בשעת'ן שרייבן און איך קען מיך נישט דערמאנען פון וואס איך האב געטראכט פארדעם, פאר צוויי סיבות, איינס וואס איך האב שוין געשריבן אויבן אז איינער האט מיך געשטערט אינדערמיט מיט א קשיא צו די האנטוך איז מיינס אדער ער קענעס נוצן אפצו ווישן זיינע קאלאטשן, און די צווייטע ווייל איך געדענק פלעין נישט

הקיצור איך וויל נישט מאריך אף זיין, איך וועל עס שרייבן גאר אין קורצן און ווער עס וויל קען עס בעסער ארויסברענגען, מיין פלאן איז אז יעדער איינער זאל אויפהערן צו צאלן די געשוואלענע רענט פרייזן! יעדער טייטשט י-ע-ד-ע-ר, מען זאל אויפנעמען א קאמיטע וואס זאל אפשאצן דעם מצב און אפמאכן וויפיל מען דארף צאלן און זע הוא, דאס באקומט דער לענדלארד, קיין פרוטה נישט מער

מען ברויך זיך אראפזעצן מיט די רבנים, זיי זאלן ארויסגעבן א קול קורא במדבר אז מען טאר נישט צאלן מער ווי די באשטימטע פרייז פער סקווערע פוס וואס די קאמיטע וועט אפמאכן, אויב יעדער איינער וועט דאס אויספאלגן דארף מען נישט קיין נייע שטעטלעך און הצלה וועט האבן אפאר פאציענטן ווייניגער, די הצלה אינגעלייט וועלן זיין מער פראדאקטיוו ביי די ארבעט ווייל זיי גייען זיך אויסרוען יעדע נאכט (כמעט, חוץ ביי א שמחה), מען וועט מאכן ווייניגער טיי אווענטס און מען וועט ממילא נישט ברויכן די שיינע נתינות פונעם לענדלארד, אינגעלייט וועלן קענען אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן די קינדער, די צייטונגען וועלן נישט דארפן אויסגעבן אזויפיל געלט פאר טינט צו דריקן בריוון וועגן דעם דירות קריזיס, די אייוועלט סערווערס וועלן אפאטעמען פון די תגובות אויף דעם ענין, אנשטאט וועלן זיי שמייכלען פון די הומאריסטישע ארטיקלען פון די צופרידענע טענעטס, כמעט א עולם התיקון

איך גלייב אז די הלכה חלק איז אויך נישט קיין פראבלעם, קודם ווייל הגונב מן הגנב פטור, און נאכדעם ווייל מען טאר נישט צוהעלפן א איד זאל זיין א מייקר השער, און א זנב ברשות התורה וכו' וכו'

כלנו למערכה!!! וויליאמסבורג פרילינג 2014!!!

Advertisement

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:32 pm

גיימער שטורעמען טאחריר סקווער!!!

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:34 pm

איים אלל דע וועי אין!

ווען הייבט זיך עס אן? שוין קומענדיגן חודש?

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:36 pm

שוין יעצט, בעט צוריק פון דיין לענדלארד האלב רענט פון פעבואר.

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:37 pm

שוין יעצט!!

ווער עס האט נאכנישט באצאלט די רענט די חודש זאל נישט צאלן ביז מען קלארט דאס אויס!!

די לענדלערדס וועלן נישט קענען ארויסווארפן קיינעם ווייל עס וועט נישט זיין קיין צווייטער וואס זאל צאלן מער, אויב וועט זיך יא ח"ו מאכן אזא רשעות'דיגע לענדלארד וועט מענעם מפרסם זיין אין אלע גאסן און טוויטערס, און די משפחה וועט ביזדערווייל קענען וואוינען אין די ספעציעלע געצעלטן אין טאהריר סקווער אויף ליע ראדני

--

יימער, ער קענעס אראפרעכענען נעקסטע חודש

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:39 pm

I'm in...

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:41 pm

A-1 פלאן!!!! די פינגערס און די הייעך... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אבער להוי ידוע אז האסט נישט אנדעקט אמעריקע...
איך האב שוין לאנג גע'טענה'ט אזא סארט געדאנק, ביז איך האב אנגעהויבן טוהן עפעס ערענסטערע שריטן דערוועגן און געטאפט א וואנט אין די פינסטערניש...!
די בראך איז, אז רוב רובם פון אונזערע גע'עהרטע רבנים און אנגעזעהנע אידן פארמאגן ריעל-עסטעיט...
קיינער וועט מיט דיינע בייז-וויליגע פלענער נישט מיט-ארבעטן... קיינער פון זיי וויל דאך נישט דערלייגן...

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:43 pm

אדערווייל זעה איז נישטא קיין לענדלארס אויף אייוועלט
שנאפס פארגעס נישט צוריק אנצוטון דיין זאקן שכח

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:44 pm

עס גייט נאך ווייטער, נאך מער פון דעם,
אויב וועסטו דיך נעמען אין די הענט אריין און מאכן אזא סארט לענדלארד ווידערשטאנד און מען וועט עס מאכן אן די רבנים, וועלן זיי גאר ארויסקומען מיט קול קורא'ס און מוחאות אקעגן דיר, גניבה גזילה!

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:45 pm

העט מען גיין אן רבנים.
נאר איין זאך פאר איך דייל מיין לענדלארד, וואס זאג איך אים? אז איך צאל נישט ביז ער לאזט אראפ אדער אז פין היינט אן באקימט ער נאר טויזענט?

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:45 pm

מאסיווער פלאן!...

---

שנאפס האט געשריבן:איך גלייב אז די הלכה חלק איז אויך נישט קיין פראבלעם, קודם ווייל הגונב מן הגנב פטור, און נאכדעם ווייל מען טאר נישט צוהעלפן א איד זאל זיין א מייקר השער, און א זנב ברשות התורה וכו' וכו'

כ'האף אז דאס האסטו נישט געטראכט אין מקוה....

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:46 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:העט מען גיין אן רבנים.
נאר איין זאך פאר איך דייל מיין לענדלארד, וואס זאג איך אים? אז איך צאל נישט ביז ער לאזט אראפ אדער אז פין היינט אן באקימט ער נאר טויזענט?

זאג אים אז פאר סיי וועלכע פראגן זאל ער קאלן שנאפס.

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:46 pm

על די ווע אין. כלנו למערכה ולה׳ הישועה

דינסטאג פבואר 18, 2014 2:51 pm

איך האב שוין לאנג אנגעהויבן דעם פלאן, און נישט געצאלט עטליכע חדשים, אדרבה ווער קומט מיט?

און לאמיר עס מאכן קלארער, ווער ס'האט דער אכטער צאלט נישט צו קיין פעני, און דער פרייז איז פאר איין בעדרום פינף מאות, און אזוי נאך א מאה פאר יעדע בעדרום, איז גוט? דרעולם אימסכים?

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:00 pm

רוב לענדלארדס היינט זענען די רבנים...
סאו דארף מען גיין אן די רבנים...

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:01 pm

im in

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:02 pm

איך פארשטיי נישט קלאר יהי', רוב רבנים זענען לענדלארס, אדער רוב לענדלארס זענען רבנים?
די נפ"מ איז אויב די ערשטע איז נישט קיין פראבלעם גייען מיר אן זיי, אויב די צווייטע איז צרות ווי א בארג
לעצט פאראכטן דורך תמהואומר אום דינסטאג פבואר 18, 2014 3:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:05 pm

אין א טראפעלע ערענסטע מאוד, אסאך האבן געקויפט הייסער אין ווילי מיטן חשבון אויף די רענט. און עס קען זיין א פראבלעם אויפהערן צאלן, ווייל מען מאכט יענעם באמת שאדן. און כאטש קיינער האט אים נישט געצווינגען צו קויפן, אבער אצינד אז ער האט געקויפט איז א פראבלעם.

די טענה איז בעיקר פאר די וואס האבן שוין אויסגעצאלטע דירות, און הייזער, עס איז שוין אויסגעצאלט געווען נאך ווען די זיידע האטעס געקויפט, און אצינד איז עס שוין ביים אייניקל.

קען טאקע די וועד הרבנים דן זיין אויף דעם אליין, ווער עס מעג יא, און ווער עס מעג נישט בעטן די משוגענע פרייזן.

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:09 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין א טראפעלע ערענסטע מאוד,


דו מיינסט באמת מ'האט דא גירעד נישט ערנסט?

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:10 pm

דערווייל קוקט נישט אויס אז דער חלום פינעם פרילינג זאל עפעס רירען די מצב ליינט דעם הימעל שרייענדען חוצפה'דיגע עד ווי מען פאדערט פינעף אלפים וואס מיינט יערליך זעכציג אלפים פאר א פיר בעדרום דירה
נישט פארגעסן =נאן עגאושיענבעל=
עטעטשמענטס
839464015.jpeg
לעצט פאראכטן דורך חסיד נלהב אום דינסטאג פבואר 18, 2014 3:12 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:11 pm

חילי וויפיל דירות האסטי אין וויליאמסבורג?

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:14 pm

זאג נישט פאר קיינעם אויס אז דאס איז מיין עד.

דערווייל קענט עטס קענטס חלומען בהקיץ ס'קוקט נישט אויס אז ס'זאל דא בכלל זיין צו וועם צו רעדן.

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:15 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין א טראפעלע ערענסטע מאוד, אסאך האבן געקויפט הייסער אין ווילי מיטן חשבון אויף די רענט. און עס קען זיין א פראבלעם אויפהערן צאלן, ווייל מען מאכט יענעם באמת שאדן. און כאטש קיינער האט אים נישט געצווינגען צו קויפן, אבער אצינד אז ער האט געקויפט איז א פראבלעם.

די טענה איז בעיקר פאר די וואס האבן שוין אויסגעצאלטע דירות, און הייזער, עס איז שוין אויסגעצאלט געווען נאך ווען די זיידע האטעס געקויפט, און אצינד איז עס שוין ביים אייניקל.

קען טאקע די וועד הרבנים דן זיין אויף דעם אליין, ווער עס מעג יא, און ווער עס מעג נישט בעטן די משוגענע פרייזן.

וואאאאס אז ער האט געקויפט מיטן חשבון ציבאצאלן פין מיין רענט דארף איך צאלן פיר אלפים א חודש? ביסט אויפן קאפ גיפאלען. סאררי יא מעד א ראנג אינוועסטמונט!!!!

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:17 pm

איך האב גראדע אויך אסאך געטראכט אין די הייסע בור פון פארשידענע ערליי יוניאנ'ס און סטרייקס וואס דער היימישער עולם קען ווען טון.

אבער עס איז נאריש, איך קען עס מסביר זיין באריכות, אבער א שאד די צייט. איך גיי עס קאנצעטרירן אין געציילטע ווערטער:

וואס איז די קריזיס? ווער זאגט עס איז בכלל דא א קריזיס? דו - טענעט - הער אויף צו צאלן די טייערע רענט, צאל די נארמאלע פרייז וואס דו האלטסט אז עס איז ווערד, און די פראבלעם איז געלייזט!

אה! האסט מורא אז דער לענדלארד וועט דיך ארויסווארפן? זארג נישט, ער גייט דיך נישט ארויסווארפן אויב טרעפט ער נישט קיין צווייטן. ער איז נישט גרייט שאדן צו האבן קיין פעני. עס לוינט אים נישט.

און דא קומען מיר צום שעיר לעזאזאל, דער צווייטער! יא דער וואס גייט אריינקומען ווען מען ווארפט דיך ארויס, ער איז שולדיג אין אלעמען! ווייל אז ער איז נישטא איז אלעס אקעי.

ממילא האלט איך אזא אלע סטרייקס, אלע פראטעסטן, און אלע טענות, זאלן גיין צו דעם יחיד המשתלט על הציבור, דער צווייטער!

Isn't that easy?
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום דינסטאג פבואר 18, 2014 3:21 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

דינסטאג פבואר 18, 2014 3:19 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:זאג נישט פאר קיינעם אויס אז דאס איז מיין עד.

דעי פאון נאמבער אויפן עד 718-387-8976 קןמט ארויף: פריעדמאן / הויער פון 223 קיעפ סטריט...
שרייב א תגובה

Advertisement