הערטס מיר אויס, איך בין זייער אויפגערעגט, וואקסינס ימ"ש,

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:57 pm

בעזהשי"ת
וואס זאל איך דיר יעצט ענפערן
או נאו די וועסט צירוק שרייען או יע
איז איך האב געזאגט מיין מיינונג און די וועסט עס נישט טוישן מיטן שרייען אונאו
און בד''וו די אנטי שאטס קאולט איז נאך אויך אזא ביזנעס ווי די שאטס אליינס

און מייזעלס האט א היסטערי פון אוועק מאכן א יעדע אייינעציגסטע דאקטער (יא איך פלעג אים הערן יארן צירוק אויף קול מבשר)
איז קענסט מיר אפי' נישט ברענגן קיין ראי-ה פון אים

#וואקסין'ס אר די סעיפעסט

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:01 pm

ר' זעקל האט געשריבן:הערשל מייזעלס דרייט זיך ארום זיכען א דאקטער וואס זאל דעבעטן מיט אים וועגען מיזעלס
קיין איין דאקטער וויל נישט Y?

וואס פאר א רעזעמי ברענגט ער צום טיש אז א דאקטער זאל וועלן רעדן מיט אים?! ער האט דען א דעגרי אין רפואה, מעדעצין, סייענס, וויסענשאפט?

דאקטורעם בדרך כלל הערן נישט קול מבשר, זיי ווייסען נישט ווער עס איז פאפאלעור ביי די "עקרת הבית" קאמיונעטי, זיי האלטען נישט מיט די לעצטע פרויען נייעס, זיי זענענן שווערע ארבייטער, זיי האלטן נאך אכט יאר מעדיקעל סקול, זיי רעדן נאר צו זייערס א גלייכען.

הערשל זאל דעבאטירען זיינס גלייכען, ער קען דעבאטירען שאול קליין, וועלעל שמעלצער, יצחק יונה דרעזנער, איך קען אפילו זען אז א געוויסע הצלה פאראמעדיק זאל וועלן האבן א דעבאטע מיט אים, אבער דעיטס איט.

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:02 pm

Think and Thank האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
yield האט געשריבן:זאגסט ווערטער ווארד (לשון נופל על לשון) אבער כ'וויל וויסן וואס פעלט אויס די chickenpox shot אונז האמיר אלע עס געהאט אלטס קינד און עס איז גיט געווען גארנישט איז אונז געשען אונז האמיר נישט קיין "side effects" פון נישט נעמען קיין vaccine.

פארוואס געט מען היינט מער וואקסינס פאר אונזערע קינדער ווי פאר אונז (כ'רעד נישט פון flue shot ) וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס.

ווייל טשיקנפאקס אין איר עדאלט פארעם איז טויטליך! די וואקסין האט פשוט נאכנישט עקזיסטירט ווען מיר זענען געווען קינדער.

די זעלבע מיט אנדערע וואקסינען וואס מען האט אונז נישט געגעבן אלס קינדער: זיי האבן נאכנישט עקזיסטירט.

א פשוט'ע פראגע:
פארוואס דארף מען שטאפן אינגע קינדער מיט טשיקען פאקס וואקסין'ס? דאס איז לכאורה קלאר אז דורך עס אליין האבן ווערט מען שטערקער אימיוניזירט דערקעגן. און אזויווי מיר אלע העכער דרייסיג האבן עס געהאט נאטורלעך ב''ה, זאלן היינט אלע קינדער אויסווארטן צו זעהן צו זיי באקומען עס נאטורלעך. ביי די אכט יאר, אדער אפשר אפילו הערשט ווען מ'נעמט די דור ישרים טעסט ביי די אכצן, אויב האט מען נאכנישט באקומען טשיקען פאקס ביז דעמאלס( א קליינע מועט!), זאל מען דעמאלס געבן די וואקסין.

כ'האף דו קענסט מיר באלייכטן דא כשר-טרעוול

עדאלט פארם האט נישט מיט אכצן יאר, אבער איך בין מסכים מיט דיר אז מען דארף נישט געבן די טשיקן פאקס וואקסין פאר די צוועלף-דרייצן, און דאן אויך נאר אויב מען האט עס נאכנישט געהאט.

אגב, דיין הנחה אז מען ווערט שטערקער אימיונט דורך עס באקומען נאטירליך איז לאו דוקא אמת.

מיר האלטן ערגעץ. אויף א געוויסע לעוועל ביזטו אנטי וואקסין..! דאס היינט שטאפן פיצלעך קינדער מיט אלע מינע וואקסינס.

און ווער ס'געווען ביים דאקטער זעהט ווי אגרעסיוו זיי חלש'ן אריינצושטאפן דעם טשיקען פאקס וואקסין ווי פריער. מיין ווייב איז געווען ביי ODA מיט א קינד צו געבן די וואקסינס (יא, איך געב) און זי האט קלאר געזאגט פאר די נורס 'נישט' צו געבן פאר טשיקען פאקס ווייל דאס קינד האט שוין געהאט טשיקען פאקס. מיין ווייב איז ארויס פאר אפאר מינוט און זי האט דערווייל צוגעגרייט. ווען מיין ווייב איז צוריקגעקומען האט זי שוין געהאלן ביים שטעכן. מיין ווייב פרעגט איר וועלכע וואקסיןנס געבסטו יעצט, האט זי געמוזט מודה זיין אז זי האט דא אויך פאר טשיקען פאקס. ''איך האב דאך דיר פריער געזאגט אז דאס קינד דארף דאס שוין נישט?'' ענפערט די נורס ''אוי, איימסארי''.
מיין מאמע האט געהאט אן ענליכע מעשה, ביי בעדפארד מעדיקעל. געשיקט א עלטערע קינד מיט די בעיבי. אריינגעקאלט זאגן אז זי וויל געבן יעצט ''דוקא' איין ספעציפישע וואקסין, (די בעיבי האט שוין געהאט טשיקען פאקס נאטורלעך). מ'האט איר פשוט אנגעפיפן און געגעבן אלע שאטס 'איר צו מאכן אפ טו דעיט מיט די טשארט'. מיין מאמע שתח''י עמו''ש איז געווארן אויס מענטש און אריינגערופן מיט טענות הלמאי מ'געבט אן רשות, און נאך טשיקען פאקס אויך, וואס דאס קינד האט שוין בכלל נישט געדארפט. די זעלבע תירוץ געקומען, ''איימסארי'.
(מ'קען מיינען וויפיל געלט פארדינען זיי שוין צו טון די רשעות?...!)

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:04 pm

Think and Thank האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
yield האט געשריבן:זאגסט ווערטער ווארד (לשון נופל על לשון) אבער כ'וויל וויסן וואס פעלט אויס די chickenpox shot אונז האמיר אלע עס געהאט אלטס קינד און עס איז גיט געווען גארנישט איז אונז געשען אונז האמיר נישט קיין "side effects" פון נישט נעמען קיין vaccine.

פארוואס געט מען היינט מער וואקסינס פאר אונזערע קינדער ווי פאר אונז (כ'רעד נישט פון flue shot ) וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס.

ווייל טשיקנפאקס אין איר עדאלט פארעם איז טויטליך! די וואקסין האט פשוט נאכנישט עקזיסטירט ווען מיר זענען געווען קינדער.

די זעלבע מיט אנדערע וואקסינען וואס מען האט אונז נישט געגעבן אלס קינדער: זיי האבן נאכנישט עקזיסטירט.

א פשוט'ע פראגע:
פארוואס דארף מען שטאפן אינגע קינדער מיט טשיקען פאקס וואקסין'ס? דאס איז לכאורה קלאר אז דורך עס אליין האבן ווערט מען שטערקער אימיוניזירט דערקעגן. און אזויווי מיר אלע העכער דרייסיג האבן עס געהאט נאטורלעך ב''ה, זאלן היינט אלע קינדער אויסווארטן צו זעהן צו זיי באקומען עס נאטורלעך. ביי די אכט יאר, אדער אפשר אפילו הערשט ווען מ'נעמט די דור ישרים טעסט ביי די אכצן, אויב האט מען נאכנישט באקומען טשיקען פאקס ביז דעמאלס( א קליינע מועט!), זאל מען דעמאלס געבן די וואקסין.

כ'האף דו קענסט מיר באלייכטן דא כשר-טרעוול

עדאלט פארם האט נישט מיט אכצן יאר, אבער איך בין מסכים מיט דיר אז מען דארף נישט געבן די טשיקן פאקס וואקסין פאר די צוועלף-דרייצן, און דאן אויך נאר אויב מען האט עס נאכנישט געהאט.

אגב, דיין הנחה אז מען ווערט שטערקער אימיונט דורך עס באקומען נאטירליך איז לאו דוקא אמת.

אגב דאגב, איז לאו דוקא אמת, אדער נישט אמת...?

איז נישט באקומען טשיקען פאקס/מיזעלס נאטורלעך שטערקער אימיוניזירט? איך מיין די מציאות ווייזט אזוי.
)דער חתן פון יענע וואך מיט די אפגעשטופטע חתונה האט געהאט באקומען מיזעלס וואקסינס. איא?)

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:05 pm

קענדי'ס האט געשריבן:בעזהשי"ת

און מייזעלס האט א היסטערי פון אוועק מאכן א יעדע אייינעציגסטע דאקטער (יא איך פלעג אים הערן יארן צירוק אויף קול מבשר)
איז קענסט מיר אפי' נישט ברענגן קיין ראי-ה פון אים

מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים. (איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט איבער וואקסינען אדער נישט אבער אויב זאל מען קוקען אויף זיין היסטערי איז עס בלויז א פלאס).

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:07 pm

איז 15-20 יאר ארום גייט מען שוין נישט דארפן גיין און סקול און נעמען א דעגרי צי ווערן א דאקטער?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:07 pm

פארשער האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:בעזהשי"ת

און מייזעלס האט א היסטערי פון אוועק מאכן א יעדע אייינעציגסטע דאקטער (יא איך פלעג אים הערן יארן צירוק אויף קול מבשר)
איז קענסט מיר אפי' נישט ברענגן קיין ראי-ה פון אים

מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים. (איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט איבער וואקסינען אדער נישט אבער אויב זאל מען קוקען אויף זיין היסטערי איז עס בלויז א פלאס).

געב מיר ביטע א פאר דוגמאות.

אגב, זיין מערכה אויף טראנס פעט האט ער אנגעהויבן ווען מען האט שוין פעסט גערעדט דערפון אין אלע קרייזן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:10 pm

פארשער האט געשריבן:מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים. (איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט איבער וואקסינען אדער נישט אבער אויב זאל מען קוקען אויף זיין היסטערי איז עס בלויז א פלאס).

אויב מעגליך ביטע אינפארמיר וואס זיין רעזעמי איז, מיט וואס עס איז פאראויס, און וואס ער האט שוין מחדש געווען אין דאקטעריי.

איך וויל באמת וויסען.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:25 pm

נומ. 1 ער איז דעווען דער וואס האט געמאכט די רידעריי קעגן טרענספעט
אין היינט איז עס אסור אין אמעריטשקע

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:34 pm

בעזהשי"ת.

Think and Thank האט געשריבן:
קמח האט געשריבן:היצצתי וראיתי אז 'פאראויס' האט מעתיק געווען מיין תגובה
איך פלאן נישט אריין צו גיין אין דעם יעצט, אבער בקוצר אמרים

פאר דו לאכסט אפ, גיי נאך די זאך

קיינער לייקנט נישט א ז קימא"ו האט א סייד עפעקט פון 'יענע מעשה', און קיינער לייקנט נישט אז ווען ס'קומט צוריק, איז דאס די אורזאך.

שקר וכזב, אזויווי אלעס וואס די אנטי וועקסערס שרייבן.

די אמעריקען קענסער סאסייעטי האלט נישט אז קימא האט א סייד עפעקט 'יענע מעשה'. דא האסטו זייער ליסטע פון סייד עפעקטס:
https://www.google.com/amp/s/amp.cancer ... fects.html

שוין אפגערעדט פון די אומגלויבליכע טפשות וואס ליגט אין א קלעים אז קימא איז א טייל פון א קאנספיראציע צו הרג'ענען די מענטשהייט (ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט). אויב גיבט מען גארנישט פאר די קענסער פאציענטן וועלן זיי שטארבן, דעריבער גיבט מען זיי קימא, אזוי וועלן זיי ווערן געזונט, און דערנאך וועלן טייל פון זיין באקומען נאכאמאל יענע מעשה אלס סייד עפעקט, און דערנאך וועלן די וואס האבן באקומען די סייד עפעקט שטארבן? גיב גארנישט פאר קיינעם און לאזן זיי אלע שטארבן!

(קוקנדיג אויף די וואקסין שמועסן פארשטייט מען דעם מדרש "ויחכם מכל אדם, אפי' מן השוטים")

די אמעריקען קענסער סאסייעטי שרייבט קלאר אז קימאו קען ברענגען געוויסע מינים פון יענע מחלה.
https://www.google.com/amp/s/amp.cancer ... erapy.html
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:38 pm

בעזהשי"ת.

קאנסילמאן האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים. (איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט איבער וואקסינען אדער נישט אבער אויב זאל מען קוקען אויף זיין היסטערי איז עס בלויז א פלאס).

אויב מעגליך ביטע אינפארמיר וואס זיין רעזעמי איז, מיט וואס עס איז פאראויס, און וואס ער האט שוין מחדש געווען אין דאקטעריי.

איך וויל באמת וויסען.

קודם כל, האט ער מחדש געווען א נייע צוגאנג צו טייפ 1 דייעבעטיקער, וואס מאכט זיי קענען אנגיין מיטן לעבן כאילו לא היה. און זיין מהלך איז געווארן היינט צוטאג אנגענומען ביי אלע דאקטוירם.

ער האט אריינגעברענגט א פרישע טעסט פאר LDL קאלעסטעראל.

ער האט שוין געשריגן פאר צוואנציג יאר צוריק, אז אייער איז א געזונטע מאכל. און היינט צוטאג איז עס אויף די ליסטע ביי די רעגירונג אלץ איינע פון די געזונטע מאכלים.

ויש עוד רבות שאיני זוכר כעת.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פיינע נייעס
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:33 pm

תגובהדורך פיינע נייעס » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:59 pm

הרב מייזעלס איז נישט די בעל מחדש ער איז שטארק אויסגעקאכט אין דר. עטקינס שיטה אין דעס פראומאוט ער מיט די צייט ציגעלייגט עקספיריענס

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:12 pm

תוספות האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים. (איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט איבער וואקסינען אדער נישט אבער אויב זאל מען קוקען אויף זיין היסטערי איז עס בלויז א פלאס).

אויב מעגליך ביטע אינפארמיר וואס זיין רעזעמי איז, מיט וואס עס איז פאראויס, און וואס ער האט שוין מחדש געווען אין דאקטעריי, איך וויל באמת וויסען.

נומ. 1 ער איז דעווען דער וואס האט געמאכט די רידעריי קעגן טרענספעט' אין היינט איז עס אסור אין אמעריטשקע

קודם כל, האט ער מחדש געווען א נייע צוגאנג צו טייפ 1 דייעבעטיקער, וואס מאכט זיי קענען אנגיין מיטן לעבן כאילו לא היה. און זיין מהלך איז געווארן היינט צוטאג אנגענומען ביי אלע דאקטוירם, ער האט אריינגעברענגט א פרישע טעסט פאר LDL קאלעסטעראל.

ער האט שוין געשריגן פאר צוואנציג יאר צוריק, אז אייער איז א געזונטע מאכל. און היינט צוטאג איז עס אויף די ליסטע ביי די רעגירונג אלץ איינע פון די געזונטע מאכלים

סך הכול איז דא פיר זאכען

1} רידעריי קעגן טרענספעט

2} אז אייער איז א געזונטע מאכל

3} מחדש געווען א נייע צוגאנג צו טייפ 1 דייעבעטיקער,

4} אריינגעברענגט א פרישע טעסט פאר LDL קאלעסטעראל

נומבער 1 און 2 איז נישט קיין חידוש, ווייל די וועלט ווערט כסדר אדווענסד צו לעבען א העלטי לייף סטייל און די גאווארמענט טוישט טאקע כסדר ארום נייע ווארענוגן אויף עסן, אזוי אויך פריוואטע מענטשן לייגען היינטצוטאגס מער אכט אויף וואס זיי עסן,

טרענספעט בכלליות איז נישט אזוי אלט, עס נעמט צייט ביז מען ווערט געוואר די סייד עפעקטס די פרא'ס און קאנ'ס, איז דא די מינדעסטע פראף אז "הערשל מייזעלס" האט געפירט צו א גארווארמענט און דאקטער טויש אין פאלאסי לגבי טרענספעט און אייער? אדער עס איז דשאסט אז ער האט די ערשטע געריטען אויף די נייע סטאדיס אז די זאכען זענענן יא אדער נישט געזונט, און פאר די גאווארמענט האט פשוט גענימען לענגער צו נעמען די זאך אין די הענט.. מסתבר איז אז וויבאלד ער איז א יחיד האט ער גענימען די שופר אין האנט צו ווארענן און רעדן איבער די נושא, און פאר די גאווארמענט נעמט לענגער זיך צו נעמען בלאזן מיטען שופר.

נומבער 3 און 4

דא האט איר א גוגל לינק צו טייפ 1 דייביטיס טריטמענט ביטע ווייזט מיר ווי עס שטייט הערשל מייזעלס נייע מהלך און אז רוב רובם האבן עס אדאפטירט.

און דא האט איר א גוגל לינק פאר LDL קאלעסטעראל ביטע צייכענט אן ווי מען רעדט פון זיין נייע טעסט.

שכוח

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:29 pm

קאנסילמאן האט געשריבן: איז דא די מינדעסטע פראף אז "הערשל מייזעלס" האט געפירט צו א גארווארמענט און דאקטער טויש אין פאלאסי לגבי טרענספעט און אייער? אדער עס איז דשאסט אז ער האט די ערשטע געריטען אויף די נייע סטאדיס אז די זאכען זענענן יא אדער נישט געזונט, און פאר די גאווארמענט האט פשוט גענימען לענגער צו נעמען די זאך אין די הענט.. מסתבר איז אז וויבאלד ער איז א יחיד האט ער גענימען די שופר אין האנט צו ווארענן און רעדן איבער די נושא, און פאר די גאווארמענט נעמט לענגער זיך צו נעמען בלאזן מיטען שופר.

דאס עקזעקטלי איז די פוינט. מייזעלס איז נישט קיין בעל מחדש ער איז פשוט אפ טו דעיט מיט די סייענטיפיק ריסוירטש. דיין דאקטער איז נישט.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:32 pm

איז טאקע יעצט ארויס געקומען סייענטיפיק ריסוירטש אז וואקסין קעגן איז שעדליך, הערשל מייזעלס ווייסט עס שוין און מיין דאקטער נאך נישט?!

איז דא א לינק צו די "נייע" סייענטיפיק ריסוירטש ווי יעדער זאל קענענן ליינע די אינפערמאציע?

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:05 pm

בעזהשי"ת.

שיעור פארגעסן ווייטאמין די..
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:08 pm

בעזהשי"ת.

קאנסילמאן האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן: איז דא די מינדעסטע פראף אז "הערשל מייזעלס" האט געפירט צו א גארווארמענט און דאקטער טויש אין פאלאסי לגבי טרענספעט און אייער? אדער עס איז דשאסט אז ער האט די ערשטע געריטען אויף די נייע סטאדיס אז די זאכען זענענן יא אדער נישט געזונט, און פאר די גאווארמענט האט פשוט גענימען לענגער צו נעמען די זאך אין די הענט.. מסתבר איז אז וויבאלד ער איז א יחיד האט ער גענימען די שופר אין האנט צו ווארענן און רעדן איבער די נושא, און פאר די גאווארמענט נעמט לענגער זיך צו נעמען בלאזן מיטען שופר.

דאס עקזעקטלי איז די פוינט. מייזעלס איז נישט קיין בעל מחדש ער איז פשוט אפ טו דעיט מיט די סייענטיפיק ריסוירטש. דיין דאקטער איז נישט.

איז טאקע יעצט ארויס געקומען סייענטיפיק ריסוירטש אז וואקסין קעגן איז שעדליך, הערשל מייזעלס ווייסט עס שוין און מיין דאקטער נאך נישט?!

איז דא א לינק צו די "נייע" סייענטיפיק ריסוירטש ווי יעדער זאל קענענן ליינע די אינפערמאציע?

הער זיי מוחל קודם אויס וואס ער האט צו זאגן. און נאכדעם אויב עפעס שטימט נישט, פרעג איבער.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:19 pm

תכלית... ער איז דשאסט א גיטע מייזליש רעדנער מיט האטליין, אדער ער האט באמת א ארקענטע רעזעמי פון וויסענשאפט, רפואה, מעדעצין, סייענס, ועוד?!

איך שרייב עס מיטען גאנצן רעספעקט צו דעם מענטש וועם איך האב קיינמאל נישט געזען אדער געהערט, אבער אז מען רעדט פון אים בין איך זיכער אז ער איז א סאמטינג ספעשול.

אבער ביטע שרייבטס קראנטע דיטעליס אז אנדערע זאלן אויך וועלן נהנה זיין פון אים, אז נישט וועט מארגען א צווייטע מייזליש מיט געשליפן צינגעל עפענען א האטליין און זיך נעמען האקן קעגן גיין צום דאקטער, און די ליסט וועט זיין ענדלאז אויב יעדער וועט טיען מה שליבו חפץ.

וואס-איז-די-מענטש-היסטארי-אז-זיין-מיינוג-איז-בכלל-מאסגעבענד? ווי האט ער שטודירט מעדעצין? ביי וועם האט ער עס געלערענט? וויפיל מענטשן האט ער שוין געהאלפן? וואס זענענן זיינע דורוכפעלער? וואס איז אונזער גאראנטי אז ער רעדט נישט דשאסט פון געפיל? ווי אזוי קען מען ווערעפייען זיינע ווערטער? מי ערב לו? וואס גייט געשען ווען א 10 חדשים קינד וועו ח"ו באקימען מיזעלס און ווערן מוח געשעדיגט וועט ער פיקסן דאס קינד מוח??

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:21 pm

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

קאנסילמאן האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן: איז דא די מינדעסטע פראף אז "הערשל מייזעלס" האט געפירט צו א גארווארמענט און דאקטער טויש אין פאלאסי לגבי טרענספעט און אייער? אדער עס איז דשאסט אז ער האט די ערשטע געריטען אויף די נייע סטאדיס אז די זאכען זענענן יא אדער נישט געזונט, און פאר די גאווארמענט האט פשוט גענימען לענגער צו נעמען די זאך אין די הענט.. מסתבר איז אז וויבאלד ער איז א יחיד האט ער גענימען די שופר אין האנט צו ווארענן און רעדן איבער די נושא, און פאר די גאווארמענט נעמט לענגער זיך צו נעמען בלאזן מיטען שופר.

דאס עקזעקטלי איז די פוינט. מייזעלס איז נישט קיין בעל מחדש ער איז פשוט אפ טו דעיט מיט די סייענטיפיק ריסוירטש. דיין דאקטער איז נישט.

איז טאקע יעצט ארויס געקומען סייענטיפיק ריסוירטש אז וואקסין קעגן איז שעדליך, הערשל מייזעלס ווייסט עס שוין און מיין דאקטער נאך נישט?!

איז דא א לינק צו די "נייע" סייענטיפיק ריסוירטש ווי יעדער זאל קענענן ליינע די אינפערמאציע?

הער זיי מוחל קודם אויס וואס ער האט צו זאגן. און נאכדעם אויב עפעס שטימט נישט, פרעג איבער.

פארוואס זאל איך אויסהערן? ווייל ער האט די געלט - און די געשליפן צינגעל - צו עפענענן א האטליין?!

וואס איז ער מער ווי פנחס גלויבער, וועלוועל שמעלצער, און שאול קליין?
סירעסלי, איך ציטער אים צו הערן ווייל איך ווייס אז די מייזליש'ס קענענן גוט רעדן, איך וויל נישט נשפע ווערן בעפאר איך ווייס קלאר אז ער ווייסט וואס ער רעדט.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:28 pm

בעזהשי"ת.

דו האסט דאך אליין געשריבן אז:
קאנסילמאן האט געשריבן:ער האט די ערשטע געריטען אויף די נייע סטאדיס אז די זאכען זענענן יא אדער נישט געזונט, און פאר די גאווארמענט האט פשוט גענימען לענגער צו נעמען די זאך אין די הענט.. מסתבר איז אז וויבאלד ער איז א יחיד האט ער גענימען די שופר אין האנט צו ווארענן און רעדן איבער די נושא, און פאר די גאווארמענט נעמט לענגער זיך צו נעמען בלאזן מיטען שופר.

איז דאס נישט קיין ראיה אז ער רעדט נישט אבי אין די וועלט אריין אן באווייזן?.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:35 pm

ביז אהער האב איךך ניש געזען אז מייזליש איז פאראויס .
TRANS FAT
VITAMIN D
EGGS
LDL
האט ער ארום גערעדט און די זעלבע צייט וואס די העלט זשורנאלן האבן גערעדט דערפון.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:48 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביז אהער האב איךך ניש געזען אז מייזליש איז פאראויס .
TRANS FAT
VITAMIN D
EGGS
LDL
האט ער ארום גערעדט און די זעלבע צייט וואס די העלט זשורנאלן האבן גערעדט דערפון.

פארשער האט געשריבן:
מייזעלס האט א היסטארי פון זיין 15-20 יאר פאראויס פון די מעינסטרים דאקטוירים.

פארשער האט געשריבן:
דאס עקזעקטלי איז די פוינט. מייזעלס איז נישט קיין בעל מחדש ער איז פשוט אפ טו דעיט מיט די סייענטיפיק ריסוירטש. דיין דאקטער איז נישט.
לעצט פאראכטן דורך פארשער אום דינסטאג ינואר 01, 2019 7:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:49 pm

שריט פון די רעגירונג (עכ''פ די ליבעראלע) פאלגט גאנץ נאך מעדיצינישע אויפדעקונגען.
טראנס פעט איז געווארן פארבאטן אין NYC אום 2007 למס'
צוקערדיגע סאודע איז געקומען אינטער א גאווערנמענט (מעיאר בלומבערג) אטאקע מיט א דורך געפאלענע פלאן פון א 10 סענטיגע שטייער, און מיט מאסיווע מארקעטונג אנטקעגן די שאדנ'ס וואס צוקערדיגע געטראנקען טוען צום גוף, צוקערדיגע געטראנקען ביזנעס פאלט שוין פאר יארן איבער גאנץ אמעריקע, בעת וואס פשוטע געבאטעלטע וואסער פראפיט האלט און איין שטייגן.

מייזליש האט מיטגעזונגען די ניגון וואס איז געהערט געווארן דורך די גאנצע אינדוסטערי.

און עס קומט אים "א סאך קרעדיט" פארן מעורר זיין דעם ציבור איבער זיך היטן דאס געזונט
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:57 pm

בלומבערג'ס מלחמה קעגן זאלץ איז גראדע געגאנגען אין די פארקערטע ריכטונג ווי די וויסנשאפט.
ווען די רעגירונג נעמט א שטעלונג אויף מעדיצינישע ענינים ווערט מען סטאק דערמיט און ס'איז זייער שווער צו טוישן אפילו ווען די וויסנשאפט מאכט פארשריט, די בעסטע איז ווען די רעגירונג שטייט אוועק און לאזט די פרייע מארקעט באשליסן. (אריין אין ליבערטעריען אשכול).

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 8:30 pm

איך וויל קלארער מאכן מיין לעצטע תגובה, ניו יארק סיטי האט פארבאטן טראנס פעט און די זעלבע צייט וואס מייזליש האט גערידערט דערוועגן, די זעלבע מיט צוקער וואסער.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מייזל, שטיגליץ און 34 געסט