הערטס מיר אויס, איך בין זייער אויפגערעגט, וואקסינס ימ"ש,

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

וואס האט ער געזאגט?
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

yield האט געשריבן:דאס איז די האטליין 2124441195


אנגעהויבן צו הערן די שיעורים, עפעס הייבט ער אן צי רעדן צו מיר, ביז יעצט האב איך געמיינט אז עס באשטייט פון בלויז קאנספיראציע, עס איז לעקציעס פון דאקטוירעם.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

אורייתא האט געשריבן:האט איינער געהערט די דרשה פון ר' הערשעל מייזעלס ביי גמ"ח הצלה דינער און ק"י ער האט דערעדט פון די נושה.


קיין ווארט איבער וואקסינס, נאר איבער קאלעסטעראל און אירע מעדעצינען.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובה דורך דעת זקנים »

חזקיהו המלך האט געשריבן:.....א פרייליכען פורים קטן. ס'צייט זיך צי אויפוועקען פין שלאף און שמעקען די קאפי,

וועלכע, דזשאוויטא?

ריק פערי האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:האט איינער געהערט די דרשה פון ר' הערשעל מייזעלס ביי גמ"ח הצלה דינער און ק"י ער האט דערעדט פון די נושה.


קיין ווארט איבער וואקסינס, נאר איבער קאלעסטעראל און אירע מעדעצינען.

און אויך נאר ס"ה אויפמערקזאם געמאכט אז מ'דארף נישט פאלגן די דאקטוירים בלינדערהייט.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

עקבי הצאן האט געשריבן:אבער ביטע נישט צוצייכענען קיין האטליינס נאר אויף קראנטע פאקטן, (ביי חזקי בעט איך שוין נישט) די בעסטע איז קלארע לינקס צו יעדע פאקט וואס מ'ציטירט,
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובה דורך שצם_חנכל »

שצם_חנכל האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:יא יא און נאכאמאל יא, ס'נישט קיין געלעכטער, ליידער, ס'איז א פאקטישע פלאן וואס איז דא, אין זיי שרייבען קלאר דערוועגען אין זייערע ביכער, אין זיי זענען שוין טיעף אינמיטען עס צי אויספירען אלס אונטער כיטערע ליגענטס אין דריידלעך,
די NWO האט א פלאן צי איבערנעמען די וועלט, אבער דאס איז נאך נישט אלעס, זיי פלאנען צי הארגענען רוב וועלט, יא זיי שרייבען עס קלאר אין זייערע ביכער, קענסטעס ליינען, די גאנצע פראפעגאנדע אז ס'דא ציפיהל מענטשען איז א חלק פין זייער פראפעגאנדע, אין אזוי אויך די פראפעגאנדע פין גלאבעל ווארמינג, אז ס'איז די שולד פין די מענטשען, שקר וכזב, הוילע הבלים, אין אזוי ווייטער די מאשין פין פאלטשע סייענס אין פראפעגאנדע אין ברעינוואשינג, כ'שרייב אין קורצען, אבער ס'איז עכטע זאכען, ס'גייט עכט פאר, וואקסינס איז א חלק פין די פלאן, ס'איז געמאכט צי אפשוואכען די מוח אז די פראפעגאנדע וואס צילט אויף די געפילען זאל בעסער ארבעטען, ווייל די מוח קען נישט אזוי גוט קאנטראלירען די געפילען, אין אזוי אויך נאך זאכען וואס ס'טוט,

ס'איז א גאנצע סייענטיפישע פלאן צי איבערנעמען די וועלט,

אוואו קען מען עס ליינען?
געב מיר זייערע ביכער, נישט די אנטי וואקסין ביכער

??? :?
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובה דורך תמהואומר »

א וואקסין איז ביטער, אן א וואקסין איז ביטערער.

פון א אפגעבריטער
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובה דורך שצם_חנכל »

צו די וואס טענה'ן אז די אנטי וואקסין חברה זענען נגיעה ריין, זייט וויסן אז ס'איז דא א אינדוסטריע פון נאטירלעכע פראדוקטען וואס דארפען צו העלפען אוועקנעמען די וואקסין שאדנס, זעה די לינק פאר א שנעלע גוגל סוירטש איבער דעם:
https://www.google.com/search?q=homeopathic+methods+to+remove+vaccine&rlz=1C1OPRB_enUS563US563&oq=homeopathic+methods+to+remove+vaccine&aqs=chrome..69i57.38139j0j4&sourceid=chrome&espv=210&es_sm=122&ie=UTF-8#q=Homeopathic+Therapy+for+vaccine+damages
די סארט פראדוקטן אין סערוויסעס צענאזאם מיט נאך פילע נאטורלעכע היילונגען ווערן כסדר מארקעטעט צו א אנטי-וואקסין אנגעגעסענע-אויף-דאקטורים אודיענס, אויב דו גלייבסט דערין גיי פאר עס, אבער קום מיר נישט זאגן אז סי איז א נגיעה'לאזע קאמפיין.

אגב, ביפאר דו גייסט אויסהערן די האטליין וואלט איך דיר געראטן צו מאכן א פעסטע קבלה, אז נישט קיין חילוק ווי שטארק דו ווערסט איבערגענומען פון וואס זיי זאגן וועסטו גיין נאכזוכען וואס די אנדערע צד האט צו זאגן... איי וועסטו ווערן צומישט!
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובה דורך שצם_חנכל »

תמהואומר האט געשריבן:א וואקסין איז ביטער, אן א וואקסין איז ביטערער.

פון א אפגעבריטער

ווער האט דיר דאס געזאגט אז סיז ביטערער ווייל מאיז נישט געווען וואקסינירט, אפשר וואלט א וואקסין גארנישט געהאלפען?

פון א צומישטער
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

סי'אז כמעט נישט מעגליך פאר א געווענליכע מענטש אליין דורכצוטוען אלע צדדים, סיי וועגן די עקספערטיז צו וויסן וויאזוי צו לייענען א שטודיע, און וועלכע שטודיע צו גלייבן, וכו' וכו', און איבער אלעם א פשוטער מענטש האט ניטאמאל די צייט דערצו, במילא יעדער מוז האבן עפעס אן אויטאריטעט וועם ער פארלאזט זיך, עפ"י רוב די אלע אנטי וואקסינען האבן אנגענומען דעם אויטאריטעט פון די "אנטי" ווער ס'איז אנטי מעין סטרים מעדיצין איז ער באגלייבט מיט יעדן ווארט וואס ער זאגט, א קאראפרעקטער וועט זיין ביי זיי מער נאמן ווי דער גרעסטער מומחה אויף קענסער ווייל ער קען עהם ווייזן עפעס א צעטל וכו' וכו'.

די סיבות דערצו קענען זיין פארשידענארטיג, אויפן בעסטן פאל פון זיך מיאוס האבן אפגעבריט מיט א מעין סטרים דאקטאר (אדער באמת אדער עכ"פ אזוי האלטן), ביז צום ערגסטן אן אנטי פערסענאלעטי און פון א מיסטראסט צו די גאנצע בריאה פונעם בוכ"ע, זעהן אין יעדן שונאים, און אין אלעם א קאמף, אכזריות פון אלע זייטן, יעדער איז שלעכט.

וועם באמת צו גלייבן ווייסט איין באשעפער, מיין מהלך איז, אז ביי די זאכן ווי כ'קען הערן א קלארע פארשטענדליכע מהלך, און מ'קען זעהן קלאר די לעכערליכקייט פון די מעין סטרים דאקטוירעם, ווי למשל לאו קארב, פלאורייד פאר די ציין (וואס מ'שטאפט שוין פיצלעך דערמיט אן קיין עכטע שטודיעס אז ס'איז אפילו ווירקזאם און אפילו סעיף), זאלץ וכו', וועל איך מיר גיין רואיג מיט מיין מהלך, אבער ביי זאכן וואס איך האב נישט אן אילן גדול על מי לסמוך דאן וויל דער באשעפער איך זאל דא גיין בתמימות ושומר פתאים ה'.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובה דורך תמהואומר »

שצם_חנכל האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:א וואקסין איז ביטער, אן א וואקסין איז ביטערער.

פון א אפגעבריטער

ווער האט דיר דאס געזאגט אז סיז ביטערער ווייל מאיז נישט געווען וואקסינירט, אפשר וואלט א וואקסין גארנישט געהאלפען?

פון א צומישטער


האסט שוין אמאל פרובירט נישט צו געבן וואקסין'ס פאר דיינע קינדער, און וואס די נאכפאלגן זענען?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

עקבי הצאן האט געשריבן:סי'אז כמעט נישט מעגליך פאר א געווענליכע מענטש אליין דורכצוטוען אלע צדדים, סיי וועגן די עקספערטיז צו וויסן וויאזוי צו לייענען א שטודיע, און וועלכע שטודיע צו גלייבן, וכו' וכו', און איבער אלעם א פשוטער מענטש האט ניטאמאל די צייט דערצו, במילא יעדער מוז האבן עפעס אן אויטאריטעט וועם ער פארלאזט זיך, עפ"י רוב די אלע אנטי וואקסינען האבן אנגענומען דעם אויטאריטעט פון די "אנטי" ווער ס'איז אנטי מעין סטרים מעדיצין איז ער באגלייבט מיט יעדן ווארט וואס ער זאגט, א קאראפרעקטער וועט זיין ביי זיי מער נאמן ווי דער גרעסטער מומחה אויף קענסער ווייל ער קען עהם ווייזן עפעס א צעטל וכו' וכו'.

די סיבות דערצו קענען זיין פארשידענארטיג, אויפן בעסטן פאל פון זיך מיאוס האבן אפגעבריט מיט א מעין סטרים דאקטאר (אדער באמת אדער עכ"פ אזוי האלטן), ביז צום ערגסטן אן אנטי פערסענאלעטי און פון א מיסטראסט צו די גאנצע בריאה פונעם בוכ"ע, זעהן אין יעדן שונאים, און אין אלעם א קאמף, אכזריות פון אלע זייטן, יעדער איז שלעכט.

וועם באמת צו גלייבן ווייסט איין באשעפער, מיין מהלך איז, אז ביי די זאכן ווי כ'קען הערן א קלארע פארשטענדליכע מהלך, און מ'קען זעהן קלאר די לעכערליכקייט פון די מעין סטרים דאקטוירעם, ווי למשל לאו קארב, פלאורייד פאר די ציין (וואס מ'שטאפט שוין פיצלעך דערמיט אן קיין עכטע שטודיעס אז ס'איז אפילו ווירקזאם און אפילו סעיף), זאלץ וכו', וועל איך מיר גיין רואיג מיט מיין מהלך, אבער ביי זאכן וואס איך האב נישט אן אילן גדול על מי לסמוך דאן וויל דער באשעפער איך זאל דא גיין בתמימות ושומר פתאים ה'.


די צוויי באלדעד זענען א סתירה. פון ווי נעמסטו אז ס'נישטא קיין עכטע שטודיעס אז ס'ווירקזאם אדער סעיף? און פון ווי קען איינער וואס כלשונך "געווענליכע מענטש" האבן א אנונג צו "זעהן קלאר די לעכערליכקייט פון די מעין סטרים דאקטוירעם, ווי למשל לאו קארב, פלאורייד פאר די ציין"?

דיין אנהייב איז זייער שטארק. און איך וואלט געפיקסט דיין אויספיר צו
מיין מהלך איז אז בעצם נעם איך אן די מעינסטריעם, חוץ דארט ווי א מענטש וועם איך טראסט (ווצב"ש רב מייזלס) וואס האט דורכגעטון די נושא זאגט אנדערש און ער איז מסביר און איך פארשטיי זיין הסבר, דארט גיי איך זיי נאך
און טאמער בין איך גערעכט איז דאס זייער א לאגישע אויספיר, הגם איך בין נישט איינשטימיג.

באמת האב איך יא ב"ה די ידיעה און קלארקייט "וויאזוי צו לייענען א שטודיע, און וועלכע שטודיע צו גלייבן, וכו' וכו'", אבער היות דו ביזט גערעכט מיט דיין הויפט הנחה אז ס'עניוועי נישט נוגע ווייל יעדער קומט סייווי מיט הנחות מוקדמות האב איך מיר קיינמאל גענומען די מיה צו מסביר'ן.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובה דורך שצם_חנכל »

תמהואומר האט געשריבן:האסט שוין אמאל פרובירט נישט צו געבן וואקסין'ס פאר דיינע קינדער, און וואס די נאכפאלגן זענען?

סיז אויך דא וואקסינירטע מיט נאכפאלגען
עקבי הצאן האט געשריבן:סי'אז כמעט נישט מעגליך פאר א געווענליכע מענטש אליין דורכצוטוען אלע צדדים, סיי וועגן די עקספערטיז צו וויסן וויאזוי צו לייענען א שטודיע, און וועלכע שטודיע צו גלייבן, וכו' וכו', און איבער אלעם א פשוטער מענטש האט ניטאמאל די צייט דערצו

יעדער קען, נאר אזויווי די זאגסט סי נעמט זייער אסאך צייט, אויב שטעלט מען זיך אפ אינמיטן בלייבט מען פיין צומישט.
מילכיגער האט געשריבן:די צוויי באלדעד זענען א סתירה. פון ווי נעמסטו אז ס'נישטא קיין עכטע שטודיעס אז ס'ווירקזאם אדער סעיף? און פון ווי קען איינער וואס כלשונך "געווענליכע מענטש" האבן א אנונג צו "זעהן קלאר די לעכערליכקייט פון די מעין סטרים דאקטוירעם, ווי למשל לאו קארב, פלאורייד פאר די ציין"?

דיין אנהייב איז זייער שטארק. און איך וואלט געפיקסט דיין אויספיר צו
מיין מהלך איז אז בעצם נעם איך אן די מעינסטריעם, חוץ דארט ווי א מענטש וועם איך טראסט (ווצב"ש רב מייזלס) וואס האט דורכגעטון די נושא זאגט אנדערש און ער איז מסביר און איך פארשטיי זיין הסבר, דארט גיי איך זיי נאך
און טאמער בין איך גערעכט איז דאס זייער א לאגישע אויספיר, הגם איך בין נישט איינשטימיג.

יוא ווי איז שוין די לייק קנעפל????
מילכיגער האט געשריבן:באמת האב איך יא ב"ה די ידיעה און קלארקייט "וויאזוי צו לייענען א שטודיע, און וועלכע שטודיע צו גלייבן, וכו' וכו'", אבער היות דו ביזט גערעכט מיט דיין הויפט הנחה אז ס'עניוועי נישט נוגע ווייל יעדער קומט סייווי מיט הנחות מוקדמות האב איך מיר קיינמאל גענומען די מיה צו מסביר'ן.

כ'בעטיר, פתח פיך ויאירו דבריך.
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובה דורך תמהואומר »

שצם_חנכל האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:האסט שוין אמאל פרובירט נישט צו געבן וואקסין'ס פאר דיינע קינדער, און וואס די נאכפאלגן זענען?

סיז אויך דא וואקסינירטע מיט נאכפאלגען
[


דאס דארפסטו מיר נישט דערציילן, מבשרי אחזה, און דאס האב איך געשריבן, אז א וואקסין איז ביטער און אן דעם איז ביטערער
נעם פראצענטועל וויפל זענען געווארן געשעדיגט פון וואקסינען, און וויפל האבן געליטן און געווארן געשעדיגט פאר ס'איז געווען וואקסינען
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובה דורך שצם_חנכל »

נישט געכאפט וואס די מיינסט
די פראצענטן האב איך נישט דורכגעטון
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובה דורך קמח »

תמהואומר,
ביטע שרייב מער פאקטן
איך האף מארגן קומען מיט א געהעריגע באשרייבונג דערוועגן בל"נ (אויב די צייט וועט ערלויבן)
חיזקיה המלך רירט אן א אקעלע נקודה, אבער זייער ווילד געשריבן, און ווער ס'ווייסט נישט וואס ער ווייסט ווערט צומישט


אזויפיל וועל איך שוין יא דערמאנען אויפן שפיץ גאפל
בילגעיטס פלאשט מיליאנען אין די וואקסין'ס רעוואלאציע
ער איז פון די וואס טענה'ען אז ס'וואוינען שוין צופיל מענטשן אויף אונזער פלאנעט (אגב ער דאנקט היטלער ימש"ו, פארן אומברענגען קרוב צו 30 מיליאן מענטשן אדער מער, און מן הסתם פרייט ער זיך פון אסאד, קאדאפי, מובאראק, וכדו' פארן הארגענען אזויפיל הונדערטער טויזנטער מענטשן)

די רעגירונג וויל יעצט צווינגען יעדן איינעם אז מ'מוז נעמען די שאט'ס (יעדע סקול באקומט א געוויסע פראצענט אויף יעדע קינד וואס באקומט' שאט'ס)
וואס דאס איז א חלק פון די דעמעקראטיע אז מ'מעג צווינגען יעדן איינעם צו באקומען שאט'ס, כדי צו צוקומען צו זייער ציל

ווער ס'האט זיך אריין געלייגט אין "יענע מעשה" מחלה, ווייסט אז כימאו האט א סיירעפעקט "יענע מעשה" און דערפאר קומט דאס אזויפיל מאל ליידער צוריק,
און זיי לאזן בשום אופן נישט ניצן קיין אנדערע מיטל'ען דאס צו היילן
(איין ביישפיל "היינט יום א' ויקהל" אויף קול מבשר 113 פון די מעין מעניו, קען מען הערן, אז די רעגירונג האט נישט ערלויבט פאר א געוויסע טאטע צו ראטעווען זיין קינד, דורך א געוויסע מיטל (נאכדעם וואס כימאו האט אים כמעט געהארגעט, געווען אפאר וואכן צוריק א אינטעוויאו מיט'ן טאטן אויך אויף קול מבשר, איך געדענק נאר נישט ווי ווייט מ'דארף גיין)


המשך בל"נ מחר
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

תגובה דורך והנה און נון »

בילגעיטס דאנקט היטלער ימ"ש? א לינק ביטע
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובה דורך AHA »

קמח, ביטע מאך אויף א אייגענע אשכול פון די סאבזשעקט, אזוי העליך וויסען ווי מער נישט אריינצוגיין.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובה דורך ווארד »

פרישער האט געשריבן:חזקיהו די ביזט פארפירסט ווי א דעמאגאג, פארוואס זאל איך דיר גלייבן איבער אלע פראפעסיאנאלן, ווער האט אויסגעראטן אלע מחלות ביז אהער א שטייגער ווי פאליא, טייפוס, מאלעריא,פאקס, וכדומה, אויב נישט וואקסינען, קים נישט שרייען ווי א סיקריק, קיינער טאר נישט דעיס יענץ, אויב ווילסטו עפעס מעורר זיין נעם דיך זאגן מילתא בטענה, פרעזענטיר אלע דיינע שטודיות, נישט כקול קורא בנער.


משנה מקום האט געשריבן:איז לאמיר רעדען פאקטען אז וואקסינען האבען שוין אינטערגעברענגט מחלות וואס האבען געהארגעט און געשעדיגט מער מענטשען וואס אפילו די וואס האלטען אז וואקסינען זענען שעדליך רעדען נישט פין אזעלכע נאומבערס
לאמיר רעדען למשל פין פוליאו און אמעריקע איז עס שוין יארען אינטערגעברענגט האט איינער גענטפערט אז עס איז אינטערגעגאנגען פין זיך אליין אבער אינטערעסאנט אז און אינדיע ווי לאנג מען האט נישט ערענסט וואקסינירט די עולם איז עס נישט אינטערגעגאנגען פין זיך אליין


איך ווארט שוין א לאנגע צייט אויף שכל'דיגע ענטפער'ס צו די דאזיגע צוויי פראגן, איך וויל אויך וויסן ווער עס האט אויסגעראטן די שוויין פלו וויירוס וועלכע האט אין איר ערשטע אנטרעף קראנק געמאכט אן א שיעור מענטשן, און פון איין יאר צום צווייטן איז דאס אראפ פון טיש. און די מערסט אינטערסאנט איז נאך, אז טראץ דעם וואס מען הערט נאך דא דארטן איזאלירטע פעלער פון אזא דיאגנאז, אבער אין די צייט וואס די ערשטע מאל ווען עס איז אנגעקומען זענען צענדליגע טויזנטער געווארן אנגעשטעקט דערמיט, הערט מען אבער נישט היינט אז די מחלה זאל אזוי ארומלויפן, פארוואס?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובה דורך אורייתא »

סאררי.
איבערגעהערט רב מייזליש ער רעדט פון 'סטעטענס' נישט וואקסינס. עמיר דארפען בעטען אים ער זאל געבען א שיעור און דעים. אויב דער עולם וויל קען איך עס ארויפלייגען
(איך וויל נישט סתם אוועקדרייען די שמועס).
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

קמח, ס'הייסט 'סייד אפעקטס' אין אידיש מיינט דאס זייטיגע ווירקונג.

וועגן ביל געיטס איז מיר א חידוש עצום וואס דו זאגסט. איך דארף הארטע באווייזן דעראויף
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

אורייתא האט געשריבן:סאררי.
איבערגעהערט רב מייזליש ער רעדט פון 'סטעטענס' נישט וואקסינס. עמיר דארפען בעטען אים ער זאל געבען א שיעור און דעים. אויב דער עולם וויל קען איך עס ארויפלייגען
(איך וויל נישט סתם אוועקדרייען די שמועס).

ער האט שוין מגלה געווען עטליכע מאהל אז ער וועט בשום אופן נישט זאגן קיין מיינונג איבער דעם.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

קמח האט געשריבן:ווער ס'האט זיך אריין געלייגט אין "יענע מעשה" מחלה, ווייסט אז כימאו האט א סיירעפעקט "יענע מעשה" און דערפאר קומט דאס אזויפיל מאל ליידער צוריק,
און זיי לאזן בשום אופן נישט ניצן קיין אנדערע מיטל'ען דאס צו היילן
(איין ביישפיל "היינט יום א' ויקהל" אויף קול מבשר 113 פון די מעין מעניו, קען מען הערן, אז די רעגירונג האט נישט ערלויבט פאר א געוויסע טאטע צו ראטעווען זיין קינד, דורך א געוויסע מיטל (נאכדעם וואס כימאו האט אים כמעט געהארגעט, געווען אפאר וואכן צוריק א אינטעוויאו מיט'ן טאטן אויך אויף קול מבשר, איך געדענק נאר נישט ווי ווייט מ'דארף גיין)


המשך בל"נ מחר

ביז דא האב איך נאך געהאפט אז איינער "קמח" איז דא געקומען און גייט רעדן נארמאל, אנקומענדיג צו דעם פאראגראף האב איך שוין אויפגעגעבן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

תגובה דורך חזקיהו המלך »

איינער האט דא דערמאנט דעם הונט "ביל געיטס"

דא האט איר וואס ער האט געזאגט, פירושים קענט איר אליינס זאגען


בילד
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

דאס אז וואקסינען טויגן נישט איז א טעאריע פינקט ווי די טעאריע אז מען איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף די לבנה.

גראדע האט די טעאריע איבער וואקסינען מער שטיצע ווי די לבנה טעאריע.

הצד השוה שבהן פון די אלע טעאריעס איז, אז דאס וואס דער עולם האט אנגענומען אלס א פאקט שטאמט פון א ספעציעלע פראפאגאנדע פון א רעגירונג אדער א קאמפעני וואס האבן א באהאלטענע ציל צו פארשטיקן דעם אמת.

אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשען טרעפן זיך אלס גלייבן אין די אלע טעאריעס.

איינצעלע מאל איז געשעהן אז א טעאריע איז געווארן אנגענומען אלס אן אמת (למשל די רוסישע קורקס סובמארין).

די טעאריעקער וועלן אלס זיכן א סיבה פארוואס יענער זיכט צו באהאלטן דעם אמת.

ביי די לבנה טעאריע איז מיך נישט צופיל אנגעגאנגען וואס דער אמת איז, ווייל לו ייצור אז מען איז קיינמאל געווען אויף די לבנה גייט מיר אויך נישט אן. אבער ביי די וואקסין טעאריע וואלט איך יא געוואלט וויסן קלארערע פאקטן ווייל ס'איז נוגע למעשה. כאטש איך גלייב היבש ווייניג אין טעאריעס ווייל מען קען נישט פאפן א גאנצע וועלט פאר יארן לאנג, דאך איז דאס א האקאלע ענין.

נאכאמאל: מען קען נישט פאפן א גאנצע וועלט פאר יארן לאנג. דאך וויל איך הערן קלארע פאקטן לכאן ולכאן (נישט קיין דעמאגאגיע).
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”