ווער האט נישט געוואלט די סענזאציע? פון הרב אשר לעווין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג פאברואר 02, 2014 8:18 pm

בס"ד,

אלו ואלו...

ביידע זאכן זענען אמת.


1) די קריטיק וואס הרב אשר לעווין ברענגט ארויס אין זיין עדיטאריעל איז אמת ויציב יעדע ווארט. עס איז א גרויל וואס דא האט זיך אפגעטאן, יעדער שמויגער מאכט חורבנות.

אה, די שמועות מבהולות, קאנספיראציעס, חשדות, באריכטן איינס פאלשער און גרויליגער ווי דאס אנדערע... ר"ל. ווי זאגט ר' קאלמע, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אגב, וואס טוט נאך די מערסטע וויי, אז די נארמאלע באזעסענע צייטונגען - און גלייבט מיר קעגן די טוויטערס און וואנאביס איז דאך אפילו דער שוואכסטער פאפיר א הויכע מדריגה - אבער ליידער דארפן די נארמאלע צייטונגען נאכשפרינגען די גרויליגע לופט שמועות פון די גויאישע מידיע.

למשל, די וואך פר' תרומה האט מען געזען אין אלע אידישע צייטונגען עפעס באריכטן וועגן "די. ען. עי." פון די ווייסע ווען. דארף מען אזוי ווייט אריינקריכן אין יעדע פרט ופרט פון די אויספארשונג?

ממילא, פאר די קריטיק פון הרב לעווין, יעדע ווארט איז אמת. הלואי זאלן די רייד אנגעקומען צו די נויטיגע אדרעסן.

2)

די קריטיק קעגן הרב לעווין איז אויך אמת, יעדע ווארט.

זיין קריטיק קומט געשריבן אביסל מיט'ן ניגון "איך מעג יא, אבער קינדער עטס זעטס נאך קליין..."

אויך ווען עס קומט מוחה צו זיין אויף גויאישע שרייבעריי, אהעם.... אהעם... וועלכע אויסגאבעס נאר... יא, גוט.

הכלל, ביידע האבן רעכט.
לעצט פאראכטן דורך יוםטובערליך אום זונטאג פאברואר 02, 2014 8:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 02, 2014 8:34 pm

נישט פארשטאנען אייער אישו מיט די ען עי

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג פאברואר 02, 2014 8:49 pm

בס"ד

די צייטונגען שרייבן זאכן וואס סתם אזוי וואלטן זיי נישט אזוי טיף פארקראכן אבער מען מוז נאכלויפן די טוויטערס וכו' וכו'.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג פאברואר 02, 2014 11:58 pm

איך בין אלל די וועי פאר אשר לעווין׳ס נקודה.
אבער געוואלאד... דא ביי די געשיכטע האבן דאך טייל פון די עליטע מגדול ועד קטן אנגעזעצט,

די ארטיקעל זעט מיר אויס ווי א קאווער אפ צו שיצען די אנזעצערס.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:12 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער גוט אראפגעלייגט, כ'מיין אז רוב עולם דא האט בערך אזוי געהאלטן.

נאכן ליינען עטליכע הערות דא און אין אמ"ג, מוז איך מאדעפאצירן מיינע רייד.

וואס כ'שרייב בלייבט גילטיג אבער נאר אויף געוויסע פונקטן פונם ארטיקל. נעמליך בעיקר די סאשעל נעטווארק מגיפה. אויף אנדערע חלקים איז יש לדיין. וד"ב.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:36 am

הרב אשר לעווין איז א באגאבטער שרייבער, עס רינט די שמאלץ פון די שורות, און פעטנס פון מוח שפראך מאכן אויליג זיין פעדער. אבער פונקט ווי יעדער האט זיך וואטסאפיר״ט האט זיך אונזער שרייבער אויך די הענט פארשמירט. געטיילט דעות ווי יעדן, און מסביר געווען דבר והפכו ווען און וואס מען וואלט יא אדער נישט געמעגט זאגן. הכלל, מיט איין זאך וויל איך סניגור זיין על ישראל, אז ״כלל ישראל איז נישט מער נייעס אינפארמירט״ ווי א פאלנער גוי וואס פייסבוק און טוויטער הענגען אים על צוארו. מיר זענען נייגעריג פונקט ווי יעדער מענטש (אדער ווייניגער) און אונזער מדה איז ביישנים נישט סקרנים. און עס איז נארמאל זיך צו קאכן אין א נושא וואס בארירט אים פרעזענדליך. נאך די זיסע ארטיקל פון הרב לאווין וועלן די שורות נישט אוועק טראגן די סקרנית פון די מענטשהייט. מענטשן וועלן אייביג בלייבן רעדן פון דברים העומדים געוואנדען ווי שטארק עס איז על הפרק.
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:04 am

די וואצעפ נקודה איז א זייער א גוטע נקודה, און איך בין גרייט צו שטעלן מיין פאון קעגן הרב לעווין'ס פאון... איך וויל זעהן וויפיל ק/פ מעסידזשעס ער האט ארומגעשיקט קעגן מיינס... אויב האט ער ווייניגער ווי מיר, כל הכבוד! ווייל איך האב גארנישט ארומגעשיקט... אבער סיז טאקע א ווייטאג אז מענטשן קענען נישט ביישטיין די נארישע נסיון פאר אביסל עטענטשן דריקט מען פארווערד אויף יעדן נארישן מעסידזש...

דאס אראפרייסן אונז יודן פארן קריכן אין די שניי און זוכן קעמעראס איז א חוצפה נורא! וואס האבעך געדארפט טוהן, שטיין און ווארטן א די "קאלידזש גראדואירטע" דיטעקטיוו'ס זאלן פאלגן זייערע רעגולעישענס און ווארטן סאל אדורכגיין 24 שעה? אדער האבעך פלעין געדארפט גיין אין קאלידזש און דאן וואס איך וועל טוהן וועט שוין זיין גוט... אמער... כאדעך א קאלידזש דעגרי?! (א צעטל פון א דאקטער אז איך בין נארמאל איז נישט גענוג?) סארי, איך האלט נישט ביים טוהן קיין איינס פון די צוויי... ח"ו ס'זאל זיך נישט מאכן אזא פאל, אויב דארף מען הילף, וועל איך קריכן אויף אלע פיר! און איך פלאן נישט צו גיין אין קאלידזש! רוף מיך אנעדזשיוקעיטעד, שריי מיך אן חסיד, אדער פיש זאפט! יא דאס בין איך! ווען א יודיש קינד דארף הילף שרייט מיין הארץ "טוה"!!! טוה וואס דו קענסט אים צו העלפן!

די אומגעלערענטע יודן האבן גאר שטארק ארויסגעהאלפן צו ברענגען לייבי קלעצקי לקבר ישראל, און די אן-עדזשיוקעיטעד חסידים האבן געטראפן ר' ליפא ברייער אין שפיטאל... מנחם שטארק האבן די דיטעקטיוון מיט זייער קאלידזש דעגרי אויך נישט געטראפן... נאר בדרך נס האבן אים די רוצחים געדאמפט אין איילעניש און דורכדעם האט מענעם געקענט טרעפן בס"ד...
דאונט געט מי ראנג... איך פארשטיי אויך אז אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל קעמען קיין אינוועסטיגעישן נישט פיהרן... מ'דארף געהעריגע פראפעשענאל חברה פארדעם... אבער אראפרייסן מענטשן פארן העלפן א צווייטן?

אגב, איך פארשטיי נישט וואס ער קאמפלעינט אז מ'זאל נישט טוהן אויף די אייגענע הענט בעת קול מבשר האט נאכגעזאגט בשם די משפחה און חברה שומרים אז ווער ס'קען העלפן מיט קעמעראס זאל קומען העלפן... פארוואס הייסט דאס אייגענע אקציעס? מעגליך אז יעדע זאך וואס ווערט נישט געשריבן דורך הרב אשר לעווין הייסט אייגענע אקציעס ריגארדלעסס ווער סאט געהייסן אדער געבעטן?

יעצט פרעג מיך נישט פארוואס ווען ר' יואל אשר האט אוועקגעגעבן זיין ניר פאר א צווייטן האבעך אים נישט גראטולירט בעת ווען ער שרייבט עפעס וואס איך גלייך נישט קריטיקיר איך אים... זייער פשוט, איך בין ס"ה א בשר ודם מיט מענטשליכע נאטירן... און היות דא האט מען נישט גערעדט דערפון איך האב ס"ה געהערט האלבע זאכן פון קול מבשר האבעכעם נישט גראטולירט ווי ס'קומצעכעם... אבער ווען ער רייסט מיך אראפ בתוך שאר פישזאפט חסידים, פיהלעך מיך געטראפן און איך ענטפער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:15 am

וויכי קומסט אריין גאנץ שארף, אבער איך בין איינשטימיג מיט יעדעס ווארט.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:29 am

איך הייב אויף מיין היטל פאר וויכי, איך שטום מיט מיט יעדן ווארט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:36 am

אויך דא. מיללער און וויכי
;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:15 pm

וויכי איך ווייס נישט ווי גערעכט דו בוסט
מן הסתם בוסטו פיין גערעכט

אבער איר ברויכט אין אכט נעמען אז עס ווענד זיך וואס מען טוט
נישט אלעס פארשטיי איך - און דו
סע דא זאכן behind the scenes אויך
נישט אלעס וואס גולמע מעלדט איז הונדערט פראצענט אמת במחילת כבודו

סע דא אזא זאך ווי גיין זוכן לייבי קלעצקי
און סע דא אזא זאך ווי נישט אינוועסטיגעיטן אין מקוה - דאס זעה איך פארשטייסטו

לויט ווי איך פארשטיי האט נישט אשר לעווין אראפגעריסן פאר'ן גיין זוכן לייבי וכו'

אבער רופן די ני יארק פאסט אישאו בין איך מיט אשר לעווין.
#איךברעך
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:20 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יעצט פרעג מיך נישט פארוואס ווען ר' יואל אשר האט אוועקגעגעבן זיין ניר פאר א צווייטן האבעך אים נישט גראטולירט בעת ווען ער שרייבט עפעס וואס איך גלייך נישט קריטיקיר איך אים...



כאילו ר' חיים יוסף נידרעמאן האט נישט אוועקגעגבן קיין ניר, דאס ניר-אויפרייס פארלאנגט א באזונדערע אשכול

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:26 pm

צוליב וואס מיינע ווערטער קענען וויי טון א איד טו איך עס פארמעקן
וה' הטוב יכפר
לעצט פאראכטן דורך יאנקעלע קליגער אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:31 pm

על פי בקשות יענקלע נמחק
לעצט פאראכטן דורך להגדיל שמו אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אין וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 10:11 am

תגובהדורך אין וועלט אריין » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:32 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:



צוליב וואס יאנקעלע קליגער האט אויסגעמעקט האב איך מיינס אויך פארמעקט

און א יישר כוח פאר אים - ממנו ילמדו כן יעשו אז מען קען פאריכטן
לעצט פאראכטן דורך אין וועלט אריין אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:49 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:34 pm

מיללער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:יעצט פרעג מיך נישט פארוואס ווען ר' יואל אשר האט אוועקגעגעבן זיין ניר פאר א צווייטן האבעך אים נישט גראטולירט בעת ווען ער שרייבט עפעס וואס איך גלייך נישט קריטיקיר איך אים...



כאילו ר' חיים יוסף נידרעמאן האט נישט אוועקגעגבן קיין ניר, דאס ניר-אויפרייס פארלאנגט א באזונדערע אשכול

פארוואס אויסמישען צוויי באזונדערע טעמעס? איך זע נישט די ניר-אויפרייס, ער האט למעשה געטוהן א חסד עולמית מיט איד, ושכרו הרבה מאד.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:36 pm

ביי די ניר פרשה איז עפעס אנדערש. נישט יעדער קען און וויל ארויסקומען אזווי אפען רעדן פון אוועקגעבן א ניר, לעווין האט געהאלטן באמת אז זיין שריט וועט ברענגען נאך נדבנים קעם מען אים נישט קריטיקירן. ביי צדקה מעג מען האבן נגיעות אפילו די מצוה איז גאנץ.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג פאברואר 03, 2014 12:37 pm

"ווי זענען די עסקנים"

עס איז מיר אינטערסאנג געווען אז א אזא מייסטערהאפטע שרייבער מיט עליטיסטישע אויסדרוקן, זאל פארזען א פשוט'ער גראמטיק, אז "וואו" שרייבט מען פאר 'וואו איז ער'?
און "ווי" שרייבט מען, 'ער שרייבט ווי א יונגעלע'.
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:04 pm

איין זאך וואס עס פעלט דא איז וואו דער ארטיקל איז געשריבן געווארן. איז עס געשריבן געווארן אין דער איד בלאט? אין די מעלות? אין א גליון? אדער אין א אויסגאבע וואס איז מער געאייגנט פאר בחורי חמד זיי צו עדיוקעיטן די צען אינטערסאנט'סטע ציגעלע פארם'ס וואס איז דא אויף די וועלט (און דאדורך פארשטיין אז זיי זענען די מערסטע עדיוקעיטעד אויף אזוי ווייט צו קענען געבן עצות פאר די פאליציי דעפט.)?

ווען מען ברענגט א דרשה אין ענגליש פון ר' אביגדור מיללער דארף מען פארדעם זאגן: ער האט עס גערעדט פאר מענטשן וואס קענען נאר ענגליש.

ווען מען ברענגט אהער וואס ר' אשר האט געשריבן דארף מען צולייגן: ער האט עס גערעדט אויף א פאדיום פאר אן אוידיענץ פון בליצערס און לעלו'ס. עס איז געווען א בצאלטע דרשה פון בעלי בתים וואס זוכן צו סורפרייזן און איבערשטייגן, און מוז נישט רעפלעקטירן וואס ר' אשר האלט באמת, נאר געצילט צו מאכן די פארזאלמעלטע הוליען און קאנגרעטולירן אויף די מעכטיגע שארפע רעיונות, מתובל מיט די פארגעשריטענסטע וואקאביולעריע וואס אלע פון די פארזאמאלטע האבן פארשטאנען אויף ווינק.

איך האב געליינט דעם ארטיקל, כדרכו של ר' אשר זייער א רייכן שיינעם שפראך, הנאה געהאט ווי איך האב הנאה פון אן אינטערסאנטע בדחן און שפילער, אבער זיך בכלל נישט אידענטיפיצירט מיט גארנישט וואס ער שרייבט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 2:29 pm

גרויזי האסט עס גענאגעלט. ווען מ'ווייסט צו וועם ער רעדט ליינט זיך עס אנדערש. נאכדערצו ווען מ'ווייסט אז ער האט געצילט א יחיד מיט א פערזענליכע קאנפליקט ליינט זיך עס מיט אנדערע ברילן

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מאנטאג פאברואר 03, 2014 3:37 pm

ישר כח זאלצי, פאר'ן אהערברענגען אשר'ס ארטיקל. זוי וועלעך נישט מוזן פארשעמט ווערן אין גראסערי, ווען איך וועל שטיין אין צענטער און דורכליינען דעם ארטיקל... (איך טוה דאס אפט...) און גיב אויך איבער א דאנק פאר הרב אשר. זאגעם אז איך באלעק מיך די פינגער צוויי מאל א חודש.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 9:06 pm

כ'בין היינט ערגעץ געווען און עס איז מיר אריינגעפאלן אין היינט א שטערן פון דעם חודש, שטייצעך כ'האב גלייך געזוכט דער ארטיקל פון אשר לעווין וואס האט דא אנגעמאכט אזא שטורעם, און כ'האב געוואלט זען וואפארא מאדיפיקאציעס ער האט דארט געמאכט.
און עס איז מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן, רוב נקודות וואס מ'האט געשריגן דערויף זענען געווען דארט אנדערש!
דער זוכן קעמרע'ס איז נישט דערמאנט געווארן.
דאס זיין מער צוגעבינדן צום נייעס ווי דער גוי האט אויכעט געפעלט.
ועוד....
זיין לשון איז נאכאלץ וואלגאריש און פון אויבן אראפ צו די קליינטשיגע פלעינע מענטשן, אבער עס איז נישט אזוי געפערליך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, דריידל, רואיג! און 34 געסט