בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 7:05 pm
דורך ראשית
הייסט דו האלטס אז גרינדען ישובים באלאנגט פאר די ליטווישע
אין היסטאריע האסטו א שטיקעל פוינט עיין ערך מאנסי, בארא פארק, און אפי' וויליאמסבורג איז די ערשטע תושבים געווען תורה ודעת
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 7:39 pm
דורך AHA
אכציג פראצענט מענער שרייען: איך בין מסכום צו מופען. מיין ווייב האלט נאר נישט דערביי.
מען קען דא שרייבען ביז מארגען. ווילאנג מען מארקעט עס נישט דירעקט צו זיי ווערט עס געריפען (מאלען וואסער)
אין וויליאמסבורג זאלען בלייבען אלע וואס האבען א אייגענע הויז, שטאטישע עפארטמענט אדער א בעדפארד גארדען דירה אדער די וואס האבען סעקשאן עיט.
די איבריגע שפענדן געלט צו קענען וואוינען לעבן ארטיסטען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 8:11 pm
דורך היימישער איד
יוש שרייבסטו גוט און זיס!! די מצב איז איום ונורא ווייסט איין באשעפער וואס דא העט זיין.
יישר כח פארן מהנה זיין מיט דאס געשרייבכץ. מי יתן והי' עס זאל מאכן א שטיקל אויפוואכונג.
מ'האט דא דערמאנט אז די נשים זענען טא-בלעים. כ'ביניש אזוי זיכער אין דעם, אוודאי פאר זיי איז עס שווערער מחמת כמה טעמים אבער אויב די מאן וויל גענוג שטארק וועלן אסאך נשים צושטיין.
עס איז גרינגער צו זאגן אז די ווייב וויל נישט ווי נעמען די בלעים אויף זיך...
און אנדערע ווערטער: ס'איז וואר אז נשים ווילן נישט - פאר גוטע סיבות, באט דאס מיינט נישט אז ז'וואלטן נישט מסכים געווען בדיעבד וואלט ווען די מאן עכט געוואלט כנלענ"ד.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 8:34 pm
דורך AHA
ווען די פרויען ווילען ווען וואלט שוין געוועהן זעקס נייע שטעטלעך אדער מער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 8:38 pm
דורך ווארד
ראשית האט געשריבן:הייסט דו האלטס אז גרינדען ישובים באלאנגט פאר די ליטווישע
אין היסטאריע האסטו א שטיקעל פוינט עיין ערך מאנסי, בארא פארק, און אפי' וויליאמסבורג איז די ערשטע תושבים געווען תורה ודעת
דער מציאות איז אז די ליטווישע ציען זיך גרינגער ארויס אל ארץ לא זרועה, זיי האבן פיל ווייניגער אישו'ס מיט פילע זאכן וואס חסיד'ישע אידן האבן א פראבלעם, אזוי שטעלט זיך עס אויס, אז א ישוב גייט פון ליטוויש צו ליטוויש חסיד'יש און דערנאך צו שמאלץ חסיד'יש, קוק אויף לעיקוואד יעצט און אויף מאנסי אין די פארגאנגענהייט און אויף סאוט פאלסבורג און סטעמפארד קאנעקטיקוט און אזוי ווייטער וועסטו זעהן וואס איך מיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 8:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
AHA האט געשריבן:........
אין וויליאמסבורג זאלען בלייבען אלע וואס האבען א אייגענע הויז, שטאטישע עפארטמענט אדער א בעדפארד גארדען דירה אדער די וואס האבען סעקשאן עיט.
די איבריגע שפענדן געלט צו קענען וואוינען לעבן ארטיסטען.
ענדליך זאגט איינער א ערענסטע פוינט!!
אלע שרייען "מוף דו"! איך וויל בלייבן דא! נאר אז יעדער וועט מופן, וועל איך האבן "דא" א דירה פאר ביליג! אבער אז יעדער וויל בלייבן איז דאך א צרה, זאגטער א שטארקע פוינט!
"אלע וואס האבען א אייגענע הויז, שטאטישע עפארטמענט אדער א בעדפארד גארדען דירה אדער די וואס האבען סעקשאן עיט", קענען בלייבן, און די איבריגע זאלן גיין. דאס קען שוין זיין א טענה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 9:18 pm
דורך green
איך מיין אז מ'זאל עפענען א "אי'ר וועלט" פאר די נשים אפשר אוי וועלן זיי שוין אויך מסכים זמין צו מופן...
אבער נישט פארגעסן א "איר וועלט" עפפ...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 9:42 pm
דורך פרישער
מיין טענה איז אז די אינגע מיזן נישט בלייבן דא ציליב דעים ווייל זייערע עלטערן ווילן זיי האבן נעיבן זיך.
אויב וויל זי האבן די קינדער לעיבן זיך, זאלן זיי באצאלן, אדער מאפן נעיבן דעים קינד.
די מוסדות ביזנעס איז נאר א לעיגענדע, מען טרייבט שטארק איבער די שוועריקייטן וואס אויפצישטעלן א מוסד מיינט, קודם כל און אנהייב קען מען ציפארן, דערנאך נעמט מען די שיל פאר די ערשטע עטליכע קלאסן, דערנאך קויפט מען א בילדינג, וויאזוי האט מען געטיען אין וויליאמסבורג און די ראשית יארן, און אין קרית יואל, היינט איז דא פיל געלט פאר אזעלכע צוועקן, דארט ווי די מענטשן זענען דארט וועט די מוסד קימען גערענטירט,
די גרויסע טעות וואס מיר מאכן איז אז מיר פירן זיך נאר אנקימען צי שלחן עורך'ס, אנדערש גייט מען נישט, אבער און אמת'ן אפילו צי א שלחן עורך זענען מיר נישט גרייט צי קימען נאר אויב איז עס קיל ווייל יעדער גייט, קיינער איז נישט וויליג איינשטעקן אויף א ספק, כדרכינו דא מיז אלעס געלינגען אפילו נאך איידער דער אקציא האט זיך אנגעהויבן, ווייסן שוין אלע אז אלעס געלינגט, די מצב גייט זיין א געהויבענע, די מסיבה גייט זיין א מורה'דיגע, מיר גייען אלע ווערן שטארק נתעורר, א ריזיגע עולם גייט שטרוימען, יעדער קיקט שוין ארויס פאר די געהויבענע מאמענט.
ממילא אינזער גאנצע מוח איז אויס געבויעט אויף נאר געלינגענע אקציא'ס, קיינער קען נישט איינשטעלן, קיינמאל וועלן מיר נישט זעין א עד ביטע קויפ א דירה אין די נייע קריה, מיר וועלן נאר זעין עד'ס, די געבוי פון די געלינגענע קריה גייט פאר מיט א שנעלען טעמפא, יעדער קויפט עס איז שוין כמעט שוין נישט דא, מיר האבן פשוט נישט מער די נויטיגע אנטיבייאטיק, אינזערע זיידע'ס זענען געוועין אינציאטיוו, זיי האבן געשלאגן פאר יעדע רגע צי קענען איבערלעיבן, אינזערע עלטערן האבן נאך עטוואס עפעס ג'ירשן'ט, אבער מיר קענען מער שוין נישט ליידער, אינז מיז מען שוין פעמפערן, די געספוילטע קינדערלעך מיז מען זיך בעיטן צי זיי, פליז ניץ דיין קאפ, רעכען אויס אז מען קען נישט ספענדען פאר א טייערע זאך וואס מען קען נישט עפארדען, יוש באט איך ווילעס אזוי שטארק, אלע מיינע פרענדס האבן עס, נאר די קענסט מיר נישט קויפן די שיינע דיימאנד זייגער, על כן אפילו ווען יעדער בעל דעת פארשטייט אז עס מיז פאסירן, קען עס און די ווירקלעךקייט נישט פאסירן, ווי אזוי האט @בעל דעת דא אויבן געשריבן, אז נאר אויב מען וועט זעין אינגע קאפלס אין גאס און די מאסן מיט נעווען ברעכער, אולי דאן וועט זיך עס טוישן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 9:59 pm
דורך פרישער
אגב די ליטפישע האבן יא אזא פראגראם, זיי עפענען אזעלכע לעיקוואד כוללים ווי אימער אין אמעריקע, זיי שיקן רבנים אויף אלע סטעיטס, איך נאב אליין געזעין א הערליכע כולל אין באסטאן מעסס., אויך האב איך געזעין א שיינער כולל אין לאס בעיגעס, אדער קאנטאקי, אדער ביידע איך געדעינק נישט גענוי, איך מיין זיי האבן א שיין ישובל אין קליוולאנד, אויך האב איך געזעין א הערליכע כולל אין נארט מיאמי, מהרז"ל פארבעינגט דארט מיט זיי, אויך אין באלטימאר, טשיקאגא, טראנטא, נוארק אין איידיטי בילדינג אויך נעיבן די בעט איזריעל אף נוארק, דארט האבן זיי א ישיבה צינעזאם מיט א כולל, דריי הערליכע בנינים, עס ווערט אנגעפירט דורך א קאטלער, א חלק אינגעלייט קימען יעדען טאג פון לעיקוואד, אביר עטליכע וואוינען צווישען די כאלערעס דארט, דיעל, טרענטן נו דזערזי איז פיל, און נאך, אבער ישובים ווי מער ווי טויעזנט אינגעלייט וואוינען ווייס איך נישט וויפיל זיי האבן חוץ לעיקוואד, נאר דיטרויט מישיגן, פעסאיק נו דזערזי, יעדער קען מוסף זיין וואס ער ווייסט, אויך דארף מען וויסען די חיליק צווישן א בליעדיגע ליטפישע ישוב אדער א שטארבענדע מאדערענע געיגענט,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 10:15 pm
דורך גוגל
פרישער אוי ווי קלאר די ברענגסט ארויס א זאך, איך בין שוין לאנג נישט געווען אויפן וועלטעל, און איך פונקט אריינגעפאפד דא
קיפיראפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 9:59 am
דורך Good
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 4:08 pm
דורך green
AHA האט געשריבן:ווען די פרויען ווילען ווען וואלט שוין געוועהן זעקס נייע שטעטלעך אדער מער.
ווען די יונגעלייט ווילן ווען וואלט געוועהן 35 "אלטע" חסידישע שטעיטלעך
וואס די מענער ווילן שטארק פירן זיי עפ"ר אויס
(בד"וו ווער זאגט אז מ'דארף א שטעיטל אפשר א געיגנט איז אויך גוט)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 5:58 pm
דורך שנאפס
גאר אינטערעסאנט
(עס איז מיר געפאלן אז דער פאליציאנט האט אים נישט נאר נישט געגעבן קיין טיקעט, נאר צוגעוויזן די פונקטליכע דירעקציעס... אוממעגליך זיך פארצושטעלן אזא זאך אין ניו יארק)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 8:20 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
דער פראבלעם איז, אז איך האלט נישט א פשוטער הארעפאשנער ארבייטס יונגערמאן האט די "קרידענשאלס" צו זאגן מיינונגען פאר אנדערע אין אזעלכע זאכן...
אבער פאר די פאר גראשן וואס ס'איז ווערט...
א הויפט פראבלעם איז די היינטיגע חסידישע לעבנסשטייגער פון לעבן פאר "יענעם." מ'קען נישט ארויסמופן ווייל "יענער" מופט נאך נישט. די גאנצע אידישקייט, און די גאנצע גויאישקייט, איז די "סטאדע סינדראום," יעדער לויפט נאך יענעם אין וואנט אריין. יעדע מינדעסטע "דיפערענץ," אפילו נאר אין די סטייל פון די שווארצע ליניעס אויף די טליתים, איז פארשוואונדן געווארן. יעדער איז "פערפעקטלי" אייניג אויפ'ן האר צו רעכל מעכל. עס איז פארשוואונדן געווארן יעדע מינדעסטע אייגנארטיגקייט. סיי ביי רוחניות איז ארויס די אייגנארטיגקייט, און סיי ביי גשמיות. קורצע קליידער? קורצע קליידער. בוגאבא קערידזש? בוגאבא קערידש. בלעקבערי? בלעקבערי.
ממילא, ווען עס קומט צו אזא שווערע, מאניומענטל, צווייטע-גרעסטע-החלטה-אין-לעבן, ווי קויפן א דירה, איז נישטא די נויטיגע קישקעס און גייסטישע כוחות צו שטיין אויף דערביי און מחליט זיין וואס איז "באאאאאאאאאאאאאאאאאמת" גוט פאר מיר און די ב"ב און קינדער און צוקונפט. עס איז נישטא די אייגענע דעה. עס איז יענער ביי די קארנער און אין בעיסמענט און די פרענדס וכו' וכו'.
ממילא בלייבט אלעס ביים אלטן, טראץ די אומבאשרייבליכע גיהנם וואס מען לעבט אדורך יעדן טאג.
פול דיסקלאושער: תלי"ת האב איך געקענט קויפן א דירה רעלאטיוו שנעל, און רעלאטיוו פאר א מעסיגע פרייז, און אויף "יעצט" איז דער קריזיס נישט אויפ'ן שטאפל ווי די קעלערן אונטער'ן בי. קיו. אי. ממילא טו איך נאר אדרעסירן בדרך כלל.
און דאס וואס מ'זאגט אז ווילאנג מען וועט נישט זעהן נערווען בראכן און הארץ אטאקעס אין די מאסן ל"ע וועט מען זיך נישט רירן פון פלאץ. דאס איז נישט ריכטיג, ווייל מען זעהט יא, נעבעך נעבעך, פרעגט נאר "הצלה."
איי וואס איז יא די עצה צו טרייבן דעם עולם?
איני יודע. איך ווייס נישט.
עס זעהט אויס ווי סתם אזוי וועט מען נישט גיין, אדער נישט גיין גענוג. לכאורה דארף מען א מעגא-מעגא קאמפיין וואס זאל אנכאפן דעם עולם ביים שכל און אריינשרייען ביז די עיר-דראמס, "רבותי, עס איז צייט צו קויפן א הויז פון פופציג ביז הונדערט מייל ווייטער."
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 8:54 pm
דורך פרישער
יו"ט זייער גערעכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 8:55 pm
דורך פלעכטער
מיללערס עצה מיט די אפפער לעוועל איז די בעסטע...