Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די לעכל

מיטוואך ינואר 29, 2014 11:36 am

דער לעכל

וואס וועט זיין מיט אינזערע דורות, ווער איז שילדיג, צועק לשעבר וואס האבן מיר וועין געזאלט טיען, וואס טיען מיר איצט דערצי, פארפאסן מיר דעים שיף, פארוואס זענען מיר אנדערש ווי ביליאנען גויים.

איך רעד דא פינעם גרויסן דירות בראך, מיר האבן זיך אהער געצויגן קיין ניו יארק, וואס דאס איז היינט דער גרעסטער קאנציטראציא פון היימישע אידן, מיר האבן זיך דא שיין מסדר געוועין, אינזערע עלטערן האבן געהאנדעלט הייזקעס פאר שטוינענדע ביליגע פרייזן, א הייזל וואס מיין זיידע האט געקויפט פאר צוואנציג טויזענט דולר, ברעינגט אים היינט פרנסה ברווח, אינזערע עלטערן ווידערים, האבן שוין געצאלט פאר זייערע דירות בערך הינדערט אלפים, אין פייז און אין ברוקלין ווילאס, פאר צעין יאר ציריק די וואס האבן געקויפט האבן געצאלט בערך הינדערט פיפציג א סקווער פיסל, ביי לי גארדען, היינט האלט עס ביי כמעט פיר הינדערט פיפציג א פיס מיטן חוטם אויף ארויף ביז פינף מאות.

אלזא וואלט דאך געוועין וויכטיג צי וויסען אויב מען פארדינט היינט מער, דער כולל אינגערמאן מאכט בערך הינדערט ביז צוויי הינדערט דולר, אויב האלט ער איין אלע זמנים, א שמיצעל מער ווי דרייסיג יאר ציריק, לאמיר זאגן אויב זאגט ער אויס תהילם ציפרי, איז ער גיט פאר נאך מאה וחצי, ס'ווייבל אויב איז זי א טיטשער דאן לייזט זי גענוי ווי מיין באבע, ווען זי האט געטיטשט פאר פערציג יאר ציריק, אויב ארבייט זי און א אפיס, פון דרייצענטע קלאס ביז נאכן ערשטען קינד, דאן לייזט זי מאקסימום פיר מאות, אויב איז זי א קינדערלאז ל"ע די ערשטע יאר צוויי נאכן חתונה, דאן קען עס ארויף גיין ביז פינף מאות.

ני ווי איז דער חשבון, צינעזאם לייזט מען א חשבון פון זעקס, ביז אכט הינדערט, מאל פיר איזעס פיר און צוואנציג ביז דריי אלפים א חודש, בלייבט איבער נאכן רענט מיט יאטיליטי, נאר א קליינע חוב, אלע אנדערע זאכן פאר אלע אנדערע זאכן, נאכן זאמעלן און אוועק לייגן אביסל חובות פאר א יאר צוויי, און די מיט מסורת נפש - דריי, און די מיט בטחון - פיר, און די מיט א רייכע טאטע פינף, א כלל מען ברויך גיין ארבייטן, די וואס איז באשערט הצלחה במעשה ידיו, דער לייזט הינדערט טויעזענט א יאר, גוזמא ב'טאנע אבער לאמיר שוין זאגן, דער ברויך נאך מעשר זיך טיילן מיט זיינע פארדינסען מיט יעדן, ער האט שוין א מיני ווען דריי יאר ליעס, גיין אין קאנטרי, און א וויקאציא פאר ווינטער, ריען פון די שווערע האראוואניא, פוילען כ"א אדר, ל"ג בוימר מיט בר יוחיי, דער ברויך דעים איידעם אויסהאלטן, דער ברויך אויסהאלטן דעים כולל, דער ברויך צי שטייער געיבן פאר יעדער איינער וואס איז א אייניקל פון ר' מיילך, אויפנעמען פורים מאבלעך, אריין לאזן יעדן רבי'ן פאר אויבסט.

דעיס אלעס איז געוועין די גיטע צייטן, אבער עס גייט שוין נייע צייטן, קיין דירות איז מער נישט דא, פשוט כמשמעו עס איז נישט דא קיין ליידיגע דירות מער, יעדע אידיש קינד וואס האט חתונה, טרעפט א דירה מיט גרעסערע ניסים ווי יציאת מצרים, שיינע טייטש אויף קשה זיווגם של אדם כקריאת ים סוף מיינט טרעפן ווי צי וואוינען, עס איז פשוט בדרך הטבע נישט דא אזא זאך, עס קאסט און וויליאמסבורג פאר א קאפל א דירה נאך די מעשה נס איבער צוויי טויעזנט דולר, א דירה וואס האט געקאסט צוואנציג יאר ציריק זיבן הינדערט פיפציג דולר, מען פארדינט נישט היינט פיר מאל אזוי פיל ווי דאן, אבער דאך שטייגן די פרייזן שנעלער ווי א פאליס קימט אן צי א דאבל פארקד קאר,און אלעס פאר א דירה אזוי גרויס ווי א לעכל, נישט קיין לייטישע רחוות'דיגע דירה, ווי אזוי קען דאס זיין אז אזא שויעדערליכע עוולה געשעיט דא פארענט פון אינזערע אויגן, אינזערע קינדער קענען בדרך הטבע נישט דא זיין, אבער ממש קוים האבן די קאראש אוועק צי גיין פון דא, קיינער נעמט נישט ערענסט דעים קריזיס.

אבער ווען איך קיק זיך צי קען מען מיינען אז איבעראל אין אנדערע געיגענטער איז אויך טייער, דער תירוץ איז גראדע - ניין, נאר ניו יארק איז טייער, איבעראל און אינזערע שכינות איז ריעל עסטעיט שפאט ביליג, הייזלעך אין ניו דזשערזי, קאנעקטיקעד, אפילו און געוויסע נייערע פלעצער אין ניו יארק, זענען ממש בחינם, ווי סטעטן איילענד, געוויסע פלעצער אין קווינס, איז דאך שווער דא א געוואלדיגע קשיא, פארוואס גייען מיר נישט, פארוואס זענען מיר נישט געגאנגען קיין בושוויק ווען עס איז געוועין בחינם, ביז פינף יאר ציריק, ווער האט אינז נישט געלאזט גיין וואוינען און קענארסי, ווען עס איז געוועין משוגע ביליג, פארוואס גייען מיר נישט אוועק בלויז עטליכע מיניט פון דא פאר א דריטל ביליגער, פארוואס קענען מיר נאר וואוינען ווען עס איז דא לבוד צי די בי-קיו-אי.

אה איצט רייסען מיר זיך די האר פון קאפ, מיר קלאפן הענט כסדר וואס טיען מיר דא, האבן מיר דען א פלאן, ניין ווייל ווילאנג עס קימט נישט דער מלאך המושיע, און ריפט ציזאם אלע זקנים און זאגט עקע שלחנו אליכם, וביום פקדי ופקדתי גייען מיר נישט, מיר גייען נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, ווען משיח וועט קימען און זאגן מיר גייען קיין ירושלים, ווער וועט וועלן גיין - קיינער, נאר אויב ער זאגט צי אז גאנץ וויליאמסבורג גייט מיט, אה דאס קען שוין ארבייטן, ווייל אלע טיקעט פאליציי וועלן מיט קימען.

ווי אזוי קען זיין אז איך קיק אויף'ן דבר יום ביומו יעדע וואך, און ב"ה דער עולם געווינט יעדע וואך א גאנצע קלאס אינגען און א קלאס מוידן, נאר אויפן דבר אליין, און צווישן אלע אנדערע מן הסתם נאך איין קלאס, דאס טייטש אז עס גייען זיין פיפציג כיתה אלף און צוויי יאר, און היינט איז שוין דא און וויליאמסבורג דרייסיג כיתה אלף'ס ביי אינגלעך אליינס צווישן אלע מוסדות, איך זעי אויך אז עס איז דא בערך צוואציג חתונות און וויליאמסבורג א וואך עוורידש, און איך גלייב אז דעיס גייט זיך שנעל דאפלען און טריפלען, ברויך מען זיין אייכענשטיין איינציזעין א קאלאסאלע בראך, און דעיס ארבייט שוין לאנג נישט, און דעיס קען נישט אנהאלטן מער פאר צי לאנג, דירות גייען זיך נאר הייבן און מער דראמאטיש, אזעלעכע פרייזן וואס נאר סעקשן עיט וועט קענען באצאלן, דער איבעריגער עולם, וואס ווייסט שוין נישט וואס דאס איז בכלל, וועט נישט האבן קיין שום ציטריט צי א דירה, וואס וועט דא זיין, וואס פאר א פלאן האבן אינזערע מנהיגים פאר אינז, איך וויסן ווי אמשנעלסטן.

אינדערהיים האבן אידן געוואוינט בכל קצוי תבל, עס זענען געוועין מיליאנען אידן, יעדע שטאט האט געהאט הינדערטער טויזענטער אידן, אזעלכע שטעיט ווי חיסט, נאסאד, סאטמאר, יאסע, פעסט, גראסווארדיין, האבן געהאט פיפציג טויעזנט אידן כאטש, אדער ווארשע, קראקע, האבן געהאט עטליכע הינדערט טויעזנט אידן, אלע דערפער זענען געוועין אנגעשטאפט מיט אידן, איבעראל האט מען זיך געטראפן א געשעפט צי טיען זה בכה וזה בכה, אן קיין אינטערנעט געשעפטן, טאקע געוועין עניות, אבער אלעס האט געלעיבט, עס האט נישט געקאסט קיין סאך צי וואוינען, היינט איז דא דירות ב"ה מילאנען דירות, נאר מיר האבן זיך פארגליכן אין א געטא סטיל געוואוין, מיר גלייכען בונקערס מיט בוידעמער, אויך גלייכן מיר זייער פאפא קידוש זייל, איז דעיס נארמאל אז א סעלער פאר א חתן כלה איז פארגעצויגן, איז שוין א גדולה א ישועה, אז מען טרעפט אזא דירה ברויך מען זאגן שעשה לי נס במקום הזה, געיבן א גרויסע קידוש מיט הייס עסן, ווי זענען מיר באגאנגען אזא גרויסע פעילער, אין וועימענס פאסקע זענען מיר אריינגעפאלן, ווי אזוי זעיען מיר זיך פון דא ארויס.

אין ארץ ישראל מיין איך האט מען געמאכט א פלאן, מוסדות האבן נישט אנגענימען קיין קינדער אין ירושלים, דער גערער רבי האט נישט געלאזט זיינע חסידים וואוינען און ירושלים, בעלז און אנדערע האבן גלייך נאכגעפאלגט, ער האט איינגעפלאנצט עטליכע הינדערט אינגעלייט און סיי וועלכע געיגענט, און עס האט ציגעצויגן אנדערע מענטשען, פארוואס האט ער עס נישט געמאכט פאר קרית גער, לכאורה ווייל ער האט פארשטאנען אז כדי עס זאל זיין מיט הצלחה ברויך עס זיין א געמיש, על כן האט ער פשוט מחייב געוועין זיין עולם, אז מען מיז גיין וואוינען און די ריחות ערגעץ, און ער בויט געיגענט נאך געיגענט, אן קיין טויעזנט חשבונות.

אה מען גייט בויען א שטעיטל, איך פריי זיך זייער, דער אייבישטער זאל העלפען עס זאל מצליח זיין, אבער זאל מיר איינער זאגן אז דעיס איז דער ישועה, קען דען זיין אז דער פלאן איז גיט, אז מען וועט ארויסטראגן א מספר מצומצם קיין וואן סיקסטין, מען ליפטערט בלעטער אויף בלעטער, מען טיילט ממש בחינם די דירות,מען בעיט זיך בתחנונים פליז גיי וואוין נארמאל, פיר א נארמאלע לעיבן, און ממש ניסים פעילט אויס אז עס זאל מצליח זיין, אבער און די זעלבע צייט קויפט מען און מען בויעט בילדיגס פאר מיליאנען דא אין שטאט, אלעס כדי להגדיל הפראסק, פארוואס פעילט דאס אויס, זאלן די מוסדות דא זאגן אז מיר בויען מער נישט דא, מיר גייען נאר בויען אין אנדערע געיגענטער, שיקן באסעס קיין בושוויק, איסט ניו יארק, מיט די איבריגע געלט קויפ אפ צוואנציג הייזער פארדינג פאר כולל אינגעלייט אויסער די עירוב, וואס איז נישט דא שטייצעך, ווי מען טאר נישט פארקויפן אדער פארדינגען פאר א גוי, מיר אינגעלייט ברויכן חיזיק פאר א סיבה וואס איז אימפארשטענדלעך, מיר גייען נישט און ערגעץ נישט, אפילו מען קען גיין פאר ביליגער פינף מיניט מיט א קאר, אה מיר ברויכן פרנסה, וועלכע פרנסה האבן מיר דא, וועלכע גליקן ווארט אינז דא אפ, חוץ שנארערס פאר אידן גרויסע בעלי חובות, וואס מאכן חתונה זייער פערטע קינד, און האלט ממש פאר א הארצע טאקע, מען קען לעיאדע סעקונדע ווערן א אלמנה מיט צעין יתומים, איך האלט עס נישט אויס, אז אינזערע קינדער גייען וואוינען און מאבלעך אויף די גאס, אגב נישט קיין שלעכטע איינפאל, א טיקעט איז ביליגער ווי די רענט.

מיר אינגעלייט ברויכן זיך נעמען צים עסק, אן קיין חשבונות, און גיין אפירזיכן געיגענטער ווי גרויסע גויאישע דעוועלאפערס בויען און זיך אריין ריקן, קויפן וויפיל דירות מען קען, און די איבריגע וועלן שוין נאכקימען, אלע ציגעהערן וועלן נישט שפעיטיגן צי קומען, למשל מען בויט געיגענטער אויף די לאנג איילענד עקספרעסוועי, לעיבן גרעיט נעק געיגענט, צעין מיניט פון ראדני'ס הייסע בור, וויפיל חשבונות ברויך מען מאכן איידער צוואנציג אינגעלייט רייסן אהין, נע מען וועט ווארטן ביזן לעצטען מיניט און דאן וועט שוין גארנישט זיין, עס בויען זיך כסדר אזעלכע געיגענטער, מען נעמט קויפן און מען ראטעוועט נאך עטליכע הינדערט אינגעלייט.

אפילו לעיקוואד וואס איז א שעה פון וויליאמסבורג זענען דירות ווייניגער ווי העלפט די פרייז פון דא, מיט מער אויסזיכטען אויף פרנסה ווי דא, דארט איז דאך שוין יא דא אלע ציגעהערן, מען קען שוין דארט קויפן זאזא קענדי'ס, פארוואס גייען מיר נישט אהין נאר אויב עס האט א היתר מאה רבנים, עס גייט מיר נישט אין מוח אריין, וואס איז מיט אינז ראנג, וועלכע ווילדע גראז שאדט פאר אינזער טראכט פראצעדור, פארוואס זענען נישט די אינגעלייט אפפערוויליג צי ראטעווען זייער אייגענעם לעיבן, פארוואס זענען זיי ענדערש וויליג צי ארבייטן פאר זייער לענדלאר כל ימי חייהם, ווי איידער וואוינען מיט הרחוות הדעת, אולי ווייל אם אין דעת שכל מנין.

Advertisement

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:22 pm

אוי די זאגסט דאך אזוי גוט,
ממש וואס עגווערט מיר טאג און נאכט

סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי דער מח פון קלוגע מענטשן שטעלט זיך ממש אפ ווען סקימט צו די דירות אישא,

סאיז דא נאך אזאך וואס עגווערט מיר געפערליך, ווער ס'האלט אנדערש קען מחולק זיין,

ווי זענען די עלטערן???
פארוואס זאלן נישט די עלטערן זיין די וואס מוטיגן די קינדער אוועקצוגיין וואוינען?
ס'איז אפשר נישט קיין דרך ארץ. אבער ס'טיט זייער וויי צו זען ווי זיי טוען ממש דאס פארקערטע בשעת ווען זיי וואוינען אין די גרויסע דירות מיט סעקשאן 8 אין טאש,,,,,,,,,,,,

ס'ממש א רחמנות ציציקוקן ווי די אינגע ווייבלעך לויפן צו די ארבעט מיט 3 קינדער ווען א האלבע וועדזיש גייט פארן בעביסיטער. אלעס כדי צי קענען וואוינען אינעם קעלער און די מאמעס תחום שבת,

גיי מיר פון דא??? ווער איז אין???

איין מינוט לאמיך איר גיין פרעגן,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

אקעי......... קענסל........... :-( :-( :-( :-( :-(

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:24 pm

פרישער האט געשריבן:אפילו לעיקוואד וואס איז א שעה פון וויליאמסבורג זענען דירות ווייניגער ווי העלפט די פרייז פון דא, מיט מער אויסזיכטען אויף פרנסה ווי דא

מהיכן דנתנו?

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:27 pm

דעס באלאנגט נישט ביים בלומינג - דירות קריזעס אשכול?

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:37 pm

פשוט ווייל עס איז דארט דא ווייניג מענער וואס האלטן ביים ארבייטן, על פי רוב זענען דארט דא אסאך פרויען וואס זענען טערעפיסטן פון אלע סארט, עס איז דא דארט גרויסע ארבייט געיבער א שטייגער ווי מעדיסאן טייטל, אויב האלט מען ביים ארבייטן איז דא פלענטי וואס צי טיען, איך פערזעינלעך האב דארט נאנטע מיט שיין פרנסה,
איך מיין נישט בדווקא לעיקוואד, מען קען גיין קיין טרענטן, פעסעאיק, דיעל, נוארק

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:43 pm

מוזיקאליש האט געשריבן:דעס באלאנגט נישט ביים בלומינג - דירות קריזעס אשכול?

א שאד עקסטער, עס וועט ווערן נאכאמאל די שעלבע שמועס, זאלעס שוין זיין דארט.

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:49 pm

די מעשה מיט פרישערן איז אזוי: ער נעמט א פשוטע באקאנטע טאפיק, און ער מאכט סטראבערי-פינאטבאדער דערמיט! איך האב געשלינגן מליצעלע נאך מליצעלע, ביי "10 מינוט פון די הייסע בור אין ראדני" האבעך שוין געשאסן! אבער איין זאך בינעך מחולק! שנעלער ווי א פאליס צו א דאבעל פארקד קאר? נישטא אזא זאך!!! דאס איז שנעלער ווי יעדע זאך אויף די וועלט! אפילו שנעלער ווי א ניו יארקע סעקונדע...


והנה און נון האט געשריבן:
פרישער האט געשריבן:אפילו לעיקוואד וואס איז א שעה פון וויליאמסבורג זענען דירות ווייניגער ווי העלפט די פרייז פון דא, מיט מער אויסזיכטען אויף פרנסה ווי דא

מהיכן דנתנו?



אולי מיינטער צו זאגן אז אין ווילי איז היינט שווער צו עפענען אסאך ביזנעסער, ס'שוין דא פון אלעם, אויב גייען זיך אוועקציהען א גרופע יודן אויף איין פלאץ גייען זיין אסאך ביזנעס אפערטוניטיס...

פרישער, גיי אן!

מיטוואך ינואר 29, 2014 12:55 pm

אהא אהא
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פרישער, גיי אן!

מיטוואך ינואר 29, 2014 1:28 pm

אויב מעגליך, וואלט יא גוט געווען אויב האלט מען דער אשכול עקסטער בכדי אידן וואס האבן אן המצאה פון א פלאץ ווי מען קען זיך אריבער ציען זאל עס דא קענען שרייבען.

אני הקטן האט א מעגליכער פלאן פון זיך אריבערציען קיין סטעמפארד קאנעקטיקאט אויב איך קען נישט געהעריג טרעפען א דירה /הויז צו קויפען.

דאס איז נישט קיין אפיעל, איך בעט קיינעם נישט צו קומען. נעוואדע וועל איך הנאה האבן צו האבן אידן מיינס גלייכען, אבער איך נעם דאס נישט אלץ א תנאי אין דאס אריבערציען.

עס איז פערציג מייל, לערך פיפציג מינוט פון מאנסי. און אביסעל איבער א שעה פון בארא פארק.

פאר א בי ענד עיטש אינגערמאן איז עס א 48 מינוט טרופ מיטען טרעין. (נישט די סיטי סאבוועי.. )

א שטיקעל חסידיש ביהמ"ד איז שוין דא.

הייזער גייען פאר בערך 150-200 אלפים.

כל הנ"ל האב איך געשריבען פאר די וואס ווילען וויסען גוטע, און נישט אזאנע ווייטע פאנטאזיעס פון אוועיליבעל פלעצער ווי מען קען זיך אריבערציען.

מיטוואך ינואר 29, 2014 1:30 pm

און מוסדות פאר קינדער?

מיטוואך ינואר 29, 2014 1:44 pm

והנה און נון האט געשריבן:און מוסדות פאר קינדער?


אויב מיז עס זיין א שטרענגער חסידישע מוסד וועט אייער איינציגער אפציע מיזען זיין, אדער צו בלייבען ווי איר זענט אדער זיך אריבערציען צו איינע פון די פרישע שטעטלעך וואס האלטען זיך און איין עפענען.....

אויב אבער איז אן ערליכער מוסד, צוזאמען מיט אייער פרעזענליכער חסידישער חינוך גענוג, דאן איז דאס פלאץ זייער גוט פאר אייך.

גיין זייער ווייט אוועק פון שטאט איז אויך נישט גוט, אויב גייט מען אליין, ווייל עס איז נאך מער וויכטיגער אריינצוקומען מיט די קינדער צו זיידע באבע, און אזוי אויך צום רבי'ן כדי די קינדער זאלן זיך אנשעפען מיט חסידישקייט.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער קען דאס טוהן (איך רעדט נישט צו די וואס "מיזען" זיין נעבען די עלטערען, ווייל די "ווילען" נישט).

מיטוואך ינואר 29, 2014 1:49 pm

ווי אויך טאמער וויל מען אן ערליכן מוסד קען מען זיך צוזאמנעמען אזוי ווי אין די אלע קליינע שטעטעלעך, אבער די מעלה פון לעיקוואד איז אז דאס פלאץ איז שוין מער דעוועלאפט און ס'איז גרינגער שנעל צו זעהן פירות.

מיטוואך ינואר 29, 2014 2:17 pm

והנה און נון האט געשריבן:אהא אהא
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פרישער, גיי אן!

מיטוואך ינואר 29, 2014 2:54 pm

אה, נאך א זאפטיגע פרישער ארטיקל!

שטארקע פראבלעם, כ'ווייס נישט וואס די עצה איז, אבער האסט געהאמערט דעם נאגל אויפן קאפ!

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:03 pm

פרישער ! גוט געזאגט !
די ווערטער ליגן מיר שוין לאנג אויפן בויך און אויפן צונג און איך מיין אז פאר נאך אסאך
קיפ אן אפשר וועט עפעס ווערן
מי יתן והיה

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:47 pm

פרישער: דיינע ווערטער מאכט מיר מער וויינען ווי לאכען, איך קען נאר איין זאך אויס פירן ווי איך האב שוין אמאל געשריבן, וואס דער רשע האט געשריבן פאר ר' מיכאל בער זצ"ל "רק בדם תהיה לנו הארץ" ווי לאנג דא וועט זיך נישט גיסען קיין בליט, 100 נערווען צאם בראך'ס און 100 הארץ אטאק וועט מען זיך נישט רירען קיין זיז כל שהיא

נ.ב. אפשר אביסעל צי שארף, אבער מיין בליט קימט מיר ארויף ווען איך טראכט וואס דא גייט פאר

מיטוואך ינואר 29, 2014 4:46 pm

לכאורה האט געשריבן:אה, נאך א זאפטיגע פרישער ארטיקל!

שטארקע פראבלעם, כ'ווייס נישט וואס די עצה איז, אבער האסט געהאמערט דעם נאגל אויפן קאפ!


ער האט געשריבן די עצה, גיין וואוינען וואו די אויגן טראגן... כ'מיין צו זאגן וואו עס איז ביליג

מיטוואך ינואר 29, 2014 4:59 pm

ווי גוט דער זאגט.....

און היות אני השפל שטיי איך שוין באלד אינטערן טיר... פון דעם 'חתונה-מאכן' שטאפל..... דריי איך מיך אהער און אהין, אויף שווארצע עתידות.... עה, לעכטיגע עתידות, כ'זאג שוין אין שטוב, שמעו נא רבותי...., איך זאג ענק בכלל נישט צו קיין קעסט דא אין וויליע, מאכטס ענק גרייט אפציפיצן פון דא, ווייל ביז וואו וואס ווען זענען שוין אלע מענהאלל'ס אויף די סטריט פארנומען, און א דירה העכער גראונד לעוועל, גייט נישט אינטער שלשה אלפים... און ביז די גליקליכע מינוט.... וועט עס שטייגן צו פיל העכער.....
לעצטע פאר וואכן צייל איך איבער יעדע וואך אלע זכרים און קידושים, קיינע גוזמאות, אין דריי יאר ארום, פרישע 'פופציג' נורסערי קלאסן [אקעי, נישט פיפציג, דרייסיג..]...\
שטייט דער חכם אין די זייט ומתמה ואומר

אנא יכנס כל הפשתן הזה??????

מיטוואך ינואר 29, 2014 5:25 pm

א באנדע לצים דא, האט שוין איינער פון דא זיך אויפגעהויבן פון ברוקלין און אוועקגעמופט?

מיטוואך ינואר 29, 2014 5:29 pm

משזר האט געשריבן:א באנדע לצים דא, האט שוין איינער פון דא זיך אויפגעהויבן פון ברוקלין און אוועקגעמופט?


אן אנקעטע גענומען דא לעצטנס, ווייזט איבער אז יא...

מיטוואך ינואר 29, 2014 5:33 pm

קודם פרישער א הערליך שרייבער זענט איר.

איך שלאג פאר צו בויען העכערן BQE, אזויווי אין מאנהעטן העכערן I95.
אדער ארויפצובויען א עקסטענשאן העכער וויליאמסבורג, מאכן א אפפער לעוועל, זאל לויפן פאראלעל מיטן עירוב.

#קאפירייט
עטעטשמענטס
eiriv2.gif
eiriv2.gif (8.96 KiB) געזעהן געווארן 444 מאל

מיטוואך ינואר 29, 2014 5:36 pm

מ'קען אויך ארויס בויען העכערן איסט ריווער....

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:33 pm

יהיה כן האט געשריבן:מ'קען אויך ארויס בויען העכערן איסט ריווער....

גרויסע שאלה צי יענץ הייסט נאך 'וויליאמסבורג', און קיינער וועט זיך נישט אריינלאזן אין א ספק-ארויסמופן-פון-וויליאמסבורג רח"ל...

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:43 pm

ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט
אפשר טאקע נעמט מען זיך צאם טיען צו די זאך יעדער זאל אפיר זיכען פלעצער ווי סאיז דא אסאך ביליגע הייזער נישט צו ווייט פון די סיטי (סאיז דא אסאך) מ'וועט דיסקאסען די מעלות און חסרונות און יאלא געגאנגען קיין "קרית איי וועלט"

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:54 pm

משזר האט געשריבן:א באנדע לצים דא, האט שוין איינער פון דא זיך אויפגעהויבן פון ברוקלין און אוועקגעמופט?

מער ווי איינער וואס איך ווייס, עס איז זיכער דא נאך וואס איך ווייס נישט, און איך רעד נאר פון די וואס רעדן "דא", פון סתם מענטשן האלט איך אין איין הערן.
אקארשט האט מיר א יוגנט חבר געטראפן ביי א חתונה, זאגט ער מיר אז ער האט ממש יעצט זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג אויף מאנסי, ווייל פאר אים איז נישט גענוג א פלאץ וואו צו וואוינען ער דארף אויך האבן ווי צו לעבן... און עטליכע חדשים צוריק האט א חבר מיינע פון ישיבה געטון דעם זעלבן שריט, און עטליכע פון מיינע פעטער'ס (נישט קרובי המשפחה איינער מיטן צווייטן) האבן דאס אויך געטון אין די לעצטע פאר יאר, און די אלע האבן נישט קיין עלטערן אין מאנסי (מיט איינעם פון מיינע פעטער'ס האבן זיך מיטגעצויגן עטליכע חתונה געהאטע קינדער...) (נישט אלע וואס איך האב דא דערמאנט קומען פון וויליאמסבורג, טייל פון זיי זענען פון וויליאמסבורג און טייל פון בארא פארק).

דער עיקר איז אז "מען קען יא", און ווער עס טוט דאס נישט איז זיך אליינס שולדיג.

איין זאך מוז איך יא זאגן, איך האלט נישט פון די נייע ישובים וואס "מען מאכט", די ערפארונג ווייזט אז די מערסטע איז מען מצליח אין די שוין האלב אנטוויקלטע ישובים אפי' עס איז ליטוויש וכדומה, טאקע א שטייגער ווי סטעמפארד הילל, נאך מיין מיינונג וועט יענץ שנעלער ווערן היימיש ווי סיי וועלכע שטעטל וועט מצליח זיין, אזוי ווי לעיקוואד וואס האלט שוין היפש אויף א וועג צו ווערן אויך חסיד'יש (טראץ די שארפע קעגנערשאפט און פילע שטערונגען פון די הנהלת הישיבה דארט...)
שרייב א תגובה

Advertisement