בלאט 1 פון 2

גוגל פאר וויליאמסבורגער אידן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:39 am
דורך גרויזאמער
גוגל פאר וויליאמסבורגער אידן
דורך: יואל גרויזאמער

סערגעי ברין, דער קא. גרינדער פון גוגל - לויט א לעצטע באריכט אין די אידישע וועלט וויקיפידיע - האט מיך פערזענליך איינגעלאדנט צו זיין ביורא. איך בין שוין גוט מיט סורגעי נאך פון איגנט ווייז, מיר האבן צוזאמען שטודירט און גראדואירט אין די איי פי קאלעדזש אין קאליפארניע, אינדערצייט וואס איך פלעג אלץ אפהיטן שטרענג אידישקייט אזש זיך וואשן די הענט דריי מאל איידערן אריינבאסן אין די המוציא האט דאטגס, ווי די אידישע טראדיציע לויטעט, האט ער קיינמאל נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף אידישע אנגעלעגנהייטן, טראצדעם וואס איך האב אים זייער אסאך מאל ערקלערט אז לויט די אידישע הלכה איז ער א געהעריגע איד.

סורגעי האט פון אייביג אן געהאסט די רשעות פון די וועלטס אינפארמאציע קוועלער "ווען איך וויל וויסן וועמענס אייניקל איך בין דארף איך צאלן טויזענטערס פאר פארשער, ווען איך וויל וויסן וועלכע קאר צו קויפן האב איך א וועג? אוודאי וועל איך הערן בלויז די מעלות פון איינעם אויף זיין קאמפאני, און די חסרונות אויף אנדערע, אבער וואס איז די אמת? און ווען איך וויל וויסן היסטאריע פון א געוויסע געזעץ וועל איך ווידער מוזן צאלן א מיליאן באטקס פארן לויער, פארוואס? פארוואס?". -נו דו ווילסט טוישן די וועלט? פרעג איך אים. "יא! און איך גיי עס טוישן" דאן האט ער געחלומט און פאנטאזירט ווי ער איז דער פולקאמער בעל הבית אויף אלע אינפארמאציע וועלכע עקזיסיטירט אויפן רינדעכיגן ערד קוגל, און ער געבט עס במתנה גמורה פאר כל דכפין.

ער האט געחלומט, און ער האט אויסגעפירט, היינט קען יעדער צוקומען צו אלעס און אלעמען אדאנק סורגעי. יא. יו מעיד איט!

הפנים, יארן האבן מיר זיך שוין נישט געזען, יארן זענען פארלאפן, איך בין אויפגעוואקסן א קרעטשמע שרייבער, און ער א גוגל גרינדער. זיינע סטאקס וואקסן, און מיין וואוקס סאקט. איך האב אבער אייביג געחלומט אז דער שוין היינט ריזיגע ביליאנער זאל אויפהייבן א טעלעפאן צו מיר.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, אין רעזולטאט האט זיך מיין רעכטע אויג פארמאכט אויף א רגע כמימרא, און מיינע פויסטן האבן זיך אויפגעבלאזן אויף פינף מאל גרעסער כמש"כ בשורה טובה תדשן עצם, ווען אינמיטן ארבעטן ביטער שווער צו שטיפן די צייט קלונגט דער טעלעפאן, און אויפן איידי ערשיינט די נאמען פון סורגעי ברין. איך האב שנעל און פיבערדיג געטראכט, סורגעי? דו מאסט ליצנות פון מיר? ביסטו עס? אדער דו ווייסט פונעם ספוף טעל. וועלכע דיין קאמפאני האט מיר איינמאל אנגעוויזן, און יעצט באנוצטו זיך דערמיט כדי זיך צו מאכן אז דו ביסט עס טאקע?

יהיה איך שיהיה, האב איך דאך אן אויפגאבע אלץ אייגנטומער פון מיין פענעסאניק טעלעפאן אים צופרידנצושטעלן און נישט לאזן שרייען און קלונגן, איך הייב אויף דעם טעלעפאן. און יא! ער איז עס!

וואס טוט זיך? וואס הערט זיך? ווי צוויי אלטע פריינד האבן מיר דוכגעזיפט ספרי ספרא און תוספתא, וויפיל מאל אין ש"ס עס ווערט דערמאנט די ווארט גוגל. ומענין לענין שלא באס לענין, זענען מיר אנגעקומען צום שפיץ, "גרויזאמער, איך וויל האבן א מיטונג מיט דיר בנוגע גוגל'ס שטעלע צו די היימישע וויליאמסבורגער אידן".

"אטו מיי...."

"פרעג נישט קיין קשיות, איך בין דא אין וויליאמסבורג, בעדפארד קאר. ראדני, יאלה! אדער קומסטו, אדער גיי איך שוין אריין אין שמח תשמח עסן מיין נאכטמאל".

איך קום! איך קום...

איך האב געארדערט ביי לאנדאס רעסטוראנט אונזער אלעמען באקאנטע הייסע קאטשקע, מיט סאוער קראוט און מאסטערט פאר אונז ביידע. וישא גרויזאמער רגליו און געלאפן און שיעור אראפגעקלאפט א פליז-קראס-מיך אינגל.

ביי זיין וויליאמסבורגער ביורא האט מיר סורגעי נישט געלאזט ווארטן, און גלייך צוגעגאנגען צום פוינט.

"וויי אר יו פיפאל סאו סטופיד"? פרעגט ער מיר, די שאלה וואס איך זעה יעדע וואך אין די צייטונג בריוולעך אז מען טאר נישט מאכן קיין חילול השם ביי וואלמארט מיטן צוריקברענגען זאכן, און אין שפיטאל ביים אנצינדען א סעלפאן.

איך בין שוין אזוי באטרד פון די שאלה, אז איך שפיר ניטאמאל פאר וויכטיג צו ענטפערן אויף די פראגע זעלבסט, "כלפי מה דברים אמורים, רעד שוין".

אקעי... מיר שטעלן זיך שיין צו צו די וויליאמסבורגער אידן, און קיין איין שכויעך הערן מיר נישט! נאר טענות!

"וואס טוט איר אלץ פאר די וויליאמסבורגער אידן"?

אה, דא בין איך געוואויר געווארן סודות התורה! און דאס איז מיין ציל מיטן היינטיגן באריכט.

ער הייבט אן מיטן אגודל, און עס רוקט זיך פינגער נאך פינגער.

1) וויאזוי ספעלסטו גוגל אין ענגליש?

google. סארא פראגע?

אקעי... לעטמי טעל יו, אונזערע אנאליסטישע קוועלער צייגן אז רוב וויליאמסבורגער אידן לייגן עס אויס עמעראציעש. אזוי: googel, זיי לייגן נישט די e צום סוף.

האבן מיר געצאלט שווערע געלטער פאר די וויליאמסבורגער אידן, געס וואט, ווען דו דרוקסט http://www.googel.com/ אויפן אינטערחטא בראוזער, קומסטו אן וואו? אינדערהיים צו גוגל!

פים פאם פאם............ וואט עי שאק!

2) און וואס געשעט ווען מען דרוקט http://www.googil.com/

3) און וואס געשעט ווען מען לאזט אויס איין 0 און מען שרייבט http://www.gogle.com/

4) און וואס געשעט ווען א וויליאמסבורגער אלטער איד וואס די האנט ציטערט, אדער דער אונגארישער אפשטאמיגער וואס וועט זאגן גוווווגל מיט א קמץ רפויה (איא? אםםאם, דעס מיינט עס?) לייגט צו א איבעריגע o און ער שרייבט http://www.gooogle.com/

5) און פאר וועם איז די ספעל טשעקער פון גוגל געאייגנט אויב נישט פאר ענק?

דאן האט ער אויסגערעכנט נאך פופצן זאכן אזוי שנעל ווי די עשרת בני המן אז מיינע אויערן האבן געקלעבט... אשר אוזן לא שמעתם מעולם.

.....

ער האט געמיינט אז ער גייט נישט צוריקכאפן פון מיר...

דא האב איך זיך צעווילדעוועט און אויסגעשריגן נישט מיט מיין קול:

סורגעי! וואס געשעט ווען מען זוכט א איד אויף גוגל???

צוויי אלטע חברים האבן זיך צוקריגט אויף אייביג!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:25 pm
דורך קרעמער
אזא גוטע ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געליינט, אזוי שרייבעריש, אזוי מליצה'דיג, אזוי זאפטיג, יואלי גרויזאמער: וואו ביסטו געווען ביז היינט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 1:47 pm
דורך צייטליך
יואלי, יו ביסטו גוט, גיב מיר נאר זיין פריוואטען סעל פאון נומער, כ'האב עפעס איבערצושמיסן מיט אים..

גרויזאמער, ווי ווערסטו נעלם יעדן פאר טאג פאר א חודש צוויי, ווי אנטלויפסטו ? הא ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 2:00 pm
דורך מאשקע
יוי, איך קען נישט סטאפן צו לאכן...
גרויזאמער, ס'בענקט זיך נאך דיר!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:04 pm
דורך יגרסהדותא
חחחחחחחחחאחאחאחחאחאחאח, הא הא הא הא, געווווווווואלדיג!! אוי ביסטו א יוד!!

גאר גוט!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:06 pm
דורך איך_הער
אזוי גרויזאם זיך צו געזעגענען פון אן אלטן פריינד, כ'האף אז דו וועסט זיך מיט אים איבער בעטן, און דערנאך שרייבן ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען.

און ביידאוועי, אפשר צוקריגסטו זיך מיט נאך איינעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:17 pm
דורך 3x0
ביסטו גוט, דארף איך דיר שוין רופן רבי? האסט מיר אויסגעלערנט א שנעלערע וועג אנצוקומען צו גוגעל פון היינט און ווייטערלייגט מען איין O ווייניגער, איך האב דען צייט צו לייגען פארפלעין צוויי O'ס?

די נעקסטע מאל וואס דו טרעפסט אים, בעט אים ביטע אז ער זאל ארלעדיגן אז ווען איך טייפ www.עםםעךק.com עס מאכט זיך ביי מיר אסאך מאל, זאל איך אויך אנקומען צו זיין וועבסייט.

יישר בח פון פאראויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:19 pm
דורך דארפסמאן
א גיטע עצה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:28 pm
דורך איך_הער
טריאו, ס'עט מסתמא נישט נעמען לאנג, אבער דיר קומט זיך א חחחחחחחח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:30 pm
דורך יגרסהדותא
..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:37 pm
דורך קרעזי
יוי, איז דאס געווען א גוטס.

גרויזאמער, מעכטיג מעכטיג מעכטיג. אן אגודל ארויף! אן אלף איינס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 4:39 pm
דורך זארעכפעפער
פופס.. ס'אהה גוטס (בניגון הידוע).
יולי, וואט שוד איי טעל יו? ביסט איינס אין דער וועלט! ס'אזאנס און אזעלכעס. סיי דער אופן וויאזוי דו פירסט אריין דעם ליינער צו דיין רעיון, סיי דער שריפט און סיי דער הומאר וואס ווערט געשמאלצן בין מילה לתיבה. ביסט אן ערשט קלאסישער ממציא אויף רעיונות אין אראפשרייבן א נושא. (ס'האט מסתמא א אינטערנאציאנאלער לעקסיקאנישער ווארט, מאשקע נו?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 5:04 pm
דורך מאשקע
טריאו, כ'האב שוין לאנג נישט געשמייכלט פון דיר א_ווי יעצט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:20 pm
דורך בני היכלא
געוואלדיג, א גוטס.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2007 2:23 am
דורך שוועמל
thanks yoely groizaamer for your info and for sense of humor

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2007 3:24 pm
דורך זארעכפעפער
און יא... טשולדיגט פארן פארהאלטן די מענאלעם זוי אין פובליק, אבער כ'קען מעך נישט צוריק האלטן און פרעגן:

צי מעג איך אפשר וויסן, פארוואס אטא דער באשרייבונג האט נאך נישט קונה שביתה געווען אין דער סמעטענע??? הא, כ'הער נישט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2007 3:32 pm
דורך צייטליך
דער דולה ומשקה איז אנטשלאפן געווארן ערגעץ און צוויי חדשים צוריק, עס זענען שוין פארגעקימען פיל סמעטענע ארטיקלען דא אל אדמת קרעטשמע, און אלעס ליגט אינטן אין סעלער, אין גם אחד וואס איז אריין אהין זינט פסח, כ'האב נישט נאכגעקוקט, אבער אזוי מייניך.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2007 7:05 pm
דורך יאנאש
אז מען רעדט שוין פונעם דולה, איז טאקע דא דער ארט צו מעלדן, אויב איינער האלט אז א געוויסע ארטיקל דארף אריינגיין אינעם סמעטענע, זאל ער ביטע שיקן פאר דולה אן אישית מיט א לינק דערצו, יישר כח.

איצט צום גוגל ענין, היינט זאגט מיר (מיטן קעניג) איינע פון די אלט פארגעסענע קרעטשמע מעמבער'ס, א שטארקער גוגל פאנאטיקער, אז ער ווייסט אז גוגל האט א קיימא לן פון פופצן הונדערט דאמעינ'ס, וואס פירט צו זייער סייט, נישט אלע אין אמעריקע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2007 10:23 pm
דורך 3x0
קוקט וואס זיי שרייבן דא.

http://www.goggle-search-engine.org/googology.html

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 9:51 am
דורך יאנאש
קען מען אפציילן וויפיל נעמען עס איז דא דארטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 9:55 am
דורך זארעכפעפער
הפנים, דער ארטיקל דארף זיכער אריינגערוקט ווערן קיין סמעטענע. איז דארף איך נאך יעצט אישי'ן דולה'ן, אדער ס'שוין גענוג אז מ'האט דאס דא אויפגעברענגט?
אגב, זע איך, אז דער דולה האט נאך נישט באזוכט דעם אשכול... והא ראי', ער האט דאס נאך נישט משקה געווען...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 12:17 pm
דורך יגרסהדותא
יאנאש;

7,564!!

איך האב עס נישט געציילט מיט די פינגער'ס, האב נישט מורא.

איך האב א מעכטיגן מאשין וואס הייסט "א קאמפיוטער", ער האט מיר דאס געזאגט אינטער 3 סעקונדעס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 12:25 pm
דורך יאנאש
יישר כח.

אבער איצט האב איך מיך גענומען די מיה אפצוליינען דעם בלאט וואס טריאו האט אנגעצייכנט, עס איז נישט פון זייערע דאמעינס, עס איז פשוט אן ליסט פון אלע מיני מיסטעיקס וואס מענטשן מאכן אלס אנצוקומען צו זיי, רוב דערפון טראגט נישט צו זייער סייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 7:49 pm
דורך שוועמל
מען קען קאפיען און פעיסטן אין עקסעל וועסטו באקומען א טאטעל וויפיל ניקס (הלואי ביינונז גערעדט) דארט איז דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 7:53 pm
דורך שוועמל
3x0 האט געשריבן:ביסטו גוט, דארף איך דיר שוין רופן רבי? האסט מיר אויסגעלערנט א שנעלערע וועג אנצוקומען צו גוגעל פון היינט און ווייטערלייגט מען איין O ווייניגער, איך האב דען צייט צו לייגען פארפלעין צוויי O'ס?

די נעקסטע מאל וואס דו טרעפסט אים, בעט אים ביטע אז ער זאל ארלעדיגן אז ווען איך טייפ www.עםםעךק.com עס מאכט זיך ביי מיר אסאך מאל, זאל איך אויך אנקומען צו זיין וועבסייט.

יישר בח פון פאראויס


הערה: אויב דו לייגסט אריין www. אויף ענגליש דאן וויאזוי פארקרומט זיך דיר דאס טייפן צו אידיש פלוצלונג?

אגב איז דא א פראגראם 'הפוך על הפוך' א קליינער איזראעלישער תכנית וואס דרייט איבער ווערטער פון אידיש/אנגליש און פארקערט אדער פון אפפערקעיס צו לאוערקעיס און פארקערט.
אויב דער עולם דארף עס וועל איך עס אפלאודן אויף יוסענדאיט, אדער סיזשואיש.קאם