גוגל פאר וויליאמסבורגער אידן
דורך: יואל גרויזאמער
סערגעי ברין, דער קא. גרינדער פון גוגל - לויט א לעצטע באריכט אין
די אידישע וועלט וויקיפידיע - האט מיך פערזענליך איינגעלאדנט צו זיין ביורא. איך בין שוין גוט מיט סורגעי נאך פון איגנט ווייז, מיר האבן צוזאמען שטודירט און גראדואירט אין די איי פי קאלעדזש אין קאליפארניע, אינדערצייט וואס איך פלעג אלץ אפהיטן שטרענג אידישקייט אזש זיך וואשן די הענט דריי מאל איידערן אריינבאסן אין די המוציא האט דאטגס, ווי די אידישע טראדיציע לויטעט, האט ער קיינמאל נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף אידישע אנגעלעגנהייטן, טראצדעם וואס איך האב אים זייער אסאך מאל ערקלערט אז לויט די אידישע הלכה איז ער א געהעריגע איד.
סורגעי האט פון אייביג אן געהאסט די רשעות פון די וועלטס אינפארמאציע קוועלער "ווען איך וויל וויסן וועמענס אייניקל איך בין דארף איך צאלן טויזענטערס פאר פארשער, ווען איך וויל וויסן וועלכע קאר צו קויפן האב איך א וועג? אוודאי וועל איך הערן בלויז די מעלות פון איינעם אויף זיין קאמפאני, און די חסרונות אויף אנדערע, אבער וואס איז די אמת? און ווען איך וויל וויסן היסטאריע פון א געוויסע געזעץ וועל איך ווידער מוזן צאלן א מיליאן באטקס פארן לויער, פארוואס? פארוואס?". -נו דו ווילסט טוישן די וועלט? פרעג איך אים. "יא! און איך גיי עס טוישן" דאן האט ער געחלומט און פאנטאזירט ווי ער איז דער פולקאמער בעל הבית אויף אלע אינפארמאציע וועלכע עקזיסיטירט אויפן רינדעכיגן ערד קוגל, און ער געבט עס במתנה גמורה פאר כל דכפין.
ער האט געחלומט, און ער האט אויסגעפירט, היינט קען יעדער צוקומען צו אלעס און אלעמען אדאנק סורגעי. יא. יו מעיד איט!
הפנים, יארן האבן מיר זיך שוין נישט געזען, יארן זענען פארלאפן, איך בין אויפגעוואקסן א קרעטשמע שרייבער, און ער א גוגל גרינדער. זיינע סטאקס וואקסן, און מיין וואוקס סאקט. איך האב אבער אייביג געחלומט אז דער שוין היינט ריזיגע ביליאנער זאל אויפהייבן א טעלעפאן צו מיר.
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, אין רעזולטאט האט זיך מיין רעכטע אויג פארמאכט אויף א רגע כמימרא, און מיינע פויסטן האבן זיך אויפגעבלאזן אויף פינף מאל גרעסער כמש"כ בשורה טובה תדשן עצם, ווען אינמיטן ארבעטן ביטער שווער צו שטיפן די צייט קלונגט דער טעלעפאן, און אויפן איידי ערשיינט די נאמען פון סורגעי ברין. איך האב שנעל און פיבערדיג געטראכט, סורגעי? דו מאסט ליצנות פון מיר? ביסטו עס? אדער דו ווייסט פונעם
ספוף טעל. וועלכע דיין קאמפאני האט מיר איינמאל אנגעוויזן, און יעצט באנוצטו זיך דערמיט כדי זיך צו מאכן אז דו ביסט עס טאקע?
יהיה איך שיהיה, האב איך דאך אן אויפגאבע אלץ אייגנטומער פון מיין פענעסאניק טעלעפאן אים צופרידנצושטעלן און נישט לאזן שרייען און קלונגן, איך הייב אויף דעם טעלעפאן. און יא! ער איז עס!
וואס טוט זיך? וואס הערט זיך? ווי צוויי אלטע פריינד האבן מיר דוכגעזיפט ספרי ספרא און תוספתא, וויפיל מאל אין ש"ס עס ווערט דערמאנט די ווארט גוגל. ומענין לענין שלא באס לענין, זענען מיר אנגעקומען צום שפיץ, "גרויזאמער, איך וויל האבן א מיטונג מיט דיר בנוגע גוגל'ס שטעלע צו די היימישע וויליאמסבורגער אידן".
"אטו מיי...."
"פרעג נישט קיין קשיות, איך בין דא אין וויליאמסבורג, בעדפארד קאר. ראדני, יאלה! אדער קומסטו, אדער גיי איך שוין אריין אין שמח תשמח עסן מיין נאכטמאל".
איך קום! איך קום...
איך האב געארדערט ביי לאנדאס רעסטוראנט אונזער אלעמען באקאנטע הייסע קאטשקע, מיט סאוער קראוט און מאסטערט פאר אונז ביידע. וישא גרויזאמער רגליו און געלאפן און שיעור אראפגעקלאפט א פליז-קראס-מיך אינגל.
ביי זיין וויליאמסבורגער ביורא האט מיר סורגעי נישט געלאזט ווארטן, און גלייך צוגעגאנגען צום פוינט.
"וויי אר יו פיפאל סאו סטופיד"? פרעגט ער מיר, די שאלה וואס איך זעה יעדע וואך אין די צייטונג בריוולעך אז מען טאר נישט מאכן קיין חילול השם ביי וואלמארט מיטן צוריקברענגען זאכן, און אין שפיטאל ביים אנצינדען א סעלפאן.
איך בין שוין אזוי באטרד פון די שאלה, אז איך שפיר ניטאמאל פאר וויכטיג צו ענטפערן אויף די פראגע זעלבסט, "כלפי מה דברים אמורים, רעד שוין".
אקעי... מיר שטעלן זיך שיין צו צו די וויליאמסבורגער אידן, און קיין איין שכויעך הערן מיר נישט! נאר טענות!
"וואס טוט איר אלץ פאר די וויליאמסבורגער אידן"?
אה, דא בין איך געוואויר געווארן סודות התורה! און דאס איז מיין ציל מיטן היינטיגן באריכט.
ער הייבט אן מיטן אגודל, און עס רוקט זיך פינגער נאך פינגער.
1) וויאזוי ספעלסטו גוגל אין ענגליש?
google. סארא פראגע?
אקעי... לעטמי טעל יו, אונזערע אנאליסטישע קוועלער צייגן אז רוב וויליאמסבורגער אידן לייגן עס אויס עמעראציעש. אזוי: googel, זיי לייגן נישט די e צום סוף.
האבן מיר געצאלט שווערע געלטער פאר די וויליאמסבורגער אידן, געס וואט, ווען דו דרוקסט
http://www.googel.com/ אויפן אינטערחטא בראוזער, קומסטו אן וואו? אינדערהיים צו גוגל!
פים פאם פאם............ וואט עי שאק!
2) און וואס געשעט ווען מען דרוקט
http://www.googil.com/
3) און וואס געשעט ווען מען לאזט אויס איין 0 און מען שרייבט
http://www.gogle.com/
4) און וואס געשעט ווען א וויליאמסבורגער אלטער איד וואס די האנט ציטערט, אדער דער אונגארישער אפשטאמיגער וואס וועט זאגן גוווווגל מיט א קמץ רפויה (איא? אםםאם, דעס מיינט עס?) לייגט צו א איבעריגע o און ער שרייבט
http://www.gooogle.com/
5) און פאר וועם איז די ספעל טשעקער פון גוגל געאייגנט אויב נישט פאר ענק?
דאן האט ער אויסגערעכנט נאך פופצן זאכן אזוי שנעל ווי די עשרת בני המן אז מיינע אויערן האבן געקלעבט... אשר אוזן לא שמעתם מעולם.
.....
ער האט געמיינט אז ער גייט נישט צוריקכאפן פון מיר...
דא האב איך זיך צעווילדעוועט און אויסגעשריגן נישט מיט מיין קול:
סורגעי! וואס געשעט ווען מען זוכט א איד אויף גוגל???
צוויי אלטע חברים האבן זיך צוקריגט אויף אייביג!
- עטעטשמענטס
-

- google_jews_ad.png (5.08 KiB) געזעהן געווארן 3005 מאל