בלאט 1 פון 2

צדוק הדין

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:30 pm
דורך מכה בדופן
ווי זינגט נאר יענער:
א קאפקעיק ווילעך
מיט א גלעזל מילך
אין שפיגל כ'זע א פאליס

ס'ז נישט מסוגל
צו קוקן צופיל אין שפיגל
פון פארענט מ'זעט נישט וואס איז...

אבי געלעבט, אין לופט מ'שוועבט, דער גראם מ'וועבט, און יעדער זעט, קיין ווארט ס'קלעבט (ב"פ)


דע סטארי בעגינט מיט א תפלה וואס כ'האב נעכטן געדאווענט צום בוכ"ע, וכך הייתי אומר, "הייליגר טאטעניו, כ'האב היינט נישט גערעדט קיין לשה"ר, נישט געקוקט וואו מ'טאר נישט, נישט גערעדט ביים דאווענען, נישט געגעסן אן קיין ברכה און נישט מפסיק געווען פון לערנען. כ'בעטעך אין דעם זכות ווען כ'עפן מיינע אויגן זאל דער זייגר נאך ווייזן 7.55..."

כ'על ענק זאגן דר'אמת, ס'ז זייער מעגליך אז אויב כ'וואלט זאפארט דעמאלס געעפענט מיינע אויגן וואלטעך געזען אז דער אייבישטער האט געהערט מיינע תפילות. האבעך דאך אבער נישט אזוי געטון און דארט האטזעכעס אנגעפאנגן...

כ'האב געהאט אזא זיסע חלום גענוי ווי פרעה, פון זיבן פעשע קיהן און זיבן דארע, און ס'האטזיך געטון א געגעסעכץ אויף אלע באקן, אלץ ממש ווי ביי פרעה. ס'ז נאר געווען איין נפק"מ אז מיין חלום האטזיך געפארטיגט מיט איין גרויסע קיה'לע וואס האט געשריגן, "מכה, שטיי שוין אויף! ס'ז שוין נאך צענער זייגר!"

פארוואס זאגעך 'איין גרויסע קיה'? ווייל ממה נפשך, ווילסטו מיך וועקן טו'עס אין א נארמאלע צייט כ'זאל עטליעסט קענען דאוענען געהעריג און קומן מער ווייניגער אין צייט צום ארבעט, און אויב שוין לאזן שלאפן לאז שוין שלאפן!

קיין סאך ברירות האבעך נישט געהאט און כ'האב געגעבן א שפרונג ארויס פון בעט...גלייך אריין אינם נעגל וואסער. דעיס האט מעך שוין אויפגעוועקט, און מיינע קולות האבן אויפגעוועקט די בעיבי, און מיין ווייב'ס קללות האבן אויפגעוועקט די שכנים...בעסער מ'רעדט נישט.

למעשה האבעך געכאפט א בליק אויפן זייגר צו זען וואסי די דעמעדזש, האבעך געזען אז זי'ז אפשר א קיה אבער איך בינא גרויסע בהמה – זי'ז כיטערער פון מיר און ס'ז נאר פערטל נאך אכט, באט זי'ט געוואוסט וויזוי מעך צו מאכן שפרונגן... נו נו, כ'על מעך שוין אפרעכענען ביינאכט ווען כ'גיי זאגן אז כ'קום אהיים אין פינף מינוט אבער אמת'דיג גייטעס זיין צוויי שעה...

עניוועי, נחזור לענינינו, כאמעך אויפגעוועקט, אנגעטון (לאו דוקא אין יענע סדר), און אריין אין קיך טרונקן א קאווע. כ'האב באמערקט דער דאטום אויפן מילך פלעשל איז פון היינט, האבעך געבעטן די ווייב זי זאל א שמעק טאן צו טשעקן אויב ס'ז נאך גוט.

"פארוואס קענסטו נישט אליין שמעקן?" פרעגט זי מיט רעכט.

"ווייל כ'האב מורא ס'ז זויער און כ'וועל האבן א זויערע שמעק אין מיין נאז."

בלית ברירה האט זי מיר צוליב געטון, געשמעקט און באשטעטיגט אז ס'ז נאך גוט. פיין, אבי כ'האב נישט קיין זויערע שמעק אין מיין נאז...הערשט ביים טרונקן האבעך פארשטאנען פארוואס זי'ז פלוצלינג געווארן אזא פיינר און געטשעקט פאר מעך...וד"ל.

שוין א קאווע וועלעך שוין מוזן קויפן אויפן וועג, און אינאיינוועגס וועלעך אויך קויפן א דעיניש וואס וועט דינען אלס פרישטאג. דערווייל בינעך געגאנגען אין שול דאווענען. ווען כ'בין אנגעקומן דארט האבעך באמערקט אז די מקוה קארטל האבעך געלאזט אינדערהיים. יעצט וועלעך זיך מוזן אריינשטופן מיט א צווייטן – לאט איזיער סעיד דען דאן. כ'האב אמאל געטייטשט ושאבתם 'מעים' , מ'ברויך איינציען די קושקעס צו גיין אין מים-מקוה.

שטייצעך אז מיין שעמפו איז געווען ליידיג, מיין שויער קאלט און מיין זייף האט זיך ארויסגעגליטש פון אונטערן האנט. דער האנטעך האט געהאט א גרויסע לאך וואסיז אלץ גרעסער געווארן ווי לענגער כ'האמעך געטרוקענט. אינטרעסאנט אז ס'ז אויך געווארן נאסער און נאסער, אבער איך ביניש געווארען טרוקענער. #נפלאות הבורא.

צו שחרית האבעך ארויסגעשלעפט קודם די ר"ת תפילין, און ווען כ'האב ענדליך אנגעטוהן רשי'ס תפילין האבעך זיך געכאפט אז מיין טלית ליגט נאך אין בייטל...ווען כ'האב אנגעטון די טלית האט זיך דער גארטל אראפגעלאזט, און ביים אויפהייבן דער גארטל האבעך בטעות געשטופט די ביהמ"ד צדקה פושקע און ס'ז געפלויגען בקול רעש גדול...

ביי יוצר אור האבעך בטעות אנגעפאנגן אשר בדברו און בין גאולה לתפלה האבעך געדארפט ניסן – פינף מאל. נאך נפילת אפים האבעך אנגעהויבן שומר ישראל און נאר ווען מ'האט שוין געהאלטן ביי מה נעשה בעמידה האבעך זיך דערמאנט פון והוא רחום.

ביים ליינען איז געווען אביסל בעסער ווייל מ'האט מעך מכבד געווען מיט אן עליה, אבער דער בעל קורא האט מעך אנגעוויזן די פאלשע פלאץ און דערנאך האבעך בטעות אנגעהויבן אשר נתן אנשטאטס אשר בחר. חיים שמואל, דער גוטזאגער פון אונזערע ביהמ"ד, רוימט מיר אריין אין אויער (גענוג הויעך מ'זאל קענען הערן אין פאליש), "כ'מיין וואלסט געדארפט זאגן אשר לקח נישט אשר נתן, ווייל כ'זע דער פון אויבן האט צוגענומן דיין שכל. כאפסט? אשר נתן ואשר לקח..."

כ'האבעם געוואלט ענטפערן א גוטס אבער כ'האניש געהאט. אפילו יעצט בינעך נאך סטאק...


נאך אזא אויפשטאנד און שחרית וואלטעך געמעגט נוצן די שכל צו זיין פארזיכטיג איידער כ'פאר ארויס צום ארבעט, און אפשר נעמען די באס אנשטאט אליין דרייוון, אבער ראשית כל כאניש געהאט קיין טשעינדש, און שנית כל דער באס פארט נישט מיין וועג, און שלישית כל כ'וויל נישט זיצען מיט אלע ארחי פרחי אויפן באס, און רביעית כל האבעך דאך נישט גענוצט דעם שכל...
אויפן וועג האבעך איינגעקויפט א הייסע קאפי מיט א דעיניש און ויסעו, מ'דרייווט. כ'פאר אזוי געמיטלעך אויפן גאס (כ'קעניש זאגן וועלכע משום גילוי), ווען פון הינטן בליצן פלוצלינג זוינע שיינע בלויע לעמפלך. אינם ערשטע מאמענט האבעך געמיינט מ'כאפט פלעין פיקטשערס פון מעך, אבער דאן איז געקומן די באפעל איבערן הויך הילכער: סטאפ! (ער'ט געזאגט מער דיטעילס למשל וועלכע מעיק און מאדעל קאר, באט ס'ז נישט נוגע צום געשיכטע)

איך האב אנגעפאנגן ציטערן אין די הויזן – אזש דער הייסע קאפי האט זיך אויסגעגאסן – ווייל כאמעך דערמאנט אז מיין לייסענס ליגט אויפן זייטיגן שענקל אינם דיינינג רום. כ'געדענק קלאר אז ס'ז דארט ווייל כ'האב עס ספעשעלי צוגעגרייט דארט פיר וואכן צוריק כ'זאל געדענקן עס צו באנייען...

ס'קומט ארויס א מעקסיקאנע פאליציאנט און פארלאנגט, "לייסענס ענד רעדזשיסטרעישען."

"איים סארי איי דאונ'ט העוו איט היער."

"יו מיען יו העוו איט וויט יו."

איך נאר האב נישט געכאפט ער רעדט סארקאסטיש און כ'האב תמימות'דיג געענטפערט, "נאו איטס נאט היער."

ווי נאר כ'האב געזען אז ער גייט אריינרופן אין זיין טמא'נע כלי, האבעך זיך דערמאנט אז צדיקים פלעגן זאגן 'א גוי מוז נעמען. אדער נעמט ער שוחד אדער א מיתה משונה...' האבעך שנעל געזאגט, "אלקא דמאיר ענני איי העוו איי די."

"וואט קיינד אוו איידי דו יו העוו," פרעגט ער נערוועזערהייט.

"עי פיקטשער איידי. איי העוו פייוו פיקטשערס אוו בענזשעמין פרענקלין."

ווייזט אויס אז דער יעניגר האט ענדערש געוואלט אייננעמען א מיתה משונה ווייל ער'ט גענומן שרייען, "יו טרייד טו ברייב עי קאפ? איי וויל ערעסט יו פאר ברייבערי!"

איך האב זיך נישט פארלוירן נאר גלייך געפרעגט, "וויי? וואט דו יו טינק איי סעיד?"

"דיד יו סעי יו העוו פייוו פיקטשערס אוו בענדזשעמין פרענקלין?"

"אוא נאו," האבעך באלד פארראכטן, "יו דידנ'ט היער מי רייט. איי סעיד איי העוו טען פיקטשערס אוו פרענקלין."

די שפראך האטער שוין יא פארשטאנען, און ער'ט מעך געלאזט גיין מיט א ווארענונג אבער אן קיין סאמענס און אן קיין געלט...


איך האניש געקענט קומן צו זיך. אלס ערליכע איד ווייסעך אז אלץ קומט פאר א סבה און ס'ז דא א דין וחשבון אויף יעדע זאך. נישט בחנם איז מיין טאג געגאנגן אזוי מיטן פיטם אראפ און מיטן לינקן פוס. כאמעך באלד אויסגעדרייט און צוריקגעפארן און ביהמ"ד צו מאכן א חשבון הנפש.

ס'זאגט זיך גאנץ גרינג מאכן א חשבון הנפש, אבער ווען ס'ז געקומן למעשה האבעך געטאפט א וואנט. כ'פראביר צו טראכטן וואס האבעך געזינדיגט און כ'קעניש קלערן פון קיין איין זאך. כ'בין דורך די דריי עמודי עולם און כ'האב געטראפן אז כ'בין ב"ה אויסגעהאלטן אין אלע.

תורה – אונז ווייסמער דאך אז דוד המלך האט געבעטן זיין ספר תהלים זאל ווערן פאררעכענט ווי נגעים ואהלות, און ווען אן איד זאגט תהלים איזעס גלייך ווי געלערנט. סאו דאס קעניש זיין דער פראבלעם ווייל כ'בין שוין זינט אנהייב יאר איינגעשריבן אלס ספאנסאר פארן תהלים כולל.

עבודה – דאווענען, קען אויך נישט זיין דער פראבלעם ווייל כ'בין שוין זינט אנהייב יאר איינגעשריבן אלס ספאנסאר פארן תהלים כולל.

גמ"ח – דאס זיכער נישט ווייל כ'בין א געטרייע קליענט פון יעדע גמ"ח אין שטאט...און אויך ווייל כ'בין שוין זינט אנהייב יאר איינגעשריבן אלס ספאנסאר פארן תהלים כולל.

זיצענדיג אזוי אומעטיג פארזינקן אין מיינע מחשבות איז פארבייגעגענגען חיים שמואל הנ"ל, דער גוטזאגער פון הנ"ל, און ער פרעגט, "מכה וואס ביזטו אזוי אנגעזעצט?"

חיים שמואל הנ"ל איז נישט מיין ערשטע אדרעס פאר אן עצה אבער נישט טרעפנדיג קיין אנדערע עצה האבעך עים געזאגט, "די פאליציי האט מעך אפגעשטעלט און כ'פראביר צו טראכטן פאר וועלכע נעוויירע."

"האסט נישט אפשר געקושט די בעק ציצית ביי ברוך שאמר?" (-כ'האב ענק געזאגט ער'ז א גוטזאגער)

"וואס האקטסו מיר אין קא...יוי ביזטו א דזשיניעס, דעטס איט! יעצט כאפעך פארוואס ס'ז געשען! ווען דו האסט געזאגט ציצית האבעך זיך דערמאנט מיין חטא. נעכטן ביי אמת ויציב, ווייסט דארט וואו ס'שטייט ישק הציצית ויניחם מידו, האבעך בטעות פארגעסן און נישט אפגעלאזט ביז מי כמוכה..."

צדיק הוא ה' כי פיהו מריתי. ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:39 pm
דורך למעלה משבעים
חחחחחחחחחחחח, איי ביזטו גוט, איך האב אזאנס צוזאמגעלאכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:48 pm
דורך שמאטע
רבונו של עולם.... וואס דו האסט דא אריינגעווארפן... חחחח... הער אויס, איך בין מצדיק דעם דין פון די זיבען יודן וואס טראכטען וואספארע משוגה'נער דער שמאטע איז... גיי זיי זיי מסביר אז צדוק הדין איז עפעס וואס איז מחייך יעדע יוד... (יעה, מחייך איז נישט קיין טעות הד-פוס!)

שוין לאנג נישט געשמייכעלט אזוי פון אנפאנג ביזן סוף פון איינעמס צרות ווי כ'האב געשמייכעלט ליינענדיג דיין דורכגאנג... ס'קען איך טוען?... ביסטעך אליין שילדוג! צדוק הדין! און פערטיג!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:54 pm
דורך פלעכטער
אוי וויי... ביסט גארנישט אזא מכה..., די ביסט גוטע נייעס!!!

שוין לאנג נישט געווען א פיינע, זאפטיגע, סארקאסטישע, הומאריסטישע ארטיקל! (שמאטע נעם עס נישט פערסאנעל...)

און פאר דיינע שלום בית פראבלעמען, קען איך דיר רעפפערן צי א גוטע מערידזש קאנסלער, פאר $250 א שעה...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 7:22 pm
דורך שנאפס
זאפטיג אראפגעלייגט מיין כמעט-טעגליכע סדר היום.. (מיט געוויסע שינויים פארשטייט זיך..)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 7:56 pm
דורך אסותא
איי ביסטו גוט!
אזא מכה אויף אלע אידן געזאגט!..
"האק" ווייטער...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 9:24 pm
דורך זאכליך
חחחחחחחחח..... שוין לאנג אזוי געלאכט! שכוח!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:06 pm
דורך וואסערפאל
געוואלדיג, אייזן, ר' מכה, איר האט מיר גוט משמח געווען.

הערה קטנה, כ'ווייס נישט צו די ' בענדזשעמין פרענקלין' מיינסטו אמת'דיג, מן הסתם נישט, ווייל לויט ווי איך ווייס , איז דאס גאר קיין וויץ, און מען זאל דאס אוודאי נישט פרובירן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
חחח, דאס הייסט געשריבן! ווען דו שרייבסט ווען אין א טאג בוך, וואלט דער בוך דומם, זיך היינט געשטיקט פאר געלעכטער!!

העי אינגערמאן, אזא טאג האט איינע פון צוויי אפציעס!

אדער ארויף אויפן דאך וכו'..... אבער דאס איז קיין ביזנעס פאר א איד, מוז זיין די אנדערע אפציע. מען גייט צוריק אריין אין בעט, און מען האפט אויפצושטיין אויף די צווייטע זייט!

(די אויספיר מיט די שפייס פון די ציצית, האט מיר נישט געשמעקט, אבער נישט געוואלט וועגן דעם נישט איבערלאזן א קאמפלימענט אויפן איבריגן ארטיקל)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:37 pm
דורך אוודאי
קוקט אויס ווי דער אפיסער האט קיין עוד יוסף חי נאכנישט געהערט, ווען יא זאגט ער גלייך ״גיב ארויס בנימין, אבער שוין״.

דו ביסט גוטע נייעס, ייש״כ.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:39 pm
דורך לכאורה
גאט'עניו

וואו באהאלט זיך דער מכה בדופן די איבריגע טעג?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:47 pm
דורך זאלץוואסער
איך האב געמוזט ארויף קומען ספעציעל דיר צו געבן א קאמפלימענט, נאכן לייענען דעם ארטיקל אויפן אמ"ג...

איך האב מיך געווארפן פון איין זיץ צום צווייטן אויפן באס. די סתם פויערן האבן געמיינט אז ס'איז ווייל די באס שפרינגט...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 11:26 pm
דורך מחותן
זאכליך האט געשריבן:חחחחחחחחח..... שוין לאנג אזוי געלאכט! שכוח!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 7:19 am
דורך משנה מקום
ביסט ריזיג מיט איידיעס יישר כח פארען משמח זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 7:57 am
דורך פליגל
א מין געמיש פון געשעענישן, יוש ביסטו אייזן!

קיעפ איט קאמינג.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 8:55 am
דורך געלעגער
צוקער זיס! חחחחח

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 8:59 am
דורך שוועמל
יויש ווען מכה שרייבט קען דער דופן מיטלאכן..

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 9:51 am
דורך ידיד
מכה'לע יו אר דע מען! דארפסט זען זיך צו טרעפן מער אפטער מיט דעם צדוק'ן... האסט שוין לאנג נישט געהאט אזא אויסברוך דא...

עניוועי, מיין טאג קען שוין נישט גיין שלעכט היינט אז כ'האב אנגעהויבן מיט דעם ארטיקל...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 10:02 am
דורך שמעק_טאביק
מכה'לע יו מעיד מיי דעי!!!........ איך קען זיך נאר נישט פרייען מיט יענעמ'ס צרות, נעבעך פאר דיין שלום בית. איך וואונטש דיר א ישועה קרובה :wink:

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 10:40 am
דורך קרעפטיג
לא אלמן קרעטשמע, נאך דא אזעלעכע זאפטיגע שרייבערס, דאס איז געגאסן פאר אונזער פלאץ, שוין לאנג נישט אזוי צוזאמגעלאכט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 11:34 am
דורך שלעפשיץ
למעלה משבעים האט געשריבן:חחחחחחחחחחחח, איי ביזטו גוט, איך האב אזאנס צוזאמגעלאכט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 1:18 pm
דורך מכה בדופן
ייש"כ פאר אלע ווארעמע רייד פון יעדן איטליכע מגיב. איט'ס מאוסט עפרישיעיטיד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 12:45 pm
דורך סלאטפינע
:lol:
אוודאי האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער אפיסער האט קיין עוד יוסף חי נאכנישט געהערט, ווען יא זאגט ער גלייך ״גיב ארויס בנימין, אבער שוין״.

דו ביסט גוטע נייעס, ייש״כ.

:lol: :roll: :lol:

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:43 am
דורך מאנ-יימער
געליינט שבת (געפרינט בעפאר שבת שטייצעך) און אזאנס געלאכט, מכה דו ביזט גוט פאר די ביכער, א שאד דו ביזט נישט דא אפטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 3:58 pm
דורך גלייכגילטיג
שלעפשיץ האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:חחחחחחחחחחחח, איי ביזטו גוט, איך האב אזאנס צוזאמגעלאכט.


איך ציטיר די חחחחחחחחחחחח'ס פון די אויבנדערמאנטע, אבער איך האב נאך ממשיך געווען א וויילע מיט נאך חחחחחחחחחחחחחח'ס (אדער ככככככ'ס - וויזוי ס'געפעלט דיר בעסער...).
מכה'לע מכה'לע - שלאג נאך אביסל. לייג נישט אראפ דיין פעדער.